למען יעמדו ימים רבים

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

למען יעמדו ימים רבים

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג ינואר 02, 2018 12:24 pm

שמעון, ווילסט קומען לערנען אביסל ? ביזט נישט מיד הער שוין אויף מיט די תירוצים, אקעי ווען דרייע ? אבער דו גייסט אנקומען ? פיין קום דא אריבער צו ביהמ"ד קהל הלקח והלבוב, איך הער אז זיי האבן א מעכטיגע אוצר הספרים.

אה העלא וואטיצעך ? אקעי לאמיר עפעס לערנען, יא... זאגט די הייליגע גמרא ווייטער.... דער מענטש דא 3 טישן ארויפציר הערט נישט אויף מיר צו דוכענען אין פנים אריין, דו קענסט אים ? ער האט א טאכטער אין די יארן ? הממ יא ווייטער.. אה דא האט דער מאגיטשיער אויסגערעדט א שיינע פני יהושע, לאמיר עס גיין נאכקוקן.

וויי וויי איך ווער דא פארלוירן צווישן די שענק ספרים, וואו גייכעס טרעפן ? אה דארט איז דא א מפתח לאמיר אהינגיין קוקן... וואטש האסט איבערגעדרייט א קאפ פול מיט צוריסענע האט-קאפ שטיקלעך... יעצט בייגדעך אראפ און הייב אן צאמנעמען... כהאף אז דער דוכענער האט נישט געזען..

אקעי פני יהושע פני יהושע אה דא האב איך עס, עס ליגט אויף שעלף 6 שאנק 48, יעצט גיימער אפירזוכן דעם שאנק, אוי נשמה וואו ביסטו... איימעניט די שענק גייען נאר ביז 37... וואס גייט דא פאר ? אה דא איז דער פאקער לאמיר אים פרעגן... א א אנטשולדיגט איך איך.. האב געזען אויפן מפתח אז פני יהושע ליגט אין שאנק 48 און איך טרעף נישט דעם שאנק...

אה דו ביזט נישט דער ערשטער וואס פרעגט, די זאך איז אזוי: דער שמש פונעם שול האט געדארפט די פלאץ צו האלטן זיינע סטאריזש וואס ער דארף פארן שמש שטיבל, האט ער אוועקגעטראגן אלע שענק און ספרים פון נאך שאנק 37 צו מאכן פלאץ פאר זיינע זאכן...

ע"כ המעשה שלא היה


אקעי, וואס איז די נמשל ? זייער פשוט, פרובירט צו עפענען אן אשכול פון 2 חדשים צוריק און נעמט אייך קליקן אויף די לינקס אינעם אשכול, רוב לינקס וועלן זיין אדער עקספייערט אדער 404 נאט פאונד.. וואס איז געשען ? אה דער ניק האט זיך דערזעהן מיט ווייניג סטאריזש אין זיין אקאונט און האט זיך גענומען אויסקלינען, קלערנדיג אז די אלע זאכן וואס ער האט דא געלייגט האט ער דאך ערגעץ געסעיווד לאקאל און עס פעלט נישט אויס עס צו לאזן אין זיין אקאונט, איי די אייוועלט חברה וועלן דאך ליידן דערפון ? נו שוין כהאב עס שוין גענוג לאנג געלאזט דארט, און דערנאך ווערט דער ניק נעלם פונעם וועלטל, און ווען איינער וויל אים קאנטאקטן צו באקומען עקסעס צו די פייל קען ער רעדן צום דופן עקומה, און דערנאך הייבט זיך אן א געבעטעלע... "די לינק ארבעט נישט, ווער קען איבערלייגן א פרישע לינק ?"

אבער ניין טייערע חבר, פונקט ווי דו ווילסט נישט אז מען זאל ארויסשניידן 1 שורה פון אינמיטן דיין תגובה ווייל עס וועט דאך נישט האבן קיין פנים, סעים העיר. ווען מען ליינט א תגובה און עס איז דא דארט א לינק צו סיי וואס, א ניגון א בילד א ווידיא, איז דער לינק א חלק פונעם תגובה און עס דארף דארט בלייבן פאר אייביג, און אויב וועט דאס נישט ארבעטן וועט דאס איבערלאזן די ליינער מיט א שלעכטן טעם אין מויל, און מען דארף זיך אויך רעכענען מיט די וואס וועלן עס ליינען אין 6 חדשים ארום און אפילו יארן ארום.

וויאזוי פילסטו ווען דו קומסט אן צו א מסיבה, דו זעצט זיך אראפ ביי א טיש נעבן דיינע חברים און דו הערסט ווי מען רעדט פון איינעם און מען צולייגט יענעם אויף קליינגעלט און דו האסט נעבעך נישט קיין אנונג פון וועם דו רעדע איז, און דו נעמסטעך מוטשענען דיין שכן: האלא, פון וועם רעדט מען דא ? און ער מאכט זיך ניטאמאל וויסנדיג פון דיר, די שמועס איז פיל מער אינטערעסאנטער פאר אים, און דו שטייסט און באסט פאר נייגעריגקייט: פליז זאג מיר וועם בארעדט מען ? וכו' כן הדבר הזה, מען ליינט אן אשכול און מען רעדט פון א ניגון, א קליפ און עס שמעקט אן עס צו הערן/זעהן, מען קליקט אויפן לינק, אאפס נאט פאונד.. דאס טוט זייער וויי.

אקעי ביזט גערעכט, אבער וואס קען איך טון, איך דארף דאך טאקע האבן די פלאץ פאר מיינע זאכן ? די תירוץ אויף דעם איז, עפן אן עקסטערע אקאונט בלויז פאר אייוועלט און די זאכן וואס דו לייגסט דארט ארויף זאלסטו קיינמאל נישט אוועקנעמען פון דארט, וכן אני נוהג, עס איז דא גענוג קאמפאני'ס וואס געבן שיינע סכומים סטאריזש (גוגל דרייוו, באקס, מעגא, די ליסטע איז ענדלאז), אוודאי אויב מען קען לייגן אויף דראפבאקס איז נאך בעסער און אוודאי זאל מען נישט פארגעסן פון די ניקס וואס האבן נאר עקסעס צו גומבו, אבער די עיקר איז אז עס זאל אייביג בלייבן אן אקטיווע לינק וואס ארבעט, און אפילו נישט יעדער וועט האבן עקסעס צו די פייל וועט מען עס כאטש קענען בעטן פון איינער וואס האט יא צוטריט.

וכאן המקום להודות צו ידידינו הניק החשוב אונטערן טיש אויף די ארבעט וואס ער לייגט אריין צוצושטעלן כשרע סחורה פארן עולם, און איעדע לינק וואס ער לייגט ארויף ארבעט פארעווער! (אחוץ גומבו שטייצעך), וממנו ילמדו.

געדענק, דו טוסט א חסד דו שעירסט מיט אנדערע אידן דיין חפץ, טו די חסד בשלימות.

שוין יעצט בינעך שוין באפרייט פונעם ניין און ניינציגער סינדראם, ברוך מתיר אסורים.


________________________________________________________
הערה: אויב ביזטו אביסל טעקניקל און דו האסט איבריג צייט און נערוון קענסטו ארויפברענגען די דראפבאקס סטאריזש צו 18 גיג+, פאר מער אין אישי.

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » דינסטאג ינואר 02, 2018 12:39 pm

פיין געזאגט ;l;p-

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג ינואר 02, 2018 12:40 pm

[quote="דוד משה"][/[/quote

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג ינואר 02, 2018 12:42 pm

מזל טוב צום טויזענטע תגובה

מאך א ברכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:10 am

תגובהדורך מאך א ברכה » מאנטאג מארטש 19, 2018 6:32 pm

וועל מיר מיז'ן עפענען נאך א אקאונט. :-(
Capture.JPG
Capture.JPG (27.2 KiB) געזעהן 1279 מאל

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:26 am

איז אזוי פון מאל צו מאל לייג איך די פרישע קליפס פון זינגערס, אנהייב פלעג איך עס לייגן נאר און דרייב טאקע פאר דעם ווייל דארט האב איך 15 גוג גענוג עס צו לאזן דארט, האט אבער דער עולם אנגעהויבן פאר לאנגען דראפבאקס, אויף יעדע קליפ 10 ציטריט אז מיר דארפען דראפבאקס, זיי געבן דאך אבער נאר 2 גיג איז פון דארט מיז איך טאקע כסדר מעקן אבער דרייב לאז איך אלעס,
אבער יא עס האט מיר געקאסט א שמייכל
אין אדם שלא יכול יש אדם שלא רוצה
קרעדיט רולי דיקמאן, כח הרצון

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:07 pm

פארשאף א פארגרעסערונג גלאז, און ליין די לעצטע שורה פונעם פותח'ס תגובה.

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלומה » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 6:35 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פארשאף א פארגרעסערונג גלאז, און ליין די לעצטע שורה פונעם פותח'ס תגובה.

הערה: אויב ביזטו אביסל טעקניקל און דו האסט איבריג צייט און נערוון קענסטו ארויפברענגען די דראפבאקס סטאריזש צו 18 גיג+, פאר מער אין אישי.
הערה: אויב ביזטו אביסל טעקניקל און דו האסט איבריג צייט און נערוון קענסטו ארויפברענגען די דראפבאקס סטאריזש צו 18 גיג+, פאר מער אין אישי.

הערה: אויב ביזטו אביסל טעקניקל און דו האסט איבריג צייט און נערוון קענסטו ארויפברענגען די דראפבאקס סטאריזש צו 18 גיג+, פאר מער אין אישי.
הערה: אויב ביזטו אביסל טעקניקל און דו האסט איבריג צייט און נערוון קענסטו ארויפברענגען די דראפבאקס סטאריזש צו 18 גיג+, פאר מער אין אישי.
הערה: אויב ביזטו אביסל טעקניקל און דו האסט איבריג צייט און נערוון קענסטו ארויפברענגען די דראפבאקס סטאריזש צו 18 גיג+, פאר מער אין אישי.
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:42 am

פארוואס אין אישי?? זאל זיין און פאבליק

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 5:21 pm

דוד משה האט געשריבן:
הערה:
אויב ביזטו אביסל טעקניקל און דו האסט איבריג צייט און נערוון, קענסטו ארויפברענגען די דראפבאקס סטאריזש צו 18 גיג+, פאר מער אין אישי.

.[/size]


פארוואס אין אישי?? זאל זיין אין פאבליק..

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 5:26 pm

שלומה האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פארשאף א פארגרעסערונג גלאז, און ליין די לעצטע שורה פונעם פותח'ס תגובה.

הערה: אויב ביזטו אביסל טעקניקל און דו האסט איבריג צייט און נערוון קענסטו ארויפברענגען די דראפבאקס סטאריזש צו 18 גיג+, פאר מער אין אישי.
הערה: אויב ביזטו אביסל טעקניקל און דו האסט איבריג צייט און נערוון קענסטו ארויפברענגען די דראפבאקס סטאריזש צו 18 גיג+, פאר מער אין אישי.

הערה: אויב ביזטו אביסל טעקניקל און דו האסט איבריג צייט און נערוון קענסטו ארויפברענגען די דראפבאקס סטאריזש צו 18 גיג+, פאר מער אין אישי.
הערה: אויב ביזטו אביסל טעקניקל און דו האסט איבריג צייט און נערוון קענסטו ארויפברענגען די דראפבאקס סטאריזש צו 18 גיג+, פאר מער אין אישי.

נאך א מזל אז מקען נישט מאכן מער ווי סייז 200
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט