רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

זכרו ברכתו והבטחתו של רבינו בעל מנחת אלעזר זי"ע:
כשיהיה לי לטובה שיהיה שפתותי דובבות, כשיזכני השם יתברך
אז אעשה גם לכם טובות, וביותר לעושים ומעשים לטובה"!

אזוי אויך בעהט ער מען זאל זיך טובל'ן לע"נ!
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

א שס איד
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:45 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שס איד »

לרגל די יומא דהילולא קדישא וועל איך מעתיק זיין א סיפור דברים וואס איך האב געשריבן אמאל אין א קונטרס לבני משפחתי מאותו צדיק וקדוש זי"ע:

אזוי ווי מען רעדט דא פון צאנז און שינאווע איז כאן המקום אביסל
מרחיב בדיבור צו זיין איבער דעם ענין פון די מחלוקת פונעם הייליגן
צאנזער רב מיט בנו בכורו דער הייליגער שינאווער רב וואס איז נוגע
צום רב ז"ל, וואס ווי באקאנט האבן די הייליגע טאטע אין זוהן געהאט
חילוקי דיעות אין זייער אסאך הוראות ואחת מהנה איז געווען איבער
'ציצין המעכבין את המילה', וואס דער דעת קדשו פונעם הייליגן
צאנזער רב איז געווען אז אויב איז איבערגעבליבן נאכ'ן ברית ציצין
המעכבין את המילה דארף מען עס נישט אראפנעמען אינגאנצן פונעם
גוף דורך חיתוך נאר עס איז גענוג אראפצונעמען דורך פריעה, און
אדרבא מען טאר עס נישט אראפנעמען דורך חיתוך ווייל עס איז גורם א
צער פאר די קינד, דער צאנזער רב האט געשריבן פינף תשובות בלבת
אש קודש ווי ער איז חולק דארט אויף די חכמת אדם וואס האלט אז דאס
קינד איז יא א ערל, און דער צאנזער רב שרייבט דארט גאר שארפע
לשונות וואס מען טרעפט נישט קיין ערגעץ זיך אויסדרוקנדיג: אפי' אם
יבוא אליהו אין שומעין לו שכן נהגו העם... און אויף ווער עס איז יא
מחמיר שרייבט ער: אין מצוה בזה רק עבירה ומסכן זרע ישראל בחינם...
ומי שמוציא לעז על נימולי בני ישראל יחוש לעצמו וד"ל... ואדרבא
העושה זאת הוא רוצח וחושש אני בו אם הוא מנפשות עמלק ימ"ש אשר
חתך מילות בני ישראל...
און ער פירט אויס מיט די מורא'דיגע דיבורים:
ולדינא אמרתי דעתי ולא אשוב מפני כל , "ותהלה ל אל יש לי הורמנא
מגדולי עולם נוחי נפש ז"ל גאונים מפורסמים שסמכו אותו , מה שלפי
דעתי אין אחד מגדולי דורינו שיהיה להם הורמנא כזה ולכן לא איחת
מקול אדם"...

ווידער דער הייליגער שינאווער רב האט געהאלטן אז כל זמן די ציצין
איז מחובר צום גוף איז ער נאך א ערל מן התורה, און ער האט זיך סומך
געווען אויף דעת רבו דער בעלזער רב השר שלום זי"ע וואס האט מחמיר
געווען, דער שינאווער רב האט געבעטן דעם רב ז"ל נאך זייענדיג א
יונגערמאן אז היות ער האט געהערט אז ער שרייבט א ספר אויף הלכות
מילה [וואס איז שפעטער ארויסגעקומען באקאנט אלס "אות שלום"],
זאל ער מברר זיין די הלכה וואס די טאטע שרייבט אז אז ער גלייבט
נישט אז בעלזער רב זי"ע האט מחמיר געווען און איך ווייס אז דער
בעלזער רב האט יא מחמיר געווען על כן זאל ער זעהן עס מבר צו זיין,
און 'ער זאל נישט קוקן אויף קיינעם' און אין ספר פרדס הצדיקים שטייט
געשריבן אז דער שינאווער רב האט דאן געזאגט פארן מנחת אלעזר:
איך בין א זוהן ממילא קען איך נישט ארויסקומען בכתב קעגן דעם
שארפן פסק דין פון מיין הייליגן טאט'ן אבער דו 'וועסט דאך שרייבן
תשובות' בעט איך דיר זאלסטו שרייבן א בירור הלכה אין דעם נידון,
האט איהם דער רב ז"ל געענטפערט אז ביי איהם ליגט א תשובה פון
זיידן דער שם שלמה זי"ע - [בכתב יד קודש, ווייל דער שם שלמה האט
געלאזט בצוואה אז מען זאל נישט דרוקן זיינע ספרים, און במאמר
המוסגר איז אינטערסאנט צו צולייגן אז ווען די די שם שלמה איז נסתלק
געווארן האט די דרכי תשובה מורא געהאט צו פארן צום שינאווער רב,
אויס מורא אז דער שינאווער רב וועט איהם הייסן עובר זיין אויפן
טאטנ'ס צוואה און יא דרוקן די ספרי קודש פונעם שם שלמה זי"ע,
וויסנדיג אז דעת קדשו פונעם שינאווער רב איז אזוי, זיך ברענגענדיג א
ראיה פון דאס וואס מען זעהט אז רבי חיים וויטאל זי"ע האט געהייסן
זיינע תלמידים באערדיגן די כתבים וואס ער האט געשריבן אלעס וואס
ער האט מקבל געווען פון די אר"י הקדוש , עכ"ז האבן זיינע תלמידים
שפעטער ארויסגענומען די כתבים און עס געדרוקט לאור עולם, למרבית
הפלא האט למעשה שינאווער רב קיינמאל נישט געהייסן עפעס דעם
דרכי תשובה איבער זיין טאטנ'ס כתבים] - וואס איז אויך מקיל ווי דער
צאנזער רב, האט איהם שינאווער רב געזאגט: " דאס שאדט נישט, ביי
תורה קוקט מען נישט אויף אזעלכע זאכן אז עס קומט אויס אנדערש
פסק'נט מען אנדערש ", האט דער הייליגער מנחת אלעזר זי"ע דורך
געטון די הלכה און ער איז געקומען צום אויספיר אז מען דארף יא
איבער מל'ן כדעת קדשו פונעם שינאווער רב , אזוי ווי ער איז מבאר
בספרו הקדוש אות חיים סימן רס"ד סקי"ז באריכות נפלא שרייבנדיג
אינמיטן בלשו"ק: ולא זכינו להבין רבינו הדברי חיים זצ"ל
בתשובותיו... ואמנם אני אדון בעניי ל פניו בקרקע בזה כתלמיד קטן
שבקטנים ופר אני תחת כפות רגליו הקדושים זכותו יגן עלינו ואשאל נא
לפי דעת רבינו... [דאס איז אנדערשט ווי עס איז אנגענומען אין דער וועלט אז דער
מנחת אלעזר זאל האבן געשריבן סתם די ווערטער 'דלא כהד"ח' , וואס עס איז נישט
אמת נאר די רב ז"ל האט געשריבן אזוי אויבן דערמאנט].
***
איז דא א אינטערסאנטע מעשה וואס מונקאטשער רב שליט"א האט
פארציילט וואס ער האט אליין געהערט פון די בעל המעשה הגה"צ ר'
אברהם שלמה כ"ץ זצ"ל דער ריסקעווער רב פון בני ברק, [דער
ריסקעווער רב ז"ל איז געווען מורא'דיג בידידות מיטן רב ז"ל ווי זיין
אייניקל הגה"צ ר' בערל כ"ץ זצ"ל אב"ד דושינסקי האט דערציילט אז
ער האט געהערט פון זיין זיידן "מיט צוויי מענטשן האב איך אמאל
שפאצירט די גאנצע נאכט פון מוצאי שבת ביז אינדערפרי , אזש ווען
דער עולם איז שוין געקומען דאווענען מיט בגדי חול האבן מיר נאך
שפאצירט אינעם הויף מיט בגדי שבת... מיטן מונקאטשער רב דער
מנחת אלעזר זי"ע און מיטן רבי'ן זי"ע פון סאטמאר], דער ריסקעווער
רב ווי באקאנט איז געווען א טוען ביי דיני תורות, איז אמאל געווען א
דין תורה ווי דער ריסקעווער רב האט געדינט אלס טוען און דער
נאסאדער רב הגה"ק רבי אברהם יהושע פריינד זי"ע איז געווען דער
שליש, נאכדעם וואס איז אריבער די גאנצע דין תורה האט דער נאסאדער
רב געזאגט פארן ריסקעווער רב: היינט האט איר זייער קלאר
גע'טענה'ט, האט איהם דער ריסקעווער רב געענטפערט אז ער וועט
איהם זאגן די אמת אז היות דער בעל דין איז א מונקאטשער חסיד האט
ער זיך אויסגענומען מיט מיר אז איידער איך גיי צו צו די דין תורה זאל
איך אויסשמועסן די דין דברים מיט זיין רבי'ן דער מונקאטשער רב , האט
נאסאדער רב רעאגירט: "אה מיטן מונקאטשער רב... דעמאלט איז נישט
קיין ווינדער , אבער חולק זיין אויפן הייליגן רב דער דברי חיים האט ער
נישט געדארפט" , מיינענדיג דאס וואס די רב ז"ל אין אות חיים האט
גע'פסק'נט לגבי די שאלה פון ציצין אזוי ווי דער שינאווער רב דלא
כהדברי חיים ,
דער ריסקעווער רב איז שפעטער צוריק געפארן אויף מונקאטש און
דערציילט פארן רב ז"ל די אויסגאנג פון די דין תורה, האט איהם דער
רב ז"ל געפרעגט -וויסנדיג אז דער נאסאדער רב איז מקפיד אויף איהם
צוליב'ן חולק זיין אויפ'ן דברי חיים - און דער נאסאדער רב האט
גארנישט געהאט צו זאגן איבער מיר, האט איהם דער ריסקעווער רב
געענטפערט אז יא ער האט געזאגט אז אויפן דברי חיים קען מען נישט
חולק זיין... האט איהם דער רב ז"ל געזאגט: פון זיך אליין וואלט איך
אפשר נישט חולק געווען נאר איך האב דאס געטון אויף די בקשה פון
שינאווער רב וועלכער האט מיר געבעטן ער זאל דורכטון די מקצוע און
ווי אזוי עס וועט מיר אויסקומען זאל איך שרייבן די פסק הלכה , און די
רב ז"ל האט צוגעלייגט: דער שינאווער רב איז געווען מיין רבי פון איהם
האב איך מקבל מרות געווען און איך האב געטון וואס ער האט מיר
געבעטן , און ער האט איהם געהייסן איבער געבן פארן נאסאדער רב די
פאלגנדע מעשה שהיה: אז הרה"ק ר ' שלום אליעזר'ל זי"ע פון
ראצפערט האט געדארפט חתונה מאכן איינע פון זיינע קינדער האט ער
געוואלט דרוקן א נייע מהדורא פון שו"ת דברי חיים כדי ער זאל פון די
הכנסות קענען האבן אויף הוצאות החתונה, איז ער געגאנגען צו זיין
ברודער דער שינאווער רב בעטן אן הסכמה, האט זיך דער שינאווער רב
אויסגענומען אז ער געבט אן הסכמה נאר אויב ער וועט אויסנעמען צוויי
פון די גאר שארפע תשובות וואס די טאטע האט געשריבן קעגן זיין פסק
הלכה לגבי די ציצין המעכבין את המילה, רבי שלום אליעזר'ל איז
געווען מורא'דיג נבוך וואס צו טון ווייל דער תנאי פון זיין ברודער האט
ער נישט געקענט מסכים זיין, אבער מצד שני האט ער נישט געוואלט
'עובר זיין' אויפן תנאי פון זיין ברודער ממילא האט ער נישט געדרוקט
די תשובות דברי חיים ' איז אויב דער שינאווער רב איז שוין געווען
בהחלט קעגן די פסק פון זיין טאטן וואס איז ער מקפיד אויף מיר,
ווען ריסקעווער רב האט א צייט שפעטער עס איבערגעזאגט פאר'ן
נאסאדער רב האט נאסאדער רב - וואס איז כידוע געווען אויסגערופן
מיט זיין אויסטערלישע דביקות אינעם הייליגן דברי חיים - גענומען
שרייען איר פארשטייט נישט וואס איך זאג: " דער הייליגער צאנזער רב
איז תורה מסיני , און קיינער קען אויף איהם נישט חולק זיין , אפי' דער
שינאווער רב אליינ'ס אויך נישט ", לימים ווען דער ריסקעווער רב האט
עס איבערגעזאגט פארן רב ז"ל , האט די רב ז"ל געזאגט מיט א ברען:
"נאסאדער רב מיינט טאקע אז ער איז דער איינציגסטער צאנזער
חסיד?! איך בין אויפגעווא קסן אין צאנז, אין וויגעלע האט מען שוין
גערעדט צו מיר פון צאנזער רב , דער זיידע [מרן בעל שם שלמה זי"ע]
האט געליטן רדיפות וועגן זיין התקשרות מיט צאנז , ביי די זיבעצן יאהר
האב איך געקענט גאנץ תשובות דברי חיים בעל פה ווייל דער טאטע
[מרן בעל דרכי תשובה זי"ע] האט געוואלט איך זאל עס אזוי קענען , און
איך קען זיך נאך היינט לאזן פארהערן גאנץ תשובות דברי חיים , איך בין
נייגעריג צו... קען זיך פארהערן גאנץ תשובות דברי חיים אויסנווייניג" ,
און די רב ז"ל האט זיך אויסגעדרוקט די באקאנטע ווערטער "ווען מען
זאל מיך שניידן די אדערן וועט זיך גיסן צאנזער בלוט".
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

געהערט די מעשה פין רב זז׳ג אביסעל אנדעש, די שם שלמה האט נישט געלאזט די דרכי תשובה חתונה האבן ביפאר ער האט געקענט תשובת דברי חיים אויף אויסעווענדיג, האט די הייליגער מנחת אלעזר ציגעלייט אין מיין טאטע די דרכי תשובה האט מיך אויך נישט געלאזט גיין צי די חופה פאר איך האב געקענט תשובת דברי חיים בע׳פ.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אגב, אין שער יששכר דערמאנט ער די נאסוד'ע רב ביי איינע פון די דרשות (איך געדענק נישט צו ביי תקיעת שופר אדער כל נדרי) ווי ער רעדט פון צדיקים וואס זענען נסתלק געווארן אין די פארלאפענע יאר.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג

וואסי די שאלה בכלל די מנחת אלעזר האט עס געבאדערט ווי באלד די הייליגער נאסודער רב איז געווען בשיטתו, אין א גוטע פריינט, די מעשה בילאנגט נישט מיינעך אין א פאבליק פארום, נאסודער רב זי׳ע איז געווען א גאון עולם, א שטיק צאנז,אין די הייליגער רב האט פשוט ארויסגעברענגט זיין התקשרות/דביקות בצאנז.
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 11:34 pm

וואס איז די פראבלעם אז עס איז פאבליק, פארקערט זאל מען זיך אויסלערנען ווי אזוי צוויי צדיקים וקדושים וואס זענען געווען גוטע פריינד אבער ווען עס איז געקומען צו א דבר תורה אן א הלכה וכדומה קוק מען נישט אויף גארנישט, דאס מיין איך איז א שיינקייט פון אונזערע צדיקים.
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

אז מען רעדט שוין פונעם מנח"א און צאנז איז אינטערסאנט אנצומערקן אז זיין רבו מובהק איז געווען הגה"ק משינאווא זי"ע אבער ער איז געגאנגען נאשן פון כמעט יעדע צדיק אדער צדיק וואס ער האט נאר געקענט, פון חסידים ליטאים און ספרדים.

הארזים האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 9:27 pm
זכרו ברכתו והבטחתו של רבינו בעל מנחת אלעזר זי"ע:
כשיהיה לי לטובה שיהיה שפתותי דובבות, כשיזכני השם יתברך
אז אעשה גם לכם טובות, וביותר לעושים ומעשים לטובה"!

אזוי אויך בעהט ער מען זאל זיך טובל'ן לע"נ!
דאס זיך הייסן טובל'ן לע"נ א נפטר האט מען אנגעקוקט ווי א חידוש וואס מען האט פארדעם נישט געוויסט דערפון, נאך די פטירה האט מען פראבירט נאכצוזיכען א מקור דערפון, האט זיך איינער אנגערופן דאס אז די מנחת אלעזר האט געבעטן מען זאל זיך טובל'ן לעילו נשמתו איז נאך די גרעסטע מקור.........
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

צפת דאמעריקא האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 12:20 am

מען רעדט דערפון עטליכע בלעטער צוריק מער מיט פרטים, און אגב די חיד"א ברענגט שוין די ענין.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

רביה׳ק מסאטמאר פלעגט זיך אויך טויבלן לע׳נ זיינע עלטערן אזוי האבעך געזען.
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

די מעשה מיטן נאסודע רב ווערט דערציילט בכמה אופנים.

איינמאל האב איך געהערט אז דער מנח"א האט געהערט אז נאסודע רב איז מקפיד האט ער געזאגט: פון קיינעם אויף די וועלט האב איך נישט מורא אבער פון דעם אלטער האב איך זייער מורא.

א נאסודע אייניקל האט מיר דערציילט איז דער מנח"א האט געשיקט צום נאסודע רב זיך מתנצל זיין אז די תשובה האט ער געשריבן בפקודת זיין רבי דער שינאווע רב. און נאסודע רב וואס האט שטארק געהאלטן פון שינאווע רב האט זיך מיט דעם בארואיגט. און איינמאל ווען ער האט געטראפן דעם מנח"א ערגעץ ווי האט ער אים מפייס געווען
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8517
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

צפת דאמעריקא האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 12:20 am
הארזים האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 9:27 pm
זכרו ברכתו והבטחתו של רבינו בעל מנחת אלעזר זי"ע:
כשיהיה לי לטובה שיהיה שפתותי דובבות, כשיזכני השם יתברך
אז אעשה גם לכם טובות, וביותר לעושים ומעשים לטובה"!

אזוי אויך בעהט ער מען זאל זיך טובל'ן לע"נ!
דאס זיך הייסן טובל'ן לע"נ א נפטר האט מען אנגעקוקט ווי א חידוש וואס מען האט פארדעם נישט געוויסט דערפון, נאך די פטירה האט מען פראבירט נאכצוזיכען א מקור דערפון, האט זיך איינער אנגערופן דאס אז די מנחת אלעזר האט געבעטן מען זאל זיך טובל'ן לעילו נשמתו איז נאך די גרעסטע מקור.........
איך האב געהערט אז מ'האט געפרעגט א געוויסער עילוי, דאכצעך מיר אז ער האט געהייסן גראס, איך געדענק נישט קלאר, ווי ס'איז דא א מקור אויף זיך טובלען לעלוי נשמת, ער האט אנגעהויבן איבערגיין אין זיין קאפ, אין שס שטייט עס נישט אין די ראשונים אויך נישט, און די אחרונים אויך נישט, אה.. ס'שטייט אין די מנח"א'ס צוואה..

קען זיין אז איך מיש מעשיות, אבער עפעס אזאנס ליגט מיר אין קאפ
בהיותו במערה
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 13, 2021 7:42 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בהיותו במערה »

תרמב האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 2:51 am
צפת דאמעריקא האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 12:20 am
הארזים האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 9:27 pm
זכרו ברכתו והבטחתו של רבינו בעל מנחת אלעזר זי"ע:
כשיהיה לי לטובה שיהיה שפתותי דובבות, כשיזכני השם יתברך
אז אעשה גם לכם טובות, וביותר לעושים ומעשים לטובה"!

אזוי אויך בעהט ער מען זאל זיך טובל'ן לע"נ!
דאס זיך הייסן טובל'ן לע"נ א נפטר האט מען אנגעקוקט ווי א חידוש וואס מען האט פארדעם נישט געוויסט דערפון, נאך די פטירה האט מען פראבירט נאכצוזיכען א מקור דערפון, האט זיך איינער אנגערופן דאס אז די מנחת אלעזר האט געבעטן מען זאל זיך טובל'ן לעילו נשמתו איז נאך די גרעסטע מקור.........
איך האב געהערט אז מ'האט געפרעגט א געוויסער עילוי, דאכצעך מיר אז ער האט געהייסן גראס, איך געדענק נישט קלאר, ווי ס'איז דא א מקור אויף זיך טובלען לעלוי נשמת, ער האט אנגעהויבן איבערגיין אין זיין קאפ, אין שס שטייט עס נישט אין די ראשונים אויך נישט, און די אחרונים אויך נישט, אה.. ס'שטייט אין די מנח"א'ס צוואה..

קען זיין אז איך מיש מעשיות, אבער עפעס אזאנס ליגט מיר אין קאפ
דער עילוי איז דער ליובאוויטשער רבי,
נאר כ'מיין אז נישט פונקט אויף דעם פרט פון דעי צוואה,
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

ווייסט איינער עפעס איבער די נסיעה צום שטאט מעדזילאבריץ ? מען פארציילט עפעס אז ער האט נישט געוואלט אריין פארן אים שטאט וועגן א מחלוקת האט ער געפירט טיש אין באהנהויף.
אוי סיז גיט
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 9:42 am

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי סיז גיט »

בעלזא אייניקעל האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 7:56 am
ווייסט איינער עפעס איבער די נסיעה צום שטאט מעדזילאבריץ ? מען פארציילט עפעס אז ער האט נישט געוואלט אריין פארן אים שטאט וועגן א מחלוקת האט ער געפירט טיש אין באהנהויף.
viewtopic.php?p=1973609#p1973609
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

תרמב האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 2:51 am
צפת דאמעריקא האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 12:20 am
הארזים האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 9:27 pm
זכרו ברכתו והבטחתו של רבינו בעל מנחת אלעזר זי"ע:
כשיהיה לי לטובה שיהיה שפתותי דובבות, כשיזכני השם יתברך
אז אעשה גם לכם טובות, וביותר לעושים ומעשים לטובה"!

אזוי אויך בעהט ער מען זאל זיך טובל'ן לע"נ!
דאס זיך הייסן טובל'ן לע"נ א נפטר האט מען אנגעקוקט ווי א חידוש וואס מען האט פארדעם נישט געוויסט דערפון, נאך די פטירה האט מען פראבירט נאכצוזיכען א מקור דערפון, האט זיך איינער אנגערופן דאס אז די מנחת אלעזר האט געבעטן מען זאל זיך טובל'ן לעילו נשמתו איז נאך די גרעסטע מקור.........
איך האב געהערט אז מ'האט געפרעגט א געוויסער עילוי, דאכצעך מיר אז ער האט געהייסן גראס, איך געדענק נישט קלאר, ווי ס'איז דא א מקור אויף זיך טובלען לעלוי נשמת, ער האט אנגעהויבן איבערגיין אין זיין קאפ, אין שס שטייט עס נישט אין די ראשונים אויך נישט, און די אחרונים אויך נישט, אה.. ס'שטייט אין די מנח"א'ס צוואה..

קען זיין אז איך מיש מעשיות, אבער עפעס אזאנס ליגט מיר אין קאפ
viewtopic.php?p=2361702#p2361702
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

זי"ע
אטעטשמענטס
b4915c9ec2ea4b93a8fb4d94cca4e15c.jpg
b4915c9ec2ea4b93a8fb4d94cca4e15c.jpg (327.7 KiB) געזען 367 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5251
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

דריידל האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 10:48 pm
אגב, אין שער יששכר דערמאנט ער די נאסוד'ע רב ביי איינע פון די דרשות (איך געדענק נישט צו ביי תקיעת שופר אדער כל נדרי) ווי ער רעדט פון צדיקים וואס זענען נסתלק געווארן אין די פארלאפענע יאר.
{מאמר יום הקדוש ו'}

-------

• [ב], הוספה [מתוך קונטרס 'דברי קודש', ה'תרצ"ג]. [והוסיף רבינו עוד בעת אמירתן:] ותדעו נא אחי צמודי לבבי, איך ובמה הבעל הבית דוחק, היינו דחקות הפרנסות, דחקות הנפשות והגופים,

וגם עוד דעו נא במה הבעל הבית דוחק אותנו בעונותינו הרבים, אשר זה מקרוב נאסף הצדיק הגאון הקדוש רבי מרדכי ליב ווינקלער זצ"ל הרב ממאדא, בעל המחבר שו"ת לבושי מרדכי, אם כי היה זקן מופלג אבל כבר היה חי עשרים שנה בדרך נס, והיה יכול לחיות יותר, והוא היה צדיק, וזי"ע.

ואחריו נלקח הגאון הצדיק הקדוש מאינטערדאם ומנאסאד זי"ע הג"מ רבי אברהם יהושע פריינד זצ"ל מנוחתו כבוד בסאקמור. ושניהם היו צדיקי אמת וקדושים, ונלקחן בעון הדור. הוי ואבוי!

וזהו יש לפרש על הכתוב (ויקרא טז, ל): כי ביום הזה, כי הצדיק נקרא יום, כדאיתא במדרש (בראשית רבה פ"ג, ח): " 'לאור יום' (בראשית א, ה) - אלו מעשיהם של צדיקים". יכפר עליכם, היינו על ידי הסתלקות הצדיקים נתכפר לנו עונותינו. ואנחנו גרמנו לקרבנות קדושות האלו, אוי מה היה לנו, ועתה נשוב נא לה' ונפייס אותו, והוא ברחמיו יפייס אתנו, ושנזכה לביאת המשיח במהרה בימינו אמן.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

א שס איד
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:45 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שס איד »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 11:34 pm
וואסי די שאלה בכלל די מנחת אלעזר האט עס געבאדערט ווי באלד די הייליגער נאסודער רב איז געווען בשיטתו, אין א גוטע פריינט, די מעשה בילאנגט נישט מיינעך אין א פאבליק פארום, נאסודער רב זי׳ע איז געווען א גאון עולם, א שטיק צאנז,אין די הייליגער רב האט פשוט ארויסגעברענגט זיין התקשרות/דביקות בצאנז.
קאן זיין, דארף מען טאקע ארויסברענגען און מדגיש זיין אז דער הייליגער מנחת אלעזר זי"ע האט גאר שטארק מעריץ געווען און געהאלטן פונעם נאסודער רב זי"ע, והמעשה הזאת יוכיח די מנחת אלעזר האט נישט געבאדערט ווען א מאן דהוא האט געהאלטן אנדערש פון איהם ווייל אזאנס האט ער געהאט גאר גאר אסאך, נאר טאקע דער נאסודער רב זי"ע - וואס ר' נפתלי ראזענפעלד ז"ל מייסד פון בית לפליטות האט דערציילט ווי ער האט איינמאל געהערט די מנחת אלעזר זאגן בלשו"ק: עס איז מיר ברור ווי א משנה אין ירושלמי אז דער נאסוד'ער רב און די מאדער רב [בעל לבושי מרדכי זצ"ל] זענען פון די ל"ו צדיקים, איי וועט עטץ פרעגן זיי זענען מפורסמים, שטייט שוין אין זוה"ק אז פון די ל"ו צדיקים איז א חלק מפורסמים און א חלק נסתרים, - דאס האט איהם ווי געטון אז ער האט טענות צו איהם.

מענין לענין; פאריא ביים ב' סיון טיש האט מונקאטשער רב שליט"א ארויסגעברענגט בא"ד אז נאך די הסתלקות פונעם מנחת אלעזר 'איז די וועלט אויף געווען' מיט די ווערטער וואס ער שרייבט אין זיין צוואה ווי ער בעט יו"ח תלמידיו וחסידיו זיי זאלן זיך נישט מחבר זיין מיט קיין איינע פון די מפלגות ציוניסטן אגודה'סטן וכו' "אשר בכולם יש בהם מינות" אז ווי אזוי ער האט זיך געטרויעט צו שרייבן אויף די אגודה וואס אין אירע רייען האבן זיך געציילט די גרעסטע גדולי ישראל אזא מין שארפע אויסדרוק אז "יש בהם מינות!!" האט אבער די רב זז"ג מיט צער ארויסגעברענגט אז מען זעהט דעם חכם עדיף מנביא אז כהיום יום צענדליגע יאהרן שפעטער זעהט אז לא נפל מדבריו ארצה......
א שס איד
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:45 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שס איד »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 10:24 pm
געהערט די מעשה פין רב זז׳ג אביסעל אנדעש, די שם שלמה האט נישט געלאזט די דרכי תשובה חתונה האבן ביפאר ער האט געקענט תשובת דברי חיים אויף אויסעווענדיג, האט די הייליגער מנחת אלעזר ציגעלייט אין מיין טאטע די דרכי תשובה האט מיך אויך נישט געלאזט גיין צי די חופה פאר איך האב געקענט תשובת דברי חיים בע׳פ.
תשובות דברי חיים האט מען נאך געדרוקט בחייו פונעם צאנזער רב??
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

א שס איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 12:47 pm
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 10:24 pm
געהערט די מעשה פין רב זז׳ג אביסעל אנדעש, די שם שלמה האט נישט געלאזט די דרכי תשובה חתונה האבן ביפאר ער האט געקענט תשובת דברי חיים אויף אויסעווענדיג, האט די הייליגער מנחת אלעזר ציגעלייט אין מיין טאטע די דרכי תשובה האט מיך אויך נישט געלאזט גיין צי די חופה פאר איך האב געקענט תשובת דברי חיים בע׳פ.
תשובות דברי חיים האט מען נאך געדרוקט בחייו פונעם צאנזער רב??
יא
143_1_600_0.png
143_1_600_0.png (33.98 KiB) געזען 254 מאל
די פלא איז אבער אז די דרכי תשובה האט חתונה געהאט ביי די 15 יאר.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
א שס איד
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:45 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שס איד »

צפת דאמעריקא האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 12:16 am
אז מען רעדט שוין פונעם מנח"א און צאנז איז אינטערסאנט אנצומערקן אז זיין רבו מובהק איז געווען הגה"ק משינאווא זי"ע אבער ער איז געגאנגען נאשן פון כמעט יעדע צדיק אדער צדיק וואס ער האט נאר געקענט, פון חסידים ליטאים און ספרדים.
יא, די תלמידים אין די הקדמה פון דרכי חיים ושלום ברענגען א גאנצע ליסטע פון צדיקים ווי די מנחת אלעזר איז אלס געווען באזוכן.
ווען ער האט געהאלטן פארן דרוקן די ערשטע באנד פון זיין ספר שו"ת מנחת אלעזר, איז ער געגאנגען נעמען הסכמות פון זעקס בארימטע גדולי ישראל פון זעקס באזונדערע מדינות.
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

א שס איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 2:27 pm
צפת דאמעריקא האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 12:16 am
אז מען רעדט שוין פונעם מנח"א און צאנז איז אינטערסאנט אנצומערקן אז זיין רבו מובהק איז געווען הגה"ק משינאווא זי"ע אבער ער איז געגאנגען נאשן פון כמעט יעדע צדיק אדער צדיק וואס ער האט נאר געקענט, פון חסידים ליטאים און ספרדים.
יא, די תלמידים אין די הקדמה פון דרכי חיים ושלום ברענגען א גאנצע ליסטע פון צדיקים ווי די מנחת אלעזר איז אלס געווען באזוכן.
ווען ער האט געהאלטן פארן דרוקן די ערשטע באנד פון זיין ספר שו"ת מנחת אלעזר, איז ער געגאנגען נעמען הסכמות פון זעקס בארימטע גדולי ישראל פון זעקס באזונדערע מדינות.
עס ווערט אויכט געברענגט אין ספר תולדות רבינו, זיי ברענגען א ליסטע פון צדיקים וואס זענען געווען עלטער פונעם מנח"א, וואס די מנח"א איז געגאנגען בבחינת חסיד. אזוי אויכט האט די מנח"א געהאט שייכות מיט כמעט אלע צדיקים מדורו.
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
א שס איד
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:45 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שס איד »

די תלמידים פונעם רב ז"ל ברענגען אין די הקדמה נפלאה פון ספה"ק 'דרכי חיים ושלום' אז די רב ז"ל האט איינמאל בסוף שנותיו אין א דרשה וואס ער האט געהאלטן אינעם גרויסן שטאטישן בית הכנסת אין מונקאטש - בעת ער ער האט פארפירט אין מעורר געווען הערצער פון אידישע קינדער בבחינת אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא - דערציילט אז ער איז איינמאל געווען אין די קור ארט 'קרעניץ' ביים זיין רבי'ן דער הייליגער שינאווער רב זי"ע איז צופרי ווען ער איז זיך געגאנגען געזעגענען האט דער שינאווער רב זיך אויסגעטאן זיינע תפילין און ער איז איהם געגאנגען באגלייטן און ער האט איהם געזאגט בלשון קדשו: "אויב עס וועט דיר זיין א זאך אין עבדות השם זאלן אלע 'רוחות שבעולם' דיר נישט רירן פון פלאץ און דו זאלסט דיך האלטן ביי דיין מיינונג" און דער רב ז"ל האט אויסגעפירט אז ער איז נאך דאן געווען א יונגערמאן בערך פינף און צוואנציג יאהר און זיין טאטע דער הייליגער דרכי תשובה זי"ע האט נאך געלעבט און ער האט איהם דאך אזוי געזאגט נאר די סיבה דערפאר איז געווען ווייל 'יחזקאל הנביא החוזה והצופה' דער הייליגער שינאווער רב זי"ע ברוח קדשו האט פאראויסגעזען וואס עס וועט זיין בסוף יומיא מיט די התגברות פון אלע כתות און פארשידענע פארטייען וואס עס וועלן זיין אין דעם דור פון עיקבתא דמשיחא און די רב ז"ל האט האט זיך אנגעכאפט זיין דיוקנא קדישא און געזאגט: "יעצט ווען איך האב שוין א ווייסע בארד זאל איך מיך קניען חס ושלום צו די כת האגודה! הס מלהזכיר!! המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד!!
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הרה"ק רבן של ישראל רבי חיים אלעזר ב"ר צבי הירש זי"ע, (שפירא), בעל מנחת אלעזר, ממונקאטש.
איז געבוירן אין שטאט סטריזוב, ה' טבת תרל"ב.
צו זיין טאטע הרה"ק רבי צבי הירש בעל דרכי תשובה ממונקאטש זי"ע,
בן הרה"ק רבי שלמה בעל שם שלמה ממונקאטש זי"ע,
בן הרה"ק רבי אלעזר מלאנצהוט זי"ע,
בן הרה"ק רבי צבי אלימלך בעל בני יששכר מדינוב זי"ע.

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת אסתר ע"ה,
בת הרה"ק רבי חנינא הורוויץ מאילנוב זי"ע,
בן הרה"ק רבי יעקב ממעליץ זי"ע,
בן הרה"ק רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מרופשיץ זי"ע.

די מאמע די צדקת מרת מרים ע"ה האט נאך זוכה געווען צו זיין ביי די עלף יאר ביי הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע.

דער הייליג קינד איז געבוירן דורך א ברכה פון הרה"ק מצאנז זי"ע.
דער זיידע דער שם שלמה איז איינמאל אריין צום צאנזער רב און געבעטן א ברכה פאר זיין זוהן דער דרכי תשובה פאר קינדער, און דער הייליגער צאנזער רב האט געזאגט, "דיין זוהן וועט האבן קינדער" און צום יאר איז געבוירן געווארן דער הייליגער מנחת אלעזר זי"ע.

דער מנחת אלעזר האט געהאט די זכי' עטליכע מאל צו זיין ביים הייליגען צאנזער רב זי"ע,
דער צאנזער רב האט פארן קינד ארויסגעוויזן א געוואלדיגע אהבה, ער איז איינמאל געזעצען אויפן שויס פונעם הייליגען צאנזער רב, דער צאנזער רב האט געזאגט אויף דעם קינד, "ער וועט אויסוואקסן אן אונגארישער גדול".

ביים ברית האט מען דעם קינד געגעבן דעם נאמען אלעזר נאכן הייליגען זיידן הרה"ק מלאנצהוט זי"ע, און ביי די דריי יאר איז דער קינד קראנק געווארן, און על פי הוראת הרה"ק מצאנז זי"ע האט מען דעם קינד צוגעגעבן דעם נאמען חיים.

ער איז געווען א שר התורה,
איש קדוש, צדיק הדור, רשכבה"ג, ולוחם מלחמת ה' במסירת נפש, און א פועל ישועות.
ווען עס איז געקומען צו לוחם זיין פארן באשעפערס נאמען האט דער צדיק זיך ארויסגעשטעלט מיט א געוואלדיגע שטארקייט, ער האט זיך פאר קיינעם נישט דערשראקען נישט קיין חילוק ווי גרויס יענער איז געווען, נאר ער האט מפרסם געווען דעם אמת אן קיין מורא.

ער איז באקאנט געווען אלס א גאר שארפע איד, סיי ווען עס איז געקומען צו א הלכה, און סיי ווען עס איז געקומען צו א מנהג וואס מען האט מקבל געווען פון דורות איז עס געווען ביי אים חק ולא יעבור.

איינמאל איז דער מנחת אלעזר געווען ביי הרה"ק מקרעסטיר זי"ע, מען האט זיך געזעצט צו א סעודה, רבי ישעי'לע האט זיך געוואשען, ער האט געמאכט א ברכה אויפן חלה, אבער בעפאר ער האט אנגעהויבן עסן פונעם חלה, האט ער ארויס גענומען א גרויסע שטיק ווייעכע חלה און עס געטראגען פאר א איד ביים עק פונעם טיש.

אביסל שפעטער האט דער מנחת אלעזר געפרעגט פון רבי ישעי'לע, היתכן ער האט מפסיק געווען נאכן ברכה און געטראגן די חלה פאר דעם איד פאר ער האט טועם געווען פונעם חלה.

האט רבי ישעי'לע זי"ע געזאגט ווען איך האב געמאכט דעם ברכה האב איך געזען ביים עק טיש אז דער איד איז זייער הונגעריג און אויך אז עס פעלט פאר דעם איד כמעט אלע ציין, דערפאר האב איך גלייך ארויס גענומען א גרויס חלק ווייעכע חלה כדי דער איד זאל האבן ווייעכע חלה.

האט דער מנחת אלעזר געזאגט, דאס איז די עבודה פונעם קרעסטירער צדיק, ווייל איך האב אפילו נישט געזען אז דער איד איז הונגערוג און אז ער האט נישט קיין ציין, אבער רבי ישעי'לע האט דאס גלייך געזען ווייל זיין הארץ איז אייביג געווען מיט כלל ישראל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”