נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 12:50 pm
געגאנגען
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:
פיין פיין א דאנק אייך!

ווען איז ערווארטעט א אורטייל?
נישטא קיין דאטום אבער געווענליך קומען גרויסע אורטיילן ערגעץ אין יוני למספרם
האפנטליך וועט מען באווייזן צו ברענגן א שטיקל באריכט איבער די פערקאוקא פראצעס פריער..
הכל הבל האט געשריבן:
ווי באריכטעט אינדערפרי האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן 2 קעיסעס וועלכע שטאמען ביידע ארויס פון א ברייטפארצווייגטע אנקלאגע דורך פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק מיט יארן צוריק אבער די די צוויי זענען באזונדערע קעיסעס מיט אנדערע ארגומענטן

פאלגענד איז א באריכט איבער ביידע פון זיי און ביים אויספיר וועט קלאר ווערן די גענויע פראגע וואס שטייט פארנט פון די געריכט וועלכע וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אינעם קומענדיגן טערמין

די קעיס גייט צוריק צו א סטעיט פראיעקט געמאלדן אין ניו יארק אין 2011 למספרם ווען דאן גאווערנאר ענדרו קאומא האט אנאנסירט א פראיעקט צו אינוועסטירן א ביליאן דאלער פאר אינפראסטרוקטור אין באפעלאו און איר ארום געצינלט צו שאפן דזשאבס און הייבן די לאקאלע ניו יארק סטעיט עקאנאמיע

די פלאן איז געווארן באצייכנט אלץ די "באפעלאו ביליאן פראיעקט" און האט פון די ערשטע מינוט נאטורליך געצויגן אינטערעסע ביי גרויסע פירמעס צו קענען בענעפיטירן דערפון


-פרשת פערקאוקא-

דזשאסעף פערקאוקא האט אין 2012 למספרם געארבעט אלץ הויכראנקיגע געהילף פאר גאווערנאר קאומא און האט זיך פארבינדן מיטן לאביאיסט טאד האיע און די צוויי האבן אויסגעארבעט א פלאן אונטער וועלכע פרוי פערקאוקא וועט באקומען א פאסטן ביי האיע'ס א קליענט פיטער קעלי פון CPV און זי וועט פאר עטליכע שטונדן ארבעט א וואך באקומען 7500 דאלער פער מאנאט און אין אויסטויש וועט פערקאוקא נוצן זיין איינפלוס צו פארזיכערן אז CPV באקומט א קאנאטראקט צוצושטעלן פאוער פאר די סטעיט רעגירונג אויפן חשבון פון איינס פון זיינע קאנקורענטן וועלכע האט געהאט ביז דאן די קאנטראקט און אין צוגאב וועט ער העלפן אז זיי זאלן באקומען א קאנטראקט אויפצובויען א נייע פאוער פלענט אין ניו דזשערסי

אין 2014 למספרם האט פערקאוקא פארלאזט קאומא'ס רעגירונג אפיס און אריבער ארבעטן פאר זיין ווידערערוויילונג קאמפיין און דאן האט ער אויסגעהאמערט אן אפמאך מיטן אויבנדערמאנטן סטיווען אעילא פון COR פון וועם ער האט באקומען 55 טויזנט דאלער אין אויסטויש פון איבערצייגן א סטעיט אגענטור נישט צו צוואונגען די פירמע איינצוגיין אויף א קאסטבארע לעיבאר אפמאך

פערקאוקא האט איבערצייגט די פירער פון א סטעיט אגענטור צו ערלויבן די פראיעקט פאראויסצוגיין אן פארלאנגען אן אפמאך מיט לאקאלע יוניאנס

אין סעפטעמבער 2017 למספרם האט א גרענד דזשורי געפונען קאלאיעראס, אעילא, גערארדי, און סימינעלי שולדיג מיט 1 קאונט פון ווייער שווינדל

באזונדער זענען פערקאוקא און קעלי געפונען געווארן שולדיג אויף ביידע סקאנדאלן און אויף א רייע קאונטס דורך א באזונדערע דזשורי




-משפט פערקאוקא-

פערקאוקא איז געווארן אנגעקלאגט פארן נעמען כאבאר אין אויסטויש פארן פארזיכערן קאנטראקטן און אנדערע טובות פאר CPV און שפעטער פאר COR וואס דאס הייסט אז ער האט פארלעצט די צוטרוי וואס די פובליק האט מיטן נעמען בענעפיטן אין אויסטויש פון פארזיכערן געוויסע שריט מצד די רעגירונג

זיינע ארגומענטן פארנט פון די צוויי סירקוט זענען געווען

1) דער פראצעס ריכטער האט געזאגט פאר די דזשורי אז "אפילו אויב" דער אנגעקלאגטער האט נישט פארשפראכן פאר די קאנטראקטער ספעציפישע זאכן וואס ער גייט זיי ערלעדיגן נאר בלויז פארזיכערט אז ער גייט ארבעטן פאר זייער בענעפיט איז עס גענוג אים צו געפונען שולדיג

דער ריכטער האט עס געטוהן אין ליכט פון פריערדיגע פרעצעדענט פון די צווייטע סירקוט וועלכע האט אזוי געשריבן

די פערקאוקא פראצעס איז אבער פארגעקומען נאך וואס די סופרים קאורט האט שוין געהאט געאורטיילט אז מען קען נישט קלאגן פאר אזא סארט קוויד פרא קווא כאבאר אויסטויש נאר אויב דער באשולדיגטער האט פארשפראכן דורכצופירן "א געוויסע אקט" וואס מען קלאר קלאר ממחיש זיין, א שטייגער ווי עפעס וואס רעגירונג באאמטע וואלטן געקענט פארשטעלן אלץ זייער אגענדע און עפעס וואס מען גייט ערלעדיגן און וואס זיי ווילן דורכפירן אבער בלויז פארוואלקענטע פארשפרעכונגען אז מען וועט "ארבעטן פאר יענעם'ס בענעפיט" איז נישט אין כלל

טענה'ט פערקאוקא אז צוליב וואס די דזשורי איז געווארן אינסטרוקטירט נישט אין איינקלאנג מיט די סופרים קאורט אורטייל איז די פראצעס נישט אויסגעהאלטן

די צווייטע סירקוט האט עס אבער אפגעווארפן שרייבנדיג אז עס איז ריכטיג אז דער ריכטער האט נישט געגעבן די ריכטיגע אינסטרוקציע אין ליכט פון די סופרים קאורט אורטייל אבער זיי שטרייכן אונטער אז די אינסטרוקציע גרייז האט נישט געברענגט קיין ערנסטע שאדנס צו פערקאוקא ווייל אפילו מיט די ריכטיגע אינסטרוקציעס וואלטן דזשורארס געקומען צום זעלבן אויספיר זינט פערקאוקא האט געגעבן קלארע פארזיכערונגען פון ספעציפישע פראיעקטן וועלכע ער וועט ברענגן צום טיש

2) די צווייטע און פיל מער פונדאמענטאלע ארגומענט פון פערקאוקא איז געווען אז דער ריכטער האט פארארדנט די דזשורי אז זיי קענען באזירן זייער באשלוס אויך אויף די שריט פון פערקאוקא אין די COR שווינדל טראץ וואס עס האט פאסירט שוין נאך וואס ער האט פארלאזט זיין רעגירונג אפיס און אריבער ארבעטן פאר קאומא'ס קאמפיין "אזוי לאנג ווי ער האט דאמינירט און קאנטראלירט סיי וועלכע רעגירונג ביזנעס און מענטשן אין די רעגירונג האבן זיך פארלאזט אויף אים צוליב די ספעציעלע פארבינדונג ער האט געהאט מיט די רעגירונג"

געוענליך איז אנגענומען אז ווען עמיצער וועלכע איז איינגעשטעלט אין די רעגירונג נעמט געלט אין אויסטויש פארן פארזיכערן געוויסע רעגירונג שריט הייסט יענער א קרוק אבער אויב איז יענער א פריוואטע בירגער איז יענער וואס מיר רופן א לאביאיסט

וואס בלייבט אומאנטשידן איז ווען עימיצער האט צוליב סיי וועלכע סיבה (אנגעהויבן פון זיין פריערדיגע פאזיציע אין די רעגירונג און ווייטערדיגע אליאנץ מיט מאכטפולע ערוויילטע באאמטע און געענדיגט ביי פאמיליע מיטגלידער פון ערוויילטע באאמטע און אלעס אינצווישן) שטארקע איינפלוס אויף די רעגירונג אבער ער איז פארט א פריוואטע בירגער

די צווייטע סירקוט קאורט האט געשריבן אז אין אט די אינסטרוקציע זעען זיי נישט קיין פראבלעם און עס איז באזירט אויף זייער פריערדיגע פרעצעדענט אז אן אנגעקלאגטער מוז נישט האלטן אן אפיציעלע רעגירונג פאזיציע צו קוואליפיצירן פאר אזא סארט שווינדל

די סירקוט קאורט האט באזירט איר אורטייל אויף די "מעריגאטא" אורטייל דורך די זעלבע באנק מיט ארום 40 יאר צוריק וועלכע האט געשריבן אז אזעלכע וואס האבן דאמינאנץ אויף די רעגירונג קענען ווערן אנגעקלאגט אויף אזעלכע פארברעכנס

די פראבלעם איז אבער אז די "מעריגאטא אורטייל" איז געווארן ארויסגעווארפן דורך די סופרים קאורט צוליב אן אנדערע אישו וועלכע זיי האבן געהאלטן אז יענע ספעציפישע קלאגע אין די מעריגאטא קעיס האט אריינגענומען אנדערע פאקטארן וועלכע קאנגרעס האט נישט איינגעשלאסן אינעם געזעץ אבער די סופרים קאורט האט קיינמאל נישט אדרעסירט אונזער ספעציפישע פראגע אויב צו קענען ווערן באשולדיגט אויף אזעלכע סארט שווינדל פארלאנגט זיך צו באזיצן א פארמאלע רעגירונג פאזיציע

קאנגרעס האט אויך קיינמאל נישט קלארגעשטעלט די פראגע ווען זיי האבן ארגינעל געשריבן די געזעץ איבער אזא פארברעך און שפעטער ווען זיי האבן דורכגעפירט א געזעץ וועלכע זאל איינשליסן דאס וואס די סופרים קאורט האט גע'טענה'ט איז חסר מן הספר וואלטן זיי אויך געקענט קלארשטעלן די פראגע אויב מען קען קלאגן עימיצן מיט מאכט און איינפלוס טראץ וואס ער ארבעט נישט אפיציעל אבער זיי האבן עס נישט געטוהן

אין די איצטיגע קעיס מיט פערקאוקא האט די צווייטע סירקוט באשלאסן אז מיט דעם וואס קאנגרעס האט צוריקגעשטעלט מעריגאטא סארט קעיסעס אלץ פארברעך אויף די ביכער (צו דעקן די לאך וואס די סופרים קאורט האט געפונען אינעם געזעץ) איז עס אינגאנצן צוריק (טראץ וואס נישט קאנגרעס און נישט די סופרים קאורט האבן אדרעסירט די ספעציפשע פראגע פון פריוואטע בירגער מיט איינפלוס אויף די רעגירונג האט זיך די סירקוט אויך פארלאזט אויף א סטעיטמענט וואס דאן סענאטאר דזשאו ביידען האט געמאכט ביים קלארשטעלן די געזעץ וואס פון אים איז משמע אז מען האט יא געמיינט אריינצונעמען אזעלכע סארט בירגער אינעם געזעץ)

אצינד האט האט די סופרים קאורט אקצעפטירט אויסצוהערן די סימעלעני קעיס און דעצידירן "אויב די רעכט צו קאנטראלירן דאקטרינע איז אויסגעהאלטן

די צווייטע קעיס וועלכע זיי האבן אנגענומען איז די פערקאוקא קעיס און זיי וועלן באשליסן "אויב פריוואטע בירגער מיט איינפלוס אויף די רעגירונג קענען ווערן געקלאגט מיט א פעדעראלע קלאגע פון פארלעצן די צוטרוי וואס די פובליק האט אין זיי פארן ערלעדיגן רעגירונג טובות אין אויסטויש פאר געלט"
פערקאוקא'ס אדוואקאט יעקב ראטה האט פארפירט אז די רעגירונג טעאריע וועט קרימינאליזירן פאליטישע לאביאונג

ריכטערין קעיגען האט געזאגט פאר ראטה אדוואקאט: דו קענסט עס דרייען אויף עטליכע ווערסיעס ביז צו א פונקט ווי א פובליק באאמטע וועהלט אויס צו רעזיגנירן פון אפיס יעדע מאהל וואס ער וויל אקעצפטירן כאבאר און לויפט נאכאמאהל פאר אפיס איינמאהל ער האט געענדיגט נעמען כאבאר

עס מוז זיין עפעס אומאויסגעהאלטן מיט אזא פירונג האט קעיגען געזאגט

אבער טראץ די זארג פון די ריכטער אז די פערקאוקא שטעלונג איז צו לייכטזיניג און שליסט איין לעכער וועלכע ערלויבט קארופציע האבן זיי אויסגעדרוקט פיל מער זארג אז די רעגירונג שטעלונג גייט צו ווייט און וועט באדראען לאביאיסטן און אז די טיהר ארויס צו רעטייערן פון רעגירונג פאסטנס צו די די פריוואטע סעקטאר איז איינס וועלכע וועט זייער גרינג פירן צו טורמע צעלן אונטער די רעגירונג טעאריע

געהילף סאליסיטאר דזשענעראל ניקאול ריוועס האט געמאכט די קעיס פאר די רעגירונג און אנגעוויזן אז אפילו נאכן אפיציעל אויפגעבן זיין טיטל האט נאך פערקאוקא אומעמטליך אנגעהאלטן זיין פאזיציע און ווייטער גענוצט זיין אפיס און אפיציעלע טעלעפאן און אין איין פאל זיך גאר באטייליגט ביי א רעגירונג מיטינג

ריוועס האט גע'טענה'ט אז מענטשן קענען זיין גאר אפעקטיוו און שטופן אנדערע צו נעמען שריט טראץ וואס זיי אליין טראגן שוין נישט אן אפיציעלע טיטל און קענען מער נישט טיילן באפעלן אויף די אייגענע האנט

זי האט פארגעלייגט א טעסט וועלכע פון 3 פאקטארן וועלכע קענען באצייכענען עימיצען אלץ איינער וועלכע פונקציאנירט ווי א רעגירונג באאמטע און ווערן אנגעקלאגט מיט כאבאר קלאגעס

1) אויב אנדערע רעגירונג איינגעשטעלטע אנערקענען יענעם אלץ עימיצער וועלכע טוט אפעקטיוו אפערירן אלץ א רעגירונג איינגעשטלעטער
2) אויב דער באטרעפנדער האט די מאכט צו באפעלן אנדערע איינגעשטעלטע צו נעמען געוויסע שריט
3) אויב יענער לאזט שפורן און צייכנס פון א רעגירונג ראלע

די ריכטער זענען אבער געווען כמעט איינשטימיג דערקעגן און ריכטער ראבערטס האט קאמענטירט אז עימיצער קען נאכקומען די טעסט טראץ וואס יענער האט נישט סיי וועלכע אפיציעלע פאראנטווארטליכקייט

ראבערטס זאגט אויך אז אז די רעגירונג שטעלונג קוקט אויס ווי א פארזוך צו צוברעכן די קאנצעפט פון פאליטישע מאכט

ריכטערין קעיגען האט רעאגירט זאגנדיג אז טראץ וואס עימיצער אינווייניג אין די רעגירונג איז באוואוסטזיניג צום פאקט אז א פריוואטע בירגער פונקציאנירט און אפערירט אומעמטליך אלץ א רעגירונג באאמטע וואלט א דדרויסנדיגער -ווי צום ביישפיל, א קליענט וועלכע זוכט לאביאונג סערוויסעס- נישט געהאט סיי וועלכע וועג צו וויסן אז דער באטרעפנדער קען אויפטוהן אזויפיל אינווייניג אין די רעגירונג אלץ זיין אומעמטליכע מאכט

דער דרויסנדיגער ווייסט בלויז אז יענער נוצט זיינע געוועזענע קאנטאקטן פאר רוטינע לאביאונג פראקטיצירונגען וואס איז פולשטענדיג אויסגעהאלטן און איז גענצליך אומוויסנד אז יענער האט אין פאקט גאר אסאך מאכט (מער פון געווענליכע לאביאונג איינפלוס) צוליב סיי וועלכע סיבה

טענה'ט קעיגען אז אויב זאל מען באצייכענען דעם אומעמטליכן מאכטפולן פיגור אלץ א רעגירונג איינגעשטעלטע איז עס עפעס וואס דער קליענט וועלכע נוצט זיין סערוויס ווייסט נישט דערוועגן און וועט אומשולדיג צאהלן געלט פאר יענעם צו נוצן זיינע סערוויסעס איז זיך שפעטער טרעפן פארכאפט אין קלאגעס פאר גיבן כאבאר אין די צייט וואס לויט די פארשטאנד פונעם קליענט האט ער בלויז באצאהלט פאר לעגיטימע לאביאונג סערוויסעס

ריכטער גארסוטש האט געוואלט פארשטיין פון וואנעט ריוועס נעמט איר 3 טיילן טעסט און איר אויפגעמער'ט אז עס געפונט זיך נישט אזא טעסט סיי וואו אין די געזץ ביכער פון פעדעראלע שוחד געזעצן

ווען ריוועס האט רעאגירט זאגנדיג אז די פאקטארן זענען פארקערפערט אין די נאטור פון זיין א פובליק באאמטע איז גארסוטש געבליבן אומצופרידן

ריכטער אליטא האט געפרעגט פון ריוועס צו אדרעסירן א ביישפיל פון עימיצער וואס איז א אויסנאם געלונגענע לאביאיסט און א יוגנט פריינד פון אן ערוויילטע באאמטע וואס גייט שפעטער אריבער ארבעטן פאר זיין פריינד'ס קאמפיין

ריוועס האט אנערקענט אז אזא מענטש וואלט נישט בייגעשטאנען די טעסט ווייל די מינימאלע איינפלוס איז נישט גענוג צו ווערן באשולדיגט אין קארופציע געזעץ פארלעצונגען זינט יענער וואלט נישט פונקציאנירט אלץ א רעגירונג איינגעשטעלטע טראץ די גאר נאנטע פארבינדונג מיטן פאליטיקאנט

אליטא האט ווייטער געהאמערט אז טייל לאביאיסטן האבן גאר גוטע פארבינדונגען וועלכע פארוואנדלען זיי אלץ גאר פעאיגע מענטשן אין זייערע דזשאבס און ער האט זיך געוואונדערט אויב אן אורטייל אין די קעיס קען קרימינאליזירן סופער סופער אפעקטיווע לאביאיסטן

גארסוטש האט זיך אריינגעמישט און אפגעשלאגן איר באהויפטונג זאגנדיג אז וואשינגטאן די סי איז פיל מיט אזעלכע סארט טיפן און אז נאנטע ראטגעבער צום פרעזידענט ווערן אפט גענומען גאר ערנסט צוליב זייער איינפלוס און אז אונטער די רעגירונג טעאריע אינעם קעיס קען מען זיי רואיג באצייכענען אלץ דע פאקטא רעגירונג באאמטע אדער אמווייניגסטנס וואלטן זיי געדארפט אריבערגיין א לאנגע פארצויגענע פראצעס אין וועלכע די געריכט זאל אנאליזירן און באשליסן אויב זיי פאלן אונטער די קאטעגאריע

ריכטערין דזשעקסאן האט געבעטן פון ריוועס צו צו פונאנדערשיידן צווישן פערקאוקא און א געווענליכע לאביאיסט זאגנדיג אז די ריוועס טעסט שיינט אריינצושמירן אזעלכע וועלכע בלייבן אינווייניג אין די רעגירונג טויער פאר אביסל לענער און שפאנען נישט ארויס א מינוט נאכן רעטייערן אער אזעלכע וועלכע בלייבן אין פארבינדונג מיט געוועזענע רעגירונג קאלעגן

ריכטערין קעיגען האט אויך אויסגעקוקט איינשטימיג מיט די טעסט און ביי די מיינונג אז אפילו אויב פערקאוקא איז שולדיג איז אבער די טעסט עפעס וואס גייט צו ווייט אריינצוכאפן אנדערע אין נעץ זאגנדיג פאר ריוועס: די שטארקסטע פונקט אין דיין קעיס איז די פאקט אז פערקאוקא האט געהאלטן בעפאר א רעגירונג פאזיציע און גענומען שריט זייענדיג אין די פראצעדור פון פירן קאומא'ס קאמפיין

זאגט קעיגען אז די רעיגורנג טעסט פארלאנגט ניטאמאהל אז מען זאל דארפן האבן אזא אזא מאכטפולע בעקגראונד נאר אפעקטירט אויך אזעלכע מיט פיל ווייניגער איינפלוס

זי האט געשטעלט א ביישפיל פראגע צו ריוועס פון עימיצער וועלכע איז נישט געווען איינגעשטעלט אין די רעגירונג און איז נישט ערווארטעט צו באקומען א רעגירונג פאסטן אינעם צוקונפט אבער טוט פארט נאכקומען די רעגירונג טעסט פאקטארן אויספירנדיג אז אין פאקט זעהט זי נישט אזא היכי תימצי פאסירן אין פראקטיק סיידן יענער איז א גאר געשליפענע און אפעקטיווע לאביאיסט

ריכטערין סאטאמאיאר האט געוואלט פארשטיין פארוואס ריוועס דארף צוקומען צו באצייכענען יענעם אלץ "פונקציאנירנדע" (דע פאקטא אנשטאט אן אפיציעלע טיטל) רעגירונג באאמטע און באגנוגט זיך נישט מיטן באשולדיגו אז דער פריוואטע בירגער "פירט זיך אויף" ווי א רעגירונג אגענט וואס איז לייכטער מתקבל על הלב

ריכטער טאמאס איז געקומען פון גאר א צווייטע ווינקל און געטאדלט ריוועס פארוואס עס האט אויסגעפעהלט אזא ברייטע פעדעראלע אנקלאגע אין די צייט ווען עס וואלט ווען געקענט פונקט אזוי זיין ניו יארק סטעיט וועלכע זאל ברענגן סטעיט קלאגעס

טאמאס האט אויסגעפירט אז עס קוקט אים אויס אז די פעדעראלע רעגירונג האט זיך בלויז צוגעכאפט אויסצונוצן א פעדעראלע געזעץ אין א פארזוך איינצושטעלן עטישע סטאנדארטן אין סטעיט אקטיוויטעטן
די סופרים קאורט האט איצט איינשטימיג געאורטיילט אין שטיצע פון פערקאוקא און סימינעלי
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

9-0, וואוי!

דאס איז א רעקארד ברעקינג נייעס. אגב.

(אויב איינער וויל וויסן וואספארא פנים אלווין ברעג׳ס לעגעסי וועט טראגן אין 10 יאר ארום.. איז פריעט בארארא ימ״ש א גוטע ביישפיל.)
רשעות קאלטע סעלצער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין 1988 למספרם האט קאנגרעס אויסגעברייטערט די אימיגראציע און נאציאנאליטעט אקט וועלכע רעגולירט אימיגראציע צו ערלויבן פאר אימיגראציע אויטאריטעטן צו אויטאמאטיש דעפארטירן לעגאלע רעזידענטן וועלכע פארמאגן נישט קיין אמעריקאנע בירגערשאפט אויב זיי זענען באגאנגען ערנסטע פעלאני פארברעכנס און קאנגרעהאט אויסגעברייטערט די ליסטע פון וואס עס ווערט אלץ באצייכנט אלץ ערנסטע פארברעכנס צו דעקן פעלאני'ס פארבונדן צו אבסטראקשען אוו יוסטיץ
די סופרים קאורט האט קלארגעשטעלט אז אזא סארט אבסטראקשען אוו יוסטיץ באדייט אז עימיצער האט געטשעפעט מיט "א פענדינג אדער אנגייענדע פראצעדור אויסצופירן יוסטיץ"

די באורד אוו אימיגראציע אפעלאט וועלכע אפערירט אונטער י יוסטיץ דעפארטמענט וועלכע קוקט איבער באשלוסן פון אימיגראציע ריכטער האט לעצטנס געשריבן אז "זיך מישן מיט אן אויספארשונג וואס (איז נאכנישט געעפנט אבער) קען ווערן פאראויסגעזעהן (אז עס גייט געעפנט ווערן) איז גענוגצו קוואליפיצירן אלץ א פארברעך פאר וועלכע מען קען ווערן דעפארטירט

דזשעין פודזשין איז אן אפריקאנער אפשטאמיגער וועלכע וואוינט שוין אין אמעריקא זינט 1985 למספרםווען ער האט זיך באזעצט אין לאנד אלץ לעגאלע פערמענאנטע רעזידענט

אין 2014 למספרם האט ער זיך דערקלערט שולדיג אין א געריכט אין ווירדזשיניע מיטן בייזוויליג ארויסהעלפן אין א פעלאני פארברעךאון געווארן פאראורטיילט צו א יאר טורמע

פערנאנדא גארסיא איז א מעקסיקאנע בירגער וועלכע וואוינט שוין אין אמעריקא זינט 1965 למספרם אויך אלץ א לעגאלע רעזידענט און איז געפונען געווארן שולדיג אין 2009 למספרם אין א קאליפארניע געריכט מיטן איבערפאלן און טשעפען פאציענטן וועלכע ער האט באהאנדלט אלץ פסיכאלאג פאר די סאנטא בארבארא קאונטי און פארן שאנטאזשירן אן עד אז יענע זאל נישט באריכטן די פארברעך

די באורד אוו אימיגרעישאן האט אפגעווארפן די אפעלאט פארזוך פון ביידע און ביידע האבן אפעלירט זייערע קעיסעס צו די פעדעראלע סירקוט קאורטס

פודזשין וואוינט אין ווירדזשיניע אין די פערטע קרייז געריכט האט געגעבן רעכט פאר די אימגראציע באורד אבער גארסיא איז מער מזל'דיג צו וואוינען אין קאליפארניע וואו זיין קעיס איז אנגעקומען צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט יא געארטיילט אין זיין שטיצע

ביידע קעיסעס זענען געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט (די ערשטע דורך פודזשין און די צווייטע דורך די רעגירונג) און געווארן צוזאמגעשמאלצן דורך די סופרים קאורט עס אויסצוהערן צוזאמען

די דעבאטע ארום די געזעץ איז צוליב וואס קאנגרעס האט נישט ארויסגעשריבן ביים צולייגן די אבסטראקשען קלאגע צו די דעפארטאציע ליסטע אויב זיי רעדן בלויז פון שטערן אנגייענדע אויספארשונגען אדער אויך פון שטערן אויספארשונגען וועלכע קענען זיך עפענען אין א ליאדע מינוט

פודזשין און גארסיא ערקלערן אז נאך איידער קאנגרעס האט צוגעלייגט די אבסטראקשען פארברעך צו די ליסטע אין 1996 למספרם האט שוין די געריכט אפגעטייטשט די באדייט פון אבסטראקשען לגבי אנדערע געזעצן (נישט אימיגראציע געזעצן) אויף אויספארשונגען וואס זענען שוין געעפנטאיינע פון די צוויי סופרים קאורט אורטיילן איז געווארן געשריבן אין 1995 למספרם פונקט א יאר בעפאר קאנגרעס האט צוגעלייגט אבסטראקשען צו די דעפארטאציע ליסטע און קאנגרעס האט געזאלט זיין באוואוסטזיניג איבער די געריכט אויסטייטש און אויב האבן זיי זיך נישט איבערגעשטרענגט צו ערקלערן וואס זיי מיינען מיט אבסטראקשען איז צום גלויבן אז זיי האבן אינזין געהאט די געיכט אפטייטש פון אבסטראקשען

די רעגירונג טענה'ט אז די איינפאכע אפטייטש פון "שטערן יוסטיץ" איז נישט באגרעניצט צו אן אפענע אויספארשונג און דאס שטערן אן אויספארשונג פון ווערן געעפנט איז פונקט אזוי אין כלל און אז ווען מען קוקט אריין אין די וועבסטער לעקסיקאן וואס טייטשט עס אפ זעהט מען אן אויסוואהל פון מערערע סארט אקטן אריינגערעכנט דאס טשעפען מיט "פאטענציאלע עדות"

פודזשין און גארסיא ווייזן אן אז אנדערע דיקשאנערי ביכער שליסן נישט פעלער וואס די אקט איז נישט פארבונדן צו אנגייענדע אויספארשונגען

ווען עס איז געקומען צו די מונדליכע ארגומענטן האבן זיך די ריכטער געמוטשעט צו טרעפן א קלארע וועג ארויס און ריכטער טאמאס האט עס באצייכנט די פארזוכן פון די געריכט ווי פרובירן צו טרעפן א באלאנס צווישן צוויי עקסטרעמען אן וואס עימיצער זאל אונז ארויסהעלפן אידענטיפיצירן אזא אפציע

דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל קורטיס גענאן האט געזאגט פארן געריכט אז די רעדער פון יוסטיץ קענען ווערן סאבאטאזשירט נאך איידער זיי הייבן זיך אן צו דרייען און אז איינע פון די בעסטע וועגן עס צו האלטן שטעקן איז מיטן פארזיכערן אז עס פאנגט זיך נישט אן צו דרייען און אז דאס איז געהעריגע אבסטראקשען

גענאן איז געווארן היבש געצימבלט דורך ריכטער ראבערטס, דזשעקסאן, קעיגען, בערעט און גארסוטש פון עטליכע ריכטונגען

מארטא האטאן האט רעפרעזענטירט פודזשין און האט ארגינעל אין איר שריפטליכע ארגומענט פארלאנגט גענצליך אויסצושליסן אבסטראקשען פון אויספארשונגען וועלכע זענען נאכנישט געעפנט אבער ביים פארהער נאכן קומען אונטער שווערע פראגן פון ריכטער אליטא און טאמאס האט זי אביסל אפגעטרעטן און געבעהטן אז די געריכט זאל פארלאנגען אז צו נוצן אבסטראקשען פאר דעפארטאציע זאל עס כאטש דארפן זיין איבער אקטן מיט א קאלרע כוונה פון אונטערהאקן געוויסע אויספארשונג ועלכע מען זעהט קלאר קומען

זי זאגט אז אזא פארלאנג וועט אויסשליסן די אלגעמיינע געדאנק פון נוצן די אבסטראקשען קלאגע יעדע מאהל ווען עימיצער טוט עפעס וואס קען מעגליך אויסקומען איבסל צו שטערן צוקונפטיגע אויספארשונגען

מארק פלעמינג האט פארטראטן גארסיא און ער האט זיך יא געהאלטן שטאנדהאפטיג צו זיין שריפטליכע ארגומענט און פארלאנגט אינגאנצן אויסצושליסן אבסטראקשען פון אויספארשונגען וועלכע זענען נאכנישט אפן

ריכטער קעווענאו איז געווען אומאיינשטימיג און ווידערהאלט די רעגירונג ארגומענט אז די בעסטע וועג פון אבסטראקשען איז צו שטערן אויספארשונגען נאך איידער זיי ווערן געעפנט

ריכטער אליטא האט געהאט נאך א פראבלעם מיט פלעמינג'ס פאזיציע אז עס קען זיין פראקטיש שווער צו באשליסן אויב אן אויספארשונג האט שוין אפיציעל אפן אדער נישטאבער פלעמינג האט עס אוועקגעמאכט זאגנדיג אז דאס דארף נישט זיין אזוי קאמפליצירט און אז די פראגע אויב אן אויספארשונג איז אפן איז איבער א פאקט און נישט אויב מיטן באגיין די אקט שפורט זיך עס ווי מען שטערט יוסטיץ

אליטא האט ערקלערט זיין זארג מיט א ביישפיל פון א ניי ערוויילטע דיסטריקט אטוירני וועלכע מאכט א פארשפרעכונג זיך צו נעמען איבער ארגאנאזירטע פארברעכנס און עס איז גאנץ פארשטענדליך וועלכע סארט פארברעכער ער פלאנט צו ציהלן און עימיצער וואס איז באזארגט אז מען גייט אים ציהלן כאפט אריין זיך צו פארבונדן אויף א זונטאג מיט א מעגליכע עד און מוטשעט יענעם נישט צו רעדן

אליטא האט ארויסגעברענגט אז וויבאלד דער דיסטריקט אטוירני קען נישט זעצן א גרענד דזשורי איידער מאנטאג ווען די געריכט איז אפן קען יענער אריינכאפן און שטערן יוסטיץ בעפאר די אויספארשונג ווערט געעפנט אבער אויב יענער וועט טוהן די זעלבע זאך ערשט דינסטאג האט שוין יענער פארשפעטיגט און דארף יא ווערן דעפארטירט?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עלטערן פון א סטודענט וועלכע לערנט אין א קאטוילישע הויך שולע אין טשארלסטאן דרום קאראליינע אינאיינעם מיט צוויי אנדערע סטודענטן האבן אריינגעטראגן א קלאס עקשאן לאוסוט אקעגן די קאלעדזש פארן פארלעצן די פריוואטקייט פון זייערע סטודענטן

די באשולדיגונג לויטעט אז די אפיסעס פון די שטאב איינגעשטעלטע אין די שולע האבן אויסגעקוקט צו די סטודענטן איבערטויש צימערן

די שולע האט גע'טענה'ט אז עס איז געווען וויכטיג צו האלטן אן השגחה אויף די תלמידים און א פעדעראלע דיסטריקט ריכטער האט ארויסגעווארפן די קלאגע זאגנדיג אז די קעגנער האבן נישט געברענגט באווייזן אז זיי זענען פאקטיש געווארן נאכגעקוקט

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום פערטן קרייז געריכט וועלכע האט אצינד אויסגעהערט מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס

#משגיח מן החלונות
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

הב הבל הב!!

ס'רעגנט ס'גיסט!

א דאנק!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ארחיקה נדד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 5:18 pm
הב הבל הב!!

ס'רעגנט ס'גיסט!

א דאנק!
יישר!

א דאנק פאר די פידבעק!
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

אויף הכל בין איך איינשטומינג, אבער הבל, אבערוואס.

דער עולם כאפט גארנישט וואס מיר פארמאגן דא.

טענקס הכל.
רצונינו לעשות רצוניך.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בוידעם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 5:49 pm
אויף הכל בין איך איינשטומינג, אבער הבל, אבערוואס.

דער עולם כאפט גארנישט וואס מיר פארמאגן דא.

טענקס הכל.
פשיהא!

שוין לאנג נישט געהערט

שטארק דאנקבאר!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער טאמאס קענט וועדערעל (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) בלאקירט אויף דערווייל א פלאן פון די ביידען אדמיניסטראציע ארויסצולאזן אימיגראנטן אויף די גאסן איינמאהל די פארהאלטונגס צענטערן ווערן איבערגעפולט

היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר מעיארקעס באצייכנט די ארדער אלץ שעדליך
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

ס’שרעקעדיג ווי ווייניג לייקס הבל באקומט אין די אשכול!

רבותי לאזט וויסן פאר דעם רעדאקטאר אז איר געניסט אויך פון דעם סאמע בעסטע אידישע ”געזעץ דשורנאל”....
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 9:37 am
פעדעראלע דיסטריקט ריכטער טאמאס קענט וועטערעל (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) בלאקירט אויף דערווייל א פלאן פון די ביידען אדמיניסטראציע ארויסצולאזן אימיגראנטן אויף די גאסן איינמאהל די פארהאלטונגס צענטערן ווערן איבערגעפולט

היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר מעיארקעס באצייכנט די ארדער אלץ שעדליך
יוסטיץ דעפארטמענט אפעלירט די ארדער
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג מאי 16, 2023 9:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צוריק אין 2013 למספרם האט טראמפ אפגעקויפט די ליעס פון די דאן פאסט אפיס געביידע אין וואשינגטאן די סי און עס פארוואנדלט אין א טראמפ האטעל

טראמפ האט מיט א יאר צוריק פארקויפט די ליעס אבער עטליכע דעמאקראטישע קאנגרעס מיטגלידער האבן אריינגעטראגן א פארלאנג אין געריכט צו באקומען דאקומענטן פון די אלגעמיינע סערוויסעס אדמיניסטראציע וועלכע פארפיגט איבער פעדעראלע רעגירונג ריעל עקסטעיט איבער דעטאלן פון די 2013 למספרם ליעס

די ביידען אדמיניסטראציע אקעגן די רעכט פון קאנגרעס מינאריטעט מיטגלידער צו קענען האבן צוטריט צו די דאקומענטן אבער א די סי קרייז געריכט האט געאורטיילט אין שטיצע פון די קאנגרעס מיטגלידער

די אדמיניסטראציע האט אפעלירט די באשלוס צום סופרים קאורט וועלכע האט איצט אינדערפרי געמאלדן אז זיי גייען אויסהערן די קעיס אינעם קומענדיגן סעסיע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צוריק אין 1905 למספרם האט יואל ראס, א א איד פון פוילן געעפנט זיין ביזנעס מיטן סערווירן -פאר פריש אנגעקומענע אידישע אימיגראנטן וועלכע האבן זיך באזעצט אין איסט סייד ניו יארק- פולישע שוואמען וואס ער פלעגט ארומטראגן אויף זיינע פלייצעס

מיט די צייט האט ער געלייזט גענוג געלט זיך צו קענען איינהאנדלען א וועגעלע ארומצופירן די שוועמלעך און דאן אויסגעברייטערט אפעראציעס מיטן צולייגן צו זיין מעניו געפיקלטע הערינג פישלעך

מיט א קנאפע צענדליג יאר דערויף האט יואל געעפנט זיין ערשטע געשעפט א גאס אוועק פון וואו זי שטייט נאך ביז היינט אויף איסט יוסטאן סטריט און אריינגעברענגט זיינע דריי טעכטער אים ארויסצוהעלפן פירן דאס געשעפט וועלכע ער האט א נאמען געגעבן ראס און טעכטער

אין 2014 למספרם האט די לעגענדארע געשעפט געעפנט צוויי פרישע פיליאלעס (איינס פון זיי איז געווען די כשר'ע רעסטוראנט אין די אפער איסט סייד אידישע מוזעאום וועלכע האט זיך אפגעשפארט פאר אייביג נאך די ווירוס אויסברוך)

אין ליכט פון די לעצטיגע נייעס אויפדעקונגען ארום סופרים קאורט ריכטער וועלכע האבן נישט איינגעמאלדן איבער געשאנקן וועלכע זיי האבן באקומען פון רייכע פריינד ווערט באקאנט אז ריכטערין קעיגען האט אויך געהאט איז אויך געפרואווט געווארן מיט אן ענליכע נסיון און צו איר קרעדיט איז זי עס בייגעשטאנען

די עפיזאד גייט צוריק צו 2021 למספרם ווען א גרופע פרויען וועלכע האבן געלערנט אינאיינעם מיט פרוי קעיגען אין די האנטער הויך שולע און האבן באשלאסן צו שיקן א באגרינסונג פאר זייער אלטע פריינדין און זיך פארבונדן מיט קעיגען און איינגעמאלדן אז זיי ווילן איר שיקן א מאלצייט פון בייגלס מיט לאקס פיש באשטעלט די ראס און טעכטער געשעפט (קעיגען איז א איד)

אבער קעיגען האט עס אפגעזאגט זייענדיג באזארגט אז עס איז נישט אין איינקלאנג מיט די עטישע פארשריפטן פון די געריכט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צוריק אין 1973 למספרם האט א פראמינענטער מוזיקאנט געשריבן א ליד אינאיינעם מיט עד טאונסענד וועלכע איז געווארן שטארק פאפולער

ביידע פון זיי לעבן שוין נישט ( דער ערשטער פראמינענטער מוזיקאנט איז איז געשאסן געווארן דורך זיין פאטער ווען ער האט פרובירט צו אינטערווענירן אין זיין פאטער'ס שלום בית פראבלעמען) אבער טאונסענד'ס טאכטער, קעטרין גריפין טאונסענד, ארבעט צו באשוצן די קאפי רעכטן פון איר טאטן'ס ווערק און ווען דער בריטישער 32 קאמפאזיטאר און זינגער עד שערען איז ארויסגעקומען מיט זיינס א ליד אין 2014 למספרם האט זי אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן אים

שערען איז געווארן באשולדיגט אין פלעגעריזם מיטן רויבן פון טאונסענדס ליד ביים שרייבן זיין 2014 למספרם ליד וועלכע איז געווארן גאר שטארק פאפולער איבער די וועלט און איז געזעהן געווארן עטליכע ביליאן מאהל דורך מענטשן אויף סאושעל מידיא

די קעיס ציהט זיך שוין אין די געריכטן פאר זעקס יאר צייט און אצינד האט פעדעראלע דיסטריקט ריכטער לואיס סטענטאן ענדליך אויסגעהערט געזעצט א דזשורי אויסצוהערן די קעיס

סטענטאן איז די עלטסטע ריכטער אינעם דרום ניו יארק דיסטריקט געריכט און איז 95 יאר אלט

בען קראמפ האט פארטראטן די קלעגער און אנגעוויזן צווישן אנדערן אז ביי א קאנצערט אין דייטשלאנד האט שערען געמאכט פארגעשטעלט זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן און צוזאמגעשמאלצן ביידע לידער

אילענע פארקאש האט רעפרעזענטירט שערען און עס אפגעווארפן זאגנדיג אז עס איז אןאפטע ערשיינונג פון שערען צו מאכן קוגלען פון עטליכע לידער וועלכע לויפן אינעם זעלבן שניט אבער דאס באדייט נישט אז ווען ער האט עס קאמפאזירט האט ער בכוונה אדער אומדירעקט גערויבט געדאנקן פון דארט

די ענליכקייטן צווישן די צוויי לידער איז בלויז ווען עס קומט צו די קאורדס און ריטעם וואס זי באצייכנט אלץ די אונטערלאגע פאר מוזיק אויף וועלכע די מעלאדיע ווערט אויפגעבויעט און אז קיינער פארמאגט נישט קיין עקסקלוסיווע רעכט איבער דעם אזוי לאנג ווי די מעלאדיע זעלבסט איז ניי

אין לויף פונעם פראצעס האט שערען געשפילט מיט זיין גיטאר זיצנדיג אויפן עדות שטוהל און געצייגט פאר די דזשורארס ווי אזוי זיין ליד איז אנדערש פון די טאונסטענד ליד

שערען האט געהאט געווארנט די דזשורי אז אויב גייען זיי אים געפונען שולדיג גייט ער רעטייערן פון מוזיק און נאך צוויי שטונדן פארהאנדלונגען איז די דזשורי צוריקגעקומען מיט אן אורטייל אז די ליד איז נישט גערויבט

שערען איז געווען גאר צופרידן און זיך געשטעלט פאר א בילד מיט איינע פון די דזשורארס וועלכע האט פארצייילט אז ביים אנהויב פון די פארהאנדלונגען איז גראדע נישט געווען אן איינשטימיגע צוגאנג איבער די אישו און ערנסטע דעבאטעס איבער ווי אזוי צו אורטיילן

שערען איז אויך צוגעגאנגען צו זיין קלעגער גריפין און די צוויי האבן גערעדט פאר 10 מינוט און גריפין האט דערנאך געזאגט אז זי איז גאר באאיינדרוקט פון שערען'ס אקט איר צו אנגאזשירן נאך יארן פון שטרייט אז זי איז צופרידן מיט זיין זיג און עס איז א באווייז אז די קעיס איז געווען איבער פרינציפ און נישט עפעס פערזענליך
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א הויכראנגיקע איינגעשטעלטע אינערהאלב די אפיס פאר נאציאנאלע שפיאנזש איז געשטעלט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק צו שטיין אין שפיץ פון די רעאקציע פון די אפיס צו די עדווארד סנאודען אויפדעקונגען

די סענסיטיווע און אנגעשטרענגטע פאסטן האט געטוהן דאס איריגע און שווער געווירקט אויפן אנאליסט וועלכע האט זיך אנגעהויבן מוטשען מיט דעפרעסיע און אויף די אנווייזונגען פון איר דאקטאר האט זי פארלאנגט אז מען זאל איר ערלויבן צו נעמען א מאנאט וואקאציע

אירע אויבערהארן האבן אפגעזאגט איר פארלאנג און נישט מיטגעטיילט אז זי איז בארעכטיגט דערצו לויטן געזעץ

נאך וואס זאכן האבן זיך פארערגערט האט זי אנגעהויבן פעהלן אדער קומען מערערע מאהל שפעט צו די ארבעט און ווען זי האט צייט שפעטער זיך איינגעגעבן פאר א סייבער סעקיוריטי פאזיציע האט מען איר אפגעזאגט

א געראטשקע איז אנטשטאנען און זי האט אריינגעטראגן א לאוסוט אין די געריכט האט עוונטעול פארארדנט די רעגירונג איר צו באצאהלן א פיל קלענערע סומע ווי זי האט פארלאנגט פאר דעם וואס מען האט איר נישט ערלויבט צו נעמען אורלויב אבער אצינד קריגט מען זיך אויס אויב דאס אפזאגן איר אפליקאציע פאר די סייבער דזשאב איז געקומען צוליב זיך נישט צושטעלן צום סקעדזשועל אפילו נאך איידער די אינצידענט (ווי די רעגירונג טענה'ט) אדער איז די באשלוס באזירט אויף איר דעפרעסיע פארגאנגנהייט

די פערטע קרייז געריכט האט אצינד אויסגעהערט מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פאליציי אפיציר אין מינעסאטע האט אפגעשטעלט אן אויטאמאביל נאך וואס א גערוך פון מאריוואנא איז ארויסגעדרונגען פון דארט

ער האט באפוילן פארן דרייווער און פאסאזשיר ארויסצוגיין און אונטערזוכט די אויטאמאביל און גלייכצייטיג פארארדנט פאר די פאסאזשיר עמבער באראו איבערצולאזן איר האנט באגאזש אינווייניג

באראו האט איבערגעלאזט דארט איר פאקעט בוק און דער אפיציר האט אנדעקט דארט עטליכע אומלעגאלע טאבלעטן

באראו האט אריינגעטראגן אנקלאגע אקעגן די אונטערזוכונג פון איר טאשקע אן קיין ווארענט און איר אדוואקאט אביגיל ראנקין האט גע'טענה'ט אז פונקט אזוי ווי דער דרייווער, א מאנס פערזאן האט נישט געדארפט איבערלאזן זיין בערזל אין די אויטא וואלט זי אויך געדארפט קענען האלטן איר טאשקע אנגעטוהן זינט עס איז אויך א זאך וואס מענטשן האלטן אנגעטוהן אויף זיך און דארף ווערן באטראכט ווי א טייל פונעם מענטש און נישט אזוי ווי אנדערע ארטיקלען געהאלטן אין די אויטאמאביל וועלכע דארפן נישט קיין ווארענט פאר אונטערזוכונג

די סטעיט סופרים קאורט האט אצינד געאורטיילט אקעגן באראו און געזאגט א דאס וואס די סטעיט סופרים קאורט האט געשריבן צוריק אין 1996 למספרם (און די אמעריקאנע סופרים קאורט האט געשריבן ענליכס) אז אזא טאשקע דארף א סוירטש ווארענט האבן זיי גערעדט ווען עס ווערט אונטערזוכט ביי יענעם אינדערהיים אבער ווען עס ווערט געפונען אין אן אויטאמאביל איז עס אנדערש און זי באזירט עס אויף א סופרים קאורט אורטייל וועלכע האט געשריבן אז מענטשן ערווארטן נישט גענוי די זעלבע פריוואטקייט און אין אויטאמאביל ווי ביי זיך אין שטוב

אויף די טענה אז פרויען ווערן דיסקרימינירט צוליב וואס זיי האלטן זייערע פריוואטע זאכן אין א טאשקע אין די צייט וואס מענער האלטן עס אין בערזל וואס ווערט נישט אונטערזוכט זייענדיג אין טאש שרייבט די געריכט אז מענער קענען פונקט אזוי טראגן אלע סארט זעקלעך און רוקזעק וואס וואלט יא געווארן אונטערזוכט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גלעישער נארטוועסט איז א סיעטל וואשינגטאן באזירטע קארפארעישאן וועלכע פארקויפט גרייט אויסגעמישטע קאנקריט פאר ביזנעסער אין די סטעיט און פארמאגט א פלאטע פון 80 ביז 90 צעמענט טראקס וואס דעליווערן די צעמענט

די לאקאלע יוניאן וועלכע פארטרעט אירע דרייווער האט אין 2017 למספרם נאך דורכגעפאלענע פארהאנדלונגען פאררופן א סטרייק אויף א באשטימטע צייט אין טאג ווען עס זאל אריינגיין אין קראפט

אין די באשטימטע צייט האבן אלע טראקס וועלכע זענען שוין געווען פול מיט צעמענט און נאכנישט באוויזן אויסצולערן די אינהאלט צו די קאנסומער זיך צוריקגעדרייט צום פארקינג לאט און איבערגעלאזט די טראקס אבער עס געלאזט אנגעצונדן אז די צעמענט זאל זיך נישט פארהארטעווען אינווייניג
נאך א וואך צייט איז מען זיך דורכגעקומען

אויף א נייע אפמאך אבער אין טייל טראקס זענען די צעמענט יא געווארן פארהארטעוועט און די טראקס זענען געגאנגען א גאנג

די פירמע איז נישט געווען גרייט צו פארציכטן אויף די שאדנס פון די צובראכענע טראקס און אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די יוניאן פארן שעדיגן זייער אייגנטום און באשולדיגט אז די צייט פאר די סטרייק אנהויב איז געווארן בייזוויליג באשטימט אויף א צייט ווען די טראקס זענען שוין פול צו שאפן מער שאדן מיטן רעכערונג אז עס וועט זיין שווער פאר די פירמע זיך צו ספראווען מיטן געמישטע צעמענט וואס קען נישט ווערן דעליווערט

די וואשינגטאן סטעיט סופרים קאורט האט ארויסגעווארפן די אנקלאגע זאגנדיג אז עס איז נישט פאסיג צו באהאדלען א סטעיט ארבעטער געזעץ אין א צייט וואס די שטרייט איז געדעקט אונטער די פעדעראלע געזעץ וואס איז די נאציאנאלע לעיבאר רילעישאנס אקט און קען ווערן באהאנדלט אין פעדעראלע געריכט

די יוניאן האט געפיילט א קלאגע פארנט פון די אגענטור וועלכע באשליסט אויב א יוניאן אויפפירונג איז אויסגעהאלטן (און דעריבער באשוצט אונטער די פעדעראלע געזעץ אקעגן סטעיט געזעצן) אז די פירמע האט געזוכט מיט די סטעיט קלאגע זיך נוקם צו זיין אין די ארבעטער איבער די סטרייק

די געריכט פרעצעדענט איז א אין מיינסטנס פעלער זענען יוניאן שטיק באשוצט פון קענען ווערן אנגעקלאגט אונטער סטעיט לעיבאר געזעצן סיידן ווען עס קומט צו סטעיט געזעצן וועלכע איז אזוי טיף איינגעווארצלט אין די געוויסן און פאראנטווארטליכקייט פון די סטעיט אינוואוינער אז עס איז נישט ראציאנאל צו זאגן אז מיט די פעדעראלע פרא יוניאן געזעץ האט קאנגרעס אינזין געהאט אוועקצונעמען פון סטעיטס צו קענען ארויפשטעלן אזא סארט געזעץ צו האלטן די ארבעטער אין די ראמען און אין אזא פאל איז דא אן "אויסנאם" צו די פעדעראלע געזעץ

גלעישער'ס ארגומענט איז צוויי פאכיג ווען פון איין זייט זאגן זיי אז אויסצורעכנען די צייט פונעם סטרייק פונקט נאכן אנלאדענען די צעמענט אבער איידער דאס אפלאדענען איז רויע סאבאטאזש מצד די יוניאנס און אזא אויפפירונג איז אזוי אומדערהערט אז עס ווערט גארנישט געדעקט אונטער די פעדעראלע געזעץ און דארף ניטאמאהל צוקומען צום "אויסנאם"

דאן לייגן זיי צו אז אפילו נניח אז עס איז יא געדעקט אונטער די פעדעראלע געזעץ איז עס געוויס אונטערן אויסנאם צוליב וואס עס איז גאר שטארק אין די סטעיט'ס אינטערעסן אז עס זאלן נישט זיין אנגעלייגט צובראכענע צעמענט פארהארטעוועטע טראקס

גלעישער האט געוואלט אנשרעקן די געריכט אז זיי זאלן מוזן ערלויבן זייער קעיס פאראויסצוגיין און קלארגעשטעלט אז זיי קענען מאכן א דריטע ארגומענט וועלכע וועט ווייניגער שמעקן פאר די ריכטער צו דארפן באהאנדלען און דאס איז א קאנסטיטוציאנאלע ארגומענט זאגנדיג אז אפילו אויב די פעדעראלע רעגירונג פארשטייט אז מען דארף באשוצן יוניאנס און צוליב דעם קען מען נישט זאגן אז די סטרייק איז נישט אויסגעהאלטן איז דאך אבער פארהאן די פיפטע אמענדמענט וועלכע רייבט אז אפילו אין פעלער וואס די רעגירונג האט גענוג א גוטע אויסרייד צו קאנפיסקירן/שאדן מאכן פריוואטע אייגנטום דארף מען צושטעלן פאר די אייגנטומער ארנטליכע אנטשעדיגונג

גלעישער פארשטייט גאנץ גוט אז די געריכט וועט נישט זוכן צו דארפן ענטפערן אזא פראגע און דעריבער פרובירט זי אריינצורוקן די געריכט אין ווינקל אז זי זאל זיי געבן גערעכט אויף די ערשטע צוויי ארגומענטן און אזוי ארום אויסמיידן די קאנסטוטציאנאלע פראגע

די ביידען אדמיניסטראציע איז איינשטימיג מיט גלעישער איבער די עצם טענה אז די יוניאן איז באגאנגען א וואנדאליסטישע סארט סטרקיי און דארף דעריבער נישט זיין באשוצט און אז די קעיס זאל ווערן צוריקגעשיקט צום סטעיט קאורט

איין שפאלט איז יא דא צווישן גלעישער און די רעגירונג פאזיציע איז איבער וואס זאל פאסירן איינמאהל מען גייט צוריק אין סטעיט געריכט

לויט גלעישער דארף מען צוריק אנהויבן פון אלף אבער די רעגירונג טענה'ט אז וויבאלד די די יוניאן האט געפיילט א קלאגע פארנט פון די אגענטור וועלכע באשליסט אויב א יוניאן אויפפירונג איז אויסגעהאלטן און יענע אגענטור פארמאגט די אויסשליסליכע יוריסדיקציע ארויסצוגעבן זייער אויסקוק איבער די פאקטן אין די קעיס דארף די סטעיט גערכיט אויסווארטן אז יענע אגענטור קאונסיל זאל פארטיגן זייער אויספארשונג און די סטעיט געריכט זאל אויסהערן זייער ווערסיע איידער זי אורטיילט אין די קעיס

ביי די מונדליכע ארגומענטן האבן ריכטערין סאטאמאיאר, קעיגען און דזשעקסאן פרובירט אויפצוקומען מיט א פאסיגע צווישנשייד צווישן שאדנס געשאפן צו אייגנטום וואס ווערט לייכט קאליע (א שטייגער ווי עסנווארג) אלץ קאנסקווענץ פון א סטרייק וואס זאל מעגליך יא ווערן באשוצט אונטער די פעדעראלע געזעץ און אקטיוויטעטן וועלכע פירן צו מער סארט ערנסטע וואנדאליזם און פערמענאנטע שאדן צו א פירמע'ס פלענט און געצייג זאל יא ארויספאלן פון די פעדעראלע באשיצונג

ריכטער ראבערטס האט פארגעשלאגן א ביישפיל און געפרעגט אויב אזא טעסט באדייט אז א יוניאן וואלט געמעגט פארארדענען זייערע מיטגלידער צו לאזן מילך זיך אויסגיסן אבער וואלט נישט געווען באשוצט אויב שיסן זיי אויס די קיען

איבער די פארלאנג פון די ביידען אדמיניסטראציע אז מען זאל צו ערשט לאזן די אגענטור וועלכע באשליסט אויב א יוניאן אויפפירונג איז אויסגעהאלטן ענדיגן זייער אויספארשונג האט ריכטער טאמאס געפרעגט פון גלעישער'ס אדוואקאט פארוואס ער איז דערקעגן און ריכטערין קעיגען האט אויך אויסגעדרוקט זארג וואס עס וועט פאסירן אויב די סטעיט קאורט הערט זאפארט איבער די קעיס און אורטיילט אין שטיצע פון די פירמע און שפעטער קומט די באורד ארויס מיט א באשלוס וועלכע גייט אין קעגנזאץ דערצו
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דעיוויד דובין איז געווען א שותף אין א פירמע וואס זיין פאטער וויליאם דזשאסעף האט געגרונדעט אין טעקסאס צוצושטעלן גייסטישע אונטערזוכונגען פאר יוגנטליכע אין עמורזשענסי שעלטערס

זייער אפיס איז געווען ענראלד מיט מעדיקעיד וואס מיינט אז זיי זענען אונטערגעווארפן אונטער די מעדיקעיד פארשריפטן און רעגולאציעס

די פעדעראלע רעגירונג האט געקלאגט פאטער און זוהן פארן איבעררעכענען מעדיקעיד פאר א באהאנדלונג וועלכע ער האט געגעבן פאר א פאציענט און טראץ וואס זיי לייקענען נישט אז מען האט יענעם באהאנדלט טענה'ן זיי אז זיי האבן צוגערעכנט פאר געוויסע סערוויסעס וועלכע זיי האט נישט צוגעשטעלט

די געזעץ פארלעצונג איבער וועלכע זיי קלאגן די דובין'ס איז אידענטיטעט רויב וועלכע פארלאנגט א מינימום סענטענס פון 2 יאר טורמע פאר ווער עס ווערט געפונען שולדיג אין "בייזוויליג טראנספערירן אדער נוצן אן קיין געזעצליכע אויטאריטעט א באדייטפולע אידענטיפיקאציע פון א צווייטן בעת וואס מען פירט אויס א פארברעך"

מענטשן זענען מער געוואוינט צו זעהן די טערמין "אידענטיטעט רויב" ווען פארברעכער רויבן און נוצן יענעם'ס אינפארמאציע אבער דאסמאהל פרובירט די רעגירונג צו טענה'ן אז אינעם פאקטישן געזעץ וועלכע אדרעסירט אידענטיטעט רויב ווערט אפילו נישט דערמאנט די טערמין "אידענטיטעט רויב" און קען דעריבער גענוצט ווערן אפילו צו קלאגן מיטן פארלעצן אט די געזעץ עימיצער וועלכע וועט אומלעגאל צושיקן אינפארמאציע פון א פאציענט צו א רעגירונג אגענטור ווי מעדיקעיד און וויבאלד עס ווערט דאדורך באגאנגען א פארברעך פון איבעררעכענען פאר סערוויסעס וועלכע מען האט נישט צוגעשטעלט באדייט עס אז מען האט אומגעזעצליך טראנספערירט א צווייטן'ס (פאציענט) אינפארמאציע דורכפירנדיג א פארברעך

די דובין'ס האבן געטענה'ט אז די שפראך אינעם געזעץ וועלכע רעדט פון "נוצן" א צווייטן'ס אינפארמאציע "אין פארבינדונג צו א פארברעך" מיינט אז די צוויי אויסדרוקן מוזן גיין אינאיינעם און אז די רעגירונג דארף איבערצייגן אז דאס "נוצן" די אינפארמאציע איז געווען דירעקט "פארבונדן" און געווען א צענטראלע טייל פונעם עצם פארברעך און לויט אים האט ער טאקע גענוצט די נאמען פונעם פאציענט אבער די נאמען איז נישט די אינסטרומענטאהלע טייל פון די פארברעך נאר א זייטיגע זאך

באזונדער טענה'ן זיי אז די ווערטער "אן געזעצליכע אויטאריטעט" מיינט נישט בלויז אז עס ווערט גענוצט צו ברעכן די געזעץ נאר אויך א באדינג אז עס ווערט גענוצט אן יענעם'ס צושטימונג (ווייל לויט די געזעץ דארף יענער גיבן זיין צושטימונג) און די רעגירונג האט נישט פרובירט צו זאגן אין די קעיס איז דער פאציענט האט נישט געוואוסט דערפון און ווי דובין זאגט האט דאך דער פאציענט אים ערלויבט צו נוצן זיין נאמען צו רעכענען מעדיקעיד (אבער טראץ וואס יענער האט אים נישט געזאגט צו רעכענען מער ווי ערלויבט איז די עצם רעכענען מעדיקעיד געווען מיט יענעם'ס ערלויבעניש)

די רעגירונג טענה'ט אבער אז מען דארף קוקן אויב דובין האט "גענוצט" יענעם'ס אידענטיטעט און אויב די באנוץ דערפון איז געווען אומגעזעצליך

א דריי ריכטער פאנעל אויפן פיפטן סירקוט האט געאורטיילט אז דובין'ס אקט ווערט געדעקט אונטער די אידענטיטעט רויב געזעץ און ריכטערין דזשעניפער עלראד (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער) האט געשריבן אז זי אורטיילט די זעלבע ווי אירע צוויי קאלעגן בלויז וויבאלד זי איז געבונדן צו פריערדיגע פיפטע קרייז געריכט פרעצעדענט אבער אויב וואלט זי געהאט אן אויסוואהל צו שרייבן איר מיינונג אויף א ליידיגע בלאט אן פריערדיגע פרעצעדענט וואלט זי געוארטיילט אין שטיצע פון דובין

דובין האט אפעלירט די אורטייל צום פולן באנק אויפן פיפטן סירקוט און די אורטייל איז געווען שארף געשפאלטן ווען 9 פון די ריכטער באשטעטיגן די פאנעל אורטייל, איין ריכטער האט נישט געהאלטן אז די קעיס איז נישט געווארן ריכטער פארגעשטעלט פארן געריכט און אכט ריכטער האבן געגעבן רעכט פאר דובין שרייבנדיג אז טראץ וואס די מאיאריטעט קען מעגליך האבן א גוטע ארגומענט אז קוקנדיג אינעם לעקסיקאן אויף די אפטייטש פון די ווארט "גענוצט" קען עס שטימען מיט וואס דובין האט געטוהן האט שוין די סופרים קאורט געשריבן אז ווען עס קומט אפצולערנען א קרימינאלע געזעץ דארף מען ענדערש אפלערענען א ווארט שמעלער ווי ברייטער און עס איז פיל מער שכל'דיג צו זאגן אז קאנגרעס האט זיך באצויגן צו די לשון בני אדם וואס ווערט גענוצט אינעם קאנטעקסט פון געווענליכע אידענטיטעט רויב

דובין האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט און עטליכע ריכטער זענען געווען היבש סקעפטיש מיט די רעגירונג פאזיציע אריינגערעכנט סאטאמאיאר, דזשעקסאן, גארסוטש, בערעט און קעווענאו
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

;l;p- זיך שוין פונלאנג נישט באדאנקט, נאדיר.

כאניש קיין ווערטער.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 3:49 pm
;l;p- זיך שוין פונלאנג נישט באדאנקט, נאדיר.

כאניש קיין ווערטער.
יישר!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 11:58 am
הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 9:37 am
פעדעראלע דיסטריקט ריכטער טאמאס קענט וועטערעל (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) בלאקירט אויף דערווייל א פלאן פון די ביידען אדמיניסטראציע ארויסצולאזן אימיגראנטן אויף די גאסן איינמאהל די פארהאלטונגס צענטערן ווערן איבערגעפולט

היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר מעיארקעס באצייכנט די ארדער אלץ שעדליך
יוסטיץ דעפארטמענט אפעלירט די ארדער
ריכטער פארלאנגט פון די אדמיניסטראציע צו ענטפערן פארוואס זיי זענען נישט אין קאנטעמפט פונעם געריכט נאך א באריכט אז מען האט ארויסגעאלזט 2500 אימיגראנטן אויף די גאסן שוין נאך זיין ארדער וועלכע האט בלאקירט די פלאן

די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט אנערקענט אז עס האט פאסירט אבער פארענטפערט זיך אז עס איז געווען אן אנגעלעגנהייט פון פראצעדורעאלע ליסטינגס אבער נישט א דירעקטע בייזוויליגע פארזוך נישט אויסצופאלגן די ארדער פונעם געריכט
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

יוי טאטע זיסער! אין אזא פיצי מאנטאג נאכן סערווירן א דשעמאנגיס קאקאש האט דער צוזאמגעטראסקעט פיצי, קורצע, מיטעלע, לאנגע, ריזיגע באריכטן!!

מיין קאפ שווינדלט זיצענדיג אין נאציאנאלע זיכערהייטס אפיס, ווען פון פענסטער זעה מיר פילע אימיגראנטן שפאצירן בעת די רויעך פון די פארייכערטע געווירצן שפארן דורך די פענסטער שפאלטן. ביים עק גאס הארט נעבן די טראמפ האטעל, שטייט א גייסטיש צערודערטער און זינגט געגאנבעטע ניגונים.

ביי דע וועי... א וואונדער קעיגען האט רעפיוזט דעם בייגל? ווער ברויך לאקס מיט טאנען צעמענט אריינגעמישט?...

יישר כח הרב הבל פאר אלע אלע אייערע איבער דרייסיג טויזענט תגובות, אין די ווערט פון דרייסיג ביליאן!!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ארחיקה נדד האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 9:54 am
יוי טאטע זיסער! אין אזא פיצי מאנטאג נאכן סערווירן א דשעמאנגיס קאקאש האט דער צוזאמגעטראסקעט פיצי, קורצע, מיטעלע, לאנגע, ריזיגע באריכטן!!

מיין קאפ שווינדלט זיצענדיג אין נאציאנאלע זיכערהייטס אפיס, ווען פון פענסטער זעה מיר פילע אימיגראנטן שפאצירן בעת די רויעך פון די פארייכערטע געווירצן שפארן דורך די פענסטער שפאלטן. ביים עק גאס הארט נעבן די טראמפ האטעל, שטייט א גייסטיש צערודערטער און זינגט געגאנבעטע ניגונים.

ביי דע וועי... א וואונדער קעיגען האט רעפיוזט דעם בייגל? ווער ברויך לאקס מיט טאנען צעמענט אריינגעמישט?...

יישר כח הרב הבל פאר אלע אלע אייערע איבער דרייסיג טויזענט תגובות, אין די ווערט פון דרייסיג ביליאן!!
הוהא! א ריזיגן דאנק!

ווען באריכטן זענען לאנג וואונדער איך זיך צומאהל וויפיל האבן די געדולד עס אינגאנצן דורכצוליינען

געשמאק צוריקצוהערן פידבעק!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צוריק אין 2019 למספרם האט רודי דזשוליאני אויפגענומען נאועלע דאנפי צו סערווירן אלץ זיין דירעקטאר פאר ביזנעס אנטוויקלונג און מען האט אפגעשמועסט אז ער גייט איר באצאהלן א מיליאן דאלער יערליך אין צוגאב פון אירע ביזנעס אויסגאבן און אז ער גייט איר צושטעלן אומזיסטע פארטיידיגונג אין איר לעגאלע שטרייט וואס זי האט געהאט מיט עימיצן

דזשוליאני האט אבער דאן געהאלטן אינמיטן א ביטערע צושיידונג קאמף און ער האט קלארגעשטעלט פאר דאפי אז זי וועט מוזן אויסווארטן מיט באקומען באצאהלט און איר שטעלע וועט מוזן זיין א געהיימעניס אויף ביז נאך וואס די צושיידונג פראצעדור איז פארטיג

ער האט ערקלערט אז זיין געוועזענע און אירע אדוואקאטן האלטן א נאנטע אויג אויף זיין קעש פלוס און אז זי וועט אטאקירן און זיך נוקם זיין אין סיי וועלכע פרוי ער נעמט אויף אין זיין ביזנעס

ער האט איר פארזיכערט אז ווילאנג די סיטואציע איז אנגייענד וועט ער איר פרובירן צו באצאהלן אין קעש ווען ער וועט האבן די מעגליכקייט אז זי זאל קענען דעקן איר לעבן אויף דערווייל

דזשוליאני האט איר בארואיגט אז די זאך דארף ווערן געשליכטעט גאר אין קורצן און זי האט באשלאסן עס די גאלדענע גליקן איז עפעס וואס איז ווערד אויסצואווארטן מיט געדולד

דאנפי באשולדיגט אז דזשוליאני האט איר נישט באצאהלט איר געהאלט און אז ער האט איר פערזענליך אטאקירט און זיך באצויגן צו איר גאר געמיין דורכאויס די גאנצע צייט וואס זי האט געארבעט פאר איר איבערהויפט ווען ער איז געווען אויפן טעלעפאן מיט טראמפ און אנדערע

זי באשולדיגט אז טראץ וואס אפיציעל איז זי נישט געווען זיין ארבעטער (ווייל עס האט געזאלט זיין געהיים) האט ער איר געגעבן צוטריט צו אלע אימעיל אינפארמאציע פון זיינע פארבונדעטע און קליענטן אריינגערעכנט פריוואטע און קאנפידענשאל וואס ער האט איר נישט געמעגט ווייזן סיידן זי ארבעט פאר אים

זי באשולדיגט אז ער האט זיך אפט בארימט אז ער קען איבערהיפן די געזעץ צוליב זיין מאכט און איר אמאהל געפרעגט אויב זי ווייסט פון עימיצן וואס נויטיגט זיך אין א פארדאן ווייל ער קען עס ערלעדיגן מיט טראמפ (אזוי לאנג ווי עס גייט נישט דורך די געווענליכע וועג פון וערן פארלאנגט דורך די אפיס וואס פארפיגט איבער פארדאן פארלאנגען) פאר די פרייז פון 2 מיליאן דאלער וועלכע ווערט צוטיילט צווישן אים און טראמפ

דאנפי האט רעקארדירט גאר אסאך פון וואס דזשוליאני האט געזאגט און דאס איז געווען מיט זיין קלארע ערלויבעניש

ווען זי האט אנגעהויבן לייגן מער דרוק אז זי דארף שוין באקומען איר געהאלט האט ער איר ארומגעשלעפט און געווארנט נישט צו רעדן די די עף בי איי איבער אים און קלארגעשטעלט אז ער פארמאגט פראפעסיאנאלע אויספארשער און קען זיך נוקם זיין אין איר

זי באשולדיגט אז דזשוליאני האט געמאכט שענדליכע באמערקונגען איבער אידן און ביי איין פאל געזאגט אז זיי ווילן אז די יום טוב פסח זאל אנגיין אלעמאהל

דזשוליאני:עס האט פאסירט מיט 3 טויזנט יאר צוריק, די ים סוף האט זיך געשפאלטן, עס איז נישט פרעצעדענטלאז און נישט די ערשטע מאהל וואס עס האט פאסירט (עפרא לפומי')

אצינד האט דאנפי אריינגעטראגן א סעריע קלאגעס אין ניו יארק סטעיט געריכט וואו זי פארלאנגט אז דזשוליאני זאל איר באצאהלן 10 מיליאן דאלער אין אנטשעדיגונג
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג מאי 16, 2023 3:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ויהבלו ממש, אזוי זיך צו פאר'הבל'ן איבער אזוי הבל'דיגע געשיכטע פון נידעריגע גוים וואס לעבן א הבל'דיגן לעבן.

אבער ס'איז הבל הבלים וויאזוי דו עס האסט מייסטערהאטיג אהערגעשטעלט פאר ציבור החשוב.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”