נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בנין הישר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:05 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנין הישר »

בנין הישר האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:03 am
עס איז געווען דא אויפן וועלטל לעצטענס א אשכול איבער א קאמפיין צו אינסטאלירן עיר קאנדישענס אין טורמעס און ענדיגן די עקסטערע היץ פייניגונגן פון די יושבי חושך וצלמוות,
איך קען נישט טרעפן דעם אשכול, קען איינער מיך אהין פירן ? יישר למפרע
??
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

מתעלם האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 3:54 pm
monroe10950 האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:13 am
חיים יצחק האט געשריבן: מוצ"ש מאי 27, 2023 11:34 pm
ראן דעסענטיס זאגט איינע פון די זאכן וואס ער גייט טוען אלס פרעזידענט איז ריפיעלן די פירסט סטעפ עקט.
הרב מארגארעטן זאגט אז מען ברויך זיך נישט פארכטן דערפון, עס איז קליינע שאנסן פאר א פרעזידענט דאס צו קענען צוריקדרייען טעכניש.
ער זאגט אויך אז אין די לאנג ראן קען דאס שאפן דעמעדזש אויב ווערט די לופט ביי רעפובליקאנער און קאנסערוואטיוון אנטקעגן אזעלכע געזעצן.
פארוואס האסט מען טאקע נישט געמאכט די געזעצן שטערקער, זיכער צו מאכן אז געפארפולע קרימינאלן קענען נישט נהנה זיין דערפון?
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

מתעלם האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 3:54 pm
monroe10950 האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:13 am
חיים יצחק האט געשריבן: מוצ"ש מאי 27, 2023 11:34 pm
ראן דעסענטיס זאגט איינע פון די זאכן וואס ער גייט טוען אלס פרעזידענט איז ריפיעלן די פירסט סטעפ עקט.
הרב מארגארעטן זאגט אז מען ברויך זיך נישט פארכטן דערפון, עס איז קליינע שאנסן פאר א פרעזידענט דאס צו קענען צוריקדרייען טעכניש.
ער זאגט אויך אז אין די לאנג ראן קען דאס שאפן דעמעדזש אויב ווערט די לופט ביי רעפובליקאנער און קאנסערוואטיוון אנטקעגן אזעלכע געזעצן.
ער רעדטו זיך שוין אפ פאר יאהרן פארוואס קאנסערוואטיוון באשולדיגן געזעץ פאר די קרימינאלע אויפשטייג.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
בשמחה שטענדיג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 07, 2023 1:23 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמחה שטענדיג »

אינטערוויו: ווער האט איבערצייגט קאנגרעס אהיימצושיקן 13,000 ארעסטאנטן דורכאויס קאוויד? פארוואס איז דער פראגראם געקומען צו אן ענדע? וויאזוי איז געלונגען פאר צדק צו איבערצייגן די ביורא אוו פריזאנס צו באפרייען די דריי אידן, קעגן אלע אויסזיכטן? דער געוועזענער דירעקטאר פון דעם ביורא אוו פריזאנס, בכבודו ובעצמו, מר. יו האראוויץ, ערשיינט פאר אן אינטערוויו מיט קול מבשר צו אויפדעקן פילע אינטערעסאנטע און דראמאטישע פרטים פון הינטער די-קוליסן: מר. יו האראוויץ, געוועזענער דירעקטאר פון דעם ביורא אוו פריזאנס
https://www.yiddish24.com/interviews/12/85202
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אזויווי מאנכע וואונדערן זיך וואס דא גייט פאר וועלעך אביסל אויסקלארן...

די וועלט זאגט א ווערטל אז א דורכפאל איז א יתום, סוקסעס האט אסאך טאטעס...

און באמת איז ביי די יעצטיגע מעשה געווען אסאך טאטעס... ווי אן עסקן האט מיר דערציילט די משפחה איז ארומגעלאפן אלל אווער זעהן וואס מ'קען טוהן...

עכ"פ וויפיל איך האב וועריפייד איז אמת אז ר משה דוד נידערמאן איז געפארן קיין וואשינגטאן דערוועגן, סיז אויך אמת אז סיגוטער רב (בן מהרי"י) האט געארבייט דערויף...

די עיקר ארבייט איז געטוהן געווארן דורך צדק, ר' משה מארגארעטן און טיעם! געוויסע זאכן האב איך געזעהן, און היינט האב איך גערעדט מיט א משפחה מיטגליד, יענער איז געפארן אפנעמען די אידן, ער האט מיר געזאגט אז משה מארגארעטן איז מיטגעקומען, כאב אים געבעטן בילדער האט ער געזאגט אז משה האט געבעטן מ'זאל נישט שיקן קיין בילדער, אבער ער זאגט מיר, גלייב מיר, איך האב געהאט משה מארגארעטן מיט בנימין קרעמער פון צדק דא מיט מיר!

זענען געווען געוויסע אידן וואס משה מארגארעטן האצעך פאר זיי פארזינדיגט פאראיאר מיטן ענדארסן מעלאוני, און זינט דאן האבן זיי א מצוה אים צו באשמיצן!

היינט האבן זיי ארומגעשיקט מעסידזשעס אז די קרעדיט פארן ארויסנעמען די אידן קומצעך פאר מייק לאולער און פאר ר' משה דוד... ח"ו דערמאנען משה מארגארעטן... כאב וועריפייד מיט עסקנים פון UJO, זיי ווייסן נישט פון דעם אז לאולער זאל האבן געווען אינוואלווד, אזוי אויך די משפחה ווייסט נישט פון אזא זאך...

אייוועלט איז נישט קיין פלאטפארמע צו שטופן אן אגענדע, און אוודאי נישט צו שטופן אן אגענדע קעגן א היימישע ארגענעזעישן וואס האט געהאלפן כלל ישראל... דעריבער וועט יעדע מעסידזש איבער דעם ענין וואס שמעקט צו זיין א חלק פון די פראפעגאנדע קעגן צדק, געמעקט ווערן!

און סיז מעגליך אז עטליכע ניקס וועלן מיטפליען...

וויכטיג מאכער - סייט אדמיניסטראטאר
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

פרומע לבוש האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 9:39 am
ברוך מתיר אסורים!
און די יעצטיגע מאמענטן זענען באפרייט געווארן דריי אסורי ישראל, ר' פרץ בן שיינדל, ר' שמעון אלטר זעליג בן אסתר, ר' בנציון בן דינה, מיט די געוואלדיגע השתדלות שוין די לעצטע פאר חדשים פון צדק ובראשם הרב משה מארגארעטן זיי זאלן נאך ארויסקומען אסאך פריער דורך די קעיר''ס עק''ט געזעץ וואס ר' משה האט ערלעדיגט אנהויב קאוויד
ווי אויך איז ר' משה יעצט געזעצן מיט די תפיסה אינסטאנצן צו שתדל'ן אויף נאך אפאר אידן זאלן אויך באפרייען, ווי עס איז ערווארטעט צו הערן גאר גוטע נייעס בקרוב ממש בעז''ה
דאס קען נאר צושטאנד קומען אדאנק די הילף און תפילות פון כלל ישראל
לעצטע נעמען ביטע?
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
חלום חלמתי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:09 am

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלום חלמתי »

אפשר װאלט געװען א געדאנק אז די הייליגע ״צדק״ ארגאניזאציע זאל יערליך מאכן אנליין פאנדרעיזינג קאמפיין פונקט װי אנדערע װיכטיגע צדקה צװעקן װעלכע האבן יערליכע קאמפיינס, כבין זיכער זייערע לאביאירונגס אפאראטן שלעפן שװערע מעלאנעס, און דערמיט מזכה זיין כלל ישראל מיט די חשובסטע מצוה פון צדקת פדיון שבויים, װאס דער רמב״ם שרייבט

״פדיון שבויים קודם לפרנסת עניים ולכסותן, ואין לך מצווה גדולה כפדיון שבויים, שהשבוי הרי הוא בכלל הרעבים והצמאים והערומים, ועומד בסכנת נפשות. והמעלים עיניו מפדיונו, הרי זה עובר על "לא תאמץ את לבבך ולא תקפוץ את ידך" (דברים, ט"ו, ז'), ועל "לא תעמוד על דם רעֶך" (ויקרא, י"ט, ט"ז), ועל "לא יִרדנו בפרך לעיניך" (ויקרא, כ"ה, נ"ג), ובטל מצות "פתח תפתח את ידך לו" (דברים, ט"ו, ח'), ומצות "וחי אחיך עמָך" (ויקרא, כ"ה, ל"ו), "ואהבת לרעך כמוך" (ויקרא, י"ט, י"ח), ו"הצל לקוחים למות" (משלי, כ"ד, י"א) והרבה דברים כאלו. ואין לך מצווה רבה כפדיון שבויים.״
געלט פארלוירן האלב פארלוירן, מוט פארלוירן אלעס פארלוירן. בשם אומרו: פארקאש טליתים.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 10:22 am
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג יולי 12, 2022 9:08 pm
הכל הבל האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:
ס׳וועט זיין בעסער האט געשריבן:
הרב ר׳ אשר אייזמאן שליט״א, איז א איד א צדיק, געט זיך אוועק פאר יעדן איינעם, ער פירט א מוסד וואס הייסט שי פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן, מ׳האט איהם אנגעקלאגט אויף די ערגסטע פיינעשעל קריימס, ביי זיין משפט האט די דזשורי נאכן זעהן קלאר אז ס׳פעלט נישט קיין איין פעני פון די סטעיט געלטער ארויסגעווארפן אלע הארבע קלאגעס און ס׳איז געבליבען די קלענערע קלאגעס פון מיסמענעדזשען סטעיט געלט וכדו׳. די דזשאדזש האט געגעבן א גאר ווייכע סענטענס (אגב האט די דזשאדזש דעמאלס כמעט מיט טרערן אין די אויגען ארויסגעברענגט ווי די קאמיוניטי האט זיך אזוי אריינגעטוהן אין די קעיס סיי מיט געלט סיי אז יעדע הירינג איז געוועהן געפאקט מיט אידעלעך אינקלודינג רבנים און די ראשי ישיבות פון במ״ג) אבער די פראסעקיוטערס האבן זיך געשפירט מורה׳דיג פארזעצט און עפיעלט די סענטענס, שוין אפאר יאר וואס מ׳צאפט איהם דאס בלוט און ער איז נישט קיין אינגערמאן.
שרעקליכע מעשה דאס!!
ריכטער באשטימט א נייע פראצעס נאך וואס אדוואקאט איבערצייגט אז פראקורארן האבן צוריקגעהאלטן באווייזן וואס וואלטן געקענט שפילן א ראלע אין די באשלוס פון די דזשורי
די אישו איז געווען איבער א בוכהאלטער וואס האט אריינגעלייגט אין קוויקבוקס אז רב אייזנמאן האט ארויסגענומען אן הלואה פון די שולע

די פארטיידיגונג האט פארפירט אז די פראקורארן האבן קיינמאהל נישט אויסגעפרעגט יענע בוכהאלטער און זיי האבן עווענטועל באוויזן יענעם צו אידענטיפיצירן און יענע האט געזאגט אונטער שבועה אז עס איז נישט פארגעקומען סיי וועלכע הלואה נאר זי האט עס אריינגעשטעלט אויף אזא וועג צו ברענגן אין ארדענונג די ביכער וועלכע זענען געווען אביסל צופלויגן

די סינגור האט פארלאנגט א נייע פראצעס אין ליכט פון די פרישע באווייזן וועלכע גראבט אונטער די איינציגסטע באווייזן פון די פראקורארן און האבן באשולדיגט די קטיגור פארן צוריקהאלטן די אינפארמאציע זאגנדיג אז דאס איז א פארלעצונג פון די ברעידי אקט

דער ריכטער האט געגעבן רעכט פאר די סניגור און פארארדנט א נייע פראצעס ווי באריכטעט אבער די פראקורארן האבן אפעלירט די באשלוס זאגנדיג אז זיי האבן נישט געמוזט ארויסגעבן די אידענטיטעט פון די בוכהאלטער

פארלאפענע פרייטאג האט די אפעלאט איינשטימיג געאורטיילט אז די דזשורי אורטייל איז ארויסגעווארפן צוליב וואס די פראקורארן האט ווירקליך פארלעצט די ברעידי געזעץ דערקלערט אז

אצינד דארפן פראקורארן באשליסן אויב זיי ווילן איבערמאכן א פרישע פראצעס אדער נישט
דאטום פאר א נייע פראצעס איז באשטימט געווארן פאר אוגוסט 1.
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

עפעס אנדערש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:49 pm

א פחד צוזעהן וויזוי די פראסעקיוטערס האלטן נישט ביים אויפגעבן ה"י.
Qsa
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 8:30 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Qsa »

שיינער שמועס מיט העסקן ר משה מאגרעטען שליט"א אויף מערכת סאטמאר מהריי
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

Qsa האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 9:10 pm
שיינער שמועס מיט העסקן ר משה מאגרעטען שליט"א אויף מערכת סאטמאר מהריי
מ'קען עס אהער דרייווען ?
חלום חלמתי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:09 am

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלום חלמתי »

maybeeynot האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:44 pm
Qsa האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 9:10 pm
שיינער שמועס מיט העסקן ר משה מאגרעטען שליט"א אויף מערכת סאטמאר מהריי
מ'קען עס אהער דרייווען ?
גא״מ
געלט פארלוירן האלב פארלוירן, מוט פארלוירן אלעס פארלוירן. בשם אומרו: פארקאש טליתים.
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

שיין צו הערן היינט אויף די דרעזנער שמלעצער ווי ר' משה דערציילט אז סקולענע רבי שליט"א האט עם גערופן און געבעטן אז ער זאל איינבעטן פאר נאך יודען בהסכמת נאך אדמורים.

האט ער גערעדט מיט אדמו"ר מסאטמאר און און אנגעפרעגט ביים סקווירא רבי'ן און עס איז באשלאסן געווארן אז ער גייט טון די געוואגטע שריט און בעטן פאר אלע דריי.
וכך הוה

ב"ה לא אלמן ישראל!
הימלישע וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הימלישע וואסער »

Qsa האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 9:10 pm
שיינער שמועס מיט העסקן ר משה מאגרעטען שליט"א אויף מערכת סאטמאר מהריי
קרעדעטירט שטארק העסקן הדגול רבי משה דוד נידערמאן וואס איז פערזנדליך אראפגעפארן קיין וואשיגטאן.
אינטערעסאנט אז אויף קול מבשר דערמאנט קיינער אז סאיז געווען אנדערע עסקנים און גדולי האדמורים מסאטמאר סקולען וסקווירא אינוואלווד. עס געט אסאך צו צו צדק אז זיי ארבעטן מיט אנדערע וועטעראנען.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

הימלישע וואסער האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 1:40 am

אויף דרעזנער שמעלצער פארציילט ר' משה די דיטעילס די רבי'ס האבן גיבעטן צו ארבייטן אויף אנדערע וואס צדק האט געהאלטן אז בדרך הטבע האט עס קיין טשענס און עס קען גאר הארגענען די גאנצע זאך נאר בברכת הרבי'ס בנוסף צו סקווירא רבי האט ער געפאלגט און מצליח געווען שלא כדרך הטבע
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

הימלישע וואסער האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 1:40 am
Qsa האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 9:10 pm
שיינער שמועס מיט העסקן ר משה מאגרעטען שליט"א אויף מערכת סאטמאר מהריי
קרעדעטירט שטארק העסקן הדגול רבי משה דוד נידערמאן וואס איז פערזנדליך אראפגעפארן קיין וואשיגטאן.
אינטערעסאנט אז אויף קול מבשר דערמאנט קיינער אז סאיז געווען אנדערע עסקנים און גדולי האדמורים מסאטמאר סקולען וסקווירא אינוואלווד. עס געט אסאך צו צו צדק אז זיי ארבעטן מיט אנדערע וועטעראנען.
viewtopic.php?p=4375470#p4375470
הצלחה רבה
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 28, 2013 12:37 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלחה רבה »

Qsa האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 9:10 pm
שיינער שמועס מיט העסקן ר משה מאגרעטען שליט"א אויף מערכת סאטמאר מהריי
number ?
בשמחה שטענדיג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 07, 2023 1:23 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמחה שטענדיג »

הצלחה רבה האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:55 am
Qsa האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 9:10 pm
שיינער שמועס מיט העסקן ר משה מאגרעטען שליט"א אויף מערכת סאטמאר מהריי
number ?
718-831-7000
#113
בשמחה שטענדיג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 07, 2023 1:23 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמחה שטענדיג »

איך הער זאגן אז ב''ה נאך 2 אידן זענען היינט ארויס, 2 ברודער פון באלטימאר
זעהט אויס ס'נישט ארויס אויפן גאס ווייל זיי זענען נישט קיין חסידישע, ווייסעכניש
בינעך מקנא די עולם הבא פון ר' משה, ס'איז אנבעליוועבל וויאזוי מ'האט געטוישט די אמאליגע מציאות פון אויסדינען דאס גאנצע טערמין און ער פליקט אראפ ריזיגע שטיקער
ס'נישט א פערטל אראפ, נישט א האלב, נאר גאנצע דריי פערטל, און צומאל מער, ווי די מענטשן די וואך.
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

בשמחה שטענדיג האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 12:03 pm
איך הער זאגן אז ב''ה נאך 2 אידן זענען היינט ארויס, 2 ברודער פון באלטימאר
זעהט אויס ס'נישט ארויס אויפן גאס ווייל זיי זענען נישט קיין חסידישע, ווייסעכניש
בינעך מקנא די עולם הבא פון ר' משה, ס'איז אנבעליוועבל וויאזוי מ'האט געטוישט די אמאליגע מציאות פון אויסדינען דאס גאנצע טערמין און ער פליקט אראפ ריזיגע שטיקער
ס'נישט א פערטל אראפ, נישט א האלב, נאר גאנצע דריי פערטל, און צומאל מער, ווי די מענטשן די וואך.
נאכמער.
ווי לאנג ער האט נישט געמוזט צוקומען צו כלל ישראל'ס הילף. איז אלעס געגאנגען בשתיקה.

מ'קען זיך אסאך לערנען פון דעם איד. דרייט זיך ציווישן די העכסטע לאנד פירער. מאכט א צוזאַמקום און שטייט מיט הוט און רעקל. ווי אויך האט ער אזא הכנעה פאר דעת תורה.

קומט זיך אים גראדע. אבער איך זיך נישט צו רעדן פון א לעבעדיגע איד וואס וואלט געוואלט בלייבן טון ווײטער זיין ארבייט פאר כלל ישראל אין געהיים. אבער אין יארע תשפ23 איז א חוב ארויסצוהייבן אזא איד.
איך מיין די חיזוק, די אפלערנען דערפון. נישט דעם איד.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

בשמחה שטענדיג האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 12:03 pm
איך הער זאגן אז ב''ה נאך 2 אידן זענען היינט ארויס, 2 ברודער פון באלטימאר
זעהט אויס ס'נישט ארויס אויפן גאס ווייל זיי זענען נישט קיין חסידישע, ווייסעכניש
בינעך מקנא די עולם הבא פון ר' משה, ס'איז אנבעליוועבל וויאזוי מ'האט געטוישט די אמאליגע מציאות פון אויסדינען דאס גאנצע טערמין און ער פליקט אראפ ריזיגע שטיקער
ס'נישט א פערטל אראפ, נישט א האלב, נאר גאנצע דריי פערטל, און צומאל מער, ווי די מענטשן די וואך.
כח היחיד! דאס א לימוד אז א יחיד קען איבערדרייען וועלטן

ווי איינער האט שוין געשריבן דא לעצטענס אז די אלע וויכטיגע ארגיניזאציעס ווי הצלה - שומרים - חסד - חברים - רופא חולים - בוני עולם און גאנץ לעצטענס צדק איז געווארן נתייסד דורך יחידים נישט קהילות און נישט גאווערמענט און ניטאמאל האבן זיי געהאט א רעקארד פון עסקנות פאר דעם!

@בסד האקט גוט יא ער איז א מוסר ספר ווי אויך לאזט ער נישט מפרסם זיין בילדער ווי ער איז מיט די אידן אויף די וועג ארויס פון תפיסה
א'מונה ב'טחון ג'עלט
חלום חלמתי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 2:09 am

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלום חלמתי »

בסד האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 12:13 pm
בשמחה שטענדיג האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 12:03 pm
איך הער זאגן אז ב''ה נאך 2 אידן זענען היינט ארויס, 2 ברודער פון באלטימאר
זעהט אויס ס'נישט ארויס אויפן גאס ווייל זיי זענען נישט קיין חסידישע, ווייסעכניש
בינעך מקנא די עולם הבא פון ר' משה, ס'איז אנבעליוועבל וויאזוי מ'האט געטוישט די אמאליגע מציאות פון אויסדינען דאס גאנצע טערמין און ער פליקט אראפ ריזיגע שטיקער
ס'נישט א פערטל אראפ, נישט א האלב, נאר גאנצע דריי פערטל, און צומאל מער, ווי די מענטשן די וואך.
נאכמער.
ווי לאנג ער האט נישט געמוזט צוקומען צו כלל ישראל'ס הילף. איז אלעס געגאנגען בשתיקה.

מ'קען זיך אסאך לערנען פון דעם איד. דרייט זיך ציווישן די העכסטע לאנד פירער. מאכט א צוזאַמקום און שטייט מיט הוט און רעקל. ווי אויך האט ער אזא הכנעה פאר דעת תורה.

קומט זיך אים גראדע. אבער איך זיך נישט צו רעדן פון א לעבעדיגע איד וואס וואלט געוואלט בלייבן טון ווײטער זיין ארבייט פאר כלל ישראל אין געהיים. אבער אין יארע תשפ23 איז א חוב ארויסצוהייבן אזא איד.
איך מיין די חיזוק, די אפלערנען דערפון. נישט דעם איד.
ומשה היה עניו
װער עס הערט אויס די אינטערװיוס פון ר׳ משה במשך די פארגאנגענע יארן איז ממש צום שטוינען זיין ענװה װי ער װעט װארפן קרעדיט פאר יעדן חוץ פאר זיך.

מיט די איצטיגע טראמפ אינדייטמענט לאזט זיך טראכטן, אז נאכדעם װאס טראמפ האט געשפירט אויף די אייגענע הויט, די בארבארישע יוסטיץ סדום סיסטעם װאס אמעריקע פארמאגט, װעט ער מיט אייפער ־אויב ער װעט ערװעלט װערן־ ארבייטן צוזאמען מיט די עסקנים אדורכצופירן א פרישע ״סעקאָנד סטעפּ עקט״ און פרישע יוסטיץ רעפארם.
געלט פארלוירן האלב פארלוירן, מוט פארלוירן אלעס פארלוירן. בשם אומרו: פארקאש טליתים.
אוועטאר
א פיפטער
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 19, 2021 2:49 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיפטער »

איינער קעמיר שיקן די דריי נעמען אין אישי?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
בשמחה שטענדיג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 07, 2023 1:23 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמחה שטענדיג »

בשמחה שטענדיג האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 12:03 pm
איך הער זאגן אז ב''ה נאך 2 אידן זענען היינט ארויס, 2 ברודער פון באלטימאר
זעהט אויס ס'נישט ארויס אויפן גאס ווייל זיי זענען נישט קיין חסידישע, ווייסעכניש
בינעך מקנא די עולם הבא פון ר' משה, ס'איז אנבעליוועבל וויאזוי מ'האט געטוישט די אמאליגע מציאות פון אויסדינען דאס גאנצע טערמין און ער פליקט אראפ ריזיגע שטיקער
ס'נישט א פערטל אראפ, נישט א האלב, נאר גאנצע דריי פערטל, און צומאל מער, ווי די מענטשן די וואך.
און יעצט נאך 2 אידן ארויס אויך די זעלבע מיט קעיר''ס עק''ט, אויך נישט פון אונזערע קרייז
איינער פון לאנג ברענטש און איינער פון לאנג איילענד
די הודו פון היינט נאכט וועט זיך זאגן אנדערש ביי אסאך אידן און זייער משפחות
גוזמא
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:12 pm

Re: נייע פריזן רעפארם ביל ארויסצוהעלפן די יושבי חושך וצלמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוזמא »

בנוסף צו די 3 היימישע אידן וואס זענען געווארן באפרייט פארגאנגענע מיטוואך, אפווישענדיג 83 חדשים תפיסה, זענען היינט אהיים געגאנגען נאך 4 אידן, 2 אידן צווילינג פון באלטימאר, איינער פון לאנג ברענטש ניו דשערזי און איינער פון לאנג איילענד.

סך הכל 4 אידן היינט, אויסגעמעקט א קיימא לן פון 75 חדשים תפיסה

איבער 13 יאר פון חושך וצלמות ארויף מיטן רויעך (ריח ניחוח אשה לה’)

נאך איין היימישע איד איז ערווארטעט מיטן אייבישטענס הילף אהיים צוקומען קומענדיגע וואך

איך בין דשעלעס אויף הצדיק ר’ משה (מלאך המושיע)
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”