א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א בעסערן אייך. השי"ת זאל דיר העלפן אז עס זאל דיר געלונגען

ט: וויאזוי גייט עס מיט'ן אויפשטיין, בהתגברות?

ק: נאך אלץ שטייט זיך מיר נישט אויף בהתגברות. און איך האב געקענט זעהן אז די סיבה איז די "עס גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל"

ט: לאמיר עקספיריענסן צי דאס איז טאקע די סיבה. סאו, לאמיר זיך פארשטעלן ווי דו געסט א שטיי אויף בהתגברות ובחיות... קומט עפעס ארויף?

ק: "עס גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל"

ט: אפשר פרובירסטו מיר צו זאגן מער וועגן דעם? וואס מיינט "עס גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל"? ענדיג: עס גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל, מיינט...

ק: אז איך פיל נישט די גוטע טעם פון "אה, איך האב עס אויסגעפירט"

ט: נאכאמאל

ק: אפשר "איך קען נישט טון וואס איך וויל"

ט: נאכאמאל

ק: "איך האב נאר דורכפעלער"

ט: נאכאמאל

ק: "איך טו נישט וואס איך דארף טון"

ט: נאכאמאל

ק: "איך קום נישט אן"

ט: נאכאמאל

ק: איך בלייב ביי די זעלבע פאזיציע און איך ריר מיך נישט"

ט: נאכאיינמאל

ק: "איך פיל נישט דעם גוטן טעם פון אויספירן וואס איך וויל, נאר איך בלייב ביי די זעלבע פאזיציע"

ט: זאג: די סיבה פארוואס איך שטיי יעצט נישט אויף בהתגברות ובשמחה איז ווייל איך פיל נישט דעם גוטן טעם פון אויספירן וואס איך וויל, נאר איך בלייב ביי די זעלבע פאזיציע"

ק: (זאגט עס)

ט: וואס פאר א שייכות האט דאס מיט'ן נישט אויפשטיין בהתגברות?

ק: פארוואס זאל איך אויפשטיין, אז איך זאל נאכאמאל האלטן דארט וואו איך האב געהאלטן נעכטן?

ט: זאג אזוי: די סיבה פארוואס איך שטיי יעצט נישט אויף בהתגברות ובשמחה איז ווייל איך פיל נישט דעם גוטן טעם פון אויספירן וואס איך וויל, נאר איך בלייב ביי די זעלבע פאזיציע, פארוואס זאל איך אויפשטיין, אז איך זאל נאכאמאל האלטן דארט וואו איך האב געהאלטן נעכטן?

ק: (זאגט עס)

ט: ענדיג מיר: די סיבה פארוואס איך האלט דארט ווי איך האב געהאלטן נעכטן איז ווייל...

ק: איך ווייס נישט, עס גייט נישט.

ט: נאכאמאל

ק: עס גייט נישט.

ט: נאכאמאל

ק: איך האב נישט אין מיר גענוג א שטארקע רצון עס ארויסצוברענגען מכוח אל הפועל.

ט: נאכאמאל

ק: איך עקשן מיר נישט אויף מיינע זאכן עס אויסצופירן.

ט: נאכאמאל

ק: איך לאז מיך, און איך שטארק מיך נישט.

ט: נאכאמאל

ק: די זאכן וואס איך דארף טון, אדער איך וויל טון, שאפן נישט אין מיר גענוג א שטארקע טרייב קראפט דאס אויסצופירן

ט: נאכאמאל

ק: כנ"ל

ט: זאג אזוי: די סיבה פארוואס איך שטיי יעצט נישט אויף בהתגברות ובשמחה איז ווייל איך פיל נישט דעם גוטן טעם פון אויספירן וואס איך וויל, נאר איך בלייב ביי די זעלבע פאזיציע. פארוואס זאל איך אויפשטיין, אז איך זאל נאכאמאל האלטן דארט וואו איך האב געהאלטן נעכטן? אבער פארוואס טאקע בלייב איך ביי די זעלבע פאזיציע, איז די סיבה ווייל די זאכן וואס איך דארף טון, אדער איך וויל טון, שאפן נישט אין מיר גענוג א שטארקע טרייב קראפט דאס אויסצופירן?

ק: (זאגט עס)

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז איין טאג שטייסטו אויף, און דו ביסט דיך מתגבר, און דו טוסט אלעס וואס רוקן דיך פאראויס... צי קומט עפעס ארויף?

ק: אונז האב מיר שוין געמאכט א סעשאן דערויף. עס קומט ארויף "איך פארליר מיין איך"

ט: פרוביר נאכאיינמאל

ק: אפשר עס קומט ארויף א געפיל ווי "קיינער גייט עס נישט אפרישיעטן".

ט: ווען אין דיינע אויפוואקסונג יארן האסטו באקומען אזא געפיל אז אויב מ'ריקט זיך, פאלט מען ארויס פון די בליק פון ארומיגע וואס מ'וויל באקומען? ענדיג: איך האב באקומען אזא געפיל ווען...

ק: קיינמאל נישט באקומען אזא געפיל

ט: נאכאמאל

ק: אפשר ווען איך האב נישט באקומען די ריספאנס וואס איך האב ערווארטעט.

ט: נאכאמאל

ק: קיינמאל נישט באקומען אזא געפיל

ט: נאכאמאל

ק: שטותים. קיינמאל נישט באקומען אזא געפיל פון קיינעם.

ט: זאג אזוי: אויב איך לאז מיך אנערקענען ווען איך האב באקומען אזא געפיל, דאן...

ק: קיינער איז נישט שולדיג. איך וויל נישט קיינעם באשולדיגן.

ט: זאג אזוי: קיין איינער איז נישט שולדיג, אבער איך האב באקומען אזא געפיל ווען...

ק: כנ"ל. ווען איך האב נישט באקומען א ריספאנס אז איך בין 'עפעס', וואס איך האב ערווארטעט.

ט: איך וויל אז דו זאלסט דיך דארט זען, ווען דו באקומסט נישט דעם ריספאנס פון אנערקענונג, און זאג: ווייל איך באקום נישט יעצט דעם ריספאנס, דאן...

ק: בין איך ווערדלאז.

ט: נאכאמאל

ק: פיל איך נישט.

ט: נאכאמאל

ק: האט עס נישט קיין 'עפעס'.

ט: נאכאמאל

ק: האט עס נישט קיין 'עפעס'.

ט: וואס מיינט "ס'האט נישט קיין עפעס"?

ק: ס'מיינט אז איך פיל נישט אז ס'איז געווען אינטערעסאנט וואס איך האב געטון.

ט: שטעל דיך נאכאמאל פאר ווי דו ביסט דיך מתגבר, און דו טוסט אלעס וואס רוקן דיך פאראויס. און ווען ס'קומט ארויף "קיינער גייט עס נישט אפרישיעטן" אדער "איך פארליר מיין איך" זאג: ווייל איך באקום נישט קיין ריספאנס וואס איך ערווארט צו באקומען.

ק: ס'פילט זיך אמת'דיג.

ט: יעצט, לאמיר זיך פארשטעלן אז דו זאגסט, אדער טראכטסט, פאר דיר אליין, "אפילו אויב איך באקום נישט קיין ריספאנס, איז עס יא 'עפעס' וואס איך האב היינט געטון." וואס קומט ארויף?

ק: אפשר קומט ארויף א געפיל פון "איך דארף אליין אפשאצן מיין וועליו", עס מאכט מיר פילן אליין.

ט: ענדיג מיר: אויב איך מאך אליין אפ מיין וועליו, דאן...

ק: פיל איך אליין

ט: נאכאמאל

ק: האב איך נישט קיין פידבעק

ט: אויב האב איך נישט קיין פידבעק, און איך דארף אליין וויסן מיין 'עפעס' דאן...

ק: פיל איך אפגעהאקט.

ט: פרוביר צו זאגן אזוי: אויב איך באקום נישט פון דיר די ערוואטעטער ריספאנס וואס געט וועליו פאר מיין אויפפירונג, (קליענט דערמאנט זיך פון א גאלדענע סטאר) דאן מיינט עס...

ק: אז איך בלייב אין א ספק.

ט: שטעל דיך פאר אז דו ווייסט אז יענער איז מסכים אז די וועליו וואס דו שאצט עס אפ, איז א וועליו. און אפילו ווען דו באקומסט נישט דעם ריספאנס...

ק: איך פיל ווי אפגעהאקט

ט: פרוביר צו זאגן אזוי: די איינציגע וועג וויאזוי צו פילן קאנעקשאן איז ווען איך באקום א גאלדענע סטאר אויף מיין אויפפירונג. אויב איך מאך אליין אפ מיין וועליו, פיל איך אליין און אפגעהאקט.

ק: (זאגט עס) ס'פילט זיך זייער אמת'דיג.

ט: לאמיר זיך נאכאמאל פארשטעלן ווי איין טאג שטייסטו אויף, און דו ביסט דיך מתגבר, און דו טוסט אלעס וואס רוקן דיך פאראויס...

ק: איך דארף א גאלדענע סטאר, און איך גיי עס נישט באקומען. און אויב איך מאך אליין אפ מיין וועליו, פיל איך אליין, און אפגעהאקט.

ט: זאג אזוי: די סיבה פארוואס איך שטיי יעצט נישט אויף בהתגברות ובשמחה איז ווייל איך פיל נישט דעם גוטן טעם פון אויספירן וואס איך וויל, נאר איך בלייב ביי די זעלבע פאזיציע. פארוואס זאל איך אויפשטיין, אז איך זאל נאכאמאל האלטן דארט וואו איך האב געהאלטן נעכטן? אבער פארוואס טאקע בלייב איך ביי די זעלבע פאזיציע. איז די סיבה ווייל די זאכן וואס איך דארף טון, אדער וויל טון, שאפן נישט אין מיר גענוג א שטארקע טרייב קראפט דאס אויסצופירן?

ווען איך שטעל מיך פאר אז איך בין מיך מתגבר צו טון וואס רוקן מיך פאראויס, קומט ארויף "איך פארליר מיין איך", "קיינער גייט עס נישט אפרישיעטן". און ווען איך פרוביר צו פילן אז מ'געט די וועליו וואס איך געב דערצו, אפילו מ'זאגט מיך עס נישט, פיל איך אז איך פיל אבער נישט קיין קאנעקשאן. די איינציגע וועג וויאזוי צו פילן קאנעקשאן איז ווען איך באקום א גאלדענע סטאר אויף מיין אויפפירונג. אויב איך מאך אליין אפ מיין וועליו, פיל איך אליין און אפגעהאקט.

ק: (זאגט עס)

ט: יעצט לאמיר זיך פארשטעלן אז דו באקומסט אגאנצן צייט פידבעק אויף דיין אויפפירונג. קומט עפעס ארויף?

ק: ס'איז צו שווער צו טון מיינע פליכטן. און דאס איז שוין ארויסגעקומען אין איינע פון די פריערדיגע סעשאנ'ס.

ט: וואס מיינט דאס "ס'איז צו שווער צו טון מיינע פליכטן"? ווען האסטו דיך דאס אויסגעלערנט? ענדיג: איך האב מיך דאס אויסגעלערנט...

ק: ווען איך האב געזען אז איך האב נישט קיין כוח אין מיר

ט: נאכאמאל

ק: ווען כ'האב געפילט אז ס'איז שווער

ט: זע דיך ווען דו קלערסט אז ס'מאכט סענס אז דו האסט געפילט אז ס'איז צו שווער, און ענדיג: ס'איז צו שווער, ווייל...

ק: ס'איז צופיל זאכן אויף איינמאל.

ט: נאכאמאל

ק: איך קען נישט כאפן וואס זאל איך טון קודם, און וואס זאל איך טון נאכדעם

ט: נאכאמאל

ק: אפשר "ווייל איך וויל בלייבן א יונגל"

ט: נאכאמאל

ק: עס קומט מיר ארויף א געפיל

ט: ענדיג: די געפיל איז...

ק: אפשר "איך גיי נישט קענען צושטעלן אזויפיל זאכן"

ט: נאכאמאל

ק: דו האלטסט אז איך גיי קענען צושטעלן אזויפיל זאכן?"

ט: נאכאיינמאל

ק: "דו האלטסט אז מ'גייט זיין צופרידן פון מיר?"

ט: ענדיג: די סיבה פארוואס איך וואונדער מיך איז, ווייל...

ק: איך באקום נישט קיין פידבעק

ט: נאכאמאל

ק: כנ"ל.

ט: זאג אזוי: די סיבה פארוואס איך שטיי יעצט נישט אויף בהתגברות ובשמחה איז ווייל איך פיל נישט דעם גוטן טעם פון אויספירן וואס איך וויל, נאר איך בלייב ביי די זעלבע פאזיציע. פארוואס זאל איך אויפשטיין, אז איך זאל נאכאמאל האלטן דארט וואו איך האב געהאלטן נעכטן? אבער פארוואס טאקע בלייב איך ביי די זעלבע פאזיציע. איז די סיבה ווייל די זאכן וואס איך דארף טון, אדער איך וויל טון, שאפן נישט אין מיר גענוג א שטארקע טרייב קראפט דאס אויסצופירן?

ווען איך שטעל מיך פאר אז איך בין מיך מתגבר צו טון וואס רוקן מיך פאראויס, קומט ארויף "איך פארליר מיין איך", "קיינער גייט עס נישט אפרישיעטן". און ווען איך פרוביר צו פילן אז מ'געט די וועליו וואס איך געב דערצו, אפילו מ'זאגט מיך עס נישט, פיל איך אז איך פיל אבער נישט קיין קאנעקשאן. די איינציגע וועג וויאזוי צו פילן קאנעקשאן איז ווען איך באקום א גאלדענע סטאר אויף מיין אויפפירונג. אויב איך מאך אליין אפ מיין וועליו, פיל איך אליין און אפגעהאקט.

און ווען איך שטעל מיך פאר אז איך באקום יא אגאנצן צייט פידבעק, קומט ארויף אז ס'איז צו שווער צו טון מיינע פליכטן. איז די סיבה פארוואס ס'איז צו שווער, ווייל איך באקום נישט קיין פידבעק אז איך גיי קענען אויספירן אזויפיל זאכן, אז מ'איז עכט צופרידן פון די אופן וויאזוי איך גיי עס אויספירן?

ק: (זאגט עס)

ט: יעצט לאמיר זיך נאכאמאל פארשטעלן ווי איין טאג שטייסטו אויף און דו ביסט דיך מתגבר, און דו טוסט אלעס וואס רוקן דיך פאראויס, און דו באקומסט פידבעק אז די וועג וויאזוי דו טוסט עס שטעלט זייער צופרידן. צי קומט עפעס ארויף?

ק: עס פילט זיך גוט. לאמיר זען

ט: וואס נאך טוט זיך?

ק: איך האב נישט ליב צו פארברענגען סתם אזוי.

ט: ענדיג: אויב איך געב א מיינונג אז דאס איז נישט סתם אזוי, דאן...

ק: איך האב נישט ליב צו רעדן מיט דיר דא אויף אייוועלט, נאר זאכן וואס עס פעלן אויס.

ט: גוט. זאל השי"ת העלפן

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די סיבה פארוואס איך שטיי יעצט נישט אויף בהתגברות ובשמחה איז ווייל איך פיל נישט דעם גוטן טעם פון אויספירן וואס איך וויל, אדער וואס איך דארף, נאר איך בלייב ביי די זעלבע פאזיציע. פארוואס זאל איך אויפשטיין, אז איך זאל נאכאמאל האלטן דארט וואו איך האב געהאלטן נעכטן? אבער פארוואס טאקע בלייב איך ביי די זעלבע פאזיציע, איז די סיבה ווייל די זאכן וואס איך דארף טון, אדער איך וויל טון, שאפן נישט אין מיר גענוג א שטארקע טרייב קראפט דאס אויסצופירן?

ווען איך שטעל מיך פאר אז איך בין מיך מתגבר יא צו טון וואס רוקן מיך פאראויס, קומט ארויף "איך פארליר מיין איך", "קיינער גייט עס נישט אפרישיעטן". "איך באקום נישט א ריספאנס וואס איך ערווארט צו באקומען". און ווען איך פרוביר צו פילן אז מ'געט די וועליו וואס איך געב דערצו, אפילו מ'זאגט מיך עס נישט, פיל איך אז איך פיל אבער נישט קיין קאנעקשאן. "די איינציגע וועג וויאזוי צו פילן קאנעקשאן איז ווען איך באקום א גאלדענע סטאר אויף מיין אויפפירונג." "אויב איך מאך אליין אפ מיין וועליו, פיל איך אליין, און אפגעהאקט".

און ווען איך שטעל מיך פאר אז איך באקום יא אגאנצן צייט פידבעק, קומט ארויף אז ס'איז צו שווער צו טון מיינע פליכטן. איז די סיבה פארוואס ס'איז צו שווער, ווייל איך באקום נישט קיין פידבעק אז איך גיי קענען אויספירן אזויפיל זאכן, אז מ'איז עכט צופרידן פון די אופן וויאזוי איך גיי עס אויספירן?

הייליגער באשעפער דו ביסט דאך המטיב לכל אפילו לאדם כמוני. היה נא בעזרי לעזרינו לתקן את כל אשר עויתי חטאתי לפניך
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מיט די הילף פונעם הייליגן באשעפער ברוך הוא וברוך שמו וואס העלפט מאוצר מתנת חנם

טערעפיסט: א גוטן הרב קליענט נירו יאיר ויזרח

קליענט: א בעסערן דיך, און השי"ת זאל העלפן. איך האב נאכאמאל עקספיריענסד די סענסעשאן מיט וואס איך ווער סטאק דערמיט, און איך וואונדער מיך צי ס'האט מיט דעם וואס איך בין אנגעצויגן ביי יענע פלאץ.

ט: איז, שטעל דיך פאר די מצב ווען דאס געשעט אין דיר, כאילו ס'איז יעצט, און שטעל דיך פאר וואו ביי די פלאץ וואו עס געשעט די סענסעשאן איז פיזיש נאכגעלאזט און נישט צאמגעצויגן, און ענדיג: אויב איך בין אזוי, דאן...

ק: דאן בין איך אזוי

ט: נאכאמאל

ק: ווען איך וויל ענדיגן דעם זאץ, פיל איך ווי מיין אטענשאן לויפט צו פילן עפעס אינמיטן פון מיין טשעסט.

ט: ענדיג: אויב איך בין אזוי, (און 'אזוי' מיינט: פיזיש נאכגעלאזט, און נישט צאמגעצויגן)דאן וויל דא (אינמיטן פון מיין טשעסט) ארויפקומען די געפיל פון...

ק: עס ווערט שטארק א געוויסע אומבאצייכנטע געפיל

ט: זאג: אויב איך בין אזוי, וויל דא ווערן שטארק די געפיל פון...

ק: ס'איז מיר אינטערעסאנט. אבער איך מיין אז ס'קומט ארויף אזא רצון צו שרייען "וואס טוט זיך דא, רוק דיך פון דא, שטיי מיר נישט אין וועג"

ט: פרוביר נאכאמאל און ברענג עס מער ארויס מן ההעלם אל הבינה

ק: עס קוקט מיר אויס ווי עפעס אזא איינגעהאלטענע כעס אויף עפעס. ווי איינער וואס יאגט זיך צו א אפוינטמענט, און עס קריכט אים פאראויס געדולדיג אזא קליינע קארעלע. און עס גייט אויף די נערווען

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: עס קוקט מיר אויס אז איך האב אין מיר א רצון צו שרייען, און איך האלט עס איין. נישט דוקא שרייען. נאר עפעס אין יענע געגנט.

ט: ענדיג: די רצון איז צו...

ק: ווייסט, איך פיל אזוי ווי איינער האלט א האמער אריינצוהאקן א נאגל, און ער הייבט אויף די האנט, און בשעת ער לאזט אראפ די האנט צו געבן א זעץ פאר'ן נאגל אז ס'זאל אריינגיין אינעם וואנט, אזא פעולה. אזא דירעקטע פעולה פון די רצון צו די פעולה. 'אריינהאקן דעם נאגל"

ט: סאו, זאג ענדיג נאכאמאל: אויב איך בין אזוי, דאן וויל דא ארויפקומען און ווערן שטארק די געפיל פון...

ק: דאן וויל איך מער שטופן די פעולה

ט: פארוואס פעלט דיך אויס דאס איינצוהאלטן? שטעל דיך פאר ווי דו ביסט פיזיש רילעקסד און נאכגעלאזט, אבער דו ברענגסט ארויס די פעולות. און ענדיג: עס איז בעסער אז איך האלט עס צוריק, (און די ווארט 'עס' מיינט די פעולה ווי 'אריינהאקן די נאגל') ווייל אויב איך לאז עס ארויסקומען, דאן...

ק: אפשר קומט ארויף "עס וועט זיין צו שרעקעדיג"

ט: לאמיר זעהן צי דו האסט א כעס אין דיר: ענדיג מיר, אויב ענדערש ערלויב איך מיין כעס ארויסצוקומען, דאן...

ק: איך פיל נישט כעס

ט: שטעל דיך פאר אז דו האסט פאר דיר א קוועטשער, וויפיל ווילסטו עס אראפקוועטשן, אז ס'זאל אויסדרוקן סיי וואס עס וויל ארויסקומען?

ק: ביזן סוף, און עס אנהאלטן. (קליענט אטעמט טיף אפ)

ט: בשעת דו האלטסט עס אזוי אראפ, ענדיג מיר: קיינער ווייסט טאקע נישט, און גייט קיינמאל נישט וויסן, אבער דאס מיינט אז איך וויל...

ק: אפשר "די מענטשהייט שטעלט זיך נישט צו צו מיינע פארלאנגען"

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: (קליענט אטעמט אפ טיף) יא, די מענטשהייט שטערט מיך. די מענטשהייט שטייט מיר אין וועג. רוקטס ענק, שטייטס מיר נישט אין וועג. איך פיל אז איך שעם מיך ארויסצוקומען מיט דעם. אבער "רוקטס ענק"

ט: זאג, זאג, זאג מיר נאך. רוקטס ענק...

ק: יא. פאר ענק דארף איך זיין אזוי נייס און שעמעדיג, גייט אייך אלע פון דא.

ט: וואס פילסטו כלפי די מענטשהייט?

ק: זיי שטערן מיר.

ט: יא. ענדיג: איך וויל נישט זיין א בוגי מען, אבער...

ק: פאר ענק דארף איך מיך צושטעלן, און זיין פארקוועטשט. איך וויל ארויסקומען.

ט: וואס פילסטו לגבי די מענטשהייט?

ק: די געפיל פון זיין איינגעמאכט. פארצוימט.

ט: ענדיג: איך מוז זיין פארצוימט, ווייל...

ק: איך שעם מיך פון ענק. ענק דרוקן אויף מיר.

ט: שטעל דיך נאכאמאל פאר ווי דו זעסט דעם קוועטשער, און בעת דו קוועטשט עס, זאג וואס ס'וויל ארויסקומען

ק: איך וויל שוין נישט זיין אזוי צוריקגעהאלטן.

ט: נאכאמאל

ק: מאכטס מיך פריי א פלאץ איך וויל גיין מיין וועג

ט: וואס האט דאס שייכות מיט 'אינמיטן פון די טשעסט' דו ווייסט?

ק: מיין רצון איז דארט.

ט: פיין. זאג אזוי: בין איך פיזיש אנגעצויגן און נישט נאכגעלאזט וואו עס געשעט די סענסעשאן? און אויב איך לאז עס נאך, וויל ארויסקומען מיין רצון "שטייטס מיר נישט אין וועג. ענק מאכן מיר צוריקגעהאלטן, איך קען נישט אזוי ארויסקומען מיט מיין רצון"

ק: (זאגט עס)

ט: קוק אויף די מענטשהייט, און פיל וויאזוי זיי לייגן ארויף אויף דיר א שטארקע צוריקהאלט, און דמיון וויאזוי דו שטופסט אראפ פון דיר דעם אפהאלט, און בשעת דו שטופסט אזוי, ענדיג: אויב איך שטופ דאס אראפ, דאן...

ק: עפעס וויל ארויפקומען, אבער נישט גענוג שטארק אז איך זאל עס קענען פארשטיין

ט: זעה עס אויף א צווייטע מענטש. און זאג: אויב ער שטופט דאס אראפ, דאן...

ק: אפשר "פארלירט ער קאנעקשאן"

ט: ענדיג: אויב איך שטופ דאס אראפ, און איך קום ארויס מיט מיין רצון, דאן...

ק: עס פילט זיך נישט מער ווי "איך טו וואס איך וויל און שוין"

ט: זאג: אזוי (קיינער שטייט מיך נישט אין וועג, איך טו וואס איך וויל, איך קום ארויס מיט מיין גאנצע ענערגיע) פילט זיך אינגאנצן באקוועם

ק: ניין. איך וויל פילן קאנעקשאן.

ט: זאג: אויב איך נעם נישט אויף מיר דעם אפהאלט פון די מענטשהייט, נאר איך קום ארויס מיט מיין ענערגיע, רוקטס ענק, שטייטס מיר נישט אין וועג, לאמיר אריינהאקן מיין נאגל, מיינט אז איך גיי פארלירן מיין קאנעקשאן.

ק: ס'פילט זיך זייער אמת'דיג

ט: דמיון וויאזוי דו האסט נישט דעם אפהאלט. קומט עפעס ארויף?

ק: איך וויל אויסנעמען ביי מענטשן מיט יעדע זאך וואס איך טו.

ט: ענדיג: איך וויל אויסנעמען, ווייל אויב איך בין אן דעם, דאן...

ק: פיל איך אליין.

ט: זאג: אויב איך נעם נישט אויף מיר דעם אפהאלט פון די מענטשהייט, נאר איך קום ארויס מיט מיין ענערגיע, רוקטס ענק, שטייטס מיר נישט אין וועג, לאמיר אריינהאקן מיין נאגל, מיינט אז איך גיי פארלירן מיין קאנעקשאן. און איך פיל אליין. צי קען איך דען ארויסקומען מיט מיין ענערגיע "רוקטס ענק, שטייטס מיר נישט אין וועג, לאמיר אריינהאקן מיין נאגל" אויף א אופן פון בלייבן קאנעקטעד, און נישט פילן אליין?

(זאגט עס)

ט: זאג אזוי: איך האב צוויי ברירות, אדער בין איך ביי די פלאץ פון די סענסעשאן איינגעהאלטן, און צאמגעצויגן, אבער דאס פילט זיך נישט גוט, אדער בין איך דארט נאכגעלאזט, אבער דאס מיינט אז איך דארף אויך לאזן ארויסקומען מיין ענערגיע, מיינע רצונות, אויף א אופן פון "די מענטשהייט זאל מיך נישט שטערן, אריינהאקן מיין נאגל, רוקטס ענק, מאכטס פריי, שטייטס מיר נישט אין וועג". אבער "אריינהאקן מיין נאגל" מיינט א געפיל אז איך פארליר מיין קאנעקשאן און איך בלייב אליין אן די מענטשהייט. סאו, אויב איך בלייב ענדערש מיט די צוריקהאלט, בלייב איך פארקוועטשט, איינגעמאכט, און פארצוימט, "איך שעם מיך פון ענק, ענק דרוקן אויף מיר" אבער איך מוז ערגעץ איינהאלטן מיינע רצונות. אינגאנצן בטל ווערן?

צי קען איך דען ארויסקומען מיט מיין ענערגיע "רוקטס ענק, שטייטס מיר נישט אין וועג, לאמיר אריינהאקן מיין נאגל" אויף א אופן פון בלייבן קאנעקטעד, און נישט פילן אליין?

כאטש אזא סענסעשאן פילט זיך נישט בא'טעמ'ט, אבער פילן אליין און אפגעהאקט איז זייער א שווערע געפיל פאר מיר צו סובל זיין.

ק: (זאגט עס)

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך האב צוויי ברירות, אדער בין איך ביי די פלאץ פון די סענסעשאן איינגעהאלטן, און צאמגעצויגן, אבער דאס פילט זיך נישט גוט, אדער בין איך דארט נאכגעלאזט, אבער דאס מיינט אז איך דארף אויך לאזן ארויסקומען מיין ענערגיע, מיינע רצונות, אויף א אופן פון "די מענטשהייט זאל מיך נישט שטערן, אריינהאקן מיין נאגל, רוקטס ענק, מאכטס פריי, שטייטס מיר נישט אין וועג". אבער "אריינהאקן מיין נאגל" מיינט א געפיל אז איך פארליר מיין קאנעקשאן און איך בלייב אליין אן די מענטשהייט. סאו, אויב איך בלייב ענדערש מיט די צוריקהאלט, בלייב איך פארקוועטשט, איינגעמאכט, און פארצוימט, "איך שעם מיך פון ענק, ענק דרוקן אויף מיר" אבער איך מוז ערגעץ איינהאלטן מיינע רצונות. אינגאנצן בטל ווערן?

צי קען איך דען ארויסקומען מיט מיין ענערגיע "רוקטס ענק, שטייטס מיר נישט אין וועג, לאמיר אריינהאקן מיין נאגל" אויף א אופן פון בלייבן קאנעקטעד, און נישט פילן אליין?

כאטש אזא סענסעשאן פילט זיך נישט בא'טעמ'ט, אבער פילן אליין און אפגעהאקט איז זייער א שווערע געפיל פאר מיר צו סובל זיין.

און דער הייליגער באשעפער זאל שוין העלפן בזכות הצדיקים, בזכות רבינו משולם פייש בן מרדכי וצירל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א גוטן דיר, השי"ת זאל דיר געבן די ריכטיגע חב"ד מיך צו קענען העלפן ב"ה

ט: וויאזוי גייט עס מיט אויפשטיין?

ק: נאך אלץ נישט מיט א התגברות וכו'. און איך קען פילן אז די סיבה איז טאקע דאס וואס דו האסט מיר געשריבן אין די צעטל אזא אומזיכערקייט צי מ'וועט זיין צופרידן מיט די וועג וויאזוי איך טו זאכן.

ט: לאמיר עס נאכאמאל וועריפייען. שטעל דיך פאר כאילו ס'איז יעצט, און שטעל דיך פאר אז דו געסט דיך אזא שטארק, מיט א שמחה, געגאנגען! וואס קומט ארויף?

ק: סטאפ, טראכט א רגע.

ט: ענדיג: איך וויל נאך טראכטן פון...

ק: עס גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל.

ט: גוט. איז קודם זאג אזוי: איך באקום פידבעק אז איך גיי קענען אויספירן אזויפיל זאכן, און אז מ'איז עכט צופרידן פון די אופן וויאזוי איך גיי עס אויספירן.

ק: ניין. איך פיל ווי עס פעלט מיר אזא געפיל, אזא זיכערקייט.

ט: וואס לערנט דיך אויס אז עס פעלט דיר אזא געפיל, אזא זיכערקייט. ענדיג: איך ווייס אז עס פעלט מיר, ווייל...

ק: איך פיל נישט א קבלת 'אקעי' אין מיר.

ט: איך וויל קודם פארשטיין. ווייל דו פילסט נישט א עכטע קבלת 'אקעי', איז שווער צו טון פליכטן?

ק: עס פילט זיך אז איך ווייס נישט וויאזוי עס צו טון ריכטיג, דערפאר לוינט זיך נישט צו טון.

ט: פארוואס? פליכטן ביסטו דאך מחוייב צו טון. ענדיג: אויב איך ערלויב אז פליכטן בין איך מחוייב צו טון, דאן...

ק: דאן קומט אויך ארויף אז האב נאכנישט באקומען די 'אקעי' אז מ'איז צופרידן די וועג וויאזוי איך טו עס.

ט: נאכאמאל. אויב איך ערלויב אז איך דארף עס טון וועגן מיר, דאן...

ק: דאן, וויל איך נישט, ווייל איך וויל פילן די 'אקעי'.

ט: ענדיג: אויב איך פיל נישט די 'אקעי' מיינט עס אז...

ק: איך פיל נישט די גוטע טעם. די גוטע טעם קומט פון די 'אקעי' וואס מ'פילט אז מ'האט באקומען.

ט: ענדיג: אויב איך גיי נעמען דעם גוטן טעם פון די עצם טון מיינע פליכטן, דאן...

ק: דאן קען איך נישט אליין אפשאצן מיין ווערד. איך מוז עס באקומען. אז נישט פיל איך ווייניג ווערד.

ט: זאג אזוי: אויב איך פיל נישט די 'אקעי', אז מ'איז צופרידן מיט די וועג וויאזוי איך טו עס, דאן קען איך נישט פילן די גוטע טעם פון מיינע פליכטן. איך קען נישט אליין אפשאצן מיין וועליו.

ק: (זאגט עס)

ט: ענדיג: אויב איך בין מוחל דעם גוטן טעם, דאן...

ק: האט עס נישט אין זיך חיים. האט עס נישט אין זיך וועליו

ט: ענדיג: אויב איך געב אליין מיין וועליו, דאן...

ק: בין איך נישט זיכער דערמיט

ט: וואס אין דיין לעבן האט דיך אויסגעלערנט נישט צו זיין זיכער מיט דיין אייגענעם שאץ? ענדיג: איך האב מיך דאס אויסגעלערנט...

ק: ווען מ'האט מיך פארשעמט.

ט: נאכאמאל

ק: איך בין געווארן פארשעמט

ט: נאכאיינמאל

ק: יא. ווען איך האב אזוי געפילט. און אונז האב מיר שוין געמאכט א סעשאן אויף דעם. די ווערטער פון די צעטיל איז: וויאזוי קען איך פילן זיכער ווען מיינע געפילן בשעת מ'האט מיך פארשעמט, האבן מיך אויסגעלערנט אז איך קען נישט זיין זיכער מיט גארנישט. ווייל פארוואס פילט זיך אומזיכער ווען מ'ווערט פארשעמט, קען דען זיין א געפיל פון אומזיכערקייט זאל מיינען עפעס אנדערש ווי דער אמת?

ט: וואס האט שייכות די געפיל פון "איך פיל מיך פארשעמט" מיט "איך קען זיך נישט האלטן ביי מיין אייגענע אפשאץ"? שטעל דיך פאר אז דו פרובירסט דיך צו האלטן ביי דיין אייגענע אפשאץ, בשעת דו פילסט פארשעמט. וואס קומט ארויף?

ק: די ווייטאג פון די בושה ווערט שטערקער.

ט: יעצט שטעל דיך פאר אז דו מאכסט אוועק דיין אייגענע אפשאץ אויף עפעס, בשעת דו פילסטעך פארשעמט, וואס קומט ארויף?

ק: די ווייטאג פון די בושה ווערט גרינגער

ט: פארוואס? פרוביר נאכאמאל דיך צו האלטן ביי דיין אייגענע אפשאץ בשעת דו פילסט פארשעמט.

ק: די בושה פרובירט אראפצוקלאפן די ווערד.

ט: נאכאמאל

ק: יא. כדי זיך צו שעמען, מוז מען אראפקלאפן די ווערד

ט: זאג אזוי: וויאזוי קען איך מיך האלטן ביי מיין אייגענעם ווערד, ווען איך פיל פארשעמט? די ווערד פילט זיך אויך ווייניגער.

ק: (זאגט עס)

ט: שטעל דיך פאר אז דו האלטסט א דימאנט אין דיין האנט בשעת דו פילסט פארשעמט, פילט זיך דיר אויך די דימאנט ווייניגער ווערד?

ק: ווייניגער אינטערעסאנט.

ט: יעצט, שטעל דיך פאר אז דו האלטסט אן די אינטערעסאנקייט, און אויך די ווערד פונעם דיאמאנד, בשעת דו פילסט פארשעמט. וואס קומט ארויף?

ק: די בושה דארף מער ארבעטן אויף מיר.

ט: יעצט, שטעל דיך פאר אז דו ביסט אין א מצב פון ווערן פארשעמט, אבער דו האלטסט דיך גענוג שטארק דערקעגן זיך נישט צו לאזן דערפון. קומט עפעס ארויף?

ק: קען זיין אז עס קומט ארויף א געפיל פון "איך בין אנדערש ווי יעדעם"

ט: נאכאמאל

ק: כנ"ל

ט: וויאזוי מאכט די בושה אז דער געפיל "איך בין אנדערש ווי יעדעם" זאל אוועקגיין?

ק: ווייל אויב איך שעם מיך מיינט עס אז איך בין נישט מסכים אז דאס זאל זיין מיין 'איך'. איך שעם מיך דערמיט.

ט: זאג אזוי: איך וויל נישט פילן אנדערש ווי יעדעם, דערפאר וועל איך מיך שעמען אפילו אויב ס'נעמט אוועק די געפיל פון מיין אייגענעם אפשאץ אויף ווערדפולע זאכן, די געפיל פון אינטערעסאנטקייט.

ק: (זאגט עס) ס'פילט זיך זייער אמת'דיג

ט: זאג אזוי. יעדעס מאל ווען איך האב געפילט פארשעמט, האט עס אויסגעפעלט. וואס קומט ארויף?

ק: ס'קומט ארויף "עס האט נישט אויסגעפעלט"

ט: ענדיג: אויב איך ערלויב אז נישט יעדעס מאל האט עס אויסגעפעלט, דאן...

ק: קומט ארויף "איך וויל בלייבן דערמיט"

ט: ענדיג: אין מיר איז דא א געפיל צו ווייטער פילן די אלע בושות, ווייל...

ק: עפעס קומט ארויף "ווייל דאס איז א חלק פון מיר"

ט: ענדיג נאכאמאל: אויב איך ערלויב אז נישט יעדעס מאל האט אויסגעפעלט צו פילן בושה, דאן...

ק: דאן פארליר איך א חלק פון מיך.

ט: ענדיג: אויב איך ערלויב אז נישט יעדעס מאל האט אויסגעפעלט צו פילן בושה, דאן פארליר איך א חלק פון מיך, ווייל...

ק: אפשר קומט ארויף "ווייל איך וויל טרויערן דערויף, איך וויל טרויערן אויף די אלע מאל וואס איך האב געפילט בושה און עס האט נישט אויסגעפעלט"

ט: נאכאמאל

ק: אפשר ווייל דארט קומט ארויף מיין נפש.

ט: זאג אזוי: איך וויל נישט פילן אנדערש ווי יעדעם, דערפאר וועל איך מיך שעמען אפילו אויב ס'נעמט אוועק די געפיל פון מיין אייגענעם אפשאץ אויף ווערדפולע זאכן, די געפיל פון אינטערעסאנטקייט. און אויב איך ערלויב אז נישט יעדעס מאל האט אויסגעפעלט צו פילן בושה, דאן פארליר איך א חלק פון מיך, ווייל 1) איך וויל דערויף טרויערן פארוואס ס'איז געשען, און 2) ווייל דארט קומט ארויף מיין נפש.

ק: (זאגט עס)

ט: האט דיין טרויערן א גוטסקייט אין זיך? ענדיג: טרויערן דערויף האט אין זיך א גוטסקייט, ווייל...

ק: ווייל דאס מיינט אז איך האב רצונות, א 'איך'. אפילו אויב זיי זענען נישט געווען וויאזוי איך וויל.

ט: ביסט געווארן אסאך פארשעמט אין דיינע אויפוואקסונג יארן?

ק: זייער זייער זייער אסאך.

ט: יעצט לאמיר דיר פרעגן: וואס האט שייכות "נישט אויפשטיין מיט התגברות" מיט "איך בין געווארן פארשעמט"?

ק: די בושה ערלויבט מיר נישט זיך צו האלטן ביי מיין אייגענעם ווערד. איך מוז אגאנצן צייט צוקומען צו די וועליו וואס א צווייטער וועט מיר געבן.

ט: זאג אזוי: איז די סיבה פארוואס איך שטיי יעצט נישט אויף מיט התגברות, שמחה, זריזות וחיות, ווייל דאס פילן זייער א סך מאל בושה האט מיך אויסגעלערנט זיך נישט צו האלטן ביי מיין אייגענעם ווערד. נאר מוזן צוקומען צו די וועליו וואס א צווייטער וועט מיר געבן. און איך פיל נאכנישט אז איך האב באקומען דעם ריכטיגן 'אקעי' אז מ'איז עכט צופרידן וויאזוי איך טו עס.

און די בושה קען איך נישט לאזן גיין. קודם ווייל איך וויל פילן בושה, ווייל אויב איך פיל נישט בושה, קומט ארויף די געפיל אז איך בין אנדערש ווי יעדעם און דאס וויל איך נישט פילן. און אויב איך ערלויב אז נישט יעדעס מאל האט אויסגעפעלט צו פילן בושה, דאן קומט ארויף אין מיר די געפיל אז איך פארליר א חלק פון מיך, א חלק פון מיין ארויפגעקומענעם נפש, און אויך וויל איך טרויערן פארוואס ס'איז אזוי געשען. ווייל דאס מיינט אז איך האב רצונות, א 'איך'. אפילו אויב זיי זענען נישט געווען וויאזוי איך וויל.

כאטש דאס אז איך וויל מיך נישט אויסהיילן פון בושה, שאפט אז איך קען מיך נישט האלטן ביי מיין אייגענעם וועליו, איך מוז צוקומען צו א צווייטנס אקעי, וואס דאס מאכט אז איך זאל נישט וועלן טון מיינע פליכטן, אבער איך דארף א 'איך'.

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איז די סיבה פארוואס איך שטיי יעצט נישט אויף מיט התגברות, שמחה, זריזות וחיות, ווייל דאס פילן זייער א סך מאל בושה האט מיך אויסגעלערנט זיך נישט צו האלטן ביי מיין אייגענעם ווערד. נאר מוזן צוקומען צו די וועליו וואס א צווייטער וועט מיר געבן. און איך פיל נאכנישט אז איך האב באקומען דעם ריכטיגן 'אקעי' אז מ'איז עכט צופרידן וויאזוי איך טו עס.

און די בושה קען איך נישט לאזן גיין. קודם ווייל איך וויל פילן בושה, ווייל אויב איך פיל נישט בושה, קומט ארויף די געפיל אז איך בין אנדערש ווי יעדעם און דאס וויל איך נישט פילן. און אויב איך ערלויב אז נישט יעדעס מאל האט אויסגעפעלט צו פילן בושה, דאן קומט ארויף אין מיר די געפיל אז איך פארליר א חלק פון מיך, א חלק פון מיין ארויפגעקומענעם נפש, און אויך וויל איך טרויערן פארוואס ס'איז אזוי געשען. ווייל דאס מיינט אז איך האב רצונות, א 'איך'. אפילו אויב זיי זענען נישט געווען וויאזוי איך וויל.

כאטש דאס אז איך וויל מיך נישט אויסהיילן פון בושה, שאפט אז איך קען מיך נישט האלטן ביי מיין אייגענעם וועליו, איך מוז צוקומען צו א צווייטנס אקעי, וואס דאס מאכט אז איך זאל נישט וועלן טון מיינע פליכטן, אבער איך דארף א 'איך'.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א גוטן דיך. השי"ת זאל דיר העלפן אז דו זאלסט באקומען די ריכטיגע חכמה בינה ודעת צו וויסן וויאזוי מיך צו פרעגן. און מיך געבן די ריכטיגע חכ"ד צו וויסן וויאזוי דיך צו ענטפערן

ט: וויאזוי גייט עס מיט'ן אויפשטיין?

ק: איך האב געוואלט ענדערש טראכטן פון וואס עס טוט מיך וויי, און זיך זארגן אז ווער ווייסט וואס דאס קען אלץ מיינען

ט: שטעל דיך פאר ווי דיין גאנצע נפש וואס פילט זיך בשעת דו ביסט איינגעטינקען אין דיין ווייטאג, געט פלוצלינג א פאל אראפ, די סארט נפש נפש'ט זיך נישט מער, און דו בלייבסט אן דעם... וויאזוי פילט זיך עס? דשאסט זאג מיר וויאזוי דו פילסטעך אן דעם.

ק: אן דעם טרעף איך מיך א ליידיגקייט.

ט: גוט. יעצט, זאג: אלעס אין מיר איז זייער באקוועם מיט אזא 'ליידיגקייט'.

ק: אפשר קומט ארויף "איך פיל נישט באליבט"

ט: נאכאמאל

ק: אפשר קומט ארויף "איך פיל נישט אז מ'איז אינטערעסירט אין וואס איך טו"

ט: נאכאמאל

ק: די מערסטע וואס איך קען עס ארויסברענגען איז אז איך טרעף מיך אן אינספיראציע.

ט: נאכאמאל

ק: די מערסטע וואס איך קען דיר זאגן איז "גארנישט רופט מיך נישט צו טון"

ט: קענסט מיר מער פארברייטערן וואס עס מיינט "גארנישט רופט מיך נישט צו טון"? ענדיג: גארנישט רופט מיך נישט צו טון, מיינט אז...

ק: איך בלייב אליין אן דעם וואס עפעס זאל מיך רופן צו טון.

ט: נאכאמאל

ק: אז איך בלייב אן א טרייב קראפט

ט: נאכאמאל

ק: איך בין נישט מאוטיווירט

ט: פרוביר נאכאמאל זיך פארשטעלן ווי אט די געפיל וואס דו פילסט ווען דו ליגסט אין דאגות וועגן דא טוט וויי, און דארט טוט וויי, און ווער ווייסט, געט זיך פלוצלינג א שייל אראפ, וויאזוי פילסטו דיך?

ק: אפשר קומט ארויף "צי בין איך באליבט?"

ט: נאכאמאל

ק: איך מיין אז ס'איז די זעלבע "עס גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל"

ט: דאס אז דו וואונדערסט דיך צי דו ביסט באליבסט צי נישט, דאס איז אייביג אזוי געווען ביי דיר, צי דו האסטעך דאס אויסגעלערנט?

ק: קען זיין אז דאס איז אייביג אזוי געווען. ס'איז אזא אופן פון מאכן זיכער צי מ'איז טאקע באליבט, אנגענומען, צי מ'איז נישט אוועקגעווארפן.

ט: שטעל דיך פאר ווי דו פילסט קאנעקטעד, דארפסט נישט קיין ראי' דערצו, דשאסט דו פילסט קאנעקטעד אן דארפן קוקן פאר סימנים צי מ'האט דיך נאך אינזין, קומט עפעס ארויף?

ק: עס פילט זיך נישט אזוי באקוועם.

ט: ענדיג: עס פילט זיך נישט אזוי באקוועם ווייל...

ק: אלעס איז צי גוט

ט: ענדיג: אויב אלעס איז צי גוט, מיינט עס אז...

ק: אפשר "איך גיי נישט טרעפן א חידוש" איך פיל אז איך דארף עפעס איבערדרייען כדי ס'זאל ווערן א חידוש

ט: וואס מיינט 'איבערדרייען'?

ק: ס'מיינט אז איך דארף מיך אפהאקן, און אריינקריכן אין מיר, כדי צו טרעפן א חידוש. אונז האב מיר שוין געמאכט א סעשאן דערויף. און די ווערטער זענען: איך פיל דיסקאנעקטעד ווייל דאס איז די איינציגע וועג וויאזוי איך קען מיך מער טרעפן, כדי צו פארשטיין וואס עס קומט פאר מיט מיר. צו טרעפן מיין וועג אין לעבן. צו מער טאפן אין מיין קריעטיוויטעט. איך קען נישט אנקומען צו די אלע זאכן דורכ'ן פילן מקושר.

ט: ענדיג: אויב איך ערלויב אז עס איך קען בלייבן קאנעקטעד, אפילו ווען איך וויל מיך מער טרעפן, דאן...

ק: דאן דארף איך לענגער ווארטן אז ס'זאל ארויפקומען מיין קריעטיוויטעט, אדער מיך צו טרעפן. איך פיל אז איך קען מיך נישט אינגאנצן טרעפן.

ט: וויאזוי האט שייכות דאס אז דו פילסט אז דו מוזט דיך אפהאקן, כדי דיך אינגאנצן צו טרעפן, מיט "איך קען מיך נישט ערלויבן אז ס'זאל זיך אויסהיילן מיין בושה, ווייל ס'איז א חלק פון מיך"? שטעל דיך פאר אז דו פילסט קאנעקטעד, און דו ערלויבסט אז ס'זאל זיך אויסהיילן די בושה. וואס קומט ארויף?

ק: עס ווערט גרינגער, ווייל איך פיל נישט אז ס'איז אזוי וויכטיג צו טרעפן אזא סארט 'איך'. מיין 'איך' איז מחובר.

ט: און יעצט שטעל דיך פאר אז דו פילסט דיסקאנעקטעד, און דו ערלויבסט אז ס'זאל זיך אויסהיילן די בושה?

ק: זייער זייער שווער. ווייל איך דארף מער אזא סארט 'איך'.

צעטיל

(די צעטיל האט שייכות מיט איין צעטיל פארדעם)

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

צי איז די סיבה פארוואס איך טראכט יעצט פון דאגות פון וואס קען מיינען די ווייטאג וואס איך האב, אדער סתם טראכטן פון נעגעטיוו, און איך שטיי נישט אויף בהתגברות, ווייל איך פיל אז איך מוז מיך אפהאקן כדי זיך אינגאנצן צו טרעפן. אז ווייל איך מוז מיך אפהאקן, קען איך זייער שווער ערלויבן אז די בושה זאל זיך אויסהיילן. ווייל אזוי דארף איך האבן אזא סארט 'איך'. אבער ווען איך פיל קאנעקטעד, דארף איך נישט אזא סארט 'איך', סאו איך קען עס ערלויבן זיך אויסצוהיילן.

כאטש, ערלויבן אז ס'זאל זיך אויסהיילן די בושה קען מיך העלפן טון מיינע פליכטן, ווייל איך וועל מיך קענען האלטן ביי מיין אייגענעם וועליו, אבער איך וויל מיך דאך אינגאנצן טרעפן.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: ביסטו גרייט מיין טיפער געפילישער נפש צו מיטטיילן וואס דו פילסט דא ברבים?

קליענט: איך וועל פרובירן און השי"ת זאל העלפן

ט: וויאזוי גייט עס?

ק: די צעטיל וואס דו האסט מיר געמאכט לעצטע מאל, פילט זיך נישט אינגאנצן באקוועם צו ליינען.

ט: וועלכע ווערטער?

ק: די ווערטער: "ווען איך פיל קאנעקטעד, דארף איך נישט אזא סארט 'איך', סאו איך קען עס ערלויבן זיך אויסצוהיילן."

ט: ענדיג: ס'איז אומבאקוועם ווייל... און געדענק אז סיי וואס אימער עס קומט ארויף אין דיין געפיל, זאג עס מיר. זאל עס זיין א זאך וואס דו ביסט זיכער אז ס'האט זיך דיר נאר געדאכט, א דעכעניש שעבעדעכעניש. דו זאג עס, און ווארט נישט צו פארשטיין וואס דאס איז. דשאסט זאג.

ק: איך פיל ס'נעמט אוועק מיין לעבן.

ט: נאכאמאל

ק: ס'איז נישט אומבאקוועם.

ט: זאג: ס'איז מיר זייער באקוועם צו פילן קאנעקטעד, און נישט דארפן אזא סארט 'איך'. סאו איך קען עס ערלויבן זיך אויסצוהיילן. וואס געט א קום ארויף?

ק: ס'קומט ארויף "ס'איז מיר נישט באקוועם צו פילן קאנעקטעד"

ט: נאכאמאל. און ענדיג: ס'איז מיר נישט באקוועם צו פילן קאנעקטעד, ווייל...

ק: ווייל איך וויל זיין מיט מיר אליין.

ט: ענדיג: זיין מיט מיר אליין, מיינט... און געדענק: זאג יעדע זאך וואס דו מיינסט נאר אז ס'קען אפשר זיין אז דאס איז וואס קומט ארויף

ק: ס'קומט ארויף "איך האב נישט ליב צו זיין מיט מיר אליין"

ט: ענדיג: איך האב נישט ליב צו זיין מיט מיר אליין, ווייל...

ק: ס'קומט ארויף "איך האב יא ליב צו זיין מיט מיר אליין"

ט: שטעל דיך פאר ווי דו קומסט יעצט צווישן יודישע קינדער. און זאג: איך פיל קאנעקטעד.

ק: ניין. איך פיל נישט קאנעקטעד.

ט: שטעל דיך פאר ווי דו קומסט יעצט צווישן יודישע קינדער, און דו פילסט קאנעקטעד אלץ חלק פון כנסת ישראל. און זאג: ס'איז מיר אינגאנצן באקוועם צו פילן אזוי. צי קומט עפעס ארויף?

ק: ס'קומט ארויף "איך וויל דילן מיט מיין ווייטאג"

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: ס'קומט ארויף "איך וויל דילן מיט מיין נפש"

ט: שטעל דיך פאר ווי דו קומסט יעצט אריין אין א ביהמ"ד צווישן ערליכע יודן, און ענדיג: די וועג וויאזוי איך פיל מיך יעצט איז מיר אינגאנצן זייער באקוועם. און האלט קאפ, מיר צו זאגן יעדע שארך

ק: עס קומט ארויף "איך פיל מיך יעצט זייער נישט באקוועם"

ט: זאג עס נאכאמאל, און זאג מיר וואס, וואס איז דיר נישט באקוועם?

ק: איך פיל מיך עפעס אראפגעקוקט.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: איך פיל ווי איך קען נישט זיך שטעלן אלץ אחד מן הכלל.

ט: נאכאמאל

ק: עס קומט ארויף ווי אנדערש און ווייניגער איך בין ווי יעדעם.

ט: לאמיר דיר פרעגן. ווען דו פילסטעך אלץ חלק פון כנסת ישראל, מחובר, בשם כל ישראל, קומט אויך ארויף דער "איך בין אראפגעקוקט" אדער "איך קען זיך נישט שטעלן אלץ אחד מן הכלל" אדער "ווי אנדערש און ווייניגער בין איך ווי יעדעם"?

ק: ניין. עס קומט נישט ארויף.

ט: זאג: ס'איז מיר זייער שווער מודה צו זיין, אבער ס'איז דא א חלק אין מיר, נישט ממש איך, אבער נאר א חלק, וואס וויל נישט ערלויבן זיך צו פילן קאנעקטעד.

ק: (זאגט עס) איך מיין אז ס'קומט ארויף "יא, ס'דא א חלק אין מיר וואס איז פארנומען מיט מיינע ווייטאגן. א חלק וואס... (סטאפט)

ט: איך האב זייער ליב געהאט וויאזוי דו רעדסט מיט אזא אימפעט. האלט דיך נישט צוריק. שטעל דיך פאר ווי דו זעסט פאר דיר איינעם וואס איז דורך די זעלבע בושה וואס דו ביסט דורך. באטראכט אים פאר א לאנגע צייט. פיל מיט מיט אים. און שלאג אים פאר אז דו האסט א וועג פאר אים וויאזוי עס זאל זיך אויסהיילן זיין בושה, דורכ'ן פילן מקושר. צי וויל ער עס? און אויב נישט, פארוואס נישט?

ק: איך מיין אז ער ענטפערט "אויב אזוי קען א מענטש ליידן, און מיט א קלייניקייט, זיך געבן א הייל אויס, און שוין?"

ט: שטעל דיך פאר אז יא, א מענטש קען דאס דורכגיין, אבער מיט א קליינע אינערליכע תנועה פון התחברות עם כנסת ישראל, קען עס ווערן פארגעסן, און ער זאל מער נישט זיין באאיינפלוסט דערפון. און ענדיג: אויב איך ערלויב עס, דאן... און נאכאמאל, געדענק, זאג מיר אלעס וואס דו מיינסט נאר אז אפשר שבאפשר האסטו דאס געפילט.

ק: עפעס קומט ארויף מיינע עלטערן

ט: נאכאמאל

ק: ס'קומט ארויף "ס'פילט זיך זייער גוט"

ט: נאכאמאל

ק: עס פילט זיך גוט, אבער עס פילט זיך אזוי 'אויסגעליידיגט'.

ט: ענדיג: ס'איז מיר אינגאנצן זייער באקוועם צו פילן אזוי 'אויסגעליידיגט'.

ק: ס'קומט ארויף "ניין, ס'פעלט מיין נפש"

ט: נאכאמאל

ק: (קומט נישט ארויף עפעס)

ט: ענדיג: אויב איך גיי בלייבן מיט דעם 'אויסגעליידיגט', דאן...

ק: קען קומען נאכאמאל ווייטאג. אבער יעצט קומט ארויף: וואס טראכסטו, דו קלערסט טאקע אז מ'קען אויסהיילן בושה, סתם פון זיך געבן אזא אינערליכע דריי?

ט: שטעל דיך פאר אז אזא אינערליכע דריי איז דיר אינגאנצן זייער באקוועם צו בלייבן דערמיט. ס'קומט דיר אן זייער גרינג און לייכט, ממש נאטורליך. וואס קומט ארויף?

ק: איך מיין אז ס'קומט ארויף "קיינמאל". אז 'קיינמאל' גייט אזא זאך נישט גיין.

ט: ענדיג: אויב איך ערלויב אז אזא אינערליכע תנועה פון דשאסט פילן קאנעקשאן זאל מיך אויסהיילן מיין בושה, דאן...

ק: דאן בין איך א נאר

ט: איך בין א נאר, ווייל...

ק: אפשר קומט ארויף "מ'קען טון מיט מיר וואס מ'וויל, און גארנישט"

ט: ענדיג מיר: אלע זאכן וואס איך טייפ דא איז דשאסט אויבערפלעכליך, עכט...

ק: גייט עס נישט אזוי גרינג, און דו ווייסט עס.

ט: ענדיג: עס גייט נישט אזוי גרינג, ווייל...

ק: (קומט נישט ארויף עפעס)

ט: ענדיג: די סתירה פון 'גרינג" מיט 'מיין אינערליכע נפש' איז...

ק: אפשר קומט ארויף "אז ס'איז מיר שווער מוחל צו זיין"

ט: יא. מיר רעדן דא אגאנצן צייט אז ס'איז דיר שווער מוחל צו זיין. ענדיג: ווייל אויב איך בין מוחל, פיל איך אז...

ק: ס'קומט ארויף "דו ווייסט אז ס'גייט נישט גיין, פארוואס פרובירסטו?"

ט: ענדיג: ס'גייט נישט גיין, ווייל...

ק: (קומט נישט ארויף עפעס)

ט: ס'גייט נישט גיין, ווייל אויב איך לאז עס גיין...

ק: (קומט נישט ארויף עפעס)

ט: אויב איך גיי פילן קאנעקטעד, און זיך לאזן אויסהיילן די בושה, דאן...

ק: דאן קומט ארויף אזא ווילדע מחשבה, וואס ווייזט אויף כעס.

ט: נאכאמאל

ק: (קומט נישט ארויף עפעס)

ט: זעה א מענטש אזוי ווי דו, און פרעג אים: וואס דרוקט דיך, זאג מיר וואס?

ק: ער ענטפערט: וואס ווילסטו פון מיר?

ט: זאג: איך וויל וויסן פארוואס דו קענסט נישט דשאסט פילן מחובר, און זיך לאזן אויסהיילן די בושה?

ק: אפשר קומט ארויף "די בושה איז מיין חפץ"

ט: וואס מיינט: ס'איז מיין חפץ. ענדיג: מיין חפץ מיינט אז:

ק: ס'מיינט נישט גארנישט.

ט: ענדיג: אויב איך פיל דשאסט קאנעקטעד, און איך לאז מיך אויסהיילן די בושה, דאן...

ק: פארליר איך א חלק פון מיין נפש. ס'איז אזוי ווי דו זאגסט מיר "נעם נישט נקמה"

ט: ענדיג: אויב איך גיי מיך ערלויבן צו פילן קאנעקטעד, און זיך לאזן אויסהיילן מיין בושה, דאן..

ק: אפשר קומט ארויף "דאן, פיל איך מיך גארנישט ווערד"

ט: וואס האט א שייכות "איך פיל מיך ווייניגער ווערד" מיט "איך לאז מיך אויסהיילן מיין בושה"?

ק: ס'איז אומנאטורליך זיך צו פילן קאנעקטעד. ס'מאכט מיך פילן זייער ווי א בעבי. ס'איז א נארישע עצה.

ט: ענדיג: אויב איך ערלויב זיך צו פילן קאנעקטעד, און זיך לאזן אויסהיילן מיין בושה, דאן...

ק: דאן מיינט עס אז איך צעפלאץ מיין 'איגו'. סתם לאזן גיין?

ט: נאכאמאל

ק: (קומט נישט ארויף עפעס)

ט: ענדיג: אויב איך ערלויב נישט אז די בושה זאל זיך אויסהיילן, דאן...

ק: דאן פארבלייב איך מיט מיין פראבלעם.

ט: ענדיג: אויב איך ערלויב זיך צו פילן קאנעקטעד, סאו איך וועל ערלויבן זיך אויסצוהיילן די בושה. דאן...

ק: עס קומט ארויף "איך בין נישט עכט מסכים צו זיין א בעבי, א קליין קינד".

ט: וואס האט א געוויסע געפיל פון 'גרויסקייט' מיט 'פילן אפגעהאקט'? ענדיג: ווען איך פיל קאנעקטעד, פיל איך אז...

ק: איך ווייס נישט וואס, אבער איך פיל מער און מער ווי א מענטש וואס קען נישט מוחל זיין, און זיך בייגן. די 'איגו' לאזט נישט.

ט: וואס האט 'איגו' מיט "איך ערלויב מיך צו פילן קאנעקשאן, כדי איך זאל מיך ערלויבן אויסצוהיילן מיין בושה"? ענדיג: אויב איך ערלויב מיך צו פילן קאנעקשאן, כדי איך זאל מיך ערלויב אויסצוהיילן מיין בושה, דאן...

ק: דאן פיל איך ווי עפעס אין מיר לאזט זיך נישט אראפקוועטשן.

ט: וואס פאר א שייכות האט "איך מוז מיך אראפקוועטשן" מיט "איך וויל פילן קאנעקטעד"? ענדיג: אויב איך פיל קאנעקשאן, דאן...

ק: דאן פיל איך ווי איך בין ווייטער ווייניגער, נאר איך בין דשאסט קאנעקטעד

ט: נאכאמאל. אבער דאס מאל שטעל דיך פאר אז דו פילסט קאנעקשאן אלץ חלק מכנסת ישראל

ק: דאן קען איך נישט דילן מיט מיך אליין.

ט: נאכאמאל

ק: אפשר קומט ארויף, דאן פיל איך מיך אדער ווייניגער, און איך וויל מיך אפהאקן, כדי נישט צו פילן ווי א פיפטע ראד. אדער וויל איך מיך אפהאקן, כדי זיך צו פילן.

ט: נאכאמאל

ק: (קומט נישט ארויף עפעס)

ט: ענדיג: אויב איך גיי מיך ערלויבן צו פילן קאנעקעטד, אזוי אז עס זאל זיך מיר ערלויבן אז ס'זאל זיך מיר אויסהיילן די בושה, דאן...

ק: אפשר קומט ארויף "דאן, וויל איך עס נישט טון, ווייל עס קומט ארויף אין מיר א געוויסע שטאלץ וואס לאזט מיר נישט"

ט: ענדיג: אויב איך גיי מיך ערלויבן צו פילן קאנעקטעד אלץ חלק מכנסת ישראל, אזוי אז ס'זאל זיך מיר ערלויבן אויסצוהיילן די בושה, דאן...

ק: איך וויל מיך טרעפן. איך וויל זיין מיט מיך אליין. איין זאך וואס איך טראכט איז, אז ווער זאגט אז "מיך טרעפן" מיינט 'איך', אלץ נישט א חלק.

ט: ענדיג: אויב איך ערלויב אז דאס ( חלק מכנסת ישראל) איז מיין 'איך', דאן...

ק: קומט ארויף 'כעס'.

ט: ענדיג: די כעס איז ווייל...

ק: איך פיל אזא שטאלץ

ט: ענדיג: איך דארף פילן יעצט אזא שטאלץ, ווייל אויב נישט, דאן...

ק: עס קומט ארויף "מ'האט מיך זייער וויי געטון, און געטשעפעט"

ט: נאכאמאל

ק: איך מיין אז דאס איז עס וואס קומט ארויף. "עס פעלט מיר אויס זיך צו באשיצן פון טשעפערייען"

ט: ענדיג: איך מוז יעצט פילן א שטאלץ וואס זאל מיך צוריקהאלטן פון פילן קאנעקטעד, ווייל אויב פיל עס נישט, דאן...

ק: איך בין זייער ווייעך, און מ'קען מיך צעקוועטשן.

ט: וואס האט שייכות "מ'קען מיך צעקוועטשן" מיט "א שטאלץ דארף מיך צוריקהאלטן פון פילן קאנעקטעד". ענדיג: א שטאלץ דארף מיך צוריקהאלטן פון פילן מיין 'איך' אלץ קאנעקשאן, ווייל...

ק: מענטשן צעדרוקן מיך. איך וויל מיך נישט קאנעקטן. צו וועם וויל איך מיך קאנעקטן?

ט: ענדיג: אויב איך פיל דשאסט קאנעקטעד, און איך ערלויב מיך אויסצוהיילן מיין בושה, דאן...

ק: מיט וועם זאל איך זיין קאנעקטעד.

ט: אויב איך פיל דשאסט קאנעקטעד, אלץ חלק מכנסת ישראל, און איך ערלויב מיך אויסצוהיילן מיין בושה, דאן...

ק: דאן קומט ארויף מיין שטאלץ

ט: ווען איך וויל פילן קאנעקטעד, דארף מיין שטאלץ מיך אפהאלטן דערפון, ווייל אויב עס קומט נישט ארויף, דאן...

ק: אויב איך לאז עס גיין, פיל איך ווי איך בין צו ווייעך, און מ'קען מיך טשעפענען. נישטא וואס עס זאל מיך פראטעקטן.

ט: פרוביר נאכאמאל זיך צו פילן קאנעקטעד אלץ חלק פון כנסת ישראל. און אין די רגע עס קומט ארויף די שטאלץ, טראכט אז ה' מלך גאות לבש. וואס קומט ארויף?

ק: יא. איך מיין אז עס קומט ארויף די געפילן פון ווערן געטשעפעט. צעטרעטן. און אויס.

ט: זאג אזוי: ווען איך פיל מיך א חלק פון כנסת ישראל, פיל איך ווי מיין עקזיסטענץ בלייבט אין פלאץ

ק: יא. קען זיין אז עס קומט ארויף די געפיל פון "ווערן צעטרעטן". קען זיין אז מיין געפיל פארשטייט נישט וואס עס מיינט "חלק פון כנסת ישראל". וויפיל ס'פארשטייט איז, כאילו דאס זענען עפעס מענטשן וואס צעטרעטן. עמער זעהן.

ט: זעה פאר דיר מיט וועם דו ווילסט זיין מחובר, און זאג: אזוי גוט צו זיין מחובר מיט ענק...

ק: ס'קומט ארויף אזא עקלדיגע אומבא'טעמ'טע געפיל. א געפיל וואס צעברעכט מיך. א געפיל וואס דערמאנט מיך ווייטאג.

ט: ענדיג: די עיקר ווייטאג איז אז...

ק: (קומט נישט ארויף עפעס)

ט: ענדיג: די ווארט פאר די ווייטאג איז...

ק: עקלדיג.

ט: נאכאמאל

ק: דערנידערט

ט: נאכאמאל

ק: דערנידערט.

ט: זאג אזוי: אמת טאקע אז ווען אלעס אין מיר זאל מסכים זיין זיך צו פילן קאנעקטעד, וואלט איך נישט געדארפט אזא סארט 'איך' וואס ערלויבט נישט אז בושה זאל זיך אויסהיילן. אבער ווען איך וויל מיך פילן אז מיין 'איך' איז א חלק פון כנסת ישראל, ווען איך וויל מיך פילן קאנעקטעד, קומט ארויף כעס, און אויך מיין שטאלץ, וואס ערלויבט מיך נישט צו פילן קאנעקטעד. און איז די סיבה ווייל אויב איך לאז עס גיין, קומט ארויף אין מיר די געפיל פון "איך בין צו ווייעך, מ'קען מיך טשעפענען, איך ווער צעטרעטן, איך קען אפילו ווערן אויס, קיינער גייט זיך נישט רעכענען מיט מיר, איך פיל מיך ווי א גארנישט, איך פיל מיך דערנידערט" איך קען דאס נישט ערלויבן. ענדערש בלייב איך אפגעהאקט. צי וויל איך מיך אמת'דיג קאנעקטען?

כאטש דיסקאנעקשאן לאזט מיך נישט האלטן ביי מיין אייגענעם שאץ, אבער וויאזוי זאל איך וועלן זיך פילן קאנעקטעד?

ק: (זאגט עס)

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אמת טאקע אז ווען אלעס אין מיר זאל מסכים זיין זיך צו פילן קאנעקטעד, וואלט איך נישט געדארפט אזא סארט 'איך' וואס ערלויבט נישט אז בושה זאל זיך אויסהיילן. אבער ווען איך וויל מיך פילן אז מיין 'איך' איז א חלק פון כנסת ישראל, ווען איך וויל מיך פילן קאנעקטעד, קומט ארויף כעס, און אויך מיין שטאלץ, וואס ערלויבט מיך נישט צו פילן קאנעקטעד. און איז די סיבה ווייל אויב איך לאז עס גיין, קומט ארויף אין מיר די געפיל פון "איך בין צו ווייעך, מ'קען מיך טשעפענען, איך ווער צעטרעטן, איך קען אפילו ווערן אויס, קיינער גייט זיך נישט רעכענען מיט מיר, איך פיל מיך ווי א גארנישט, איך פיל מיך דערנידערט" איך קען דאס נישט ערלויבן. ענדערש בלייב איך אפגעהאקט. צי וויל איך מיך אמת'דיג קאנעקטען?

כאטש דיסקאנעקשאן לאזט מיך נישט האלטן ביי מיין אייגענעם שאץ, אבער וויאזוי זאל איך וועלן זיך פילן קאנעקטעד?

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א גוטן דיך, און זאל דיר השי"ת העלפן אז דו זאלסט וויסן וועלכע שאלות צו פרעגן, און איך זאל דיר דעם אמת ענטפערן

ט: וויאזוי גייט עס מיט אויפשטיין בהתגברות?

ק: איך זע נאך אלץ נישט אז איך זאל אויפשטיין בהתגברות וכו', כאטש עס איז מיר געווארן לייכטער

ט: לאמיר פרובירן, זעה דיך יעצט אויפשטיין בהתגברות, בשמחה, געגאנגגען!

ק: יא. איך קען מיך זען אויפשטיין בהתגברות. אבער אין מיר איז דא א געפיל פון "איך וויל מיך אויסוויינען"

ט: דו געפיל, דו שפיר וואס איז אין מיין האלז. הערסט מיך?

ק: איך פרוביר

ט: זאג: מיין ווייטאג איז וועגן...

ק: עס איז ארויפגעקומען, אבער איך האב נישט געקענט פארשטיין וואס דאס איז.

ט: פרוביר צו זאגן: זיין ווייטאג איז וועגן...

ק: עס קומט נישט ארויף עפעס זאכליך.

ט: לאמיר פרובירן אזוי. פרוביר צו לאזן דעם נפש דיינעם, פועל זיין וואס אימער ס'וויל, און זאג: ווען איך טו אזוי פיל איך...

ק: אז מ'הערט מיך.

ט: נאכאמאל

ק: אז מ'הערט מיך.

ט: עס קוקט אויס אז דו פילסט נישט אז דו טיילסט מיט דיין נפש מיט ארומיגע. קען זיין? ענדיג: איך פיל אז איך טייל מיט מיין נפש מיט ארומיגע...

ק: איך פיל נישט אזוי. איך פיל אז ס'איז נישט מיטגעטיילט.

ט: פרוביר דיך פארצושטעלן אז דו גייסט ארויס, און דו טיילסט מיט דיין נפש מיט ארומיגע, ביז דו פילסט אז ס'איז מיטגעטיילט. ענדיג: אויב איך גיי אזוי טון, דאן...

ק: אפשר קומט ארויף "קיינער גייט מיך נישט וועלן אויסהערן"

ט: נאכאמאל

ק: קיינער איז נישט עכט אינטערעסירט.

ט: נאכאמאל

ק: איך פיל מיך עפעס אומבאקוועם דערמיט

ט: נאכאמאל

ק: איך פיל אז איך וויל עס האלטן פאר מיר

ט: פרוביר צו געבן א מיינונג אז מ'הערט דיך יא אויס, און מ'איז יא אינטערעסירט. צי קומט עפעס ארויף?

ק: איך האב נישט מיין 'איך'. איך פארליר עס. נישט אינטערעסאנט.

ט: וואס האט שייכות פילן אזא געפיל פון 'וועלן זיך אויסוויינען', מיט "איך פארליר מיין איך"?

ק: אז ווייל איך האב מורא צו פארלירן מיין 'איך', דערפאר וויל איך נישט פילן אז מ'הערט מיך אויס, אז מ'איז אינטערעסירט.

ט: וואס איז געווארן מיט די לעצטע צעטיל וואס איך האב דיר בחסדי השי"ת געמאכט?

ק: דו רעדסט צו מיר אזוי הארציג. די לעצטע צעטיל? איך טראכט אז איך קען אפשר יא טרעפן א וועג וויאזוי אז מ'זאל מיך נישט טשעפענען, און וויאזוי איך זאל נישט ווערן צעטרעטן

ט: שטעל דיך פאר אז דו קענסט טרעפן א וועג וויאזוי צו פילן קאנעקטעד, און באליבט, און באדארפט, א חלק פונעם כלל. און זאג: אויב איך ערלויב מיך דאס...

ק: עס קומט ארויף "איך וויל זיין אליין"

ט: וואס קומט ארויף?

ק: איך שעם מיך צו זאגן אבער עס קומט ארויף אזא 'נאר מיך' פארוואס?

ט: דערשרעק דיך נישט. עס האט נישט מיט דיין יצר טוב. ענדיג: עס קומט ארויף אזא געפיל, ווייל...

ק: איך האב נאר מיך ליב.

ט: נאכאמאל

ק: זיי דארפן מיך נישט.

ט: ענדיג: אויב איך האב נישט דעם געפיל, דאן...

ק: זיי גייען מיך טשעפענען.

ט: ענדיג: אויב איך האב נישט דעם געפיל, און איך האב נישט מורא אז זיי גייען מיך טשעפענען, דאן...

ק: דאן פארליר איך מיך.

ט: שטעל דיך פאר אזוי: איך האב נישט דעם געפיל, און איך האב נישט מורא אז זיי גייען מיך טשעפענען, און איך פיל מיך אלץ א חלק, אפילו אויב איך פיל אויך דעם כלל אין וועלכע איך בין א חלק. און ענדיג: אויב איך פיל אזוי...

ק: ס'האט געגעבן א קום ארויף "זיי גייען אנהייבן א פייט"

ט: נאכאמאל

ק: דאן איז עס נישט אינטערעסאנט. עס גייט נישט ארויפגקומען אין מיר קריעטיוויטעט, נאר אז איך האק מיך אפ.

ט: זאג אזוי. אפילו אויב איך ווייס אז מ'גייט מיך נישט טשעפענען, און מ'גייט מיך נישט צעטרעטן, אז מ'וועט זיך יא רעכענען מיט מיר, דאך וויל איך פילן אליין, און עס קומט ארויף אזא 'נאר מיך'. "איך האב נאר מיך ליב" (מצד יצרי). און צי קומט עס ארויף ווייל איך האב ערווארט אז איך גיי נישט טרעפן מיין קריעטיוויטעט נאר אויב איך האק מיך אפ?

ק: (זאגט עס)

ט: פון ווען קענסטו געדענקען אזא 'נאר מיך' געפיל, איך וויל בלייבן אליין.

ק: קען זיין אז פון אייביג אן, קומענדיג צווישן אנדערע

ט: זע דיך דארט, כאילו ס'איז יעצט, און ענדיג: איך פיל יעצט...

ק: איך פיל יעצט ווי איך וויל נישט זיין דא, איך וויל צוריק אהיים.

ט: ווייל אויב איך בלייב יא דא, דאן...

ק: ענק זענען נישט מיין היים.

ט: נאכאמאל

ק: ענק מאכן מיך פארלירן פון מיין היים

ט: נאכאמאל

ק: ענק זענען אנדערש ווי מיין היים.

ט: וואס פאר א שייכות האט "נישט אויפשטיין בהתגברות" מיט "ענק זענען אנדערש ווי מיין היים"?

ק: אז ווייל איך האב אין מיר אזא צוריקהאלט, דערפאר וויל איך - אפשר - נישט קאנעקטן געהעריג, און אז איך קאנעקט נישט, דארף איך א 'איך' וואס איז אינגאנצן אפגעהאקט, קען איך נישט פילן אז איך טייל מיט. און אז איך פיל נישט אז איך טייל מיט, קען איך מיך נישט ערלויבן אויסצוהיילן די בושה. ווייל איך דארף א אפגעהאקטע איך. און אז איך הייל נישט אויס די בושה, קען איך מיך נישט האלטן ביי מיין אייגענעם אפשאץ.

ט: זאג אזוי. צי וויל איך פילן אז איך בין א חלק פון ענק, ווען ענק פילן זיך פאר מיר אזוי אנדערש ווי מיין באקוועמע היים. ענק מאכן מיך פארלירן די געפיל אז איך בין אין מיין היים.

ק: (זאגט עס)

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ווען איך וויל אויפשטיין. צי קען איך פילן אז סארט געפיל אין מיין האלז וואס איז "איך וויל מיך אויסוויינען". און צי קומט עס ארויף ווייל דאס געט מיר אזא געפיל פון "מ'הערט מיך אויס"? און צי פעלט מיר אויס אזא געפיל, ווייל עס פעלט פון מיר די געפיל פון "איך טייל מיט מיין אינערליכע נפש". און צי פעלט מיר דעם געפיל ווייל איך האב מורא פון פילן אז איך טייל מיט מיין אינערליכע נפש, ווייל דאס מאכט מיר פילן אז איך פארליר מיין 'איך'. ווייל פון אויבנאויף פילט זיך עס "ווייל קיינער איז נישט אינטערעסירט" "קיינער גייט מיך נישט וועלן אויסהערן".

און צי קומט די פחד פון פארלירן מיין 'איך' ווייל איך פיל מיך נישט קאנעקטעד. און אפילו אויב איך ווייס אז מ'גייט מיך נישט טשעפענען, און מ'גייט מיך נישט צעטרעטן, אז מ'וועט זיך יא רעכענען מיט מיר, דאך וויל איך פילן אליין. און עס קומט ארויף אזא 'נאר מיך'. "איך האב נאר מיך ליב" (מצד יצרי). און צי פיל אזוי, ווייל ענק פילן זיך פאר מיר אזוי אנדערש ווי מיין באקוועמע היים. ענק מאכן מיך פארלירן די געפיל אז איך בין אין מיין היים.

אדער אפשר קומט עס ארויף ווייל איך ערווארט אז איך גיי נישט טרעפן מיין קריעטיוויטעט נאר אויב איך האק מיך אינגאנצן אפ?

והשם הטוב עוזר ויעזור ושומע לתפילת כל פה ברחמים
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א בעסערן. ס'דא צומאל ווען דער סענסעשאן געשעט טאקע נישט, אבער איך בין נאך אלץ פארנומען ארום דעם.

ט: שטעל דיך פאר א אינערליכע מציאות ווי פאלגנד. דיין נפש איז אגאנצן צייט פארנומען צו פראצעסירן די געפילן וואס דו באקומסט פון די כלל אין וועלכע דו פילסטעך א חלק. דו פילסט אינגאנצן די אנוועזנהייט פונעם כלל צו וועלכע דו פילסטעך מחובר, און א חלק דערפון. אלע דיינע סענסעשאנס זענען פארנומען צו שפירן דעם כלל, אין וועלכע דו ביסט א חלק. און דאס האלט אין איין ארויפקומען אין דיין באוואוסטזיין. יעצט, דו זאג מיר - ב"ה - יעדע געפיל וואס קומט ארויף אין דיר, אפילו אויב דו ביסט זיכער אז ס'איז ממש הבל

ק: עס קומט ארויף "איך וויל מיך טרעפן"

ט: פרוביר נאכאמאל. און דאס מאל ווען דו שטעלסטעך עס פאר, פיל ווי דו פילסטעך, אבער אלץ א חלק. דאס ביסטו! א חלק. דו ווילסטעך טרעפן? דאס ביסטו! א חלק! וואס קומט ארויף? און זאג מיר אלעס וואס קומט ארויף. אפילו דו ביסט זיכער אז "דאס מאכט שוין נישט קיין סענס צו פילן"

ק: האסט מיר געזאגט אז איך זאל אלעס זאגן. סאו, איך פיל "מ'נעמט מיך נישט אן אלץ חלק"

ט: זעה די כלל און זאג מיט דיין גאנצע אמת, פון יענע חלק וואס פילט "מ'נעמט מיך נישט אן אלץ חלק". זאג: נישט 'איך' פיל אזוי, אבער איך רעד צו ענק פון א געוויסע חלק אין מיר. און זאג וואס דער געוויסע חלק וויל זאגן. זאג עס מיט דיין גאנצע געפיל. און פרוביר אויס עס צו זאגן אויף פארשידענע וועגן ביז ס'פילט זיך דיר זייער קלאר אז דאס איז וואס דו ווילסט זיי זאגן. וואס וויל עס זאגן?

ק: ס'דא 'עפעס' אדער ביי ענק, אדער ביי מיר, וואס האט מיר נאכנישט געגעבן די געפיל, און די רואיגקייט, זיך צו פילן א חלק. וואו פאזיטיוו ענערגיע לויפט פון ענק צו מיר, און פון מיר צו ענק.

ט: איך האב געזען וויאזוי דו טוישט ארום און דו האסט פרובירט צו זאגן וויאזוי ס'פילט זיך אמת פאר די געוויסע חלק אין דיר

ק: יא.

ט: זייער גוט האסטו געטון. יעצט פרוביר צו ענדיגן, און זאג מיר אלעס וואס עס קומט נאר ארויף, אפילו אויב דו ביסט זיכער אז ס'איז נישט עכט. ענדיג: די 'עפעס' איז...

ק: די שמייכל צו מיר.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: די רואיגע בליק און גרייטקייט מיך אריינצונעמען.

ט: נאכאיינמאל

ק: כנ"ל

ט: גוט. זעה נאכאמאל דעם גאנצן כלל, און זאג זיי וואס דו ווילסט זאגן בנוגע דעם 'שמייכל' אדער 'גרייטקייט' דיך אריינצונעמען.

ק: ווען איך זעה ענקער שמייכל ווייס איך אז בין וועלקאם, אבער אויב איך זעה עס נישט, פיל אז מ'דארף מיך נישט.

ט: לאמיר דיר פרעגן עפעס. נאר ווען מ'שמייכלט ביסטו א חלק, און אויב מ'שמייכלט נישט ווערסטו אויס חלק?

ק: איך וויל זיך נישט פילן א חלק אין פלאץ וואו מ'דארף מיך נישט. איך פיל מיך זייער אומבאקוועם אזוי.

ט: און לאמיר עס נעמען ווייטער פאר א רגע, און נאכדעם וועל מיר צוריקקומען צום "שמייכל". שטעל דיך פאר א כלל וואס שמייכלט יא צו דיר, און דו פילסט דיין 'דיך' אז ס'איז אז 'איך' וואס איז א חלק פון א כלל, סאו דו פילסט ביידע. פילט זיך עס באקוועם?

ק: איך מיין אז יא.

ט: אקעי. לאמיר נאר צוריק צום "שמייכל". שטעל דיך פאר ווי דו ביסט נאך קליין, כאילו ס'איז יעצט, און דו פרובירסט אפצומאכן ביי דיר אז אפילו ווען יענער שמייכלט נישט צו דיר, ביסטו נאך אלץ גאר שטארק 'אנגענומען'. איינמאל דו האסט באקומען דעם סימן אז דו ביסט 'אנגענומען' גייסטו אן דערמיט אן דארפן א סימן אגאנצן צייט. איז דא אין דיר עפעס וואס וויל אראפווארפן דעם געדאנק?

ק: עס איז נישטא וואס מיך צו בארואיגן פון מיין ספק. אגאנצן צייט קומט ארויף אין מיר א ספק "בין איך נאך אלץ וועלקאם, אדער איך האב פארלוירן מיין קרעדיט? אפשר האב איך עפעס געטון און איך האב עס פארלוירן. אפשר האט מיך שוין יענער מער נישט ליב."

ט: פון דעם חלק אין דיר וואס שטעלט א ספק, און דערפאר וויל האבן דעם פארזיכערונג. וואס ווילסטו זאגן פון דעם חלק?

ק: ס'האלט אין איין ארויפקומען אין מיר די אומזיכערקייט צי איך בין נאך אלץ באליבט ביי ענק. און ווען איך האב נישט דעם שמייכל אדער גרייטקייט, מאכט זיך מיר אפ צי מ'האט מיך נאך ליב, און איך פיל אפגעהאקט

ט: זייער גוט. חוץ פון דעם אז דאס קען זיין דשאסט א נאטור. וואס אין דיין לעבן מאכט סענס אז דאס האט גורם געווען אז דו זאלסט האבן אזא ספק? ענדיג: דער ספק האט זיך אנגעהויבן... און זאג מיר יעדע זאך וואס קומט ארויף. האלט דיך נישט צוריק פון סייוועלכע געדאנק וואס קומט נאר ארויף

ק: קען זיין, ווען איך האב באקומען א שריי, אדער א פעטשל. פארשטייט זיך אז ס'איז זיך מיר געקומען. און יעדעס מאל ווען אזא זאך געשעט, פיל איך דעם ספק

ט: פרוביר דיך פארצושטעלן ווי דו באקומסט א שמייכל, דו פילסט א גרייטקייט, אבער פלוצלינג קומען אן צו דיינע חושים א תנועה וואס מאכט דיך פילן די פריערדיגע 'עפעס'. וואס געשעט אין דיר?

ק: מיין הארץ פאלט איין. איך פיל מיך פארלוירן. איך זוך א מקום מקלט אין מיר. איך הייב אן טראכטן פון מיינע נעגעטיוו זאכן. איך פיל אפגעהאקט

ט: וואס ווילסטו זאגן אין אזא פאל?

ק: איך פיל אזוי מיין לשון ווערט "אפגענומען"

ט: שטעל דיך פאר אז דו פרובירסט דיך צו האלטן ביי דעם פריערדיגן שמייכל און גרייטקייט, טראץ דעם תנועה. וואס קומט ארויף?

ק: ס'קומט ארויף א סתירה.

ט: וואס איז די סתירה?

ק: (טראכט...)

ט: ענדיג: אויב איך האלט אן דעם פריערדיגען שמייכל און גרייטקייט, דאן...

ק: וועסטו עס נאכאמאל טון.

ט: וואס פאר א שייכות האט "איך פיל אז דו וועסט עס נאכאמאל טון" מיט "אנהאלטן דעם שמייכל"?

ק: די ווייטאג איז צו שטארק, סאו, איך לויף אוועק און שוין. בין איך מער נישט קאנעקטעד.

ט: פרוביר נאכאמאל זיך פארצושטעלן אז דו האלטסט אן דעם שמייכל און גרייטקייט, טראץ דעם תנועה וואס דו באקומט

ק: איך פיל מער צער

ט: צי קענסטו מיר מער ערקלערן פארוואס דו פילסט מער צער?

ק: ווייל איך בין קאנעקטעד

ט: זאג אזוי בחמלת ה' עליך: די ווייטאג וואס איך פיל איז צו שטארק, איך מוז אוועקלויפן און זיך אפהאקן און ס'ווערט גרינגער

ק: (זאגט עס)

ט: וואסערע שייכות האט דער פארנומענקייט מיט דעם סענסעשאן מיט "די ווייטאג וואס איך פיל איז צו שטארק"

ק: ווייל עס לאזט מיך נישט בלייבן קאנעקטעד און נוצן דעם ערשטן שמייכל און גרייטקייט, סאו איך מוז אגאנצן צייט קוקן פאר סימנים אז מ'דארף מיך נאך. וואס דאס איז שוין נישט אזוי גרינג צו באקומען. דערפאר פיל איך אפגעהאקט. ווייל עס איז מיר זייער אומבאקוועם זיך צו פילן א חלק פון א כלל וואו איך בין נישט פאר א שמייכל און גרייטקייט.

ט: שטעל דיך נאכאמאל פאר א אינערליכע מציאות ווי פאלגנד. דיין נפש איז אגאנצן צייט פארנומען צו פראצעסירן די געפילן וואס דו באקומסט פון די כלל אין וועלכע דו פילסטעך א חלק. דו פילסט אינגאנצן די אנוועזנהייט פונעם כלל צו וועלכע דו פילסטעך מחובר, און א חלק דערפון. אלע דיינע סענסעשאנס זענען פארנומען צו שפירן דעם כלל, אין וועלכע דו ביסט א חלק. און דו פילסטעך אלץ חלק. דאס ביסטו. א חלק. און דו פילסט דעם כלל. און דאס האלט אין איין ארויפקומען אין דיין באוואוסטזיין. יעצט, דו זאג מיר - ב"ה - יעדע געפיל וואס קומט ארויף אין דיר, אפילו אויב דו ביסט זיכער אז ס'איז ממש הבל

ק: באלד גיי איך באקומען א טשעפע און עס גייט ווייטון. לאמיר שוין זיין אפגעהאקט. עס טוט זייער וויי.

ט: זאג אזוי: צי בין איך פארנומען ארום דעם סענסעשאן, ווייל איך פראסעס נישט די ענערגיע וואס קומט צו מיר אלץ חיבור צום כלל? און איז די סיבה ווייל איך פיל מיך נישט א חלק, און איז די סיבה ווייל איך וויל אגאנצן צייט באקומען א שמייכל און א גרייטקייט מיך אריינצונעמען, און דאס איז שוין נישט אזוי עוועליבל.

און איז די סיבה פארוואס איך דארף אגאנצן צייט א שמייכל און א גרייטקייט מיך אריינצונעמען, איז די סיבה ווייל עס האלט אין איין ארויפקומען אין מיר א ספק "בין איך נאך אלץ וועלקאם, אדער איך האב פארלוירן מיין קרעדיט? אפשר האב איך עפעס געטון און איך האב עס פארלוירן. אפשר האט מיך שוין יענער מער נישט ליב." און איז די סיבה אז אזא ספק האלט אין איין ארויפקומען צוליב תנועות וואס שאפן ווייטאג. ווייל די ווייטאג ווערט שארפער ווען איך האלט אן דעם שמייכל און גרייטקייט וואס איך האב שוין באקומען. ווייל אויב איך האלט עס אן, פיל איך קאנעקטעד, און קאנעקשן מיינט פאר מיר, פילן מער די צער פון אזעלכע תנועות. אדער אומצופרידן פון א געוויסע זאך וואס איך האב געטון וכו'.

כאטש אויב איך פיל נישט מחובר, קען איך ווערן פארנומען נישט ריכטיג, אבער צער פון אזעלכע תנועות בעת מ'פילט קאנעקטעד איז ערגער.

ק: (זאגט עס)

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

צי בין איך פארנומען ארום דעם סענסעשאן, ווייל איך פראסעס נישט די ענערגיע וואס קומט צו מיר אלץ חיבור צום כלל? און איז די סיבה ווייל איך פיל מיך נישט א חלק. און איז די סיבה ווייל איך וויל אגאנצן צייט באקומען א שמייכל און א גרייטקייט מיך אריינצונעמען, און דאס איז שוין נישט אזוי עוועליבל.

און איז די סיבה פארוואס איך דארף אגאנצן צייט א שמייכל און א גרייטקייט מיך אריינצונעמען, איז די סיבה ווייל עס האלט אין איין ארויפקומען אין מיר א ספק "בין איך נאך אלץ וועלקאם, אדער איך האב פארלוירן מיין קרעדיט? אפשר האב איך עפעס געטון און איך האב עס פארלוירן. אפשר האט מיך שוין יענער מער נישט ליב." און איז די סיבה אז אזא ספק האלט אין איין ארויפקומען צוליב תנועות וואס שאפן ווייטאג. ווייל די ווייטאג ווערט שארפער ווען איך האלט אן דעם שמייכל און גרייטקייט וואס איך האב שוין באקומען. ווייל אויב איך האלט עס אן, פיל איך קאנעקטעד, און קאנעקשן מיינט פאר מיר, פילן מער די צער פון אזעלכע תנועות. אדער אומצופרידן פון א געוויסע זאך וואס איך האב געטון וכו'.

כאטש אויב איך פיל נישט מחובר, קען איך ווערן פארנומען נישט ריכטיג, אבער צער פון אזעלכע תנועות בעת מ'פילט קאנעקטעד איז ערגער.

און דער הייליגער באשעפער וואס האט באשאפן די גאנצע וועלט העלפט און זאל ווייטער העלפן
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א גוטן אייך. זאל דיך השי"ת העלפן אז דו זאלסט מיר קענען פרעגן די ריכטיגע שאלות, און איך זאל דיר די אמת ענטפערן אין פנים אריין

ט: גוט. וויאזוי גייט עס?

ק: איך האב א פאר זאכן אויסצושמועסן מיט דיר. קודם וויל איך דיר זאגן מיין וואונדער וואס איז ווי פאלגנד. פארוואס בין איך נאך אלץ פארנומען אויפצואווייזן אז עכט איז די גאנצע זאך פון די סענסעשאן נאר א איינרעדעניש. דהיינו אז דאס קומט פון פשוט נישט זיין גענוג קאנעקטעד צו ארומיגע. און ס'קומט מצד מיין מחשבה וואס פשוט ס'גריבלט זיך אריין אין מיך מער און מער. איך וואונדער מיך פארוואס איך לאז עס נישט איגאנצן גיין פון מיר? וויאזוי באווייז איך אז איך זאל דאס פשוט לאזן גיין. די גאנצע ענין. אפילו דאס וויאזוי איך קריך ארויס דערפון. אלעס.

ט: לאמיר פרובירן און די זכות פון דיינע זיידעס און באבעס זאלן מגין זיין אויף דיר אז דו זאלסט זיין גוט און וואויל. שטעל דיך פאר אז דו ביסט יעצט אין די מצב ווען עס קען ארויפקומען אין דיר סיי וועלכע געדאנק בנוגע דעם סענסעשאן. איך רעד פון א געדאנק וואס טראכט דערפון. און אנשטאט דעם, קומט ארויף אין דיר "וואס דארף איך יעצט טון?" און נאכדעם קומט ארויף אין דיר "אה, ב"ה אז איך האב שוין געענדיגט די און די פליכט מיינע" "ב"ה איך קען טון מיינע פליכטן" און נאכדעם קומט ארויף "און וואס נאך דארף איך טון?" און נאכדעם קומט ארויף "וואס איז געווארן מיט יענע זאך וואס איך דארף נאך טון?"... קומט עפעס ארויף? און אויב יא, וואס? און געדענק: זאג מיר סייוועלכע זאך עס קומט ארויף.

ק: עס קומט ארויף "יו, יו, יו, איך קען נישט טרעפן מיין איך"

ט: פרוביר נאכאיינמאל. און געדענק: סיי וועלכע זאך עס קומט ארויף, האלט דיך נישט צוריק, און זאג מיר עס.

ק: יא, עס קומט ארויף "איך קען נישט טרעפן מיין איך"

ט: פיין. וואלסט מיר געקענט זאגן ווען דו געדענקסט אז דו האסט ענדערש געקליבן צו 'טרעפן א איך', ווי צו 'טון וואס דו דארפסט'? טראכט פון דיין נפשיות'דיגע רצון צו טרעפן א 'איך', ווען עס קומט צו אויסוועלן צווישן "וואס דארף איך טון" און צווישן "איך וויל טרעפן מיין איך". און ענדיג: עס האט זיך אנגעהויבן...

ק: עס האט זיך אנגעהויבן ווען שטארקע געפילן זענען אריינגעקומען אין מיר, און מיך אריינגעצויגן זיך צו באוואוסטזיניגן דערויף. און עס האט מיך געצויגן צו פארשטיין וואס דאס איז.

ט: וואס האט "עס קומט אריין אין מיר שטארקע געפילן" מיט "איך דארף טרעפן מיין איך"?

ק: איך זעה אז דא איז דא עפעס א מענטש. ווער איז עס?

ט: וואס פאר א סטעטמענט וואלסטו געוואלט זאגן פאר די געפילן וואס קומען ארויף אין דיר?

ק: דו ציהסט אריין מיין אטענשאן צו דיר.

ט: און וואס פאר א סטעטמענט וואלסטו געוואלט זאגן פאר די 'וואס דארף איך יעצט טון', בעת "דו ציהסט אריין מיין אטענשאן צו דיר"?

ק: קודם מוז איך וויסן "ווער דאס איז"

ט: ענדיג: ווייל אויב איך גיי ענדערש "טון וואס איך דארף" דאן...

ק: וועל איך נישט וויסן ווער עס איז

ט: ענדיג: און אויב איך וועל נישט וויסן ווער עס איז...

ק: וועט עס קומען נאכאמאל און נאכאמאל

ט: וואס פאר א שייכות האט "דו גייסט קומען נאכאמאל און נאכאמאל" מיט "איך דארף וויסן ווער דו ביסט"?

ק: אפשר "איך וויל אז ס'זאל מיך אויפהערן צו איבערראשן מיט נייע און נייע פנימ'ער

ט: וואס פאר א סטעטמענט וואלסטו געוואלט זאגן פאר דעם אז ס'קען קומען נאכאמאל און נאכאמאל

ק: איך מוז איינמאל פאר אלעמאל וויסן ווער דו ביסט, אז דו זאלסט מיך נישט איבערראשן

ט: גוט. (טראכט וואס צו טון נעקסט)

ק: אינטערעסאנט, ווייל איך ווייס אז אפילו אז עס איבערראשט סייווי. געפילן האלטן זיך אין איין טוישן

ט: שטעל דיך פאר אז דו ערלויבסט אז געפילן האלטן זיך סייווי אין איין טוישן, סאו, וואס איך וועל יעצט באשליסן, וועט זיך טוישן, האב איך גארנישט פון באשטומען ווער ס'איז. קען איך דאך טון וואס איך דארף. און ענדיג: אויב איך ערלויב אזוי, דאן...

ק: פיל איך צער, פארוואס איך גיי נישט וויסן ווער ס'איז אז ס'זאל מיך נישט איבערראשן

ט: נאכאמאל

ק: כנ"ל

ט: שטעל דיך נאכאמאל פאר אז דו ביסט יעצט אין די מצב ווען עס קען ארויפקומען אין דיר סיי וועלכע געדאנק בנוגע דעם סענסעשאן. איך רעד פון א געדאנק וואס טראכט דערפון. און אנשטאט דעם, קומט ארויף אין דיר "וואס דארף איך יעצט טון?" און נאכדעם קומט ארויף אין דיר "אה, ב"ה אז איך האב שוין געענדיגט די און די פליכט מיינע" "ב"ה איך קען טון מיינע פליכטן" און נאכדעם קומט ארויף "און וואס נאך דארף איך טון?" און נאכדעם קומט ארויף "וואס איז געווארן מיט יענע זאך וואס איך דארף נאך טון?"... קומט עפעס ארויף? און אויב יא, וואס? און געדענק: זאג מיר סייוועלכע זאך עס קומט ארויף.

ק: איך וויל איינמאל פאר אלעמאל באשטומען ווער דו ביסט, ווייל איך וויל אז דו זאלסט מיר אויפהערן צו איבערראשן. די ווייטאג פון איבערראשן איז צו שטארק.

ט: וואס האט שייכות "איך קלער געדאנקען וועגן דעם סענסעשאן" מיט "איך וויל אז דו זאלסט מיר אויפהערן צו איבערראשן"?

ק: איך וויל עס איינמאל פאר אלעמאל פארשטיין און באשטומען

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די קומענדיגע צעטיל גייט מיר נישט טוישן נאר אויב עס איז מיר זיך אינגאנצן מסכים זיך צו טוישן

איז די סיבה פארוואס איך לאז נישט אינגאנצן גיין געדאנקען פון דעם סענסעשאן, ווייל דאס איז א חלק פון "מיך טרעפן", און צי קומט "מיך טרעפן" ענדערש ווי "וואס דארף איך טון" ווייל איך וויל מיך אפהיטן פון די צער פון איבערראשונגען פון מיינע געפילן. ס'שאפט מיר צער צו ווערן יעדע מאל איבעראשט פון מיינע געפילן, איך מוז באשטומען ווער דאס איז. איינמאל פאר אלעמאל קלאר שטעלן.

כאטש אויב דאס וועלן עס פארשטיין און עס קלארשטעלן שאפט מיר ווייטאג, אבער די צער פון ווערן איבעראשט פון נייע געפילן איז שווער צו מסכים זיין דאס צו סובל זיין

און דער גוטער באשעפער העלפט און זאל ווייטער העלפן מאוצר מתנת חינם
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: ברוך השי"ת, געלויבט דער הייליגער באשעפער, השי"ת זאל מיר העלפן אויף ווייטער

ט: וויאזוי גייט אלעס?

ק: איך קלער וועגן דעם סענסעשאן ווי פאלגנד. איינער האט מיר אמאל פארציילט אז ער ליידט פון אזא סענסעשאן, און ער זוכט עצות וויאזוי צו פטור ווערן דערפון, און קען זיין אז דעמאלטס האט זיך עס אנגעהויבן ביי מיר, קען זיין. עס איז מיר נאכנישט ארויפגעקומען ווען איך האב מיך געפילט מיט די 'דעפרייוועשאן' פון די סימפטאם. אבער קען זיין אז ס'האט שייכות. קען זיין אז ס'איז גאר טיף אריינגעגראבן אין מיר.

ט: פרוביר דיך צו דערמאנען דאס ערשטע מאל ווען דו האסט געהערט פון אים אז ער האט אזא זאך, און ער וויל דערפון לויז ווערן, וויאזוי איז דיין נפש דאן געלאפן?

ק: איך האב געטראכט 'wow', א מענטש קען אזוי ליידן?

ט: שטעל דיך פאר ווי ס'איז יעצט. און זאג: איך וויל נישט פילן אין מיר וואס דו פילסט אין דיר. פילט זיך דיר אינגאנצן באקוועם אזוי צו זאגן?

ק: עס פילט זיך נישט אזוי באקוועם

ט: זאג: איך זוך א א עצה פאר דיר וויאזוי דו קענסטעך דערפון ארויסדרייען. זאג עס, וויאזוי דו ווילסט עס זאגן.

ק: איך זוך נאכצומאכן אין מיר וויאזוי דו דארפסט ווען שפירן, און וויאזוי דו קענסטעך א עצה געבן. ע"כ. איך בין אבער נישט זיכער צי דאס איז וואס איך וויל אים זאגן

ט: זאג: איך פרוביר נישט צו שפירן אין מיר וויאזוי דו שפירסט אין דיר. איך וויל דיר סתם געבן א עצה

ק: ניין, איך וויל יא שפירן וואס דו שפירסט אין דיר. פרובירן אויסצורעכענען, און נאכמאכן אין מיר, וואס דו שפירסט אין דיר. פילן דיין ווייטאג, און דיין מיטמאכעניש וואס דו ליידסט, און דיר געבן א עצה

ט: וואס האט 'נאכמאכן וואס דו שפירסט' מיט 'געבן א עצה'. ענדיג: אויב איך גיי נישט נאכמאכן אין מיר וואס דו שפירסט אין דיר, דאן...

ק: קען איך נישט פארשטיין וואס דו גייסט נעבעך דורך

ט: ענדיג: אויב איך פארשטיי נישט וואס דו גייסט דורך, דאן...

ק: בלייב אים הילפסלאז, דיך צו קענען העלפן.

ט: ענדיג: אויב איך בלייב הילפסלאז, דיך צו קענען העלפן, דאן...

ק: דאן קענען זיין צרות אויף דער וועלט, און קיינער קען נישט העלפן.

ט: ענדיג: אויב ס'דא צרות אויף דער וועלט און קיינער קען נישט העלפן, דאן...

ק: פיל איך הילפסלאז

ט: ענדיג: אויב איך פיל הילפסלאז, דאן...

ק: איך וויל נישט פילן הילפסלאז

ט: זאג: אויב איך גיי נישט נאכמאכן אין מיר וואס דו שפירסט אין דיר, דאן קען איך נישט פארשטיין וואס דו גייסט דורך, און איך בלייב הילפסלאז דיך צו קענען העלפן, און איך הייב אן פילן אז ס'דא צרות אויף די וועלט און קיינער קען נישט העלפן, און איך פיל הילפסלאז, און איך וויל נישט פילן הילפסלאז

ק: (זאגט עס)

ט: שטעל דיך נאכאמאל פאר ווי כאילו ס'איז יעצט, און זאג אזוי: דו ליידסט, אבער ב"ה איך לייד נישט דערפון. קומט עפעס ארויף?

ק: איך פיל מיך שלעכט פאר אים.

ט: פון די חלק אין דיר וואס פילט שלעכט פאר אים, זאג אים וואס דו ווילסט אים זאגן.

ק: וויאזוי קען איך אנגיין מיין טאג פרייליך, אן זיך רעכענען מיט דיין צער. איך וויל מיך משתתף זיין מיט דיין צער. ע"כ. איך בין אבער נישט זיכער צי דאס איז עס טאקע

ט: שטעל דיך פאר אז דו הערסט אים אויס, אבער דו גייסטעך ווייטער אן כאילו לא היה, פרייליך און גוטמוטיג, דאנקענדיג השי"ת אז דו האסט נישט קיין אהנונג פון אזא סארט זאך. קומט עפעס ארויף? און געדענק: זאג מיר יעדע תנועה וואס געט זיך א תנועה

ק: מיט וואס פאר א רעכט גיי איך מיך ווייטער מיין וועג, אן מיטפילן מיט יענעמ'ס צער.

ט: וואס האט 'נאכמאכן אינערליך יענעמ'ס צער' און 'מיטפילן מיט יענעמ'ס צער'?. ענדיג: ווען איך מאך דיך נאך, דאן...

ק: פיל איך אז דו ביסט נישט אליין.

ט: נאכאמאל

ק: פיל איך נישט די שולד געפילן פון גיין ווייטער מיין וועג ווען דו ליידסט.

ט: שטעל דיך נאכאמאל פאר אז יענער לעבט אין א געוויסע ריאליטעט, און דארט קומט פאר צער. אבער דו זעסט פאר דיר א אנדערע סארט וועלט, וואו ס'עקזיסטירט נישט אזא סארט צער. קומט עפעס ארויף?

ק: ס'קומט ארויף א מורא'דיגע רחמנות.

ט: פרוביר נאכאיינמאל

ק: אויסטערלישע אויסטערלישע רחמנות.

ט: וואס האט שייכות "איך פיל רחמנות" מיט "איך מאך נאך וואס דו פילסט"? ענדיג: ווען איך מאך נאך וואס דו פילסט, דאן...

ק: (קען נישט געהעריג ענטפערן)

ט: געב א קוק אויף די רחמנות געפיל. וואס געשעט מיט עס ווען דו מאכסט יא נאך...

ק: דאס איז אזא סארט 'השתתפות בצער'

ט: וויאזוי טוט 'השתתפות בצער' פארגרינגערן די רחמנות געפיל?

ק: (קען נישט ענטפערן געהעריג)

ט: ענדיג: ווען איך בין מיך משתתף אין דיין צער, דאן...

ק: אפשר "ביסטו נישט אליין"

ט: נאכאמאל

ק: ביסטו נישט אליין

ט: ענדיג: און אז דו ביסט נישט אליין, דאן...

ק: ביסטו נישט פארלאזט. עס איז דא איינער וואס פילט מיט מיט דיר.

ט: איך וויל פארשטיין. לאמיר זאגן אז עס רעגנט אינדרויסן, און דו זעסט ווי איינער איז יעצט אונטער די רעגן, וואלסטו אויך ארויס אינדרויסן צו מיטפילן זיין צער?

ק: עפעס אזוי.

ט: פון דעם חלק דיינע, וואס פילט זיך אומבאקוועם אז יענער "שטייט אונטער די רעגן", וואס ווילסטו זאגן, און וויאזוי ווילסטו עס זאגן?

ק: איך האב אזוי רחמנות אויף דיר, דו ליידסט אזוי סך, נישטא ווער ס'פארשטייט דיך און וויל דיך העלפן. איך וויל מיטפילן מיט דיר, לעבן אין דיין מציאות. אזוי אז דו ביסט מער נישט אליין. און אפשר וועל איך דיר קענען בעסער העלפן, ווען איך וועל פילן וואס דו פילסט

ט: שטעל דיך נאכאמאל פאר ווי דו זאגסט: איך האב נישט קיין השגה פון אזא צער צו זאגן, איך ווייס אפילו נישט וואס דאס מיינט, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט, ושלום עלי נפשי

ק: אוי פילט זיך ביטער דאס צו זאגן. ממש איך קען עס נישט זאגן. עס איז מיר שווער יענעם צו לאזן אויף הפקר.

ט: דו האסט למעשה יענעם געהאלפן מיט דעם ענין?

ק: ניין.

ט: שטעל דיך פאר ווי דו זעסט אז דו האסט יענעם נישט געהאלפן. און זאג: שוין, מיך איז גוט. קומט עפעס ארויף?

ק: ניין, און ניין, און ניין, און ניין. דו דארפסט געהאלפן ווערן. עס טוט מיר וויי אז דו ביסט אזוי ווי דו ביסט. איך קען נישט גיין ווייטער. איך קען נישט זאגן: מיך איז גוט, און שוין.

ט: ענדיג פון די טיפענישן פון דיין נפש: ווייל אויב איך גיי ווייטער, מיך איז גוט, און שוין. דאן...

ק: וויאזוי קען מיך זיין גוט, ווען דיך איז נישט גוט.

ט: נאכאמאל

ק: וויאזוי קען מיך זיין גוט, ווען דו ליגסט און בראטסטעך פון יסורים. וויאזוי איז בכלל דא אזא מושג ווי 'גוט' אזוי לאנג ווי דו ליידסט

ט: ענדיג: ווייל אויב מיט דעם אלעם, גיי איך מיך מיין וועג, דאן...

ק: וויאזוי קען מיר נאך גוט זיין, ווען דיר איז נישט גוט.

ט: טייערקייט. וויאזוי האט די אלע זאכן מיט "איך מוז נאכאמאכן וואס דו גייסט דורך אין מיר". ענדיג: אבער אויב איך מאך נאך, דאן...

ק: דאן, האב איך דיך נישט פארלאזט. איך בין מיך משתתף מיט דיין צער

ט: איז דא עפעס א שייכות צווישן "דו וועסט נאך אמאל געהאלפן ווערן" מיט "איך פיל וואס דו פילסט"

ק: קען זיין. איך קען אבער נישט פילן באוואוסטזיניג אז ס'דא שייכות

ט: זאג אזוי: איך לייד וואס דו ליידסט, אבער נישט מיט אפילו עפעס א האפענונג אז דאס גייט מיר געבן א שטיקל עצה וויאזוי דו זאלסטעך ארויסזעהן

ק: עס קומט גארנישט ארויף.

ט: שטעל דיך פאר אז דו שטייסט פאר צוויי וועגן. איינס איז אז דו זאלסט ליידן, און איינס איז אז דו זאלסט אפמאכן ביי דיר אז דו האסט קיינמאל נישט געוואוסט פון אזא זאך, און דו האסט נישט קיין אהנונג. וואס קומט ארויף?

ק: איך וויל ענדערש ליידן.

ט: ענדיג: ווייל אויב איך לייד, דאן...

ק: ביסטו נישט אליין. איך מאך מיך פון דיר וואוסנדיג. איך האב דיר נישט איבערגעלאזט.

ט: איך זע אז אין דיר איז דא גאר א שטארקע משיכה צו מיטליידן, און דו קענסט נישט זאגן "איך לייד ב"ה נישט דערפון" דו קענסט עס נישט ערלויבן. מיין שאלה איז אבער, וואס איז אזוי געפערליך צו איינזעהן אז ס'דא וואס ליידן, און ס'דא וואס נישט

ק: יו, האסטו געטאטשט אין מיר א האקעלע נערוו. און דאס ברענגט אין מיר אינטרוסיוו מחשבות. די קשיא עגבערט מיר, פארוואס איז דא מענטשן וואס ליידן, און מענטשן וואס ליידן נישט. אבער ס'קען אויסקומען אז איך לייד און לייד און לייד, ווען יענער ליידט שוין לאנג נישט דערפון

ט: קודם לאמיר לעבן מיט וויפיל ס'איז ארויסגעקומען. אבער זאג מיר נאר. וואס האט דעם סענסעשאן, מיט דעם קשיא וואס עגבערט דיך: פארוואס איז דא מענטשן וואס ליידן, און מענטשן וואס ליידן נישט.

ק: ווען איך לייד נישט, ווערט שטערקער דער קשיא.

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

צי ערלויב איך מיך צו גיין מיט "ב"ה מיך איז אלעס גוט, און איך גיי מיך ווייטער מיין וועג"? ווייל וויאזוי קען איך אנגיין מיין טאג פרייליך, אן זיך רעכענען מיט דיין צער. איך וויל מיך משתתף זיין מיט דיין צער. איך האב אויסטערליש רחמנות אויף דיר, דו ליידסט אזוי סך, נישטא ווער ס'פארשטייט דיך און וויל דיך העלפן. איך וויל מיטפילן מיט דיר, לעבן אין דיין מציאות. אזוי אז דו ביסט מער נישט אליין. איך קען דיר נישט לאזן אויף הפקר. און אפשר וועל איך דיר קענען בעסער העלפן, ווען איך וועל פילן וואס דו פילסט.

ניין, און ניין, און ניין, און ניין. דו דארפסט געהאלפן ווערן. עס טוט מיר וויי אז דו ביסט אזוי ווי דו ביסט. איך קען נישט גיין ווייטער. איך קען נישט זאגן: מיך איז גוט, און שוין. וויאזוי קען מיך זיין גוט, ווען דו ליגסט און בראטסטעך פון יסורים. וויאזוי איז בכלל דא אזא מושג ווי 'גוט' אזוי לאנג ווי דו ליידסט. אזוי אז איך מאך נאך אינערליך וואס דו שפירסט, ביסטו נישט אליין. איך מאך מיך פון דיר וואוסנדיג. איך האב דיר נישט איבערגעלאזט. ווען איך ליידט נישט ווערט שטערקער ביי מיר די קשיא וואס עגבערט מיר שוין לאנג, פארוואס איז דא מענטשן וואס ליידן, און מענטשן וואס ליידן נישט.

כאטש אזא סענסעשאן שאפט מיך צער, אבער ווי קען איך דיר לאזן אליין ליידן. איך מוז מיך משתתף זיין מיט דיר.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א בעסערן דיך.

ט: וויאזוי גייט אלעס?

ק: ב"ה געלויבט השי"ת וויפיל ער האט מיר געהאלפן ביז אהער ברוב רחמיו וחסדיו, און דער הייליגער באשעפער זאל מיר העלפן אויף ווייטער און זאל רחמנות האבן אויף אזא נפש ווי איך בין. טראץ מיינע עוונות הרבים.

איך וויל מיט דיר רעדן א ענין פון וועלכע מיר האבן שוין גערעדט, וואס דרוקט מיך שוין זייער לאנג. און דאס איז די ענין פון מחשבות וואס קומען אין מיר אריין וואס זענען טענות וכעס, וואס קומט אוודאי מצד היצר ואין בו שום חטא ווילאנג מ'איז נישט מסכים דערצו. און פארשטייט זיך אז איך האלט אין איין זאגן 'מסירת מודעה', און איך וויל נישט באהאנדלן די עצם מחשבות, ווייל איך ווייס זייער קלאר אז ס'איז נישט שייך אזא זאך. 'צדיק ה' בכל דרכיו, וחסיד בכל מעשיו, איך וויל נאר ווערן באוואוסטזיניגט וואסערע נפשיות'דיגע צערידעניש עס ליגט אונטער דעם, און פרובירן אז מיין נפש זאל דאס נישט לויפן

ט: וואס פאר א זאך ביסטו דורך אין דיין לעבן וואס מאכט לאגיש סענס אז דאס האט געשאפן אין דיר אזעלכע כוואליעס?

ק: ווען איך זע אז ס'גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל און אז השי"ת מאכט נישט אז ס'זאל מיר גיין וויאזוי איך וויל. איך זאג דיר, איך ווייס אז ס'איז אלעס שטותים, ווייל צדיק ה' בכל דרכיו וכו', אבער נאך אלץ קומען די מחשבות אריין, און ווען די שטורעם בארואיגט זיך, לאזט עס מיר איבער מיט א היבשע חורבן

ט: שטעל דיך פאר א צייט ווען דו זעסט אז "ס'גייט מיר נישט וויאזוי איך וואלט געוואלט", און די 'כוואליעס' הייבן זיך אן. און ענדיג: אויב איך ערלויב מיך צו פילן אינגאנצן דעם אמת פון 'צדיק ה' בכל דרכיו וכו'?

ק: אפשר איז ארויפגעקומען "פיל איך מיך אליין שולדיג" אז איך פיל מער שולד געפילן אויף מיר אליין און דאס איז שווער אויסצוהאלטן.

ט: פרוביר נאכאיינמאל. און זאג מיר אלעס וואס עס קומט ארויף אין דיר.

ק: יא, איך מיין אז דאס קומט ארויף.

ט: צי וואלסטו - פון יענע חלק אין דיר וואס פילט שולד געפילן, אדער וואס עס זאל נאר נישט זיין - צי וואלסטו געקענט ארויסזאגן דעם אמת. וויאזוי ווילסטו עס זאגן?

ק: איך פיל מיך שלעכט און נעגעטיוו וועגן מיר אליין.

ט: וואס פאר א שייכות האט "עס גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל" מיט "איך פיל מיין נעגעטיוו שאץ". פון דעם חלק אין דיר, ענדיג: אויב עס גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל, דאן...

ק: איך מיין אז ס'איז ארויפגעקומען "דאן, פיל איך מיך נישט חשוב"

ט: נאכאמאל

ק: עפעס קומט ארויף "פארליר איך מיין ווערד".

ט: דאס פרעג איך דיר. וואס האט "איך פארליר מיין ווערד" מיט "עס גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל"? ווייל עס גייט דיר נישט וויאזוי דו ווילסט, ביסטו ווייניגער ווערד?

ק: אפשר ווייל ס'נעמט אוועק פון מיין שלימות

ט: וואס האט "ס'נעמט אוועק פון מיין שלימות" מיט "איך פיל מיך אליין שולדיג"?

ק: ווייל איך פיל מיך שולדיג דערין.

ט: וויאזוי ווילסטו זאגן וואס עס איז ארויסגעקומען ביז אהער.

ק: אויב איך ערלויב מיך צו פילן אינגאנצן די וואג פון 'צדיק ה' בכל דרכיו וחסיד בכל מעשיו', דאן הייב איך מיך אן פילן נעגעטיוו ווערד. איך פיל מיך אליין שולדיג. איך פיל מיין אי שלימות. און דאס איז מיר שווער אויסצוהאלטן

ט: לאמיר עס נעמען נאך אביסל ווייטער און שוין. בשעת דו נעמסט אויף דיר די גאנצע וואג פון 'צדיק ה' בכל דרכיו וחסיד בכל מעשיו', קומט ארויף אין דיר עפעס א שווערע געפיל, כנ"ל. דאס מיינט אז ביי דיר איז צאמגעשטעלט "עס גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל" מיט "די סארט נישט גוטע געפיל". יעצט, וואס אין דיין לעבן מאכט דיר לאגיש סענס, אז דעמאלטס האט זיך דאס צאמגעשטעלט.

ק: קען זיין אז איך האב אייביג אזוי געפילט.

ט: פיין. סאו, פון יענע חלק אין דיר וואס פילט א געוויסע נישט גוטע געפיל ווען עס גייט דיר נישט וויאזוי דו ווילסט, ענדיג: אויב עס גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל, מיינט עס אז...

ק: איך בין נישט ווי יעדעם. אז איך בין פעלערהאפטיג.

ט: ענדיג: אויב איך גיי בלייבן מיט דעם געפיל אז איך בין פעלערהאפטיג, דאן...

ק: וועט מיך קיינער נישט ליב האבן.

ט: נאכאמאל

ק: וועט מען מיך אראפקוקן

ט: וויאזוי ווילסטו ארויסזאגן דעם אמת וואס עס איז ארויסגעקומען ביז אהער?

ק: ווען איך פיל די גאנצע וואג פון 'צדיק ה' בכל דרכיו', קומט ארויף אין מיר די געפיל פון "איך בין פעלערהאפטיג, קיינער וועט מיך נישט ליב האבן, מ'וועט מיך אראפקוקן"

ט: שטעל דיך פאר אז אפילו עס גייט דיר נישט וויאזוי דו ווילסט, מיט דעם אלעם ביסטו ווייטער געהעריג אנגענומען, ביסט ווייטער א 'עפעס. עכ"פ די נעגעטיווע געפיל וועגן דיך קומט נישט ארויף. ווען דו שטעלסט דיך דאס פאר, קומט עפעס ארויף?

ק: עס קומט ארויף עפעס אויף וואס מ'האט שוין געמאכט א צעטיל. איך וויל ס'זאל יא גיין וויאזוי איך וויל.

ט: ווען אין דיין לעבן מאכט לאגיש סענס אז דו האסטעך אויסגעלערנט אז זאכן מוזן גיין וויאזוי דו ווילסט?

ק: מן הסתם ווען איך האב געוואלט זאכן.

ט: שטעל דיך פאר כאילו ס'איז יעצט אז דו ווילסט זאכן, און זאג: איך וויל יעצט, מיינט עס אז איך וויל ס'זאל זיך אויסלאזן וויאזוי איך וויל. אדער זאג עס וויאזוי דו ווילסט עס זאגן

ק: אז איך וויל יעצט עפעס, מיינט עס אז איך וויל אז ס'זאל זיך אויסלאזן וויאזוי איך וויל

ט: יעצט, שטעל דיך פאר אז דו זאגסט: דאס אז איך וויל יעצט, מיינט נישט אז ס'מוז זיך אויסלאזן וויאזוי איך וויל. עס ווענד זיך אין השי"ת.

ק: עס קומט ארויף די וואונדער "נו, אויב אזוי פארוואס פיל איך אז איך וויל"

ט: זאג: יעדע זאך וואס איך פיל אין מיר, מוז זיין אז ס'איז אזוי. ס'קען נישט זיין אז איך זאל פילן עפעס, און ס'זאל זיין סתם א געפיל.

ק: אויב איך פיל עפעס, מיינט עס אז דאס איז מער אמת'דיג, ווי עפעס אנדערש.

ט: ענדיג: ווייל אויב עס מיינט נישט, דאן...

ק: דאן דארף איך ארויפקוקן און ווארטן אז די אמת זאל אריינקומען

ט: ענדיג: און אויב אזוי...

ק: ווערט אומבאקוועמער צו לעבן אזוי. (מצד היצר)

ט: יעצט, זאג מיר, איז דא מענטשן אין דיין לעבן וואס פאר זיי איז וויכטיג אז ס'זאל יא גיין וויאזוי דו ווילסט?

ק: אוודאי אזוי.

ט: זאג פאר די אלע מענטשן: איך וויל טוישן מיין "איך וויל ס'זאל מיר גיין וויאזוי איך וויל" איך וויל עס טוישן פאר "איך וויל, אבער די ענדע איז אם ירצה השי"ת". קומט עפעס ארויף ווען דו הייבסט אן לעבן אזוי?

ק: ס'קומט ארויף "דאס מיינט אז דו גייסט נאך ווייניגער פרובירן"

ט: וויאזוי ווילסטו זאגן וואס עס איז ארויסגעקומען ביז אהער.

ק: די סיבה פארוואס עס קומט אריין אין מיר אזעלכע כוואליעס איז ווייל אויב איך נעם אויף מיר די גאנצע וואג פון 'צדיק ה' בכל דרכיו וכו', קומט ארויף אין מיר א אומדערטרעגליכער נעגעטיוו וועגן מיר אליין. "אויב איך ערלויב מיך צו פילן אינגאנצן די וואג פון 'צדיק ה' בכל דרכיו וחסיד בכל מעשיו', דאן הייב איך מיך אן פילן נעגעטיוו ווערד. איך פיל מיך אליין שולדיג. איך פיל מיין אי שלימות. און דאס איז מיר שווער אויסצוהאלטן
" "ווען איך פיל די גאנצע וואג פון 'צדיק ה' בכל דרכיו', קומט ארויף אין מיר די געפיל פון "איך בין פעלערהאפטיג, קיינער וועט מיך נישט ליב האבן, מ'וועט מיך אראפקוקן""

און אויב איך בין מסכים אז איך בין נאך אלץ חשוב טראץ דעם, קומט ארויף "אבער איך וויל אז ס'זאל מיר גיין וויאזוי איך וויל". און צי איז עס ווייל ווען איך האב געפילט אז 'איך וויל' האב איך עס געמוזט אננעמען אז דאס מיינט אז ס'זאל אויסגעפירט ווערן וויאזוי איך וויל. ווייל אויב עס מיינט נישט דעס, מיינט עס אז איך דארף ארויפקוקן און ווארטן אז די אמת זאל אריינקומען אין מיר און דאס איז אומבאקוועמער.

און אויך קומט ארויף ווי יעדער זאגט "דאס מיינט אז דו גייסט נאך ווייניגער פרובירן"

ט: וואס האט שייכות "אזעלכע כוואליעס" מיט "איך דארף ווארטן אז די אמת זאל אריינקומען אין מיר און דאס איז אומבאקוועמער"?

ק: ווייל אויב וואלט איך אויסגעהאלטן דעם געפיל פון "עס גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל", און עס וואלט נישט געמיינט א אומדערטרעגליכער געפיל פון "איך בין נעגעטיוו וועליו", און בכלל וואלט איך געקענט לעבן אז "איך וויל" מיינט 'אי"ה', וואלט עס נישט ארויפגעקומען.

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

צי איז די סיבה פארוואס עס קומט אריין אין מיר אזעלכע כוואליעס, צי איז עס ווייל אויב איך נעם אויף מיר די גאנצע וואג, און די גאנצע געפיל, פון 'צדיק ה' בכל דרכיו וכו', קומט ארויף אין מיר א אומדערטרעגליכער נעגעטיוו וועגן מיר אליין. "דאן הייב איך מיך אן פילן נעגעטיוו ווערד. איך פיל מיך אליין שולדיג. איך פיל מיין אי שלימות. און דאס איז מיר שווער אויסצוהאלטן" "ווען איך פיל די גאנצע וואג פון 'צדיק ה' בכל דרכיו', קומט ארויף אין מיר די געפיל פון "איך בין פעלערהאפטיג, קיינער וועט מיך נישט ליב האבן, מ'וועט מיך אראפקוקן""

און אויב איך בין מסכים אז איך בין נאך אלץ חשוב טראץ דעם, קומט ארויף "אבער איך וויל אז ס'זאל מיר גיין וויאזוי איך וויל". און צי איז עס ווייל ווען איך האב געפילט אז 'איך וויל' האב איך עס געמוזט אננעמען אז דאס מיינט אז ס'זאל אויסגעפירט ווערן וויאזוי איך וויל. ווייל אויב עס מיינט נישט דעס, מיינט עס אז איך דארף ארויפקוקן און ווארטן אז די אמת זאל אריינקומען אין מיר און דאס איז אומבאקוועמער צו לעבן אזוי.

און אויך קומט ארויף ווי יעדער זאגט "דאס מיינט אז דו גייסט נאך ווייניגער פרובירן"

כאטש אויב איך האב אזעלכע כוואליעס לאזט עס איבער חורבנות, אבער איך וויל די באקוועמערע וועג פון נישט דארפן אגאנצן צייט ארויפקוקן און ווארטן, און איך וויל נישט הערן דעם "דאס מיינט אז דו גייסט נאך ווייניגער פרובירן"

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן דיך 'קליענט' וואס דו דארפסט פארבעסערן דיינע מעשים

קליענט: א גוטן דיך

ט: וויאזוי גייט אלעס?

ק: איך מיין זייער שטארק אז מיר זאלן - בעזרת השי"ת - ווייטער פארזעצן מיט די לעצטע צעטיל וואס דו האסט מיר געמאכט וועגן דעם סענסעשאן. איך מיין אז דארט ליגט א געוויסע אמת.

ט: איך וועל פרובירן, און השי"ת זאל מיר העלפן אז איך זאל דיר קענען שטעלן די ריכטיגע פראגן, און דו זאלסט מיר ענטפערן וויאזוי עס איז דער אמת אין דיר.

ק: גוט. און השי"ת זאל שוין טאקע העלפן אז עס זאל נישט ארויסקומען קיין שום מכשול פון מיינע ווערטער

ט: זע דיך ווי יענער פארציילט דיך אז ער מאכט מיט, און זאג אים: ברוך השי"ת, איך ווייס נישט צו זאגן פון אזא פחד. און דער אייבערשטער זאל מיר העלפן אויף ווייטער. קומט עפעס ארויף אומבאקוועם ווען דו זאגסט עס, און אויב יא, וואס איז די אומבאקוועמליכקייט? און געדענק: זאג מיר יעדע זאך וואס דו מיינסט אז אפשר קומט עס ארויף, אפילו אויב דו ביסט זיכער אז ס'האט נישט קיין שייכות

ק: עס קומט גראד ארויף די "פארוואס ליידסטו, און איך לייד נישט"

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: כנ"ל

ט: וויאזוי פילט זיך אין דיר ווען עס קומט ארויף די "פארוואס ליידסטו, און איך לייד נישט"?

ק: איך הייב אן צו פרובירן פארשטיין מיינע אינערליכע פראסעסעס. און א וועג צו פארשטיין, פארוואס נישט ביי מיר.

ט: קודם זאג מיר, וויאזוי איז פאר דיר צו לעבן מיט דעם "פארוואס ליידסטו, און איך לייד נישט?"

ק: עס קומט ארויף אין מיר כאילו איך בין מער חשוב'ער פאר'ן אייבערשטן. אז דער אייבערשטער שטראפט מיך נישט, ווייל איך בין חשוב'ער

ט: עס קוקט מיר אויס ווי דער געפיל וואס וויל אנהייבן אריינקומען אין דיר "איך בין מער חשוב פאר'ן אייבערשטן" דאס שטערט דיך זייער שטארק. קען זיין?

ק: יא. עס שטערט מיך זייער שטארק. על כל פנים פאר דעם חלק אין מיר. איך דערלייד עס נישט.

ט: פון דעם חלק אין דיר וואס פילט זיך אומבאקוועם צו פילן 'חשוב'ער' צוליב דאס נישט ליידן. וואס און וויאזוי ווילסטו דאס ארויסזאגן?

ק: ווען איך פיל חשיבות, פילט זיך עס אומבאקוועם. איך פיל אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן. ס'איז מיר שווער צו לעבן דערמיט

ט: איך בין נייגעריג צי דא איז דא נאך עפעס. זאג אים "דו ליידסט נעבעך פון אזא פחד, אבער מיר איז קיינמאל נישט בייגעפאלן אז איך זאל דארפן האבן אזא פחד, דערפאר גיי איך מיך ווייטער וויאזוי עס איז מיר אלעמאל געווען" קומט עפעס ארויף?

ק: איך מיין אז ס'פילט זיך נישט אינגאנצן באקוועם אזוי צו זאגן

ט: נאכאמאל

ק: איך פיל מיך ווי איינער זאל מיר פארציילן אז ער האט א טעלעפאון וואס האט אזא און אזא פיטשיווקע, און ס'פילט זיך מיר ווי איך וויל עס אויסשטודירן. יא. איך מיין אז אזוי פילט זיך עס. "יא? ס'דא אזא מין זאך, אז א מענטש זאל קענען ליידן פון אזא זאך?" איך פיל מיך אפשר אזוי ווי פעלערהאפטיג אז איך ווייס נישט דערפון.

ט: איך בין נייגעריג, טאמער דא איז דא נאך עפעס. זאג אים "אזוי ליידסטו? אזעלכע פחדים? איך לעב מיך זארגלאז אן קיין פחד, קיינמאל נישט בייגעפאלן פחד, און איך גיי מיר ווייטער אזוי לעבן" קומט עפעס ארויף? און געדענק: אפילו וואס דו ביסט זיכער אז ס'קומט נישט אריין, זאג מיר

ק: ס'קומט ארויף די פאריגע צעטיל

ט: פרוביר נאכאיינמאל

ק: איך מיין אז ס'קומט ארויף וואס עס איז שוין פריער ארויפגעקומען, און די ווערטער זענען "עס קומט זיך מיר נישט. עס קומט זיך מיר נישט אז ס'זאל מיר אזוי אזוי גוט גיין"

ט: פרוביר נאכאיינמאל זיך פארצושטעלן די צער זיינעם. און זאג "דו ליידסט פון אזא פחד, איך לייד נישט ב"ה, מיר איז אייביג געווען גוט, און איך גיי מיך ווייטער" קומט עפעס ארויף?

ק: אפשר קומט יעצט ארויף די זעלבע פאריגע צעטיל, אבער אביסל אנדערש. עס קומט ארויף "איך וויל פארשטיין דיין צער". די אומפעקט פון הערן פון אזא צער, לאזט מיר נישט לעבן רואיג.

ט: די סיפור וואס יענער פארציילט דיך, שאפט סייוועלכע קאנעקשאן צווישן אייך ביידע?

ק: יא. זייער שטארק. ס'איז מיין געפיל פון סימפאטיע, מיטפילן, טיפע קאנעקשאן. ס'איז די ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך טרעף אז א מענטש זאל זיין אזוי אזוי אזוי אין צער. ס'נעמט מיר איבער גאר שטארק.

ט: פון יענע חלק אין דיר וואס פילט א טיפע נפשיות'דיגע קשר צו אים, זאג: דו האסט פחד, מיר איז קיינמאל נישט בייגעפאלן צו האבן אזא פחד, און איך גיי מיך ווייטער רואיגערהייט, זארגלאז. קומט עפעס ארויף לגבי די קשר?

ק: אפשר קומט ארויף ווי ער זאגט מיך "דו פארשטייסט מיך נישט, דו האסט גארנישט מיט מיר אין קאמאן, דו קענסט אפילו נישט חלומ'ן מיך צו העלפן אין דעם"

ט: וויאזוי פילט זיך דיר, ווען ער זאגט דיך דאס?

ק: אפשר צו שאפן אזא סענסעשאן? און יא פארשטיין?

ט: אפשר?

ט: און וויאזוי פילט זיך די קשר, ווען ער זאגט דיר "דו פארשטייסט מיך נישט"?

ק: אפשר קומט ארויף אזא ווערדלאזיגקייט. איך קען נישט העלפן, וואס בין איך ווערד.

ט: דו האסט אין דיך א שטארקע רצון צו העלפן, ריכטיג?

ק: יא.

ט: האסט מיר פריער געזאגט אז דו פילסט ווי דו ווילסט עס אויסשטודירן, און אויב נישט פילסטו דיר פעלערהאפטיג. קענסט מיר זאגן מער וועגן דעם? ענדיג: אויב איך הער, אבער איך שטודיר עס נישט אין מיר, דאן...

ק: איך מיין זייער שטארק אז ס'קומט ארויף "קען איך מיך נישט טרעפן". איך פיל ווי איך קען מיך נישט לאוקעטן.

ט: האסט מיר פריער געזאגט "די אומפעקט פון הערן פון אזא צער, לאזט מיר נישט לעבן רואיג". ענדיג: אויב איך לאז עס גיין, דאן... און זאג מיר סיי וואס עס קומט ארויף

ק: איך פארפאס א געלעגנהייט צו העלפן

ט: נאכאמאל.

ק: דאן איז זייער שווער עס צו לאזן גיין

ט: ענדיג: ס'שווער צו לאזן גיין, ווייל...

ק: ווייל ס'איז גאר שטארקע צער

ט: וואס און וויאזוי ווילסטו זאגן דעם אמת וועגן דעם צער?

ק: איך קען נישט גיין ווייטער, ווייל דא איז דא שטארקע צער. אבער איך וואונדער מיך, וואס האט יענער וואס ליידט אז איך בין מיך משתתף מיט זיין צער, צי ווערט ער געהאלפן דורכדעם?

ט: ענדיג: אויב איך ערלויב מיך אז השתתפות בצערו איז נישט וואס מ'דארף דא, סאו, איך זאג "ב"ה מיך איז אלעס גוט, און איך גיי מיך ווייטער מיין וועג" דאן...

ק: פיל איך ווי קיינער דארף מיך נישט

ט: זעט מיר אויס אז דו ווילסט זייער שטארק פילן ווי מ'דארף דיך. זאג מיר מער וועגן דעם

ק: איך וויל פילן ווי איך בין ווערד פאר עפעס. מ'קען מיך פאר עפעס נוצן. איך האב נישט ליב זיך צו פילן "ער פעלט נישט אויס"

ט: האלט קאפ אויף דעם וואס דו האסט מיר יעצט געזאגט, און ענדיג: אויב איך ערלויב מיך אז איך האב נישט אזא פחד, דאן...

ק: דאן פארשטיי איך נישט, דאן דארף מען מיך נישט.

ט: נאכאמאל

ק: דאן בין איך נישט אינטערעסאנט.

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

צי בין איך גרייט צו זאגן "ב"ה אז איך לייד נישט אזא פחד, איך בין זארגלאז, און דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן", ווייל עס קומט ארויף "פארוואס ליידסטו, און איך לייד נישט". "איך קען נישט גיין ווייטער, ווייל דא איז דא שטארקע צער". און עס הייבט אן ארויפקומען "דערפאר לייד איך נישט, ווייל איך בין מער חשוב פאר'ן אייבערשטן" און איך דערלייד נישט - פון דעם חלק - צו פילן אזא געפיל. אדער קומט ארויף "עס קומט זיך מיר נישט. עס קומט זיך מיר נישט אז ס'זאל מיר אזוי אזוי גוט גיין" און אויך קומט ארויף אז אויב איך שטודיר עס נישט אויס, קען איך מיך נישט לאוקעטן. כאילו עפעס פעלט מיר.

און די טיפע נפשיות'דיגע קאנעקשאן ווערט אויס. ווייל איך הער ווי ער זאגט מיר "דו פארשטייסט מיך נישט, דו האסט גארנישט מיט מיר אין קאמאן, דו קענסט אפילו נישט חלומ'ן מיך צו העלפן אין דעם" און איך פיל "אזא ווערדלאזיגקייט. איך קען נישט העלפן, וואס בין איך ווערד." "אויב איך ערלויב מיך אז נישט השתתפות בצערו איז וואס מ'דארף דא, פיל איך ווי קיינער דארף מיך נישט. בין איך נישט אינטערעסאנט."

כאטש איך לייד אויב איך גיי נישט מיט דעם אז "איך האב ב"ה נישט אזא פחד", אבער וועגן די אלע אויבנדערמאנטע זאכן איז מיר וויכטיגער דאס נישט צו ערלויבן.

והשם הטוב עוזר ויעזור און ער זאל ארויסנעמען אלע יודישע קינדער פון כל מיני פחדים וכל מין צער.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח כאור בהיר

קליענט: א גוטן דיך אויך. השי"ת זאל דיר העלפן אז דו זאלסט מיר פרעגן די ריכטיגע שאלות, און אז איך זאל די זכי' האבן מאוצר מתנת חנם, דיך צו ענטפערן די אמת'ע תשובות

ט: פיין. בעזר השי"ת. וויאזוי גייט עס מיט דעם סענסעשאן?

ק: ס'דא איין צעטיל וואס דו האסט מיר געמאכט א היפשע צייט צוריק. און די צעטיל איז ווי פאלגנד:

פון איין זייט וואונדער איך מיך פארוואס עס איז דא אין מיר א שטופ צו פאלגן די אנדערע עצה, ווען איך פארשטיי בעסער ווי יענעם. אבער פון די צווייטע זייט, אויב איך לאז עכט אריין אין מיר אז איך לאז אפ יענעמ'ס עצה, אז עס האט גארנישט מיט מיר, און איך גיי מיט מיין מהלך, דאן הייב איך אן פילן אז איך בלייב אליין מיט מיין גאנצע אומדערליידנדע, אומדערטרעגליכע, ווייטאג וואס ווילן מיך פארשוועמען, צו סטראגלן מיט מיינע פראבלעמען אליין, אן געפילישע שטיצע. און עס קומט ארויף די וואונדער "צי גיי איך טאקע קענען אליין דילן מיט די זאכן וואס דרוקן מיר מיט מיין אייגענעם וועג".

איך פיל נאך אלץ נישט גענוג שטארק צו פאלגן מיין אייגענע מהלך. איך פיל אז מיין נפש איז זייער שוואך זיך צו קענען קעגנשטעלן מיט א שטארקייט און זאגן "איך וויל מיך האלטן צו מיין מהלך".

ט: זע דיך אקעגן איבער יענעמס מהלך, און מיט א פעסטקייט זאגסטו "איך וויל גיין לויט מיין מהלך". קומט עפעס ארויף, וואס ערלויבט דיך נישט צו זאגן דאס מיט א פעסטקייט?

ק: איך פיל נישט א שטארקייט אין מיר, ווען איך זאג עס.

ט: פרוביר נאכאמאל עס צו זאגן מיט א שטארקייט. און זאג מיר וואס עס פילט זיך אומבאקוועם?

ק: עס קומט ארויף אזא לאכעדיגע געפיל "ווער ביסטו, צו זיין שטארק"

ט: שטעל דיך פאר ווי דו זעסט דיך אויף א גרויסע סקרין, און דו זעסט דיך ווי דו זאגסט מיט גאר א פעסטקייט "איך גיי טון מיין וועג". און גיי דיך ווייטער, און לעב אזוי. פילט זיך דיר - אויפן סקרין - אינגאנצן באקוועם דאס צו זאגן?

ק: נישט אזוי באקוועם

ט: ענדיג: אויב איך לעב אזוי, דאן...

ק: דאן קומט ארויף "אפשר בין איך נישט גערעכט"

ט: זאג: ס'איז מיר שווער מודה צו זיין, און איך קען עס קוים פילן, אבער ס'דא א חלק אין מיר וואס קלערט אז אפשר דארף איך דיך פאלגן, אז אפשר ביסטו גערעכט.

ק: איך קען נישט ווערן באוואוסטזיניג אז ס'דא אין מיר אזא חלק

ט: זאג: איך האלט אינגאנצן אז דיין מהלך איז נישט גערעכט. אלעס אין מיר האלט אז דיין מהלך איז נישט גערעכט. פילט זיך דאס אינגאנצן באקוועם צו זאגן?

ק: עס קומט נישט ארויף אז איך האלט אז ער איז גערעכט לגבי דעם זאך

ט: סאו, זאג אזוי. אפילו אויב איך האלט אינגאנצן אז דא ביסטו נישט גערעכט, דאך איז דא אין מיר א רצון דיך צו פאלגן

ק: יא. ווייל איך טרעף נישט אין מיר א שטארקייט.

ט: ענדיג: די שוואכקייט איז, ווייל...

ק: איך פיל קאנעקטעד צו דיר.

ט: נאכאמאל

ק: איך פיל אז נישט פאלגן זיין עצה, האקט אפ די קאנעקשאן.

ט: זאג אזוי: איך וואלט מיך אליין געפאלגט, נאר איך פיל שוואך, ווייל איך וויל נישט אפהאקן די קאנעקשאן.

ק: איך וואלט מיך אליין געפאלגט, נאר עס קומט מיר ארויף א שוואכקייט, ווייל איך פיל ווי די קאנעקשאן ווערט אפגעהאקט. ס'איז מיר אזוי אינטערעסאנט. ווייל פון איין זייט בין איך גאנץ קלאר אז אויב איך גיי מיט מיין מהלך, איז עס מיין טובה.

ט: ענדיג: אויב איך ערלויב אז גיין מיט מיין מהלך איז מיין טובה, דאן...

ק: איך קען אבער נישט פילן א שטארקייט. איך וויל נישט אפהאקן די קאנעקשאן.

ט: זאג: עווענטואל פאלג איך דיין עצה, דיין מהלך.

ק: ניין! עווענטואל פאלג איך מיין עצה! ס'איז מיר נאר זייער אינטערעסאנט. פארוואס אויב אזוי דארף איך האבן א סטראגל אין מיר צו פאלגן זיין עצה. איך גיי דאך אים סיי ווי נישט פאלגן בשום פנים ואופן. זעט אויס אז איך דארף די קאנעקשאן

ט: זאג: אויב מיין נפש גייט אינגאנצן מסכים זיין צו מיין עצה, דאן...

ק: קוקט מיר אויס צו זיין א ישועה.

ט: ענדיג: און...

ק: (קען נישט ענטפערן)

ט: שטעל דיך פאר ווי דו זאגסט "רבש"ע איך דאנק דיר אז מיין נפש האט זיך אינגאנצן צוגעהערט צו גיין מיט מיין מהלך, און איך בין יעצט א געהאלפענער" פילט זיך דיר אינגאנצן באקוועם דאס צו זאגן?

ק: ס'קומט מיך ארויף מיינע טאג טעגליכע פליכטן.

ט: זאג: רבש"ע, ענדליך בין איך יעצט א געהאלפענער, סאו, יעצט קומט מיך ארויף מיינע טאג טעגליכע פליכטן. קומט עפעס ארויף?

ק: ס'קומט מיר ארויף: ס'גייט מיר נישט מיין טאג טעגליכע פליכטן. פארוואס גייט מיר נישט. דו ווייסט? הא?

ט: זעה דיך נאך אלץ ביי די אויבנדערמאנטע הודאה אז דיין נפש האט זיך צוגעהערט צו דיר. און זאג: ס'איז מיר אינגאנצן זייער באקוועם אז איך דערמאן מיך די און די זאכן.

ק: איך ווייס נישט צי עס יא באקוועם, צי נישט. "איך קען מיך נישט א עצה געבן מיט דעם"

ט: געב א קוק צי עס מאכט סענס צו זאגן די פאלגנדע: אויב זאל מיך מיין גאנצע נפש צוהערן, צו לויפן אויף מיין מהלך, און נישט אויף זיין מהלך, סאו, איך האב מער נישט קיין אינערליכע קריג וועם צו פאלגן. קומט מיך ארויף "איך קען מיך נישט א עצה געבן מיט זאכן וואס איך דארף טון טאג טעגליך". איך ווייס נישט צי ס'איז אומבאקוועם אז ס'זאל דאס ארויפקומען אין מיין באוואוסטזיין, צי נישט. אבער דאס קומט ארויף. צי פארשטיי איך מיט דעם פארוואס מיין נפש וויל נישט אינגאנצן פאלגן מיין מהלך?

ק: (זאגט עס)

ט: ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט וואס דו זאגסט מיר וועגן דיין שוואכקייט צו פאלגן דוקא יענעמ'ס עצה, און נישט דיין עצה. כאטש דו ווייסט אז דאס קען דיר העלפן. ווען דו הערסט יענעמ'ס עצה, פרוביר עס אנצוקוקן גאר שטארק מיט א בליק פון "מיר איז עס נישט נוגע" און גיי דיך ווייטער. קומט עפעס ארויף?

ק: עס קומט ארויף "וויאזוי גיי איך געהאלפן ווערן אין מיין לעבן"

ט: זאג אזוי: איך ווייס באמת נישט וויאזוי איך גיי געהאלפן ווערן אין מיין לעבן, נאר מיט דיין מהלך קען איך געהאלפן ווערן.

ק: דיין מהלך גיי איך סייווי נישט פאלגן. און ס'איז נישט מיין טובה.

ט: איז דיר דאס נישט אינטערעסאנט? ווער איז גערעכט? עס קען נאר איינער זיין גערעכט?

ק: ס'איז מיר טאקע אינטערעסאנט. ווייל אין מיר איז שוין דא יארן א סטראגל צווישן די צוויי מהלכים.

ט: ענדיג: אויב איך לאז אינגאנצן אפ זיין מהלך, דאן...

ק: פיל איך א שוואכקייט. עס איז שוין פריער ארויסגעקומען

ט: ענדיג: ווייל אויב איך פיל א שטארקייט, דאן...

ק: דאס וואס ס'שטייט אויפן צעטיל אנהייב דעם סעשאן

ט: עס קוקט מיר אויס אז אין דיר איז דא אזא זאך ווי "איך קען נישט אליין"

ק: קען זיין. יא. איך פיל נישט א שטארקייט. עכ"פ ביי דעם ענין.

ט: זאג "איך פיל קיינמאל נישט קיין אייגענע שטארקייט"

ק: ווענד זיך וואו, וואס, ווען, וויאזוי.

ט: די געפיל פון "איך בלייב אליין מיט מיין גאנצע אומדערליידנדע, אומדערטרעגליכע, ווייטאג וואס ווילן מיך פארשוועמען, צו סטראגלן מיט מיינע פראבלעמען אליין, אן געפילישע שטיצע." איז דא א צייט אין דיין לעבן ווען דו האסט אזוי אנגעהויבן פילן? געב א קוק צי עס איז דא א צייט אין דיין לעבן ווען דו האסט אנגעהויבן פילן אזא 'אינערליכע שוואכקייט' זיך נישט צו שטעלן אויף דיין אייגענע מיינונג, נאר ענדערש זוכן קאנעקשאן? ענדיג: איך האב מיך דאס אויסגעלערנט... אוון זאג מיר סייוואס עס קומט ארויף אין דיינע געדאנקען...

ק: בעת איך בין געגאנגען זוכן עצות און מהלכים וויאזוי צו קענען זיך א עצה געבן אין מיין לעבן

ט: נאכאמאל

ק: נאך די חתונה? אז איך דארף מיך דורכרעדן מיט ביתי?

ט: זאג: אויב איך גיי פרעגן א עצה, מיינט דאס אז איך האב מער נישט קיין אייגענע מיינונג. נאר איך זוך קאנעקשאן.

ק: (זאגט עס) מאכט סענס

ט: שטעל דיך פאר ווי כאילו ס'איז יעצט, און דו גייסט פרעגן א עצה, אבער דאס מיינט נישט אז דו דארפסט יעצט פילן אזא שוואכקייט. וואס קומט ארויף?

ק: ס'קומט ארויף "איך גיי אים קיינמאל נישט פאלגן"

ט: נאכאיינמאל

ק: כנ"ל

ט: ווי עס קוקט מיר אויס, גייסטו פון איין עקסטרים צו די אנדערע. אדער גארנישט פאלגן, אדער גאר א שוואכקייט, ווייל דו דארפסט קאנעקשאן.

ק: יא.

ט: ענדיג: און אויב איך אים קיינמאל נישט פאלגן, דאן...

ק: וועל איך נישט געהאלפן ווערן. פארשטייט זיך.

ט: לאמיר דיר פרעגן נאך עפעס. האט דיין מהלך א געוויסע שטריך וואס דו וואלסט נישט עכט געוואלט אויספאלגן? ענדיג: די געוויסע שוועריגקייט פון מיין מהלך איז, אז...

ק: ס'לאזט נישט די נפש ווערן אזוי אפדעטעד אגאנצן צייט

ט: זאג: אויב ס'איז דא א ספק אז דו ביסט גערעכט, פיל איך שוין שוואך.

ק: (זאגט עס)

ט: ווייל אויב ס'דא א ספק אז דו ביסט גערעכט, און איך גיי דאך מיין וועג, דאן...

ק: איך וויל זיין אינגאנצן אויסגעהאלטן

ט: ווייל אויב איך בין נישט אויסגעהאלטן, דאן...

ק: קומט ארויף אז איך בין נישט אינטערעסאנט אז מ'זאל זיך חבר'ן מיט מיר. איך פיל מיך נישט ווערד. פיל איך מיך שוואך. קען איך מער נישט קאנטראלירן קיינעם אין מיין לעבן. בין איך א לוזער. בין איך א לאכעדיגע זאך. פיל איך מיך די ראנג וועי. איז גארנישט מער אינטערעסאנט, אלעס פארלירט די מיינונג. בין איך א עקלדיגע מענטש. בין איך נישט א מענטש וועם מ'קען פרעגן עצות. איז בעסער אז איך זאל נישט געבוירן ווערן. גיי איך קיינמאל נישט געהאלפן ווערן. קיינער האט מיך נישט ליב מער.

ט: ענדיג: אויב איך פיל א שוואכקייט, אבער טראץ דעם גיי איך מיט מיין מהלך, דאן...

ק: וועל איך באלד באזיגט ווערן

ט: זאג: אויב איך גיי מיט מיין מהלך, טראץ דעם וואס איך פיל א שוואכקייט, גיי איך זיכער באזיגט ווערן.

ק: (זאגט עס)

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אין מיר קומט ארויף א לאכעדיגע געפיל "ווער ביסטו צו פילן שטארק מיט דיין מהלך". צי פיל איך א שוואכקייט ווייל איך ווייס, אז אויב איך וואלט געפילט שטארק, וואלט איך גארנישט געפאלגט. און איך וואלט נישט געהאלפן געווארן. אדער פיל איך א שוואכקייט ווייל מיין מהלך לאזט נישט די נפש ווערן אזוי אפדעטעד אגאנצן צייט.

און אויב איך האב א ספק אז אפשר איז ער גערעכט, אבער טראץ דעם גיי איך מיין מהלך וואס קוקט מיר אויס בעסער. פיל איך אז איך בין נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן, און עס קומט ארויף אז איך בין נישט אינטערעסאנט אז מ'זאל זיך חבר'ן מיט מיר. איך פיל מיך נישט ווערד. פיל איך מיך שוואך. קען איך מער נישט קאנטראלירן קיינעם אין מיין לעבן. בין איך א לוזער. בין איך א לאכעדיגע זאך. פיל איך מיך די ראנג וועי. איז גארנישט מער אינטערעסאנט, אלעס פארלירט די מיינונג. בין איך א עקלדיגע מענטש. בין איך נישט א מענטש וועם מ'קען פרעגן עצות. איז בעסער אז איך זאל נישט געבוירן ווערן. גיי איך קיינמאל נישט געהאלפן ווערן. קיינער האט מיך נישט ליב מער.

און אויב איך גיי מיט מיין מהלך, טראץ דעם וואס איך פיל א שוואכקייט, גיי איך זיכער באזיגט ווערן.

און אויך אויב זאל מיין גאנצע נפש מיך צוהערן צו לויפן אויף מיין מהלך, און נישט אויף זיין מהלך, סאו, איך האב מער נישט קיין אינערליכע קריג וועם צו פאלגן. קומט מיך ארויף "איך קען מיך נישט א עצה געבן מיט זאכן וואס איך דארף טון טאג טעגליך". איך ווייס נישט צי ס'איז אומבאקוועם אז ס'זאל דאס ארויפקומען אין מיין באוואוסטזיין, צי נישט. אבער דאס קומט ארויף. צי פארשטיי איך מיט דעם פארוואס מיין נפש וויל נישט אינגאנצן פאלגן מיין מהלך?

כאטש אויב מיין נפש הערט זיך אינגאנצן צו צו מיין מהלך, וואלט איך בעזרת ה' געהאט א ישועה, אבער וועגן די אלע אויבנדערמאנטע זאכן קען איך נישט לאזן גיין זיין מהלך

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מיט די הילף פונעם הייליגן באשעפער וואס האט באשאפן הימעל און ערד ובזכות הצדיקים

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א בעסערן דיך

ט: וויאזוי גייט עס?

ק: געלויבט השי"ת אז מ'איז אנגעקומען ביז אהער. געלויבט דער הייליגער באשעפער וואס האט מיך געהאלפן ביז אהער. און א חלק פון מיין נפש בעט אז השי"ת זאל מיך שוין אינגאנצן ארויסנעמען פון דעם. די אנדערע חלק וואס בעט נישט, איז נאך אונטער די השפעה פון די פרא-סימפטאם פאזישאן. אבער איך קען נאך אלץ פילן אז מיין נפש וויל לויפן די אנדערע מהלך. און איך ווייס עס, ווייל איך פיל אז מיין נפש איז נישט רואיג אז איך גיי מיך האלטן צו מיין מהלך. ס'דא אין מיר א שטארקע מלחמה. איך קען פילן אין מיר א געוויסע שוואכקייט אין דעם ענין. איך האב געליינט די צעטיל און עס קוקט מיר אויס אמת

איך קלער אז מיין פראבלעם שטעקט אין די זאך וואס איז פאריגע מאל אויך ארויסגעקומען, אז אויב איך האב א ספק, אדער אפילו א ספק ספיקא, אז ער איז גערעכט, ווער איך ממש פארלוירן נעבעך, איך קען מיך שוואך אנהאלטן צו מיין מהלך. איך וויל אז מיין נפש זאל ווערן רואיג אז איך גיי מיך פאלגן. סאו, די אינערליכע מלחמה וועט אינגאנצן נאכלאזן בעזרת השי"ת.

ט: לאמיר פרובירן, און השי"ת זאל רחמנות האבן אויף יעדעם. זע דיך אויף א גרויסע סקרין, און זע ווי דו זאגסט: אפילו אויב ס'קען זיין לויט א געוויסע מהלך, אז דו ביסט גערעכט, מיט דעם אלעם וויל איך טון אזוי ווי איך וויל. וואס געשעט אין דיר, ווען דו (דער אויפן סקרין) זאגסט אזעלכע דיבורים.

ק: ס'איז שוין פאריגע מאל ארויפגעקומען די אלע זאכן וואס איך פיל אין מיר. ס'קומט נאכאמאל ארויף "ווער ביסטו צו פילן שטארק מיט דיין מהלך"

ט: האלט אין קאפ די ווערטער "ווער ביסטו צו פילן שטארק מיט דיין מהלך". און ענדיג: דאס האב איך מיך אויסגעלערנט... און זאג מיר יעדע זאך וואס קומט ארויף, אפילו אויב דו ביסט זיכער אז ס'האט נישט קיין שייכות אהער

ק: עס איז ארויפגעקומען פאריגע מאל. אז ווען איך בין געגאנגען זיך דורכשמועסן אלץ בחור, האב איך מוז דאס געמוזט אויסלערנען.

ט: זאג: אלעס וואס איך האלט איז נישט פאר מיר אויסצופאלגן.

ק: (זאגט עס) ס'מאכט סענס דאס צו זאגן. איך געדענק אז איך בין געווען צעבראכן פון מיין מצב. די ווערטער זענען "איך קען שוין נישט וויסן וועלכע זאך איך האלט איז ריכטיג צו טון, און וועלכע זאך איך האלט, איז נישט ריכטיג. ביז דעמאלטס, בין איך געווען זיכער. אבער א מענטש קען דאך נישט זיין א עקשן. מ'מוז הערן וואס יענער זאגט.

ט: זע דיך ווי דו גייסט צו יענעם עצה געבער אלץ בחור, און זאג: ס'דא זאכן וואס איך גיי מיך האלטן צו מיין מהלך. וואס קומט ארויף?

ק: ס'איז שוין פריער ארויפגעקומען. עס קומט ארויף "איך ווייס שוין נישט וואס יא, און וואס נישט"

ט: ענדיג: אויב איך גיי מיך לאזן וויסן וואס יא, און וואס נישט, דאן...

ק: איך ווייס נישט פארוואס. אבער עס קומט מיר ארויף עפעס אזא צעבראכנקייט פארוואס איך דארף מיך גיין דורכשמועסן מיט א עצה געבער.

ט: פרוביר נאכאמאל. און פרוביר צו כאפן די שייכות צווישן די ביידע. וואס האט שייכות "איך ווייס וואס יא, און וואס נישט" מיט "אך, איך דארף גיין צו איינעם זיך דורכשמועסן?"

ק: עס קומט ארויף א זאץ וואס איך וויל נישט זאגן, ווייל איך האב זייער ליב געהאט צו דעם וועם איך בין געגאנגען. אבער עס קומט ארויף "פארוואס טיילסטו מיר איין זאכן, פארוואס מאכסטו מיר נישט דשאסט קלארער אין זאכן וואס איך ווייס" "פארוואס דארף איך אוועקווארפן מיין גאנצע וויסנשאפט"

ט: ער האט דיך נישט געמאכט קלארער? ער האט דיך איינגעטיילט?

ק: אזוי האב איך געפילט. אז איך דארף אוועקווארפן אלעס וואס איך ווייס, וויאזוי זיך צו פירן.

ט: זע דיך גיין צו אים, ווי כאילו ס'איז יעצט. און פרוביר אים אויסצוהערן אויף א וועג אז ער מאכט דיר נאר קלארער וואס דו ווייסט אלץ

ק: אה, איך מיין אז איך ווייס וואס. איך אליין האב דעמאלטס געהאט א בליק אויף מיר, אז וואס איך ווייס איז נישט גוט. איך אליין האב מיך געפילט שלעכט מיט מיר אליין.

ט: האלט אין דיין קאפ, וואס דו האסט מיר יעצט געזאגט. און זע דיך כאילו ס'איז יעצט, און איך גיי דיך פרעגן עפעס "זאג מיר בחור'ל, וואס מאכט דיך אזוי פילן?" ענדיג: איך פיל אזוי, ווייל... און זאג מיר יעדע זאך וואס וויל ארויפקומען אין דיר.

ק: איך בין נישט מצליח אין ישיבה.

ט: נאכאמאל

ק: איך בין נישט צופרידן מיט מיר אליין

ט: איך בין נישט צופרידן מיט מיר אליין, ווייל... און לאז דיין נפש דאס ענדיגן. און זאג מיר וואס דו פילסט.

ק: עס איז מיר נישט געגאנגען וויאזוי איך האב געוואלט.

ט: קוק די מצב וויאזוי די וועלט האט אויסגעקוקט פאר דיר. און זאג מיר פארוואס דו ביסט נישט צופרידן

ק: איך קען נישט מאכן סענס פון וואס עס קומט פאר דא. וואס איז דאס, און וואס איז דאס. איך פארשטיי נישט קיין זאכן.

ט: און וואס מאכט סענס אז וועגן דעם ביסטו אומצופרידן?

ק: אויב וואלט איך פארשטאנען, וואלט איך מער געקענט צופרידן שטעלן. ס'איז ווייל איך פארשטיי נישט. עס קומט ארויף "איך קען נישט צופרידן שטעלן"

ט: וואס האט שייכות "איך קען נישט צופרידן שטעלן" מיט "וואס איך ווייס איז נישט גוט"

ק: אה, אויב איך וואלט געוואוסט, וואלט איך געקענט צופרידן שטעלן. אלא מאי, וואס איך ווייס איז נישט גוט.

ט: זע דיך אלץ בחור ווען דו זעסט אז זאכן גייען נישט, און זאג: ס'דא זאכן וואס איך גיי מיך האלטן צו מיין מהלך. וואס קומט ארויף

ק: דאן קומט ארויף "איך דארף מיך אינגאנצן טוישן"

ט: נאכאיינמאל

ק: ס'קען זיין, איך ווייס אבער נישט וועלכע זאכן

ט: וואס און וויאזוי ווילסטו זאגן וואס עס איז ארויפגעקומען ביז אהער

ק: אויב איך זע אז זאכן גייען נישט, אז איך בין אומצופרידן, אדער מ'איז אומצופרידן, מיינט עס אז יעדע זאך וועל איך דארפן טוישן. איך ווייס נישט מיט וואס זיך צו טראסטן. אלעס קען אריינגיין אין ספק פלאץ. ווייל איך ווייס דאך נישט וועלכע זאך עס מאכט מיר א פראבלעם. אפשר איז עס פונקט די זאך וואס איך בין זיכער אז אזוי דארף איך טון. דערפאר קען אלעס אריינגעשטעלט ווערן אין א ספק. האפנדיג אז אזוי וועלן זאכן אנהייבן גיין אויף אזא אופן וויאזוי איך און ארומיגע וועלן זיין צופרידן.

ט: וויאזוי האט שייכות דער אינערליכער מלחמה, מיט די אויבנדערמאנטע סטעטמענט?

ק: אז יעדע זאך דארף איך טוישן אויף די בעסטע. ווייל יעדע זאך קען אפשר זיין די גורם. און איך קען נישט זיין צופרידן מיט "ס'איז גוט אזוי ווי ס'איז".

ט זע דיך אלץ בחור, און זאג: ס'דא זאכן וואס איז גוט אזוי ווי ס'איז

ק: איך ווייס אבער נישט וואס.

ט: לאמיר עפעס אויספרובירן. ענדיג: אויב איך לאז מיך וויסן אז איך ווייס יא וואס איך דארף טוישן, דאן... און געדענק: וואס אימער דיין נפש שיקט ארויף, זאג מיר. האלט דיך נישט צוריק

ק: עס קומט ארויף "איך האב נישט קיין כוח צו מיינע פליכטן, עס איז צו שווער"

ט: וואס איז דער אמת וואס קען דא זיין?

ק: אז איך האב אפשר יא געוואוסט וואס איך דארף טוישן, און דאס איז אז איך דארף טוישן די וועג וויאזוי איך טו מיינע פליכטן וואס פאדערט זיך פון מיר. אבער ס'איז צו שווער

ט: דיינע פליכטן זענען געווען שווער. און בעסער געפרעגט. שטעל דיך פאר כאילו ס'איז יעצט, און איך פרעג דיר: דיינע פליכטן זענען צו שווער?

ק: שווער. איך האב נישט קיין געדולד. ס'קען זיין אז נאר לגבי די פליכטן האב איך מיך געדארפט אויסלערנען וויאזוי מ'קען עס טון.

ט: זע דיך נאכאמאל אויף א גרויסע סקרין, און זע ווי דו זאגסט: אפילו אויב ס'קען זיין לויט א געוויסע מהלך, אז דו ביסט גערעכט, מיט דעם אלעם וויל איך טון אזוי ווי איך וויל. וואס געשעט אין דיר, ווען דו (דער אויפן סקרין) זאגסט אזעלכע דיבורים.

ק: עס קומט ארויף "איך בין א בחור'ל, און איך בין אומצופרידן מיט די מצב. פילנדיג אז אלעס דארף אריינגיין אין א ספק. איך קען מיך מיט גארנישט טראסטן. ווייל איך בין נישט מצליח.

ט: פרוביר נאכאמאל

ק: יא, דאס קומט ארויף

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

צי בין איך גרייט זיך צו האלטן צו מיין מהלך, טראץ דעם אז עס איז דא אין מיר א ווייטע קלער אז אפשר איז יענע מהלך בעסער. ווייל ווען איך וויל מיך האלטן מיט מיין מהלך קומט ארויף "איך בין א בחור'ל, און איך בין אומצופרידן מיט די מצב. פילנדיג אז אלעס דארף אריינגיין אין א ספק. איך קען מיך מיט גארנישט טראסטן. ווייל איך בין נישט מצליח."

אויב איך זע אז זאכן גייען נישט, אז איך בין אומצופרידן, אדער מ'איז אומצופרידן, מיינט עס אז יעדע זאך וועל איך דארפן טוישן. איך ווייס נישט מיט וואס זיך צו טראסטן. אלעס קען אריינגיין אין ספק פלאץ. ווייל איך ווייס דאך נישט וועלכע זאך עס מאכט מיר א פראבלעם. אפשר איז עס פונקט די זאך וואס איך בין זיכער אז אזוי דארף איך טון. דערפאר קען אלעס אריינגעשטעלט ווערן אין א ספק. האפנדיג אז אזוי וועלן זאכן אנהייבן גיין אויף אזא אופן וויאזוי איך און ארומיגע וועלן זיין צופרידן.

יעדע זאך דארף איך טוישן אויף די בעסטע. ווייל יעדע זאך קען אפשר זיין די גורם. און איך קען נישט זיין צופרידן מיט "ס'איז גוט אזוי ווי ס'איז". ווייל "איך ווייס דאך נישט וואס עס איז נישט גוט". און אויב איך שטעל מיך פאר אז איך ווייס יא, קומט ארויף אז עס שווער צו טון מיינע פליכטן. איז אפשר דארף איך נאר וויסן וויאזוי איך קען טון מיינע פליכטן?

כאטש אויב איך קען מיך נישט האלטן צו מיין מהלך, ווילאנג עס בורט מיר אין קאפ אז אפשר איז יענע בעסער, מאכט דאס א אינערליכע מלחמה. אבער מ'דארף דאך וויסן וואס עס איז די גורם צו מיינע שוועריגקייטן, אז איך זאל זיין צופרידן, און אז מ'זאל זיין צופרידן.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח.

קליענט: א בעסערן.

ט: וויאזוי גייט עס מיט די צעטיל?

ק: ב"ה, געלויבט דער אייבערשטער וואס האט מיר געהאלפן ביז אהער, און השי"ת זאל מיר ווייטער העלפן. אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו. איך קלער אז מיין נפש דארף נאך אביסל טערעפי, צו פילן סעיף אז איך גיי טאקע נישט פאלגן די אנדערע מהלך.

ט: איך וויל זאלסטעך זעהן אין א מצב ווען דער אינערליכער ציטער אז דו גייסט אפשר פאלגן די אנדערע מהלך געשעט אין דיר. און ענדיג: די סיבה פאר דעם ציטער איז... און זאג מיר וואס עס קומט ארויף אין דיין באוואוסטזיין. וואס פילסטו אין דיר, וואס גייט דא פאר?

ק: ווייל איך האב מורא אז איך גיי פאלגן די אנדערע מהלך.

ט: האלט אין קאפ וואס דו האסט יעצט געזאגט. און ענדיג: די סיבה פארוואס איך האב מורא איז...

ק: די אלע זאכן זענען שוין ארויפגעקומען. עס קומט ארויף "ווייל אפשר ביסטו גערעכט"

ט: איך וויל נאר זעהן ווי ווייט דו ביסט שוין באוואוסטזיניגט אויף וואס די פראבלעם איז. שטעל דיך פאר אז דו קוקסט אן די אנדערע מהלך אז ס'איז זיכער נישט פאר דיר. וואס קומט ארויף?

ק: וויאזוי גיי איך מיך קענען א עצה געבן אין מיין לעבן?

ט: נאכאמאל

ק: ס'קומט ארויף מיינע אי הצלחות.

ט: נאכאמאל

ק: אפשר קומט ארויף "כ'האב מיך טועה געווען מיט'ן בכלל טראכטן אז פון דארט קען איך נעמען א מהלך"

ט: וואס און וויאזוי ווילסטו ארויסזאגן דעם אמת?

ק: יעצט בין איך געליבן אליין אן צו נוצן דיין מהלך. איך בין צוריק מיט מיר אליין. איך האב געמאכט א טעות מיט'ן טראכטן אז דיין מהלך וועט ארבעטן פאר מיר.

ט: זאג: ס'איז מיר זייער גרינג צו לעבן מיט דעם אז איך נעם נישט דיין מהלך

ק: ניין, עס איז נישט גרינג. איך פיל אליין. איך פיל מיך אויסגעשפילט.

ט: זע דיין אינערליכע געשלעג און זאג: נע, דארפסט נישט מורא האבן, איך גיי מיך סייווי האלטן ביי מיינס. און זאג מיר אלעס וואס דו ווערסט באוואוסטזיניגט.

ק: עס איז שוין איינמאל ארויפגעקומען. אז איך פיל מיך אליין. "אליין סטראגלן מיט מיינע פראבלעמען"

ט: פרוביר נאכאמאל אז עס זאל ארויפקומען דער "איך בין אליין, איך דארף מיך אליין א עצה געבן" און פרוביר מיר צו זאגן ווען אין דיין לעבן דו האסטעך דאס אויסגעלערנט? ווען עס קומט ארויף דער 'אליין', ענדיג: איך האב מיך דאס אויסגעלערנט...

ק: איך ווייס נישט צי עס האט שייכות, אבער איך דערמאן מיך א געפיל אין חדר ווי איך פיל צעבראכן ווייל מיינע חברים זענען נישט גוט מיט מיר. איך פיל אז איך האב עכט גארנישט געטון אז מ'זאל מיך אפלאזן.

ט: פרוביר נאכאמאל צו ענדיג: איך האב מיך דאס אויסגעלערנט...

ק: ס'קומט נאכאמאל ארויף. איך ווייס אבער נישט וואס פאר א שייכות ס'האט מיט "אליין". אה, אפשר ווייל דעמאלטס האב איך אויך געפילט אליין.

ט: וואס און וויאזוי ווילסטו זאגן וואס דו האסט דעמאלטס געפילט. זאג עס כאילו ס'איז יעצט

ק: איך פיל אליין אויף דער וועלט. איך פיל אזוי צעבראכן. איך קען מיך נישט א עצה געבן.

ט: זאג אזוי פון יענע חלק: איך בין נישט אינגאנצן זיכער אז איך טו גוט. אפשר טו איך נישט גוט. קומט עפעס ארויף? און אויב יא, וואס איז עס?

ק: עס קומט ארויף "וואס איז ווערד צו פילן אז איך טו גוט, ווען איך פיל אז איך האב נישט קיין חברים. יא, איך טו אבסעלוטלי גוט, אבער וואס איז עס ווערד?"

ט: זאג: אלעס וואס איך טו איז אבסעלוטלי גוט. פילט זיך דיר אינגאנצן באקוועם דאס צו זאגן?

ק: ניין. עס קומט ארויף "מן הסתם טו איך נישט גוט געוויסע זאכן וואס זענען גורם אז איך זאל ווערן אליין".

ט: ענדיג: אויב איך פיל אליין, און איך גיי פילן זיכער אז איך טו גוט, דאן... קומט עפעס ארויף?

ק: וואס איז עס ווערד.

ט: זאג פאר דיין נפש ווואס ציטערט נעבעך אוועק אז דו גייסט פאלגן די אנדערע מהלך. איך מיין אז דו האסט וואס צו ציטערן. ווייל איך וויל טאקע נישט פילן זיכער מיט מיר אליין, ווילאנג איך פיל אליין. סאו האסט טאקע וואס צו ציטערן. ס'איז גארנישט ווערד צו פילן זיכער, ווילאנג מ'פילט אליין.

ק: איך וויל נישט פילן אליין. איך וויל נישט פילן אליין. איך וויל נישט פילן אליין. איך וויל נישט.

ט: שטעל דיך פאר ווי דו ביסט א בחור'ל און פיל די ווערטער "איך בין נישט זיכער צי איך גיי גוט". און ענדיג: די סיבה פאר'ן אזוי פילן איז...

ק: זאכן זענען נישט געגאנגען וויאזוי איך האב געוואלט

ט: זאג "אויב זאכן זענען נישט געגאנגען וויאזוי איך האב געוואלט, מיינט עס אז איך גיי נישט גוט מיט גארנישט." וויאזוי ווילסטו עס זאגן?

ק: אויב אזוי קען איך מער נישט פילן אז איך גיי גוט.

ט: פרוביר צו געבן א מיינונג אז מיט דעם אלעם קענסטו נאך אלץ פילן ביי דיר אז "נישט אלעס גיי איך טוישן". וואס קומט ארויף אין דיין באוואוסטזיין?

ק: אונז האב מיר שוין איינמאל געמאכט א צעטיל אויף דעם, אז ס'איז דא אין מיר אזא זאך אז איך וויל מיך אינגאנצן אוועקווארפן ווען איך האב נישט געטון ריכטיג. ווי אויך קומט ארויף אין מיר אזא רצון ותשוקה, וואס וויל זיך אינגאנצן טוישן. איבערמאכן. סתם! איבערמאכן!

ט: שטעל דיך פאר אז דו מאכסט אפ ביי דיר אז דו גייסט דיך נאר טוישן מיט ממש געציילטע זאכן. וואס דאס איז דער עיקר וואס מ'דארף טוישן. אבער די איבעריגע זאכן גייסטו בלייבן אזוי ווי דו ביסט. און ענדיג: אויב אזוי...

ק: גיי איך נישט פילן קיין התחדשות.

ט: וואס און וויאזוי ווילסטו דאס זאגן?

ק: איך מוז מיך אינגאנצן טוישן כדי צו פילן התחדשות.

ט: איך וויל זאלסטעך נאכאמאל זעהן אין א מצב ווען דער אינערליכער ציטער אז דו גייסט אפשר פאלגן די אנדערע מהלך געשעט אין דיר. און ענדיג: די סיבה פאר דעם ציטער, איז... און זאג מיר וואס עס קומט ארויף אין דיין באוואוסטזיין. וואס פילסטו אין דיר, וואס גייט דא פאר?

ק: עס פעלט מיר זעלבסט זיכערקייט ביי דעם ענין.

ט: יא, אוודאי פעלט דיר 'זעלבסט זיכערקייט' ביי דעם ענין. די שאלה איז נאר פארוואס דו ביסט נישט זיכער. ענדיג: איך בין נישט זיכער, ווייל...

ק: איך וויל נישט פילן אליין. און די רגע איך פיל אליין, וויל איך נישט פילן זיכער.

ט: ענדיג: ווייל אויב איך גיי פילן זיכער, אפילו איך פיל אליין?

ק: גיי איך קיינמאל נישט וועלן מאכן קאנעקשאן. איך וויל פילן אומזיכער, כדי צו מאכן קאנעקשאן.

צעטיל.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

פארוואס ציטערט מיין נפש אז אפשר גיי איך פאלגן די אנדערע מהלך. צי איז דאס ווייל יעצט בין איך געליבן אליין אן צו נוצן דיין מהלך. איך בין צוריק מיט מיר אליין. איך האב געמאכט א טעות מיט'ן טראכטן אז דיין מהלך וועט ארבעטן פאר מיר. איך פיל אליין. איך פיל מיך אויסגעשפילט. איך מיין אז איך האב וואס צו ציטערן, ווייל איך וויל טאקע נישט פילן זיכער מיט מיר אליין, ווילאנג איך פיל אליין. סאו איך האב טאקע וואס צו ציטערן. ווייל ס'איז גארנישט ווערד צו פילן זיכער, ווילאנג מ'פילט אליין. איך וויל נישט פילן אליין. איך וויל נישט פילן אליין. איך וויל נישט פילן אליין. איך וויל נישט.

אדער צי וויל איך נישט זיין זיכער מיט מיין מהלך, פשוט ווייל איך וויל פילן התחדשות, סאו, איך וויל מיך אינגאנצן טוישן. עפעס א אנדערע וועג צו פילן התחדשות האב איך נישט. נאר אז איך טויש מיך אינגאנצן.

כאטש ווען מיין נפש ציטערט אז איך גיי מיך טוישן, געשעט א געשלעג. אבער וויאזוי קען איך זיין זיכער אז איך גיי מיך נישט טוישן? קודם איך וויל נישט פילן אליין, און נאכדעם איך וויל פילן התחדשות.

און דער גוטער הייליגער באשעפער זאל מיר געבן זעלבסט זיכערקייט, דארט ווי איך דארף עס האבן. והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א גוטן.

ט: וויאזוי גייט עס מיט די צעטיל?

ק: די צעטיל פילט זיך אמת'דיג. די זאך איז אז איך דארף נאך אלץ פון צייט צו צייט, זיך בארואיגן, דורכ'ן טראכטן פון דעם צעטיל. איך וואלט געוואלט אז ס'זאל ווערן אויסגעמעקט פון מיר די ענין אז מיין נפש זאל ווערן אומזיכער מיט איר בוחר, חלק אלוק ממעל. אז איך זאל ווערן צוריק זיכער מיט מיר אליין. און נישט ווייל איינער האט מיר געזאגט א ווארט כלאחר יד, זאל איך בלייבן דערפון אינגאנצן צערודערט. און מער נישט טראסטן מיך אליין, אז איך גיי נישט אוועקגיין פון מיין מהלך. פארוואס ציטער איך? און ווי אויך האב איך עקספיריענסד נאכאמאל אינטרוסיוו מחשבות.

ט: צי קענסטו דיך דערמאנען ווען אין דיין לעבן עס האט זיך אנגעהויבן אזעלכע מחשבות?

ק: בחור'ל

ט: שטעל דיך פאר כאילו ס'איז יעצט, און פרוביר צו שאפן א סצענע ווי אלעס קומט פאר, אינערליך, און אויסערליך, אבער נישט די סארט מחשבות. אויף וואס ווערסטו באוואוסטזיניגט? דו דשאסט זאג מיר אויף וואס דו ווערסט באוואוסטזיניגט. פרוביר נישט אז ס'זאל צוהעלפן צו די סעשאן. דו זאג נאר אויף וואס דו ווערסט באוואוסטזיניגט.

ק: איך מיין אז ס'קומט ארויף א אינערליכע 'השפלה'.

ט: לאז דיך פילן דעם השפלה, און זאג מיר, פארוואס דו פילסט אזוי?

ק: ס'איז די חילוק צווישן מיין גוטע נאמען, און די געפיל אז איך בין אראפגעקוקט.

ט: עקספיריענס פאר א מינוט, וואס דו האסט יעצט געזאגט. און יעצט, בלייב דארט, און הער מיין שאלה: וואס אין דיין לעבן מאכט דיך אז דו זאלסט אזוי פילן? ענדיג: עס מאכט מיך אזוי פילן, ווייל...

ק: איך וויל פילן אזוי

ט: נאכאמאל

ק: איך פיל מיך אראפגעקוקט

ט: נאכאמאל

ק: איך נוץ נישט אויס די צייט

ט: נאכאמאל

ק: די וועג וויאזוי איך פיר מיך אויף, איז נישט פאסיג פאר מיר. איך דארף מיך אויפפירן בעסער

ט: נאכאמאל

ק: איך אליין פיל אז איך פיר מיך נישט אויף ווי איך דארף. איך שמועס, וכו'. כדרך של בחור לא מצליח.

ט: האלט אין קאפ די 'השפלה' וואס דו האסט מיר יעצט געזאגט. און שטעל דיך פאר נאכאמאל ווי דו הערסט א סטעטמענט פון איינעם, און זאג פאר אים, און בעיקר פאר דיר אליין: אפילו אויב ס'קען זיין א ווייטע מעגליכקייט אויף עפעס א אופן אז דו זאלסט זיין גערעכט, אבער איך גיי מיך מיט מיין מהלך. ווערסטו אויף עפעס באוואוסטזיניגט?

ק: קען זיין אז ס'קומט ארויף אז די 'השפלה' לאזט מיר נישט זיין זיכער מיט מיר אליין.

ט: וואס האט עס שייכות? ווייל ס'דא אין דיר 'השפלה', דערפאר איז דא אזעלכע מחשבות?

ק: עס איז מיר שווער צו וואוינען מיט אזא אינערליכע השפלה. און די ווערטער זענען: צי בין איך דען גרייט צו לעבן מיט אזא אינערליכע השפלה "איך האב נישט מיין גוטע נאמען, איך פיל מיך אראפגעקוקט, איך נוץ נישט אויס די צייט, די וועג וויאזוי איך פיר מיך אויף, איז נישט פאסיג פאר מיר, איך דארף מיך אויפפירן בעסער.

ק: איך געדענק נאך א צייט אין מיין לעבן ווען איך בין געווען פארנומען צו פייטן מיט מחשבות. בין איך נייגעריג

ט: שטעל דיך פאר כאילו ס'איז יעצט, און פרוביר צו פילן די אינערליכע און אויסערליכע מצב, די שטערקסטע וואס דו קענסט. אבער די מחשבות און די פייט, איז נישט דא. אויף וואס ווערסטו באוואוסטזיניגט?

ק: איך גיי עס נישט קענען מאכן. (יכולת אלערט) וויאזוי גיי איך קענען מצליח זיין אין די נייע ישיבה? וויאזוי שאף איך דאס?

ט: האלט קאפ אויף וואס דו האסט יעצט געזאגט. און זאג: אפילו אויב ס'קען אפשר זיין אז דו ביסט טאקע גערעכט, אבער איך גיי מיך מיט מיין מהלך. אויף וואס ווערסטו באוואוסטזיניגט?

ק: אינטערעסאנט. עס קומט ארויף "וויאזוי מאך איך עס?" וויאזוי מאך איך מיין מהלך?

ט: האט עפעס שייכות די צוויי. "עס איז מיר שווער צו וואוינען מיט אזא אינערליכע השפלה", מיט "איך גיי עס נישט קענען מאכן"?

ק: מוז נישט זיין

ק: איך געדענק נאך א צייט ווען איך האב געפילט אזא ציטער, נישט צו קענען לאזן גיין די פארנומענקייט מיט מחשבות.

ט: שטעל דיך פאר כאילו ס'איז יעצט. און פרוביר צו פילן די שטערקסטע וואס דו קענסט, די אינערליכע און אויסערליכע מצב, אבער דשאסט נישט די פארנומענקייט מיט מחשבות

ק: די זעלבע זאך. "איך גיי עס נישט קענען מאכן". איך גיי מיך נישט קענען א עצה געבן. איך האב נאך דאן נישט געוואוסט פון ר' שרגא פליישמאן נ"י.

ט: שטעל דיך נאכאמאל פאר ווי דו זעסט דיך אויף א גרויסע סקרין, און דו זאגסט: אפילו אויב יש דברים אין דיין מהלך, אבער מיט דעם אלעם גיי איך מיך גיין מיט מיין מהלך. וואס קומט ארויף?

ק: איך פיל עפעס אזא ליידיגקייט.

ט: שטעל דיך עס נאכאמאל פאר, און זאג: און ס'פילט זיך זייער גוט און געשמאק, ממש גן עדן. עולם הבא. ובחרת בחיים.

ק: עס פילט זיך אליין. און אונז האב מיר שוין געמאכט א סעשאן דערויף.

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

עס קומען אריין אין מיר אינטרוסיוו מחשבות וואס איך האב נישט ליב. צי קומט עס אריין ווייל עס איז מיר שווער צו וואוינען מיט אזא אינערליכע השפלה. און די ווערטער זענען: צי בין איך דען גרייט צו לעבן מיט אזא אינערליכע השפלה "איך האב נישט מיין גוטע נאמען, איך פיל מיך אראפגעקוקט, איך נוץ נישט אויס די צייט, די וועג וויאזוי איך פיר מיך אויף, איז נישט פאסיג פאר מיר, איך דארף מיך אויפפירן בעסער.

און די 'השפלה' לאזט מיר נישט זיין זיכער מיט מיר אליין. איך קען ווען זאגן "איך גיי מיט מיין מהלך, טראץ דעם וואס אפשר קען זיין אז דיין מהלך איז גערעכט." אבער די השפלה לאזט מיר נישט זיין זיכער מיט מיר אליין.

אדער צי קומט עס ווייל אין מיר איז דא אזא "איך גיי עס נישט קענען מאכן. וויאזוי געב איך מיך א עצה. וויאזוי שאף איך דאס?" "וויאזוי גיי איך קענען מאכן מיין מהלך?"

האב איך עפעס א עצה ב"ה נישט צו פילן אליין? צו זיין מער קאנעקטעד.

כאטש איך האב נישט ליב אינטרוסיוו מחשבות, אבער צי קען איך דען וואוינען מיט אינערליכע השפלה? צי קען איך דען לעבן מיט די רויע געפיל פון "איך גיי עס נישט קענען מאכן" "וויאזוי געב איך מיך א עצה?"

והשם הטוב עוזר ויעזור. הייליגער באשעפער העלף מיר און אלע יודן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: א גוטן הרב 'קליענט' נירו יאיר ויזרח

קליענט: א גוטן

ט: וויאזוי גייט אלעס?

ק: אויך האב איך אזא זאך אז עס דאכט זיך מיר אז איך פיל אין מיר פארקערט ווי א רוח קדושה. איך פיל אזא אומריינע ענערגיע. אזא נידעריגקייט. וויל איך וויסן אויב דאס איז א סימפטאם פון א נישט ריכטיגע נפשיות'דיגע צוגאנג, אדער עס קומט פון עפעס אנדערש וואס איך טו נישט גוט.

ט: איך וועל פרובירן בעזרת השי"ת, און השי"ת זאל מיר העלפן אז דו זאלסט גיין בדרך טובים, און איך אויך. צי קענסטו דיך יעצט דערמאנען, ווען אין דיין לעבן דו האסט די ערשטע מאל דיך געפילט אין אזא סארט ענערגיע וואס דו האסט נישט ליב געהאט צו פילן?

ק: איך דערמאן מיך ווען.

ט: ווען?

ק: אזא ענערגיע פילט זיך זייער נידעריג. און נישט הייליג.

ט: סאו, ווען מאכט סענס אז דו האסטעך אזוי געפילט?

ק: איך קען מיך לאגיקן פארשידענע זאכן. אבער איך פרוביר אז ס'זאל מאכן די מערסטע סענס. איך טראכט צו מיר, אז איך געדענק נישט אז איך זאל אין מיין לעבן פרובירן צו אראפברענגען אויף מיר אזא סארט ענערגיע. איך האב אלעמאל נאר עוסק געווען אין אראפברענגען אויף מיר פון די הייליגע תורה כמובא ברמח"ל, נישט אזא סארט

ט: וואס יא?

ק: איך טראכט

ט: זע פאר דיר א מענטש וואס פילט זיך אזוי נידעריג. וואס אין דיינע אפציעס קען די מערסטע מאכן סענס האט ער געטון?

ק: ער האט געהאט אין קאפ וויאזוי עס דארף זיך פילן געוויסע נפשות, און עס ווערט אויפגעשפילט אין אים. צום ביישפיהל, לאמיר עס נעמען ביי די רוח קדושה. ווען מ'זעט א צדיק, קען די נפש נאכמאכן די וועג וויאזוי עס דארף זיך ווען פילן.

ט: סאו, וואס מאכט סענס, ווען האסטו די ערשטע מאל אין דיין לעבן אזוי געפילט?

ק: ס'מאכט סענס, ווען מיין דמיון האט אין מיר אויפגעשפילט, נפשיות'דיג, וואס איך האב געוואוסט אין מיין קאפ. איך האב דאס א סך מאל. מיין דמיון משל'ט מיר אויס, נפשיות'דיג, וויאזוי יענעמ'ס נפש דארף ווען צולויפן. און דאס קען זיין דמיון אויך. דאס איז א מעלה, און א חסרון.

ט: סאו, ווען מאכט סענס האסטו די ערשטע מאל אזוי געפילט?

ק: ווען מיין דמיון האט אויפגעשפילט מיין נפש וויאזוי עס האט זיך פארגעשטעלט אז ס'דארף זיך פילן. איך האב דאס אסאך מאל. איך רעד מיט א מענטש, און איך שפיל אויף אינעווייניג אין מיר, וואס יענער דארף ווען פילן. איך ווייס קיינמאל נישט, צי ס'איז אמת, אדער ס'איז סתם דמיון.

ט: שטעל דיך פאר אז ס'איז יעצט יענע תקופה. און זאג ארויס וואס דיין דמיון טוט

ק: מיין דמיון שפילט מיין נפש.

ט: מיין דמיון שפילט מיין נפש, וואס?

ק: מיין דמיון שפילט אויס מיין נפש לויט א געוויסע בילד.

ט: און דער בילד איז אמת? וואס האסטו דעמאלטס געוואוסט? לאמיר נעמען די משל מיט די בילד וויאזוי א צדיק'ס נפש דארף זיך אויסשפילן אינערליך. וואס האסטו דעמאלטס געוואוסט, ס'איז אמת?

ק: אה, דו דערמאנסט מיר. דעמאלטס האב איך געוואוסט אז בערך דאס איז אמת.

ט: צי קענסטו דיך דערמאנען, צי דו האסט דאן צוליב א סיבה, פרובירט אז דיין נפש זאל שפילן דעם בילד?

ק: (שמייכלט) איך גיי נישט זאגן אז איך האב מיך אוועקגעזעצט דאס אויסשפילן

ט: זאג: איך האב נישט קיין סיבה פארוואס דאס אויפצושפילן אין מיין נפש. איז אלעס אין דיר מסכים?

ק: ניין. איך האב יא א סיבה.

ט: ענדיג: די סיבה איז, ווייל...

ק: איך האב געוואלט עפעס פארשטיין. וואו דאס טראגט, וואו מ'קען אנקומען דערמיט.

ט: ס'האט זיך דיר דאן געפילט נידעריג? נישט קיין רוח קדושה?

ק: זעט אויס אז נישט.

ט: שטעל דיך פאר כאילו ס'איז יעצט, און זאג: ס'האט גארנישט מיט טומאה

ק: דאס איז וואס איך זאג דיר. איך האב עס נישט געקענט בוחן זיין.

ט: זאג: קען זיין אז דאס איז עפעס נישט די ריכטיגע וועג. לאמיר עס בוחן זיין. איך וועל שוין דערשפירן.

ק: ניין. איך קען דאס אויך נישט זאגן

ט: זאג: דאס איז לכאורה די ריכטיגע וועג

ק: דאס קען איך אויך נישט זאגן. איך האב עס בוחן געווען.

ט: שטעל דיך פאר ווי כאילו ס'איז יעצט, און שטעל דיך פאר אז דו נוצט נישט דיין דמיון אויפצושפילן אין דיין נפש. אויף וואס ווערסטו באוואוסטזיניגט?

ק: עס קומט ארויף "איך וויל עס פארשטיין"

ט: וואס נאך קומט ארויף?

ק: איך פיל אז דו רעדסט נישט צו מיר שיין. דו רעדסט צו מיר הארט. איך ווער פארשעמט, און עס טוט מיר זייער וויי. דו מאכסט מיר אוועק פאר די גאנצע זאך

ט: סארי. זיי מיר מוחל. און יעצט זאג מיר וואס נאך קומט ארויף?

ק: איך וויל עס פארשטיין, ווייל איך וויל ווערן געהאלפן מיט עפעס.

ט: (איידלרהייט, מיט מיטגעפיל) קומט נאך עפעס ארויף?

ק: איך מיין אז נאר דאס "איך וויל עס פארשטיין, ווייל איך וויל ווערן געהאלפן מיט עפעס"

ט: עס קוקט מיר אויס ווי דו פילסט אז דו ביסט נישט געהאלפן. וואלסטו מיר מער געזאגט וועגן דעם. און איך בעט דיך איבער אויב איך רעד צו דיר הארט

ק: זייער גוט פאר'ן מיך איבערבעטן, ווייל ממש איך פליה אוועק, ווען איינער, נאך דערצו, דו, רעדסט צו מיר הארט. איך פיל ווי איך קען אסאך דערגרייכן ווען איך זאל עס פארשטיין. איך פיל ווי איך קען ווערן שטארק טראנספארמירט. איך פיל ווי איך קען אנקומען צו ווייטע פלעצער. דו מוזט פארשטיין, אז ס'איז נאר מיין דמיון וואס האט דאס מיטגעשפילט בלי יודעים אז ס'איז דמיון. און עס פעלט נישט אויס. און אויך אז עס האט מיר קיינמאל נישט אוועקגענומען פון קדושה. ס'איז נאר די 'רוח' וואס איך האב געפילט דערביי. אז ס'איז עפעס נישט ריין. ס'איז נישט די וועג.

ט: האלט אין קאפ אונזער גאנצע שמועס, און שטעל דיך פאר אז דו פילסט ווייטער א רוח קדושה, און נישט א רוח טומאה, אדער וואטעווער ס'זאל נאר נישט זיין. און זאג: אויב איך בלייב אזוי, דאן...

ק: אפשר קומט ארויף אזעלכע שולד געפילן אויף די גאנצע זאך. פארוואס איך האב מיך איינגערעדט אז אפשר איז דא א מהלך, אפילו מ'קען זאגן אז איך האב נישט געוואוסט, אבער דאך, אפשר האב איך אפילו נישט געדארפט פרובירן. וואס האט מיר עס אויסגעפעלט? און נישט נאר דאס, נאר ס'איז געווען א דמיון פון מיין אייגענעם נפש.

ט: וואלסטו מיר מער געקענט זאגן וואס דו פילסט אויף די גאנצע זאך? איז עס שולד געפילן, אדער עפעס אנדערש. ענדיג: איך פיל...

ק: צעבראכן.

ט: צעבראכן אז...

ק: איך האב מיך נישט געדארפט אריינלייגן דערין. וואס האט מיר עס אויסגעפעלט. פארוואס, פארווען, פארוואו. אבער פון די אנדערע זייט, אפשר יא.

ט: וואס געשעט מיט די "איך האב מיך נישט געדארפט אריינלייגן דערין, וואס האט מיר עס אויסגעפעלט" ווען דו שטעלסט דיך פאר אז דו בלייבסט מיט די רוח קדושה

ק: די צעבראכנקייט ווערט שטערקער.

ט: און ווען השם ישמור ס'געשעט? וואס געשעט מיט די צעבראכנקייט?

ק: אינטערעסאנט. ס'גייט אוועק

ט: אינטערעסאנט. וואס און וויאזוי ווילסטו זאגן דעם אמת וואס איז ארויסגעקומען ביז אהער

ק: איך פיל א רוח טומאה, איז עס ווייל מיט דעם גייט אוועק מיין צעבראכנקייט אז "פארוואס האב איך אפילו געמיינט אז איך זאל נאכגייין א דמיון וואס איז נישט פאר מיר געמאכט געווארן, עס באלאנגט נישט פאר מיר. וואס האט עס מיר אויסגעפעלט" עס ווערט פארענטפערט וואס איך האב געמיינט. אזא שטות און נארישקייט. איך קען מיר עס שווער מוחל זיין

ט: זע דיך נאכאמאל אויף א גרויסע סקרין, און זאג: טראץ דעם וואס עס קען זיין אז דיין מהלך איז ריכטיג אויף עפעס א וועג, אבער איך גיי מיט מיין מהלך.

ק: אויב איך גיי מיט מיין מהלך, קומט אויך ארויף די צעבראכנקייט, אז איך האב מיך טועה געווען, און געוואלט נאכגיין א וועג וואס ס'איז נישט. ס'שטערט מיך אז איך האב מיך טועה געווען.

ט: פרוביר צו זאגן אזוי: איך האב געמיינט א דמיון. ס'איז סתם דמיון.

ק: עס פילט זיך שלעכט.

ט: נאכאמאל

ק: וויאזוי האב איך מיך איינגערעדט אזא ביטערע שטות. סתם געווארן אריינגעשלעפט פון שטות. און מיינען אז א געוויסע מהלך איז דאס און דאס, ווען ס'האט מיך סתם פארדרייט מיין קאפ.

ט: לאמיר פרובירן צו מאכן א צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

צי איז די סיבה פארוואס איך נוץ מיין דמיון אויפצושפילן מיין נפש אז ס'זאל לויפן די געוויסע אופן. צי איז די סיבה ווייל איך וויל עס פארשטיין, ווייל איך וויל ווערן געהאלפן מיט עפעס. איך פיל ווי איך קען אסאך דערגרייכן ווען איך זאל עס פארשטיין. איך פיל ווי איך קען ווערן שטארק טראנספארמירט. איך פיל ווי איך קען אנקומען צו ווייטע פלעצער.

צי איז דאס וואס איך בין מרגיש א רוח טומאה, און צי איז עס ווייל מיט דעם גייט אוועק מיין צעבראכנקייט אז "פארוואס האב איך אפילו געמיינט אז איך זאל נאכגייין א דמיון וואס איז נישט פאר מיר געמאכט געווארן, עס באלאנגט נישט פאר מיר. וואס האט עס מיר אויסגעפעלט" אזוי ווערט עס אויף עפעס א אופן פארענטפערט. וואס איך האב געמיינט. אזא שטות און נארישקייט. איך קען מיר עס שווער מוחל זיין

און צי איז די סיבה פארוואס איך קען מיך נישט האלטן צו מיין מהלך, טראץ דעם וואס יענע אנדערע מהלך קען אפשר זיין גערעכט. צי איז די סיבה ווייל עס קומט אויך ארויף די אויבנדערמאנטע צעבראכנקייט אז איך האב מיך טועה געווען, און געוואלט נאכגיין א וועג וואס ס'איז נישט.

און אויב איך ערלויב מיך מודה צו זיין אז ס'איז סתם דמיון, קומט ארויף: עס פילט זיך שלעכט, וויאזוי האב איך מיך איינגערעדט אזא ביטערע שטות. סתם געווארן אריינגעשלעפט פון שטות. און מיינען אז א געוויסע מהלך איז דאס און דאס, ווען ס'האט מיך סתם פארדרייט מיין קאפ.

כאטש איך וויל פילן נאר א רוח קדושה, אבער צי בין איך גרייט צו פילן די צעבראכנקייט פאר'ן נאכגיין אזא נארישע שטות? צי בין איך גרייט זיך צו ערלויבן די אמת אז ס'איז סתם געווען א דמיון?

והשם הטוב עוזר ויעזור וישמור אותי מכל מין רוח טומאה, רוח זנונים, רוח מפתים, מכל מין שטות והבל. ולהיות אנגעבינדן אין די קדושה. ורוח קדשך אל תקח ממנו
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

טערעפיסט: וואס טוט זיך?

קליענט: ברוך השי"ת, און השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער

ק: לעצטענס בין איך פארנומען מיט שרעק פון ווייפיי, און איך קלער אז איך שלאף אונטער ווייפיי שטראלן, און עס שטערט מיר. איך טראכט ווי נישט געזונט דאס קען זיין, השם ישמור, און וויאזוי איך קען דערפון אנטלויפן. (מ'דארף טאקע טון דערצו, אבער איך קלער אז ביי מיר איז דא א הונטערליגנדע זאך פון וואס איך אנטלויף)

ט: וואס פונקטליך איז דער סימפאטם?

ק: די פארנומענקייט דערמיט, דאס נישט קענען לאזן גיין.

ט: שטעל דיך פאר אז אפילו דו האסט אזא פחד, מיט דעם אלעם, בארואיגסטו דיך, און דו פילסט אז דו ביסט אין השי"ת הענט, און דו טוסט וואס דו קענסט, און א רואיגקייט באנעמט דיך, אויף אזוי ווייט, אז דו זארגסט דיך מער נישט דערוועגן. אויף וואס ווערסטו באוואוסטזיניגט?

ק: עס קומט ארויף מיין לא יוצלח'דיגקיט. איך פיל מיך אראפגעקוקט. איך פיל אזא ווייניג ווערד

ט: זאג: די איינציגע וועג וויאזוי איך קען אנטלויפן פון זיך פילן אראפגעקוקט און פילן מיין ווייניג ווערד, איז דורך זיין פארנומען מיט ווייפיי.

ק: (זאגט עס)

ט: דער געפיל וואס קומט ארויף אין דיר ווען דו ביסט נישט פארנומען מיט ווייפיי, צי קענסטו געדענקען ווען עס האט זיך אין דיר אנגעהויבן?

ק: ווען איך האב נישט מצליח געווען, אלץ בחור'ל, אזוי ווי יעדעם. זיך זעענדיג די "קאר" וואס פארט שטאט, און דערגרייכט נישט.

ט: זע דיך דעמאלטס, און שטעל דיך פאר אז ס'איז יעצט, און זאג וואס דו פילסט.

ק: איך פיל מיך אנידערגעשלאגן אז איך בין נישט מצליח ווי יעדעם, עס גייט מיר נישט, איך קום נישט אן.

ט: זאג: יא, אוודאי פיל איך אזוי, אוודאי פיל איך מיך אנידערגעשלאגן, און צעבראכן. איך מיין, איך לעב מיט די פאקט.

ק: (זאגט עס)

ט: יעצט, פרוביר אנצוקוקן די מצב מיט א בליק פון "איך בין טאקע נישט מצליח, אבער ווער זאגט אז איך דארף פילן מיין אי הצלחה, אז איך דארף מיך פילן דערנידערט, פארוואס זאל איך נישט פילן דעם אמת אז איך האב אין מיר חשיבות מצד א יוד וכו'". אויף וואס ווערסטו באוואוסטזיניגט?

ק: מ'האט שוין אמאל געמאכט אויף דעם א סעשאן, און עס איז ארויפגעקומען "איך גיי מיך נישט פאררעכטן"

ט: שטעל דיך פאר אז דו ווילסטעך זייער שטארק פאררעכטן, און דו טוסט למעשה, דו נעמסט שריט. קומט עפעס ארויף?

ק: עס איז שוין אמאל ארויפגעקומען. עס קומט ארויף "איך האב פיינט צו טון מיינע פליכטן"

ט: האלט קאפ אויף די 'פיינטשאפט' צו טון דיינע פליכטן. און זאג: איך האב זייער ליב צו טון מיינע פליכטן. וואס קומט ארויף?

ק: מ'פארשטייט מיך נישט. איך פיל מיך נישט באליבט. וואס איז אינטערעסאנט צו טון אויב איך פיל מיך נישט באליבט. עס איז מיר זייער שווער, איך ווייס נישט וויאזוי מ'טוט עס. מ'האט שוין געמאכט סעשאנס אויף דעם, און עס איז ארויפגעקומען אז איך דארף ארבעטן אויף קאנעקשאן.

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איז די סיבה פארוואס איך בין פארנומען מיט די געזונט ארום ווייפיי, איז ווייל איך וויל אפהאלטן פון מיין באוואוסטזיין די געפיל פון מיין אי הצלחה "איך פיל מיך אראפגעקוקט. איך פיל אזא ווייניג ווערד צוליב דעם" אזוי ווי אלץ בחור'ל ווען איך האב מיך געזען נישט דערגרייכן. "איך פיל מיך אנידערגעשלאגן אז איך בין נישט מצליח ווי יעדעם, עס גייט מיר נישט, איך קום נישט אן." און איז די סיבה פאר'ן בלייבן מיט אזא געפיל, ווייל איך בין דערקעגן טון מיינע פליכטן. "איך האב פיינט צו טון מיינע פליכטן". ווייל מ'פארשטייט מיך נישט. איך פיל מיך נישט באליבט. וואס איז אינטערעסאנט צו טון אויב איך פיל מיך נישט באליבט. עס איז מיר זייער שווער, איך ווייס נישט וויאזוי מ'טוט עס. מ'האט שוין געמאכט סעשאנס אויף דעם, און עס איז ארויפגעקומען אז איך דארף ארבעטן אויף קאנעקשאן.

"די איינציגע וועג וויאזוי איך קען אנטלויפן פון זיך פילן אראפגעקוקט און פילן מיין ווייניג ווערד, איז דורך זיין פארנומען מיט ווייפיי."

כאטש זיין פארנומען דערמיט שטערט מיך, אבער צי קען ערלויבן אז עס זאל אריינקומען אין מיין באוואוסטזיין מיין ווייניג ווערד, וכו'

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

די תגובה וואס איך האב געשיקט דא, האט געמיינט דעם ערשטן בלאט, ווייל עס האט אויסגעזען פארטיג און ס'איז דארט דא א פלאץ פאר א תגובה. למעשה האט עס בכלל נישט אויסגעפעלט, און לויט ווי ס'איז אויטאמאטיש געפארן צום סוף האט עס בכלל נישט געמאכט קיין סענס, ממילא האב איך עס אויסגעמעקט.

לאמיר זיך טאקע צו הערן צו וואס די "נשמה" האט צו זאגן. ס'איז זייער וויכטיג און אינטערעסאנט...
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום פרייטאג מארטש 10, 2023 9:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

"טערעפיסט": א גוטן הרב 'קליענט' טייערער.

קליענט: א בעסערן דיך.

ט: וויאזוי גייט אלעס?

ק: אט דער אינערליכער געשלעג האט נאך אלץ נישט עכט נאכגעלאזט. איך קלער אז דא איז דא אדער עפעס א יכולת וואס שלאגט זיך דא.

ט: פון די אלע סעשאנס וואס מיר האבן געמאכט ביז אהער בעזרת השי"ת, האב מיר נאכנישט גערעדט פון יכולת?

ק: נישט גענוג טיף.

ט: לאמיר זיך פארשטעלן אז דו זעסט א מענטש וואס האט אזא אינערליכע געשלעג. און דו קוקסט אריין אין אים, און פרובירסט אויפצוכאפן וואס ער פרובירט צו שאפן. וואס איז עס?

ק: ער פרובירט צו פילן הייליג. דבוק בקדושה. ער פרובירט אז ער זאל זיך נישט פילן אויף א געוויסע וועג. ער ווייסט נישט וויאזוי ער זאל זיך צוריקכאפן. ער פרובירט אז ס'זאל נישט געשען צו אים א געוויסע וועג פון זיך פילן.

ט: אונז האב מיר שוין געמאכט סעשאנס אין דעם ריכטונג. אבער לאמיר דיר נאכאמאל פרעגן: צי קענסטו דיך דערמאנען ווען עס אין דיין לעבן עס איז דיר בייגעפאלן אז "איך מוז עפעס טון אינערליך כדי אנצוהאלטן דער סארט וועג וויאזוי איך פיל מיך"?

ק: אונז האב מיר שוין געשמועסט דערוועגן, אז דאס איז געשען ווען איינער האט מיר געגעבן אזא ווארף אריין א ווארט, א געוויסע מהלך וואס איך זאל טון, מיט וואס איך שלאג מיך דערמיט. ווייל א געוויסע חלק נפש מיינע וויל יענץ לויפן.

ט: שטעל דיך פאר ווי כאילו ס'איז יעצט. ווי כאילו יעצט הערסטו אזא 'ווארט', אדער 'מהלך', און צי קענסטו באמערקן אז דו ווילסט מיט דיינע כוחות אפהאלטן זיך נישט צו פילן אנדערש וויאזוי דו ווילסטעך פילן?

ק: יא.

ט: שטעל דיך פאר ווי פאלגנד. שטעל דיך פאר ווי אנשטאטס זיין פארנומען אז דו ווילסט שאפן מיט דיינע אינערליכע כוחות א כוח וואס זאגט "אזוי וויל איך זיין", זאג "איך געב מיך א דריי אויס צום באשעפער, איך בין א יוד, און מיין נפש גייט סייווי אזוי לויפן לויט דעם. גארנישט גייט עס סייווי נישט טוישן. עס פעלט מיר נישט אויס צו שאפן. ווייל איך האב עס שוין! די מציאות מיינע, גייט מאכן מיין נפש לויפן בקדושה. איך דארף גארנישט טון דערצו. דשאסט איך טראסט אז דאס גייט זיין מיט מיר. איך האב בטחון אז עס גייט זיין גוט. על כל פנים אויף אזא אופן אז איך דארף גארנישט טון אינערליך אז ס'זאל זיך שאפן. עס איז שוין דא, און עס גייט אזוי זיין! אויף וואס ווערסטו באוואוסטזיניגט?

ק: ס'קומט מיך ארויף אסאך זאכן וואס איז שוין ארויפגעקומען אין פאריגע סעשאנס. בעיקר קומט ארויף "פארוואס טו איך נישט צום זאך?" "פארוואס פארברענגט איך צייט?" "פארוואס קום איך אן אזוי ווייניג?"

ט: וויאזוי וואלסטו געזאגט דעם אמת וואס איז יעצט ארויפגעקומען?

ק: אויב איך בין נישט פארנומען צו שאפן "אזוי וויל איך זיין", נאר איך טראסט אז ווייל איך האב מיך אויסגעדרייט צום באשעפער, און ווייל איך זאג איך בין א יוד, וועט מיין נפש סייווי אזוי לויפן דבוק ברוח קדושה" על כל פנים אויף אזא אופן אז איך דארף גארנישט טון אינערליך אז ס'זאל זיך שאפן. ווייל איך טראסט אז עס איז שוין דא, און אז אזוי גייט זיין. ווער איך באוואוסטזיניגט אויף א זאך וואס דרוקט מיר טיף, און עס וואונדערט מיר: "פארוואס טו איך נישט צום זאך?" "פארוואס פארברענגט איך צייט?" "פארוואס קום איך אן אזוי ווייניג?" אדער ווער איך באוואוסטזיניגט אז איך וויל געוואויר ווערן וואו נאך מיין נפש קען לויפן. אדער ווער איך באוואוסטזיניגט אז איך האב מיך נישט מיט וואס צו פראווען. אז אויב אזוי: מיט וואס בין איך א עפעס?

ק: צומאל קומט מיך ארויף א הוי אמינא, אז די סיבה פארוואס איך האב אזא אינערליכע געשלעג קומט ווייל איך פיל מיך צו באגרעניצט. אבער איך קען נישט כאפן וואו איך בין באגרעניצט?

ט: זאג: ב"ה, איך פיל מיך נישט באגרעניצט, איך פיל זייער פריי

ק: איך קען יא פילן ווי עפעס ארום מיין קאפ

ט: האק אויף עס, און ענדיג: דאס איז...

ק: ס'קען זיין אז ס'קומט פון די זעלבע זאך. אז ווייל איך דארף שאפן אזא "אזוי וויל איך זיין" באגרעניץ איך מיך צו נאר געוויסע אופנים.

ק: אבער איך וויל פארשטיין איין זאך. פארוואס ווען איך וויל שאפן "אזוי וויל איך זיין" ווערט שטערקער די כוח נגדי?

ט: שטעל דיך פאר אז ס'ווערט נישט שטערקער

ק: איך פיל מיך עפעס אפגעהאקט. ווען א מענטש פילט אז "איך שאף עפעס". פילט ער אפגעהאקט. און א מענטש וויל נישט פילן אפגעהאקט.

צעטיל

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אויב איך בין נישט פארנומען צו שאפן "אזוי וויל איך זיין", נאר איך טראסט אז ווייל איך האב מיך אויסגעדרייט צום באשעפער, און ווייל איך זאג "איך בין א יוד", וועט מיין נפש סייווי אזוי לויפן דבוק ברוח קדושה" על כל פנים אויף אזא אופן אז איך דארף גארנישט טון אינערליך אז ס'זאל זיך שאפן. ווייל איך טראסט אז עס איז שוין דא, און אז אזוי גייט זיין. ווער איך באוואוסטזיניגט אויף א זאך וואס דרוקט מיר טיף, און עס וואונדערט מיר: "פארוואס טו איך נישט צום זאך?" "פארוואס פארברענגט איך צייט?" "פארוואס קום איך אן אזוי ווייניג?" אדער ווער איך באוואוסטזיניגט אז איך וויל געוואויר ווערן וואו נאך מיין נפש קען לויפן. אדער ווער איך באוואוסטזיניגט אז איך האב מיך נישט מיט וואס צו פראווען. אז אויב אזוי: מיט וואס בין איך א עפעס?

און צי איז דער באגרעניצונג וואס איך פיל, צי קומט עס טאקע פון דעם "אזוי וויל איך זיין", וואס דאס מאכט מיך פילן באגרעניצט. און דאס קומט ווייטער פון די אויבנדערמאנטע אמת

כאטש ווען איך וויל שאפן אזא רוח קדושה, קען ארויפקומען טענות וואס ווילן דאס אפווענדן "ווער זאגט?" ווייל איך וויל נישט פילן אפגעהאקט, אבער איך דארף דאך מיט עפעס אפהאלטן פון מיין באוואוסטזיין די "פארוואס פארברענג איך צייט, וכו'"

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יעצט א תגובה צו די געוואלדיגע "נשמה" באשרייבונגען: עס ברענגט זייער גוט ארויס וויאזוי אן ערליכער טעראפיסט קען העלפן א מענטש וואס מוטשעט זיך, מיט'ן אים מער ארויסברענגען לגבי זיך אליין, און אים געבן די שטארקייט אריינצוקוקן אין פנים צו די שוועריגקייט וואס נעמען אים ארום. אינדערצייט וואס א חלק פון אים וויל נאך אז מ'זאל עס פארווישן און פארלייקענען.

למעשה וואלסטו געקענט אנכאפן א כללות'דיגע נקודה וואס איז נוגע אויך פאר מענטשן וואס זענען נישט גענוג "וואלנעראבל" יעצט צו גיין צו טעראפי, אבער עפעס זענען זיי דאך גרייט צו ארבעטן אויף זיך? איך זע אז דו קענסט דיך אויס מיט נאך מהלכים און איך בין נייגעריג צי דו וואלסט געקענט געבן א מיינונג לגבי איין נקודה וואס דאס "מאכט עס".
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג מארטש 10, 2023 10:08 am
יעצט א תגובה צו די געוואלדיגע "נשמה" באשרייבונגען: עס ברענגט זייער גוט ארויס וויאזוי אן ערליכער טעראפיסט קען העלפן א מענטש וואס מוטשעט זיך, מיט'ן אים מער ארויסברענגען לגבי זיך אליין, און אים געבן די שטארקייט אריינצוקוקן אין פנים צו די שוועריגקייט וואס נעמען אים ארום. אינדערצייט וואס א חלק פון אים וויל נאך אז מ'זאל עס פארווישן און פארלייקענען.

למעשה וואלסטו געקענט אנכאפן א כללות'דיגע נקודה וואס איז נוגע אויך פאר מענטשן וואס זענען נישט גענוג "וואלנעראבל" יעצט צו גיין צו טעראפי, אבער עפעס זענען זיי דאך גרייט צו ארבעטן אויף זיך? איך זע אז דו קענסט דיך אויס מיט נאך מהלכים און איך בין נייגעריג צי דו וואלסט געקענט געבן א מיינונג לגבי איין נקודה וואס דאס "מאכט עס".
ב"ה

1) וויאזוי זעסטו אז איך קען מיך נאך אויס מיט נאך מהלכים? ווייל איך האב אמאל געשריבן דא און דארט פון א מהלך, מיינט דאס נישט אז איך קען מיך אויס דערמיט. און 2) איך קען נישט אנכאפן א כלליות'דיגע נקודה. יעדע מענטש איז א עולם מלא. גיי פארשטיי וואס דארט טוט זיך.

מ'דארף געדענקען נישט צו מזניח זיין אונזערע הייליגע ספרים. און דער אייבערשטער העלפט און זאל ווייטער העלפן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

נשמה האט געשריבן: פרייטאג מארטש 10, 2023 2:08 pm
המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג מארטש 10, 2023 10:08 am
יעצט א תגובה צו די געוואלדיגע "נשמה" באשרייבונגען: עס ברענגט זייער גוט ארויס וויאזוי אן ערליכער טעראפיסט קען העלפן א מענטש וואס מוטשעט זיך, מיט'ן אים מער ארויסברענגען לגבי זיך אליין, און אים געבן די שטארקייט אריינצוקוקן אין פנים צו די שוועריגקייט וואס נעמען אים ארום. אינדערצייט וואס א חלק פון אים וויל נאך אז מ'זאל עס פארווישן און פארלייקענען.

למעשה וואלסטו געקענט אנכאפן א כללות'דיגע נקודה וואס איז נוגע אויך פאר מענטשן וואס זענען נישט גענוג "וואלנעראבל" יעצט צו גיין צו טעראפי, אבער עפעס זענען זיי דאך גרייט צו ארבעטן אויף זיך? איך זע אז דו קענסט דיך אויס מיט נאך מהלכים און איך בין נייגעריג צי דו וואלסט געקענט געבן א מיינונג לגבי איין נקודה וואס דאס "מאכט עס".
ב"ה

1) וויאזוי זעסטו אז איך קען מיך נאך אויס מיט נאך מהלכים? ווייל איך האב אמאל געשריבן דא און דארט פון א מהלך, מיינט דאס נישט אז איך קען מיך אויס דערמיט. און 2) איך קען נישט אנכאפן א כלליות'דיגע נקודה. יעדע מענטש איז א עולם מלא. גיי פארשטיי וואס דארט טוט זיך.

מ'דארף געדענקען נישט צו מזניח זיין אונזערע הייליגע ספרים. און דער אייבערשטער העלפט און זאל ווייטער העלפן.
ביי ר' שרגא'ס אשכול האסטו געשריבן עפעס וועגן די מגילה, און ס'האט אויסגעזען ווי דו האסט א ידיעה אין ר' שרגא'ס מהלך. איך האב גראדע געעפענט א נייעם אשכול אין ליכט פון יענע תגובה דיינע (viewtopic.php?t=61138), און איך וואלט די איינגעלאדנט ארויסצוהעלפן דארט אויך.

דו שרייבסט אז:
"יעדע מענטש איז אן עולם מלא, גיי פארשטיי וואס דארט טוט זיך!"
זייער גוט, יעדע מענטש איז אן עולם מלא, און ממילא גיי פארשטיי וואס דארט טוט זיך.

דו שרייבסט אז:
"מ'דארף געדענקען נישט צו מזניח זיין אונזערע הייליגע ספרים. און דער אייבערשטער העלפט און זאל ווייטער העלפן."
איך וואלט זייער הנאה געהאט אויב דו קענסט ארויסברענגען עפעס א נקודה'לע וואס דו זעסט אין די ספרים, און אויסשמועסן וויאזוי דאס קען בעז"ה העלפן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג מארטש 10, 2023 2:14 pm
נשמה האט געשריבן: פרייטאג מארטש 10, 2023 2:08 pm
המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג מארטש 10, 2023 10:08 am
יעצט א תגובה צו די געוואלדיגע "נשמה" באשרייבונגען: עס ברענגט זייער גוט ארויס וויאזוי אן ערליכער טעראפיסט קען העלפן א מענטש וואס מוטשעט זיך, מיט'ן אים מער ארויסברענגען לגבי זיך אליין, און אים געבן די שטארקייט אריינצוקוקן אין פנים צו די שוועריגקייט וואס נעמען אים ארום. אינדערצייט וואס א חלק פון אים וויל נאך אז מ'זאל עס פארווישן און פארלייקענען.

למעשה וואלסטו געקענט אנכאפן א כללות'דיגע נקודה וואס איז נוגע אויך פאר מענטשן וואס זענען נישט גענוג "וואלנעראבל" יעצט צו גיין צו טעראפי, אבער עפעס זענען זיי דאך גרייט צו ארבעטן אויף זיך? איך זע אז דו קענסט דיך אויס מיט נאך מהלכים און איך בין נייגעריג צי דו וואלסט געקענט געבן א מיינונג לגבי איין נקודה וואס דאס "מאכט עס".
ב"ה

1) וויאזוי זעסטו אז איך קען מיך נאך אויס מיט נאך מהלכים? ווייל איך האב אמאל געשריבן דא און דארט פון א מהלך, מיינט דאס נישט אז איך קען מיך אויס דערמיט. און 2) איך קען נישט אנכאפן א כלליות'דיגע נקודה. יעדע מענטש איז א עולם מלא. גיי פארשטיי וואס דארט טוט זיך.

מ'דארף געדענקען נישט צו מזניח זיין אונזערע הייליגע ספרים. און דער אייבערשטער העלפט און זאל ווייטער העלפן.
ביי ר' שרגא'ס אשכול האסטו געשריבן עפעס וועגן די מגילה, און ס'האט אויסגעזען ווי דו האסט א ידיעה אין ר' שרגא'ס מהלך. איך האב גראדע געעפענט א נייעם אשכול אין ליכט פון יענע תגובה דיינע (viewtopic.php?t=61138), און איך וואלט די איינגעלאדנט ארויסצוהעלפן דארט אויך.

דו שרייבסט אז:
"יעדע מענטש איז אן עולם מלא, גיי פארשטיי וואס דארט טוט זיך!"
זייער גוט, יעדע מענטש איז אן עולם מלא, און ממילא גיי פארשטיי וואס דארט טוט זיך.

דו שרייבסט אז:
"מ'דארף געדענקען נישט צו מזניח זיין אונזערע הייליגע ספרים. און דער אייבערשטער העלפט און זאל ווייטער העלפן."
איך וואלט זייער הנאה געהאט אויב דו קענסט ארויסברענגען עפעס א נקודה'לע וואס דו זעסט אין די ספרים, און אויסשמועסן וויאזוי דאס קען בעז"ה העלפן.
ב"ה

יעדער מענטש איז אזוי אנדערש, אז ס'דא מענטשן וואס קיינער האט נאכנישט גערעדט צו זיי. לפי שורש נשמתם האט נאך קיינער נישט גערעדט צו זיי. חוץ פון אונזערע הייליגע ספרים וואס איז געמאכט פאר יעדעם. איז דא חסידישע ספרים וואס גייט לויט די שורש נשמה פון א מענטש. סאו, וויאזוי קען איך זאגן איין נקודה'לע וואס זאל העלפן אלץ א כללית'דיגע זאך?

והשם הטוב עוזר יעזור
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

עס איז זיכער יא דא א נקודה'לע וואס רעדט צו יעדן, צו איינעם מער און צו איינעם ווייניגער.
און לאמיר טאקע פרובירן צו פארשטיין די מענטשן צו וועמען "לפי שורש נשמתם" האט נאך קיינער נישט גערעדט צו זיי. אפשר וועסטו טרעפן עפעס א נקודה'לע וואס וועט יא רעדן צו זיי?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א רגע נאך יעצט פארגעס איך עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג מארטש 10, 2023 3:25 pm
עס איז זיכער יא דא א נקודה'לע וואס רעדט צו יעדן, צו איינעם מער און צו איינעם ווייניגער.
און לאמיר טאקע פרובירן צו פארשטיין די מענטשן צו וועמען "לפי שורש נשמתם" האט נאך קיינער נישט גערעדט צו זיי. אפשר וועסטו טרעפן עפעס א נקודה'לע וואס וועט יא רעדן צו זיי?
ב"ה

וויפיל ערלויבן די היינטיגע אדער אמאליגע פוסקים צו ליינען זייערע ווערק? קען מען דען פארשטיין אויב מ'ליינט נישט וואס זיי שרייבן?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”