לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

לייקטי ונהנתי. (ס'גראמט יומטובערליכדיג?)
זעצל גראצאוויטש
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 12:51 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעצל גראצאוויטש »

כינור ס'איז די ערשטע מאל וואס איך ליין דיינע אנאליזן! איך מיין דו דארפסט אנהייבן שרייבן נאטן!... אזוי גוט אראפגעלייגט! איך מוז איבערהערן אלע סידיס וואס דו האסט באשריבן, ס'גייט זיך הערן אנדערש...
אוועטאר
געבראטענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2022 10:44 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבראטענס »

זעצל גראצאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:23 pm
כינור ס'איז די ערשטע מאל וואס איך ליין דיינע אנאליזן! איך מיין דו דארפסט אנהייבן שרייבן נאטן!... אזוי גוט אראפגעלייגט! איך מוז איבערהערן אלע סידיס וואס דו האסט באשריבן, ס'גייט זיך הערן אנדערש...
ווער זאגט ער שרייבט נישט קיין נאטן?!
זעצל גראצאוויטש
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 12:51 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעצל גראצאוויטש »

געבראטענס האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:46 pm
זעצל גראצאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:23 pm
כינור ס'איז די ערשטע מאל וואס איך ליין דיינע אנאליזן! איך מיין דו דארפסט אנהייבן שרייבן נאטן!... אזוי גוט אראפגעלייגט! איך מוז איבערהערן אלע סידיס וואס דו האסט באשריבן, ס'גייט זיך הערן אנדערש...
ווער זאגט ער שרייבט נישט קיין נאטן?!
אה געבראטנס! האסט מיר אפגעבראטן מיט דיין שאלה...
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

[.
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

מיר איז נישט קיין טעות (אינעם וויליאמסבורג ניגון) מיינט בפשטות דעם "מירער" שטיבל
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

כינור נישטא קיין ווערטער…. סאיז אנבעליוועבעל דיין טאלאנט.. יש׳כ גדול !!!!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow what a job
כ'מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס כ'שטים צו מיט כמעט אלעס וואס די שרייבסט
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
פה מפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

זאפטיגע אנאליז!
כינור איך קען נישט ווארטן צו זעהן א מוזיקאלישע פראדאקציע פון דיר.
פארברענטע טאוסט
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 4:04 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארברענטע טאוסט »

ווען א מוזיקאלישע אויער און א גאלדענע פעדער קומען זיך צוזאם!!

מאסיווע ארבעט כינור! מ'זעמיר שוין הונגעריג פאר נאך!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

אנבעליוועבל!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פארברענטע טאוסט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 10:24 am
ווען א מוזיקאלישע אויער און א גאלדענע פעדער קומען זיך צוזאם!!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שוויציגע ביר
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:08 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויציגע ביר »

PDF ?
אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

שוויציגע ביר האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 11:43 am
PDF ?
קוק דא
viewtopic.php?p=4155799#p4155799
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

געהערט איינמאל דעם סידי..

און נאכאמאהל איבערגעהערט לייוו פון כינור'ס באריכט!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ס׳נישט גרינג צו שרייבן ארטיקלעך, ס׳איז גרינגער צו לאזן די מחשבות אין קאפ... די איינציגסטע שטופ צו נעמען דעם פענע איז די פיעדבעק פון די טייערע חברים דאהי. אבער אזא באראדזש פון נאטיפיקאציעס האב איך נישט ערווארטעט... צו באקומען אזויפיל גריסן און וויסן ווער ס׳ליינט אלס איז א שטארקע באנוס. א לייק פאר אלע לייקערס! יישר כוחכם.

א ריזיגן יישר כוח פאר די אידן וואס אפי׳ מיטן לייק קנעפל אפציע האבן זיי זיך גענומען די מי צו שרייבן
פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 7:03 pm
קודם גיב מיר אפ א לייק, אין מיר פרינטען עס ארויס אפצוליינען בעיון.. שכח פארן אוועקגעבן פין דיין צייט @כינור
שכוח!
גראדע שכל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 7:47 pm
עולם, קומטס אריין געבן לייקס פאר הרב כינור!
דו האסט אלעס אנגעווערטשאפט הייסט... שכוח!
ממוצע האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 8:17 pm
לייקטי ונהנתי. (ס'גראמט יומטובערליכדיג?)
ניין ס׳גראמט נישט אבער ר׳ יום טוב וואלט עס גענוצט... שכוח!
זעצל גראצאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:23 pm
כינור ס'איז די ערשטע מאל וואס איך ליין דיינע אנאליזן! איך מיין דו דארפסט אנהייבן שרייבן נאטן!... אזוי גוט אראפגעלייגט! איך מוז איבערהערן אלע סידיס וואס דו האסט באשריבן, ס'גייט זיך הערן אנדערש...
זאל זיין א גוטע התחלה... יישר כוח גדול!
ידעתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 10:09 pm
מיר איז נישט קיין טעות (אינעם וויליאמסבורג ניגון) מיינט בפשטות דעם "מירער" שטיבל
קאן זיין... מיר האט זיך געדאכט אז ר׳ יום טוב זאגט דאמיר
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 10:36 pm
כינור נישטא קיין ווערטער…. סאיז אנבעליוועבעל דיין טאלאנט.. יש׳כ גדול !!!!
שכוח! יו מעיד מיי דעי
האסטו וועסטו האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 11:50 pm
Wow what a job
כ'מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס כ'שטים צו מיט כמעט אלעס וואס די שרייבסט
אז די שטימסט נישט צו קום אריין קלאר אפשר פרעגט עס תוספות... שכוח!
פה מפיק האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 9:05 am
זאפטיגע אנאליז!
כינור איך קען נישט ווארטן צו זעהן א מוזיקאלישע פראדאקציע פון דיר.
יישר כוח! אלעס איז סיעתה דשמיא
פארברענטע טאוסט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 10:24 am
ווען א מוזיקאלישע אויער און א גאלדענע פעדער קומען זיך צוזאם!!

מאסיווע ארבעט כינור! מ'זעמיר שוין הונגעריג פאר נאך!
ווען א גאלדענע הארץ און א גאלדענע תגובה קומען זיך צוזאם... שכוח!
טינט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 11:13 am
אנבעליוועבל!
שכוח טינט!
ענדע צדיק! האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 11:36 am
פארברענטע טאוסט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 10:24 am
ווען א מוזיקאלישע אויער און א גאלדענע פעדער קומען זיך צוזאם!!
א הסכמה פונעם צדיק... שכוח!
אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 2:10 pm
געהערט איינמאל דעם סידי..

און נאכאמאהל איבערגעהערט לייוו פון כינור'ס באריכט!!
יישר כוח ר׳ אורי!
אוועטאר
גאר.געשמאק
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 7:08 pm
לאקאציע: הארי הררט

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר.געשמאק »

הרב כינור כווייס נישט ווער איר זענט, אבער מאיר אדלער אין נפתלי משה משה שניצלער קענען זיך פארשטעקן פאר דיר,

די ביסט מעכטיג מעכטיג! כהאב דורך געליינט דיין אנאליז, אין נאכדעם נאכאמאל אויסגעהערט די עלבום, סאיז געווען אינגאנצן אנדערשט.

די ביסט דאך אזוי גיט! כגיי קרעזי פאר דיר!

הצלחה! כה לחי!

סייג לכחמה שתיקה!!!
מלה בסלע משתוקא בתרין!!!
אמור מעט ועשה הרבה!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

wow!!!!!!!!!
;l;p- ;l;p- ;l;p-
האמיר צוגעלייגט נאך עטליכע צו ר' לייק'ל זז"ג.

נישט נארמאל קריסטאל קלאר אראפגעלייגט דעם אלבום, נישטא קיין ווערטער!

צוויי הערה'לעך:
כינור האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 7:01 pm

1. ווילאמסבורג
(אידיש נחת 1)
כ'בין געווען זיכער אז דו גייסט אנמערקן אז ער זינגט נישט אפ די ניגון אקוראט ווי ר' יום טוב'ן, כ'רעד פון די דריטע ליין פון די צווייטע פאל. לוי זינגט עס ווי די ערשטע ליין ביי דעם פאל, און ר' יו"ט מאכט אנדערש - מער אויף ארויף. דוק ותשכ"ח. די ערשטע מאל מיינסטע אז ר' יו"ט מאכט עס נישט דירעקט, אבער וועסט זען אז ער מאכט עס דורכאויס ס'גאנצע ניגון.
כינור האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 7:01 pm
האב איך געוואוסט ס׳גייט געשען… ליפא איז געווען די ערשטע אריינצוברענגען אן אדר׳דיגן שטימונג אויף זיין בבליפא סידי און געס וואטט, לוי דזשוינט די קלאב… כאטש לוי טוט עס אויף א פארהעלטמעסיג מינאמאלע פארנעם.
גיי הער אויס 'אמעריטשקא' און 'לוקסוס' וועסטו געוואר ווערן אז דו ווייסט נאך גארנישט פון ר' יו"ט ערליכ'ס קאמעדי...
ס'גארנישט ליפא'ס חידוש - אפשר דאס אז ס'איז אויף ליפא'ס שפראך און געדאנקען, אבער ר' יומטוב'ס איז סאך טיפער, בקיצער...

און ווידער ייש"כ גדול אדיר וחזק אויפ'ן הערליכן אנאליז, כ'האבעס ארויסגעפרינט, אבער כאזיך נישט געקענט איינהאלטן און דא אפגעליינט מיט איין אטעם און דרייסיג אטאמ'ס...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

@כינור זאגסט דאך אזוי זיס! לאוו די אנאליז!
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע: גנזו לצדיקים

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

כינור האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 7:01 pm
בס״ד

1. ווילאמסבורג

און בוקלעט שטייט ׳ביי מיר, אין בעלזא און גור׳. ס׳איז לכאורה א טעות און ס׳האט נישט קיין באדייט. ווי קומט ער אריין דא. ר׳ יום טוב זינגט ׳דאמיר׳ וואס איך ווייס נישט וואס עס מיינט. לכאורה א נאמען פון א הויף.
האביך נישט געהערט נישט דער אלטער און נישט די נייער, און ניטאמאל געזעהן די גראמען, אבער 'דאמיר' קען אפשר זיין The Mir?
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3458
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

שכח כינור יעצט געענדיגט ליינען דיינע אנאליזן אויף במסתרים אין א עהרליכע ליד,
הערליך שיין.
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

כינור האט געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2023 3:20 pm
ס׳נישט גרינג צו שרייבן ארטיקלעך, ס׳איז גרינגער צו לאזן די מחשבות אין קאפ... די איינציגסטע שטופ צו נעמען דעם פענע איז די פיעדבעק פון די טייערע חברים דאהי. אבער אזא באראדזש פון נאטיפיקאציעס האב איך נישט ערווארטעט... צו באקומען אזויפיל גריסן און וויסן ווער ס׳ליינט אלס איז א שטארקע באנוס. א לייק פאר אלע לייקערס! יישר כוחכם.

א ריזיגן יישר כוח פאר די אידן וואס אפי׳ מיטן לייק קנעפל אפציע האבן זיי זיך גענומען די מי צו שרייבן
ידעתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 10:09 pm
מיר איז נישט קיין טעות (אינעם וויליאמסבורג ניגון) מיינט בפשטות דעם "מירער" שטיבל
קאן זיין... מיר האט זיך געדאכט אז ר׳ יום טוב זאגט דאמיר

ער זאגט ״די מיר״ אזוי ווי די אמעריקאנער רופן עס The Mir.
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

@כינור, מ'ווארט מיר אויף א אנאליז אויף שלום'ס נייע אלבום...
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

Masmid האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:41 pm
@כינור, מ'ווארט מיר אויף א אנאליז אויף שלום'ס נייע אלבום...
גא"מ
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

Screen Shot 2023-03-16 at 4.31.02 PM.png
Screen Shot 2023-03-16 at 4.31.02 PM.png (397.41 KiB) געזען 1294 מאל

בס״ד

שלום לעממער - קידוש השם

שלום לעממער.pdf
(108.69 KiB) געווארן דאונלאודעד 118 מאל

א שטאק מיט יארן איז שוין פאריבער זינט די ערשיינונג פון די חנוכה ניגונים מעדלי דורך פריילעך בענד און שלום לעממער אבער איך געדענק נאך מיין איבערראשונג ביים הערן שלום צום ערשטן מאל. ווער איז דער יונגערמאן מיטן קריסטאל שטימע וואס לייגט אראפ פאלקס לידער מיט אזא פאכמאנישטקייט? ווער דרייט זיין שטימע אזוי ׳עפארטלעס׳ און בעטעמט?

ס׳איז א דבר פשוט אז שלום באזיצט פון די שענסטע שטימעס בדורינו. ווען נאר מ׳שטויסט זיך אן אין א פרישע פרעזענטאציע ווי שלום זינגט ווערט מען פונדאסניי איבערראשט ווי שיין ער לייגט אראפ א ניגון.
ווייניג פארמאגן סיי א קאלעראטור, א רעינדש, און די יכולת צו דרייען.

אלזא אז שלום איז ערשינען מיט א פרישן אלבום געאייניגט פארן היימישן באזע לאמיר א כאפ טון די העדפאונס און דעשפרירן וואס ער ברענגט צום מוזיק טיש.


1. הנני העני
לחן: הערשי וויינבערגער

די נאמען טוט אנדייטן אז דא קומט א חזנות שטיקל אויפן תפילה לש״ץ אבער וואס ווי ווען בלויז א צוויי פעלעריגע ניגון.

א סאלא מיטן אבאוי. די פידעלעך שמעקן שוין גראד פון לאופער.

א הערליכן ערשטן פאל! דאס הערט מען נישט יעדן טאג. שלום׳ס שטימע קומט אריין קריסטאל קלאר.

ער הערט זיך א טראפקעלע הייזעריג ביים הויכע פאל. די הויעכע פאל איז ווידער גאר שיין! שיינע ליניעס. ס׳האט אביסל פינקי שטריכן.

איך גלייך אז שלום נעמט מילים וואס איז אים נוגע אזוי זעהט מען דעם חיבור פונעם זינגער צום ניגון. ער איז דאך א בעל תפילה אין די הייליגע טעג.

די ניגון איז זייער געלונגען. אויף זיין ערשטן אלבום ענדיגט ער מיטן ׳אה אה׳ און יעצט הייבט ער אן דערמיט.

פארוואס הערט זיך שלום אביסל הייזעריג ווען ער הייבט אן די זינגעדיגע שטיקל נאכן הויעכן פאל. אינטערסאנט. קען זיין ווייל ער ליגט אזוי אין די ווערטער. ער גיסט הארץ.

זעה איך אין ביכל אז הערשי וויינבערגער האט געמאכט דעם ניגון. זייער א רייכע מעלאדיע. כל הכבוד.

די אלבום האט זיך אנגעהויבן מיטן רעכטן פיס.

אינטערסאנט אז ער הייבט אן דעם אלבום אזוי ׳העווי׳. געווענטליך הייבט מען אן מיט א לייכטע פארשפייז און די פלייש קומט אריין דערנאך. ער הייבט אן אזוי אינמיטן סעודה.


2. קידוש השם
לחן: ליפא שמעלצער

שוין ביים צווייטן ניגון קומט אריין די ניגון אויף וואס די אלבום ווערט גערופן. ענדעלט צו בערי׳ס קרבן וואס דארט טראגט די צווייטע ניגון אויך די אלבום נאמען. אין ביידע האט הערשי וויינבערגער א יד. א פערטיגע צד השוה.

די מוזיק הויבט זיך אן היפש פשוט און פראדיקטיבל. קומט א סימפל ראק ניגון?

ניין. א אידישע ליד.

די ערשטע פאל איז פיין און געשמאק. די הויכע פאל איז וואויל אבער נישט עפעס מורא׳דיג און כ׳פארלאנג נישט בעסער ווייל ס׳דינט איר מיסיע. די ווערטער איז פילפאכיג רייכער.

לכאורה דאני גראס ארעינדזשט. פשוט אבער באגלייט שיין.

טיראראם געב א קוק אין רמב״ם… גוט! הנאה געהאט.

די אינטערלוד איז פיין.

היפש א פשוטע ליד די אלבום זאל זיך מארקעטן מיט דעם ניגון. ס׳קוקט אויס ווי די נאמען איז אינטערסאנט האט מען עס גענוצט אלס ׳טייטל׳ טרעק אבער נישט פארן מעלאדיע. (אפשר האט מען געזוכט מיט וועלכע נאמען מען קען מאכן די שענסטע גראפיקס). אייגטליך איז אבער פארהאן אן אנדערע סיבה פארוואס דעם לידל פיגורירט אויפן אלבום דעקל, נעמליך שלום זינגט צומאל אויפן אנדערן זייט מחיצה ביי די אומות העולם האט ער דעם געלעגענהייט לקדש שם שמים וואס ווייניג האבן. לכאורה איז עס זיין א פערזענליכע טעמע.


3. קהילות הקודש

לחן: שלום לעממער / הערשי וויינבערגער

מען האלט 3 טרעקס אריין און ס׳איז שוין דא צוויי בעללעד׳ס.

די טשעלא האט די כח צו טוהן עפעס דארט אינעווייניג. פון מיינע פעיוועריט אינסטרומענטן.

די ערשטע פאל איז זייער שיין! געבויעט ווי א פאכמאן. די הויכע פאל איז ווידער שיין און הארציג ס׳טראגט גוט די עמאציעס ווייטער.

אן אמת׳ע ווארימע ניגון. אבער די מילים האבן שוין מער ניגונים אויף זיך ווי אותיות.

די מוזיק איז איידל און גאר גוט. די גיטאר אין אינטערלוד קומט אריין קלאר.

שלום לייגט מורא׳דיג גוט אראפ דעם ניגון.


4. אבות על בנים
לחן: יונה ליפשיץ

די מיקס פונעם טראמפעט אין לינקן אויער... גוט! ס׳שפירט ווי ער שטייט אן אינטש נעבן מיר.

איז הערשי די פארפאסער פון דעם ניגון? ס׳האט די ׳איי איי איי׳ פילינג פארמולע גענוי ווי שכינתא בגלותא פון טויסיג.

די ערשטע פאל איז שיין און דיפרענט. די הויעכע פאל האט אויך שיינע טאטשעס.

די ניגון האט שיינע ענינים. איך גלייך עס. דאס קען גיין אויף חתונות.

די מוזיק באגלייט פיין און איז היפש איידל.

אדערווייל קומט שלום מיט גוטע סחורה. לאמיר זעהן וואס ס׳קומט.


5. שמחינו
לחן: הערשי וויינבערגער

ווידער א בעללעד.

מורא׳דיגע דיבורים. ווי קומט מען אויף מיט די געדאנקען? ״טאטע געבן מיר געזונט און לאנגע יארן זאל עס כאטש זיין אזוי פיל ווי די שוועריקייט״. געוואלדיג.

אין הויכן פאל קען מען טאפן די רגש. סוף ניגון ווען מען געפינט אויס אז ר׳ שלום זינגט פאר זיין טאטע לייגט עס צו א שיכט באדייט.

די ניגון איז געבויט ענדליך צו טייערע אידן אין אמעריקא. ביידע ׳ערשטע פעלער׳ זענען בעצם א הויכע פאל.

שלום קומט אריין קלאר. זיינע קרעכצן שניידן דורך די מיקס.


6. אייביג און אלעמאל

לחן: הערשי וויינבערגער

האמיר אריינשפאצירט אין א דזשאז הויז. א רואיגקייט צושפרייט זיך אין אלע גלידער. איז דאס אן אנהויב פון אן עפאכע? א פרישע סאונד אין ׳דזשואיש׳ מיוזיק.

(מכאן הקריאה יוצאת אז ׳דאס׳ מיינט דזשאז… DJ איז קרוי בפי בני אדם ׳דזשעזי מוזיק׳ ס׳איז אבער אויסדרוקלעך נישט דאס. דזשאז איז גאר א רואיגע סארט מוזיק. די נאמען איז היפש ׳דזשעזי׳ האט מען עס אדאפטירט צו טייטלען דערמיט אויף די ווילדע מוזיק).

פשיהא… שלום קומט מיט פרישע חדשות. כמעט נישטא דעם ריטעם אינעם אידישן נגינה שאנק. דאס הייסט ארגינעל. ער קומט מיט נייעס. א פרישן דזשאנרע.

די ערשטע פאל הייבט זיך אן זייער גוט! מוזיקאלישע ווערק. די הויכע פאל איז אויך געוואלדיג. כ׳וויל חס וחלילה נישט חושד זיין אבער איך שפיר דא עפעס א רושם פונעם סעקולארן גאס. ביי אונז הערט מען נישט די סארט ניגונים.

די ניגון איז גאר א גוטע. איך גלייך עס גאר שטארק. א פרישקייט אין טערם פון מוזיק. אן ארטיסטיש אינזל אינמיטן סידי.

כ׳האב 2 השערות. אדער איז די ניגון געמאכט געווארן ווען די ריטעם האט אינטערגעשפילט פון הינטערווילעכץ, אדער האט מען גענומען דעם 3/4 און צוגעפאסט דערצו דעם ריטעם. נישט אז האט הערשי האט קאמפאזירט א דזשאז ניגון.

שלום זינגט מאסיוו! ער קומט דא אריין מיט א נייע פערספעקטיוו.

גוטע ארבעט סיי הערשי און סיי שלום… איך וויל הערן מער אזאנס פון ביידע פון ענק.

מענדי לייגט אראפ א קלאסישע ארעינדזשמענט. די אינטרא טראגט דיר גראד צו א געוויסע פלאץ און ער האלט דיר דארט דורכאויס.

די מאדולעישען איז אביסל נישט סמוד. ער וואלט געדארפט לאזן די מוזיק אליין מאכן דעם מאדולעישען אן שלום.

די וואליום automation איז נישט קאנסיסטענט.

צומאל הערט זיך שלום הייזעריג. איך ווייס נישט פארוואס. הער פון 3:30. אבער טאקע דארט זינגט ער מיט אסאך הארץ.

די קאורד ביי 4:15… א F minor 7 מיט א פלעט פיפט. מאמאמיא.


7. ברוך הוא אלוקינו
לחן: אודי דמארי

די אינטרא איז שוין נישט צו מיין טעיסט. לכאורה ברויך ער יעצט רעדן צום אנדערן זייט גאס. שפירט מער גענויגט צום ליטווישן לאגער.

אינטערסאנט אז ער טוישט נישט די הברה… קודאס.

איך גלייך ווען ער הייבט אן די צווייטע מאל ניגון טוישט שלום ווי ער זעצט די ווערטער.


8. כשעלה משה
לחן: יוסי גרין

יעצט קומט פינקי אדער יוסי. די נאמען פונעם טרעק לאזט אזוי טראכטן. א מינוט אריין אינעם ניגון און ס׳איז קלאר אז ר׳ יוסל איז ביים רודער.

דאס איז שיין… הערליך! אה ר׳ יוסל מיט זיינע רייכע מעלאדיעס. פון ווי ער איז אנגעקומען צום ספר הרוקח מתוך פסיקתא רבתי כ׳ ווייסט איין באשעפער.

די ערשטע חלק איז עפעס הערליך דערנאך (ווי ער הייבט אן כת אחת מיטן ביעט) האט ער מיר שוין נישט צופיל גערירט אבער ס׳איז גאר שיין. די ווערטער פארציילן אויך נישט עפעס א שפאנענדע געשיכטע וואס לאזט זיך שילדערן.

פארוואס האט זיך מיר געדאכט אז יוסי גרין זינגט ווען די קווייער האט אנגעהויבן?


9. טאנץ
לחן: אפרים מארקאוויטש

די טרעק הויבט זיך מיט די קול פון א פארשנעלערטן זייגער? זייער א גוטע געדאנק דאס צו נוצן אלס ביעט.

די ערשט פאל איז שיין און דיפרענט. די ברידזש איז גאר געלונגען.

די הויעכע פאל איז רייך אין ריטעם אבער היפש ארעם אין מעלאדיע. איי איי איי יאם, איי איי איי יאם, וכו׳. אבער וואס א חילוק. די ניגון געבט אפ גאר א געשמאקע ווייב.

Wow! ווען ער הייבט אן נאכאמאל דעם ניגון זינגט ער אזוי אפפביעט. דאס איז ווידעראמאל חידוש וואס מ׳זעהט נישט.

די מוזיק איז גאר גוט. קודאס אפרים. ס׳הערט זיך ׳קלין׳ נישט אנגעפאקט מיט צופיל עלעמענטן. (בכלל די מוזיק אויף דעם סידי הערט זיך בשיטה מינימאל און ריין)

זייער אינטערסאנט די ענדע מיטן מארטש. מען איז שוין אויסגעלאפן פון איידיעס?


10. מודים
לחן: יעקב רפפורט

ר׳ שלום טוט זיך אן דעם חזנישן היטל וואס איז שוין פארשטויבט געווארן אזוי טיף אריין אינעם סידי. שטייט ר׳ שלום אינדערמיט ביי זיין שטענדערל ווען ארום אים איז פארמירט א ריזיגן ארקעסטרע און ער שווימט אין היכל החזנות ווי א פיש אין וואסער.

אה די מוזיק… ווי הייב איך אן? ס׳נעמט טאקע גאטס ארויסצוגעבן חזנות אויף א סידי אין 2023 אבער מיט אזעלכע מוזיק קענסטו זינגען וועגן בלאטע און מ׳גייט זיך באלעקן.

(ווילסט כאפן א שפאציר אין עולם הבא? מאך זיכער צו הערן פון 3:42) איך האף די עולם אפרישיעט וואס שלום ברענגט דא. דאס איז גאר נישט ווייניגער ווי א רעוולוציע ביי אונז וואס מיר זענען נישט באקאנט מיט די ריזיגע חזנות פראדוקציעס אין ארץ ישראל.

שלום זינגט גוט! ליכטיגע וואקאלן. דא איז ער אינדערהיים. איך ווארט ער זאל אנקומען צום מאמענט ווי ער צורייסט באלד זיינע שטים בענדער אבער ס׳נישט אנגעקומען.

ס׳קאסט מיר באלד א שמייכל וואס ס׳גייט אלס פאר אויף דעם איין סידי. פון דביקות און טאנץ צו דזשאז און חזנות.


11. כל זמן
לחן: הערשי ראטטענבערג

איי די לייכטקייט... פוטער.

די ערשטע צוויי פעלער זענען טאקע שיין אבער די דריטע פאל איז ספעציעל!

כ׳האב הנאה פון די ארגינעלע ווערטער.

ר׳ הערשל בלאזט אריין זיין סיגנעטשער לייכט לופטעלע אינעם אלבום. זיין שטעמפל איז די גרינגקייט ווי זיינע ניגונים פארן.

ער זינגט גוט הערשי! ווי אן ארטיסט. א געשמאק צו הערן. ווען קומט אן אלבום?

אן איידעלע אקוסטישע ארעינדזשמענט מיטן פאקוס אויפן גיטאר.

פארוואס ענדיגט זיך נישט די טרעק ווי די מוזיק ווערט שטילער און שטילער ביז ס׳פעידט אינגאנצען ארויס. לדעתי וואלט איז געווען געשמאקער.


12. אמר ר׳ אלעזר
לחן: משה אוישר

איך קען דעם אינטרא. אה ער לייגט אראפ דעם באוואוסטן אמר ר׳ אלעזר פון משה אוישר וואס דודו פישער זינגט. ר׳ שלום לייגט טאקע אראפ וואקאלן ווי ס׳ברויך צו זיין אבער די מוזיק איז עפעס נישט ווי איך בין צוגעוואוינט פון די ארגינעלע. די ניגון איז נישט צו באוואוסט צו לייגן אויף אן אלבום?


13. אמר ר׳ יוחנן
לחן: הערשי וויינבערגער

צוויי אמר ר׳ איינס נאכן אנדערן. אינטערסאנטע החלטות. בעצם וואלט כל זמן געווען א גוטע ענדע צום אלבום אבער אפשר וויל ער נישט נאכקאפירן זיין ערשטע אלבום מיטן האבן ראטטענבערג׳ס ניגון נאכאמאל אלס לעצטע ניגון.

ער נעמט די ווערטער פון ויתן לך אויף וואס איך האב אייביג געוואלט מאכן א ניגון אבער כ׳האב נישט געקענט ווייל ס׳נישטא קיין ווערטער פאר א הויעכע פאל און ער קומט מיט זיין זאפאס פון אידישע ווערטער און ער שפינט א רייכע מעסעדזש.

די געדאנק איז גאר שטארק! איז עס זיין אייגענע?

די ניגון איז פיין. די ערשטע פאל איז וואויל אבער ציעט נישט קיין אויפמערקזאמקייט. די הויכע פאל האט אסאך עמאציע. ס׳האט א דרייוו.

איך הער דא אין הויכע פאל ׳רב און שמואל׳ פון ליפא׳ס אביי ורבא.

די חברה פארשטייען אז אויב וויל מען א ניגון זאל זיין א היט קלאפט מען אויף נמש׳ס טיר… הערשל ראזענבערג מיט זיין לעצטע ניגון והשיב און יעצט שלום מיט זיין אינטערשטען ניגון אמר ר׳ יוחנן.

די ארעינדזשמענט איז זייער איידל מיט ווייניג עלעמענטן.


עפילאג:

איך ענדיג דעם אלבום און איך בין באמת איבערראשט. שלום האט געברענגט סאליד ענינים צום טיש!

ער האט געברענגט הערליכע ניגונים, וואקאלן, מוזיק, א מיקס, און א אלבום קאווער... איין שטיק פרישקייט.

לגבי די פאריגע אלבום שלום; דארט איז געווען די פאקוס מער אויף שלום׳ס שטארקייטן וואס פונאנדערשיידט אים פון די אינדוסטרי. א קעשעניווער און חד גדיא קען נאר ער דעליווערן. האלב איז געווען יצירות און פאלקס לידער און ניגונים וואס פארלאנגן רעינדזש. משא״כ דא האט ער מער גרינגערע לייכטע סחורה.

שלום איז אין אן אינטערסאנטע פלאץ. ער איז א חזן און א קאנטעמפרערי קאנצערט זינגער בינאזאם. ער דארף האבן א ניגון פאר ראש השנה און וואס צו זינגען אויפן העסק סטעידזש. און איך מיין אז הי נעילד איט.

ער נעמט טאקע א פרישע דרך מיטן זינגען מערערע סארטן נגינה אבער איך שפיר נישט ס׳קומט פון א קאמערציעלע פלאץ צו געפעלן דעם דור. איך שפיר ווי יעדע ניגון האט ער געקלויבן ווי א דייאמאנט. ער איז זיך מתחבר צו יעדע ניגון עקסטער. (חוץ איין ניגון ברוך הוא אלוקינו וואס איך בין מסופק אין זיין מאטיוו. לכאורה צוצולייגן א פינקע קאליר).

אבער דאך מעג די הארץ בענקן צום קלאסישן ערשטן שלום אלבום. שלום ציעט דארט ארויף אין די ספערן אריין וואס ער באווייזט נישט דא. די מיקס איז אבער ליכט יארן בעסער אויף דעם אלבום.

צוויי קאנסטראקטיווע הערות:

1. וואס איז די יאגעניש… לוי איז קוים ערשינען און שוין פרישע ווארע. מיינע אויערן לעפלעך זענען שוין אויסגעריבן.

2. יעדע שטאטע ניגון אויף דעם סידי איז א 4/4 בעללעד חוץ כל זמן. ס׳איז היפש אויף איין קאליר.

א מינוט צו הערשי וויינבערגער. ער האט אנגעהויבן און ער ענדיגט דעם אלבום.

הערשי איז א בולדאזער. ס׳ברענט אין אים א פייער. ס׳קומט ארויס אין זיינע ניגונים און איבערהויפט און זיין זינגעריי. אין א הויכע פאל פון הערשי קען מען נישט שלאפן. ס׳קאכט זיך. טאקע נישט אלעמאל איז עס 100 פראצענט נייע חידושים אבער ס׳לעבט. איך מיין אז אויף דעם סידי האט ער דעליווערט ניגונים וואס זענען ווערד מעדאלן. הנני איז א יופי מתחילתו ועד סופו אן א בלאט פלעק און א ארטיסטישן ואני וואס שטופט גרעניצן.

אלנפאלס, שלום שכוח!... דאס הייסט סערוויס פאר דיינע צוהערער. מ׳האמיר זיך באלעקט די פינגער.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”