רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

סיפורי צדיקים האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב איך האב עס שוין אמאל געשריבן, אז מ'קוקט אויף די מציבה פון ראפשיצער רב זי"ע זעהט מען א שפאלט אינמיטן די מציבה, האב איך געהערט פון איינען די מעשה ואוס ליגט אונטער דעם שפאלט וואס ער האט עס געהערט פון ר' מענדל רייכבערג, ווי באקאנט (און אזוי שטייט אויף די מציבה) האט די ראפשיצע רב אליין געשריבן די נוסח המציבה איז ווען ר' מענדל האט איבערגעבויעט דעם אהל האט ער געמאכט א פרישע מציבה און ער האט ארויפגעלייגט די זעלבע נוסח וואס איז געווען פארדעם נאר ער האט צוגעלייגט איין שורה 'הרב הצדיק המפורסם' שפעטער איז געווארן א שפאלט אין די מציבה אויף דעם שורה, ויהי לפלא

פלא.
וויאזוי קען זיין אז אויפן זעלבע מציבה וואו ס'שטייט אז דער הייליגער ראפשיצער רב האט נישט געלאזט לייגן נאך טיטלען זאל מען עובר זיין אויף זיין צוואה?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אין די עשר'לעך (איבער 100 יאר צוריק) שטייט דער נוסח המציבה מיט די ווערטער "הרב הקדוש המפורסם" גענוי אזוי ווי היינט
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

א"כ חוזרני בי, איך האב נאר נאכדעזאגט וואס יענער האט מיר פארציילט
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

און אויב די קענסט ביטע לייגט אהער א בילד פון די אלטע מציבה ווי ס'שטייט אויך הרב הקדוש המפורסם
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

שוין געהערט מפליא זיין דעם נוסח "ויתר מכן כו' כי כן נצטוינו מפיו". דער נוסח איז ווען מ'שרייבט נישט קיין שום ערנסטע שבחים, אבער דא האט מען דאך געשריבן גאהר גרויס. ותיק"ו
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

מצבה בילד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

איז דא ערגעץ א גוטע "פולע" בילד פון די מצבה פון ראפשיצער רב זצל???
אויף בלאט איינס איז דא א בילד ס''איז אבער אפגעהאקט.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 12996
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

rsz_img_02975.jpg
rsz_img_02975.jpg (140.04 KiB) געזען 2295 מאל
דביה תחדי נפשא
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

נכד השל"ה הקדוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בספר "עשר קדושות" (פיעטרקוב תרס"ו עמ' 19) מובא שהרה"ק ר' צבי מזידיטשויב אמר להרה"ק מראפשיץ "אייער זיידע דער של"ה הקדוש איז ביי אונז א אפטער גאסט".
האם יש עוד מקורות קדומים על כך שהרה"ק מראפשיץ היה נכד השל"ה הק'?
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

נחוניא האט געשריבן:בספר "עשר קדושות" (פיעטרקוב תרס"ו עמ' 19) מובא שהרה"ק ר' צבי מזידיטשויב אמר להרה"ק מראפשיץ "אייער זיידע דער של"ה הקדוש איז ביי אונז א אפטער גאסט".
האם יש עוד מקורות קדומים על כך שהרה"ק מראפשיץ היה נכד השל"ה הק'?

איני מבין,
האם אינו 'די מוסכם ומפורסם' שאמו של הרה"ק מראפשיץ היתה בת הגאון ר' איציקל האמבורגער, שהי' בא"ב להשל"ה הקדוש? איזה מקור כבודו מחפש?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ידיעות שונות האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:בספר "עשר קדושות" (פיעטרקוב תרס"ו עמ' 19) מובא שהרה"ק ר' צבי מזידיטשויב אמר להרה"ק מראפשיץ "אייער זיידע דער של"ה הקדוש איז ביי אונז א אפטער גאסט".
האם יש עוד מקורות קדומים על כך שהרה"ק מראפשיץ היה נכד השל"ה הק'?

איני מבין,
האם אינו 'די מוסכם ומפורסם' שאמו של הרה"ק מראפשיץ היתה בת הגאון ר' איציקל האמבורגער, שהי' בא"ב להשל"ה הקדוש? איזה מקור כבודו מחפש?

זה בכלל לא מוסכם ומפורסם, וכבר הלכו בזה נמושות ואין בזה דבר ברור כלל וכלל.
אם אכן יש מקור מוסמך שהרה"ק מראפשיץ היה נכד השל"ה הק', אז בהחלט יתכן שזה יכול להיות דרך בא"ב של זקינו רבי איציק'ל האמבורגער, ויכול להיות שזה באחד משאר הדרכים.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נחוניא האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:בספר "עשר קדושות" (פיעטרקוב תרס"ו עמ' 19) מובא שהרה"ק ר' צבי מזידיטשויב אמר להרה"ק מראפשיץ "אייער זיידע דער של"ה הקדוש איז ביי אונז א אפטער גאסט".
האם יש עוד מקורות קדומים על כך שהרה"ק מראפשיץ היה נכד השל"ה הק'?

איני מבין,
האם אינו 'די מוסכם ומפורסם' שאמו של הרה"ק מראפשיץ היתה בת הגאון ר' איציקל האמבורגער, שהי' בא"ב להשל"ה הקדוש? איזה מקור כבודו מחפש?

זה בכלל לא מוסכם ומפורסם, וכבר הלכו בזה נמושות ואין בזה דבר ברור כלל וכלל.
אם אכן יש מקור מוסמך שהרה"ק מראפשיץ היה נכד השל"ה הק', אז בהחלט יתכן שזה יכול להיות דרך בא"ב של זקינו רבי איציק'ל האמבורגער, ויכול להיות שזה באחד משאר הדרכים.


דא ווערט געברענגט די בילד מיט די יחוס פון ר' איציקל האמבורגער ביזן של"ה.

וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
העלאו
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

בני יששכר האט געשריבן:ווען דער ראפשיצער רב האט גענימען ר' אשר'ל פאר א חתן האט ער נישט געפרעגט קודם פון דעם רבין פון לובלין
האט אים דער רבי פון לובלין געפרעגט היתכן האסט מיך גארנישט געפרעגט
נאכדעם ווען דער רבי פון לובלין האט געזעהן ר' אשר'ל
האט ער זיך אנגעריפן
חכם עדיף מנביא
זי"ע

די מעשה גייט די הייליגע חוזה האט געזאגט חכם עדיף מנביא האסט זיך אויסגעקליבן א פיינע קרבן פסח
און ר' אשרל זי''ע איז נפטר געווארן ערב פסח
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

ציון קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

פלא שהנסיעות לציונו הקדוש בכל שנה ביומא דהילולא לא הווה לפי רום ערכו
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 12996
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

היינט נאכט פאלט די יומדה"ק זאל זיין גרויסע זכות מגין זיין אויף גאנץ עלל ישראל להיפקד בדבר ישועה ורחמים

חמרא טבא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:דער בארנובער רב אן אייניקל פונעם הייליגן ראפשיצער רב האט געזאגט א רמז כו״ס איז נוטריקון ספירת כו די יארצייט פונעם ראפשיצער רב וזשאה״כ כוס ישועות אשא
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לקראת ההילולא קדישא
היינט נאכט

זי''ע ועכי''א זאל ער זיך באמיהען אויבן אין הימל פאר גאנץ כלל ישראל מיט ישועות רפואות בכללית ובפרטית ס'זאל שוין זיין לעכטיגע טעג, גוטע טעג פאר כלל ישראל מיט ביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן כן יהי רצון
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

Re: רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכטונג אכטונג »

צו שיקן א קוויטל צום ציון היינט דורך א שליח מיוחד מטעם חצר הקודש שענדישוב
אטעטשמענטס
Ad Ropshitz Kvitel 5780 Final.jpg
Ad Ropshitz Kvitel 5780 Final.jpg (446.47 KiB) געזען 1670 מאל
למען ידעו
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2020 6:31 pm

Re: רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למען ידעו »

[align=center]וזרח השמש[/align]הרה"ק רבי נפתלי צבי האראוויץ זי"ע, באקאנט אלץ דער הייליגער ראפשיצער רב, איז געבוירן צו זיין פאטער הרה"ק ר' מנחם מענדל רובין זי"ע, אבדק"ק לינסק, און צו זיין מוטער הרבנית הצדיקת ביילא, טאכטער פון הרה"ק ר' יצחק הלוי איש-האראוויץ, (פון וועם דער ראפשיצער רב האט אגב גענומען די נאמען הוראוויץ) מער באקאנט אלס ר' איציקל האמבורגער זי"ע, וואס איז געווען א בן אחר בן פונעם של"ה הק', הרה"ק ר' משולם יששכר הלוי איש-האראוויץ זצוק"ל.

עס איז ביים הייליגער ראפשיצער רב מקוים געווארן דאס וואס די גמרא דרשנ'ט און מסכת קידושין (עב:), "שאין צדיק נפטר מן העולם עד שנברא צדיק כמותו שנאמר וזרח השמש ובא השמש", ווען גענוי דער זעלבער טאג, וואס עס איז געווען ובא השמש מיט די הסתלקות פונעם אור שבעת הימים דער הייליגער בעש"ט, אום ו' סיון שנת תק"כ, איז געווען וזרח השמש, ווען עס איז געקומען אויף דער וועלט דער הייליגער ראפשיצער רב, וולכער האט אויפגעלאכטן די וועלט מיט א הייליגער אור, און איז געבליבן לייכטן פאר די פאלגענדע זיבן און זעכציג יאר ביז צו זיין פטירה אום י"א אייר תקפ"ז לפ"ק.


[align=center]רבותיו[/align]
ווערענדיג אלט דרייצען יאר האט אים זיין טאטע גענומען לייגן תפילין ביי הרה"ק ר' מיכל'ע זלאטשעבער זי"ע, ( יש אומרים צום הייליגן ר' ר' אלימלך זי"ע), אויף וואס דער הייליגער ראפשיצער רב האט זיך דערנאך אויסגעדריקט, אז ער האט מיר ביים מקשר זיין די הייליגע תפילין, מקשר געווען צו עולומות גבוהות, צו גאר הויכע וועלטן פון וועלכע מען קען זיך נישט אפרייסן.

דער ראפשיצער רב האט גלערענט תורה ביי זיין גרויסן זיידן הרה"ק ר' איציקל האמבורגער זי"ע, ווי אויך ביי זיין פעטער הגאון הגדול רבי משולם איגרא זצ"ל (חתן זקינו הרה"ק ר' איציקל האמבורגער זי"ע) אינאיינעם מיט הגאון רבי מרדכי בנעט, והגאון ר' יעקב מליסא, בעל חוו"ד והנתיבות, ווי ער האט מסיים געווען עטליכע מאל ש"ס.

ווערענדיג אלט זעכצען יאר, איז דער הייליגער ראפשיצער רב געפארן קיין ליזענסק וועלענדיג זיך מדבק און מתחמם זיין לאורו הגדול פונעם הייליגן רבי רבי אלימלך זי"ע, אבער זייענדיג א יחסן, אן אייניקל הרה"ק ר' איציקל האמבורגער, דער דעמאלטס'דיגער גדול הדור און ראש פון די וועד ארבע ארצות, האט אים דער הייליגער ר' ר' אלימלך וועלכער האט ווי באקאנט נישט מקרב געווען קיין מיוחסים, אים אויך נישט געוואלט מקבל זיין.

הערענדיג דאס, האט דער ראפשיצער רב זיך געווארפן אויף דער ערד ווייענדיג, און זיך געבעטן ביים הייליגן ר' ר' אלימלך ער זאל אים מקבל זיין, שרייענדיג, וואס בין איך שולדיג אז איך בין געבוירן ביי די טאכטער פון ר' איציקל האבמורעגער !, זעהענדיג ווי שטארק און אמת'דיג ער מיינט עס, האט דעם דער הייליגער ר' ר' אלימלך טאקע מקבל געווען.

דער ר' ר' אלימלך האט אים דערנאך גאר שטארק מקרב געווען און ארויסגעוויזן א חיבה יתירה, אין ער איז ווירקליך געווארן פון פון די גאר נאנטע תלמידים ביים הייליגן ר' ר' אלימלך, עד כדי כך אז דער הייליגער קאזניצער מגיד, האט אמאל לאחר פטירתו פונעם ר' ר' אלימלך געזאגט, אז דער הייליגער ר' ר' אלימלך קומט יעדע נאכט און חלום צו זיין תלמיד ר' נפתלי, ווי ער לערענט מיט אים אונעם ספר הק' נועם אלימלך, ווי אויך האט דער הייליגער ר' ר' אלימלך זעלבסט זיך אמאל אויסגעדריקט אז דער ראפשיצער רב האט גילו אלי' ווען אימער ער וויל נאר.

לאחר פטירתו פונעם הייליגן ר' ר' אלימלך אום כ"א אדר שנת תקמ"ו, איז דער ראפשיצער רב געפארן צו צוויי הונדרעט און פופציג צדיקים כמנין עשה לך רב, אריינגערעכנט, הרה"ק ר' מענדעלע מרימנוב זי"ע, דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע, ווי אויך איז ער געפארן צום הייליגן חוזה מלובלין און וועם ער איז געבליבן דבוק און מקבל געווען אלס רבו מובהק.


[align=center]פרק האיש מקדש[/align]כשהיגע לפרקו האט ער חתונה געהאט, אבער נאך די חתונה זעהענדיג ווי די רעביצן פירט זיך נישט אזוי כהוגן ווי עס פאסט פאר אזא קדוש ווי דער הייליגער ראפשיצער רב, האט ער עפ"י הוראת הרה"ק ר' מעכעלע זלאטשעבער איר געגעבן א גט פטורין.

וויילענדיג דארט ביים הייליגן זלאטשבער מגיד און ביהמ"ד א שטיק צייט, איז ער אמאל אריין צו ר' מעכעלע, זאגענדיג דער רבי האט מיר צוגעזאגט א איך איך גיי טרעפן מיין זיוויג און איך בין בטוח אז אזוי גייט זיין, אבער די רבי זאל מיר זאגן אויב עס וועט נאך זיין פאר די שבעים שנה, אויף וואס רבי מיכל'ע האט גענטפערט, וואס קען מען טון, עס איז נישט דא וואס צו טון, אין דוחין נפש מפני נפש, מען מוז ווארטן.

עס איז דורך א שטיק צייט און עס איז געקומען א שליח צו רבי' מענדעלע לינסקער, מיט א פארשלאג אז אין די שטאט דוקלא איז דא איד וועלכער האט א טאכטער וואס איז ליידער געווארן אן אלמנה, און אפשר וואלט דאס געווען א פאסיגער שידוך פאר זיין רבי נפתלי צבי, וועלעכער ווארט אויף זיין ריכטיגע זיוויג.

הערענדיג דאס האט רבי מענדעלע זיך אנגערופן צו זיין רעבעצין, הערסט נאר אן השגה פון א איד א בעל בית, ער וויל זיך משדך זיין מיט לינסקער רב ! אויף וואס די רעביצן האט גענטפערט, אויב האט ער אזאנע השגות איז א סימן אז די שידוך איז באשערט, און הרה"ק מראפשיץ איז דאן ווירקליך געקומען בקישור החיתון עם הרבנית הצדיקת רבקה בת ר' צבי הירש גולדהאמער ז"ל מעיר דוקלא.


[align=center]ראפשיצער רב[/align]אויפן ראט פון הרה"ק ר' מענדעלע מרימנוב זי"ע, האט ער אנגענומען די רבנות בעיר ראפשיץ יצ"ו און מערב גאליציע, ווי ער האט געדינט אלס רב לאנגע יארן, און טראצדעם וואס ער האט און די שטעפערע יארן געדינט אלס רב און נאך עטליכע שטעט און קהילות, האט אבער די שטאט ראפשיץ געהאט די זכי' אז מען זאל רופן דעם צדיק אויף איר נאמען, נעמליך, ראפשיצער רב.

מיט די פטירה פון זיין פאטער כ"ב תשרי תקס"ד, האט ער באקומען די רבנות און שטאט לינסק ווי זיין פאטער האט געדינט אלס רב ביז דאן, באזונדער האט דער הייליגער זרע קודש געדינט אלס רב און א רייע שטעט אריינגערעכנט סטריזוב, סאניק, ועוד.

מיט די פטירה פון רבו הק', החוזה מלובלין זי"ע, תשעה באב שנת תקע"ה, האט דער ראפשיצער רב זיך אנגעהויבן פירן באדמורו"ת, און זייענעדיג פון די גרויסע תלמידים פונעם הייליגן חוזה, האבן רוב תלמידים פונעם חוזה פון די מדינות גאליצע אין אונגארן דאן אנגעהויבן פארן צו אים, זעהענדיג אים אלס פאסיגער ממלא מקומו פון זייער גרויסן רבי'ן.

צעווישן זיינע תלמידים ציילט זיך גאר גרויסע צדיקים פון יענעם דור, א שטייגער ווי דער הייליגער דברי חיים זי"ע, וועלכער איז געווען דבוק אינעם הייליגער רב, ווי ער פלעגט אים צו רופן, ווי אויך הרה"ק ר' שלום מקאמינקא זי"ע, ועוד צדיקים וקדושים וועכער האבן זיך געווארמעט לאורו הגדול וועלכער האט זיי געהאלפן שטייגן בתורה ויראה בקדושה וטהרה.



[align=center]יחיד בדורו בחכמת אלוקים[/align]ווי באקאנט פלעגט דער היייליגער ראפשיצער רב אפט זאגן ווערטלעך פון וואס די ארומיגע האבן פיין געשמייכלט, בפרט ווען עס געקומען משמח זיין חתן כלה ווי ער פלעגט אפט דינען אלס בדחן, אבער צדיקים האבן מעיד געווען אז דאס זענען נישט געווען קיין סתם ווערטלעך נאר עס ליגט דערין גאר גרויסע זאכן און יחודים גבוהים.

ווי ער זעלבסט פלעגט זאגן, נישטא קיין קרומערע זאך ווי א גלייך ווערטל, איי איך זאג דאך כסדר ווערטליך, זאג איך אייך אז איך האב נאך און מיין לעבן קיין גלייך ווערטל נישט געזאגט, א ראי' וועט עטס האבן, אויב בעת יצאת נשמה וועל איך זאגן א ווערטל איז סימנא מילתא אז אלע מיינע וועטליך זענען געווען ענינים גבוהים.

וכך הווה, בעת יציאת נשמה האט ער אויסגערופן, יעדער זאל ארויסגיין פון שטוב ווייל די נשמה שעמט זיך ארויסצוגיין ווען יעדער איז דא, און מען האט דאן געזעהן אז די אלע ווערטלעך זענען ווירקליך געווען הויכע ענינים.

זייענדיג שטארק ממעט בדיבור סוף ימיו, האט אים אמאל בנו הרה"ק ר' אברהם חיים לינסקער זי"ע געזאגט, איך ווייס אז דער טאטע קען יא רעדן נאר ער וויל נישט רעדן, זאג מיר פארוואס די ווילסט נישט רעדן, אויף וואס דער ראפשיצער רב האט גענטפערט, מיום עמדי על דעתי האב איך נישט ארויס גערעדט א ווארט אן מכוון זיין א יחוד, יעצט אבער, דער מח איז שוואכער, וויל איך ענדערש נישט רעדן ווי צו רעדן אהן יחודים.

און ווי עס זאגט טאקע עדות די מציבה על ציונו הק', יחיד בדורו בחכמת אלוקים, וועלכער ער זעלבסט האט געהייסן שרייבן, ווי עס לויטעט די נאכפעלגענדע שורה אויף די מציבה, וביתר שבחים אין לנו רשות כי כן צוה לו מפיו.

און ווי זיין גרויסער תלמיד דער הייליגער דברי חיים זי"ע, האט געגעבן צו פארשטיין די זעלטענער טיטל, אז כידוע איז די דרך פון צדיקים ווען זיי רעדן, אפי' צומאל זעהט עס אויס ווי דברים של מה בכך, ליגן דערין העכערע כוונות און יחודים וואס נישט יעדער פארשטייט, דעריבער צומאל וועט דער צדיק ענדיגן דעם שמועס נאך אינמיטן רעדן, ווייל די יחודים און כוונות האבן זיך דא גענדיגט, און צומאל איז עס גאר פארקערט, אז אפי' נאכן ענדיגן א שמועס וועלן זיי ווייטער ממשיך זיין, טראץ וואס צומאל קוקט דאס אויס פאר די ארומיגע ווי מען פארשטייט נישט וואס ער רעדט, אבער דער הייליגער רב, ווי דער צאנזער רב פלעגט אים רופן, ווייסט גענוי וויאזוי מכוון צו זיין אז די ביידע, די דיבורים גשמים מיט די כוונות זאל גיין ביינאזאם, און דאס איז די באדייט פון יחיד בדורו בחכמת אלוקים.


[align=center]מצות סוכה[/align]א באזונדערע געהויבענע עבודה האט דער ראפשיצער רב געהאט ווען עס איז געקומען צו מצות סוכה, ער פלעגט יעדן טאג לערנען מסכת סוכה, באזונדער פלעגט ער יעדן טאג טון עפעס פאר די סוכה, אמאל אריינגעקלאפט א נאגל און די סוכה און צומאל עפעס אנדערש, ווי אויך פלעגט ער יעדן שמועס דרייען און שמועסן אונעם ריכטונג אז מען איז אנגעקומען צו רעדן כאטש עפעס איבער די מצות סוכה, צדיקים האבן מעיד געווען אז זיין הייליגע נשמה איז שורשו ממצות סוכה.


[align=center]ובא השמש[/align]סוף ימיו ווען ער איז געווארן נישט געזונט ל"ע, האבן די קינדער געוואלט ברענגן א דאקטאר אבער דער ראפשיצער רב האט נישט געלאזט, ביז בנו הרה"ק ר' אליעזר'ל דזיקוב'ער זי"ע האט פארגעשלאגן פארן טאטן, אז אין די שטאט לאנצוט איז דא א גרויסער דאקטאר און מען זאל פארן צו אים, ווען דער ראפשיצער רב האט דאס געהערט האט ער געזאגט, אז ער ווייסט אז ער דארף אנקומען אויף לאנצוט און ער האט מסכים געווען צו גיין, אנקומענדיג אהין איז די מצב ערגער געווארן ביז ער איז אריין און א מצב פון גסיסיה וועלכער איז אנגעגאנגן פאר גאנצע דריי טעג.

די גרויסע תלמידים, דער הייליגער דברי חיים מיט ר' שלום קאמינקער, נישט קענענדיג צוקוקן די אומגעהוירע יסורים וואס זייער גרויסער רבי ליידט, זענען אריין אין ביהמ"ד עפענדיג דעם ארון קודש און געזאגט, רבונו של עולם, אויב די האלטס אויף דעם צדיק אויף דעם עולם צוליב אונז, ווייל מיר ברויכן א רבי'ן, זאגן מיר אז מיר זענען מוחל א רבי'ן, האלט אים מער נישט צוריק וועגן אונז ! דאן זענען זיי צוריק צום ראפשיצער רב און אנגעהויבן זאגן פסוקי יחוד, אבער וואס זיי האבן געזאגט האט דער ראפשיצער רב געשאקלט מיטן קאפ אויף ניין, ווי צו זאגן אז ער איז נישט צופרידן, ביז עס איז אנגעקומען דער הייליגער בני יששכר און האט אנגעהויבן זאגן די פסוקי השירה אויף וואס ער האט געשאקלט מיטן קאפ ווי צו זאגן אז אויף דעם האט ער געווארט.

אנקומענדיג ביים סוף פונעם שירה, ביי די ווערטער ד' ימלוך לעולם ועד יצא נשמתו הטהורה לחיי העולם הבא, אום י"א אייר שנת תקפ"ז לפ"ק. זיעועכי"א

דער ראפשצער איז געקומען לקבורה דארט און לאנצוט, ווי מען האט געבויעט אן אוהל על ציונו הק', און עד היום גייען הונדערטער אידן וואס געפונען זיך און די אומגעגענט דורכאויס די יאר, ארויף על ציונו הק' און פועל'ן אלעס גוטס.

אינטערסאנט צוצולייגן, ווי באקאנט איז דער ראפשיצער רב געווען א ברייטער מענטש, און האט מעיד געווען דאס אז ער איז ברייט פון צרות ישרא' און נישט פון גשמיות חלילה, והא ראי' האט ער געזאגט, אז ווען עס וועט זיין שווערע צייטן פאר אידן וועט זיך זיין קבר הייבן פון צרות ישרא', עס האבן ווירקליך מעיד געווען אידן, תושבי לאנצוט, אז ביי די צווייטע וועלט קריג ווען עס זענען ליידער געווען שרעקליכע צייטן פאר אידישע קינדער, האט זיך דער ציון הק' טאקע געהויבן, און מען האט געקענט זעהן מיט די פליישיגע אויגן ווי שטארק דער צדיק האט זיך מצער געווען בצרתן של אחרים.


[align=center]בניו וממלא מקומו[/align]דער ראפשיצער רב האט איבער געלאזט פיר קינדער, איין טאכטער און דריי זון, עס איז נישט קלאר די גענויע סדר פון די קינדער , אבער אנגענומען ביי אסאך איז, אז די טאכטער הרבנית רייצא, אשת חבר פון הרה"ק ר' אשר'ל ראפשיצער זי"ע, ממלא מקומו פון חותנו הגדול הרה"ק מראפשיץ, איז געווען די עלצטע, דערנאך איז געווען הרה"ק ר' יעקב ממעליץ זי"ע, אחיו הרה"ק ר' אברהם חיים לינסקער זצ"ל, און דערנאך הרה"ק ר' אליעזר'ל דזיקובער זי"ע.


[align=center]ספריו הקדושים[/align]דער הייליגער ראפשיצער רב האט איבערגעלאזט הייליגע ספרים על התורה ועל המועדים, אריינגערעכנט דער הייליגער ספר זרע קודש וואס על שמו רופן אסאך אן דעם צדיק אלס דער זרע קודש, ווי אויך די ספר אילה שלוחה על התורה.

[align=center]זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן[/align]
אטעטשמענטס
ראפשיץ.pdf
(124.73 KiB) געווארן דאונלאודעד 91 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין די הייליגע ראפשיצער רב זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 12996
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

חמרא טבא האט געשריבן:היינט נאכט פאלט די יומדה"ק זאל זיין גרויסע זכות מגין זיין אויף גאנץ עלל ישראל להיפקד בדבר ישועה ורחמים

חמרא טבא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:דער בארנובער רב אן אייניקל פונעם הייליגן ראפשיצער רב האט געזאגט א רמז כו״ס איז נוטריקון ספירת כו די יארצייט פונעם ראפשיצער רב וזשאה״כ כוס ישועות אשא

זי"ע ועכי"א
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט נאכט די הילולא קדישא פין די הייליגע ראפשיצער רב זי"ע ועכי"א

זכותו הגדול יגן עלינו
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

וואס איז דער ערשטע מקור אז די הייליגע ראפשיצער רב איז געבוירן שבועות תק"כ אין טאג פין די הסתלקת פינ'ם בעל שם הק' זי"ע ??
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22670
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

עס איז בכלל נישט קיין דבר מוסכם.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
געלט גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט גייער »

סטיטשינער האט געשריבן:עס איז בכלל נישט קיין דבר מוסכם.

ס'שטייט אזוי אונעם תולדות פונען ספר זרע קודש, ס'מיז זיין אז ס'האט א מקור.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

דער ערשטע בילד איז דער בריוו פון דער צאנזער רב משנת תרכ"ט, און דער צווייטע איז א הערה פון דער מדפיס ספר סמא דחיי, איז באקאנט עפעס פרטים איבער דער וואגען ?

jpg_1103389-10_0010_A.jpg
jpg_1103389-10_0010_A.jpg (54.31 KiB) געזען 817 מאל

jpg_1103389-10_0010_B.jpg
jpg_1103389-10_0010_B.jpg (52.73 KiB) געזען 817 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4094
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט נאכט די הילולא קדישא פין די הייליגע ראפשיצער רב זי"ע ועכי"א
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”