נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 1:57 pm
הכל הבל האט געשריבן:
אין 2005 למספרם האט די בארטענווערפער פארפאלק האט געקויפט א הויז אין סאן פראנציסקא קאליפארניע פאר 900 טויזנט דאלער און עס רענאווירט און עס דערנאך פארקויפט אום 2008 למספרם צו קיערען באקלי פאר 2.1 מיליאן דאלער

נאכן פארקויף האט באקלי אנדעקט פעלערן אין די הויז אריינגערעכנט אן היסטאריע פון וואסער ליעקס און געקלאגט די בארטענווערפער'ס

אין 2012 למספרם האט א דזשורי האט געגעבן רעכט פאר געוויסע פון באקלי'ס באקלאגענישן און פארארדנט די בארטענווערפער'ס צו באצאהלן
די בארטענווערפער'ס האבן געפיילט פאר טשעפטער 7 באנקראט אין די באנקראט געריכט אבער באקלי האט גע'טענה'ט אז די באנקראט פראצעדור קען נישט באפרייען בערטענוועפער פון באצאהלן וואס די סטעיט געריכט האט פארארדנט צוליב וואס די חוב וואס עס ליגט אויף זיי צו באצאהלן איז צו פארדאנקן א שווינדל וואס זיי האבן דורכגעפירט (מיטן נישט קלארשטעלן איבער די פראבלעמען מיטן הויז)

די באנקראט געריכט האט איינגעשטימט און איז געקומען צום אויספיר אז די פארפאלק האט געוואוסט איבער די פראבלעמען און זיי בייזוויליג פארהוילן פון באקלי

זיי האבן אויך געאורטיילט אז צוליב די פארבינדונגען וואס פרוי בארטענווערפער האט צו איר מאן אלץ א פארפאלק איז זי פונקט אזוי פאראנטווארטליך איבער דאס פארהוילן די אינפארמאציע פון באקלי און זי איז פונקט אזוי שולדיג

פרוי בארטענווערפער האט אפעלירט די באשלוס צום באנקראט אפעלאט פאנעל און גע'טענה'ט אז האט נישט געהאט די מינדעסטע ראלע אין די איבערבוי פונעם הויז און נישט געוואוסט איבער וועלכע אינפארמאציע איר מאן האט יא אדער נישט מיטגעטיילט מיט באקלי

די באנקראט פאנעל האט צוריקגעשיקט די קעיס צום אונטערשטן באנקראט געריכט שרייבנדיג אז פרוי בארטענווערפער האט נישט געוואוסט און נישט געמוזט וויסן איבער איר מאן'ס שטיק און איז דעריבער נישט פאראנטווארטליך דערויף

באקלי האט אפעלירט די אורטייל צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט געאורטיילט אין שטיצע פון באקלי שרייבנדיג אז באזירט אויף סופרים קאורט פרעצעדענט איז די חוב וואס פרוי בארטענווערפער איז שולדיג צושטאנד געקומען דורך א שווינדלערישע אקט און אפילו אויב זי האט נישט געוואוסט אדער געזאלט וויסן

די שטעלונג גייט אין די פיסטריט פון די פיפטע און עלפטע קרייז געריכטן און אין קעגנזאץ צו די זיבעטע און אכטע קרייז געריכטן
באקלי האט אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט

די לעגאלע ארגומענטן דרייען זיך הויפטזעכטליך איבער די שפראך אין סעקשאן 523 פון די באנקראט קאוד וועלכע מאכט אן אויסנאם צו ערלויבן פאר מענטשן איינצוקאסירן געלט וואס באנקראטירטע זענען זיי שולדיג אויב האבן זענען זיי שולדיג געבליבן דאס געלט צוליב א שווינדל

די טרוקענע פראוויזיע שרייבט אז די רעכט איינצוקאסירן חובות איז באשוצט אין יעדע פאל פון א קלעים פאר געלט "ערהאלטן דורך א פאקטישע שווינדל"

די פראוויזיע מאכט נישט קיין צווישנשייד אויב דער שולדיגער האט געהאט א ראלע אין אויספירן די שווינדל אדער נישט און טוט ארויסהעלפן די פאזיציע פון באקלי

א סובפאראגראף דערנאך מאכט אבער גרינגער פאר בארטענווערפער ערקלערנדיג די אויבנדערמאנטע אויסנאם מער דעטאלירט און שרייבט אז סיי וועלכע חוב עס איז געבליבן אין פראפערטי, סערוויסעס אדער א פארלענגערונג אדער באנייאונג אדער רעפינאנצירן א קרעדיט וואס קומט דורך א שווינדל פאלט אונטערן אויסנאם אויב די שווינדל איז צושטאנד געקומען דורך:

1) א פאלשע פרעזענטאציע אדער פאקטישע שווינדל (די פאל פון אונזער קעיס)

2) פארפירערישע פינאנציעלע סטעיטמענטס איבער די פינאנציעלע צושטאנד פונעם באנקראטירער

סוב פאראגראף אויף קאטעגאריע 2) שרייבט ווייטער אז עס איז בלויז גילטיג אין פאל וואס דער באנקראטירטער האט פובליצירט די סטעיטמענט מיטן ציהל צו באשווינדלען

טענה'ט בארטענווערפער אז עס איז זייער קלאר אז אין פאל וואס א חוב בלייבט איבער צוליב א שווינדל פון קאטעגאריע 2) (נישט די שווינדל אין אונזער קעיס) איז עס באגרעניצט דער וואס האט דורכעגעפירט די שווינדל

אויב אזוי איז עס זייער נישט ראציאנאל צו זאגן אז אויב די שווינדל איז אונטער קאטעגאריע 1) (די סארט שווינדל אין אונזער קעיס) זאל עס זיין אויך גילטיג אויף אזעלכע וועלכע האבן פאקטיש נישט געהאט קיין ראלע אינעם שווינדל און עס איז נישטא קיין לאגישע אונטערלאגע צו האלטן אז קאנגרעס זאל איינשליסן די וועלכע האבן נישט פאקטיש געוואוסט פונעם שווינדל בלויז אין קאטעגאריע 1) און נישט אין קאטעגאריע 2)

בארטענדוועפער זאגט אויך אז לויט באקלי וועט א פרוי וואס ווערט געוואויר אז איר מאן באשווינדלט מענטשן און שאקלט זיך זאפארט אפ פון אים דורך א צושיידונג און רייסט זיך אפ פון סיי וועלכע פינאנציעלע פארבינדונגען אלעמאהל בלייבן פאראנטווארטליך פאר די חובות וואס ער האט אנגעווירטשאפט
דורכאויס די מונדליכע ארגומענטן האבן קיינע פון די ריכטער נישט אויסגעגעהן גענוגט אנצונעמען די בארטענוועפער פאזיציע

שרה העריס איז געווען די אדוואקאט פאר פרוי פרוי בארטענווערפער און גע'טענה'ט אז איר קאנגרעס האט קיינמאהל נישט צו גלאט בלאקירן מענטשן אין חובות די מעגליכקייט פון אנהייבן א נייע בלאט אינעם פינאנציעלן לעבן אין די צייט וואס זיי זעלבסט זענען קיינמאהל נישט געווען פארמישט אין סיי וועלכע שווינדלערישע אקטיוויטעטן

זי ווייזט אן אז פרוי בארטענווערפער האט קיינמאהל נישט געוואוינט אין יענע הויז, נישט געוואוסט איבער אירע פראבלעמען און נישט געווען פארמישט און שאפן די נויטיגע רענאוואציע פערמיטן

זי האט אויסגעפירט אז אן אורטייל אקעגן בארטענווערפער וועט אומריכטיג באשטראפן אומסאפיסטיקירטע ווייבער וועלכע זענען אומוויסנד איבער רוטינע טראנזאקציעס ווי היים פארקויפונגען

ריכטער טאמאס האט געפרעגט פון העריס ווי אזוי צו וויל צוזאמקוגלען קאטעגאריע 1) און 2) אין די צייט וואס די סוב פאראגראף אויף קאטעגאריע 1) רעדט קלאר פון א פאל וואס די "חוב" איז צושטאנד געקומען דורך א שווינדל און נישט דוקא ווען די "באנקראטירטער" האט זעלבסט דורכגעפירט די שווינדל

ריכטערין קעיגען האט געזאגט אז פרוי בארטענווערפער איז געווען גענוג פארמישט צו טראגן פאראנטווארטליכקייט אין די שותפות פון וועלכע איינע פון די שותפים איז באגאנגען שווינדל און אז העריס וועט דארפן ברענגן עפעס גאר דראמאטיש איר צו איבערצייגן אז איר אפטייטש פונעם געזעץ איז ריכטיג ווייל זי וויל נישט אויף די אייגענע הענט אריינלייגן נייע ווערטער אין די טרוקענע געזעץ

קעיגען ברענגט ארויס אז די פרוי איז געווען פונקט אזוי אויסגעשטעלט צו געניסן פון די בענעפיטן פונעם געשעפט און זאל אויך טראגן אייניגע שולד

ריכטערין דזשעקסאן האט אויסעקוקט סקעפטיש און איר געפרעגט ווי אזוי מען קען זיך באפרייען פון פאראנטווארטליכקייט ווען די ערווארטונג איז אז לעבנס שותפים פירן ביזנעס אין די אינטערעסע פון די פארפאלק

די דזשעקסאן ארגומענט האט זיך באצויגן צו א סופרים קאורט אורטייל וועלכע גייט צוריק ביז 1885 למספרם וועלכע שרייבט אז שותפים טראגן פאראנטווארטליכקייט פון אקטן באגאנגען אפילו דורך בלויז איינע פון זיי

לויט דזשעקסאן מיינט עס אז בארטענווערפער דארף פארלירן די קעיס אפילו אויב מען לערנט יא אפ די קאנגרעס געזעץ אז ערס רעדט ספעצעפיש צו די וועלכע האט דורכגעפירט די שווינדל

העריס האט געזאגט אז זי וואלט פארשטאנען אז ווען עימיצער איז גענוג ראפינירט צו ווייטער פארקויפן א הויז דורך א קארפארעיט קערפערשאפט זאל יענער קענען ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך אבער אין אונזער פאל האנדלט זיך עס פון א פרוי וועלכע אי נישט געווען גענוג סאפיסטיקירט צו באגרייפן אז זי איז טוט זיך טעכניש פארפליכטן אז זי פארמירט א ביזנעס שותפות מיט איר מאן

ריכטער ראבערטס האט איינפאך נישט געהאלטן ביי אפקויפן די טענה אז פרוי בארטענווערפער האט נישט געוואוסט פון די שווינדל און נאכאנאנד געהאמערט אז זי האט פיין געוואוסט און גארנישט געטוהן עס אפצושטעלן

וויפיל העריס האט פרובירט אים איבערצוהאקן און טוישן זיין שטעלונג האט ער איין מאהל און נאכמאהל ווידערהאלט דאס זייניגע אויספירנדיג אז זי האט געזוכט צו פארדינען פון איר מאן'ס שווינדל און אצינד דארף זי טיילן די שטראף

דאן האט ריכטערין סאטאמאיאר ווידער געמאכט די באהויפטונג פון דזשעקסאן און ארויסגעברענגט אז אפגעזעהן די ספעציפישע שפראך אין סעקשאן 523 איז די געריכט פרעצעדענט זיך צו רעכענען מיט די אנגענומענע צוגאנג צו האלטן אלע שותפים פאראנטווארטליך אויף שריט פון איינע פון זיי און אז קאנגרעס האט פילייכט גערעכנט דערויף אויך ביים שרייבן סעקשאן 523

העריס האט געהאט געזאגט אז די געריכט זאל זיך נישט רעכענען מיט די 1885 למספרם פרעצעדענט (וועלכע האלטן אלע שותפים פאראנטווארטליך) זינט יענע אורטייל איז געווען באזירט אויף די שפראך פון יענע צייט אינעם באנקראט קאוד און קאנגרעס האט שוין זינט דאן מאדיפיצירט די שפראך

ריכטער אליטא און קעיגען האבן אבער ביידע ארויסגעברענגט אז די אלטע געזעץ איז טאקע געווען פיל מער גינסטיג פאר די באקלי פאזיציע און אז קאנגרעס האט עס טאקע געטוישט אז עס זאל נישט זיין אזוי שארף אבער טאקע דאס ווייזט אז קאנגרעס איז געווען באוואוסטזיניג און פארזיכטיג געקליבן זייערע וועטער ביים מאדיפיצירן די געזעץ אין די שפראך אין סעקשאן 523 און אויב האבן זיי נאך אלעם גענוצט די ווערטער" חוב צושטאנד געקומען דורך שווינדל" איז עס שטארק מדויק און דייטליך

זאכארי טריפ האט רעפרעזענטירט באקלי און האט געמאכט די קעיס אז פרוי בארטענווערפער האט באקומען געלט פון באקלי דורך א שווינדלערישע וועג און זי איז דעריבער פאראנטווארטליך דערפאר

די ריכטער זענען געווען פיל ווייניגער פיינטליך צו טריפ ווי צו העריס און בלויז געזוכט אויסצוקלארן די גענויע וועג ווי אזוי זיי זאלן שרייבן די אורטייל

ריכטער טאמאס האט פארגעשטעלט א ביישפיל פראגע פרעגנדיג פון טריפ אויב דער מאן וואלט געהאט איינגעשלאסן זייער פיצל קינד אין די ביזנעס שותפות וואלט די פאראנטווארטליכקייט געפאלן אויך אויפן קינד

טריפ האט געענטפערט אז יא

ריכטערין סאטאמאיאר האט אנגעהויבן מיט א ביישפיל פראגע ווי פאלגענד
ריכטערין סאטאמאיאר: איך באקום אן הלואה דורך א שווינדל און שפעטער פארקויף איך עס פאר מיין פריינד ריכטער טאמאס וועלכע ווייסט נישט גארנישט איבער די שווינדל
דערנאך פיילט ריכטער טאמאס פאר באנקראט
קען זיך ריכטער טאמאס באפרייען פונעם חוב?

די ביישפיל איז געוויס פיל מער עקסטרעם ווי די בארטענווערפער פאל צוליב וואס טאמאס איז בלויז א פריינד (אנגעבליך) און נישט קיין לעבנס שותף פון סאטאמאיאר אבער די געדנאק איז טאקע געווען צו שטעלן טריפ ביים ווינקל און אים מאכן אנערקענען אז זיין אפטייטש פונעם געזעץ וועט פונקט אזוי זיין גילטיג אויף בלויז פריינד

טריפ האט געדרייט מיט די צונג אבער עווענטועל אנערקענט אז די פליכט פון די ריכטער איז קלארצושטעלן די טרוקענע געזעץ און דאס איז אויך אויב עס וועט מיינען אז ריכטער טאמאס וועט דארפן באצאהלן

די רעאקציע פון די ריכטער צו די ענטפער איז גראדע נישט געווען שטורמיש נאר פיל מער דיפלאמאטיש ווי די שטימונג ביים אויספרעגן העריס

ריכטערין בערעט האט געזאגט אז זי פארשטייט אז די טרוקענע שפראך אינעם געזעץ איז טאקע אויף זיין זייט אבער מען דארף נעמען אין באטראכן ראציאנאליטעט אויך

בערעט: קוק אהער, איך האלט אויך אז די שפראך איז אויף דיין זייט אבער איך פרעג בלויז פון א פאליסי פערספעקטיוו
לויט דיר פארוואס האט קאנגרעס געשריבן אזא הארבע זאך?

ריכטערין דזשעקסאן איז ווידעראמאהל צוריקגעקומען צו איר אריגענעל פונקט אז אפגעזעהן ווי אזוי מען לערנט אפ די ווערטער אינעם געזעץ האט קנאגרעס גענומען אין חשבון די אלגעמיינע ערוארטונג אז שותפים זענען פאראנטווארטליך פאר וואס עס קומט פאר אינעם שותפות

עס האט אויסגעקוקוט פון דזשעקסאן ווי זי וואלט זייער געוואלט זיין די וועלכע גייט שרייבן די אורטייל אינעם קעיס און זי האט געזאגט פאר טריפ אז מיט דעם וואס ער באגרעניצט זיין ארגומענט צו די שפראך אינעם געזעץ קוקט אויס ווי ער זוכט אז די געריכט זאל זיך באגענוגן מיט א מינימאלע אורטייל בלויז צו אדרעסירן די שפראך אינעם געזעץ (לאפוקי פון איר ארגינעלע פונקט)

זי האט אנגעוויזן אז אויב וואלט מען ווען געגאנגען מיט איר צוגאנג (צו נוצן די אלגעמיינע ערווארטונג אז אריינגיין אין א שותפות מיינט אויטאמאטיש נעמען פאראנטווארטליכקייט) וואלט עס גאר געווען מער מינימאל ווייל עס וואלט נישט איינגעשלאסן צו באשטראפן דאס פיצל קינד וועם דער פאטער האט איינגעשלאןס מיט געוואלד אינעם שותפות ערווענט אין די ביישפיל פון ריכטער טאמאס (אויב אבער זאל מען זיך קאנצעטרירן אויפן טרוקענעם געזעץ איז דאס קינד זייער מעגליך פונקט אזוי פאראנטווארטליך)

סאטאמאיאר איז ווידער געקומען צו דזשעקסאן'ס שטיצע און געזאגט אז אויב גייט די געריכט גיבן א זיג פאר באקלי באזירט אויף די 1885 פרעצעדענט וועלכע איז קאנצעטרירט אויף שותפים ווי איידער אדרעסירן די גענויע אפטייטש פון סעקשאן 523 וועט די געריכט נישט בלויז אפשוינען דאס פיציל קינד פונעם טאמאס ביישפיל נאר אויך ריכטער טאמאס זעלבסט אין איר ביישפיל אין וועלכע טאמאס איז בלויז איר פריינד און נישט איר שותף

ריכטער אליטא האט אויך געזאגט אז אויבנאויף האט טריפ א שטארקע קעיס אויב קוקט מען אויף די רויע געזעץ זאגנדיג אז וואס ער מוטשעט יא צו פארשטיין איז אויב די קאנטעקסט ווארפט מעגליך אביסל אן צווייטע ליכט און ער איז נישט קלאר אויב פרוי בארטענווערפער האט ווירקליך געהאט צוטרירט צו די פאנדס ערהאלטן פון באקלי

געהילף סעליסיטאר דזשענעראל עריקא ראס האט געמאכט די קעיס אין נאמען פון די ביידען אדמיניסטראציע און געמוטיגט די געריכט צו נעמען די זייט פון באקלי

ראס האט ארויסגעברענגט אז לויט העריס איז קאנגרעס געווען אומפארזיכטיג ביים שרייבן די געזעץ און לויז געשריבן אין קאטעגאריע 1) איין שפראך און אין קאטעגאריע 2) א צווייטע אויסדרוק

ריכטער אליטא און אנדערע האבן סימפאטיזירט מיט די ארגומענט און נישט אויסגעקקוט גרייט צו אננעמען אז קאנגרעס שרייבט געזעצן אומפארזיכטיג
די סופרים קאורט האט נארוואס איינשטימיג געאורטיילט אקעגן פרוי בארטענווערפער

ריכטערין בערעט האט געשריבן די אורטייל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 1:44 pm
מייקל יואיט פלעגט ארבעטן אלץ א סופערווייזאר פאר העליקס, א טעקסאס באזירטע אויל און גאז פירמע אין שיפטס פון 28 טעג נאכאנאנד און 12 שטונדן פער טאג

ער פלעגט ארבעטן אלץ שכיר יום און באקומען א טעגליכע געהאלט פון 963 דאלער א טאג צו און עס פלעגט באטרעפן ביז 200 טויזנט דאלער א יאר

אבער טראץ וואס די שטונדן פער וואך פלעגן באטרעפן 84 האט ער נישט באקומען באצאהלט פאר אווערטיים

די געזעץ אין אלגעמיין פארלאנגט צו באצאהלן פאר ארבעטער די געהעריגע געהאלט און נאך האלב פון די סומע, פאר ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט נאכן ארבעטן 40 שטונדן א וואך אבער מאכט אן אויסנאם אז עקזעקוטיווע, אדמיניסטראטיווע, אדער פראפעסיאנאלע ארבעטער מוזן נישט ווערן באצאהלט מער פאר אווער טיים

די אויסנאם ווערט געמאכט פאר אזעלכע וועלכע האלטן עכטע עקזעקוטיווע /פראפעסיאנאלע פאסטנס מיטן באדינט אז זיין פארדינען כאטש 455 אין זייער וועכנטליכע געהאלט

אויב אבער אן ארבעטער פארדינט פון גאר שיינע און ווערט פאררעכנט צו זיין א גאר הויכע פארדינער מוז נישט זיין פולע דזשאב אריינננעמען עקזעקוטיווע סארט ארבעט נאר דארף נאכקומען די פאלגענדע 3 באדינגונגען אז ער זאל ארויספאלן פון די רעכט צו קענען פארלאנגען מער פאר אווער טיים

1) אמווייניגסטנס "איינע" פון זייערע פליכטן זענען עקזעקוטיווע ראלעס

2) זיי פארדינען מער פון 100 טויזנט דאלער יערליך

3) זיי באקומען אמווייניגסטנס 455 דאלער "געהאלט" פער וואך

ארבעטער וואס שלש אלה יעשה פאלן אויטאמאטיש ארויס פונעם געזעץ צו קענען פארלאנגען מער פאר אווער טיים

די געהאלט פער וואך פארלאנג (דריטע באדינג) באדייט אז דער ארבעטער מוז באקומען די באשטימטע סומע פער יעדע וואך (אדער פער טאג) וואס ער ארבעט (אפילו אויב האט ער בלויז געארבעט פאר עטליכע שטונדן) און די סומע טאר נישט ווערן געטוישט באיזרט אויף די קוואליטעט אדער קוואנטיטעט פון די ארבעט

ביידע זייטן אין די קעיס זענען איינשטימיג אז יואיט פלעגט האבן אן עקזעקוטיווע ראלע אינעהאלב די פירמע און אז ער האט פארדינט מער פון 100 טויזנט דאלער יערליך און קומט נאטורליך נאך די ערשטע 2 באדיגנוגנען ארויסצופאלן פון די קאטעגאריע ארבעטער וועלכע קענען פארלאנגען מער פאר אווערטיים

די דעבאטע איז אבער איבער די דריטע באדינג און דאס איז די תנאי צו באקומען א וועכנטליכע געהאלט פון כאטש 455 פער וואך

א שנעלע רעכענונג ווייזט אז אויב ער פארדינט מער פון 100 טויזנט דאלער א יאר פארדינט ער זיכער פיל מער פון 455 א וואך אבער די אישו מיט יואיט איז אז ער איז געווען א שכיר יום און נישט א שכיר שבוע

די פירמע טענה'ט אז אפילו אויב ער וואלט בלויז אריינגעקומען צו די ארבעט איין טאג אין וואך וואלט ער פארדינט יענע וואך מער פון 455 און דעריבער ווערט עס פאררעכנט ווי א וועכנטליכע געהאלט פון העכער 455 דאלער

דאס מיינט אז טראץ וואס די פירמע האט אויסגערעכנט און באצאהלט פאר יואיט באזירט אויף לויט וויפיל טעג ער האט געארבעט איז אבער די פארלאנג פאר 455 א וואך געווארן נאכגעקומען נא איידער זיי האבן אפילו אנגעהויבן אויסרעכענען "וויפיל טעג" ער האט געארבעט ווייל זיי האבן שוין די ערשטע טאג פון די וואך רעזערווירט פאר אים פיל מער פון 455 דאלער אפילו אויב זאל ער נישט אריינקומען די איבריגע טעג און דאס דארף ווערן באטראכט ווי א וועכנטליכע געהאלט פון העכער 455 וואס איז אומפארבונדן צו וויפיל טעג ער ארבעט און די פראגע פון טעג איז שוין א רעכענונג וואס קומט נאך די הנחה (לשבר את האוזן ווי א באשטימטע געהאלט פארן וואך אין צוגאב פון קאמישאן פאר דזשאבס וואס ער ברענגט) אז ער האט א וועכנטליכע באשטימטע געהאלט און דערנאך באזונדער באצאהלט פאר יעדן טאג באזונדער וואס ער לייגט צו

יואיט טענה'ט אז די טרוקענע פאקט אז ער איז געווארן באצאהלט פער טאג באדייט אז זיין תשלומין איז געווארן געוואנדן לויטן טאג און ער איז א געווענליכע שכיר יום

די צווייטע זאך איבער וואס די צוויי זייטן קריגן זיך ארום איז נאך א רעגולאציע וועלכע שרייבט אז פירמעס קענען רעכענען ארבעטער אלץ אויסגעשלאסן פונעם די רעכט פאר מער אווער טיים (אויב זיי קומען נאך די אויבנדערמאנטע פארלאנגען) אפילו אויב זייער געהאלט ווערט "אויסגערעכנט אויף א טעגליכע באזיס" נאר "בתנאי" אז די סומע פונעם געהאלט רעכנט אריין א פארזיכערונג אז די מינימום געהאלט פארן וואך וועט זיין אין טאטאל 455 דאלער אן קיין אונטערשיד וויפיל טעג אין די וואך דער ארבעטער האט געארבעט

נו, אויבנאויף איז דאך די דאס ממש אלעס וואס די פירמע דארף האבן צו איבערצייגן זייער שטעלונג אז אפילו אפילו די געהאלט פון א שכיר יום ווערט באצייכנט ווי א וועכנטליכע געהאלט אויב ער איז גאראנטירט אהיימצוברענגן 455 דאלער פער וואך?

איז עס אבער נישט אזוי פשוט ווייל ציטירנדיג די ווערטער פונעם רעגולאציע האבן מיר עס זיך אפגעשטעלט אינדערמיט און עס האט נאך א פארזעצונג פון עטליכע גורל'דיגע ווערטער

די המשך פון די רעגולאציע איז א פרישע תנאי וואס פאראגראף לייענט זיך "אויב די וועכנטליכע גאראנטירטע געהאלט סומע לויפט בערך אין ליניע מיט דאס וואס דער ארבעטער ברענגט פאקטיש אהיים"

דא טענה'ט יואיט אז די גאנצע טענה פון די פירמע אז זיין געהאלט זאל הייסן וועכנטליך איז באזירט אויפן פאקט אז שוין אינעם ערשטן טאג אינעם ארבעטס וואך פארדינט ער די פארלאנגטע 455 דאלער וואס דאז איז די "וועכנטליכע גאראנטירטע געהאלט"

ווידעראום די פאקטישע סומע וואס ער ברענגט אהיים איז פיל מער פון דעם ווייל געווענליך ארבעט ער נישט בלויז איין טאג א וואך

דאס באדייט אז די גאראנטירטע וועכנטליכע סומע איז גענצליך אומפארבונדן מיט די פאקטישע סומע וואס ער ברענגט אהיים

די פירמע אבער ענטפערט אויף דעם אז אט די פרישע פארלאנג אז די גאראנטירע וועכנטליכע געהאלט דארף טימען בערך מיט די פאקטישע געהאלט שטייט נישט מפורש ביי די טייל וואס אדרעסירט די גאר הויכע פארדינער (וועלכע פארדינען העכער 100 טויזנט דאלער א יאר) און קאנגרעס האט מיט דעם בלויז געזוכט צו אדרעסירן די אויסנאם וועלכע זיי האבן געמאכט אפילו פאר קלענער פארדינער אויב זיי פארדינען כאטש 455 א וואך "אויב זיי האלטן עכטע עקזעקוטיווע דזשאבס" אבער ווען עס קומט צו די גאר הויכע פארדינער (פאר וועם בלויז איין עקזעקוטיווע ארבעט פליכט איז גענוג אריינצוגיין אינעם אויסנאם כלל) מוז בכלל נישט שטימען די וועכנטליכע גאראנטירטע געהאלט סומע מיט די סומע וואס יענער ברענגט פאקטיש אהיים

די ענטפער אויף די פראגע קען אפעקטירן מערערע סארט ארבעטער וועלכע ווערן באצאהלט פער טאג אדער פער שיפטס, א שטייגער ווי פילע קראנקן שוועסטערס

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער קענט האיט (נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען) האט געאורטיילט אין שטיצע פון די פירמע און יואיט האט עס אפעלירט צום פיפטן קרייז געריכט וואו א פאנעל האט איבערגעדרייט די אורטייל פונעם אונטערשטן געריכט

די פירמע האט אפעלירט די פרישע אורטייל צום פולן באנק אבער זיי האבן געאורטיילט 6-12 אין שטיצע פון יואיט לאזנדיג די פירמע מיט די איינציגסטע פארבליבענע אפציע עס צו נעמען צום סופרים קאורט וועלכע האט עס טאקע באוויליגט אויסצוהערן
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט 3-6 אין שטיצע פון יואיט

ריכטערין קעיגען האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל אין וועלכע ראבערטס, טאמאס, סאטאמאיאר, בערעט און דזשעקסאן האבן זיך אנגעשלאסן

ריכטער גארסוטש האט געריבן א מינאריטעט אורטייל און ריכטער קעווענאו אן אייגענע מינאריטעט אורטייל אין וועלכע ריכטער אליטא האט זיך אנגעשלאסן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:11 pm
ביי טויט שטראף פראצעסן ארבעט עס אז נאך באשליסן אויב דער באשולדיגטער איז שולדיג זעצט זיך די דזשורי צוזאם צו באהאנדלען און אנאליזירן די ספעצישע אומשטענדן אין די קעיס און באשליסן אויב טויט שטראף איז די ריכטיגע זאך אדער זאל דער שולדיגער אפקומען מיט לעבנסלענגליכע טורמע

ביי די דזשורי פראצעס צו באהאנדלען וועלכע שטראף צו גיבן פאר דזשאן מאנטענעגרא קרוז וועלכע איז געפונען געואורן שולדיגט אין מארד קלאגעס האט די סטעיט געווארנט אז קרוז איז א געפארפולע פארשוין וועלכע מוז באקומען די הארבסטע אורטייל וואס נאר מעגליך אבער די פארטיידיגונג האט אפגעשלאגן די באהויפטונג אז ער שטעלט א געפאר צום פובליק זינט ער איז סייווי נישט בארעכטיגט פאר פאראול און וועט שוין נישט זעהן די שיין פון די זוהן

דער ריכטער האט אבער נישט ערלויבט פאר די אדוואקאטן צו זאגן פארן דזשורי אז לויטן סטעיט געזעץ וועט קרוז נישט זיין בארעכטיגט פאר פאראול און די דזשורי איז צוריקגעקומען מיט א טויט שטראף אורטייל

מיט ארום א יאר צענדליג בעפאר, אין 1994 למספרם האט די סופרים קאורט אין וואשינגטאן שוין אדרעסירט די פראגע און געאורטיילט אז אין טויט שטראף פראצעסן מוזן סטעיט ריכטער ערלויבן פאר די סניגור צו זאגן פאר די דזשורי אויב די אפציע פון לעבנסלענגליכע טורמע וועט זיין אן קיין פאראול ווייל דאס איז א קריטישע פראגע ווען די דזשורי באשליסט אויב דער מערדער איז א געפאר פארן פובליק

טראץ יענע אורטייל האט די אריזאנא סטעיט סופרים קאורט באשטעטיגט די טויט שטראף אורטייל פון קרוז און זיך נישט גערעכנט מיטן סופרים קאורט פרעצעדענט און אויפגעקומען מיט א לאך אין יענע אורטייל און אויפגעקומען מיט אן אויסטייטש וואס זאל זיי נישט צוואונגען צו לאזן אויפברענגן די פאראול פאקטאר

די סטעיט סופרים קאורט האט ערקלערט אז אפילו אויב לויט די איצטיגע פאשריפטן איז אזא סארט פארברעכער נישט בארעכטיגט פאר פאראול קען מען נישט אויסשליסן אומפאראויסגעזעענע מעגליכקייטן וועלכע קענען עווענטועל יא פירן צום באפרייאונג פונעם ארעסטאנט ווי צום ביישפיל א טויש אין די סטעיט געזעץ וועלכע וועט יא בארעכטיגן אויך אזעלכע פארברעכער פאר פאראול וואס דאס מיינט אז זיי קענען נישט ערלויבן צו לאזן די דזשורי איבערצייגט אז זיי קענען זיין פארזיכערט אז דער פארברעכער וועט אויף אייביג בלייבן אונטער גראטעס אדער זאמד

אין 2016 למספרם האט א צווייטע אריזאנא מערדער אפעלירט אן ענליכע טויט שטראף אורטייל מיט די טענה אז די סטעיט סופרים קאורט רעכנט זיך נישט מיט די 1994 למספרם סופרים קאורט פרעצעדענט צו מוזן ערלויבן אדוואקאטן צו ערווענען די פאראול אישו און די סופרים קאורט האט קלארגעשטעלט אז אויב א פארברעכער איז נישט בארעכטיגט פאר פאראול איז עס גענוג א רעלעוואנטע פאקטאר וואס ריכטער מוזן לאזן אויפברענגן פאר די דזשורי אפילו אויב עס קען זיך מאכן אומגעראכטענע אנטוויקלונגען וועלכע קענען עווענטועל צושטאנד ברענגן די באפרייאונג פונעם ארעסטאנט (אריינגערעכנט דורך א פארדאן פונעם גאווערנאר) און האט פארארדנט פאר די אריזאנא סופרים קאורט אז זיי מוזן זיך צושטעלן צו זייער אורטייל

ריכטער טאמאס האט געשריבן אן אפאזיציע שטעלונג צו יענע אורטייל צו וועלכע ריכטער אליטא האט זיך צוגעשטעלט

נאך וואס די דזשורי האט באשטעטיגט זיין טויט אורטייל האט קרוז אנגעהויבן פרובירן אלע לעגאלע אפציעס איבערצודרייען די באשלוס און ער האט געענדיגט די לעצטע אומסוקסעספולע פראבע נאך איידער די סופרים קאורט האט פארראכטן זייער אורטייל וועלכע האט מחייב געווען אריזאנא עס אויסצופאלגן

נאך די 2016 למספרם אורטייל אז אריזאנא מוז ערלויבן אדוואקאטן צו מיטטיילן מיטן דזשורי די פאראול פאקטאר האט קרוז באשלאסן צו פרובירן א נייע ביטע און זיך באנוצט מיט די רעכט פאר ארעסטאנטן צו קענען פארלאנגען אן אורטייל איבערזיכט צו יעדע צייט וואס די געזעץ וועלכע איז רעלעוואנט צום שולד אורטייל ווערט "ערנסט געטוישט"

די סטעיט האט ארויסגערוקט א רייע טענות דערקעגן אנגעהויבן מיטן ווארפן די שולד אויף קרוז פארן נישט פרובירן גלייך נאך זיין אורטייל צו נוצן די סופרים קאורט פרעצעדענט און זיין דער וועלכע זאל פארלאנגען פון געריכט און פארפירן אז יענע פרעצעדענט איז מחייב אריזאנא (ווי די סופרים קאורט האט עווענטועל טאקע געאורטיילט אין 2016 למספרם)

זיי ווייזן אויך אן אז די 2016 למספרם אורטייל איז נישט א נייע "ערנסטע טויש צום געזעץ" וועלכע טוט אויטאמאטיש בארעכטיגן אן אורטייל איבערזיכט נאר עס איז ליבערשט א באשטעטיגונג אויף למפרע אז די ארגינעלע סופרים קאורט פרעצעדענט איז מחייב אריזאנא

קרוז פארפירט אבער אז די פאקט איז לויט די אריזאנא אפטייטש פון די געזעץ האט זיך געטוישט א וועלט פון בעפאר און די נאך 2016 למספרם אורטייל

די סופרים קאורט איז איינגעגאנגען אויסצוהערן די פראגע און זייער אורטייל וועט האבן א דירעקטע אימפאקט אויף די שיקזאל פון ארום 30 ארעסטאנטן אין אריזאנא וועלכע זענען געווארן פאראורטיילט צו טיוט שטראף אן וואס די דזשורי זאל הערן אז זיי זענען סייווי נישט בארעכטיגט צו פאראול

פאר 6 פון די 30 האט שוין די אריזאנא סטעיט סופרים קאורט באשטעטיגט זייער אורטייל און זיי ווארטן מיט אנגסט אויף די סופרים קאורט אורטייל און די איבריגע אפעלירן נאך זייערע קעיסעס אין סטעיט סופרים קאורט

ביי די מונדליכע ארגומענטן האבן ריכטער טאמאס, ראבערטס און אליטא אויסגעקוקט היבש אנטי קרוז און די דריי ליבעראלן זענען געווען אויף זיין זייט

ריכטער קעווענאו און בערעט האבן אויסגעדרוקט היבש סימפאטיש צו קרוז
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט 4-5 אין שטיצע פון קרוז


ריכטערין סאטאמאיאר האט געשריבן די מאיאריטעט אורטיל אין וועלכע עס האבן זיך אנגעשלאסן ריכטער ראבערטס, קעיגען, דזשעקסאן, און קעווענאו

ריכטערין בערעט האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל אין וועלכע עס האבן זיך אנגעשלאסן ריכטער טאמאס, אליטא און גארסוטש
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

ראבערטס און בערעט האבן געטוישט מיינונגען פון די ארגומענט.
פוצה פה ומצפצף
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שכח הבל! יעצט אפגעליינט די לעצטע 3 קעיסעס און די פסקים
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

באקסער בוים האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 12:41 pm
שכח הבל! יעצט אפגעליינט די לעצטע 3 קעיסעס און די פסקים
הוהא!

א דאנק פאר די פידבעק!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פילע וועלן געדענקן די סעריע קאארדאנירטע אייסיס טעראר אטאקעס וועלכע האבן אויפגעטרייסלט פאריז אין 2015 למספרם וועלכע האבן אומגעברענגט 130 מענטשן און פארוואודנעט נאך 500

געוויסע וועלן אויך געדענקן א צווייטע אטאקע מיט צוויי יאר דערויף אין איסטאנבול אין א פארנומענע למספרם ניי יאר און געליטענע און די צוויי אטאקעס האבן אריינגעטראגן קלאגעס אקעגן געזעצן וועלכע באשולדיגן ריזיגע סאושעל מידיא נעצן פון טראגן פאראנטווארטליכקייט אויף אינהאלט פארשפרייט אויף זייערע פלאטפארמעס האט מעגליך צוגעהאלפן טרייבן די טעראריסטן אויסצופירן די אטאקעס

ביידע קעיסעס האבן געגרייכט די סופרים קאורט וועלכע האט נעכטן אויסגעהערט איינע פון זיי און היינט די צווייטע און די קעיס ווערט פאררעכנט צו זיין גאר אינטערסאנט זינט עס איז נישטא צופיל פרעצעדענט אויף די פארהעלטנמעסיג נייע אינטערנעט עפאכע און די אורטייל קען שטארק אפעקטירן ווי אזוי אינטערנעט פראוויידער וועלן פאראויסגיין מיט זייערע סערוויסעס פון היינט און ווייטער

די נעכטיגע קעיס איז געווארן אריינגעטראגן דורך די עלטערן פון די 23 יעריגע גאנזאלעז וועלכע איז אומגעקומען אין די פאריזע אטאקע און די קלאגע לויפט אונטער די אנטי טעראריזם אקט פון 1996 למספרם און לויטעט אז גוגל וועלכע איז די אייגנטומער פון יוטוב האט אומדירעקט געהאלפן אייסיס צו רעקרוטירן מיטגלידער מיטן זיי ערלויבן ארויפצושטעלן ווידעאס וועלכע מוטיגן געוואלדטאטן און רופן פאר פרישע רעקרוטן און מיטן רעקאמענדירן די ספעציפישע ווידעאס באזירט אויף די אלגעמיינע זוך היסטאריע אויפן געוועב פון די סערוויס באנוצער

א צוטיילטע פאנעל אויפן ניינטן קרייז געריכט האט געאורטיילט אז סעקשאן 230 באשוצט אזלעכע רעקאמענדאציעס און אנערקענט אז די געזעץ שטעלט מעגליך צו ברייטערע שוץ ווי דאס וואס קאנגרעס האט ערווארטעט ביים באשטעטיגן די געזעץ אבער קומט צום אויספיר אז קאנגרעס איז די קערפערשאפט וועלכע איז באפולמעכטיגט איינצושטעלן סיי וועלכע נויטיגע טוישונגען

אפעלירנדיג זייער קעיס צום העכסטן געריכט שרייבט די גאנזאלעז פאמיליע אז די רעקאמענדאציעס זענען בלויז באשוצט פון קלאגעס אויב די פירמע קומט נאך אלע באדינגונגען אויסגערעכנט אין סעקשאן 230 אריינגערעכנט א פארבאט צו באהאנדלען די פראוויידאר אלץ בלויז פובליצירער פון דריטע פארטיי אינפארמאציע אויב זיי נוצן עס פאר "צוציענדע קאמפיוטער סערוויס"

ווי צום ביישפיל וועבזייטלעך אדרעסן און נאטיפיקאציעס און נייע ווידעאס וואס די פירמע האפט אז עס וועט ציען די אינטערעסע פונעם באנוצער און מיטן מאכן אומגעבעטענע רעקאמענדאציעס ווערט א פירמע וועלכע דערקלערט זיך אונטער א פובליצירער סטאטוס (וועלכע ווערט באשוצט אונטער סעקשאן 230) פארוואנדלט אין קוואל וואס פיטערט זיינע אייגענע מאטריאל און קען ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך דערויף)

מען דארף אונטערשטרייכן אז די ארגומענט פון די פאמיליע איז נישט אז די סופרים קאורט זאל אורטיילן אז די גוגל איז טאקע פאראנטווארטליך פאר די אטאקע נאר אז די ניננטע קרייז געריכט האט נישט געזאלט ארויסווארפן די קעיס און אז די באשיצונג פון סעקשאן 230 איז נישט טאטאל און אויב וועט די געריכט עס נאכגעבן וועט די פאמיליע דאן דארפן אנהויבן מאכן זייער קעיס אקעגן גוגל אין די אונטערשטע געריכט

די ביידען אדמיניסטראציע נעמט די זייט פון די פאמיליע אבער זייער ארגומענט איז באזירט הויפטזעכטליך אויף די וועג ווי אזוי די יוטוב אלגאריטם אפערירט און זייער אפעקט אויף די באנוצער
די יוטוב אלגעריטם (די וועג ווי אזוי די פירמע האט אויסגעשטעלט זייער פלאטפארמע) איז אויסגעשטעלט אויטאמאטיש אויסצושפייען רעקאמענדירטע ווידעאס אויף די זייטל פונעם באנוצער'ס יוטוב זייטל וועלכע די סיסטעם שאצט אפ אז עס וועט יענעם זיין אינטערסאנט און ווען יענער ענדיגט קוקן א ווידעא וועלכע ער האט פארלאנגט וועט גלייך אנהויבן שפילן די פירמע רעקאמענדירטע ווידעאס

די אדמיניסטראציע ברענגט ארויס אז די מעסעדזש וואס די ווידעא זעלבסט ברענגט מיט זיך איז טאקע עפעס וואס די דריטע פארטיי וועלכע האט ארויפגעשטעלט איז פאראנטווארטליך דערפאר אבער יוטוב איז פאראנטווארטליך פאר א באזונדערע מעסעדזש וואס זי אליינס שטופט און דאס איז די מעסעדזש וואס זאגט פארן באנוצער "אז אט די ווידעא קען זיין ספעציעלע אינטערסאנט פאר דיר"

די פירמע פארטיידיגט זייער אלגעריטם וועלכע שפייעט אויס ווידעאס אוןפן זייט פונעם סקרין באזירט אויף יענעם'ס אינטערעסע שרייבנדיג אז די ספעציעלע סיסטעם איז דעזיגנירט צו פארלייכטערן פאר באנוצער אז זיי זאלן זיך נישט דארפן נישטערן פאר ווידעאס צווישן ביליאנען אומסארטירטע ווידעאס נאר קענען גרינגער צוקומען צו דאס וואס זיי זוכן אבער עס איז בלויז א טעכנישע געצייג פון די פירמע און נישט סיי וועלכע מעסעדזש מיט א באדייט פאר די באנוצער

גוגל ווארנט די ריכטער אז נישט די גאנזאלעז פאמיליע און נישט די ביידען אדמיניסטראציע האבן סיי וועלכע פראקטישע אלטערנאטיוו וועלכע זאל ערלויבן די מאדערנע אינטערנעט צו פונקציאנירן אויף א צוגענגליכע פארנעם און נאכגעבן די פארלאנג פון די קלעגער וועט איבערלאזן באנוצער מיט צוטראסקעטע שאפע פון אומסארטירטע ארטיקלען

די פירמע האט אויך אויסגעשטרעקט פאר די ריכטער א וועג ארויס פון דארפן אדרעסירן די קעיס שרייבנדיג אז לויט די אנטי טעראזים קעיס האבן די קלעגער פון די צווייטע קעיס נישט קיין רעכט צו קלאגן און אויב די געריכט קומט טאקע צו אזא אויספיהר קענען זיי אורטיילן די זעלבע איבער די גאנזאלעז קלאגע און דערמיט אויסמיידן פון דארפן אדרעסירן סעקשאן 230

דערווייל וועלן מיר בלייבן שטיין ביים ערשטן קעיס ליתן ריוח בין פרשה לפרשה מיט די האפענונג זיך צוריקצוקערן אין קורצן מיטא באריכט איבער די צווייטע קעיס און אצינד כאפן א שטיקל בליק איבער די מונדליכע ארגומענטן פון די נעכטיגע קעיס

צום אלעם ערשט דארף מען געדענקן אז די שטעלונג און אויסקוק פון די ריכטער איז ביז נעכטן פארמיטאג געווען מער ווייניגער אומבאקאנט ווען עס קומט צו אזעלכע אינטערנעט געזעצן צוליב וואס זיי האבן נאכנישט געהאט צופיל שאנסן עס צו באהאנדלען און דער איינציגסטע ריכטער וועלכע האט זיך שוין געלאזט הערן זייער קלאר בעפאר איז ריכטער טאמאס וועלכע האט שוין עפנטליך גערופן צו באגרעניצן סעקשאן 230 און אראפגעשפילט די זארגן פון די אינטערנעט פראוויידער

דעריבער איז נעכטיגע סעסיע געווען א שטיקל געלעגנהייט זיך נענטער צו באקענען מיט די וועג ווי אזוי די ריכטער קוקן אויף אזעלכע געזעצן און נאך דריי שטונדן פון ארומענטן האבן די פירמעס אפגעאטעמט היבש לייכטער ווען עס די ריכטער האבן אויסגעקוקט צו האבן קאלטע פיס צו אורטיילן אקעגן זיי

אדוואקאט עריק שנעפער וועלכע האט רעפרעזענטירט די גאנזאלעז פאמיליע האט זיך גאנץ שנעל געטראפן אונטער א האגל פון סקעפטישע פראגן פון ריכטער פון ביידע אידעאלאגישע ספעקטרומען

טראץ וואס ווי געשריבן האט שוין ריכטער טאמאס זיך געלאזט הערן אין די פארגאנגנהייט אז מען דארף איינצוימען סעקשאן 230 האט ער איבערראשט די געריכט זאל מיט זיין סימפאטיע צו די מאיאריטעט אורטייל פון די ניינטע קרייז געריכט וועלכע האט געשריבן אז אויב אין זייערע רעקאמענדאציעס טוט נישט די פירמע שטופן דוקא געוויסע סארט ווידעאס מער ווי אנדערע נאר לייגט ארויס פאר יעדן איינעם אזלעכע קאטעגאריעס וועלכע ציען זייער אינטערעסע הייסט עס נישט אז די פלאטפארמע שטופט א געוויסע מעסעדזש

טאמאס האט עס גענוצט צו צימבלען שנעפער און אים געפרעגט: אויב די זעלבע אלגעריטם וועלכע רעקאמענדירט אייסיס ווידעאס באזירט אויף א באנוצער'ס זוך היסטאריע טוט פונקט אזוי רעקאמענדירן קאכן ווידעאס פאר עימיצער וועלכע איז אינטערסירט אין קאכך ווי אזוי קען די פירמע ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך פאר אזעלכע רעקאמענדאציעס?!

גראדע פאר ריכטער גארסוטש (וועלכע האט ווי באריכטעט זיך נישט געשפורט אמבעסטן און אנטייל גענומען ווירטואל) איז נישט געפאלן די טעסט וועלכע די ניינטע קרייז געריכט האט ארויסגעשטעלט און באצייכנט אלץ נייטראלע געצייג טעסט

גארסוטש האט גע'טענה'ט אז אזא סארט טעסט ווערט נישט דערמאנט אין סעקשאן 230 און אז די טעסט איז ווייט נישט נייטראל און לויט אים דארף די געריכט צורקישיקן די קעיס צום ניינטן קרייז געריכט אז זיי זאלן עס נאכאמאהל איבערקוקן און אויפקומען מיט עפעס בעסער

ריכטערין בערעט האט דערמאנט אז ביי די קומענדיגע סעסיע גייט מען באהאנדלען די צווייטע קעיס אונטער וועלכע א פאמיליע קלאגט אויך אונטער די אנטי טעראריזם געזעץ (אבער איז נישט איבער סעקשאן 230) און יענער ווערט אויך רעפרעזענטירט דורך עריק שנעפער און בערעט האט אויסגעקוקט צו בעפארצוגן אז די געריכט זאל נוצן די זעלבע וועג ארויס ארויס אין די גאנזאלעז קעיס ווי אין יענע קעיס און אויסמיידן צו דארפן אדרעסירן סעקשאן 230

בערעט האט געפרעגט שנעפער: אויב פארלירסטו די מארגנדיגע קעיס קענען מיר עס נוצן נישט צו דארפן באשליסן די היינטיגע פראגע?

אדוואקאט ליסא בלאט האט רעפרעזענטירט גוגל און ארויסגעברענגט אז גוגל פובליצירט נישט סיי וועלכע אייגענע מעסעדזש נאר אלץ פארגעשריטענע פלאטפארמע טוען זיי אויף יוטוב ארגאנאזירן אינפארמאציע אז די באנוצער זאלן לייכטער טרעפן די נאדל וועלכע זיי זוכן אין די הויפן שטרוי

אויב איינע פון די ריכטער איז געווען די מערסטע סימפאטיש צו די גאנזאחעז פאמיליע איז עס פילייכט געווען ריכטערין דזשעקסאן וועלכע האט פארגעהאלטן בלאט און גע'טענה'ט אז קאנגרעס האט באשטעטיגט סעקשאן 230 צו באשוצן די פירמעס פון קלאגעס מיט די רעכענונג אז די פירמעס וועלן אויף די אייגענע האנט בלאקירן אפענסיווע מאטריאל

דזשעקסאן: דו טענה'סט אז די געזעץ באשוצט פלאטפארמעס וועלכע שטופן אפענסיווע מאטריאל, ויי אזוי קען מען אננעמען אזא געדאנק אלץ אין איינקלאנג מיט די ציהל פון קאנגרעס?!

ריכטערין קעיגען האט ארויסגעברענגט אז אפילו אויב סעקשאן 230 איז נישט אויסגעשטאט ריכטיג צו אדרעסירן די פראבלעמען וועלכע פלאגן די היינטיגע אינטערנעט איז קאנגרעס א פיל מער פאסיגע אינסטיטוציע עס צו אהאנדלען און פאררעכטן ווי די סופרים קאורט

קעיגען: די געריכט איז נישט א קערפערשאפט פון די 9 גרעסטע עקספערטן איבער די אינטערנעט

ריכטער קעווענאו האט אויך אפגעשפיגלט ענליכע סענטימענטן זאגנדיג אז קאנגרעס האט איינגעשלאסןא ברייטע שפראך אין סעקשאן 230 און געריכטן האבן עס ביז היינט איינשטימיג אפגעלערנט אלץ עפעס וואס באשוצט די סיסטעם וואס יוטוב נוצט, פריינד פון געריכט בריוו אין שטיצע פון גוגל ווארענען אז אויב טיושט מען עס וועט עס פירן צו ערנסטע פראבלעמען אריינגערעכנט עקאנאמישע און דעריבער האלט ער נישט אז די סופרים קאורט איז די בעסטע אדרעס צו פאסן אזעלכע באשלוסן
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

האט @הבל דא אהערגעשטעלט א באריכט/אנאליז, אזאנס און אזעלעכס!!!

שכוח @הבל!!
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

יישר כח הבל, גאר קלאר...
אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

או וואו. שכח @הבל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ווי פארשפראכן אין די נעכטיגע באריכט איבער די גאנזאלעז קעיס קערן מיר זיך היינט צוריק צו די צווייטע קעיס וועלכע די געריכט האט באהאנדלט די וואך

איידער מיט טרעטן צו צום קעיס ווילן מיר דערמאנען אז מער ווי איין אנפראגע איז אריינגעקומען אין אישי איבער דאס וואס מיר האבן געשריבן אין די גאנזאלעז קעיס אז די צוויי קעיסעס קענען זיין פארבונדן איינע מיט די צווייטע און ריכטערין בערעט האט טאקע גערעדט פון אזא מעגליכקייט
די ענטפער איבער ווי די אויסגאנג פון די דאזיגע קעיס קען יא אדער נישט אפעקטירן די גאנזאלעז קעיס וועט האפנטליך קלארער ווערן נאך די היינטיגע באריכט און מיר האפן צוריקצוקומען ביים ענדע פון די איצטיגע באריכט עס בעסער צו ערלקערן

די דאזיגע קעיס האט זיך אנגעהויבן מיט אן אנקלאגע אריינגעטראגן דורך די פאמיליע פון נאוראס אלאסאף, א בירגער פון ירדן וועלכע האט זיך געציילט צווישן די 39 אומגעקומענע אין די יונואר 2017 למספרם אייסיס טעראר אטאקע ביי א פארוויילונגס צענטער אין איסטאנבול טערקיי

די טאמנע פאמיליע האט געברענגט זייער קלאגע אונטער די אנטי טעראריזם אקט פון 1996 למספרם ערווענט אין די גאנזאלעז קעיס

יענע געזעץ ערלויבט אמעריקאנער צו ברענגן קלאגעס אקעגן סיי ווער וואס העלפט און שטיצט בייזוויליג מיר ערנסטע הילף אינטערנאציאנאלע טעראריזם

די פאמיליע טענה'ט אז טוויטער און אנדערע טעכנאלאזיגע ריזן (פעיסבוק אין גוגל) האבן געוואוסט אז זייערע פלאטפארמעס שפילן א וויכטיגע ראלע אין אייסיס אפעראציעס אבער טראץ ברייטע פרעסע באריכטן דערוועגן און דרוק פון די רעגירונג עס אפצושטעלן האבן זיי נישט גענומען קיין אגרעסיווע שריט אפצורוימען אייסיס אינהאלט פון זייערע פלאטפארמעס

די ניינטע קרייז געריכט האט ערלויבט די קעיס פאראויסצוגיין און אנערקענט אז טראץ וואס די פאליסי פון די פירמעס פארבאט פאר באנוצער ארויפצושטעלן אינהאלט וואס שטיצט טעראריזם און טוען רעגלמעסיג פארמעקן אייסיס פארבונדעטע מעסעדזשעס האט אבער די טאמנע פאמיליע געמאכט א צופרידנשטעלנדע קעיס אז די פירמעס טוען נישט גענוג און טוען אומדירעקט ערלויבן אייסיס אויסצונוצן די פלאטפארמע פאר זייערע צוועקן

די אנגעקלאגטע אין שפיץ פון טוויטער האט אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט און געשריבן אז די אנטי טעראריזם איז שפעטער געווארן אמענדירט צו ערלויבן קלאגעס בלויז אויב די שטיצע פאר טעראר איז געווען צו העלפן אויספירן א געוויסע ספעציפישע טעראר אקט (א שטייגער ווי די אטאקע אין טערקיי) און אין דעם פאל האבן די קלעגער נישט באוויזן צו ציען סיי ועולכע שטריכן פון אייסיס מעסעדזשעס אויף טוויטער צו יענע אטאקע
און די קלעגער האט ניטאמאהל גע'טענה'ט אז די טעראיסטן וועלכע דורכגעפירט די אטאקע האבן סיי ווען גענוצט די טוויטער פלאטפארמע

באזונדער טענה'ט טוויטער אז די פארלאנג אינעם געזעץ אז דער באשולדיגטער דארף האבן געוואוסט אז ער שטיצט טעראר צו קענען ברענגן קלאגעס אקעגן אים ווערט נישט נאכגעקומען אין אונזער קעיס

זיי ערקלערן אז עס איז נישט גענוג אז טוויטער האט געוואוסט אז טעראריסטן באנוצן זיך מיט טוויטער נאר צו קענען זיי אנקלאגן דארף טוויטער האבן געוואוסט פון ספעציפישע אקאונטס וועלכע פלאנירן אויס א געוויסע אטאקע און אז דאס נישט בלאקירן יענע אקאונטס וועט זיין ערנסט בייהילפיג צו די סוקסעס פון די אטאקע און דאס איז עפעס וואס די קלעגער טראכטן ניטאמאהל פון באשולדיגן

די ביידען אדמיניסטראציע איז איינשטימיג אז די געריכט זאל אראפשטימען די ניינטע קרייז געריכט אורטייל אבער נעמט אביסל א צווייטע גאנג איבער די פירמע'ס פאראנטווארטליכקייט

לויט זיי קען מען אין געוויסע אומשטענדן יא האלטן פירמעס פאראנטווארטליך אונטער די אנטי טעראריזם אקט אפילו אויב זי האבן נישט ספעציפיש געוואוסט פון א געפלאנטע אטאקע אדער אז די פלאטפארמע באנוץ איז א וויכטיגע געצייג עס אויסצופירן אבער פון די צווייטע זייט איז די אדמיניסטראציע נישט צופרידן פון די מעגליכקייט צו קענען קלאגן פארן איינפאך צושטעלן אלגעמיינע שטיצע פאר א טעראר ארגאנאזאציע דורך זיי ערלויבן זיך צו באנוצן מיט ברייט פארשפרייטע אלגעמיינע סערוויסעס פון וועלכע אלע קענען געניסן

די טאמנע פאמיליע שרייבט אז די אנטי טעראריזם אקט שטעלט צו גאר ברייטע רעכטן צו קלאגן פירמעס און ארגאנאזאציעס און אז די טעקסט אינעם געזעץ מאכט זייער קלאר אז קלעגער דארפן נישט קענען אידענטיפיצירן דירעקטע פארבינדונגען צווישן די הילף און א ספעציפישע טעראר אקט

זיי ברענגן ארויס אז טוויטער'ס אפטייטש פונעם געזעץ וואלט אפגעטיילט צווישן א ספעציפישע טעראר אקט און די ברייטע קאמפיין נעץ פון טעראר פון וועלכע די אקט איז אן וויכטיגע טייל און וועט פארלאנגען פון געריכטן צו איגנארירן די אפט לאנגע קייט פון פאסירונגען וועלכע ערמעגליכט אן אויסלענדישע טעראר ארגאנאזאציע צו ארקעסטרירן אזעלכע אטאקעס

ביידע זייטן ווארענען די געריכט איבער ווייטגרייכנדע נעגאטיווע קאנסקווענצן וואס אן אורטייל אקעגן זיי וועט האבן ווען טוויטער פון איר זייט מאכט קלאר אז א טאמנע זיג וועט עפענען א פלייץ פון נאכאנאנדע קלאגעס וואס קען באטרעפן אומשולדיגע הילף ארגאנאזאציעס אויב זיי שטעלן צו הילף פאר נויטבאדערפיגע און באטראפענע וועלכע קען אמאהל אנקומען צו די די הענט פון אייסיס און העלפט זיי אומדירעקט ארויס

די טאמנע פאמיליע זאגט אז אויב זאל מען אקצעפטירן די טוויטער צוגאנג וועט עס מאכן די געזעץ כמעט אוממעגליך צו ווערן גענוצט אקעגן פלאטפארמעס און די איינציגסטע פאל צו קענען ברענגן קלאגעס וועט זיין אויב עימיצער גיבט איבער געווער פאר א טעראריסט צו קענען אומברענגן מענטשן אבער אלע אנדערע סארט הילף ווי ביישטייערונגען, באנקינג סערוויסעס און סאציעל מידי רעקאמענדאציעס וועלן פון פראקטישן זין זיין אזוי שווער צו איבערצייגן זייער ראלע אין אטאקעס אז מען וועט עס קיינמאהל נישט קענען נוצן

סעט וואקסמאן האט רעפרעזענטירט טוויטער אין די מונדליכע ארגומענטן נעכטן און געזאגט פאר דיריכטער אז די טענה פון די פאמיליע אז די פירמע האט געזאלט טוהן מער צו באזייטיגן טעראר מעסעדזשעס איז נישט גענוג צו באשולדיגן די פירמע און ארויסהעלפן טעראר

טאמאס האט אנגעהויבן מיט זיינע פראגן און געוואלט וויסן וויפיל טוויטער דארף וויסן פון א ספעציפישע טעראר אקאונט, אטאקע צו קענען ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך

וואקסמאן האט געזאגט אז טוויטער דארף וויסן אז זיי שטעלן צו באדייטנדע הילף צו א טעראר אטאקע אבער נאכגעגעבן אז עס איז גענוג אויב זיי ווייסן אז עס ווערט גענוצט פאר אן אטאקע אפילו אויב זיי ווייסן נישט די גענויע ציהל און פלאן פון די אטאקע

ער האט אנגעוויזן אז די וועלכע האבן פראדוצירט די פליגער סטימיולעטאר וועלכע די סעפטעמבער 11 למספרם היידזשעקער האבן גענוצט זיך צו טרענירן האבן נישט געוואוסט אז די צווילינג טורמעס זענען א ציהל פאר אן אטאקע אבער אויב וואלטן די פראדוצירער געוואוסט אז עס גייט גענוצט ווערן פאר "אן" אטאקע וואלט עס געווען גענוג זיי צו קענען באשולדיגן

ריכטערין קעיגען האט געזאגט פאר וואקסמאן: מיר זענען געוואוינט צו בענק וועלכע שטעלן צו וויכטיגע סערווויסעס פאר טעראריסטן
מעגליך אז מיר זענען נישט אזוי געוואוינט צו הערן אזעלכע באשולדיגונגען איבער סאושעל פירמע פלאטפארמע אבער דאס מאכט עס נישט ווייניגער אמת

קעיגען האט געוואלט פארשטיין פארוואס די הילף ווערט נישט פאררעכנט אלץ ערנסטע טעראר הילף

וואקסמאן האט פרובירט אפצוטיילן די צושטעל זאגנדיג אז עס איז געוואנדן וויפיל אינפארמאציע די פירמע אדער קערפערשאפט באזיצט איבער די פאקט אז די הילף ווערט גענוצט פאר טעראר צוועקן

וואקסמאן האט ארויסגעברענגט אז אויב סאושעל מידיע פירמעס קענען געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך אויב טעראריסטן נוצן זייער פלאטפארמע צו רעקורוטירן מענטשן און פלאנירן אטאקעס גייט עס עפענען א וואג צו קלאגן פילע אנדערע סערוויס פראוויידער און זיך הויך געוואונדערט אויב א טעקסי פירמע גייט קענען ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך אויב טעראריסטן האבן זיי גענוצט פאר רייזעס

ריכטער אליטא האט אויסגעקוקט צו גלויבן אז עס איז זייער שווער אוריסצוגעבן א קלארע שווארץ און ווייסע ליניע איבער וואס ווערט פאררעכנט ווי בייזוויליגע שטיצע און אז עס איז עפעס וואס איז אזוי פארשינדארטיג אין יעדע קעיס באזונדער אז בלויז א דזשורי קען זיך עכט דערגרונטעווען צו אלע דעטאלן און באשליסן אויב עס פאלט אריין אין א קאטעגאריע פון קענען ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך

וואקסמאן האט פרובירט פארצושטעלן אביסל א ווייכערע צוגאנג און געבעטן אז ווען א פירמע ערלויבט אלע צו נוצן אלעגמיינע סערוויס צוגענגליך פאר יעדן זאלן זיי נישט קענען געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך סיידן אויב זיי האבן כאטש געוואוסט פון ספעציפישע אקואנטס אדער פאוסטס וועלכע ווערן גענוצט צו שטיצן טעראר אקטן

ריכטערין סאטאמאיאר האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז אין בעסטן פאל וואלט אזא טעסט געהאלפן אויסקלארן די פארשריפטן אין טוויטער'ס קעיס אבער נישט ווען עס קומט צו פעיסבוק און גוגל

ריכטער גארסוטש האט פארגעשלאגן עפעס ואס ער האט באצייכנט אלץ גרינגע לעזונג פאר די דילעמא פארנט פון די ריכטער

גארסוטש האט אנגעוויזן אז די שפראך אינעם אנטי טעראריזם אקט ערלויבט צו ברענגן קלאגעס אקעגן אזעלכע וואס העלפן ארויס "מענטשן" דורכצופירן טעראר אקטן

דאס באדייט אז הילף פאר אן "אטאקע" איז נישט געדעקט לויט די געזעץ און מען קען בלויז קלאגען פאר העלפן "א מענטש " (טעראריסט) אויסצופירן אן אטאקע

לויט דעם טענה'ט גארסוטש אז אין זייער באקלאגעניש האט די פאמיליע נישט געמאכט קיין ערנסטע קעיס צו באשולדיגן אז די אינדיווידועלן פאראנטווארטליך פאר די איסטאנבול אטאקע האבן געהאט סיי וועלכע פארבינדונג צו טוויטער

עריק שנעפער וועלכע האט רעפרעזענטירט די גאנזאלעז פאמיליע האט אויף פארטראטן די טאמנע פאמיליע און אפגעשלאגן די באהויפטונג אז טוויטער איז בלויז געווען פארמישט אין רוטינע ביזנעס פראקטיצירונגען און באשולדיגט אז זיי האבן גוט געוואוסט אז טעראריסטן באנוצן זיך מיט זייער פלאטפארמע און באצייכנט די פירמע'ס פאליסי פון באזייטיגן טעראר אינהאלט אלץ פארבלענדעניש און שיינע פרעזענטאציע וואס געשעפטן שטעלן ארויס אין די שוי פענסטער צו באאיינדרוקן דרויסנדיגע און פארהוילן די ווארהייט פון אינווייניג

שנעפער האט געמאכט זיין קעיס אז קלאגעס זאלן ווערן ערלויבט אויך אויב די שטיצע איז נישט געגאנגען דירעקט פאר אן אטאקע זאגנדיג אז ווען מען כאפט א נענטערע בליק אויף די פינאנץ אפעראציעס פון טעראר ארגאנאזאציעס שיילט זיך ארויס א בילד אז די דירעקטע קאסטן אויסצופירן די אטאקעס זענען בלויז א קליינע טייל פונעם בודזשעט פון וועלכע די גרעסעערע טייל גייט פאר אלגעמיננע אויסגאבן אריינגערעכנט געהאלט, פעלשן דאקומענטן און נאך און אז געריכטן מוזן באטראכטן סיי וועלכע שטיצע פאר טעראר אלץ פראבלעם ווייל עס וועט זיין זייער שווער נאכצופאלגן און אידענטיפיצירן די ספעציפישע באנקנאטן אדער אנדערע הילף וועלכע זענען געווען בייהילפיג פאר די אטאקעס דירעקט

ריכטערין קעיגען האט אויסגעקוקט סימפאטיש צו די פאמיליע און פארגעשטעלט א ביישפיל פראגע אין וועלכע אסאמא בין לאדען עפנט א באנק אקאונט און באנוצט זיך מיט די באנק'ס אלגעמיינע סערוויסעס אלץ טייל פון זיינע טעראר אקטיוויטעטן

קעיגען האט אויסגעפירט איר פראגע צו דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל עדווין נידלער וועלנדיג פארשטיין אויב די באנק וועט קענען ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך אונטער די אנטי טעראריזם אקט

ווען נידלער האט איינגעשטימט אז יא האט קעיגען אים געצימבלט צו ערקלערן די דיפרענעץ פון טעראריסטן וועלכע נוצן באנק סערוויסעס און אזעלכע וואס נוצן סאציאל מידיא פלאטפארמע סערוויסעס

קעיגען האט שפעטער אפגעשפיגלט די סענטימענטן פריער דערמאנט דורך אז אזלעכע סארט פראגן זענען אנדערש דעטאלירט אין איטליכער קעיס און קענען אמבעסטן באהאנדלט ווערן דורך א דזשורי אין יעדע קעיס באזונדער

צו ענדיגן מעין הפתיחה מיטן צוריקקומען צו די גאנזאלעז קעיס איז די אבזערוואציע פון געוויסע לעגאלע עקפסערטן וואס איז אויך דערמאנט געווארן דורך ריכטערין בערעט קען די געריכט באזירן זייער באשלוס אין די גאנזאלעז קעיס געוואנדן איבער די אורטייל אין די טאמנע קעיס

די פראגע אין ביידע קעיסעס איז עפעס וואס די געריכט וואלט געקענט באשטיין נישט צו דארפן ענטפערן און די גרינגסטע וועג ארויס וואלט געווען איינפאך נישט אורטיילן און דערקלערן אז זיי האבן חרטה פארן אקצעפטירן די קעיס און זענען נאכנישט גרייט דערפאר (זיי האבן שוין געטוהן אזאנס אין איינע פון די קעיסעס וועלכע מיר האבן באריכטעט אינעם איצטיגן סעסיע)

געוויס איז אזא ארדער נישט עפעס וואס פאסירט אזוי אפט און דעריבער איז די קומענדיגע לייכטע אפציע פארן געריכט צו אורטיילן אין די טאמנע קעיס אז אזלעכע סארט קלאגעס קענען נישט ווערן געברענגט אונטער די אנטי טעראריזם אקט

אויב פאסירט דאס וועט עס עפענען די מעגליכקייט פאר די ריכטער לויז צו ווערן פון די סעקשאן 230 פראגע אינעם גאנזאלעז קעיס און שרייבן אז אפילו אויב סעקשאן 230 באשוצט נישט יוטוב פון קלאגעס קען גאנזאלעז סייווי נישט ברענגן אזעלכע קלאגעס אונטער די אנטי טעראריזם אקט און זיי דארפן דערווייל ניטאמאהל אדרעסירן סעקשאן 230

קלאר צו מאכן אז דאס זענען בלויז טייל פון די אפציעס אבער די ריכטער קענען עווענטועל באשליסן יא צו מאכן גרעסערע אורטיילן און שרייבן זייערע טעסטס אין ביידע קעיסעס און קענען צום ביישפיל אורטיילן אקעגן טוויטער אבער אז סעקשאן 230 באשוצט יוטוב
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פעדעראלע ריכטערין זאגט אז טראמפ און עף בי איי דירעקטאר קריסטאפער רעי קענען ביידע ווערן אויסגעפרעגט אונטער שבועה דורך אדוואקאטן פאר צוויי הויכראנגיקע געוועזענע עף בי איי אגענטן פיטער סטראזק און ליסא פעידזש וועלכע באשולדיגן אז מען האט זיי פארפאלגט צוליב זייער ראלע אין די רוסלאנד אויספארשונג

ביידע וועלן ווערן אויסגעפרעגט באזונדער פאר 2 שטונדן

די ארדער איז נאכנישט ענדגילטיג ווייל זי וויל נאך ווארטן צו הערן פון די ביידען אדמיניסטראציע אויב דער פרעזידענט וויל עס בלאקירן דורך די עקזעקוטיווע פריוולעגיע מאכט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 4:17 pm
א פעדעראלע ריכטערין זאגט אז טראמפ און עף בי איי דירעקטאר קריסטאפער רעי קענען ביידע ווערן אויסגעפרעגט אונטער שבועה דורך אדוואקאטן פאר צוויי הויכראנגיקע געוועזענע עף בי איי אגענטן פיטער סטראזק און ליסא פעידזש וועלכע באשולדיגן אז מען האט זיי פארפאלגט צוליב זייער ראלע אין די רוסלאנד אויספארשונג

ביידע וועלן ווערן אויסגעפרעגט באזונדער פאר 2 שטונדן

די ארדער איז נאכנישט ענדגילטיג ווייל זי וויל נאך ווארטן צו הערן פון די ביידען אדמיניסטראציע אויב דער פרעזידענט וויל עס בלאקירן דורך די עקזעקוטיווע פריוולעגיע מאכט
ריכטערין גייט גיבן פארן פרעזידענט א מאנאט צו באשליסן אויב צו נוצן זיין מאכט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נארמאן סיעברוק איז א געוועזענע יוניאן הויפט פון טורמע וועכטער אין ניו יארק סיטי און איז געווארן אנגעקלאגט דורך פעדעראלע פראקורארן פארן אקצעפטירן 60 טויזנט דאלער אין כאבאר אין אויסטיש פון אינוועסטירן 20 מיליאן דאלער פון יוניאן פענסיע פאנדס אין א ריזיקאלישע העדזש פאנד פון וועלכע די יוניאן האט דערלייגט אסאך 19 מיליאן דאלער

די ערשטע פראצעס האט זיך געענדיגט מיט א מיסטרייעל אבער שפעטער איז ער געפונען געווארן שולדיג און פעדעראלע דיסטריקט ריכטער אלווין העלערשטיין האט פאראורטיילט סיעברוק צו 58 מאנאטן טורמע

אצינד נאכן סערווירן פאר 21 מאנאטן האט דער זעלבער ריכטער וועלכע האט אים פאראורטיילט געשניטן זיין טערמין אויף האלב אז ער זאל שוין איצט ווערן באפרייט צוליב וואס דער העדזש פאנד באאמטע וועלכע האט אראנזשירט דאס אונטערשמירן פון סיעברוק וועלכע איז אויך געווארן אנגעקלאגט אינאיינעם מיט סיעברוק און געווארן פאראורטיילט פאר אן ענליכן סענטענסינג אויך דורך ריכטער העלערשטיין האט אפעלירט זיין אורטייל און געהאט סוקסעס ווען די אפעלאט געריכט האט געשניטן זיין טערמין מיט ארום האלב

שרייבט אצינד ריכטער העלערשטיין אז דער נותן און דער מקבל טראגן אן אייניגע שולד אין די קארופציע סקאנדאל און דער פארדינען ענליכע שטראפן און טראץ וואס לויט אים איז זיך געקומען פאר ביידע ארום 5 יאר וועט ער זיך אבער רעכענען מיט די שטעלונג פונעם אפעלאט געריכט צו שניידן דעם נותן'ס טערמין מיט האלב און זעלבסט שניידן האלב פונעם מקבל'ס טערמין ווייל עס איז נישט רעכטפארטיג אז איינער זאל ווערן באשטראפט מיט אזויפיל מער ווי דעם אנדערן פארן זעלבן זינד

אויב עס איז א גענאדע פונעם ריכטער אדער גאר אן איינפאכע קאלקולאציע אז סיעברוק וואלט אפעלירט זיין אורטייל און גענוצט אזא טענה פארן אפעלאט געריכט וועלכע האבן שוין ארויסגעוויזן גרייטקייט צו שניידן די טערמין פונעם נותן איז אפן פאר שפעקולאציע

אלנפאלס קען סיעברוק נאכנישט אהיימגיין ווייל דער ריכטער האט געלייגט זיין באשלוס אויף האלד פאר 10 טאג צו גיבן צייט פאר די פראקורארן צו רעאגירן און זאגן אויב זיי ווילן אפעלירן די באשלוס
פרעזידענט פרא-טעמפאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:22 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט פרא-טעמפאר »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 10:05 am
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 1:57 pm
ריכטערין דזשעקסאן איז ווידעראמאהל צוריקגעקומען צו איר אריגענעל פונקט אז אפגעזעהן ווי אזוי מען לערנט אפ די ווערטער אינעם געזעץ האט קנאגרעס גענומען אין חשבון די אלגעמיינע ערוארטונג אז שותפים זענען פאראנטווארטליך פאר וואס עס קומט פאר אינעם שותפות

עס האט אויסגעקוקוט פון דזשעקסאן ווי זי וואלט זייער געוואלט זיין די וועלכע גייט שרייבן די אורטייל אינעם קעיס און זי האט געזאגט פאר טריפ אז מיט דעם וואס ער באגרעניצט זיין ארגומענט צו די שפראך אינעם געזעץ קוקט אויס ווי ער זוכט אז די געריכט זאל זיך באגענוגן מיט א מינימאלע אורטייל בלויז צו אדרעסירן די שפראך אינעם געזעץ (לאפוקי פון איר ארגינעלע פונקט)

זי האט אנגעוויזן אז אויב וואלט מען ווען געגאנגען מיט איר צוגאנג (צו נוצן די אלגעמיינע ערווארטונג אז אריינגיין אין א שותפות מיינט אויטאמאטיש נעמען פאראנטווארטליכקייט) וואלט עס גאר געווען מער מינימאל ווייל עס וואלט נישט איינגעשלאסן צו באשטראפן דאס פיצל קינד וועם דער פאטער האט איינגעשלאןס מיט געוואלד אינעם שותפות ערווענט אין די ביישפיל פון ריכטער טאמאס (אויב אבער זאל מען זיך קאנצעטרירן אויפן טרוקענעם געזעץ איז דאס קינד זייער מעגליך פונקט אזוי פאראנטווארטליך)

סאטאמאיאר איז ווידער געקומען צו דזשעקסאן'ס שטיצע און געזאגט אז אויב גייט די געריכט גיבן א זיג פאר באקלי באזירט אויף די 1885 פרעצעדענט וועלכע איז קאנצעטרירט אויף שותפים ווי איידער אדרעסירן די גענויע אפטייטש פון סעקשאן 523 וועט די געריכט נישט בלויז אפשוינען דאס פיציל קינד פונעם טאמאס ביישפיל נאר אויך ריכטער טאמאס זעלבסט אין איר ביישפיל אין וועלכע טאמאס איז בלויז איר פריינד און נישט איר שותף

ריכטער אליטא האט אויך געזאגט אז אויבנאויף האט טריפ א שטארקע קעיס אויב קוקט מען אויף די רויע געזעץ זאגנדיג אז וואס ער מוטשעט יא צו פארשטיין איז אויב די קאנטעקסט ווארפט מעגליך אביסל אן צווייטע ליכט און ער איז נישט קלאר אויב פרוי בארטענווערפער האט ווירקליך געהאט צוטרירט צו די פאנדס ערהאלטן פון באקלי

געהילף סעליסיטאר דזשענעראל עריקא ראס האט געמאכט די קעיס אין נאמען פון די ביידען אדמיניסטראציע און געמוטיגט די געריכט צו נעמען די זייט פון באקלי

ראס האט ארויסגעברענגט אז לויט העריס איז קאנגרעס געווען אומפארזיכטיג ביים שרייבן די געזעץ און לויז געשריבן אין קאטעגאריע 1) איין שפראך און אין קאטעגאריע 2) א צווייטע אויסדרוק

ריכטער אליטא און אנדערע האבן סימפאטיזירט מיט די ארגומענט און נישט אויסגעקקוט גרייט צו אננעמען אז קאנגרעס שרייבט געזעצן אומפארזיכטיג
די סופרים קאורט האט נארוואס איינשטימיג געאורטיילט אקעגן פרוי בארטענווערפער

ריכטערין בערעט האט געשריבן די אורטייל
בערעט האט איר אויסגעכאפט... ווייס איך נישט וויאזוי עס ארבעט מיטן שרייבן די אורטיילן, ווער עס שרייבט ווען. העמיר דארפן ווארטן פאר א שיעור כללי פון הרב הבל איבער די נושא.

אביסל שפעט צו קאמענטירן אבער הבל'ס באריכטן ברויכט מען ליינען מיט ישוב הדעת! שקויעך הבל אן הנאה צוליינען יעדע באריכט באזינדער!
If you ever feel useless, remember that the U.N. still exists.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מארק פאלסיפער האט זיך דערקלערט שולדיג אויף פארקויפן דראגס איז געווארן פאראורטיילט צו די מינימום סענטענס פון 15 יאר טורמע צוליב וואס ער האט שוין געהאט אויף זיין רעקארד א פריערדיגע דארג פארברעך

ער האט פרובירט צו באקעמפן די סענטענס מיט די טענה אז ער קוואליפיצירט פאר די רעכט וועלכע א פראוויזיע אין די ערשטע סטעפ אקט פארארדנט געריכטן נישט צו נוצן קיין מינימום סענטענסינג צוגאנג ביי נישט ווילדע דראג פארברעכנס וועלכע קומען נאך געוויסע פארלאנגען

די ווערטער אינעם פראוויזיע זענען אז אויב קומט מען נאך דעם ערשטן פארלאנג "און" די צווייטע פארלאנג וכו' זאל נישט זיין קיין מינימום סענטענס

וויבאלד פאלסיפער קומט נישט נאך אלע 5 פארלאנגען האט די אפעלאט געריכט געאורטיילט אז ער קוואליפיצירט נישט פאר דעם

אנדערע קרייז געריכט האט יא געשריבן אז די ווארט "און" מיינט "אדער" וואס באדייט אז עס גענוג נאכצוקומען איינע פון די 5 פארלאנגען און פאלסיפער האט אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלכע איז איצט איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס אינעם קומענדיגן טערמין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 11:31 am
פאלגענד איז די צווייטע קעיס וועלכע געריכט הערט היינט אויס:



פראפערטי וועמען'ס אייגנטומער שטארבט אן איבערלאזן יורשים גיט אריבער צו די סטעיט וואו זיי זענען לאקירט

אין די מיטעלע 1900 יארן למספרם האט אנגעהויבן ארויפקומען מער און מער אויפן אויבערפלאך די פראגע ווען עס קומט צו נכסים ווי אומאיינקאסירטע טשעקס אדער חובות וואס מען איז יענעם שולדיג ווי רענט און דאס גלייכן וועלכע איז נישט קיין פיזישע קרקע און די סטעיט

אין פילע פעלער פאסירט אז די לעצטע אדרעס פון דער וועלכע יאגט נישט אן אויסצולייזן די טשעק ביים לעבן איז לאקירט אין איין סטעיט אבער די טשעק איז געווארן ארויסגעגעבן פון אן אינסטיטוציע אין א צווייטע סטעיט

אין 1965 למספרם האט די סופרים קאורט געאורטיילט אין שטיצע פון ניו דזשערסי אקעגן טעקסאס און געשריבן אז די סטעיט וואו יענער האט געוואוינט אין די לעצטע צייט פון זיין לעבן איז די סטעיט וועלכע קען פארכאפן די אייגנטום

אין 1972 למספרם האט די סופרים קאורט ווידער באהאנדלט ענליכע פראגן ווען עס קומט צו וועסטערן יוניאן מאני ארדערס וועלכע זענען געווארן געקויפט אבער קיינער האט זיי נישט אויסגעלייזט זינט אין געוויסע סטעיט'ס ווייסט וועסטערן יוניאן (וועלכע פארקויפט די מאני ארדערס) ווער עס קויפט זיי און אין אנדערע נישט

די אורטייל איז געווען אז אין סטעיט'ס ווי ניו יארק וואו וועסטערן יוניאן ווייסט ווער דער קויפער איז געווען באלאנגט די געלט פאר די סטעיט'ס וואו יענער האט געוואוינט און אויב מען האט עס געקויפט אין א סטעיט וועלכע פארצייכנט נישט ווער די קויפער איז דאן גייט די געלט פאר סטעיט וואו וועסטערן יוניאן האט זיך געגרינדעט

נאכפאלגנדיג יענע אורטייל האט קאנגרעס אדרעסירט די פראגע און אין 1974 למספרם האבן זיי באשטעטיגט א געזעץ וועלכע שליסט אויס מאני ארדערס און ענליכע סארט טראוולערס טשעקס און "אנדערע ענליכע געשריבענע אינסטרומענטן" (נישט אריינגערעכנט דריטע פארטיי באנק טשעקס) אז זיי זאלן געהערן צו די סטעיט'ס וואו זיי זענען געווארן געקויפט און נישט צו די סטעיט וואו די לעצטע אדרעס פונעם קויפער איז געווען
אין די לעצטע עטליכע יאר האט זיך אנטוויקלט א פרישע סטעיט שטירייט צווישן דעלעוועיר וועלכע קעמפט אקעגן 20 אנדערע סטעיט אנבאלאנגט מאניגרעם טשעקס

לויט די מולטי סטעיט שטעלונג פאלן מאניגרעם טשעקס אונטער די זעלבע 1974 למספרם קאנגרעס געזעץ (אונטער די אקראנים FDA) און פונקט ווי ביי געווענליכע מאני ארדערס דארף עס גיין פאר די סטעיט וואו עס איז געקויפט געווארן

זיי ווייזן אן אז מאניגרעם טשעקס רעכנט אויך אן אפצאהל פונעם קויפער, עס ווערט פון פאראויס געדרוקט ווי נאר דעקט קויפער דעקט און באצאהלט די סומע, און די מאניגרעם פירמע איז פאראנטווארטליך צו דעקן די סומע פונעם טשעק

די סטעיט'ס טענה'ן אז דעלעוועיר האט אומריכטיג פארכאפט אומאיינקאסירטע 150 מיליאן דאלער וואס וואלט לויט זייער ארגומענט געדארפט גיין צו זיי און לויט ווי דעלעוועיר שאצט איז דאס אין צוגאב פון באזונדערע 135 מיליאן דאלער וועלכע וואלט באזירט אויף די דאזיגע ארגומענט געברויכט גיין צו א רייע אנדערע סטעיט'ס וועלכע האבן זיך נישט אנגעשלאסן אין די קעיס

אין 2015-2016 למספרם האבן די סטעיט'ס זיך געוואנדן צו דעלעוועיר מיט זייער פארלאנג אבער דעלעוועיר האט געצעגערט מיטן ערקלערן אפיציעל זייער שטעלונג אבער שפעטער האבן זיי איינפאך אפגעווארפן זיך צו טרעפן מיט פארשטייער פון די קאנטער סטעיט'ס

מאניגרעם זעלבסט האט זיך אנגעהויבן זארגן אז זיי זאלן זיך נישט טרעפן צווישן האמער און נאגל און נאך מוזן צוריקקערן דאס געלט פאר ביידע זייטן באזונדער און געוואלט אז די צוויי זייטן זאלן זיך פארשטענדיגן איבער די פראגע און פארלאנגט פון דעלעוויער צו הערן זייער שטעלונג

דעלעוועיר האט נישט דירעקט רעאגירט אויפן פארלאנג נאר אנשטאט געמאלדן אז זיי פלאנען דורכפירן אן אודיט אויף מאניגרעם אפצושאצן זייער פראקטיצירונג און פראצעדור און צו קענען פעסטשטעלן אונטער וועלכע קאטגאריע זי פאלט

אין 2016 למספרם האבן עטליכע פון די סטעיט'ס אנגעהויבן ברענגן קלאגעס אין פעדעראלן געריכט אקעגן דעלעוועיר און מאניגרעם און די סופרים קאורט האט שנעל איבערגענומען די קעיס שרייבנדיג אז צוליב וואס עס איז א סטעיט אקעגן סטעיט געפעכט איז ד העכסטע געריכט די מיט ארגינעלע יוריסדיקציע אונטער די קאנסטיטוציע

אין 2017 למספרם האט די סופרים קאורט געשטעלט ספעציעלע מייסטער פיערע לעוואל צו אנאליזירן די פראגע און צוריקקומען מיט רעקאמענדאציעס וועלכע די געריכט וועט דאן קענען איבערקוקן און עס באשטעטיגן אדער אפווארפן

אין מאי 2021 למספרם האט לעוואל ארויסגעגעבן די רעקאמענדאציע שרייבנדיג אז נאכן איבערקוקן און שטודירן די FDA געזעץ טוט עס דעקן אויך מאניגרעם טשעקס

דעלעוועיר האט אבער געפיילט א מאושען צום סופרים קאורט זיך אקעגנצושטעלן די ספעשל מייסטער געפינסן און טענה'ט אז מאניגרעם טשעקס זענען נישט געדעקט אונטער די FDA זינט אין פאקט ווערן זיי נישט גערופן מאני ארדערס און טראץ וואס די געזעץ דערמאנט "אנדערע ענליכע געשריבענע אינסטרומענטן" זאל יענע פראזע ווערן שטארק באגרעניצט צו בלויז גאר ענליכע אינסטרומענטן צו מאני ארדערס און נישט איינשליסן מאניגרעם טשעקס וועלכע איז א ספעציפישע קאמערציאלע פראדוקט דעזיגנירט פאר ספעציפישע געברויכן און זיי זאלן ליבערשט פאררעכנט ווערן ווי דריטע פארטיי באנק טשעקס וועלכע די געזעץ שליסט קלאר אויס

ווי אנגעהויבן, טוען די ריכטער היינט אויסהערן די מונדליכע ארגומענוטן אין די קעיס
די סופרים קאורט האט אצינד געאורטיילט איינשטימיג אקעגן דעלעוועיר

ריכטערין דזשעקסאן האט געשריבן די אורטייל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 12:12 pm
הכל הבל האט געשריבן:
אלעקסאנדרו ביטנער איז א רומעניש אפשטאמיגער אמעריקאנע בירגער וועלכע האט עטליכע אקאונטס אין אויסלענדישע בענק און האט פארפעהלט אויסצופילן די דאקומענט וועלכע ווערט פארלאנגט דורך די באנק סיקרעסי אקט וואס דארט דארט טוט מען יערליך באריכטן איבער אויסלענדישע אקאונטס אין וועלכע עס ווערן געהאלטן 10 טויזנט דאלער דורכ'ן יאר

ביטנער האט נישט באריכטעט די אקאונטס פאר א 5 יאר אפשניט און לויט יענע געזעץ איז די מאקיסמום שטראף פארן נישט באריכטן אויסלענדישע אקאונטס 10 טויזנט דאלער פער יאר
נו, זאלן אונזערע אייוועלט מאטעמאטיקער אויסרעכנען וויפיל די מאקסימום טאטאל שטראף באטרעפט

50 טויזנט? די פראבלעם איז אז ער האט באקומען א שטראף פון 2.72 מיליאן דאלער זינט די רעגירונג האט גערעכנט יעדע יאר אלץ א באזונדערע פארלעצונג (ווי די געזעץ לויטעט) אבער זיי האבן גערעכנט א 10 טויזנט דאלער פער יאר שטראף אויף יעדע איינציגע אקאונט באזונדער

ביטנער האט זיך געוואנדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט וועלכע האט אים געגעבן גערעכט און רעדוצירט די שטראף צו 50 טויזנט דאלער גייענדיג מיט די שטעלונג אז די געזעץ ליגט ארויף א שטראף פון 10 טויזנט דאלער פער יאר מאקסימום אפגעזעהן אויב עס האנדלט זיך פון איין אקאונט אדער עטליכע אקאונטס

די רעגירונג האט אפעלירט די אורטייל צום פיפטן קרייז געריכט וועלכע האט געאורטיילט אין זייער שטיצע און צוריקגעשטעלט די 2.72 מיליאן דאלער שטראף שרייבנדיג אז יעדע אקאונט וועלכע ווערט נישט באריכטעט איז א באזונדערע פארלעצונג פאר זיך

ביטנער האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט אויסצוהערן די קעיס

ביידע זייטן מאכן זייערע ארגומענטן און כאפן זיך ארויף אויף ווערטער פון די געזעץ וועלכע קוקט אויס צו גין מיט זייער אפטייטש

ביטנער קאנצעטרירט זיך אויף די ווערטער אינעם געזעץ וועלכע פארלאנגען צו האלטן רעקארדס פון אויסלענדישע אקואנטנס און פיילן "באריכטן"
וואס לויט אים איז דאס אן אנדייטונג אז קאנגרעס האט זיך באצויגן צו אזעלכע פיילינגס אלץ איין גרויס פיילינג פון אלע אקאונטס און פארפעהלן עס צו פיילן איז איין גרויס פארלעצונג און די שטראף איז 10 טויזנט דאלער פער יאר

די רעגירונג וויל ענדערש אז מען זאל קוקן אויפן טיייל וועלכע דעטאלירט די שטראף פאר פארלעצער וועלכע שליסט איין א פראוויזיע וועלכע רעכנט אויס געוויסע אויסנאמען ווען פארלעצער זאלן נישט ווערן באשטראפט

איינע פון די אויסנאמען זענען פעלער אין וועלכע האט א צופרידנשטעלנדע ערקלערונג פארן עס נישט באריכטן און איינע פון די באדינגונגען פאר אזא אויסנאם רעכנט אריין דאס באטראכטן די באלאנס פון די "אקאונט" (בלשום יחיד) וועלכע איז נישט געווארן באריכטעט
שפעטער אין יענע פראוויזיע שטייט אז דא גיבן די מאקסימום שטראף זאל זיין געבונדן צו די מאקסימום באלאנס אין די צייט פונעם פארלעצונג
לויט די רעגירונג איז דאס א באווייז אז קאנגרעס האט געזוכט ארויפצושטעלן אזא שטראף און באטראכט יעדע אקאונט וואס ווערט נישט באריכטעט ווי א פארלעצונג פאר זיך
דניאל געיסער האט רעפרעזענטירט ביטנער און עס איז גאנץ שנעל קלאר געווארן אז ריכטערין קעיגען און אפילו אזא ריכטערין ווי סאטאמאיאר זענען געווען היבש אומצופרידן פון זיינע פארלאנגען אונטערשטרייכנדיג די בארג ארויף שפאציר וואס ער וועט דארפן דורמאכן צו האבן א שאנס פאר סוקסעס

ריכטערין קעיגען איז געווען אומצופרידן מיט די קלעגער ארגומענט זינט עס וועט פארלאנגן די רעגירונג ארויפצושטעלן אן אייניגע שטראף אויף עימיצער וועלכע האט נישט איינגעמאלדן אן איינצלנע אקאונט פון קארגע 10 טויזנט דאלער און אזא איינער ווי ביטנער וועלכע איז א רייכע מאן מיט פארצווייגטע געשעפטן וועלכע האט פארפעהלט צו באריכטן מערערע אקאונטס טראץ וואס ער האט אויסבאנאלטן אסאך מער אינפארמאציע ווי די וועלכע האלטן דארט בלויז עטליכע טויזנט דאלער

באזונדער האט זי קלארגעשטעלט אז וויבאלד קאנגרעס האט ביי די שפעטערע פראוויזיע גענוצט די ווארט אקאונטס אנשטאט פיילינג איז עס גאנץ קלאר אז זיי האבן זיך מיט די שטראף באצויגן צו א פארלעצונג פאר אן איינצלנע אומבאריכטעטע אקאונט און דעריבער ווערט יעדע פרישע אקאונט
פאררעכנט אלץ א באזונדערע פארלעצונג

אויב איז נאך געווען סיי וועלכע צווייפל וואו קעיגען שטייט אויף די פראגע האט זי ווידערמאהל געהאמערט ביים ענדע פון די סעסיע מיט איר ערשטע באהויפטונג זאגנדיג אז עס איז פארהאן אן עכטע דיפרענעץ צווישן א פערזאן וועלכע איז נישט איבריג רייך און האט נישט געוואוסט איבער די פארלאנג צו באריכטן אן אויסלענדישע טשעקינג אקאונט און עימיצער וועלכע דרייט מיט טראנזאקציעס פון מיליאנען דאלארן און טוט נאכאנאנד עפענען און אפשפארן אקאונטס מעגליך אין א פארזוך צו פארזוך זיך ארויסצודרייען פון שטייערן אדער צו פינאנצירן טעראר וואס דאן איז העכסט ערווארטעט פאר די אגענטורן צו קומען אויף יענעם'ס שפורן און ארויפשטעלן ערנסטע שטראפן וועלכע איז זייער קלאר בארעכטיגט לויט די שפראך אין די געזעץ

ריכטערין סאטאמאיאר האט אויך געמאכט ענליכע באמערקונגען זאגנדיג פאר גיעסער אז איר פראבלעם איז אז די גאנצע סטרוקטור פונעם געזעץ שיינט צו פארפליכטן פאר אקאונט אייגנטומער צו באריכטן פאר די רעגירונג סיי וועלכע אויסלענדישע באנקינג פארבינדונגען און דאס איז אלעס וואס די ווארט "באריכטן" באדייט אפגעזעהן אויב דו טוסט עס אויף אן איינלצנע דאקומענט אדער אויף 10 וואס איז אומרעלעוואנט צו איר

מעטיו גוארנערי האט געמאכט די קעיס פאר די רעגירונג און אויך ער איז אויסגעשטאנען שווערע פראגן פון טייל ריכטער ווען פאר ריכטער אליטא האט אים געצימבלט איבער די פראוויזיע וועלכע ערלויבט נישט די רעגירונג צו שטראפן מענטשן וועלכע קענען אנגעבן א צופרידנשטעלנדע ערקלערונג פאר נישט באריכטן אקאונטס

גוארנערי האט קלארגעשטעלט אז אן אויסרייד אז מען האט נישט געוואוסט אז עס עקזיסטירט אזא געזעץ ווערט נישט פאררעכנט אלץ צופרידנשטעלנדע ערקלערונג אבער אליטא איז עס נישט געפאלן

ווען גוארנערי האט זיך נישט געוואלט רוקן פון פאזיציע איבער די פראגע האט ריכטער קעווענאו זיך צוגעשטעלט צו אליטא און ציטירט פון די געריכט דאקומענטן אז א באדייטנדע צאהל פון אקאונט אייגנטומער ווייסן נישט אז לויט די געזעץ דארפן זיי עס באריכטן

קעווענאו האט אים דערמאנט אז אין די ארגינעלע דאוקמענטן האט ער זיך פארטיידיגט זאגנדיג אז די "צופרידנשטעלנדע ערקלערונג" אויסנאם דארף קענען געפנען א וועג צו באשוצן עימיצער וועלכע איז געווען עכט אומשולדיג און פרובירט צו לערנען איבער וואס די געזעץ פארלאנגט און טראץ דעם אלעם האט ער אמת'דיג נישט געוואוסט פון די געזעץ דארף עס זיין א שטארקע קעיס נאכצוקומען די צופרידשטעלנדע ערקלערונג אויסנאם

אבער גוארנערי האט זיך געהאלטן ביי דאס זייניגע אז די ווערטער אין די געזעץ זענען וואס זיי זענען און שטעלט אהער א בלויז א גאר באגרעניצטע אויסנאם פאר ריכטיג צופרידנשטעלנדע ערקלערונגען

אויב מאכט זיך א קעיס אין וועלכע א ליבעראלע ריכטער ווען נעמען די זייט פון די רעגירונג און א קאנסערוואטיוו וועט זיך שטעלן אויף די אנדערע זייט וועלן אין מערסטנס פעלער די צוויי דעפעקטירער זיין קעיגען איון גארסוטש

אויך אין די איצטיגע קעיס איז גארסוטש געווען היבש אומצופרין מיט די ברייטע רעכט וועלכע די רעגירונג האט זיך רעזערווירט ארויפצושטעלן שווערע שטראפן אויף א גרעסערע צאהל פון מינדערוויכטיגע פארלעצונגען און זיך געשטעלט אויף די טייל פון די פראוויזיע וועלכע ערלויבט פאר אזעלכע וועלכע פארמאגן מער פון 25 באנק אקאונטס צו מאכן א טשעק אויף א אזא אפציע און דערמיט קענען זיי איבערהיפן די פארלאנג צו דעטאלירן די באנק אינפארמאציע פון אלע אקאונטס

גארסוטש האט ארויסגעברענגט אז אויב גייט מען מיט די רעגירונג שטעלונג אז יעדע אקאונט קען זיין א באזונדערע פארלעצונג מיט א באזונדערע 10 טויזנט דאלער שטראף וועט אויסקומען אז מענטשן מיט ווייניגער אקאונטס (אונטער 25 אקאוטנס) ווערן אויסגעשטעלט צו גרעסערע שטראפן ווי מענטשן מיט מער אקאונטס (פון 25 און העכער) ווייל אויב האסטו צום ביישפיל בלויז 20 אקאונטס מוזטו אויספילן אלע אקאונט דעטאלן און אויב דו מאכסט א גרייז צום ביישפיל ביים אויספולן אדרעסן פון 12 פון די בענק קענסטו אויסשטיין א שטראף פון 120 טויזנט דאלער
די סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט מיט 4-5 אין שטיצע פון ביטנער


ריכטער גארסוטש האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל און דערין זענען אנגעשלאסן ריכטער ראבערטס,אליטא,קעווענאו און דזשעקסאן

ריכטערין בערעט האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל און דערין זענען אנגעשלאסן ריכטער טאמאס, סאטאמאיאר און קעיגען
זייער פארנימען
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 4:39 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער פארנימען »

הבל, מיר ווארטן אויף א באריכט פון די נעכטיגע הירינג אויף די student loan forgiveness
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

זייער פארנימען האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 9:13 am
הבל, מיר ווארטן אויף א באריכט פון די נעכטיגע הירינג אויף די student loan forgiveness
באלד אי"ה!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די העכערע ערציאונג געזעץ פון 1965 למספרם באפולמעכטיגט די ערציאונג סעקרעטאר מיט די אויטאריטעט פון צושטעלן פעדעראלע הילף פאר סטודענטן וועלכע קוואליפיצירן דערפאר און אין 2003 למספרם האט קאנגרעס באשטעטיגט די העראעס אקט וועלכע האט אויסגעברייטערט די מאכט אז דער סעקרעטאר זאל קענען מאדיפיצירן און באזייטיגן סיי וועלכע פראוויזיעס וועלכע שטעלן אראפ פארלאנגען און באדינגונגען פארבונדן מיט פראגראמען פון פינאנציעלע הילף פאר סטודענטן

יענע געזעץ האט איז געווארן באשטעטיגט אין די ערשטע טעג נאך וואס די אמעריקא האט אינוואדירט איראק און האט געציהלט צייטווייליג איינצופרירן סטודענטן חובות פון סאלדאטן און זייערע פאמיליעס אין צייט פון א קריג אדער נאציאנאלע עמורזשענסי און די געזעץ האט ערלויבט צו באזייטיגן געוויסע ביוראקראטישע דאקומענטן פארלאנגען און נאך

די געזעץ האט אבער נישט ספעציפירט אז עס איז גילטיג בלויז פאר מיליטערלייט אין דינסט נאר קען גענוצט ווערן פאר "די וועלכע וואוינען אדער ארבעטן אין א געגנט באטראפן פון אן עמורזשענסי פארבונדן צו א קריג אדער נאציאנאלע עמורזשענסי וואס וועט אן די פארגעבונד אויסשטיין א פארערגערטע פינאנציעלע צושטאנד"

אום אוגוסט 2022 למספרם האט פרעזידענט ביידען אין ליכט פון די אנגייענדע ווירוס אויסברוך אויפגעוויקלט א חובות פארגעבונג פלאן ארויסצוהעלפן סטודענטן זיך צו קענען לייכטער דעקן זייער קאלעדזש חובות און די אויטאריטעט צו קענען מאכן די איינמאליגע פארצייאונג אויף פעדעראלע סטודענטן הלוואות איז באזירט אויף די אויבנדערמאנטע העראעס אקט

די פלאן האט געלויטעט אפצואווישן ביז 20 טויזנט דאלער פאר געניסער פון א געוויסע סארט פראגראם דעזיגנירט פאר נידריגע פארדינער און ביז 10 טויזנט פאר אלגעמיינע סטודענטן

לויט ווי די אדמינסטראציע זאגט וועלן טייל חובות פון ארום 43 מיליאן סטודענטן ווערן פארמעקט און 20 מיליאן פון זיי וועלן ווערן פולשטענדיג חובות פריי

26 האבן זיך שוין איינגעגעבן און 16 מיליאן פון זיי זענען שוין געווארן באשטעטיגט און לויט די קאנגרעסיאנאלע בודזשעט אפיס וועט די פראגראם אפקאסטן פאר די רעגירונג ארום 400 ביליאן דאלער אין לויף פון די קומענדיגע 30 יאר

צוויי סטודענטן האבן אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט מיט די טענה אז די אדמיניסטראציע איז נישט באפולמעכטיגט צו פארמעקן סטודענטן חובות און אויב שוין יא איז זייער טענה אז די אדמינסטראציע האט געמאלדן די ארדער דורך א האנדפול פון פרעסע מעלדונגען און צוויי נאכפאלגענדע מעמאוס אין די צייט וואס די סטאנדארד פון אזעלכע סארט ארדערס נעמט געווענליך אריין א נאטיץ פון א ארדער דרעפט וועלכע ערלויבט פאר די וועלכע וועלן ווערן אפעקטירט צו קאמענטירן דערויף

איינע פון די סטודענטן איז מיירא בראון וועלכע האט נישט קוואליפיצירט פארן פראגראם צוליב וואס זאיר הלואה איז געקומען פון א קאמערציאלע מלוה און די צווייטע איז אלעקסאנדער טעילאר וועלכע האט בלויז קוואליפיצירט אפצומעקן 10 טויזנט דאלער פון זיינע חובות און נישט 20 טויזנט

זיי האבן זיך באקלאגט אז אויב וואלט די אדמיניסטראציע אויסגעפאלגט די רוטינע פראצעדור און געהערט קאמענטארן פון די סטודענטן וואלטן זיי געקענט באאיינפלוסן עס אהערצושטעלן אין א וועג אז זיי זאלן קענען מער גענסין דערפון

די אדמיניסטראציע האט גע'טענה'ט אז זיי מאנגלען סטענדינג אבער א טראמפ נאמינירטע דיסטריקט ריכטער און שפעטער די זיבעטע קרייז געריכט
האבן געגעבן רעכט פאר די סטודענטן אויף די טענה אז די אדמיניסטראציע איז נישט באפולמעכטיגט איינצושטעלן אזא פראגראם (אבער נישט אקצעפטירט די טענה איבער ווי אזוי די פראצעדור פון מעלדן די פראגראם איז צוגעגאנגען) און די ביידען אדמיניסטראציע האט עס אפעלירט צום סופרים קאורט

אינצווישן האבן נעבראסקא, מיזורי, ארקענסאו, אייאווע, קענסאס און דרום קאראליינע האבן געפיילט א באזונדערע אנקלאגע אקעגן פרעזידענט ביידען און ערציאונג סעקרעטאר מיגועל קארדאנא און זיין דעפארטמענט

מיזורי האט ערקלערט אז זיי פארמאגן סטענדינג אין די קעיס ווי שפעטער ברייטער ערקלערט אבער די דיסטריקט געריכט אין מיזורי האט געאורטיילט אז די סטעיט'ס מאנגלען סטענדינג און די סטעיט'ס האבן עס אפעלירט צום אכטן קרייז געריכט וואו א פאנעל פון דריי רעפובליקאנע נאמינירטע ריכטער האבן איינשטימיג געשריבן אז די סטעיט'ס פארמאגן סטענדינג און ארויפגעשטעלט א סטעי צוליב וואס זייערע ארגומענטן זענען שטארק

די ביידען אדמיניסטראציע האט אפעלירט די באשלוס צום סופרים קאורט וועלכע האט זיך אנטזאגט אראפצונעמען די סטעי און באשטימט אויסצוהערן די מונדליכע ארגומענטן פון ביידע קעיסעס צוזאמען

די דריי הויפט פראגן פארנט פונעם געריכט זענען געווען:
1) סטענדיג
2) די פראצעדור ווי אזוי די ארדער איז געמאלדן געווארן
3) אויב די עקזעקוטיווע פליגל איז בארעכטיגט צו מאכן אזא סארט חוב פארצייאונג

די מונדליכע ארגומענטן זענען פארגעקומען נעכטן דינסטאג און די ריכטער האבן פארברענגט די גרעסערע טייל פון די נאנט צו דריי שטונדן צו גריבלען אין די קעיס פון די זעקס סטעיטס

צום ערשט וועלן מיר באריכטן איבער די סטעיט קעיס און שפעטער איבער די סטודענטן קעיס

סאליסיטאר דזשענעראל עליזאבעט פרילאגער האט אונטערגעשטראכן אז די ביידען אדמיניסטראציע איז נישט די ערשטע צו נוצן די העראעס אקט און אז טראמפ האט אויך איינגעפרוירן (אבער בלויז צייטווייליג) די חובות אונטער די זעלבע אויטאריטעטאון קיינער האט נישט געקלאגט איבער דעם אין געריכט

זי האט גע'טענה'ט אז די העראעס אקט קען גענוצט ווערן פאר יעדן איינציגסטן סטודענט וועלכע איז באטראפן געווארן פון די שוועריקייטן פון די ווירוס

נעבראסקא סאליסיטאר דזשענעראל דזשעמס קעמפבעל האט געמאכט די ארגומענט פאר די סטעיט'ס

איבער די סטענדינג זאגט ער מיזורי האט געשאפן און קאנטראלירט די מאהעלא קערפארשאפט וועלכע איז איינע פון די גרעסטע אין לאנד ארויסצוגעבן סטודענטן הלוואות און אויב זאלן אזויפיל הלוואות ווערן אויסגעמעקט וועט עס אונטערהאקן זייער פינאנצן מיט נאנט צו 40 פראצענט און דעריבער ווערן זיי דירעקט אפעקטירט פון די ארדער ווייל ווייניגער פאנדס אין די קאסע מיינט ווייניגער פינאנציעלע הילף אין די סטעיט

איבער די עצם רעכט פון די אדמינסטראציע איינצושטעלן אזא ארדער טענה'ט קעמפבעל אז די אדמיניסטראציע האט פארוואנדלט א באשיידענע רעכט וואס קאנגרעס האט זיי געגעבן און עס פארוואנדלט אין א געצייג איינצושטעלן פאליסי ציהלן וועלכע קאנגרעס האט קיינמאהל נישט באשטעטיגט

ער האט ציטירט פון די סופרים קאורט ארדער אקעגן די עוויקשאן מאראטאריום ווי די געריכט האט געשריבן: עס וואלט געווען איין זאך אויב קאנגרעס וואלט ספעציפיש אויטאריזירט די שריט פון די סי די סי אבער דאס האט נישט פאסירט און אנשטאט האבן זיי אליינס איינגעשטעלט א נאציאנאלע מאראטאריום באזירט אויף א אלטע געזעץ וועלכע שנעקט געוויסע באגרעניצטע מאכטן פאר די סי די סי און עס גלויבט זיך נישט אז עס ערלויבט די אגענטור עס אויסצונוצן אויף אזא פארנעם און ווי אזוי זיי ווילן נאר

ענליכס ציטירן ער פון די סופרים קאורט אורטייל אויף וואקסין מאנדאטן און ציהט שטריכן אויך צו די איצטיגע קעיס

ער זאגט אז די ארדער איז א פארזוך איבערצוהיפן קאנגרעס וועלכע האט מער ווי איינמאהל אפגעווארפן א פארזוך צו דורכפירן אזא פראגראם אויפן לעגיסלאטיוון פראנט

ער ווייזט אויך אן אז די שפראך אין די העראעס אקט ערלויבט אפצושיבן די דאטום ווען די חוב דארף באצאהלט ווערן און אנדערע סארט מאדיפיקאציעס אבער נישט איינפאך אפווישן חובות און אז אפליו די ביידען אדמיניסטראציע זעלבסט איז געווען ביי די שטעלונג ווען אין יונואר 2021 למספרם האט די ערציאונג דעפארטמענט עס אונטערגעשטראכן אין א מעמאראנדום אבער עווענטועל האבן זיי זיך געבראכן צו דרוק פונעם לינקן לאגער

אין אלגעמיין האט די קאנסערוואטיווע בלאק אויסגעקוקט סקעפטיש אויף די דריטע פראגע אויב די ביידען אדמיניסטראציע איז בארעכטיגט פאר אזא ברייטע חובות פארצייאונג אבער עס איז געווען ווייניגער קלאר אויב זיי וועלן געבן סטענדינג פאר די קלעגער

ריכטער טאמאס האט אנגעהויבן מיט זיינע פראגן צו פרילאגער און איר געפרעגט אויב די העראעס אקט איז א מאכט צו אפשטופן און מאדיפיצירן אדער גאר גענצליך אפשאפן חובות אויף וואס פרילאגער האט געענטפערט אז עס איז אמאכט פאר ביידע אפציעס

טאמאס האט אנגעמערקט אז אין אנדערע פראוויזיעס האט קאנגרעס גענוצט די אויסדרוק "אויסמעקן חובות" אבער נישט אין אט די פראוויזיע וואס איז א צייכן אז זיי האבן נישט געמיינט צו שענקן אזא ברייטע רעכט

טאמאס האט שפעטער צוגעלייגט אז מיר באהאנדלען דאס אויסמעקן 400 ביליאן דאלער אין עקזיסטירנדע חובות דארף צו לויפן אונטער קאנגרעסיאנאלע אפראפריעישאנס יוריסדיקציע

ריכטער ראבערטס האט זיל אויך געשטעלט אויף די ווארט "מאדיפיקאציע" אינעם פראוויזיע זאנגידג פאר פרילאגער אז מיר רעדן דא פון ארום א האלבע טריליאן דאלער חובות פארצייאונג און דאס קען שווערליך ווערן באצייכנט אלץ בלויזע מאדיפיקאציע

ראבערטס האט אויסגעדרוקט זיין שטעלונג אז אזא פראגע דארף ווערן באטראכט מיט די "גרויסע פראגע דאקטרינע" וואס איז די פרעצעדענט פון אורטיילן אין פריערדיגע ענליכע קעיסעס אין וועלכע די געריכט איז געקומען צום אויספיהר אז עקזעקוטיווע דעפארטמענטס דארפן באקומען קאנגרעסיאנאלע ערלויבעניש ביים איינשטעלן מאסיווע טוישונגען מיט ערנסטע עקאנאמישע און פאליטישע קאנסקווענצן

פרילאגער האט רעאגירט דערויף אז די דאקטרינע האט נישט גארנישט מיט די איצטיגע פראגראם זינט די דעפארטמענט זוכט נישט צו דערקלערן סיי וועלכע נייע רעגולאטארי אויטאריטעט וועלכע זי פארמאגט נישט און אז די שאפונג פוןדי פראגראם האט ניטאמאהל אריינגעמישט די דעפטאמענט'ס רעגולאטארי אויטאריטעט נאר די דעפטארמענט האט איינפאך זיך באנוצט מיט א קאנגרעס געשאנקענע מאכט אבער ראבערטס האט זיך געהאלטן ביי דאס זיייניגע

ראבערטס האט אויך געזאגט אז די צוגאנג פון די איצטיגע פראגראם דערמאנט אים איבער טראמפ'ס ענדיגן די דאקא פראגראם (אין יענע קעיס האט טאקע ראבערטס געשטימט מיט די ליבעראלע בלאק)

ריכטער קעווענאו איז יא געווען אביסל אפענער צו די רעגירונג ארגומענט זאגנדיג פאר קעמפבעל אז ער פארשטייט אז אריינצוקוועטשן אזא פארצייאונג פראגראם אונטער די ווארט "מאדיפיקאציע" קען זייןא פראבלעם אבער די פראוויזיע נוצט אויך די אויסדרוק "וועיוו" און דאס איז א גאר ברייטע אויסדרוק וואס דעקט אפשר יא א גענליכע חובות אפשאפונג

פון די אנדערע זייט האט אבער קעווענאו געזאגט אז קאנגרעס וואלט ווען געקענט נוצן קלארע ווערטער און ערלויבן "אפצומעקן חובות" אויב וואלטן זיי דאס געוואלט

ער פירט אויס אז די דילעמא פארנט פון די געריכט איז עפעס וואס פאסירט אפט און דאס איז קלארצושטעלן אן אלטע קאנגרעס געזעץ מיט א זייער אלגעמיינע און פארווע שפראך און אז דאס איז א פראבלעמאטישע מיסיע נאך וואס קאנגרעס האט זי אנטזאגט עס זעלבסט קלאר צו מאכן און די עקזעקוטיווע פליגל באשליסט עס צו טוהן לויט זייער גיסטע

פרילאגער האט עס אפגעשלאגן זאגנדיג אז די דעפארטמענט האט נישט אפירגעקראצט אן אלטע געזעץ און עס אפגעשטויבט און אז טראץ וואס קאנגרעס האט נישט איצט געשטימט אפצומעקן חובות האבן זיי עס אומדירעקט אנערקענט ווען זיי האבן געשטימט אין די אמעריקאנע הילפס פעקל נישט צו רעכענען פעדעראלע שטייערן אויף די פארדינסטן אין פארעם פון פארמעקטע חובות

ריכטער גארסוטש האט געוואלט וויסן אויב דער ערציאונג סעקרעטאר האט געהעריג גענומען אין באטראכט די קאסטן פונעם פראגראם און ווי אזוי די פארצייאונג איז יושר אויפן חשבון פון די סטודענטן וועלכע האבן באצאהלט זייערע חובות און פון די וועלכע קוואליפיצירן נישט דערפאר

ער זאגט אז ער באציהט זיך נישט בלויז צו די טרוקענע ציפער וויפיל די געזעץ וועט קאסטן נאר צו די אלגעמיינע עקאנאמישע נעגאטיווע אפעקט

גארסוטש האט געמאכט זיין פונקט ארויסצוברענגן אז די רעכט אינעם פראוויזיע שרייבט ארויס אז די ציהל איז צו פארזיכערן אז די בירגער טרעפן זיך נישט אין א פארערגערטע צושטאנד צוליב די עמורזשענסי אדער קריג און ער ווייזט אן אז די איצטיגע פראגראם גייט פיל ווייטער ווי בלויז זיכער מאכן אז זיי זענען צושטאנד איז נישט ערגער ווי בעפאר די וויירוס אויסברוך

די דריי ליבעראלן האבן יא אויסגעדרוקט שטיצע פאר די רעכט פון די אדמיניסטראציע צו פארמעקן די חובות און ווען קעמפבעל האט געזאגט אז די העראעס אקט ערלויבט די סעקרעטאר צו "מאדיפיצירן בארגן רעגולאציעס" אבער נישט אויסצומעקן חובות האט ריכטערין קעיגען האט רעאגירט זאגנדיג אז די העראעס אקט טוט עס יא קלאר אויטאריזירן: מיר ספראווען זיך יעדן טאג מיט אומקלארע קאנגרעס באשטעטיגטע געזעצן וועלכע זענען צומישנד אבער די דאזיגע געזעץ איז נישט איינע פון זיי

ווען עס קומט צו די סטענדינג פראגע האט ריכטערין דזשעקסאן דערמאנט אז די סטעיט (מיזורי) איז גענצליך אומפארבונדן און אומאפהענגיק פון מאהעלא (די סטעיט געשאפענע קערפערשאפט וועלכע סערווירט סטודענט לאונס) וועלכע קען ערנסט אפעקטירט ווערן און טראץ וואס עס איז א סטעיט אוועקגעשטעלטע אפיס איז די סטעיט נישט פאראנטווארטליך איבער וואס עס פאסירט צו זיי און דעריבער איז שווער צו פארשטיין פארוואס די סטעיט זאל האבן סטענדינג

דזשעקסאן האט אויך געפרעגט אויב די סופרים קאורט זאל טאקע זיין די וועלכע באשליסט אזעלכע קאנסטערווערסיאלע פאליטישע פראגן איבערהויפט נעמענדיג אין באטראכט די סטענדינג אישו

זי זאגט אז זי שפורט אז די געריכט דארף נישט זוכן אריינצוטאנצן אין פאליטישע פייער סיידן מיר ווערן געשטופט דערצו דורך א קעיס געברענגט דורך עימיצן וואס ווערט קלאר אפעקטירט דורך א געזעץ

ריכטערין סאטאמאיאר האט ארויסגעברענגט אז 50 מיליאן סטודענטן גייען בענעפיטירן פון דעם פראגראם וואס אן דעם וואלטן גאר אסאך אנגעזעצט מיטן נישט קענען באצאלהן צוליב די ווירוס עמורזשענסי און זי איז אומאיינשטימיג מיט די קלעגער וועלכע האלטן אז די געריכט זאל באשליסן וויפיל הילף מען דארף/קען זיי צושטעלן אנשטאט איבערצולאזן די פראגע פארן ערציאונג סעקרעטאר וועלכע האט די מערסטע עקספערטיז אויף אזא פראגע

ריכטערין בערעט האט געוואלט פארשטיין פארוואס מאהעלא זעלבסט האט טאקע נישט געברענגט די קלאגע אלץ די וועלכע ווערט דירעקט אפעקטירט

ריכטער אליטא וועלכע איז געווענליך היבש שטרענג אקעגן קלעגער וועלכע דערלקערן סטענדיגנ אויף צווייפלהאפטיגע גרונדן האט אין דעם פאל יא געצימבלט פרילאגער וועלכע האט געמאכט די קעיס אז מיזורי מאנגלט סטענדינג

אליטא האט איר געפרעגט אויב די סופרים קאורט האט שוין באשלאןס פאר א פאקט אז מאהעלא איז נישט טייל פון די סטעיט (מיינענדיג צו זאגן אז זייענדיג א סטעיט קערפערשאפט ערלויבט עס די סטעיט צו קלאגן)

אצינד צו די סטודענטן קעיס:

פרילאגער האט געמאכט די קעיס אז די צוויי מאנגלען סטענדינג ווייל לויט זיי איז פראגראם נישט אויסגעהאלטן וואס דאס מיינט אז אויב זיי זיגן אין געריכט וועט מען נישט קענען אפמעקן זייערע אייגענע חובות און אויך נישט די חובות פון אנדער סטודענטן וואס אין אזא פאל פארדינען זיי גארנישט פון אזא קלאגע און דעריבער איז זייער צווייטע טענה אז מען וואלט זיי געזאלט לאזן קאמענטירן און פרובירן צו טוישן די פראגראם צו זייער בענעפיט נישט מאסגעבנד זינט לויט זייער שטעלונג דארף די גאנצע פראגראם גיין א גאנג

מייקל קאנאלי האט רעפרעזענטירט די סטודענטן און גע'טענה'ט אז וויבאלד אזא סארט פראגראם איז א הויכע פריאריטעט פאר די ביידען וועלן זיי דאך זייער מעגליך טרעפן א צווייטע געזעץ אונטער וועלכע דורכצושטופן אן ענליכע פראגראם אפילו אויב די געריכט וועט קומען צום אויספיהר אז עס איז נישט געדעקט אונטער די העראעס אקט און דעריבער שטייען זיי אויס צו פארדינען אויב זאל די געריכט פארלאנגען אזא סארט פראגראם מוז דורכגיין די קאמענטארן פראצעדור

ריכטערין דזשעקסאן האט עס אוועקגעמאכט זאגנדיג אז אלעס איז באזירט אויף א טעאריע אז די אדמיניסטראציע וועט זיכער פרובירן צו נעמען א צווייטע שטראז אויב פארלירן זיי די קעיס און דאס איז נישט עפעס וואס סיי ווער קען פאראויסזאגן

ריכטערין סאטאמיאר איז געווען נאך שארפער זאגנדיג אז קאנאלי'ס ארגומענט איז טאטאל אומלאגיש און קלאר געמאכט אז די העראעס אקט פארלאנגט נישט פון די סעקרעטאר צוצושטעלן א געלעגנהייט פארן פובליק צו קאמענטירן

ראבערטס איז דאן צוריקגעקומען צווייפלען אין די עצם פראגראם פרעגנדיג פארוואס זאל מען ארויסהעלפן א סטודענט וועלכע האט גענומען אן הלואה צו קענען גיין אין קאלעדזש אבער גארנישט געבן פאר א סטודענט וועלכע האט ארויסגענומען אן הלאוה פון באנק צו קענען עפענען א ביזנעס

אויב קאנגרעס וויל בעפארצוגן איין קלאס סטודענטן איבער די אנדערע קענען זיי עס טוהן אבער פארוואס זאל די געריכט גיבן די גרינע ליכט פאר אזא אומ'יושר'דיגע פראגראם האט ראבערטס געפרעגט

פרילאגער האט רעאגירט אז קאנגרעס איז טאקע די וועלכע האט עס פארארדנט אין די העראעס אקט זיך שטארקער צו קאנצעטרירן אויף קאלעדזש הלוואת פון סטודענטן

קעיגען האט איר מינוטן שפעטער אונטערגעשטיצט זאגנדיג אז די סעקרעטאר איז באגרעניצט צו די מאכט וואס קאנגרעס האט אים געגעבן און ער קען נישט אויף די אייגענע האנט אפווישן ביזנעס הלואות

סאטאמיאר האט צוגעגעבן אז עס איז ריכטיג אז אלע האבן געליטן פון די ווירוס אויסברוך און אז עס איז פארהאן א יארן לאנגע אומ'ישרות אינעם סיסטעם צוליב וואס די רעגירונג פארמאגט נישט קיין אומבאגרעניצטע פאנדינג צו העלפן יעדן איינעם מיט אלעם
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

געוואלדיג געוואלדיג!!!
איך ווייס נישט פון וואו די נעמסט די געדולד אין כח אראפצושרייבן אזאנע מייסטער ווערק...
עפעס נישט נארמאל קלאר!

קיפ איט אפ!

אויב איך מעג פרעגן, וואס איז דיין מיינונג קוקט אויס גייט זיין די פסק?
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פארדינט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 12:22 pm
געוואלדיג געוואלדיג!!!
איך ווייס נישט פון וואו די נעמסט די געדולד אין כח אראפצושרייבן אזאנע מייסטער ווערק...
עפעס נישט נארמאל קלאר!

קיפ איט אפ!

אויב איך מעג פרעגן, וואס איז דיין מיינונג קוקט אויס גייט זיין די פסק?
א דאנק!

די געדולד באקומט מען פון פידבעק

וואס עס גייט פאסירן ווייס איך נישט
אוועטאר
sukoss
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 6:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sukoss »

גענדיגט דורכליינען הבל'ס שיעור עיון
אנבעליוועבל ארבעט!
ישר כח!
אויווען
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2023 2:19 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויווען »

נישטא קיין איין אויסגאבע אדער צייטאנג וואס דעקט אזוי גוט די געריכט אזויווי הבל 👏✍️
Don't judge a book by its spelling. (אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו)
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”