הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

די ברודער'ס פון רבי ר' אלימלך איז ווי פאלגענד :

רבי ר' זושא זצוק"ל ער איז געווען עלטער פון רבי ר' אלימלך

רבי נתן אב"ד סטיטשין ומנו"כ באוהל אחיו רבי ר' אלימלך

רבי אברהם מקעניגסבורג ( רופא )
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

הייליגע טאטע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 6:45 pm
ווייסט איינער אויב ר' יעקב קאפל מליקעווע האט געהאט עפעס מיט ר' ר' אלימלך זי"ע?
זיין איידעם רבי ישראל אלבוים איז געווען א אייניקל פון רבי יעקב קאפל מליקעווע
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

גערעכט האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 11:55 am
די ברודער'ס פון רבי ר' אלימלך איז ווי פאלגענד :

רבי ר' זושא זצוק"ל ער איז געווען עלטער פון רבי ר' אלימלך

רבי נתן אב"ד סטיטשין ומנו"כ באוהל אחיו רבי ר' אלימלך

רבי אברהם מקעניגסבורג ( רופא ) פון דא איז די גרעסטע ראי' אז רבי ר' אלימלך און רבי ר' זושא זענען געווען ברודער'ס פון איין טאטע אויך אנדערש וואס געוויסע ווילן זאגן אז זיי זענען נאר געווען ברודער'ס פון איין מאמע און רבי ר' זושא'ס טאטע האט געהייסן רבי אברהם
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8351
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

גערעכט האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 11:55 am
די ברודער'ס פון רבי ר' אלימלך איז ווי פאלגענד :

רבי ר' זושא זצוק"ל ער איז געווען עלטער פון רבי ר' אלימלך

רבי נתן אב"ד סטיטשין ומנו"כ באוהל אחיו רבי ר' אלימלך

רבי אברהם מקעניגסבורג ( רופא ) פון דא איז די גרעסטע ראי' אז רבי ר' אלימלך און רבי ר' זושא זענען געווען ברודער'ס פון איין טאטע אויך אנדערש וואס געוויסע ווילן זאגן אז זיי זענען נאר געווען ברודער'ס פון איין מאמע און רבי ר' זושא'ס טאטע האט געהייסן רבי אברהם
אז מען וויל דרייען קען מען דאך זאגן אז ער איז געבוירן נאך זיין טאטנס פטירה וכו'
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3566
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

טודרוס האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 6:42 am
א שיינע (אבער אינטערסאנטע) חלום פון אן'ערל.
דא האט איר אן העתק פון דער ר"ר מיילך'ס פאטער'ס נוסח מצבה, נפטר י"א אדר נישט ח' אלול אין זיין פאטער'ס נאמען איז געווען ר' משה נישט ישראל. האמיר יעצט דריי גרסאות וויאזוי האט געהייסן דער זיידע פונ'ם ר"ר מיילך, אברהם ישראל אדער משה...

(הגם מען קען אפשר קוועטשען: א) ער שרייבט נישט קלאר אז זיי ליג'ן אין טיטשין גופא, לדבריו האבן זיי געוואוינט "סמוך להעיר", באליגרוד איז בערך 100 ק"מ פון טיטשין, ב) אינ'ם באליגרוד'ער ביה"ח געפינט זיך א מצבה פון ר' ישראל ב"ר יעקב - ווארשיינליך דער פאטער פון דער חשוב'ער אידן ר' אליעזר ליפמן מיט ר' אהרן - וואס איז אוועק ט"ז אדר... ג) דער לשון "והשאר נמחק" פאסט צו זאגן אויף א כתב יד נישט א מצבה, קען זיין דער מו"ל איז שוין א מעתיק כלי שני...)
האסט נישט פארשטאנען וואס זיי זאגן,
רבי אלימלך
בן ר' אלעזר
בן ר' אליעזר
בן ר' ישראל

און לויט דעם וואס ר' נתן איז געווען אב"ד סטיטשין, איז ער געווען אב"ד במקום מגירת אבותיו
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

בקונטרס ברכה שלמה כתב
רבי ר' אלימלך היה דר במשך זמן בטיטשין והבית שהוא ( רבי שלמה לייב מטיטשין ) היה דר בו עד שנת תרס"ז היה אומר שמקובל בידו ששם התפלל רבי ר' אלימלך !
ושאומרים הזקנים בטיטשין שקבלה יש בידם שיש שם רחוב אחד שהבטיח רבי ר' אלימלך שלא ישלוט בה אש התבערה כשיהיה שריפה בעיר ח"ו וכן ראו עין בעין כמה פעמים
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

רבי יצחק לאנדא יליד טיטשין משב"ק מהר"א מבעלזא כתב בספרו בקודש פנימה : בעירנו טיטשין דר בשנים קדמוניות הרה"ק רבי אליעזר ליפא ז"ל אביו של הרבי ר' אלימלך, טיטשין היה גם עיר מולדתו של הרבי ר' אלימלך כפי שהיה מקובל במסורת מדור לדור אצל בני העיר, רבי אליעזר ליפא וכן זוגתו הרבנית אמו של הרבי ר' אלימלך נטמנו בבית החיים שם.
אבני חן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2016 7:26 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבני חן »

אבני חן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 07, 2018 3:21 pm
שלום וברכה, לאחרונה גיליתי מסמך בכתב ידו של סבי, ר' משולם זושא רוזנבלט ז"ל מירושלים, המפרט את ייחוס משפחתו להר"ר אלימלך,
אשמח מאד אם מישהו יוכל לומר לחוות דעתו על הפרטים בייחוס זה.

וזה לשון האיגרת
"אדוני אבי הרב החסיד וכו' מוהר"ר שמואל נח ז"ל בן להרב החסיד וכו' מוהר"ר פנחס ז"ל. ובן להאשה הצדקת מרת מיריל ז"ל בת להרצה"צ וכו' מוהר"ר משולם זישא זצ"ל בן [בנו (במקור נוסף מעל השורה)] להרב החסיד רבי אליעזר ליפא זצוק"ל בן לרבינו איש אלקים קדוש מרן ר' אלימלך זצוקללה"ה בעמ"ח הספר הקדוש בשם "נועם אלימלך".
ובת לאשה הצדקת וכו' מרת חנה ז"ל בת הרב הצדיק רבי אלעזר מליזענסק בן לרבינו הקדוש בעל נועם אלימלך זיע"א."

כתוב פה שהוא היה נכד של הר"ר אלימלך מצד בנו הרה"ק ר' אלעזר ומצד בנו הר"ר אליעזר ליפא,
מישהו מכיר פרטים אלו?
יישר כח גדול.
??
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

לחיים צום יארצייט פונעם רבן של ישראל די הייליגע רבי ר' אלימלך זי"ע !!
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

אמר הרה"ק מצאנז זי"ע כי צריך לומר " הרבי ר' " אלימלך והאומר ר' אלימלך סתם ולא רבי ר' אלימלך יתבעו אותו בעולם העליון על כך ! ואמר כי הרה"ק רבי ר' אלימלך היה הרבי של הרבי'ס בהפצת שלשה עמודי תבל, תורה תפילה וחסד

ועוד אמר הרה"ק מצאנז : כי הבעל שם טוב והרבי ר' אלימלך הכינו אוצרות יראת שמים עבור בני ישראל עד ביאת משיח צדקינו

הרה"ק מאפטא : השמים בליזענסק מזוככים מתפילותיו של רבי ר' אלימלך !

מהר"ש מבעלזא : מה שיהודי עשה תשובה, ומה שיהודי עושה תשובה, ומה שיהודי יעשה תשובה, הכל מכוחו של הרבי ר' אלימלך !

מהר"ש מבעלזא אמר פעם : הכרתי יהודי שהכיר את אמו של הרבי ר' אלימלך ולולא זאת לא הייתי מאמין שהרבי ר' אלימלך היה ילוד אשה !
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

גערעכט האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 7:59 pm
לחיים צום יארצייט פונעם רבן של ישראל די הייליגע רבי ר' אלימלך זי"ע !!
לחיים טובים ולשלו' זי''ע
ער זאל זיין א מליץ יושר פאר גאנץ כלל ישראל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

הרב הקדוש המפורסם רבן של ישראל רבי ר' אלימלך ב"ר אליעזר ליפמאן זי"ע, (ווייסבלום)
בעל הנועם אלימלך מליזענסק, די ברידער פון הרה"ק משולם זושא מאניפולי זי"ע,
הנקרא "האחים הקדושים".
איז געבוירן געווארן אין שטאט טיקטין, בשנת תע"ז,
צו זיין הייליגען טאטן הרה"ק רבי אלעזר ליפמאן זי"ע.
און צו זיין מאמע הצדקת מרת מיריש ע"ה.

פארציילט מען אז די מאמע האט נישט געוויסט ווי אזוי צו דאווענען פון א סידור,
נאר א ברכה האט זי געקענט מאכן, אבער ווי זי האט געמאכט די ברכה יעדן טאג האט די שכינה דארט געריעט די גאנצע טאג.

אמאל איז געקומען א גרופע ארימעלייט צו די שטאט ווי די טאטע רבי אליעזר ליפמאן האט געוואוינט און קיינער האט די אידן נישט געוואלט אריינעמען ווייל זיי זענען געווען זייער שמיציג.
אבער די מאמע פונעם רבין האט זיי אריין גענומען מיט מסירות נפש.

האט איין ארימאן אנגעווינטשען
"יהי רצון שתלדי בנים כמוני"
אין נאך פאר די מאמע האט געקענט ענטפערן אמן זענען די ארימעלייט נעלם געווארן,
און פון די ברכה זענען געבוירן געווארן די צוויי הייליגע ברידער,
רבי זושא מאניפאלי זי"ע,
ורבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.

הרה"ק מהר"ש מבעלזא זי"ע, האט געזאגט אז ער האט געקענט א איד וואס האט נאך געזעהן די מאמע פונעם הייליגען רבי אלימלך, און ווען נישט דאס וואלט ער נישט געקענט גלייבן אז רבי אלימלך איז געווען א יליד אשה, אזוי גרויס איז געווען די קדושה פונעם הייליגען רבי אלימלך זי"ע.

הרה"ק מרוזין זי"ע, האט געזאגט אז 400 יאר פאר דער הייליגער רבי אלימלך איז אראפגעקומען אויף די וועלט איז שוין אראפ געקומען השפעות אויף די וועלט אין זיין זכות און פאר דורו דורות נאך דעם אויך.

ער איז געווען א איש אלקים קדוש, זיין חסידות און פרישות איז געווען עד אין לשער,
זיין עבודת השם איז געווען מיט מסירת נפש ממש, ער האט זיך זיין גאנצע לעבן מסגף געווען מיט יסורים קשים ומרים,
א גרויס חלק פין זיין לעבן האט ער עוסק געווען אין תעניתים און סגופים, ער פלעגט זיך טובל'ן אין גאר קאלטע וואסער, און געמאכט טעגליך גלגול שלג.

עס איז באקאנט אז ער האט אלעס אין זיין לעבן נאר געטון בלתי לה' לבדו, אפילו ווען ער האט גע'פועל'ט ישועות פאר כלל ישראל פלעגט ער זאגן אז ער טוט דאס נאר צו מקדש זיין שם שמים בעולם, און זיין גאנצע עבודה איז געווען נאר פארן אייבערשטן'ס כבוד וועגן.
נאך פון אלס יונג קינד האט ער שוין עוסק געווען בהתמדה גדולה בנגלה ובנסתר, ער איז כמעט נישט געשלאפן ביינאכט נאר זיך מסגף געווען און מקדש ומטהר געווען מיט די תורה.

פאר ער איז נתגלה געווארן איז ער פאר 8 יאר געגאנגען גלות ליידען צוזאמען מיט זיין הייליגע ברידער הרה"ק ר' זושא מאניפאלי זי"ע.
און די 8 יאר האבן זיי צוזאמען עוסק געווען צו מחזיר בתשובה זיין פארקראכענע נשמות.
די 8 יאר האבן זיי ביידע געליטען אסאך יסורים קשים און ממתיק געווען אסאך דינים און צרות פון אידישע קינדער.
אויך פארציילט מען אז דורך די יארן פון גלות ליידען האבן זיי מקדש ומטהר געווען אסאך פלעצער און מתקן געווען פארווארפענע נשמות.

הרה"ק ר' אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע, איז איינמאל דורך אינעם שטאט דעברעצין אויף א גאס, און געזאגט אז ער שפירט א געוואלדיגע קדושה אויף דעם גאס ווייל די צוויי הייליגע ברידערס רבי אלימלך און רבי זושא זי"ע זענען דא דורך בשעת'ן גלות ליידען.

איינמאל זענען די צוויי ברידער געגאנגען גלות ליידן און זיי זענען אנגעקומען אין א שענק הויז און זיי האבן זיך געלייגט ביים אויווען זיך צו ווארעמען.
זענען אנגעקומען א באנדע גוים און זיך אנגעטרינקען און ווען זיי זענען געווען שיכור האבן זיי געכאפט דעם ר' זושא און אנגעהויבן טאנצען מיט אים,
נאך אפאר מינוט האבן זיי אים אפ געלאזט, אבער נאך א שטיק צייט האבן זיי אים נאכאמאל גענומען און ווייטער געטאנצען,
און נאכאמאל אפ געלאזט,
האט ר' זושא געזאגט פארן ברידער לאמיר זיך טוישן פלאץ אזוי ווען זיי קומען נאכאמאל זאלן זיי דיך נעמען ווייל איך האב שוין נישט קיין כח, די ברידער האט מסכים געווען.

אבער ווען די חברה זענען נאכאמאל געקומען האט איינע פון זיי געזאגט מען האט שוין גענוג געטאנצען מיט דעם לאמיר נעמען דעם אנדערן, האבן זיי נאכאמאל גענומען ר' זושא.
האט רבי אלימלך געזאגט זושא מיין ברידער "אין חכמה ואין תבונה נגד ה'" אויב דער באשעפער וויל, קען מען גארנישט טון.

נאך די פטירה פון זיין טאטן איז ער געגאנגען וואוינען אין שטאט שינובה אין פולין.
ער האט חתונה געהאט בזיווג ראשון מיט די טאכטער פון הרה"ק רבי אהרן רוקח זי"ע,
און בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הרה"ק רבי יעקב מרגליות זי"ע, און דאן איז ער אריבער וואוינען אין שטאט רובנו אין אוקראינה.

זיין ברידער האט אים מקרב געווען צו זיין רבו מובהק הרה"ק רבי דוב בער המגיד ממעזריטש זי"ע.

נאך די פטירה פונעם הייליגען מגיד ממעזרישט זי"ע, האט ער אנגעהויבען מיט די תנועת החסידות אין שטאט ליזענסק.
מען האט אים גערופען "די רבי פון אלע רבי'ס", דארט אין ליזענסק איז ער געווארן מפורסם אלס א געוואלדיגע קדוש און בעל רוח הקודש,
אויך איז ער געווען א גרויסע פועל ישועות און א בעל מופת עצום, עס איז דא מעשיות אין די הונדערטער ווי מענטשן זענען געהאלפן געווארן מיט זיינע עצות און הדרכה למעלה מדרך הטבע.
לעצט פארראכטן דורך גערעכט אום דינסטאג מארטש 14, 2023 1:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

המשך

עס איז באקאנט אז פאר די פטירה האט ער סומך געווען זיינע הייליגע הענט אויף זיינע תלמידים, און פאר די פיר גרויסע תלמידים האט ער איבער געגעבן זיינע כוחות,
הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע, האט באקומען זיינע הייליגע אויגן,
הרה"ק המגיד מקוזניץ זי"ע, האט באקומען זיין הייליגע הארץ,
הרה"ק רבי מענדל מרימנוב זי"ע, האט באקומען זיין כוח הנשמה שבמוחו,
הרה"ק מאפטא זי"ע, האט באקומען זיין גרויסע כח פון זיין הייליגע מויל.

ער האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל נישט אנטון א זאך וואס קען זיין חוקות הגוי.
און הונדערטער און טויזענטער אידן האבן זיך מדבק געווען אין אים זעענדיג זיין גדלות און קדושה און דורך דעם נענטער געווארן צום גרויסן באשעפער.
ער האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין צדקה וחסד,
און געהאט א געוואלדיגע הערצה פאר הכנסת כלה.

ער האט יעדן טאג פארטיילט זיין גאנצע געלט פאר צדקה אן איבערלאזען ביי זיך אפילו איין מטבע, און אויב האט ער נישט געקענט איינשלאפן האט ער געבעטן אז מען זאל ארום זיכען אויב עס איז נישט געבליבען קיין געלט אין שטוב ווייל דאס האלט אים אפ פון קענען איינשלאפן.

די צוויי אחים הקדושים האבן געהאט חילוקי דעות לגבי די אייניקלעך, דער הייליגער רבי אלימלך האט געבעטן אז די אייניקלעך זאלן זיין עניים,
און דער הייליגער רבי זושא האט געבעטן אז זיינע אייניקלעך זאלן האבן געלט און פרנסה ברווח.
און די הייליגער רבי אלימלך האט צו געזאגט אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.

ער פלעגט זאגן אז פון אנפאנג נאכט ביז חצות איז נישט דא קיין עליה פאר די תורה און תפילה און דערפאר האט ער גלייך נאך מעריב נישט גערעדט קיין איבעריג ווארט נאר זיך געגאנגען לייגן, אבער ווען ער פלעגט אויפשטיין ביי חצות פלעגט ער זאגן "אוי עס איז א שאד אז איך האב פארברענגט די טייערע צייט מיט שלאפן",
דאן האט ער אפגעראכטן תיקון חצות, און דאן האט ער זיך מסגף געווען מיט גרויסע יסורים און תעניתים.
ער פלעגט אבער זאגן פאר די תלמידים זיך נישט צו מסגף זיין אדער מאכן תעניתים ווייל די היינטיגע דורות זענען שוואכער און עס וועט שטערן פאר עבודת השם.

מען פארציילט אז איינמאל האט ער זיך אפגעברענט זיינע הייליגע הענט און געזאגט אז דאס האט ער געטון ווייל ער האט זיך דערמאנט אז אלס קליין קינד האט ער בטעות איינמאל גורם געווען צער פאר זיין מאמע.
ער האט אסאך גזירות און צרות פארמיטן פאר כלל ישראל דאן אין אויך ביז היינט דורך זייו עבודת התפילה.

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער.
בנו, הרה"ק רבי אלעזר מליזענסק זי"ע
בנו, הרה"ק רבי אליעזר ליפא מחמלניק, בעל אורח לצדיק זי"ע,
בנו, הרה"ק רבי יעקב ממוגלניצא זי"ע,
בתו, מרת אסתר עטיל ע"ה, אשת הרה"ק ר' ישראל לייב אלבוים זי"ע,
בתו, מרת מיריש ע"ה, אשת הרה"ק ר' משה אליה אלוויץ זי"ע.

ער האט מחבר געווען,
ספר נועם אלימלך על התורה,
ליקוטי שושנה,
צעטיל קטן, און הנהגות האדם.

מען פארציילט אז ביי די צווייטע וועלט מלחמה ווען די דייטשן ימ"ש זענען אריין געקומען אין ליזענסק האבן די גוים פונעם שטאט געזאגט אז די אידן האבן זיכער באהאלטן גרויסע אוצרות דארט ביים ציון פון דעם הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, ווייל זיי פלעגן זעהן טויזענטער אידן קומען יעדעס יאר ביים יארצייט און אויך בכלל אין מיטן יאר.
די דייטשן ימ"ש האבן ליידער געצווינגען אפאר אידן זאלן אויפגראבן דעם קבר כדי ארויס צו נעמען די אוצרות,

ווי באוואונדערט זענען די אידן געווארן ווען מען האט געטראפן דעם הייליגען גוף גאנץ כאילו מען האט אים יעצט באערדיגט, און די בארד איז נאך געווען אזוי ווי בחייו וואס כידוע האט דער צדיק וקדוש קיינמאל נישט צו גערירט צו דיקנא קדישא.

עס איז נאך געווען אידן נאך די מלחמה וואס האבן געוויסט צו דערציילן פון עדות וואס זענען דארט געווען בשעת מעשה און געזען די מחזה פונעם צדיק זי"ע.

נסתלק לגנזי מרומים כ"א אדר תקמ"ז.
ומנוחתו כבוד איז אין שטאט ליזענסק אין פולין,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

צדיקים האבן געזאגט אז מען טאר נישט אריינגיין אין א שטוב וואס דארט איז נישט דא די הייליגע ספר נועם אלימלך.

הרה"ק בעל תפארת שלמה זי"ע, האט אסאך עוסק געווען צו פארעכטן די ציון פונעם הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,
ער האט מפרסם געווען דאס גדלות פונעם הייליגען רבי ר׳ אלימלך.

ער פלעגט יעדעס יאר פארן צום יארצייט און אפילו ער איז געווען א כהן איז ער געווען סמוך ונראה צום ציון.
איין יאר ווען די תפארת שלמה זי"ע, איז געפארן צום יארצייט איז ער דורך געפארן די שטאט קראקא און ער איז אריין צו הגה"ק רבי שמעון סופר זי"ע, האט אים רבי שמעון געפרעגט דא אין קראקא ליגען דאך אזוי פיל גרויסע צדיקים, פארוואס ברויכסטו פארן צום רבי אלימלך ביז ליזענסק.

האט דער תפארת שלמה געזאגט אז די אלע צדיקים האבן נישט אזוי ווייט קיין שייכות מיט אונז אויפן עולם הזה, אבער רבי אלימלך מליז'נסק זי"ע,
זיצט איינגעהילט אין טלית און תפילין און הערט זיך צו צי יעדן בקשה אויף די וועלט און פוילט פאר אונז אלע.

דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע פלעגט יעדעס יאר מאכן א סעודה ביים יארצייט,
איין יאר האט ער געמאכט א גרויסע סעודה און געזאגט אז די רבי ר' אלימלך איז דא מיט אונז און ער האט געבענטשט דעם גאנצן עולם אינעם זכות פונעם רבי ר' אלימלך, און מען פארציילט אז יעדער וואס איז דארט געווען איז געהאלפן געווארן מיט ישועות און רפואת.

הרה"ק מאפטא זי"ע, וואס איז געווען פון די הייליגע תלמידים פונעם הייליגען רבי אלימלך, האט געזאגט אז די ליפט אין ליזענסק איז געווארן אויסגעלאטערט פון די הייליגע תפילות פון הרה"ק רבי אלימלך, אפילו פאר יארן נאכדעם.
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע האט פארציילט אז הרה"ק רבי אלימלך זי"ע איז געשטאנען מוצאי יו"כ ביי מעריב ביי סלח לנו כי חטאני און געטראכט,
ער האלט דאך יעצט נאך די תפילות פון יו"כ ווי אזוי קען זיין אז ער האט שוין חטאים,
אבער נאכן דורך טראכטן האט ער געזעהן אז ער האט 300 עבירות, האט רבי יענקעלע געזאגט אז די שווער רבי איציקל זי"ע, האט געזאגט הלוואי זאל איך האבן די 300 עבירות פון רבי אלימלך זי"ע.

ווי באקאנט האט זיך דער הייליגער רבי אלימלך זי"ע, מוראדיג מסגף געווען ער פלעג זיך אריין לייגען צווישן די ווערים אז זיי זאלן אים בייסן, און אויך פלעגט ער זיך פארברענען די הענט, איז געווען איינמאל וואס ער האט אריינגעלייגט די הענט אין פייער און עס האט אים נישט אפגעבריעט, האט ער געשריגען מיילעך די ביסט אזא גרויסע בעל עבירה אז אפילו די פייער אנטלויפט פון דיר.

דער הייליגער רבי אלימלך זי"ע, איז איינמאל פאר געזונט געגאנגען אין מרחץ, איז דארט געווען א איד וואס איז געקומען פון א ווייטע שטאט אין אונגארין, און איז אויך געווען אונעם מרחץ און דער איד האט נישט געקענט דעם רבין, האט אים די רבי געפרעגט פאר וואס ער איז יעצט דא, האט דער איד געזאגט אז ער איז געקומען צום הייליגען רבי ר' אלימלך, האט די רבי אים געפרעגט אפילו דארט אין אונגארין איז א עולם השקר אז מען זאגט אויף דעם רבין אז ער איז א צדיק וקדוש, האט דער איד אים אנגעהויבען באזידלען און געשריגען אזוי רעדטסטו אויפן צדיק הדור די שעמסט דיך נישט!
שפעטער איז דער איד אריין צום רבין און געזעהן וועמען ער האט אזוי באזידעלט אונעם מרחץ האט ער נישט געוויסט וואס צו טון מיט זיך, האט אים די רבי געזאגט דארפסט דיך נישט זארגען אונז האבן ביידע גערעדט דעם אמת.

הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע האט געהאט חשק ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל,
נאר וויבאלד מען האט אים געזאגט אז מען קען נאר גיין דורכן וואסער, האט ער געזאגט עס שטייט און די גמרא אז "יורדי הים כיחידים דמו" און ער וויל נישט זיין אליינס אפילו אויף א רגע.

הרה"ק רבי דוד'ל לעלובער זי"ע איז געווען ביי רבי אלימלך זי"ע, און ער האט געשפירט א מוראדיגע חלישות הלב,
האט ער געזיכט עפעס צו עסן און ער האט געטראפען א געבראטען קאטשקע,
אבער נאכן עסן האט ער זיך געשעמט אז ער האט געגעסן דאס קאטשקעלע, האט ער זיך באהאלטן אז די רבי זאל אים נישט טרעפן, אבער דער הייליגער צדיק האט אים גלייך געטראפן צופרי און אים צוגעשיקט צום עמוד, און משום זיין חלישות הדעת האט ער געדאווענט מיט א געוואלדיגע התלהבות, נאכן דאווענען האט דער הייליגער רבי אלימלך געזאגט "אוי האט דער קאטשקעלע געשריגען ביים דאווענען".

פארציילט מען א איד א תלמיד חכם איז נסתלק געווארן בימיו פונעם הייליגע רבי אלימלך מליזענסק זי"ע און שבת קודש האט ער געהאט מנוחה,
אבער ווען עס איז געקומען מוצאי שבת האט מען אים געוואלט צוריק טראגען אין גיהנום, האט ער געטאנעט אז דער הייליגער רבי אלימלך פירט נאך שלש סעודות פארוואס יאגט מען זיך אזוי.
האט מען אים געפרעגט וואס האסטו מיט רבי אלימלך,
האט ער געזאגט אז ער האט קיינמאל נישט גערעדט אויפן צדיק,
און מען האט אים טאקע געלאזט מנוחה ביז ווען דער הייליגער צדיק האט גענדיגט שלש סעודות.

ווען דער הייליגע רבי רבי אלימלך מליזענסק זי"ע איז געגאנגען גלות ליידן און ער איז דורך א שטוב וואס איז ארויס געקומען דערפון א ליכטיקייט.
אין דעם שטוב האט געוואוינט הרה"ק רבי משה מפשעווארסק זי"ע, עס איז געווען נאך חצות ביינאכט, האט ער אריין געקלאפט און געפרעגט אויב ער האט עפעס צו עסן,
האט רבי משה מפשעווארסק זי"ע אים געגעבן.
האט ער געפרעגט אויב ער האט ווי ער קען שלאפן, האט ער אים געגעבן זיין בעט.

און רבי רבי אלימלך האט זיך געלייגט שלאפן, ווען רבי משה האט געטראכט אז די גאסט שלאפט שוין האט ער זיך געשטעלט זאגן תהילים.
און די הייליגע רבי אלימלך איז געקומען און זיך געשטעלט נעבן רבי משה.

האט אים רבי משה געבעטן רבי אלימלך אז ער זאל צוריק צי גיין שלאפן און אזוי איז געשען דריי מאל,
ביז רבי משה האט אים אנגעשריגן פארוואס ער גייט נישט שלאפן.

האט זיך רבי ר׳ אלימלך זי״ע אנגערופן ״ווי אזוי קען איך גיין שלאפן, ווען איר הייבט אן זאגן תהילים זעה איך ווי דוד המלך ע"ה שטייט נעבן אייך״.
האט זיך רבי משה זי״ע אנגערופען "די ביסט מיילעך?״.
און פון דארט זענען די צוויי צדיקים געווארן זייער נאנט.
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

ווי באקאנט האט דער הייליגער רבי ר׳ אלימלך אסאך געליטן פון די מתנגדים, איז איינמאל געווען אז א מתנגד האט אים אראפ געלאזט א פאטש, גלייך האט זיך די רבי געשטעלט דאווענען אז דאס זאל ח"ו נישט שאטן פארן איד.

הרה"ק רבי איציקל זי"ע האט פארציילט אז נאכן פטירה פונעם רבין האט זיך דער הייליגער קאשניצער מגיד זי"ע צעשמייכעלט, און ער האט געזאגט אז רבי ר׳ אלימלך איז ארויף געקומען אויפן עולם האמת האט מען אים געפרעגט אויב ער האט געדאווענט אדער געלערנט אדער געדינט דעם באשעפער האט ער אויף אלעם גענטפערט ניין, ווייל ער האט באמת נישט געהאלטן אז ער האט געדינט דעם באשעפער פון גרויס ענווה.
און ער האט זיך אנגערופען אז ער ברויך גיין אין גיהנום, אבער פארשטייט זיך אז מען האט אים אריין געטראגען אין גן עדן, האט זיך די רבי אלימלך זי"ע, אנגערופען קוקט ווי גוט דער הייליגער באשעפער איז אפילו אין גיהנום איז אזוי געשמאק, און דערפאר האט ער זיך דער קאשניצער מגיד צעשמייכעלט.

איינמאל ביי שלש סעודות האט דער הייליגער רבי אלימלך געזאגט, אז פאר משיח וועט קומען וועט זיין חבלי משיח וואס וועט שפירען ווי א שטריק איז אויסגעצויגן און עס ווארפט זיך אין עס וועט זיין זייער שווער זיך צו האלטן ביי די אמונה, אבער די סגולה וועט זיין אז מען פארציילן מעשיות פון צדיקים.

איז געווען א פרוי וואס איז געווען יארן לאנג א עגונה וואס די מאן איז נעלם געווארן, האט זי געהאט א משרת וואס האט אויך געארבעט ביים הייליגען רבי אלימלך זי"ע, האט די משרת געזאגט פאר די פרוי אז ביים רבין קען מען געהאלפן ווערן,
איז די פרוי אריבער צום רבין און געבעטן אז ער זאל איר העלפן, האט די רבי געשריבען א בריוו און געהייסן אז זי זאל גיין אין וואלד ביי א הייזקע און איבער געבן דעם בריוו און זי וועט געהאלפן ווערן.

איז די פרוי אריבער צום הייזקע און דארט געטראפן א באנדע שלעכטע מזיקים, זי האט דעם בריוו איבער געגעבן און עס איז געווארן א ויכוח צווישן זיי אויב מען דארף אויספאלגען וואס דער רבי וויל, האט זיך אנגערופן די ראש פון די גרופע עס לוינט זיך נישט צו פארטשעפענען מיטן רבי ר׳ אלימלך, און גלייך האבן זיי ארויס געברענגט דעם מאן, און די פרוי איז געהאלפן געווארן.
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

אין די צייטן פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך האט אין שטאט ליזענסק געוואוינט א מלמד תשב"ר וואס האט אויך געהייסן אלימלך, ווען ער האט געדארפט חתונה מאכן א טאכטער,
האט איהם זיין ווייב געזאגט טי וואס אלע טוהן, פאר ארום נאך געלט, האט ער אנגעהויבן ארום פארן, אין די נאנטע שטעטלעך האט מען איהם נאך געקענט און מ'האט איהם געגעבן כפי ערכו.

אבער ווי ווייטער ער איז געפארן האט מען זיך טועה געווען אז דאס איז דער גרויסער רבי ר' אלימלך, און וויפיל ער האט פראובירט טענה'ען אז ער איז נאר א מלמד תשב"ר האט מען דאס אנגענומען ווי ענוה,
און מ'איז געקומען אין די מאסן מיט גרויסע פדיונות און קוויטלעך.

דער איד זעהענדיג אז ער האט סייווי נישט קיין ברירה דער עולם גלייבט נישט אז ער איז נישט רבי ר' אלימלך, האט ער זיך גענומען טיילן הבטחות אויף רעכטס און לינקס, און אין א קורצע תקופה איז ער אהיים געקומען מיט אסאך געלט,
און איז גלייך אריבער צום רבי'ן ר' אלימלך ווייל ער האט איהם געוואלט געבן האלב פון די פדיונות, נאכן מאכן די געלט אויף זיין נאמען.

ווי נאר ער טרעט אריין אין צימער, זאגט אים רבי ר' אלימלך, אויף ביז יעצט האב איך געדעקט כדי עס זאל נישט ארויס קומען קיין חילול ה',
אז מ'וועט מיינען אז איך האב צוגעזאגט און ס'איז נישט מקויים געווארן, אבער פון יעצט אין ווייטער, זאלסט מער אזאנס נישט טוהן.

איינמאל איז געקומען הרה"ק רבי דוד'ל לעלובער זי"ע,
האט אים רבי אלימלך געפרעגט ווער איז דאס ערגסטע איד אין לעלוב, האט דער רבי דוד'ל געזאגט אז דער אפטייקער אין שטאט היט נישט קיין שבת.
האט אים די רבי ארויסגעשיקט און נישט געוואלט מקבל זיין אלס תלמיד.
ווען רבי דוד'ל האט זיך איבער געטראכט איז ער אריין געקומען צום רבין און געזאגט אז יעצט ווען איך בין ביים רבין איז דער אפטייקער די ערגסטע איד, אבער ווען איך בין דארט בין איך די נידעריגסטע איד, דאן האט אים די רבי אנגענומען אלס תלמיד.

דער הייליגער רבי אלימלך האט געזאגט אז פארוואס קומט מען צו מיילעך פאר ברכות און פאר ישועות, נאר מיילעך איז דאך גרויסע בעל עבירה און ער האט מכריע געווען די גאנצע וועלט לכף חובה, און מען קומט צו אים מען זאל אים מעורר זיין צו תשובה, און דורך דעם וועט מען געהאלפן ווערן מיט ישועות.

מען פארציילט אז דער הייליגער רבי אלימלך האט 21 יאר געפאסט משבת לשבת,
און געזאגט אז די ערשטע 7 יאר האט ער געפאסט זיך משלים צו זיין, די צווייטע 7 יאר איז געווען משלים צו זיין דאס גאנצע דור, און די לעצטע 7 יאר איז משלים צו זיין עד ביאת המשיח.

איינמאל איז א גוי אריין געקומען צום הייליגען רבי אלימלך זי"ע, און געפרעגט אויב ער דארף א פיש אויף שבת, דער הייליגער צדיק האט נישט געקוקט נאר געווינקען אז ער זאל אריינגיין צו די קאך צו די רעבעצין און פרעגן, האט די רעבעצין געזאגט איך ברויך נישט ווייל איך האב שוין פיש פאר שבת קודש,
ארויס גייענדיג האט דער גוי א פרעג געטאן דעם רבין און אויף מלוה מלכה האט שוין די רבי פיש, האט דער צדיק אויף געהויבען זיינע הייליגע אויגען און געזאגט אה די ביסט דאס, עס איז געווען דוד המלך ע"ה.
האט די רבי געזאגט איך בין מבטיח אז מיינע קינדער און אייניקלעך וועלן פראווען גרויסע מלוה מלכה'ס, און דוד המלך ע"ה האט צו געזאגט אז מען וועט ביי די מלוה מלכה קענען פויעלען.

איינמאל איז הרה"ק מבאבוב זי"ע אריין זעהן ווי אזוי די תלמידים פירן מלוה מלכה,
איז געווען יענע וואך די יארצייט כ"א אדר פון הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, האט א בחור זיך אנגערופען הלוואי זאל די רבי פארציילן א מעשה פונעם רבי אלימלך, האט הרה"ק מבאבוב זי"ע געזאגט "אויב מ'זעהט היינט א חסידישע יוד מיט בארד און פיאות, איז דאס א "מעשה" פונעם רבי ר' אלימלך זי"ע.

הרה"ק רבי מענדל מרימנוב זי"ע, האט געזאגט אז גיין אויפן ציון פון רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, איז א סגולה צו נתעורר ווערן צו תשובה, און ווער עס גייט אויפן ציון וועט נישט שטארבן אן קיין תשובה,
און אויך הרה"ק רבי מאיר מפרמישלאן זי"ע האט געזאגט אז ווער עס וויל האבן יראת שמים באמת זאל גיין מתפלל זיין צום ציון פונעם רבי אלימלך זי"ע.

איינמאל האט מען געפרעגט די טאכטער הצדקת מרת מיריש ע"ה אויב מען קען נאך נאכן פטירה פינעם טאטן פויעלען ישועות ביים ציון, האט זי געזאגט "אז די טאטע האט געקענט אין די שיך, קען ער אין די זאקען אוודאי".

הרה"ק רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע, האט יעדן שבת קודש מקפיד געווען צו לערנען די הייליגע ספר נועם אלימלך,
און ער האט דאס געלערנט מיטן די לשון אן צולייגען קיין פירוש, און ער פלעגט זאגן אז די עצם לערנען דעם הייליגען ספר איז מזכך די נשמה.
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

גערעכט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 14, 2023 1:24 am


זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אמן אמן.

הערליך אראפגעשריבן.
מסתופף בצל צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2020 5:45 am

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתופף בצל צדיקים »

.
אטעטשמענטס
Screenshot (81).png
Screenshot (81).png (181.32 KiB) געזען 1111 מאל
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

נכדי רבי ר' אלימלך !

א אייניקל פונעם צדיק רבי ר' אלימלך איז אלטץ געווען א שטארקע חשיבות ביי אלע צדיקי הדור, די הייליגער ראפשיצער פלעגט זאגן אז ווען משיח וועט קומען וועט די ערשטע שאלה זיין צו מ'האט מקרב געווען די אייניקלעך פונעם רבי ר' אלימלך ! די דברי חיים פלעגט אלטץ נאכזאגן די הייליגע ווערטער און צוגעלייגט " יעך וועל זאגן איך האב זיי מקרב געווען "

די אהבת ישראל פון וויזניץ פלעגט זיך אויפשטעלן פאר די אייניקלעך פונעם רבי'ן ר' אלימלך אפילו פאר פאר קליינע קינדער

אין קונטרס נועם בקודש ווערט געברענגט אז אמאל ביי א טיש ביים צאנזער רב ווי עס איז געווען אנוועזנד א אייניקל פון רבי ר' אלימלך איז געקומען א איד און זיך אריינגעשטעלט פאר די אייניקל פון רבי ר' אלימלך אין אים פארשטעלט האט די צאנזער רב געשריגן אז ער זאל זיך ריקן זאגענדיג דערביי " גאלגאן, די אויגן גייען מיר אויס צו זעהן אן אייניקל פונעם רבי ר' אלימלך "

איין יאר שביעי של פסח ביים טיש פון סאטמארער רב ווי עס זענען געווען אנוועזנד פולע רבנים חשובים האט די רב מכבד געווען די לאנצוטע רב רבי אלתר וואגשאל מיט בענטשן על הכוס זאגענדיג דערביי צוליב ער איז א אייניקל פונעם רבי'ן ר' אלימלך !

רבי נפתלי מעליצער האט אמאל געזאגט, דער וואס טוט א טובה פאר א אייניקל פונעם רבי ר' אלימלך שטייט די צדיק ביים כסא הכבוד און לאזט נישט ארויס קיין שום שלעכטע גזירה אויף די מענטש

אין ספר בית ועד לחכמים נאראל שטײט עס מ'האט זיך זיך געפירט בתורת סגולה אז ווי עס איז געווען א חולה מסוכן האט מען אריינגעברענגט אין צימער פונעם חולה א אייניקל פונעם רבי ר' אלימלך

הרה"ק רבי ר' אלימלך מ'ליזענסק זי"ע האט געזאגט מינוטן בעפאר'ן הסתלקות:

"ביז יעצט האב איך געהאלפן אלע אידן ,פון יעצט און ווייטער ווער עס וועט העלפן מיינע קינדער און אייניקלעך, וועל איך מיר שטעלן אין די לענג און די ברייט, דעם איד א טובה צו טון"!
לעצט פארראכטן דורך גערעכט אום דינסטאג מארטש 14, 2023 1:48 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

ליפשיטץ האט געשריבן: זונטאג מארטש 12, 2023 11:28 am
פונעם אשכול פון הרה"ק ר' זושא מאניפולי זי"ע
פילידעלפיא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:42 pm
אחד מעיר האט געשריבן:
ישראל אהרן האט געשריבן:
וואס איז די מקור אז הרה"ר רבי נפתלי מליזענסק איז געווען אן איידעם ביי אן איינקעל פון הרה"ק רבי זושא מהאניפאלי?
ר' אהרן הויזמן ז"ל אמר לי בשם ר' זושא ברנדוויין , שהיה נכד רבי זושא מנדבורנא בן רבי נפתלי ,

שחותנו של רבי נפתלי היה חתן ר' רבי זושא .
(וזה מסביר את השם של ר' זושא מנדבורנא)

אבל הגירסא הזאת מפוקפת ע"י הרבה חוקרים וידענים
א. לא נודע זאת בקרב צאצאי ר' נפתלי
ב. הוא היה חתן ר' אלחנן ריישער/ מבולגריא (כמו שכתב ווקשטיין, ועוד)
ג. לר' רבי זושא לא היה ידוע בכלל על חתן (עיין במכתב ר' חיים דוב מזל בראש מנורת זהב )
ליתר דיוק הרב הויזמאן כתב בספרו תולדות מעשה רוקח שר' נפתלי היה "חתן בן בתו" של הרה"ק ר' זושא.
אין די בוימער פון geni און myheritage האב איך געטראפן כמה וכמה אילנות, וואס דארט שטייט אז רבי נפתלי ליזשענסקער האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט מרת הינדא שפרינצא בת דודו רבי ישראל אהלבוים זצ"ל, חתן הרה"ק רבי אלימלך זי"ע, און א חלק פון זיינע קינדער זענען פון דעם זיווג.

איך ווייס נישט וויפל ס'איז קראנט, צוליב כמה סיבות:
1. די ערשטע פרוי פון רבי נפתלי איז אוועק (לכאו') אינעם זעלבן יאהר פון רבי נפתלי 1848 (ע"פ geni), און זייערע קינדער זענען לכאורה געבוירן פריער.
2. כ'האב נישט געזען קיין פלאץ זאל שטיין אזוי.

אבער היות ושמעתי מכמה נכדי ר' זושא ברנדוויין, אז רבי נפתלי האט געהאט א צווייטן זיווג, און דא זע איך נאך א זיווג, איז אינטרעסאנט צו הערן פון אונזערע 'מומחים חוקרים וידענים' אויב האט איינער עפעס געהערט דערוועגן, אדער ווייסט איינער צו קלאהר מאכן וואס דא טוט זיך??
(אפשר האט שוין וועקשטיין געשריבן וועגן דעם??)
??
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
אוועטאר
פריילאכער
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 10:43 pm
לאקאציע: אין מיינע שיך...

Re: מצבת אסתר-עטיל בת הרבי ר' אלימלך זצללה"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאכער »

ENoam האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 3:56 pm
וזה מצב המצבה לאחרונה.

EN176.bmp

יש לתקן את הקריאה הנ"ל: ...נפטרה י"ד ימים בחודש טבת שנת תקס"א לפ"ק. [ע"פ "י"ג אורות לבית ליזנסק....", אנטוורפן תש"ס: "נמצא קברה בביה"ח בעיר פריסטיק בשנת תשנ"ד ע"י ...הרב חיים מאיר וואגשאהל...וזה אשר חרות על מצבתה: .... טבת שנת תקס"א... שם היה קודם המלחמה האוהל של חתנה הרה"ק רבי יצחק לייב ואגשאהל..."].

הרבנית אסתר-עטל היתה בתולה בפטירת אביה (ספר "אהל אלימלך"), ונראה שהיתה בת גיטל - זוגתו השנייה של הרבי. אם הקריאה על המצבה נכונה, ואם הועתקה ככתבה מהמצבה הישנה הרי הרבנית עטל נולדה ב-1775 לערך, ונפטרה כבת 30-25 (1801). היא היתה נשואה ל"רבי ישראל" שהיה צאצא ("נכד") של רבי קופל ליקובר.
ילדיה הידועים: (1) ר' אלימלך שכנאה גר בליז'נסק (והיה נשוי לבת דודו אלעזר בן הנו"א), אביו של ר' אברהם גבירצמן מגורליץ, (2) אשת הרב יצחק-ליב וגשל אב"ד פריסטיק.

בספרות רווח זיהויו השגוי של "ישראל ליקובר" (בנו של רבי קופל ליקובר; ?קרוי בשם המשפחה אלבוים; אביו של רבי שמעון מירוסלב), עם "רבי ישראל" בעלה של הרבנית עטל (בת הנו"א), זאת על פי שיוך מוטעה בעקבות מסורת יחידה וסתומה בספר "אוהל אלימלך" סי' שמ"ח המציינת את בעלה של עטל כ"נכד רבי קופל ליקובר" (בהרחבה על הזיהוי השגוי ועל ישראל ליקובר: "אוהל שמעון השלם" מהד' תשנ"ג, עמ' ז-יב).

* "רבי ישראל" – חתן הנו"א, עלה לארץ ישראל (?נפטר שם בשנת תק"ץ). זוגתו עטל נולדה ב-1775 לערך, ונפטרה ב-1801. זיהוי "רבי ישראל" אינו ברור, ואין כל עדות שהוא נקרא "אלבוים". גם אם "רבי ישראל חתן הנו"א" היה צאצא רבי יעקב-קופל ליקובר, לא ייתכן שהוא האישיות הידועה בשם "ישראל אלבוים מליז'נסק" (בן משה, בן "ישראל ליקובר"). ישראל זה נולד אחרי 1812 - הוא קרוי בשם סבו "ישראל ליקובר" שנפטר ב-1812.

* שם המשפחה "אלבוים" בהקשר לצאצאי רבי אלימלך: נראה כי שם המשפחה "אלבוים" הוצמד ל"רבי ישראל" בעלה של עטל בת הנו"א ללא בסיס ממשי (ואולי בטעות). על פי המובא לעיל יש לדחות זיהויים מאוחרים המתבססים על מידע ספרותי (ולא על מסורת משפחה בע"פ) ומציינים – כנכדי הנועם אלימלך, צאצאים של "ישראל ליקובר (אלבוים) בן רבי יעקב-קופל ליקובר", בעקבות זיהויו השגוי כבעלה של עטל; וכן כל אדם אחר בשם "אלבוים" המקושר אל עטל בת הנו"א ללא ביסוס.
האם יודעים היום יותר טוב מי הוא ר' ישראל חתן הנוע"א?
מצו"ב מצבתו של ר' ישראל ליקווער שטוענים שהוא חתן הנוע"א.
קען איינער ליינען וואס שטייט אויף די מצבה?
yisrael_elbaum_large.jpg
yisrael_elbaum_large.jpg (62.17 KiB) געזען 1021 מאל
ב"ה איך קען נישט English
טודרוס
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

Re: הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

דער מצבה קומט נישט דא אהער, דאס איז פון ר' ישראל איילבוים ב"ר יעקב קאפיל מליקאוו, פאטער פונ'ם ר"ר שמעון מיארסלוב. מנו"כ אין יוזעפאף (דער מצבה שטייט נאך, יעך בין פאר יאר דארט געווען)
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: משפחת ראזענבלאט מירושלים (משפחת שולמאן מחעלמא?) נכדי ר' יעקב ממאגלניצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

הסרפד האט געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2019 3:02 pm
לעצטענס, בשעת וואס איך האב דורך געטוהן עטליכע סקאהלער משפחות (שנעה, והמסתעף), האב איך מיך דערמאנט פון א זאך וואס איך האב א מאהל געזעהן אין 'תולדות מעשה רוקח' פון הרה"ח ר' אהרן חיים הויזמאן ז"ל מירושלים (עי' מש"כ עליו ר' בנימין מפ"ת), בנוגע ליחוס אבות חותנו למשפחת ראזענבלאט נכדי ר' יעקב ממאגלניצא, וואס פון איין זייט זענען זיי נכדי משפחת וויעליטשקער מסקאהל וחעלמא.

יעצט, א דאנק חברנו באתרא הדין הי"ו, האב איך תחת ידי די תולדות למשפחות וויעליטשקער שנדפס בס' שארית יואל (טרעסיף), און איך זעה אז אויף אראפ האט דער מחבר שליט"א צו געלייגט נאך פרטים, אבער אויף ארויף האט ער זיך פארלאזט אויף דברי ר' אהרן חיים הנ"ל, מפיו או מפי כתבו, אבער נישט מספרו הנ"ל, און צוליב דעם האט מען אויס געלאזט די יחוס להרה"ק ר' יעקב ממאגלניצא בן הנועם אלימלך. (דעם ספר/קונטרס איז גאנץ זעלטן, עס איז נאר געוועהן צו קויפן פון דעם מחבר פערזענליך, און דאס איז נישט די ערשטע מאהל וואס איך זעה אז מען ברענגט דברים בשמו – ער איז געוועהן א גרויסער בקי אין זיין משפחה'ס יחוס – פון וואס ער האט געשריבן פערזענליך צו דעם שואל, בשעה וואס אין זיין ספר איז דער ענין מער בשלימות.)
איז צוליב דעם, ראיתי לנכון דא נאך צו שרייבן דברי ר' אהרן חיים, א קיצור מדברי חלק התולדות שבשארית יואל הנוגע לעניננו, און השלמות פון JRI וואס איך האב בענין זה.

פון ר' אהרן חיים הויזמאן (תולדות מעש"ר אותיות ש"ו-ש"ז, שצ"ה, תק"כ, ומג"י שבסוף הספר אותיות ו' ז') קומט אויס אזוי:
חותנו ר' משה אהרן ראזינבלאט מירושלים, בן ר' יעקב משם (וזו' מ' יוכבד בת ר' אברהם שלמה אדלער בן בתו של הרה"צ ר' אלעזר מענדל מלעלוב-ירושלים וחתן דודו הרה"צ ר' דוד צבי שלמה משם), בן ר' אהרן ראזינבלאט מחעלם (אוועק אינגערהייט פון זיך הונגערן נישט צו גיין אין מיליטער), בן מ' חישא שעלתה לאר"י עם נכדה ר' יעקב הנ"ל, בת מ' טילא אשת ר' משה בצלאל ב"ר פנחס וועליטשקער מסקאהל, בת הצדיקת מ' שיינא רחל'ע אחות ר' הרה"ק ר' נטע מחעלמא בעל נטע שעשועים. ושם אשת ר' אהרן מחעלם, מ' מינדל. עס איז נישט קלאהר פון ר' אהרן חיים הויזמאן'ס לשון צי די יחוס צום ר"ר אלימלך גייט נאר דורך מ' מינדל, צי אויך דורך איר מאן ר' אהרן.

אין שארית יואל האט מען צו געלייגט, ע"פ דברי ר' אהרן חיים וכנראה אויך ע"פ JRI, אז ר' אהרן'ס פאטער (מ' חישא'ס מאן, וחתן ר' משה בצלאל וויעליטשקער) האט געהייסן ר' יעקב בער ראזינבלאט. אויכעט ווערט צו געלייגט א ברודער פון ר' אהרן, ר' יואל פנחס מסקאהל, חתן ר' שלמה פנחס וויעליטשקער מסקאהל בן דודו ר' יעקב צבי ב"ר פנחס (הנ"ל), ובזו"ש חתן גיסו ר' חיים לייב וויעליטשקער ב"ר שלמה פנחס הנ"ל.

פון JRI ווערן מיר געוואהר אזוי: ר' אהרן איז געבוירן תרל"ג בערך, צו זיין פאטער ר' יעקב בער ראזענבלאט ואמו מ' חישא לבית וועליטשקער, און האט געהייראט מ' מינדל בת ר' נחום וועליטשקער (נולד תרט"ו-ט"ז בע' – נפטר תרפ"ז בע' = 1927) וזו' מ' חיה (או חנה) רייזל דבורה לבית שולמאן. זיי האבן געהאט צווי זיהן, יעקב (הנ"ל) און יוסף אברהם, און דערנאך איז ר' אהרן אוועק ביי די 24 יאהר. דאס קינד יוסף אברהם איז אוועק נישט לאנג דערנאך. עס זעהט אויס ווי מ' מינדל האט נאך א מאהל חתונה געהאט, מיט איינער ר' יענקל לאכער פון טאמאשוב. (וועמענ'ס זוהן ר' נחום וועליטשקער איז געוועהן ווייס איך נישט, ער געהערט אבער צו די זעלבע משפחה.)

אויף מ' מינדל שרייבט ר' אהרן חיים הויזמאן בפירוש אז זי איז געוועהן איין אייניקל פון ר' יעקב ממאגליניץ, שטעל איך מיך פאהר אז דאס גייט דורך צד שולמאן (אבער עס איז נישט מוכרח). אויב איז ר' אהרן אויך געוועהן איין אייניקל – כמשמעות דבריו שם, ויש לדון, איז דאס לכאורה מצד ראזענבלאט.

- משפחת שולמאן איז דא לרוב אין חעלם, און איך קען ניטש לע"ע מאכן סדר פון זיי.
- אויף משפחת ראזענבלאט למעלה טרעף איך גארנישט – נאר א רמז אצל ר' יואל פנחס ב"ר יעקב בער אז ר' יעקב בער האט א מאהל געוואוינט אין שערעשוב, א ביסל א חידוש.
מבני ר' יואל פנחס:
א. בתו (מזו"ר) מ' רבקה, אשת ר' נחמן כ"ץ, ב"ר הירץ וואלף כ"ץ מסקאהל נכד למשפחת שנעה הנ"ל.
ב. בנו (מזו"ש) ר' הירץ הי"ד (כשם אבי חמותו, עי' שארית יואל), וזו' מ' גיטל דבורה הי"ד בת ר' אהרן מאיר ז"ק מסקאהל, בן ר' ישכר בער מהובנוב וזו' מ' טויבא בת הגה"צ ר' אהרן מאיר פריעדלאנדער אב"ד באלחוב בעל האברך (עס פעהלט אויס א באזונדערן אשכול...).
מ' גיטל אשת ר' הירץ איז געוועהן א טאכטער פון ר' אהרן מאיר פון זיין ערשטן זיווג, מ' אסתר חיה בת ר' שלום באב"ד מסקאהל (לכאורה איין אומ-באקאנטער זוהן פון ר' משה אב"ד מיקוליניץ, וילע"ע) חתן ר' אפרים זלמן וויעליטשקער (עי' בשארית יואל – נאך א זוהן פון ר' פנחס אבי המשפחה). (בזו"ש איז ר' אהרן מאיר ז"ק געוועהן איין איידים ביי ר' אברהם וויעליטשקער נכד ר' משה בצלאל [ווידער בן ר' פנחס] וחתן ר' יהושע רמר"ז דומ"ץ קראס, בעל בתו מ' רחל הי"ד, אבער דאס איז א שמועס אויף איין אנדערס מאהל.)
כמה שאלות לי אליך,
1. זענען די 'וויעליטשקער' פון שארית יואל מיט 'וויעליטשקער' דער זיידע פון ראזנבלאט פון די זעלבע משפחה?
2. ווער איז דער וואס האט עס געשריבן אין שארית יואל, מ'קען זיך אויף איהם פארלאזן אויף זיין ווארט?
3. צו וועלכע משפחת שולמאן האבן זיי א קשר? אויב יא קען מען מברר זיין צו זיי זענען ליז'ענסק'ער אייניקלאך..
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

רבי אליעזר ליפא מחמעלניק זי"ע כ"ו אדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי אליעזר ליפא מחמעלניק זי"ע בעל אורח לצדיק

א זוהן פין דער הייליגע רבי ר' אלימלך זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”