ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן - 'האוואנא סינדראם'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:29 am
סי איי עי שליסט אויס מעגליכקייט אז די מערערע אויסלענדישע איינגעשטעלטע באטראפן פון די האוואנא סינדאם איז טייל פון א גלאבאלע קאמפיין פון א פיינטליכע מאכט טראץ וואס זיי זענען נישט אינגאנצן קלאר וואס גענוי עס ליגט דערונטער
פון דעם היינטיגען טעגליכער "דער איד" ה' תצוה ט׳ אדר תשפ"ג
אמעריקע קומט צום אויספיר: "האוואנא סינדראם" איז נישט פיינטליכע וואפן

וואשינגטאן – נאך עטליכע יאר פון דראמא, פארדאכט און אויספארשונגען, איז די אמעריקאנער רעגירונג געקומען צום אויספיר אז די "האוואנא סינדראם" וואס האט אפעקטירט צענדליגער אמעריקאנער שפּיאנאזש אגענטן און דיפּלאמאטן אין אויסלאנד, איז נישט א פיינטליכע וואפן פון אן אנדער לאנד.
די "האוואנא סינדראם" האט באקומען דעם נאמען צוליב וואס די ערשטע פעלער פון אמעריקאנער באאמטע וואס האבן געשפּירט שווערע מח שטורצן, אויער שמערצן און אנדערע סימפּטאמען, איז געווען אין האוואנא, די הויפּטשטאט פון קובא, אין יאר 16'. זינט דאן האבן שוין ענליכס פּאסירט אין 96 לענדער.
דאס ערשטע פארדאכט איז באלד געפאלן אז עס איז א געוויסע סארט "מיקראוועיוו וואפן" אדער עפּעס ענליכס, וואס א פיינטליך לאנד נוצט צו שעדיגן אמעריקאנער אגענטן און דיפּלאמאטן. מ'פארשט שוין פאר זיבעצן יאר, און מ'האט פארדעכטיגט רוסלאנד, כינע און אנדערע פיינט אין דאס אונטערשטעלן.
למעשה צייגט א נייע שפּיאנאזש באריכט אז מען איז געקומען צום אויספיר אז עס איז בכלל נישט די ארבעט פון א פיינטליכע וואפן, נאר די פילע פעלער פון סימפּטאמען וואס אגענטן און דיפּלאמאטן האבן געשפּירט אין אויסלאנד זענען געווען דער רעזולטאט פון נאטורליכע סיבות אדער אינדיווידועלע געזונט אישוס.
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
פרעזידענט פרא-טעמפאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:22 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן - 'האוואנא סינדראם'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט פרא-טעמפאר »

yoy האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 9:13 am
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:29 am
סי איי עי שליסט אויס מעגליכקייט אז די מערערע אויסלענדישע איינגעשטעלטע באטראפן פון די האוואנא סינדאם איז טייל פון א גלאבאלע קאמפיין פון א פיינטליכע מאכט טראץ וואס זיי זענען נישט אינגאנצן קלאר וואס גענוי עס ליגט דערונטער
פון דעם היינטיגען טעגליכער "דער איד" ה' תצוה ט׳ אדר תשפ"ג
אמעריקע קומט צום אויספיר: "האוואנא סינדראם" איז נישט פיינטליכע וואפן

וואשינגטאן – נאך עטליכע יאר פון דראמא, פארדאכט און אויספארשונגען, איז די אמעריקאנער רעגירונג געקומען צום אויספיר אז די "האוואנא סינדראם" וואס האט אפעקטירט צענדליגער אמעריקאנער שפּיאנאזש אגענטן און דיפּלאמאטן אין אויסלאנד, איז נישט א פיינטליכע וואפן פון אן אנדער לאנד.
די "האוואנא סינדראם" האט באקומען דעם נאמען צוליב וואס די ערשטע פעלער פון אמעריקאנער באאמטע וואס האבן געשפּירט שווערע מח שטורצן, אויער שמערצן און אנדערע סימפּטאמען, איז געווען אין האוואנא, די הויפּטשטאט פון קובא, אין יאר 16'. זינט דאן האבן שוין ענליכס פּאסירט אין 96 לענדער.
דאס ערשטע פארדאכט איז באלד געפאלן אז עס איז א געוויסע סארט "מיקראוועיוו וואפן" אדער עפּעס ענליכס, וואס א פיינטליך לאנד נוצט צו שעדיגן אמעריקאנער אגענטן און דיפּלאמאטן. מ'פארשט שוין פאר זיבעצן יאר, און מ'האט פארדעכטיגט רוסלאנד, כינע און אנדערע פיינט אין דאס אונטערשטעלן.
למעשה צייגט א נייע שפּיאנאזש באריכט אז מען איז געקומען צום אויספיר אז עס איז בכלל נישט די ארבעט פון א פיינטליכע וואפן, נאר די פילע פעלער פון סימפּטאמען וואס אגענטן און דיפּלאמאטן האבן געשפּירט אין אויסלאנד זענען געווען דער רעזולטאט פון נאטורליכע סיבות אדער אינדיווידועלע געזונט אישוס.
הייסט אז אמעריקא שיקט קראנקע אלס דיפלאמאטן איבער'ן וועלט?! מאדנע ביז גאר...
If you ever feel useless, remember that the U.N. still exists.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דער פרעזידענט האט עמטליך געמאלדן אז ער גייט אונטערשרייבן דעם ביל וואס דרייט צוריק די וואשינגטאן די סי געזעצן צו פארלייכטערן שטראפן אויף קריים.

זיין עמטליכע תירוץ - ווי אזוי ער מישט זיך אריין אין ארטיגע ענינים טראצן האלטן אז זיי דארפן זיין א סטעיט - איז אז ער שטיצט די מיינונג פון די מעיאר קעגן דעם סיטי קאונסיל.

אבער די עכטע סיבה איז לכאורה נישט צו געבן קיין פתח פאר די רעפאבליקאנער צו שרייען אז ער איז שוואך אויף קריים.

לאקאלע פאליטיקאנטן, און ליבעראלן, זענען נישט צו פרייליך מיט דעם מעלדונג.

אין די האוז איז עס דורך מיט בלויז ווייניג דעמאקראטן, אבער אין סענאט איז יעצט ערווארטעט אז עס גייט דורכגיין אין א לענדסלייד.
אטעטשמענטס
Screenshot_20230302-170714_Twitter.jpg
Screenshot_20230302-170714_Twitter.jpg (181.64 KiB) געזען 2050 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פארטיידיגונגס סעקרעטאר לאיד אוסטין וועט ענדע וואך אפרייזן צו די מיטל-מזרח ראיאן.

זיין רייזע וועט ארייננעמען א באזוך אין עגיפטן, ירדן און מדנ"י.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:59 pm
דער פרעזידענט האט עמטליך געמאלדן אז ער גייט אונטערשרייבן דעם ביל וואס דרייט צוריק די וואשינגטאן די סי געזעצן צו פארלייכטערן שטראפן אויף קריים.

זיין עמטליכע תירוץ - ווי אזוי ער מישט זיך אריין אין ארטיגע ענינים טראצן האלטן אז זיי דארפן זיין א סטעיט - איז אז ער שטיצט די מיינונג פון די מעיאר קעגן דעם סיטי קאונסיל.

אבער די עכטע סיבה איז לכאורה נישט צו געבן קיין פתח פאר די רעפאבליקאנער צו שרייען אז ער איז שוואך אויף קריים.

לאקאלע פאליטיקאנטן, און ליבעראלן, זענען נישט צו פרייליך מיט דעם מעלדונג.

אין די האוז איז עס דורך מיט בלויז ווייניג דעמאקראטן, אבער אין סענאט איז יעצט ערווארטעט אז עס גייט דורכגיין אין א לענדסלייד.
די.סי. אטוירני-זשענעראל לאזט זיך הערן אין רעאקציע צום פרעזידענט'ס וועטא.
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-03-03 013638.png
Screenshot 2023-03-03 013638.png (306.9 KiB) געזען 1987 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

חוץ דעם וואס לאקאלע וואשינגטאן און ארום פאליטיקאנטן, און בכלל ליבעראלן, זענען בייז אויפן פרעזידענט פארן שטיצן דעם רעפאבליקאנער ביל אפצושטעלן די וואשינגטאן קריים ביל, וואס די צוויי גרופעס קען אריינגיין אין גדר פון ההכרח לא יגונה, איז דא נאך א פראבלעם, טייל סווינג דיסטריקט מעסיגע קאנגרעס מיטגלידער האבן געשטימט קעגן דעם ביל, וואס דעמאלטס איז געווען אנגענומען אז ביידן וועט עס וועטאאירן, און יעצט זענען זיי געבליבן לעקיש. און דאס וואלט געקענט זיין בעסער קאארדענירט און אויסגעשמועסט פריער. (קאן זיין אז דאס איז א תולדה פון דעם גבאים טויש, מיט'ן גבאי הרב קליין פלעגט דאס געווענליך נישט פאסירן.)

דאס נעמט אריין אזעלכע ווי סוזען וויילד און מעט קארטרייט פון פענסילוועניע, פעלטאלע פון אלאסקע, און נאך.

(אונזער קאנגרעסמאן פעט רייען האט שוין מעיקרא געשטימט אויף יא מיט די רעפאבליקאנער, מעגליך וויסנדיג אז קריים איז די הויפט רעפאבליקאנער פלאטפארמע לעת עתה דאהי אים ניו יארק.)
אטעטשמענטס
IMG_20230303_115520_copy_1301x732.jpg
IMG_20230303_115520_copy_1301x732.jpg (397.16 KiB) געזען 1912 מאל
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

אידישליך האט געשריבן: פרייטאג מארטש 03, 2023 5:30 pm
אידישליך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 17, 2023 3:50 am
דער דאקטער פון פרעזידענט ביידען זאגט אז דורכאויס זיין אונטערזיכונג אין פעברואר האט מען געדארפט אראפשניידן א קענסער געוויקס פונעם פרעזידענט, אבער ביידען האט נישט נאכדעם געדארפט צוקומען צו פרישע טריטמענטס.
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דער פרעזידענט פלאנט ארויסצושטעלן זיין בודזשעט ביי א דרשה דאנערשטאג אין פילאדעלפיע.

עס רעכנט אריין א פלאן צו שניידן דעם דעפיציט מיט צוויי טריליאן איבער דעם נעקסטן דעקעיד, און פארלענגערן מעדיקער'ס לעבן מיט כאטש צוויי דעקעידס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אין גוטע נייעס פאר ביידן האט די וואשינגטאן די סי סיטי קאָונסיל צוריקגעצויגן פון דעם קאנטראווערסיאלן קריים ביל, און געמאלדן אז זיי גייען דאס פארעכטן.

דאס ברענגט מעגליך צו אז דער סענאט וועט נישט דארפן שטימען קעגן דעם, און דער פרעזידענט וועט עס נישט דארפן אונטערשרייבן. עס איז נאכנישט זיכער אויב עס וועט זיין א אפשטימונג, אבער אויך אויב יא, איז עס אויף עפּעס וואס איז נול און וואויד.

נאך בעסער וואלט שטייצעך געווען אז זיי טוען עס גראד נאך וואס די מעיאר האט עס וועטאאירט, אנשטאט איבערדרייען איר וועטא, וואס אין אזא פאל וואלט דער הויז אויך נישט געדארפט שטימען.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צל עובר האט געשריבן: מאנטאג מארטש 06, 2023 12:15 pm

רעפובליקאנער זאגן אז אזא מאנעווערע האט נישט קיין לעגאלע באזיס און אז זיי גייען פאראויס מיט זייער רעזאלוציע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ביידען אדמיניסטראציע באטראכטן איינצושטעלן א פראגראם אונטער וועלכע געוויסע פראווזייעס אונטער טייטל 42 זאלן קענען בלייבן אין פלאץ אז גרעניץ וועכטער זאלן קענען פארהאלטן פאמיליעס וועלכע פרובירן זיך אריינצובאקומען אין לאנד פארלאנגענדיג אזיל רעכט

פרא אימיגראציע דעמאקראטן אויף קעפיטאל היל ברויזן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין צוגרייטונג צו פובליצירן זיין יערליכע בודזשעט פארשלאג האט פרעזידענט ביידען פארעפנטליכט א טייל פונעם פלאן וועלכע רופט צו העכערן שטייערן אויף פארדינער פון מער פון 400 טויזנט דאלער פער יאר צו קענען פארלענגערן דאס לעבן פון די מעדיקעיר פראגראם פאר נאך 25 יאר
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 03, 2022 12:18 pm
נאמינאציע פון גיגי סאהן צום פעדעראלן קאמיוניקאציע קאמיסיע שטעקן געבליבן נאך א טיי אפשטימונג אינעם קאמיטע אויף פארטייאישע ליניעס
סאהן זיך ארויסגעצויגן פון די נאמינאציע, נאך וואס איר באשטעטיגונג פראצעדור שלעפט זיך שוין מער פון צוויי יאר.
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-03-09 011512.png
Screenshot 2023-03-09 011512.png (151.13 KiB) געזען 1418 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 26, 2021 3:40 pm
אטוירני זשענעראל געמאלדן א פעדעראלע אויספארשונג איבער די לואיוויל פאליציי דעפארטמענט.

די מעלדונג קומט עטוואס מער ווי א יאר נאכ'ן אינצידענט ווי אפיצירן האבן דערשאסן און אומגעברענגט פרוי טעילאר.
נאך א אויספארשונג פון באלד צוויי יאר, באשולדיגט די פעדעראלע רעגירונג אז די לואיוויל פאליציי האט זיך באנוצט מיט אומלעגאלע און אומקאנסטיטוציאנאלע טאקטיקן ביים דורכפירן זייער ארבעט, און האט אויף א פארלעצט די ציווילע רעכטן פון ארטיגע איינוואוינער אויף א סיסטעמישע פארנעם.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

זשוסטיס דעפארטמענט געמאלדן א איבערזיכט אויף מעמפיס פאליציי דעפארטמענט, נאך די טויט פון טייר ניקאולס.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2023 1:05 pm
אין צוגרייטונג צו פובליצירן זיין יערליכע בודזשעט פארשלאג האט פרעזידענט ביידען פארעפנטליכט א טייל פונעם פלאן וועלכע רופט צו העכערן שטייערן אויף פארדינער פון מער פון 400 טויזנט דאלער פער יאר צו קענען פארלענגערן דאס לעבן פון די מעדיקעיר פראגראם פאר נאך 25 יאר
די בודזשעט פלאן וועלכע גייט היינט ווערן פארעפנטליכט גייט רופן צווישן אנדערן:

אפצורופן א ביליאן דאלער אין אומפארנוצטע פאנדינג וואס האט געזאלט גיין פאר פעדעראלע טורמעס

רעדוצירן מעדיקעיד ספענדינג דורך אויסברייטערן און באצייטנס אדרעסירן העפיטייטיס סי און אנדערע סארק קרענק

גרעסערע שטראפן פאר ארבעט געזעצן פארלעצונגען

ענדיגן אויל און גאז סובסודיעס

רעדוצירן מעדיקעיר אויסגאבן פאר גרויסע פארמאסי נעצן

אויסגעברייטערטע פרי קינדערגארטן און טשיילדקעיר

מער געלט פאר פאר סיניארס

באנייען די אויסגעברייטערטע קינדער שטייער קרעדיט

מער געלט צו ערלויבן ארבעטער צו נעמען אורלויב אין די טעג וואס זיי שפורן זיך נישט גוט

מער פון 100 ביליאן דאלער פאר האוזינג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט ביידען וועט באזוכן קאנאדא אום מערץ 23 למספרם פאר א צוויי טאג רייזע

ער וועט אדרעסירן די פארלאמענט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ביידען אדמיניסטראציע גרייט זיך צו גיבן די גרינע ליכט פאראויסצרוקן א מאסיווע 8 ביליאן דאלער אויל גראבונג פראיעקט אין אלאסקא
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 1:42 pm
די ביידען אדמיניסטראציע גרייט זיך צו גיבן די גרינע ליכט פאראויסצרוקן א מאסיווע 8 ביליאן דאלער אויל גראבונג פראיעקט אין אלאסקא
עס דארף צו אנהאלטן פאר 30 יאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ביידען אדמיניסטראציע מוטשעט זיך צו טרעפן א פאסיגע קאנדידאט וועלכע זאל זיין גרייט צו שטיין אין שפיץ פון די נאציאנאלע אינסיטיטוט אוו העלט

דער לעצטער צו האלטן די פאזיציע איז געווען פרענסיס קאלינס וועלכע האט רעטייערט צוריק אין דעצעמבער 2021 למספרם נאכן האלטן די אפזיציע אונטער 3 פרעזידענטן און לאורענס טאבאק איז געווארן באשטימט אלץ עקטינג דירעקטאר

מערי קלאטמאן, הויפט פון די דוק יוניווערסיטעט מעדיצין שולע איז געווען אויף די שפיץ ליסטע אבער זי האט עווענטועל ארויסגעצויגן איר נאמען צוליב וואס די איבערזיכט פראצעדור האט זיך צו לאנג פארצויגן

מען הערט אז אויך א צווייטע פרוי וועלכע איז געווען הויך אויף די ליסטע האט ארויסגעצויגן איר קאנדידאטור

די שוועריגקייט צו טרעפן א גוטע קאנדידאט פאר די פאזיציע איז צוליב עטליכע פאקטארן אריינגערעכנט אז פאר קוואליפיצירטע קאנדידאטן מיינט עס אז זיי דארפן ריזיקירן מיטן איבערלאזן גוט באצאהלטע פאזיציעס (די דזשאב צאהלט ארום 200 טויזנט דאלער א יאר און קאנדידאטן וועלכע ווערן באטראכט פארדינען געווענליך פיל מער אנפירנדיג אייגענע ריסוירטש אינסטיטוציעס) און האפן אז זיי וועלן נישט ווערן ארויסגעשטעלט דורך א קומענדיגע אדמיניסטראציע (אנדערש ווי ביי אנדערע סארט פאזיציעס קען א דירעקטאר פון אזא ארגאנאזאציע זוכן איבערצולאזן פינגער אפדרוקן אויפן געזונטהייט פראנט וועלכע געדויערט לענגער דורכצופירן און זוכן נישט בלויז פאליטישע איבערנאכט פאליסי טוישונגען)

זיי נעמען אויך אין באטראכט אז סיי ווער עס וויל באקומען די דזשאב וועט דארפן ווערן באשטעטיגט דורך די סענאט העלט קאמיטע איידער מען זעהט זיך אויפן סענאט פלאר פאר אן ענדגילטיגע אפשטימונג און דער פארזיצער פון די קאמיטע איז בערני סאנדערס וועלכע גייט זייער מעגליך ווייזן דעם טיהר פאר סיי וועלכע קאנדידאט מיט פארבינדונגען צו די פארמאסיוטיקאל אינדוסטריע
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

היינט נאכמיטאג האט זיך ביידן געטראפן אין סאן דיעגא מיט די פריים מיניסטארן פון ענגלאנד און אוסטראליע, בנוגע דעם AUKUS אפמאך אונטער וואס אמעריקע מיט ענגלאנד פארקויפן נוקלעארע געטריבענע סובמארינען פאר אוסטראליע.

מען האט געמאכט א סאמיט ביי א טישל מיט נאך הויכע באאמטע ארום, נאכער געהאלטן דרשות אין גאס ביי א פאדיום. מיט א סובמארין אין וואסער אלס די בעקגראונד.
אטעטשמענטס
IMG_20230313_190129_copy_929x619.jpg
IMG_20230313_190129_copy_929x619.jpg (398.99 KiB) געזען 690 מאל
20230313_172038.jpg
20230313_172038.jpg (261.08 KiB) געזען 710 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פרעזידענט זאגט אז ער קלערט פון באזוכן אין (צפון-)איירלאנד קומענדיגע מאנאט צו אפצייכענען די 25'טע יארטאג פון די 'גוד פריידעי עגרימענט'.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ביידען אדמיניסטראציע קומט ארויס מיט א פארשלאג אז מען זאל רעדוצירן די שטאפלען פון א געוויסע סארט אומגעזונטע כעמיקאל פון טרונק וואסער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט ביידען וועט באזוכט היינט דינסטאג קאליפארניע און וועט דארט אונטערשרייבן אן עקזעקוטיווע גאן קאנטראל ארדער

די ארדער וועט שטייפער מאכן בעקגראונד טשעקס און פארלאנגען פון אטוירני דזשענעראל מעריק גארלענד צו אדרעסירן א לופהאול מיטן קלארשטעלן וואס גייט אלץ אריין אין די קאטעגאריע פון "אין די ביזנעס פון פארקויפן געווער"

די רעדע איז איבער א פארלאנג פון לייסענסד גאן פארקויפער וועלכע דארפן דורכפירן בעקגראונד טשעקס אויף אזלעכע וואס קויפן פון זיי געווער און די ארדער וועט פארזיכערן אז מער פארקויפער פאלן אונטער די פארלאנג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ביידען אדמיניסטראציע האט באשלאסן אז אויב טיקטאק וועט זיך נישט אפטיילן פון אירע כינעזע פארבינדונגען וועט מען ארויפשטעלן א פארבאט אקעגן עס נוצן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”