רבי מנחם מענדל האלברשטאם מסטראפקוב זצוק"ל - ו' אייר תשי"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20022
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

רבי מנחם מענדל האלברשטאם מסטראפקוב זצוק"ל - ו' אייר תשי"ד

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 11, 2008 10:21 am

היינט זונטאג פאלט אויס די יארצייט פון איינס פון די צדיקים פון די שארית הפליטה פון די אמאליגע אייראפע, וואס דער עלטערער דור וואס איז געבוירן דא אין אמעריקא האט נאך געהאט די זכיה צו זעהן זיין לעכטיגע צורה, הרה"ק ר' מנחם מענדל בן הרה"ק ר' אברהם שלום מסטראפקעוו זצ"ל.


א בילד פון ר' מענדעלע מיט'ן איש החסד וכביר המעש הרה"ח ר' ישראל זופניק ז"ל (בילד קרעדיט, יאסל)
צוגעלייגטע
Stropkov.jpg
Stropkov.jpg (18.29 KiB) געזעהן 4394 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מאי 11, 2008 10:32 am

הרה"ק ר' מענדע'לע מסטרופקוב איז געווען דער זוהן ומ"מ פון ר' אברהם שלום מסטרופקוב זצ"ל בן הדברי יחזקאל משינאווא, ר' מענדעלע האט זוכה געווען להיכנס לברית על ברכי זקינו מרן הדברי חיים זצ"ל.

ער האט ליידער מיטגעטיילט דעם גורל פון רוב מנין פון כלל ישראל בשנות הזעם איבערלאזנדיג א ווייב מיט ארום 70 (!) מיוצאי חלציו אין די ביטערע קריג הי"ד, ער האט זיך געראטעוועט פון די נאצישע נעגל מיט בלויז איין אייניקל וואו ער האט זיך באזעצט אין ווילאמסבורג ביז צו זיין פטירה בשנת תשי"ד והובל למנוחות בארצינו הקדושה.

תנצב"ה

א בילד פון מר אביו הרה"ק ר' אברהם שלום מסטרופקוב זצ"ל
צוגעלייגטע
Stropkov.jpg
Stropkov.jpg (47.12 KiB) געזעהן 5071 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20022
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 11, 2008 11:13 am

ר' מענדעלע איז געווען בשעת די קריג און בונקער אין פרעשבורג און געראטעוועט געווארן מיט א טראק קיין שווייץ צוזאמען מיט און מיט די השתדלות פון ר' מיכאל בער ז"ל,

דער טראק איז געפארן בערך א וואך צוויי און האט זיך נישט אפגעשטעלט נאר פאר ר' מענדעלע, ווען דער טראק איז שוין געווען עטליכע מייל אוועק פונעם ציל, א הויז ווי זיי האבן זיך געדארפט אויפהאלטן ביזן שווערצן די שווייצע גרענעץ, האט ר' מענדעלע געבעטן דעם טראק זיך אפ צו שטעלן און איז אריין אין וואלד פאר גאנצע פיר שעה, אנקומענדיג צום הויז זאגט זיי דער בעה"ב: איהר האט געהאט ניסים ווייל די געסטאפא האט דא געמאכט א רעוויזיע, און זיי זענען אוועק געגאנגען פאר עטליכע מינוט צוריק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מאי 11, 2008 1:11 pm

ר' מענדל'ע האט געהאט 6 זוהן וואס זענען ווי דערמאנט ערמארדעט געווארן דורך די רוצחים ימ"ש, פאלגענד זענען די נעמען:

1) ר' דוד מדאברא
2) ר' יחזקאל מווראנוב
3) ר' חיים מסטרופקוב
4) ר' נפתלי מסאטמאר
5) ר' לייבוש
6) ר' יעקב קאפל

ונקיתי דמם לא נקיתי, ינקום ה' דמם במהרה לעינינו בביאת בן דוד גואלנו, בב"א

(דאס דערמיינטע אייניקל האט געוואונט אין קליוולאנד, אהייאו נאך די קריג.)

אוועטאר
זרעא חיה
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2008 11:40 am
לאקאציע: אין בוילער רום

תגובהדורך זרעא חיה » זונטאג מאי 11, 2008 1:22 pm

ער איז געווען באקאנט אלס א איש פלא.

א איד איז אמאל אריין געקומען צו אים א וואך פאר חנוכה, זעהט ער ווי ער שטייט ביי די מנורה און צינדט חנוכה ליכט, אויף די פראגע פון דעם איד, זאגט אים ר' מענדעלע: א יעדעס יאר פלאג איך מיך אכט טאג, א יעדען טאג מאכט זיך אן אנדערער פראבלעם, און הערשט דעם אכטן טאג געלונגט עס, האב איך מיך מישב געווען אז איך וועל אנהויבן צו צינדן א וואך פריער, אזוי וועל איך דעם ערשטן טאג חנוכה נישט האבן קיין שוועריגקייטן.

ומי יבא בסוד קדושים.
אזוי איז געבליבן, געווארן פארשריבן, די וויין איז די שטארקסטע אויף דער וועלט.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » זונטאג מאי 11, 2008 3:02 pm

אז די רעדסט פון זיין פארלירען זיין גאנצע פאמליע.
האב איך געהערט אז ווען רבינו הקדוש מסאטמאר האט פארלוירען דאס לעצטע טאכטער ל"ע, איז דער סטארפקאווער רב געקימען מנחם אבל זיין, ביים אריין קימען אין שטוב צום רבי'ן האט ער אויסגעבראכען אין א הויכע געוויין זאגענדיג איך ווייס וואס דאס מיינט. איך ווייס וואס דאס מיינט. מיינענדיג אז אויך ער איז געבליבן אן זיין פאמליע
ס'האט דעם רבי'ן זייער געבאדערט פארוואס מען האט דעם סטראפקאוואר רבין דערציילט,ער איז שוין דאן געווען גאר שוואך ס'איז געווען דאן בלויז א האלבע יאר פאר זיין הסתלקות.
אגב פון דעם איינציגע איינקעל איז שוין היינט דא גאר שיינע דורות.

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » זונטאג מאי 11, 2008 4:33 pm

גאר שיינע דורות ?

זי איז געהאט גוועהן מאדערען,

ווער זענען אירע קינדער, ווי וואוינען זיי ?

(זי איז גוועהן א כלה מיט א חשוב'ען יוד, אין זי האט אפגעלאזט דעם שידוך, ווייל יענער איז גוועהן צו פרום פאר איר, ס'איז א מעשה באריכות, און אויך רביה"ק הדברי יואל זי"ע איז פארמישט דערין, ואכ"מ)

אגב, ר' מענדעלע איז גוועהן דער סנדק פון כ"ק אדמו"ר (מהר"א) מסאטמאר שליט"א, על פי פקודתו של רביה"ק זי"ע וואס איז גוועהן דעמאלטס אין לאס אנדזשעלעס

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » זונטאג מאי 11, 2008 5:10 pm

זי האט אן איידעם דאכט זיך וואס איז גאר א פרומער ליטווישער

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מאי 12, 2008 11:21 am

אויב איך מאך נישט קיין טעות איז ער אויך געווען די מסדר קידושין ביי אדמו"ר המהרנ"ץ מבאבוב ז"ל.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6657
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג מאי 12, 2008 11:24 am

אנדי דו מאכסט נישט קיין טעות!
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 12, 2008 11:29 am

יאסל האט געשריבן:זי האט אן איידעם דאכט זיך וואס איז גאר א פרומער ליטווישער


זי לעבט נאך, וועמענס טאכטער איז זי/געווען?

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג מאי 12, 2008 11:41 am

farshlufen האט געשריבן:ר' מענדעלע איז געווען בשעת די קריג און בונקער אין פרעשבורג און געראטעוועט געווארן מיט א טראק קיין שווייץ צוזאמען מיט און מיט די השתדלות פון ר' מיכאל בער ז"ל,

דער טראק איז געפארן בערך א וואך צוויי און האט זיך נישט אפגעשטעלט נאר פאר ר' מענדעלע, ווען דער טראק איז שוין געווען עטליכע מייל אוועק פונעם ציל, א הויז ווי זיי האבן זיך געדארפט אויפהאלטן ביזן שווערצן די שווייצע גרענעץ, האט ר' מענדעלע געבעטן דעם טראק זיך אפ צו שטעלן און איז אריין אין וואלד פאר גאנצע פיר שעה, אנקומענדיג צום הויז זאגט זיי דער בעה"ב: איהר האט געהאט ניסים ווייל די געסטאפא האט דא געמאכט א רעוויזיע, און זיי זענען אוועק געגאנגען פאר עטליכע מינוט צוריק.

די מעשה הייבט זיך נאך אן פריער
ווען ר' מענדעלע האט געבעטן אז מ'זאל אים אריינלאזען אינעם בונקער, די יעקישע יודען האבן נישט אזוי חשק געהאט ס'איז שוין געווען איבערגעפילט, האט ר' מענדעלע געלאזט וויסען אז ער איז מבטיח אז אויב זיי לאזען אים אריין וועלן זיי איבערלעבן דעם קריג די חברה אינעם בונקער האבן געבעטן די הבטחה בכתב אין ער האט זיי עס געגעבן.
נאכן קריג האט ר' מיכאל בער וואס איז אויך געווען אין דעם בונקער געפרעגט ר' מענדעלע ווי אזוי ער האט זיך געטרויט צי געבן אזא הבטחה, האט ער אים גענטפערט אז אלץ קינד איז זיין זיידע דער הייליגער שינאווער רב געפארען אויף א שיינעם פיאקער אין ס'האט אים פארגליסט מיטציפארען, האט דער זיידע אים געזאגט מענדעלע די האסט צייט צי פארען אויף אזא שיינעם קאוטש נאך די אכטציג, ני זאגט ער אז אזוי האט ער געהאט אן הבטחה פונעם זיידען אז ער וועט דערלעבן די 80 האט ער געטרויט ציציזאגען.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20022
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 12, 2008 11:44 am

גערעכט יאסל, ס'שטייט אזוי אין איש חמודות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג מאי 12, 2008 2:32 pm

יאסל : ישר כח פאר די מעשה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

הער ראבינער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2008 10:49 am
לאקאציע: ביים מזרח

תגובהדורך הער ראבינער » מאנטאג מאי 12, 2008 2:38 pm

איך האב געזען אמאל א בילד ווי ר' מענדלע איז געווען אין בונקער, געשוירן נעבעך בארד און פיאות און אנגעטוהן ווי א דייטש



אגב, ס'איז געווען פלא'דיגע זאכן צווישן עם מיט זיין טאטן, ר' שלום זי"ע. ווער ווייסט דערפון?

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 12, 2008 3:11 pm

נו אדרבה דערציילט ראבינער

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » מאנטאג מאי 12, 2008 7:02 pm

רבותי, דערציילסט ווי מער, עס איז דא אסאך.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 12, 2008 7:18 pm

נעבן די סטראפקובער בית המדרש (היינט טשאקעווע, אויף הופער סטריט) וואוינט אן עלטערע איינזאמע [אידישע] שיקסע, וואס די לעגענדע לויטעט אז איר גאנצע משפחה איז אויסגעשטארבן צוליב א קפידה פון ר' מענדעלע סטראפקובער, וועמען זיי האבן דארט אויסגעטיילט ציפקע צרות מיט יארן צוריק.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 13, 2008 3:54 pm

ספר דברי מנחם להרה"ק מסטראפקוב, ארויסגעגעבן דורך בן אחותו וממלא מקומו הרה"צ ר' יחזקאל שרגא ליפשיץ-האלבערשטאם ז"ל בעמח"ס דברי יחזקאל שרגא
צוגעלייגטע
93e666a34862faa2edb7f975c9b8a309.jpg
93e666a34862faa2edb7f975c9b8a309.jpg (22.34 KiB) געזעהן 4879 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 14, 2008 9:53 am

ממלא מקומו הרה"צ מסטרופקוב זצ"ל
צוגעלייגטע
untitled.jpg
untitled.jpg (6.74 KiB) געזעהן 4857 מאל

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מאי 14, 2008 11:04 am

לשון קדשו פון ר' יענקעלע פשעוואסקער זצ"ל

איך האב געהערט פין קאלאשיצער רב ז"ל, ער איז געווען א יונגעל ביים זיידען, ביים שיניווער רב, [דער קאלאשיצער רב איז אלט געווען ווען דער שיניווער רב איז אוועק, פערצן יאר מיט זעקס חדשים,] האט א סטראפקובער יוד אנגעגעבען א קוויטל דעם שיניווער רב אויף א משפט, מפלעגט אין גאליציע זאגען א שלוס, מוואלט עם געקענט איינזעצען אויף א יאר צי ווייניגער צי מער, האט דער קאלאשיצער רב אזוי נאך געמאכט ווי אזוי דער שיניווער רב האט אזוי געהאלטען די הענט, אזוי ביי די שלעפן און ביים פנים, און האט געזאגט "מיין סטראפקובער רב האט א גרויסען כח א יוד א טובה צי טין", ער האט אזוי צוויי מאל איבערגעזאגט, מאיז טאקע געהאלפען געווארען ביי עם, דער קאלאשיצער רב האט געזאגט, א אנדערס מאל, נישט דעמאלט, "איין בעל מופת בדורינו איז דער סטראפקובער רב".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מאי 14, 2008 11:07 am

לשון קדשו פון ר' יאנקעלע פשעוואסקער זצ"ל

עמער פארציילען א מופת פין סטראפקובער רב [סאיז אויך די יארצייט שבועות דעם ערשטען טאג, זעקס טאג אין סיון, ער איז אוועק ת"ש, נאך על מטתו, עך בין געווען ביי עם, דעם זין ר' מענדאלע האב איך געזען פאר די קריג אין דוקלא אין יאשליסק, און שפעטער אין אמעריקע בין איך געווען שבת ביי עם, ] א אינטרעסאנטע מעשה, ווי מזאגט א פארלעסליכע מעשה, איך האב עס געהערט פין ראחובער רב [ער האט געוואוינט אין לוגאנא אין שווייץ, א ת"ח א ערליכער יוד, ער איז אוועק אין ארץ ישראל,] ווען אונץ זעמיר געווען אין באדגאסטיין, דער שווער איז אויך געווען דעמאלט, האט ער מיר פארציילט די מעשה, נאכדעם איז ער געזעסען לעבן שווער, האב איך עם געבעטן ער זאל פארציילען דעם שווער אויך די מעשה, דער שווער האט דאך געקענט דעם סטראפקובער רב אסאך יארען, פין שיניווא און שפעטער, [יעך אליין האב שוין אויך פארציילט א צען צוואנציג מאל די מעשה,]
ביי יענע קריג ווען מאיז אנטלאפן פין גאליציע פין אונגארן, [ת"ב תרע"ד האט זיך אנגעהויבען יענע קריג, דער רוס איז דאך אריין אביסל קיין אונגארן, אין מעזלאברוץ איז דער רוס געווען אין יענע קריג, און קאשוי איז ביי די גרעניץ, איז מען אנטלאפן ארויף העכער, אלע רבי'ס פין גאליציע זענען אנטלאפען קיין אונגארן, אסאך רבי'ס זענען דאך געווען דעמאלטס אין פעסט אין וויען, ר' משה'לע שיניווער איז געווען אין פעסט, דער בלאזובער, דער בעלזער רב איז געווען קודם אין ראצפערט און נאכדעם איז ער געווען אין מונקאטש,] איז דער סטראפקובער רב געווען אין פעסט, און נאך יודען זענען אויך אנטלאפען פינדערהיים, האט דער ראחובער רב מיר פארציילט א מופת וואס סאיז געווען מיט זיין ברידער, [דער ראחובער רב האט געהערט די מעשה פין זיין פאטער דער ליקוטי מהרי"ח, און ער האט עס געהערט פין ברידער, דער עיקר איז די מעשה פין ברידער, נאר דער ליקוטי מהרי"ח האט עס אויך געהערט פין זין,] דעם ראחובער רב'ס א ברידער מיט א שוואגער דאכט זיך מיר, זענען אויך געווען אין פעסט, זענען זיי געקומען נאך מעריב צים סטראפקובער רב ווי ער האט געוואוינט געבען א קוויטל, סאיז געווען אין תחילת נאכט, אבער דערווייל האבען זיי נישט געקענט אריין גיין צים סטראפקובער רב, דער סטראפקובער רב האט נישט אריין געלאזט, ער איז געווען פארנימען צי וואס, דערווייל איז דער סטראפקובער רב ארויס געקומען פין זיין שטיבל, אריין געקומען אין די פארענטדיגע שטוב אריין, ווי זיי האבען געווארט, זיי זאלען קענען אריין גיין מיט א קוויטל, דעם ראחובער רב'ס ברידער מיט נאך איינעם, און סאיז געווען א פרעמדער יוד וואס איז געזעסען דארטן, האט עם דער סטראפקובער רב געפרעגט וואס ער ווארט, זאגט ער אז ער וויל שלאפען דא אויף דער ערד אין בימ"ד, ווייל ער האט נישט ווי צי שלאפען, א ארעמאן,
האט עם דער סטראפקובער רב געזאגט, ער זאל זיך גיין זיכען צי שלאפען, ער האט עם געזאגט, "יאך בין נערוועז, [דער סטראפקובער רב איז געווען א דערשראקענער] אפילו מיינע קינדער לאז איך אויך נישט שלאפען דא", אז ער האט מורא צי לאזען שלאפען ביי עם, האט ער עם געגעבען א קראנע און ער זאל זיך גיין זען ערגעץ צי שלאפען, [יענע קריג איז געווען די עסטרייכישע קראנען,] און דער יוד האט זיך גענימען די קראנע און איז נישט אוועק געגאנגען, האט עם דער סטראפקובער רב ווייטער געזאגט דעם פזמון, "יעך בין נערוועז, איך האב מורא אפילו די קינדער זאלען דא זיין", און האט עם ציגעגעבען נאך א קראנע ער זאל אוועק גיין שלאפען, מיט די צוויי קראנען איז ער שוין אוועק געגאנגען, דערנאך איז ער אריין געגאנגען אין זיין שטיבל דער סטראפקובער רב, און זיי זענען אריין געקומען זיך געזעגענען, געבען קוויטלעך, דעם ראחובער רב'ס ברידער און נאך איינער, דאכט זיך מיר א שוואגער, דער סטראפקובער רב איז דעמאלטס געהאט פין בעט אויף געשטאנען,
נאכען געבען דאס קוויטל, האט דער סטראפקובער רב זיי געזאגט, "ווי וועט עטס גיין אזוי שפעט, יעך בין שוין אויס געשלאפען", זיי זאלען זיך לייגען אין זיין בעט אריין, יענעם האט ער משלח געווען, ער האט געזאגט ער האט מורא, און זיי האט ער געבעטן אז זיי זאלען נעכטיגען, האבען זיי געזאגט אז זיי האבען דאך באשטעלט צי שלאפען אין האטעל, וואס דארפן זיי צינעמען דעם רעבינס בעט, האט ער זיי נאכאמאל איבער געחזר'ט, ווי וועלען זיי קריכען ביינאכט, אז ער איז אויס געשלאפען, ער וועט ממילא נישט שלאפען איצט אין בעט, אז זיי קענען דא שלאפען אין בעט, און ער איז ארויס געגאנגען, זיי האבען געזען אז ער האט זיי צוויי מאל אזוי געזאגט, און סאיז שוין געווען אביסל שפעט אויך, זענען זיי געבליבען און זיי האבען זיך אנגעהויבען אויס צי טין צי לייגען זיך אין בעט, דער גבאי קומט אריין, זעט ער אז זיי גייען שלאפען, האט זיי דער גבאי (אזוי ווי א גבאי) געגעבען דעם פסק, עטס האטס אוודאי געבעטען דעם רעבין אז עטס ווילטס דא שלאפען, ווי וועט דער רבי שלאפען, זיי הייבן זיך צי פארענטפערען אז זיי האט זיך דאס נישט געחלום'ט נאר דער רבי האט זיי געבעטען, נאר דער גבאי איז דאך גבאי, און ער האט זיי געמאכט יענעם פסק, זיי זאלען זיך שוין ציריק אנטיען, קודם האבען זיי זיך ציריק אנגעטין און ארויס געגאנגען אין חדר החיצון, סאיז געווען שפעט זענען זיי שוין נישט געגאנגען אין האטעל,
דארט אין האטעל, ווי זיי האבען באדארפן צי גיין שלאפען, איז געשען א אומגליק, דער רער פין גאז האט געפלעצט, האט ער אנגעריפען ביים נאמען א יוד פין קאשוי, איך געדענק נישט דעם נאמען, אפשר ר' דוד איז געווען דער ערשטער נאמען, א חשובער יוד, איז געווען דארט א טאטע מיט א זין, איז דער זין נעבעך געבליבען, און דער פאטער איז געווען זעקס חדשים צי ווייניגער אין שפיטאל ביז מהאט עם קוים קוים דער ראטעוועט, און ווען זיי זענען דארט, וואלטן זיי אויך געווען אויף יענעם עולם, טאקע א פלא פין א זאך, יענעם האט ער אנגעשאפט, ער האט עם געבעטען ער זאל אוועק גיין אוועק גיין, און זיי האט ער געבעטען זיי זאלען בלייבען, און דאס איז געווען א נס, אזוי זענען זיי געבליבען לעבען.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך מאי 14, 2008 12:11 pm

זיידע פארשטייט זיך אז די צוויי מעשיות רעדט מען פון ר' אברהם שלום אין נישט פון זיין זון ר' מענדעלע. יא?

אוועטאר
מרן אדמו"ר
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 22, 2006 12:40 pm

תגובהדורך מרן אדמו"ר » מיטוואך מאי 14, 2008 5:02 pm

זיידע , ישר כח , איך האב געהערט די מעשה אויפן טעפ בלשון קודשו

אוועטאר
זרעא חיה
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2008 11:40 am
לאקאציע: אין בוילער רום

תגובהדורך זרעא חיה » מאנטאג פאברואר 23, 2009 5:33 pm

זרעא חיה האט געשריבן:ער איז געווען באקאנט אלס א איש פלא.

א איד איז אמאל אריין געקומען צו אים א וואך פאר חנוכה, זעהט ער ווי ער שטייט ביי די מנורה און צינדט חנוכה ליכט, אויף די פראגע פון דעם איד, זאגט אים ר' מענדעלע: א יעדעס יאר פלאג איך מיך אכט טאג, א יעדען טאג מאכט זיך אן אנדערער פראבלעם, און הערשט דעם אכטן טאג געלונגט עס, האב איך מיך מישב געווען אז איך וועל אנהויבן צו צינדן א וואך פריער, אזוי וועל איך דעם ערשטן טאג חנוכה נישט האבן קיין שוועריגקייטן.

ומי יבא בסוד קדושים.

ר' פרץ לעפקאוויטש נ"י ברענגט אין זיין ספר נפלאות מעשיך אז אזוי האט זיך געפירט זיין פאטער הרב הצדיק ר' אברהם שלום פון סטראפקוב.
אזוי איז געבליבן, געווארן פארשריבן, די וויין איז די שטארקסטע אויף דער וועלט.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט