אסאך זאכן וואס ביידען האט געוואלט דורכפירן איז דורכגעפאלן צוליב סינעמעשן מיטארבעט מיט די פאראייניגטע ריפאבליקאנע סענאט... און אנדערע זאכן וואס ביידען האט יא דורכגעפירט זענען געווען געשניטן פון אלע זייטן פון וואס ביידען האט געוואלט, און יא ביידען האט געבליטיגט און ווען יעדער האט געמיינט אז עס איז דערנאך האט ער מיט שטארקע רצון און אייזענע געדילד געארבעט מיט אלע זייטן נאכגעבן אסאך ביז מען איז זיך דורכגעקומען, ביידען איז נישט בלויז א נויז מאכער און וויל באמת דורכפירן זאכן און ווען מענטשן זעען דאס טרייט מען זיך דורכצוקומען.רעגנדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 3:09 pmניין, די דעמאקראטן זענען.
גראדע די ספעציפישע זאכן וואס דו רעכנסט אויס איז אויך דעמאקראטישע בילס אבער כ'בין ספעציעל נישט אריין אין קיין ספעציפישע געשעענישן.
נאר מיט א כלליות'דיגע בליק, טאג איין טאג אויס ביקן זיי זיך צו דעמאקראטן און פאר זייער פארטיי דעליווערן זיי גארנישט.
אבער מיט די היינטיגע נערישע סטייל אז פיינע נייעס איז דער וואס שרייט העכער איז גיט און די הויפט ציל איז בלאקירן עני סוקסעס פון דעם פרעזידענט ברענגט גארנישט פאר קיינעם.
ביידען לעקט נישט אייביג האניג און קעגן די פאר עכטע ריינאוס איז דא דיינאס, אבער זאגן אז 20 ביז 30 ריפאבליקאנע זענען ריינאס איז הוילע לאקשן, ווען טראמפ זאל ווען אזוי סאך נאכגעבן און אמתדיג ארבעטן מיט די אנדערע זייט ווי איידער זיך הרגענען און שעלטן מיט בלויזע נויז, וואלט ער פינקט אזוי געקענט האבן אזויפיל דעמאקראטן זאלן אים העלפן.