כ’האב שוין געשריבן דערוועגן אינעם אשכול על פטירת הגאון הנ”ל זצ”ל, עכ”פ, ווער האט מחליט געווען אז רב אדעלשטיין איז גדול הדור? (פארשטייט זיך ס’נעמט בכלל נישט אוועק פון זיין גדלות בתורה), ווער האט אים באקרוינט? נאר די צייטונג יתד! מ’האט נישט געפרעגט דעם עולם אזוי ווי ביי חסידישע הויפן ווי ס’שטענדיג דא אינערליכע רייבערייען ביז מ’קומט זיך אויס (אדער נישט), ביי חסידים, זענען דער’עולם די הויפט מחליטים! משא”כ ביי אחינו הליטאים וואס די צייטונגען זענען מחליט!קה אכסוף האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 04, 2023 10:36 pmזאגט ווער?יצחק אייזיק האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 04, 2023 9:39 pmאפשר קענסטו זאגן אז אין בני ברק האט מען קיינמאל געהערט פון הגרח"מ פריעדמאן, אבער דער איד ליינער האבן רובם ככולם געהערט פון הגרי"ג אדלשטיין, חוץ אויב פרויען און קינדער זענען די רוב פון דער איד ליינער.
-----
סתם אגב, דו ביסט פון די אידן וואס ליינען דער איד וועכנטליך?
ממילא אויב יתד האט אפגעמאכט אז דער גאון איז גדול דורינו, האט דער איד די זעלבע זכות אפצומאכן אז ס’אינטערסירט זיי נישט די 250,000 מלווים, זיי דארפן דעליווערן פאר זייערע קאסטומער’ס אזוי ווי יתד דעליווערט פאר זייערע קאסטומערס.
סימפל?