פראקטישע עצות און טיפס להולכי דרכים

אינפארמאציע און הילף איבער טרעוול

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

פראקטישע עצות און טיפס להולכי דרכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

אזוי ווי ס'דערנענטערט זיך חודש תשרי וואס א גרויסער ציבור אידן פארן מעבר לים, און ס'פאדערט זיך אסאך ידיעות נחוצות וואס נישט יעדער ווייסט און מ'קען העלפן אידן מיט עצות, וויל איך דא זאל זיין א פלאץ צו שעירען מיטן ציבור אלעס וואס האט א שייכות מיט טרעוועל. מ'בעט דער עולם זאל צולייגן און מהנה זיין דעם עולם.

איך וועל אנהייבן מיט אפאר זאכן.

כידוע די לעצטע יארן לאזט מען נישט ארויף אויפן פליגער נאסע פליסיגקייט מער פון 100 מ"ל, דא עקא אז די אמעריקאנע סיסטעם ארבעט נישט אויף די ליטער סיסטעם, על כן זענען רוב קליינע זאכן ווי עפעטייזינג וכדומה 4 אונסעס וואס איז מער פון 100 מילי-ליטער, און זיי נעמען עס צו, חוץ אמאל מאכן זיי א אויסנאם פאר עלטערע אדער קינדער, איך האב מיטגענומען איינמאל די קליינע עפל-סאוס שאכטלעך וואס איז 4 אונסעס חאטשע ס'איז נאר א סאוס און נישט ליקוואד האבן זיי עס צוגענומען, איז געווען א אלטע איד וואס האט געזאגט ער מוז דאס האבן האבן זיי געלאזט, וכן הדין בטונא סעלעד אייער סעלעד וכדומה.
די בעסטע זאך איז אז מ'שאפט זיך קליינע קאנטעינערס וואס איז ווייניגער ווי 100 מ"ל, דא איז שווער צו טרעפן פונקט דעם סכום, דארף מען גיין בלית ברירה צו דריי אונסעס, ס'דא צו באקומען אין געשעפט אזעלכע קליינע גלעזעלעך מיט דעקלעך. אז איינער וויל מאיאנעיס אויפן פליגער, לייגט מען אריין אין א שאכטל און מ'פארקלעבט עס, אריין אין א ניילאן, ויסעו.

ס'איז אויך דא קליינע באטלעך אזוי ווי דאס וואס מ'הענגט אויפן סוכה, וואס איז גענוג קליין, קען מען אריינלייגן אפילו טרינקען, וואסער, פרוכט זאפט וכדומה.
מען מעג אויך ארויפטראגן פארפרוירענע פליסיגקייט אויפן פליגער, אבער דאס דארף זיין אינגאנצן געפרוירן, מ'האט מיר אמאל קאנפיסקירט א גאנצע בעג מיט סעלעדס ווייל ס'איז געווען האלב געפרוירן, ונקיתי דמם לא נקיתי..

אייזן לאזט מען דאך אויך שוין נישט ארויף קען מען קויפן טונא וואס קומט געפאקט אין פאפיר-פלאסטיק, ס'דא פון עטליכע קאמפעניס.

מ'קען ארויפטראגן לחיים פאר לע"נ .. איז דא די קליינע באטלעך וואדקע און שליוואויץ וואס איז 50-60 מ"ל, ס'איז אויך דא אפאר רוסישע וואדקעס וואס איז פונקט 100 מ"ל וואס מ'קען ארויפטראגן פאר א גלעזעלע שנאפס נאכן דאוונען להנוהגים כן.

צו טראגן זאכן אין רענצל וואס דארף א פרידישידער, חוץ די עצה פון וועקיומען וואס דארף געלונגען, איז די פשוט'סטע וועג אז מ'זאל עס לאזן געפרוירן א פאר טאג פאר די נסיעה, און בעסער איז צו לייגן אסאך קאלטע זאכן צוזאמען אז איינס האלט דאס אנדערע קאלט, מילך און פיש קען אנקומען נאך געפרוירן נאך 20-25 שעה פארן.

ס'איז ראטזאם צו האבן א קליין פעקל פאפיר אדער ווייפס אין טאש על כל צרה שלא תבוא.

די פאספארט איז די בעסטע צו האבן אין טאש, אז מ'לייגט עס אין רענצלעך בלייבט עס אסאך מאל דארט.

המשך יבוא בע"ה..
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

ווער בין איך צו זאגן דיעות... אבער דאך:

א גרויסן יישר כח פארן עפענען דעם גאר נוצבארער אשכול, אבער מיט איין עיקר הערה:
כ'וואלט ממליץ געווען צו לייגן יעדע נושא אין אן עקסטערע תגובה, מיט א קעפל פארן נושא.

צ.ב.ש.
'פליסיגקייטן'
'אייזן - טונא'
'פאספארטן'

ועוד כהנה, און כ'בין זיכער אז ס'וועט אסאך אויפטוהן.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

יישר כח סוואליווער פאר דיין יישר און הערה, לאמיר קודם זען צו קאווערן אסאך חלקים נאכדעם קען מען עס מסדר זיין.

ס'דא אזויפיל צו שרייבן אויף יעדע טריט. זאל יעדער צוגעבן און צולייגן הערות.
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

אריינ-נעמען ד' מינים קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

דער נושא וואלט זיך געקומען -אין אמת'ן אריין- אן עקסטערע אשכול...

א נייע חוק אין מדינת ישראל (תשע"ט)
וואס איז שטארק נוגע פאר אלע וועלכע פארן אהין אויף צווייטע טעג

ווען איר קומט אהן אין עירפארט, נעמט מען אייך צו די ג' מינים (ואס איר האט געקליבן שעות ע"ג שעות),
און מען געבט אייך פרישע (בהשגחת הרבנות...) וועלכע זענען באישור פון משרד החקלאות.

דעם אתרוג קענט איר האלטן געזונטערהייט!

ולמזהיר ולנזהר... שפארט אייך עגמת נפש!!! [איך ווייס נישט ווי אזוי]
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

ס'איז באמת גאר נוצבאר די אלע ידיעות, למשל די לולב אישו איז עפעס וואס קען שפארן אזויפיל עגמת נפש, ובזכות הרבים נוושע.

המשך
אידן וואס ווילן טרינקען קאווע, {און ווייסן אז ס'איז פראבלעמאטיש להלכה צו נוצן די קאווע פון די פליגער} קען מען מיטנעמען קאווע שטויב, און בעטן הייס וואסער [נישט אז איך פסק'ן אז די הייס וואסער פון זייערע כלים איז נישט קיין שאלה, מ'רעדט אז אויב איינער האט געפרעגט א שאלה און א דיין וואס איז באקאנט מיט די מציאות האט מתיר געווען די הייס וואסער על כל פנים, ואם לאו דברי בטלים מעיקרא, געהערט האב איך אמאל אז די הייס וואסער וואס קומט פון א קראן וואס איז מחובר צום עירפלעין איז יש מתירים ווייל מ'וואשט עס נישט, משא"כ די אנדערע סארט וואס מ'וואשט אויס שפעטער צוזאמען מיט אנדערע כלים איז א פראבלעם, אבער די זאכן טוישן זיך כסדר וצריך לברר] אז מ'דארף די קאווע פריש איז דא אין די געשעפטן קליינע פעקלעך פון קאווע שטויב, דירעקט געמאכט צו נוצן פאר איין קאווע. אזוי אויך קען מען מיטנעמען מילך שטויב, סיי פארווע און סיי מילכיג וואס דארף נישט קיין פרידזשידער. צוקער אדער ספלענדא.

סתם אזוי אונטערוועגנס איז דא זייער א גרינגע עצה וועגן קאווע, וואס מ'קען אלעס מיטנעמען כנ"ל חוץ הייס וואסער, אז מ'נעמט זיך מיט פאפירענע קאפע קאפס אדער האט קאפס, און מ'קויפט אזא עלעקטראנישע גאפל, וואו מ'טרעפט א פלאג, ביי א גאז סטאנציע און וואו נישט, מ'לייגט עס אריין אין א גלעזל וואסער [ די בעסטע איז צו קויפן גראד א אייראפעאישע, אז נישט דארף מען צולייגן א אדאפטער פאר די חילוק פון 110 וואלטס צו 220] און דאס מאכט די וואסער באבלען אין גאר א קורצע צייט, מ'לייגט ארויף א דעקל, מ'זופט, ברוך אתה ה' שהכל נהי' בדברו, אה לחיים..

אז מ'האט קאווע דארף מען דאך לערנען, איז דאך שווער צו טראגן גרויסע גמרות, איז דא וואס נעמען מיט קליינטשיגע ספרים היינט איז ב"ה דא א שפע פון אלעס אין קליין, אבער ס'דא וואס זיי איז שווער צו קוקן דערין, איז אז איינער ווייסט ער גייט לערנען די און די דפים, קען מען ארויספרינטען פון א גרויסע גמרא און מאכן קאפיס, און דאס גייט אריין אין'ם דרויסנדיגן זיפער פון האנט באגאזש וכדומה און נעמט נישט אויף קיין פלאץ, דערנאך האט מען א קליינע סענסע וואס האט שוין שיעורים פון הרב הגאון פלוני, מ'טוט אן די עירפאונס און מ'איז זיך מדבק אין די תורה הק'.

דאוונען אויפן פליגער, די רואיגסטע איז צו דאוונען ווען ס'איז טונקל און דער עולם שלאפט נאך, מ'דעקט זיך איבער מיטן טלית נישט צו האבן די אלע שאלות, און מ'דאוונט אויפן פלאץ. חוץ אז ס'איז שייך צו האבן א מנין.

ס'דא צו קויפן אין גראסערי פארמאכטע שאכטלעך מיט פארשידענע זופן, טשיקן זיפ, וועדזשטעבל זיפ, וואס מ'דארף נאר אריינגיסן אביסל הייס וואסער עס צו נוצן. אזוי אויך פליישן פון מיעל מארט וועקיומט, פאר ווער ס'קען דאס עסן.

התורה חסה על ממונם של ישראל, די וואס קויפן וואדקע ביי דוטי פרי און גייען נאכדעם האבן א סטאפ, זאלן זיכער מאכן אז זיי האבן די רעסיט אין די בעג פון די ברוינפן, אמאל אויב מ'קויפט צוויי אויף אמאל באקומט מען איין רעסיט, און אויב צוטיילסטו נאכדעם די באטלעך צווישן אפאר מענטשן אדער ביי דיר אליינס איינס אין האנט באגאזש און איינס ערגעץ אנדערש, און די רעסיט בלייבט ביי איין באטל נאר, וועלן זיי עס צונעמען אויב זיי זעען נישט א רעסיט. #פון עקסיפיריענס
לעצט פארראכטן דורך בראשית ברא אום זונטאג אוגוסט 26, 2018 5:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

יארצייט ליכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

אויב פארט אויף מקומות הק', און נעמט נישט מיט קיין גרויסע רענצל, נאר א האנט באגאדזש אויפן פליגער, און איהר נעמט מיט די 7/9 טאגקיגע ליכט, איז ראטזאם עס ארויסצונעמען פונעם האנט באגאדזש, און ווייזן פאר די באאמטע פארן דורכלייגן די סקענער ביי די סעקיורעטי, אז ס'איז ליכט, נישט קיין קען סאדע/ביר וכדומה, אזוי ווי די מאשין כאפט עס לכתחילה אויף.
שוין געווארן אויפגעהאלטן דארט איבער א האלבע שעה, און כמעט פארפאסט דעם פליגער, נאר ווייל די מאשין האט געוויזן אז איך האב קענס מיט פליסיגקייט, און מ'האט מיך געשיקט אין א זייט, און נאכן ווארטן אין די ליין, האט מען אויסגעפאקט מיין גאנצע רענצל, און נאכאמאהל דורכגעלייגט דעם סקענער, בקיצור ס'איז געווען שפעט, און מ'איז געשטאנען אויף שפילקעס צו כאפן דעם פליגער, אבער זיי גייט דאס אהן ווי די פאראיעריגע שניי.
אזוי איז געשעהן צו מיר עטליכע מאהל, ביים דריטן מאהל האב איך מחליט געווען, גענוג איז גענוג, ארויסגענומען און געוויזן פאר די חברה, ראו! זעהטס! קוקטס גוט, וועט איהר זעהן אז ס'איז ליכט, און דרייט נישט קיין שמיטשיק, און וכן הוה, מ'האט עס אריינגעלייגט אין באסקיט אינדרויסן פונעם רענצל, ושלום על ישראל.
לעצט פארראכטן דורך יש מזל אום זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

בראשית ברא יישר כח פארן גיין פתיחה, ברוך שכוונתי! איך האב די לעצטע פאר טאג געוואלט עפענען ממש אזא אשכול, איך בין פשוט נישט אנגעקומען דערצי מחמת חוסר פנאי.. יישר כח פארן עפענען די נושא
סוף מעשה במחשבה תחילה.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

חושב, ברוכים תהי'..
פתח פיך

אז מ'רעדט שוין פון ארויסנעמען זאכן פון רענצל, קען מען טון אמאל אויב ס'איז מער פון 23 קילאגראם, אז מ'נעמט ארויס א שווערע זאך מ'לייגט עס אין בוזעם טאש אדער אין די האנט, און אזוי ווי מ'גייט אביסל ווייטער, איז הכל על מכונו כבתחלה ודי.. וק"ל
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

זייער אכטונג געבען נישט ארויס צו טראגען גרעסערע סכומים קעש. נאר אז איר מעלדט דאס פון פאראויס פאר די באמטע.
אַ טשעק וואס איז נישט אויסגעשטעלט פאר קיינעם האט אַ דין ווי קעש.
צו טיילען מיט די ארומיגע איז נישט קיין עצה, משום מעשה שהיה.

די חברה פארלייגען זיך שפעציעל אויף די חסידים. #רעישעל פראפיילינג המותרת
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

blue moon האט געשריבן:זייער אכטונג געבען נישט ארויס צו טראגען גרעסערע סכומים קעש. נאר אז איר מעלדט דאס פון פאראויס פאר די באמטע.
אַ טשעק וואס איז נישט אויסגעשטעלט פאר קיינעם האט אַ דין ווי קעש.
צו טיילען מיט די ארומיגע איז נישט קיין עצה, משום מעשה שהיה.

די חברה פארלייגען זיך שפעציעל אויף די חסידים. #רעישעל פראפיילינג המותרת

בעיקר ביי נוארק לופטפעלד לאקערען זיי, און זיי רעכענען א גאנצע משפחה פאר איין זאך.
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

בנוגע דאס אויבען-דערמאנטע איבער קליינע פלעשלעך ברוינפען, אד"ג. קענט איר ארויס טראגען פון די אמעריקאנער לופט פעלד היבש אסאך. דאקעגען אין יוראפ איז דא לופט פעלדער וואס זענען אייך מצמצם אויף פיר פלעשלעך. און אלעס דארף זיין פארבינדען אין איין בעג.
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

איך מיין צוריק פון א''י לאזן זיי אריבער ליקוואד, אזוי איז געווען ביי מיר נישט זיכער וואס די געזעץ איז
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

בראשית ברא האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:זייער אכטונג געבען נישט ארויס צו טראגען גרעסערע סכומים קעש. נאר אז איר מעלדט דאס פון פאראויס פאר די באמטע.
אַ טשעק וואס איז נישט אויסגעשטעלט פאר קיינעם האט אַ דין ווי קעש.
צו טיילען מיט די ארומיגע איז נישט קיין עצה, משום מעשה שהיה.

די חברה פארלייגען זיך שפעציעל אויף די חסידים. #רעישעל פראפיילינג המותרת

בעיקר ביי נוארק לופטפעלד לאקערען זיי, און זיי רעכענען א גאנצע משפחה פאר איין זאך.

מען רעדט פון 10,000 אז מען האט אזויפיל קעש איז עס נישט כדאי צו שלעפן (וועגן גנבה) עס איז דא אנדערע וועגן צו אריבער פירן געלט
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

קויפט איר אַ ביליגע טיקעט? מאכט זיכער צו ליינען "אלע" קליינע ווערטער.
ווי למשל, עס איז דא ביליגע אירליינס וואס הייסען אייך מיט ברעגען א בָּארדינג פעעס, אז נישט וועט איר צו-צאלען א פופציגער ביים טשעק-אין.
ווי אויך דארף מען גיבן אסאך עקסטרע צייט ווען מען פליט מיט די טישפּ אירליינס. זייערע סקיוריטי לעינס איז שרעקליך איבער געפילט.
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

וויי-פיי האט געשריבן:איך מיין צוריק פון א''י לאזן זיי אריבער ליקוואד, אזוי איז געווען ביי מיר נישט זיכער וואס די געזעץ איז

ריכטיג!
מען מעג אויפיציעל מיטנעמען רינעדיגס
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

blue moon האט געשריבן:בנוגע דאס אויבען-דערמאנטע איבער קליינע פלעשלעך ברוינפען, אד"ג. קענט איר ארויס טראגען פון די אמעריקאנער לופט פעלד היבש אסאך. דאקעגען אין יוראפ איז דא לופט פעלדער וואס זענען אייך מצמצם אויף פיר פלעשלעך. און אלעס דארף זיין פארבינדען אין איין בעג.

אפשר זענט איר מער מאריך, זיי לאזן נישט טראגן מער ווי פיר פלעשלעך אפילו אלע זענען קלענער ווי די שיעור? אדער נאר ביי אלקאהאל.
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

וויי-פיי האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:זייער אכטונג געבען נישט ארויס צו טראגען גרעסערע סכומים קעש. נאר אז איר מעלדט דאס פון פאראויס פאר די באמטע.
אַ טשעק וואס איז נישט אויסגעשטעלט פאר קיינעם האט אַ דין ווי קעש.
צו טיילען מיט די ארומיגע איז נישט קיין עצה, משום מעשה שהיה.

די חברה פארלייגען זיך שפעציעל אויף די חסידים. #רעישעל פראפיילינג המותרת

בעיקר ביי נוארק לופטפעלד לאקערען זיי, און זיי רעכענען א גאנצע משפחה פאר איין זאך.

מען רעדט פון 10,000 אז מען האט אזויפיל קעש איז עס נישט כדאי צו שלעפן (וועגן גנבה) עס איז דא אנדערע וועגן צו אריבער פירן געלט



צען אלפים איז די אפיציעלע סכום וואס איז אסור.
זיי קענען איין אפּהאלטען פאר אויספארשונגען, אפילו פאר ווייניגער ווי דעם.
אז איר טראגט ניין טויזענט זענט איר בכלל נישט קליען. ובלשונם הייסט עס סטראקטעראינג אדער לעיארינג.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:
וויי-פיי האט געשריבן:איך מיין צוריק פון א''י לאזן זיי אריבער ליקוואד, אזוי איז געווען ביי מיר נישט זיכער וואס די געזעץ איז

ריכטיג!
מען מעג אויפיציעל מיטנעמען רינעדיגס

מיר האט מען שוין צוגענמען פאר'ן ארויף גיין אויף'ן פליגער ממש. אפשר ווענדט זיך עס וועלכע עירליין.
nuwilli
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2015 10:07 am

דאווענען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nuwilli »

געהאט אן אינטערעסט געשיכטע ווען איך בין נארוואס געפלויגן.
ווען מען פליהט פון אמעריקע קיין א"י שפעט ביינאכט איז דא זייער א קורץ צייט וואס מען קען דאווענען שחרית (אגב, עס איז דא א וועבסייט myzmanim ווי איר קענט אריינלייגען די פלייט אינפא און באקימען אויף אימייל די זמנים פון דאווענען לויט ווען די פליגער הייבט זעך).
הכלל, איך קוק אויפן זייגער אז עס איז צייט צו דאווענען, אבער אינדרויסען איז פונסטער, ביז איך נעם די מיה צו פרעגן די מאנשאפט צו מיר פליען די גיטע ריכטונג...
זאגט ער מיר, די זון שיינט פיין... און אז די נייע פליגערס, האט די מאנשאפט א switch צו מאכן אלע פענסטער פארטונקעלט אז דער עולם זאל פיין שלאפן!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

פאספארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

יישר כח @בראשית פארן אנפאנגן פון בראשית
דעס וואס די שרייבסט וועגן האלטן די פאס אין טאש איז טאקע ריכטיג. מדארף אבער וואטשן עס נישט צי לייגן אין בוזעם משום מעשה שהיה. אומז זעמיר געפארן קיין א"י אין ביים אנקומען צי קאסטאמס האט זיך א יונגערמאן דערזען אז די פאספארט איז אים ארויס געפאלן פונעם בוזעם טאש ווען ער האט אויסגעטון די רעקל. סאיז געווען יענע קאפווי
די פלי מאנשאפט האט אים נישט צירוק ארויפ געלאזט אופן פליגער עס אויף צוזיכן. פארשטייט זיך אריין גיין אן א פאס איז נישט שייך. למעשה האט מען אריין געמישט עסקנים אין מהאט געפוילט אז ער זאל קענען אריין גיין אין די נעקסטע אינדערפרי פארן צום עמבעסי מאכן א נייע
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

יא ריכטיג אינזין געהאט צו שרייבן דערוועגן, עכט דארף מען אריינגעבן א קלאגע קעגן די ג'י בי' גלאודינג, כאטש איין טאש מאכטס מיט א זיפער ביטע..
ס'דא ספעשל פאספארט בערזלעך וואס מאכט עס אביסל גרעסער און דיקער. אן אין די בעק הויזן טאש קען זיין א אפשען. דארט איז כאטש דא א קנעפל.
אדער אין די וועסטל טאש קען עס פונקט ארייפיטן טייט און פעסט.
ס'קען אויך צונוץ קומען צו האבן א קאפיע אין בערזל פון פאספארט אויב פעלט זיך אויס צו באנייען האט מען עפעס צו ווייזן.

צו קאנעקטן, אין די וועלט ארויס פון אמעריקא איז גוט צו האבן gsm אנלאקד פאון אריינצולייגן א לאקאלער סים קארד. ס'איז היינט דא גוטע פלענס פון די גרויסע נעטווארקס פאר אווערסיעס. למשל ספרינט גיבט פרי דעטע, און היי ספיד איז 25 דאלער א וואך. טעקסט פרי.
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

אינער מיט א עצה ווי אזוי צו האלטן ביזי א 1.5 יעריג קינד אויף א פליגער ?
דאס איז דאך ממש א אפקימעניש
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

בראשית ברא האט געשריבן:ס'דא צו קויפן אין גראסערי פארמאכטע שאכטלעך מיט פארשידענע זופן, טשיקן זיפ, וועדזשטעבל זיפ, וואס מ'דארף נאר אריינגיסן אביסל הייס וואסער עס צו נוצן. אזוי אויך פליישן פון מיעל מארט וועקיומט, פאר ווער ס'קען דאס עסן.


פאר דעי טיפ אליין האט זיך אלעס געלוינט!


וויאוי קען איך אליינס וועקיומען עסן? און ווילאנג קען זיך אזעלכע עסן האלטן פריש?
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

אי"ה מארגן וועל איך בלי נדר שרייבן שיינע ציבארע טיפב פון טרעוועל אויף היבש אבאך פלעצער.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

blue moon האט געשריבן:זייער אכטונג געבען נישט ארויס צו טראגען גרעסערע סכומים קעש. נאר אז איר מעלדט דאס פון פאראויס פאר די באמטע.
אַ טשעק וואס איז נישט אויסגעשטעלט פאר קיינעם האט אַ דין ווי קעש.
צו טיילען מיט די ארומיגע איז נישט קיין עצה, משום מעשה שהיה.

די חברה פארלייגען זיך שפעציעל אויף די חסידים. #רעישעל פראפיילינג המותרת

My experience if the chacks is made out to a name they still will count if is more then $10
Sorry for my misspellings
שרייב תגובה

צוריק צו “טרעוול און וואקאציע”