אודאי זאגסטו אנדערש, דו לייגסט עס אראפ כאילו מאוויס האט שייכות מיט פאליטיק און די דעמאקראטן.טעארעטישע פאקטן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 1:51 pmאיך זאג דען אז נישט?
איך באשולדיג פונקט אזוי די רעפובליקאנער, איך לייג נאר צו אז די דעמאקראטן זענען היפאקריטן ווייל זיי שרייען אז גאן קאנטראל איז די סעלושן, ווען דאס אליינס וועט נישט זיין גענוג,
איך זאג אז ווילאנג די אמעריקאנער גאס שטייט פאר זייערע 'רעכטן' וואס רעכנט אריין האבן גאנס ביז איבערן קאפ און וואטשן ווייאלענס ביז איבערן קאפ וועט די נאטורליכע מציאות זיין וויאלענס. ס'האט מיט פארטייען גארנישט, נאר די דעמאקראטן זאלן נישט שרייען אז רעפובליקאנער זענען מערדער מיטן נישט צולאזן קיין גאן קאנטראל, ווייל זיי וואלטן אויך נישט צוגעלאזט קיינע רעסטריקשאנס אויף די אלע זאכן, סאו ביידע זענען שולדיג.
אין מציאות איז עס ביי אמעריקאנער גוים אזױ ווי עסן און טרינקען, און בכלל נישט אויף די מעניו פון ווערן געבענט.
קוק וואס פאר א טענטראם רענד פאול האט דזשאסט נעכטן געמאכט ווייל מען וויל בענען טיקטאק, ער טענה'ט אז דאס איז רעגירונג צענזור קעגן דעם ערשטן אמענדמענט. און די אנדערע רעפאבליקאנער וואס שטיצן עס יא, זענען מודה אז צענזורירן וואלט געווען געפערליך, נאר זיי זאגן די אבוויעס פאקט אז די נושא דא איז נישט קאנטענט צענזור, נאר פשוט נישט לאזן כינע האבן דא אזא פעסטן פראפאגאנדע ארעם.
וואס יא, כל הנ"ל בארעכטיגט טאקע טו סאם עקסטענט די רעפאבליקאנער סוג אלף פון מיין אנדערע תגובה, זיי זאגן אז ביי זײ איז גאנס אויך אזוי ווי עסן, און פארטיג.
-------
גרעסערע רעכט ווי שטימען מיינט נאכנישט אז איבעראל ווי מען מעג נישט שטימען, מעג מען האבן געווער, עס מיינט פשוט אז עס איז שווערער צו פארלירן די רעכט צו געווער ווי צו שטימען. (עסן איז א אנדערע זאך, די עף די עי קען אסר'ן וועלכע סארט עסן זיי ווילן.)רוסישע פרינץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 2:00 pmאין טורמע מעג מען האבן געווער?
קאנוויקטעד פעלאן'ס קענען לעגאל קויפן געווער?