געאגראפיע און נאך פון די וועלט

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

Nicaraguan Address System
Addresses
Nicaragua has a unique address system. In this system, there are no street names used! This system has caused many people to get lost and especially for people not familiar with the area it might be hard to locate a certain address. Nicaraguans, however, are in general proud on having their own system and have no problems using it.

How it works

Instead of street names or numbers Nicaraguans use reference points from where they start describing a certain address. There are many known buildings, companies, churches, or other reference points, which are used to get a general idea where something is located. The next step is to state how many blocks away the particular address lies from the reference point.

An example could be From the Calvario Church, 1 block south, half a block east

This is an example of a very simple (translated) address. The reference point in this case is the Calvario Church, a well known church in León. By simply going one block (a block is used to refer to a series of houses or lots separated from other buildings by a road) south and half a block east you will be at the desired address.

Complicating factors

This sounds kind of easy. There are some more complicating factors, though. First of all, east and west are not always used. Instead, the words arriba and abajo function as substitutes. Arriba, which means up or above signifies the direction from which the sun comes up: east. Abajo, on the contrary, means down or below and it is used instead of west. The words oriente (east) and poniente (west) are other substitutes that are sometimes used.

In addition to these words, another interesting word is used in certain places: al lago. This means to the lake, and it is used in cities like Managua and Granada which border a lake. Although it can be helpful to know that you have to go towards the lake, it can be hard to figure out in what direction the lake is situated when you are standing in an unknown street somewhere in the middle of Managua

Another complicating factor is the fact that not all reference points are easy to find. In general Nicaraguans have no problem finding them, but for foreigners it might be another case. Churches, statues, squares, buildings, or other present points are relatively easy to find. There are instances, however, in which the reference points do not exist anymore! Before, they were well known points and were therefore used as reference points. Somewhere in the past the building or object was removed or destroyed. The addresses using this reference point now changed slightly but they kept the original object.

Let's take Lacmiel, a company that was used as a reference point in the past. An address could be:

Lacmiel, 2 cuadras arriba, 1/2 cuadra al sur (translated: from Lacmiel 2 blocks east, 1/2 block south).

Nowadays the address would be:

Donde fue Lacmiel, 2 cuadras arriba, 1/2 cuadra al sur (translated: where previously was located Lacmiel 2 blocks east, 1/2 block south).

As you can probably understand, finding out where some building was located can be tough!
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ בעליז ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

בעליז איז א לאנד וואס גרעניצט זיך מיט מעקסיקא פון אויבן און די קאריביען ים פון מזרח.
עס איז די איינציגסטע לאנד אין צענטרעל אמעריקע ווי די אפיציעלע שפראך איז 'ענגליש', דאס איז וויבאלד עס איז געווען א ענגלישע טעריטאריע פאר לאנגע יארן.
די גרעסטע שטאט איז בעליז סיטי, און די הויפט שטאט איז בעלמופען.
עס איז בערך די זעלבע גרויס ווי סאלוואדור, אבער מיט פיל ווייניגער מענטשן, נישט מער ווי פיר הונדערט טויזענט מענטשן, דאס מאכט עס פאר איינס פון די ליידיגסטע און שיטערסטע לענדער איבער די וועלט.

בעליז איז צום ערשט געווען א בריטישע טעריטאריע און עס איז דאן געווארן גערופן 'בריטיש האנדורעס'. ערשט אין יאר תשמ''א איז עס געווארן א לאנד פאר זיך, אבער נאך אלץ אינטער די בריטישע קעניגרייך, אזויווי קאנאדע.
צום ערשט איז די הויפטשטאט געווען ביים וואסער, בעליז סיטי, אבער נאך א מעכטיגע האריקען וואס האט חרוב געמאכט גרויסע טיילן פונעם שטאט, האבן זיי באשלאסן עס אריינצורוקן טיפער אינעם טריקעניש, און דאן האבן זיי אויפגעבויט א נייע שטאט און דארט עס פלאצירט, און מיט נישט מער ווי צוועלף טויזענט מענטשן דערין איז עס די קלענסטע הויפטשטאט איבער די וועלט...
אייגענטליך האבן זיי נישט קיין שום גרויסע שטאט אויסער בעליז סיטי.

א גרויסע טייל פון זייער עקאנאמיע באשטייט אויף צוקער און באנאנעס, און לעצטנס אויך ציטרוס פרוכטן.
וויבאלד עס וואוינען מער בעליזער אינדרויסן פון בעליז ווי אין בעליז... שטראמען אריין גרויסע געלטער פון אזעלכע וואס שיקן צו זייער משפחה וואס איז געבליבן אין בעליז.
זייער וואלוטע, די בעליזער דאללער, גייט אלץ מיט מיטן אמעריקאנעם דאללער, צוויי בעליזע פאר איין אמעריקאנער.
אין בעליז זענען כמעט נישט פארהאן קיין רויט לייטס, נאר אנשטאט לייגן זיי ראוד באמפס ביי די עק גאס.

בעליז האט א הערליכע אומבארירטע גוט פרעזערווירטע נאטור - רעגן וועלדער, טיפע היילן, הויכע וואסער פאלן, גרויסע בערג, פארווארפענע דערפער, טראפישע ים ברעגעס, און נאך און נאך, וואס ציען צו זיך טויזנטער טוריסטן יאר יערליך און עס ווערט נאר מער און מער יעדעס יאר.
אויך פארמאגט עס די צווייט גרעסטע קארעל ריף אין די וועלט, וואס איז אנערקענט דורך יונעסק''א אלץ א אינטערנאציאנאלע וויכטיגע ארט. דאס איז א הערליכע זאך, און מען שטראמט פון איבעראל דאס צו זען דורך אראפגיין אינטערן וואסער און שווימען מיט די פיש צווישן די קאלירפולע קארעלן, דאס איז א מחזה שלא מעלמא הדין.
אזוי אויך פארמאגן זיי אסאך אינטערעסאנטע זעלטענע בעלי חיים. איינס פון זיי איז די 'שרייעדיגע מאנקי', וואס איז פון די צען העכסטע בעלי חיים אין די וועלט, און זיין געשריי הערט זיך פאר ביז דריי מייל ווייט... אויך מערערע סארטן יגואר'ס, וואס איז ווי די אמעריקאנער טיגער, און זיי האבן די איינציגסטע רעזערוואציע פאר זיי. און אויך אסאך סארטן קאלירטע פאפעגייעס.
אזוי אויך פארמאגן זיי די מערסטע 'מאיא' ארכיאלאגישע איבערבלייבענישן, ניין הונדערט אין צאל.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח שמו, צוקער וואסער, געוואלד געשריגן פארן באדאנקען און צולייגן!

אינטערעסאנט, עס זענען די זעלבע ליינער'ס די פון דער אשכול מיט די פון די פופציג שטאטן אשכול, אדער עס איז אנדערע אינטערעסעס?
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איך ליין ביידע
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

Same here
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

שמו האט געשריבן:איך ליין ביידע
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ קאסטא ריקא ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

קאסטא ריקא איז א לאנד אין צענטרעל אמעריקע, וואס ווערט פאררעכנט ווי די נארמאלסטע לאנד אין צענטרעל אמעריקע.
די הויפט שטאט איז סאן חוזה.
עס וואוינען דארט פינף מיליאן מענטשן.
די גרויס דערפון איז בערך אזויווי די שטאט 'וועסט ווירזשיניע'.

קאסטא ריקא איז א עכט דעמאקראטישע לאנד, א זעלטענהייט אין צענטרעל אמעריקע, און עס איז שוין אזוי זייט תשי''א. ווען אלע אנדערע לענדער ארום זענען נאך געווען אינטערגעווארפן אינטער דיטאטורן און רוצחים, האט זיך דארט גענדיגט די דיקטאטורשאפט און איז אריבער צו דעמאקראטיע.
קאסטא ריקא האט אויך נישט קיין שום מיליטער, און איז פון די איינציגסטע לענדער אין די וועלט וואס האבן נישט.

קאסטא ריקא איז א רעלאטיוו רייכע לאנד, כמעט ווי די מזרח אייראפעאישע לענדער.
צום ערשט באשטייט די עקאנאמיע אויף אגריקולטור, ווי באנאנעס, קאווע, פיינעפל און צוקער, ווי עס פאסט פאר א טראפישע לאנד.
און דערנאך קומט די טוריזעם, וואס איז היינט די גרעסטע אינקאם אין לאנד, און בערך דריי מיליאן טוריסטן קומען דארט אריין יערליך און ברענגען אריין גרויסע געלטער פאר די עקאנאמיע.
71 פראצענט פון די דרויסענדיגע האנדל פונעם לאנד איז מיט אמעריקע. יעדער קען קוקן אויף אונזערע באנאנעס אויפן סטיקער, און זען אז ע''פ רוב קומט עס פון קאסטא ריקא.

טוריסטן קומען נישט אהין פאר גארנישט, קאסטא ריקא פארמאגט א הערליכע זעלטן שיינע נאטור, עס געפינט זיך אין א טראפישן קלימאט, און עס פארמאגט געדעכטע רעגן וועלדער, אקטיווע וואולקאנישע בערג, הערליכע טייכן, קריסטל קלארע וואסער ברעגעס, און נאך און נאך.
און בפרט געפינען זיך דארט גאר אסאך סארטן בעלי חיים, מערערע זעלטענע און אייגנארטיגע. עטליכע סארט פון די קעץ פאמיליע, די ריזיגע מאדנע מוריטשקע בער, עטליכע אינטערעסאנטע סארט ראקונ'ס, מערערע סארטן מאנקי'ס, און עטליכע סארט פון די פוילע בעלי חיים וואס איך ווייס נישט וויאזוי מסביר צו זיין וואס דאס איז.
אפילו אינזעקן און שלענג האבן זיי גאר אינטערעסאנטע. איבער צען פראצענט פון די וועלט'ס פוטערפליגן (באטערפלייס) וואוינען דארט. אויך גאר אינטערעסאנטע אייגנארטיגע פרעש. ווי אויך צוואנציג טויזענט אנדערע סארטן ספיידער'ס געפינען זיך דארט, מיין אפעטיט אהינצוגיין פארגייט שוין אביסל...
פינף און צוואנציג פראצענט פון לאנד איז דעזיגנירטע ערטער צו אפהיטן די נאטור, דאס איז גאר א גרויסע נומבער. און עס ער ווערט גערעכנט אז פינף פראצענט פון די פרישע לופט פון די וועלט, קומט פון זייערע וועלדער!
קאסטא ריקא איז אזוי קאלירפול, אז אפילו זייער וואלוטע איז שארף קאלירפול, און אויף יעדע וואלוטע איז דא א צווייטע סארט בעל חי וואס זיי האבן אין לאנד!

אין קאסטא ריקא וואוינען בערך דריי טויזענט אידן, א טייל פון זיי ערליכע און פרומע מיט געהעריגע מוסדות התורה.
אסאך איזרעאליס ציען זיך אהין די לעצטע יארן, אויסער איזרעאלי טוריסטן וואס שטראמען אהין אין די מאסן.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

שקויעך שאהן העניטי, שמו, צוקער וואסער פארן ענטפערן.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

https://www.dropbox.com/s/zug55wl6lm5cp ... F.pdf?dl=0

א מיני נאוועל צו דאונלאדן. געדארפט דא טעסטן.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ האנדורעס ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

האנדורעס איז די צווייט גרעסטע לאנד אין צענטרעל אמעריקע, און האט א גרויסע ים ברעג צום קאריבישן ים און א קלענערע צום פאסיפישן אקעאן.
עס וואוינען דארט ניין מיליאן מענטשן.
די הויפט שטאט איז טאגוסיגאלפא.

די ערשטע יארן נאכן באקומען זעלבסטשטענדיגקייט פון שפאניע, איז האנדורעס געווען אינטערגעווארפן אינטער מערערע דיקאטאטורן, און געווען גאר שטארק פארארעמט. עס האט זיך דארט געטון אסאך איבערקערענישן, ווי אין עטליכע איז אמעריקע אויך געווען אריינגעמישט צוליב געלט איינגעלעגנהייטן.
בעיקר איז דאס פארגעקומען צוליב דעם וואס גרויסע קאמפעניס האבן ארויסגענומען ריזיגע פארדינסטן פון די ארטיגע אגריקולטור עקאנאמיע, אין די צייט וואס די ארבעטער האבן כמעט גארנישט פארדינט דערפון, דאס איז געווען אן אפטע ערשיינונג אין יענע צייטן, אז כמעט די גאנצע לאנד האט געארבעט פאר געציילטע קאמפעניס וואס האבן זיך ניטאמאל געפינען אין לאנד, און זיי האבן פארדינט כמעט אלעס.
ערשט אין יאר תש''ט איז אויפגעקומען א דעמאקראטישע רעגירונג, אבער נאך אלץ האט זיך געטון אסאך מהומות, אפילו ביז לעצטנס אין יאר תשס''ט ווען מען האט אראפגעווארפן די פרעזידענט אין א מיליטערישע פוטש.

האנדורעס איז זייער א ארימע לאנד. 28 פראצענט בירגער זענען ארבעטסלאז... און 60 פראצענט זענען זייער ארים.
די לאנד ווערט גערופן 'די באנאנע לאנד', וויבאלד רוב מענטשן ארבעטן צו פלאנצן באנאנעס, נישט קיין וואונדער זיי זענען אזוי ארים.
הונדורעס איז די לאנד מיט די מערסטע רציחות פער מענטש, שטייענדיג ביי 90 טויטע פאר יעדע הונדערט טויזענט... און אויך פארמאגן זיי די שטאט מיט די מערסטע רציחות אין די וועלט 'סאן פעדרע סולא' (חזר'ט זיך גוט איין דער נאמען צו וויסן נישט אהין צו גיין...) שטייענדיג מיט שטאלץ ביי 200 פאר יעדע הונדערט טויזענט.

טוריסטן קומען ווייניג אהין, אבער עס האט עטליכע גאר אינטערעסאנטע היסטארישע ערטער פון די צייטן פון די פריעדיגע אינדיאנער.
ווי אויך האבן זיי עטליכע שיינע ברעגעס ביים קאריבישן ים, און שיינע אינזלען ווי מען קען באזוכן און אראפטויכן אינטערן קריסטל קלארן טראפישן ים און זען הערליכע פיש און קאראלן.

האנדורעס איז זייער בערגיג, 80 פראצענט לאנד איז בערג. עס פארמאגט גאר אסאך זשונגעלס און פארווארפענע אומבאוואוינטע שטחים.
אבער די אלע זשונגעלס זענען אין א גרויסע געפאר פון אינטערגאנג, וויבאלד מען שניידט דארט ביימער רעכטס און לינקס אן קיין חשבון פאר געלט צו פארקויפן די האלץ דערפון, און לויט די יעצטיגע ראטע קען ווערן אויסגעריסן יעדע איינציגסטע בוים אין לאנד אין די קומענדיגע פאר יאר.
א טייל פון די ריזיגע הערליכע קאראל וואס מיר האבן דערמאנט ביי בעליז, געהערט אויך פאר האנדורעס. ווי אויך האבן זיי עטליכע שיינע אינזלען ארויס אויפן קאריבישן ים. און אויך האבן זיי אסאך אינטערעסאנטע חיות און פייגלען.
זיי ווערן אסאך באטראפן פון הוריקענס וואס ברענגען אן גרויסע שאדענ'ס.

עס וואוינען בערך פערציג אידן אין האנדורעס, און עס זענען דארט פארהאן צוויי בתי מדרשים, איינס אין די הויפט שטאט וואס איך האב נישט קיין כח צו איבערשרייבן די נאמען דערפון, עיין בתחילת המאמר, און די צווייטע אין דער אויבנדערמאנטע מערסט מסוכנ'דיגע שטאט ווי געציילטע אידן וואוינען.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ גוואטעמאלא ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

גוואטעמאלא איז פון די מער באקאנטע לענדער אין צענטרעל אמעריקע, און גרעניצט זיך מיט מעקסיקא פון אויבן.
עס וואוינען דארט זיבעצן מיליאן מענטשן.
די הויפט שטאט איז גוואטעמאלא סיטי, א גאר מסוכנ'דיגע שטאט, נוסח לאטיין אמעריקע.

גוואטעמאלא האט געהאט די מערסטע איבערדרייענישן צווישן אלע צענטרעל אמעריקע לענדער. עס איז נישט אינטערעסאנט צו נאכברענגען יעדע דיקטאטור און אכזר וואס האט געפירט דאס לאנד ביזן פליען בשן ועין, אבער דאס איז גוט צו וויסן, אז עס האט זיך דארט אסאך געטון איבער טישן און בענק...
די לעצטע איז געווען א בירגער קריג וואס האט זיך געצויגן פאר 36 יאר, און איינקאסירט איבער 200 טויזענט קרבנות! און אלעס א רעזולטאט פון א סי. איי. עי. אריינמישונג אין די ארטיגע פאליטיק. ערשט אין יאר תשנ''ה האט זיך עס אינגאנצן בארואיגט און עס איז געווארן אויפגעשטעלט צום ערשטן מאל א דעמאקראטישע רעגירונג אין גוואטעמאלא.
צוויי יאר צוריק האט די יעצטיגע פרעזידענט פון גוואטעמאלא געצויגן העדליינס איבער די וועלט, ווען ער האט געמאלדן אז ער גייט אריבערציען זיין אמבאסאדע אין מדינת ישראל פון רמת גן קיין ירושלים אין די פיסטריט פון די אמעריקאנעם פרעזידענט 'טראמפ'. וכך הוה, א יאר דערנאך האט ער עס מקיים געווען.

אזוי ווי אלע ארטיגע לענדער איז אויך די גוואטעמאלא עקאנאמיע שטייט בעיקר אויף אגריקולטור, ווען אין שפיץ שטייט די קאווע פלאנצונג וואס איז בארימט מיט זיין גוטע טעם, און דערנאך באנאנעס און צוקער.
זייענדיג א גרויסע קאווע עקספארטירער, איז דארט אויך געווארן אויסגעטראפן די ערשטע טשאקלעט באאר.
די ארטיגע געלטער ווערן גערופן 'קוועצל', נאך א געוויסע זעלטן שיינע קארליפולע פייגל וואס וואוינט דארט.

גוואטעמאלא איז זייער א בערגיגע לאנד, מיט דרייסיג וואולקענאס, דריי דערפון נאך אקטיוו. איינס דערפון, די פאקאיא, ווערט אסאך באזוכט דורך טוריסטן וואס קריכן ארויף דערויף ביזן שפיץ ווי מען קען זען ווי די לאווא קאכט און זידט דערין, גאר א אינטרעסאנטע ספעקטאל.
עס געפינט זיך דארט אויך די העכסטע שפיץ אין צענטרעל אמעריקע ביי א הייעך פון דרייצן טויזענט פיס.
טוריסטן קומען אסאך אהין, בפרט צוליב די וואולקענא'ס, הערליכע טייכן, און היסטארישע ארכיאלאגישע געפינסן פון די מאיא צייטן. טוריזעם איז זייער צווייט גרעסטע אינקאם.
איינס פון די גאר בארימטע שיינע ערטער איז די 'סמאק שעמפיי'. דאס איז א רייע קריסטל קלארע טייכעלעך איינס אינטערן צווייטן, וואס שטעלט צו א הערליכע פאנאראמע. און עס ציט צו זיך אסאך טוריסטן, כאטש עס געפינט זיך אויף א ווייטע פארווארפענע ארט.
נאך א שטארק באזוכטע ארט איז די 'אטיטלאן לעיק', דאס איז א לעיק צווישן די הויכע וואלקאנישע בערג, און איז אייגענטליך אין א פארלאשענע לאך פון א וואולקאנישע בארג וואס האט אמאל אויפגעריסן. עס ווערט פארעכענט ווי איינס פון די שענסטע אזערעס אין די וועלט ליגנדיג הויעך צווישן די בערג.
די מערסט באזוכטע ארט איז די 'טיקאל'. דאס איז א אלטע שטאט פון די מאיא אינדיאנער פון איבער טויזענט יאר צוריק, וואס מען האט ארויסגעגראבן פון אינטער די ערד, עס איז באקאנט מיט איר שיינקייט און אייגנארטיגקייט ליגנדיג טיף אינעם טראפישן זשונגעל, ווי פאפיגייעס און מאנקיס און נאך דרייען זיך דארט צווישן די פיס. עס איז א יונעסק''ו אנערקענטע ארט.

אין גוואטעמאלא וואוינען בערך טויזענט אידן, כמעט אלע אין די הויפט שטאט.
פאר עטליכע יאר צוריק איז עס געווען אין די אידישע נייעס ווען די לב טהור גרופע איז אהין אנטלאפן און געוויילט דארט א לענגערע צייט.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

האבן מיר געשריבן צוויי לאור המצב בעזהשי''ת.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

שכח!!
זעהמיר אז ס'איז דא נאך פלעצער אינדרויסן פון די פיר ווענט פונעם שטוב
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ פאנאמע ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

פאנאמע איז די מערסט דרום'דיגע לאנד אין צענטרעל אמעריקע, עס גרעניצט זיך מיט קאלאמביע.
עס איז גאר באקאנט איבער די וועלט צוליב די פאנאמע קאנאל וואס שניידט דורך אינמיטן לאנד.
די הויפט שטאט איז פאנאמע סיטי.
עס וואוינען דארט בערך פיר מיליאן מענטשן.

צום ערשט האט פאנאמע געהערט פאר שפאניע פאר דריי הונדערט יאר, אין יאר תקפ''א איז עס געווארן א טייל פון די נייע קאלאמביע רעפובליקע, און נאך דרייצן יאר איז עס געווארן זעלבסטשטענדיג.
אמעריקע איז שטענדיג געווען אריינגעמישט אין די ארטיגע פאליטיק צוליב דעם וואס עס איז גאר א סטראטעגישן ארט, זיך געפינענדיג ווי עס קומען זיך צוזאם די צוויי קאנטינענטן, און בפרט דערנאך וואס מען האט אנגעהויבן פלאנירן צו אויסגראבן דארט א קאנאל וואס זאל באהעפטן די צוויי ים'ן.
צום ערשט האט פראנקרייך פרובירט דאס צו אויספירן, אבער זיי זענען דורכגעפאלן צוליב מחלות און מגיפות. אין יאר תר''מ האט אמעריקע באשלאסן עס אויסצופירן, און דאן געברענגט צום זעלבסטשטענדיגקייט פון פאנאמע מיטן תנאי אז זיי וועלן דא קענען בויען דעם וויכטיגן קאנאל.
אמעריקע האט גענדיגט די קאנאל אין יאר תרנ''ד, און עס איז דאן געווען אינטער זייער רשות פאר א אומבאשטימטן צייט. דאס האט זייער אויפגעברויזט די ארטיגע בירגער און זיי האבן געמאכט גרויסע פראטעסטן דערקעגן, ביז אין יאר תשל''ד ווען מען האט געשלאסן א דיעל אז אין יאר תשנ''ט וועט עס אריבערגיין צו די פאנאמע רעגירונג, וכך הוה. היינט איז אמעריקע נאר די אפיציעלע מיליטערישע באשיצער פונעם קאנאל.
פאנאמע האט אסאך געליטן פון דיקטאטורן און מיליטערישע פירער דורכאויס די יארן, ערשט אין יאר תשמ''ט האט אמעריקע אריינגעשיקט די מיליטער און געברענגט צום ערשטן מאל ארדענונג מיטן שטעלן א לעגאלע דעמאקראטישע פרעזידענט, און דער ארדענונג האלט אן ביז היינט.

די צורה פון די לאנד פאנאמע איז ווי א S. און עס איז א שמאלע טריקעניש צווישן די צוויי ימ'ן די פאסיפיק און די קאריבישע ים. דעריבער איז דארט געווארן אויסגעוועלט פאר די קאנאל, זייענדיג די שמאלסטע ארט אין צענטרעל אמעריקע.
רוב לאנד איז בערג באדעקט מיט הערליכע רייכע טראפישע רעגן וועלדער, וואס זענען פיל מיט אינטערעסאנטע עקזאטישע בעלי חיים און זעלטענע דארט געוויקסן.
עס פארמאגט אויך איין וואולקאן בארג, און עס לויפן דורך פינף הונדערט לענגערע טייכן צווישן די בערג.

די דרום טייל פון לאנד ביי די גרעניץ מיט קאלאמביע איז א זומפיגע ביימער געדעכטע וואלד און עס טיילט פיזיש אפ צווישן די צוויי טיילן פונעם אמעריקאנעם קאנטינענט, נישט קענענדיג דארט בויען קיין שאסייען צוליב מערערע סיבות.
דורכדעם איז עס געווארן א שטח הפקר ווי עס מערן זיך דראג באנדעס און רעבעלן און נאך, און איז ממש א מסוכנ'דיגע שטח ווי די רעגירונג האט נישט צופיל קאנטראל. אויף די קאלאמביע זייט האט זיך דארט געפינען פאר לאנגע יארן די טרויעריג באקאנטע 'פארק' רעבעלן גרופע.
דאס נישט קענען בויען דארט קיין שאסייען ברענגט צו דעם אז די לענגסטע שאסיי אין די וועלט, די 'פאן אמעריקע', וואס לויפט דורך די גאנצע אמעריקאנער קאנטינענט פון אויבן קאנאדע ביז אינטן פון ארגענטינע, ווערט אבער אפגעהאקט פאר בערך הונדערט מייל דורך דער רעגן וואלד. דאס איז א גרויסע שטער, און מערערע מאל האט מען פרובירט צו בויען דארט א שאסיי, אבער אן ערפאלג און דערווייל דארף מען ווייטער גיין מיט א שיף אדער מיט ביציקלעך.
דער וואלד איז ערקלערט דורך די יונסק''ו אלץ אינטערנאציאנאלע וויכטיגע ארט, און עס ווערט געשאצט אז עס וואקסן דארט אזויפיל סארט געוויקסן ווי אין גאנץ אייראפע!

די פאנאמע קאנאל האט גענומען בערך דרייסיג יאר צו בויען, און עס האט געקאסט דאס לעבן פון 27 טויזענט ארבעטער! עס ווערט פאררעכנט ווי איינס פון די גרעסטע בוי פראיעקטן אין די היסטאריע.
עס איז א אויסטערלישע געווינס, שפארענדיג אכט טויזענט מייל אומוועג פון אראפ פארן ביז אינטן פון דרום אמעריקע און צוריק ארויפקומען.
די פאנאמע קאנאל איז היינט זייער הויפט עקאנאמישע קוואל און גרעסטע אינקאם. עס פארן דארט דורך יערליך פערצן טויזענט שיפן וואס פירן מער ווי צוויי הונדערט מיליאן טאן סחורה!
די געווענטליכע פרייז פאר א שיף אדורכצופארן דעם קאנאל איז 54 טויזענט דאללער! עס ווענט זיך אין די וואג, די מערסטע וואס א שיף האט געצאלט איז געווען א קרוז שיף וואס האט געצאלט 227 טויזענט דאללער!
צווישן די יארן תשס''ז און תשע''ו האבן זיי עס היבש אויסגעברייטערט און פארבעסערט.
עס איז דא גאר אסאך צו שרייבן איבער דעם קאנאל וואס ווערט פאררעכענט ווי איינס פון די גרעסטע וואונדער אין די מאדערנע וועלט, אבער מיר וועלן זיך באגעניגן מיט די קורצע שורות.

פאנאמע האט ערטער וואס זענען זייער פארזיכערט און רייך, אבער אסאך ערטער זענען מסוכן און זייער ארים.
די הויפט שטאט 'פאנאמע סיטי' דערמאנט פון מאנהעטן מיט אירע הויכע וואלקן קראצער'ס און הערליכע האטעלן, אבער נישט ווייט פון דארט איז פארהאן דערפער ווי מען וואוינט אן עלעקטער און סיי וועלכע פארגעשריטענע צוגעהערן.
אסאך טוריסטן קומען אהין יערליך, און די צאל גייט נאר ארויף. אבער זיי דארפן שטארק זיין געווארענט ווי זיי גייען און וואס זיי טוען וויבאלד די רעגירונג ארבעט נישט פאר זייער טובה און זוכט זיי נישט צופיל. בעיקר קומט מען צוליב די רעגן וועלדער, אינדיאנער שבטים, טראפישע אינזלען, די פאנאמע קאנאל, און עקזאטישע בעלי חיים.

אין פאנאמע וואוינט די גרעסטע אידישע קהלה אין צענטרעל אמעריקע, עס וואוינען דארט מער ווי צוועלף טויזענט אידן! רוב דערפון זענען ספרדים פון סיריע וואס וואוינען שוין דארט זינט תרצ''ג, און אויך אשכנזים וואס זענען אינטער די חב''ד רב, מיט בערך צוויי טויזענט איזראעליס וואס האבן אהין אימיגרירט אין לויף פון די יארן.
רוב אידן וואוינען אין די הויפט שטאט פאנאמע סיטי ווי עס איז דא א שטארק ארגעניזירטע קהילה. זיי פארמאגן צוויי גרויסע סופערמארקעט'ס מיט נאר כשר'ע עסן, פינף כשר'ע רעסטוראנטן, פינף גרויסע בתי מדרשים, דריי חדרים, א ישיבה און אפילו א כולל, און וואס נישט...
די ספרדישע אידן זענען א טייל גאר רייך, און זיי האלטן זיך זייער צוזאמען מער ווי סיי ווי, פאר לאנגע יארן האבן זיי געהאט א רב הרב ציון לוי וואס האט זיי געפירט מיט א שטארקייט און זיי גוט אויפגעבויעט און איז געווען פארהייליגט ביי זיי און כל אשר יצא מפיו יעשה כמנהג הספרדים, ער איז אוועק אין יאר תשס''ט און יעצט איז זיין זון זיין ממלא מקום.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

Wow זייער הנאה געהאט פון קאנאל ארטיקל. אין האלט אז צו לייגן בילדער וואלט אסאך צו געגעבן צום ארטיקל.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ דאמיניקען רעפובליק ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

דאמיניקען רעפובליק איז א לאנד וואס געפינט זיך אויף א גרויסן אינזל אינעם קאריבישן ים וואס ווערט גערופן 'היספאניאלע' אינזל אינאיינעם מיט האיטי, פאר זיי געהערט א צוויי דריטל פון דער אינזל.
די הויפט שטאט איז סענטא דאמינגא.
עס וואוינען דארט בערך עלף מיליאן מענטשן.
א וועג אהין מיט א פליגער פון ניו יארק איז דריי א האלב שעה.
עס איז בערך אזוי גרויס ווי צוויי מאל 'ניו העמפשיר'.

קאלאמבוס אליין האט אנטדעקט די אינזל און עס באזעצט, און נאך א קורצע צייט איז שוין נישט געבליבן קיין איין אינדיאנער אויפן אינזל ווערנדיג געהארגעט דורך די אינוואדירער און דורך אייראפעישע מגיפות צו וואס זיי זענען נישט געווען אימיונט. ער האט עס גערופן 'היספאניאלע' נאך שפאניע.
די שפאנישע האבן דארט אויפגעשטעלט די ערשטע שטאט אין די נייע וועלט, 'סאנטא דאמינגא', און האבן דארט געהערשט פאר לאנגע יארן, ביז עס איז אריבער צו פראנקרייך און דערנאך צוריק צו שפאניע.
ערשט אין יאר תר''ד האבן די דאמאניקישע עררייכט זעלבסשטענדיגקייט, אויסער עטליכע יאר אינדערמיט וואס זיי האבן עס פארלוירן.
אין יענע יארן האבן זיי פרובירט צו ווערן א טייל פון די פאראייניגטע שטאטן, אבער עס איז דורכגעפאלן, אבער אמעריקע איז שוין געבליבן פארמישט אין די ארטיגע פאליטיק איבער אלע יארן.
אין די סוף ת''ר יארן איז די דאמיניקען רעפובליק אינטערגעפאלן אינטער דיקטאטורישע הערשאפטן, ווען יעדע פאר טעג איז געפלויגן א צווייטער פון אמט און א אנדערע דיקטאטור האט איבערגענומען זיין בענקל פאר נאך אפאר טעג... זעהענדיג אז עס נעמט נישט קיין ענדע, האט אמעריקע זיך אריינגעמישט און פשוט איינגענומען דאס לאנד אין יאר תרע''ו און עס געהאלטן פאר אכט יאר, אבער זענען דורכגעפאלן מיט שטיצע פונעם פאלק, און טאקע זיך ארויסעצויגן פון דארט אין יאר תרפ''ד.
עס האט נישט צופיל געהאלפן, און פון יארע תר''צ ביז יארע תשכ''א איז געזעצן אויפן בענקל א שרעקליכע דיקטאטור מיטן נאמען 'טראכאוו' וואס האט געפירט די לאנד פונקט ווי די רוסן אין רוסלאנד, מיט שפיאנאזש אגענטורן אויסגעשפרייט איבערן גאנצן לאנד, און מיט פארשיקן אלע פרעמדע פון לאנד און נאך, אבער למעשה האט ער גוט אויפגעארבעט די עקאנאמיע און בעיקר איז ער געווען זייער גוט מיט אמעריקע און א גרויסע לוחם קעגן קאמוניזעם וואס דאס האט אמעריקע דעמאלטס געדארפט וויכטיגער פון אלעם דעריבער איז ער געבליבן זיצן אויפן טראן פאר לאנגע יארן.
אבער אין יאר תש''כ האט ער זיך באנארישט און באגאנגען א פאטאלע טעות מיטן הארגענען א קעגנער זיינער אין ניו יארק, דאס האט אויפגעברויזט אמעריקע אנטקעגן אים און די גוטע יארן זיינע האבן זיך גענדיגט, די סי איי עי האט זיך אריינגעמישט און אים אומגעברענגט.
מיר וועלן נישט מער מאריך זיין מיט וואס דארט האט זיך געטון דערנאך, אבער רוהיגקייט איז נישט געווען, אמעריקע האט זיך נאכאמאל געדארפט אריינמישן און אריינגעשיקט ביז 23 טויזענט סאלדאטן! צו העלפן איינע פון די צדדים און אזוי איז עס אנגעגאגנען פאר נאך דרייסיג יאר.
ערשט אין יאר תשנ''ו האט זיך אנגעהויבן א ריכטיגע דעמאקראטיע דארט, און עס האלט אן ביז היינט.

די דאמיניקען רעפובליק פארמאגט די גרעסטע עקאנאמיע צווישן די קאריבישע לענדער.
זייער עקאנאמיע באשטייט בעיקר אויף אגריקולטור, בעיקר פון צוקער, און אויך קאווע באנאנעס און טאבאק.
אויך טוריזעם ברענגט זיי אריין גרויסע געלטער, און עס ווערט נאר מער און מער.

דאמיניקען רעפובליק איז זייער א בערגיגע לאנד. אויך פארמאגט עס אביסל רעגן וועלדער און אסאך טייכן.
אבער בעיקר איז עס באקאנט צוליב די הערליכע ים ברעגעס וואס עס פארמאגט פון אלע זייטן, צו ווי טוריסטן שטראמען פון איבעראל און בפרט פון די נישט ווייטע אמעריקע. ריזיגע פרעכטיגע האטעלן זענען אויפגעבויט איבערן לאנד און בפרט אין די שטאט ביים ים 'פאנטא קאנא', אויפצונעמען די רייכע שכנים פון אמעריקע און זיי מאכן שפירן די מערסטע באקוועם.
אויך איז פארהאן גאר א שיינע נאטור, ווי הערליכע וואסער פאלן און קריסטעל קלארע טראפישע טייכן און קליינע אזערעס, דאס אלעס ציט צו זיך אסאך טוריסטן, עס מאכנדיג פאר די מערסט באזוכטע לאנד אין די קאריביען מיט פינף מיליאן טוריסטן א יאר.
באקאנט איז די מאקאיאקא וואסער פאלן, א רייע פון 27 וואסערפאלן איינס אינטער די אנדערע, דאס איז א פלאץ ווי יעדע טוריסט מוז באזוכן, אנדערש האט ער נישט יוצא געווען די דאמיניקען רעפובליק...
אויך איז עס באקאנט מיט דעם וואס די ריזיגע האמפבעק וואל פישן קומען אהין צו די ארטיגע וואסערן יערליך פאר עטליכע חדשים און מען קען זען דעם ריזיגן באשעפעניש פון די נאנט וואס דאס איז א וואונדערליכע ספעקטאל, די גרויסע שטאלצע מענטש שפירט זיך ווי אא מוריטשקע קעגן דעם מעכטיג גרויסן פיש.
אויך די ארטיגע בירגער הייסן גאר פריינטליכע און פרייליכע, וואס דאס געט אסאך צו פארן לאנד.

זיי זענען זייער קריסטליך גלויביגע און זיי זענען די איינציגע לאנד וואס פארמאגט אויף זייער פאן די בייבל.
ניו יארק פארמאגט די מערסטע דאמיניקאנער אינדרויסן פון דאמיניקען רעפובליק, בערך צוויי מיליאן דאמיניקאנער וואוינען אינדרויסן פון זייער היימלאנד.

דאמיניקען רעפובליק האט זייער א אינטערעסאנטע היסטאריע מיט די אידישע פאלק. דער אויבנדערמאנטער דיקטאטור האט זיך אנגעטראגן ביי די צווייטע וועלט מלחמה אריינצונעמען אין זיין לאנד הונדערט טויזענט אידן! למעשה האבן נאר 600 אידן דערגרייכט די ברעגעס פונעם לאנד און מען האט זיי געגעבן אסאך שטח אין די שטאט סוסואה. רוב אידן זענען פון דארט געגאנגען קיין אמעריקע, אבער עטליכע וואוינען נאך דארט ביז היינט און עס איז דארט פארהאן א בית המדרש מיט א מוזעאום איבער די היסטאריע.
אין סאנטא דאמינגא איז פארהאן א גרויסע גוט ארגאנעזירטע בית חב''ד.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

הרב צוקער וואסער, גם אני מצטרף, הלוואי זאל עס זיין, איך קען נישט. אין ארץ ישראל האבן מיר געהאט הרב איינס, אבער דא טוט ער עס נישט.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ האיטי ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

האיטי איז די צווייטע לאנד אויף די היספאניאלע אינזל.
די הויפט שטאט איז 'פארט או פרינס'.
עס וואוינען דארט עלף מיליאן מענטשן.
אהינצופארן נעמט בערך דריי א האלב שעה.

צום ערשט האט עס געהערט פאר שפאניע, דערנאך האבן עס פראנצויזישע ים פיראטן איבערגענומען און עס אריבער צו פראנקרייך. שפעטער האט מען געמאכט אן אפיציעלע הסכם און שפאניע איז געבליבן מיט צוויי דריטל אינזל און פראנקרייך האט באקומען דער דריטל.
די לאנד, אינטער די פראנצויזישע הערשאפט, איז געווארן זייער רייך דורך צוקער פלאנצונגען און פלאקס וואס זיי האבן עקספארטירט צו די גאנצע וועלט.
צו קענען אנהאלטן די ווערטפולע פלאנצונגען האבן זיי אימפארטירט פינף הונדערט טויזענט שווארצע קנעכט פון אפריקע! אזוי אז עס האט זיך געטראפן א מצב וואס 32 טויזענט ווייסע האבן באהערשט 500 טויזענט שווארצע. דאס האט צוגעברענגט אז אסאך זענען אנטלאפן פון זייערע הערשער אריין צו די בערג אין צענטער פון לאנד פון וואו זיי האבן טערארעזירט די ווייסע, און די געזעצן לטובת די קנעכט האבן זיך פיל פארבעסערט בלית ברירה.
אבער מיט די צייט האבן די קנעכט אנגעהויבן צו גענצליך ווידערשפעניגן אין זייערע הערשער, אין יאר תקנ''א האט זיך עס אנגעהויבן פאר א קורצע צייט און דערנאך איינגעשטילט, אבער אין יאר תקס''ב האט זיך עס ווידער אנגעהויבן מיט א שטארקייט און זיי האבן געזיגט קעגן די פראנצויזן, און דערמיט געווארן די צווייטע זעלבסטשטענדיגע לאנד אין די נייע וועלט, נאך די פאראייניגטע שטאטן!
אבער פון דאן האט זיך אנגעהויבן פאר זיי לאנגע שווערע ארימע יארן מיט דיקטאטורן און שלעכטע הערשער איינס נאכן צווייטן, פאר עטליכע יאר אינדערמיט איז עס אויך געווען אינטער די אמעריקאנער הערשאפט. א שאד די טינט צו באשרייבן נאך א רוצח און אכזר ביים רודער... אויף אזויפיל איז יא כדאי צו וויסן, אז אין לויף פון הונדערט און פופצן יאר איז עס געווען אינטער זיבעציג אנדערע דיקטאטורן... השם ירחם!! באשערט איז באשערט...
ערשט אין יאר תשנ''א האט זיך אנגעהויבן אביסל סטאבילקייט און דעמאקראטיע, אבער האט זיך אויך שנעל גענדיגט, און די אומסטאבילקייט האלט אן ביז היינט צוטאגס. עס איז פון די צוואנציג מערסט קארופטירטע לענדער איבער די וועלט, נישט ווייט פון סאמאליע...

האיטי איז די ארימסטע לאנד אויפן גאנצן מערב טייל פונעם ערד קוגל און פון די ארימסטע אויף די וועלט, נישט קיין וואונדער אז זיי אלע שטראמען קיין אמעריקע. און אויב דאס איז נישט גענוג, 44 פראצענט פון די עקאנאמיע ליגט אין די הענט פון איין פראצענט פון די באפעלקערונג! און פאר זיי געהערט 60 פראצענט פון די קרקע פונעם לאנד...!
רוב עקאנאמיע שטייט אויף אגריקולטור, בעיקר קאווע, אויל און קאקאו.
פופציג פראצענט באפעלקערונג שטייט ליידיג פון ארבעט, און אפילו ווער עס ארבעט שוין יא איז די מינימום געהאלט פער שעה – צוויי דאללער.

זייענדיג אזא קליינע לאנד מיט אזויפיל מענטשן איז עס פון די מערסט צאמגעדריקטע לענדער איבער די וועלט.
די אפיציעלע שפראך איז, נישט ספאניש, נאר פראנצויזיש! דאס איז די איינציגסטע לאנד אויף דער זייט וועלט וואס רעדט פראנצויזיש, אויסער קאנאדע.
נישט מער ווי זעכציג פראצענט בירגער קענען ליינען און שרייבן.

האיטי ווערט אסאך באטראפן פון נאטורליכע קאטאסטראפעס, אין יאר תשל''ג איז עס געווארן באטראפן פון א האריקעין וואס האט איינגעמאנט אכט טויזענט לעבנס.
גאר באקאנט איז די שרעקליכע ערד ציטערניש וואס האט עס באטראפן אין יאר תש''ע, חרוב מאכנדיג רוב לאנד, און אומברענגענדיג 200 טויזענט מענטשן! און לויט די עקספערטן קען עס נעמען צענדליגער יארן ביז זיי וועלן זיך קענען אריענטירן פון דעם שאק און צוריק אויפבויען די חורבנות.
אויך האט דאן אויסגעבראכן א שרעקליכע חאלערא אויסברוך וואס האט געקאסט אכט טויזענט קרבנות און אפעקטירט זיבן הונדערט טויזענט אנדערע.
מער ווי צען פראצענט קינדער קומען נישט אן צו די פיפטע יאר אין לעבן רח''ל!
און בכלל, נאר פערציג פראצענט לאנד האט צוטריט צו דאקטוירים און ריכטיגע הילף.
בקיצור, א חורבן פון א לאנד, יעדע פראבלעם וואס מען קען נאר האבן, איז זיי געלונגען צו ערייכן מיט גרויס ערפאלג...

האיטי איז זייער א בערגיגע לאנד, און די העכסטע שפיץ איז אריבער אכט טויזענט פיס. אויך האבן זיי זייער שיינע ים ברעגעס.
אויך קען מען דארט זען א אינטערסאנטע פאלאץ פון הונדערטער יארן צוריק, און אויך א פעסטונג מיט א גרויסן מויער אויף א שפיץ בארג, ווי אויך שיינע וואסערפאלן מיט טראפישע וואסערן דערנעבן.
אבער למעשה קומען כמעט נישט אהין קיין טוריסטן, און ווער עס האט געליינט ביז אהער פארשטייט פארוואס...
עס איז טאקע אויף די ליסטע פון די אמעריקאנער רעגירונג אז מען זאל נישט אהינפארן צוליב סכנה מיט א שטרענגע טרעוול אדווייסערי אויפן העכסטן שטאפל, די זעלבע ווי אפגאניסטאן און סאמאליע.

אמאל האבן געוואוינט דריי הונדערט אידן אין האיטי, היינט וואוינען דארט פינף און צוואנציג אידן.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

אסאך האיטי חברה געפינען זיך אין מאנסי געגענט און דרייוון די 'לא פאמיליע' טעקסיס. קוקט אויס עס איז א צענטער פאר זיי, די זעלבע ווי נעבן קרית יואל מיט די זשורזשיע - גרוזיע חברה.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

זייער אינטרעסאנט.

דער עולם איז אנגעצויגן צו קאמפלעמענטירן...
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

צוקער וואסער האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט.

דער עולם איז אנגעצויגן צו קאמפלעמענטירן...

כאטש ביסטו די שליח ציבור...
הגם אין די יעצטיגע טעג האט מען נישט קיין שליח ציבור...
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ זשומעיקא ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

זשומעיקא איז א לאנד אויף אן אינזל אינעם קאריבישן ים, נישט ווייט פון קובא און האיטי.
עס איז א קליינע לאנד, האלב אזוי גרויס ווי דעם קליינעם מדינת ישראל.
עס וואוינען דארט כמעט דריי מיליאן מענטשן.
די הויפט שטאט איז קינגסטאן.
אהין צו פליען פון ניו יארק נעמט דריי א האלב שעה.

קאלאמבוס איז אנגעקומען צו דער אינזל און עס גענומען פאר שפאניע. הונדערט יאר דערנאך האט עס ענגלאנד פארכאפט.
ענגלאנד האט עס אויפגעבויט אלץ א מעכטיגע צוקער פראדעצירער וואס האט אריינגעברענגט גרויסע געלטער פאר די בריטישע, דערפאר האבן זיי אהינגעברענגט טויזענטער שווארצע קנעכט, און שפעטער מאסן כינעזער ארבעטער.
צוביסלעך האבן די ארטיגע שווארצע פארלאנגט זעלבסטשטענדיקייט, און האבן עס באקומען ערשט יארן שפעטער אין יאר תשכ''ב.
אבער אויך נאכן ווערן א אייגענע לאנד זענען זיי נאך געבליבן אנגעבינדן אין די בריטישע מלוכה זייענדיג א טייל פון די בריטישע קעניגרייך, אזויווי קאנאדע, וואס למעשה מאכט עס גארנישט אויס.
אין אנהייב איז געווען זייער אנגעצויגן צווישן די רעכטע און לינקע און עס איז פארגעקומען אסאך רייבערייען און אמפערייען, אבער מיט די צייט האט זיך עס בארוהיגט און סטאבעלעזירט.

די עיקר עקאנאמיע שטייט אויף אגריקולטור, באנאנעס קאווע און צוקער, ווי אויך אויף נאטורליכע אוצרות, בעיקר בוקסיט.
די 'זשעמעיקא בלויע בערג קאווע' איז די טייערסטע סארט קאווע אין די וועלט, און רוב דערפון ווערן אימפארטירט קיין יאפאן פאר די ארטיגע מאגנאטן. עס איז גאר גוט אין טעם, און עס האט אסאך רעגולאציעס ווען עס קען ווערן גערופן מיט דעם רייכן נאמען און אריינגיין אין די קאטעגאריע פון דער טייערע קאווע, עס ווערט רעגולירט דורך די ארטיגע רעגירונג. עס קאסט בערך 75 דאללער א זעקל קאווע...

זשומעיקא האט זייער א שיינע לאנדשאפט. עס איז טראפיש, און עס פארמאגט הערליכע ים ברעגעס און פרעכטיגע בערג און געדעכט באוואקסענע רעגן וועלדער.
גאר באקאנט איז די אויבנדערמאנטע 'בלויע בערג', וואס זענען הערליכע בערג, מיט שיינע טאלן אינצווישן, מיט הערליכע טייכן און וואסערפאלן.
צוויי מיליאן טוריסטן, קומען אהין יערליך, רוב דערפון פון אמעריקע. אבער זיי גייען נאר צו די געציילטע פארזיכערטע ערטער און דרייען זיך נישט ארום איבערן לאנד צופיל צוליב סכנה.


צוויי מיליאן זשומעיקאנער וואוינען אינדרויסן פון לאנד, כמעט די זעלבע סאך ווי אין לאנד. רוב דערפון אין אמעריקע און אין קאנאדע.
די אפעציעלע שפראך איז ענגליש.
די זשומעיקער זענען זייער גלויביגע, און עס זענען דארט פארהאן די מערסטע קירכעס פער מייל פון סיי וועלכע אנדערע לאנד.
זשומעיקא איז די דריט ערגסטע לאנד אין רציחות, עס ווערן דארט געהארגעט 64 מענטשן פאר יעדע הונדערט טויזענט מענטשן.
אבער אפילו אזוי, ווערט עס פארעכענט ווי די דריט פרייליכסטע לאנד אין די וועלט... קוקט אויס עס האט נישט מיט וואס מען האט, אפשר האט עס מיט דאס וואס זיי זענען אזוי גלויביג...
אמעריקע איז זייער א גוטע פריינט פאר זשעמעיקא, זיי העלפן אסאך ארויס פארן לאנד.

אידן אין זשעמעיקא האבן אן אלטע היסטאריע, נאך פאר 350 יאר צוריק אין די צייטן פון די שפאנישע אינקאוועזיציע וואס האט אהער פארטריבן אנטלאפענע אנוסים אלץ עונש פארן אנטלויפן.
היינט וואוינען דארט בערך 250 אידן.
אין יאר תשע''ד האט זיך דארט געפענט א גרויסע חב''ד צענטער.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

צוקער וואסער האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט.

דער עולם איז אנגעצויגן צו קאמפלעמענטירן...

נאכ'ן ליינען די הערליכע ארטיקלען פארגעסט מען פון אלע אנגעצויגענקייט.

א דאנק פאר'ן אונז נישט איבערלאזן
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ די באהאמעס ~

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

באהאמעס איז א לאנד צאמגעשטעלט פון זיבן הונדערט אינזלען, נעבן פלארידע און קובא.
די הויפט שטאט איז נעסאו.
עס וואוינען דארט 337 טויזענט מענטשן.
די ווארט 'די' באהאמעס איז א טייל פון די נאמען.
עס נעמט אהינצופארן צוויי א האלב שעה.

צום ערשט האבן די אינזלען געהערט פאר שפאניע, שפעטער ווען אמעריקע האט באשלאסן צו ווערן א אייגענע לאנד און זיך אפטיילן פון ענגלאנד, זענען אסאך בריטיש געטרייע לייט אנטלאפן אהער, און אזוי איז אריבער די הערשאפט פון די אינזלען צו ענגלאנד.
פאר בערך פופצן יאר אינדערמיט איז דארט אויך געווען א אומאפיציעלע 'פיראטן לאנד', ווען עטליכע גרויסע געפארפולע פיראטן האבן זיך דארט באזעצט און איבערגענומען דאס לאנד פירנדיג פון דארט זייערע שווארצע געשעפטן. אין שפיץ פון זיי איז געשטאנען 'די שווארצע בארד פיראט', וואס איז געווען איבעראל באקאנט צום שלעכטן און אלע האבן געציטערט פון אים, נאך ביז היינט איז ער א באקאנטער פיגור און פארבליבן אין די היסטאריע איינגעקריצט אלץ סימבאל פון פיראטיזעם.
נאך עטליכע יאר דערליידן האט ענגלאנד ענדליך אהינגעשיקט א מיליטער וואס האט זיי אויסגעראטן פון די ארענע און זיי פארשיקט פון דארט צו וואו די שווארצע פעפער וואקסט.
אין יאר תשל''ג איז עס געווארן זעלבסטשטענדיג פון ענגלאנד. אבער ווי קאנאדע און נאך לענדער איז עס נאך אלץ אינטער די בריטישע מלוכה.
מען רעדט דארט טאקע די ענגלישע שפראך.

עס איז די דריט רייכסטע לאנד פער מענטש אין דער טייל וועלט, נאך אמעריקע און קאנאדע!
טוריזעם איז זייער הויפט אינקאם, זעכציג פראצענט פון די עקאנאמיע און האלב ארבעט קראפט איז באשעפטיגט מיט דעם.
עס בויען זיך דארט די גאנצע צייט נייע פאלאצן און האטעלן אין די מאסן אויפצונעמען די רייכע אמעריקאנע גאר נאנטע שכנים וואס קומען אהין אפט פאר וואקאציע.
זייערע געלטער איז שטענדיג אייניג מיט די אמעריקאנער דאללער.

נאר 22 פון די זיבן הונדערט אינזלען זענען באוואוינט.
די אינזלען זענען זייער פלאך, און די העכסטע פונקט אינעם לאנד איז נישט מער ווי 207 פיס. עס איז נאר דא נאך פיר לענדער וואס זענען אזוי נידריג, דריי דערפון אויך אינזלען און די אנדערע איז גאמביע אין אפריקע, איר דארפט זיך נישט שפירן שלעכט און פארשעמט אויב איר האט נאכנישט געהערט פון גאמביע, איר זענט נישט דער איינציגסטער, ווער עס טרעפט עס אויפן מאפע שנעל באקומט א..... א גרינע סמיילי, דער מיט די הענט אין די הייעך...
האריקעינס איז זייער א אפטע ערשיינונג דארט און מאכט אן יעדע פאר יאר שרעקליכע חורבנות, אזויווי דער יאר מיט די האריקען 'דוריען'.

זיי האבן מערערע אינטערעסאנטע זאכן פאר טוריסטן. צום ערשט אוודאי די הערליכע טראפישע ים ברעגעס, דאס וואס מען זעט אלץ אויף די בילדער... א הערליכע הויכע רינדעכיג געבויגענע קאקאנוס בוים, און אינטער דעם א קאלירפולן שיפן בענקל, און די וואסער קומט ארויף כמעט ביז דארט ווען אפענע שעלס ליגן ארום צווישן די פיס, און ווייטער און ווייטער, און פארשטייט זיך דאס אלעס מיט א גמרא אפן דערנעבן... אאפס, אמטשולדיגס פארן אוועקנעמען אייער גאנצע אפעטיט און דמיון...

אויך האבן זיי שיינע רעגן וועלדער וואו מען קען גיין שפאצירן. ווי אויך הערליכע וואסערן ווי מען קען אראפדייוון און שווימען אינאיינעם מיט די הערליכע קאלירטע פישן. און זייענדיג פארנומען מיט וואסער האבן זיי אויך א ריזיגע גאר גוטע וואסער פארק אויף איינע פון די אינזלען אזוי ארויס אויפן ענדלאזן קריסטל קלארן ים, דאס דארף צו זיין שיין און אינטערעסאנט.
ווי אויך האבן זיי א מוזעאום וואס דערציילט די היסטאריע פון די פיראטן, וואס דאס איז אלץ געווען גאר גוט אנצוצינדען יעדעמ'ס דמיון, ווייסט דאך, ערגעץ וואו ווייט אויף א טראפישן אינזל ליגט באגראבן א גרויסע אוצר אין א קעסטל, ווייסט דאך פון וועלכע קעסטל מען רעדט, און די צירונגען רינען אזוי איבער און עס גלאנצט און ווארפט פינקען, און אויך א געוויסע מאדנע אנגעשריבענע פארמעט מיט א אומבאקאנטן שריפט און מיט מיסטריעזע מעלערייען געפירקעלט דערויף, און דאס אלעס האט א שרעקעדיגע פיראט מיט א שמאטע אויף איין אויג און א שווערד אויף די לענדן אזוי שיעף דא איבערגעלאזט און באגראבן, און לאמיר נישט פארגעסן אוודאי פון די שרעק אנווארפענדע סימבאל מיט די צוויי ביינער און די אויסגעהוילטע סקעלעטן קאפ אינדערמיט, און נאך און נאך, וכל המרבה בדמיון הרי זה משובח ומפואר ויהיה שכרו מרובה מאד...

אויך האט עס שיינע היילן וואס איז אנגעפילט מיט וואסער ווי מען קען אריינדייוון, סיי אויפן אינזל און סיי אינטערן מעכטיגן אקעאן, איינס דערפון איז די גרעסטע אין די וועלט פון דער סארט. עס זענען דא מענטשן וואס ווערן משוגע פארדעם און קומען צו פליען דערפאר פון ווייט אוועק, גיי פארשטיי, אזוי קוקט מען אויס אז מען האט נישט עפעס אנדערש אין לעבן...
ווי אויך האבן זיי איינס פון די גרעסטע אוועקריום'ס אין די וועלט. ביי איין ארט דערפון איז גאר פארהאן א פארמאכטע גליטשער וואס פליט אריין צווישן די שארק פישן.
עס קומען טאקע אהין זעקס מיליאן טוריסטן א יאר! דאס איז גאר א גרויסע ציפער פאר אזא קליינע לאנד. אבער צו קענען דארט גיין דארף מען האבן אסאך געלט, ווייל עס איז גאר א רייכע ארט און אלעס איז זייער טייער.
די טוריסטן באקומען דארט שטענדיג א שיינע זוניגע קבלת פנים וואס דאס איז גאר וויכטיג אין אזעלכע ערטער, דאס איז וויבאלד 315 טעג פונעם יאר איז בלויז זוניג!

די באהאמעס קומט זיך גוט אויס מיטן אמעריקאנעם שכן און זיי העלפן זיך איינער דעם צווייטן.
85 פראצענט איינוואוינער זענען שווארצע, אפשטאמיגע פון אפריקאנער קנעכט וואס מען האט ער אהער אימפארטירט.
זיי זענען זייער גלויביג און דאס לאנד האט די מערסטע קירכעס פער מענטש איבער די וועלט.

עס וואוינען דארט 140 אידן.
לעצט פארראכטן דורך טוב ה' לכל אום מאנטאג אפריל 06, 2020 1:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געאגראפיע און נאך פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח שאהן העניטי פאר דיין שטענדיגע דאנק.
יא, איך זיך אויך צו אנטלויפן אביסל... דערפאר באשרייב איך נישט קיין שטאטן, יעצט גייט מען גלייך קיין אויסלאנד צו די זוניגע טראפישע דאגה'לאזע ברעגעס...
האמיר טאקע באשריבן די באהאמעס אין די לענג און אין די ברייט מען זאל קענען דארט אביסל אנטרינען ווערן...
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”