רבי יצחק צבי דייטש זצ״ל - מסענדרא דעטרויט - ד׳ אב תשמ״ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי יצחק צבי דייטש זצ״ל - מסענדרא דעטרויט - ד׳ אב תשמ״ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

כבוד קדושת הגאון הצדיק חסידא ופרישא עובד ה׳ רבי יצחק צבי דייטש זצ״ל - אב״ד סענדרא - ורב דקהל חרדים בעיר דעטרויט מישיגען.

איז געבוירן צו זיין פאטער הגאון החסיד רבי שמואל אהרן דייטש זצ״ל ביום י״ב סיון תרע״ג אינעם אלעמען באקאנטן שטעטל בודרוג קערעסטיר.

רבי יצחק צבי איז אויפגעוואקסן בצל הקודש פון הרה״ק רבי ישעי׳לע קערעסטירער זי״ע, ווי זיין טאטע איז געווען דער שוחט און בעל תפלה און איש סודו ובן בריתו פונעם הייליגן רבי ישעי׳לע.

(רבי שמואל אהרן איז געווען מבני עליה ובעל השגה, ער איז געווען קפאליפעצירט צו דינען במשרת רבנות, אבער מתוך זיין מהות הענוה זייענדיג א מכניע מיט א געוואלדיגע התבטלות פאר צדיקים האט ער עס אפּגעווארפן!)

ער איז געווען א תלמיד פונעם גאון בעל לבושי מרדכי זצ״ל דער מאדער רב, אויך האט ער געלערנט אין די בארימטע פאיע ישיבה אנגעפירט דורכן פאיע רב הגה״צ רבי יחזקאל שרגא וויינבערגער זצ״ל הי״ד.
דערנאך איז ער אריבער לערנען אין די ישיבה ביי מרן הרה״ק מסאטמאר זי״ע אין שטאט קראלי, פון וועם ער איז שוין פארבליבן א תלמיד מובהק און א חסיד נלהב.

ער איז געווען אן אויסגערופענער בחור א מתמיד אן א גרענעצין, ווי עס האבן מעיד געווען פילע פון די יארן מיט אים אין די ישיבה יארן.

בזיווג ראשון פארן קריג איז ער געווען חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ מרת מיריש בת הגה״צ רבי יצחק מאיר (ר׳ איטשע מאיר) לאנדוי רב דביהמ״ד חברת שומרי שבת אין חוסט, פון די פיר באקאנטע ברודער בני הגה״צ רבי משה בער לאנדוי מווערעצקי זצ״ל (רבי שלום נח דומ״ץ ווערעצקי, רבי יהושע העשיל אב״ד וויטקע, רבי חיים יוסף דומ״ץ ארשיווע.)

בימי הזעם אין די שרעקליכע יארן וואס האט באטראפן דעם כלל ישראל איז ער פארוואלגערט געווארן אין דעם פרעסטיגן טויטליכן סיביר ווי ער האט דארט אונטער די שווערסטע אומשטענדן געדינט דעם אויבערשטען במסירת נפש, און מיט געוואלדיגע ניסים ונפלאות זיך געהאלטן ביים לעבן, מיט כשרות, שמירת שבת, א געוואלדיגע יד ה׳ האט אים דארט באגלייט, ווי ער פלעגט עס פארציילן להשריש אמונה בה׳.

נאכן קריג ווי ער האט פארלוירן זיין אשת נעורים מיט א קינד, האט ער נאכאמאל חתונה געהאט מיט נכדת חותנו מזיווג הראשון הרבנית הצדיקת סימא פערל בת רבי מאיר הלוי בוקסבוים ז״ל (בן רבי אברהם מהשוחטים עלילת דם דטיסא עסלאר, חתן הגה״ק מהר״י שפירא מטערצאל זצ״ל) חתן רבי איטשע מאיר לאנדוי הנ״ל און אויפגעשטעלט זיין שטוב מיט איר לשם ולתפארת.

אזוי איז ער געווען פארוואגעלט אן א שום ידיעה איבער סיי וואס אין טיפן רוסלאנד, ג׳ סליחות שנת תש״ז האט ער הערשט באקומען א בריוו פון זיין עלטערן ברודער הגה״צ בעל ״טהרת יו״ט״ מהעלמעץ זצ״ל אז ער מיט נאך צוויי געשוויסטער (אשת הרב החסיד רבי סענדר דייטש ז״ל - ואשת הגה״צ רבי דוד בנציון קליין ז״ל אב״ד יסודות) זענען לעבן געבליבן און וואוינען צוריק אין אונגארן, איז ער צוריק געגאנגען קיין אונגארן, דאן איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין שטאט סענדרא.

שנת תש״ט צוליב דאס קאמאניזם האט מען געמוזט הייבן פיס איז ער געגאגען וואוינען קיין עיר הבירה וויען ווי ער איז געווען א דיין ומורה הוראה אינעם שיף שול.

בפקודת רבו הק׳ מסאטמאר האט ער געבויט דארט די מקוה טהרה ווי מרן האט אים אפגעשריבן א לענגערע תשובה איבער די מקוה (שו״ת דברי יואל סימן ע״ז).

דארט האט ער געדינט ביז אום שנת תשי״ז ווען ער איז אריבער קיין אמעריקא אין נוי יארק וואוינען.

בשנת תשי״ח האט רבו הק׳ מהר׳י ט״ב מסאטמאר זי״ע אים ממנה געווען בשלחיתו הק׳ און אים געשיקט לעבוד ולמשא בעול הרבנות בעיר דעטרויט אשר במישיגען, ער זאל דינען בקהילת החרדים דשם ולקרב לבבות ישראל לאביהם שבשמים ולהכניסם תחת כנפי השכינה.

א שבת (פ׳ יתרו) פארן זיך ציעהן קיין דעטרויט ביים עולה זיין לתורה בבית מדרשו של מרן מסאטמאר האט ער אויסגעלאזט פארן דיטרויטער רב מיט די ווערטער ״וילך לו אל ארצו״ צומאכענדיג שוין דעם ספר האט ער געזאגט מיטן נוסח הקריאה... ״קיין דעטרויט״....

דארט אין דעטרויט איז ביתו ובית מדרשו געווארן לתל תלפיות שהכל פונים שם, יעדער וואס האט נאר געדארשט לדבר ה׳ איז געקומען צו גיין יונק זיין פון דעם באר מים חיים תורה ועבודה וחסידות, ביתו היתה פתוח לרווחה אלס א הכנסת אורחים פאר הונדערטער אויסלענדישע געסט טעגליך, ווער רעד נאך פון א שבת טיש ווי עס זענען געזיצן און געשלאפן געסט מכל פינות העולם, משולחים, ראשי ישיבה, רבנים, אדמורים, סתם ארחי פרחי, און דער רב אליינס מיט די רעבעצין זענען געשטאנען עומדים על גביהם און סערווירט די היימישע מעדני מלך.

דאס לעבן פאר א חסידישען (עהרליכער) איד איז דארט אין דעטרויט גארנישט געווען פון די לייכטע זאכן, קיין געשעפטן מיט אלע כשר׳ע פראדוקטן איז נישט געווען, און בתכלית הכשרות זיכער זיכער נישט!!
פלייש: האט ער אליינס געשחטן בדחילו ורחימו דערנאך כשר געמאכט.
ברויט: איז געווען נאר פת עכום דער רב פלעגט אליינס אראפגיין אין בעקעריי מיט זיינע כלים באקן יעדע שטיק צייט פילע קוואנטומען ברויט׳ן פאר זיך די משפחה אין פאר די פילע הונדערטער אורחים...
חלב ישראל: האט קיינער ניטאמאל געזוכט! אלזא יעדע צוויי וואכן האט דער רב געדארפט זיך לאזן אין וועג אריין אראפגעפארן א מרחק רב צו א פארעם וואס האט מסכים געווען צו דעם טירחא פון מעלקן ספעציעל פאר עפעס א רב אייגן געמאלקענע מילעך.
מקוה: שבת אינדערפרי פלעגט דער דעטרויטער רב גיין א מרחק רב פון פילע מיילן צו קענען כאפן א טבילה במקוה, און בכלל פלעגט ער גיין אין מקוה גאר אסאך לקדש את גופו, אלץ האט ער געהאט א טילטול הדרך כבידה.

און מחנך זיין קינדער וויזוי דער דעטרויט רב האט געגליסט און אזא פארפרעמדעטע שטארק מאדערענע סביבה פאר די קינדער, איז אויך נישט געווען גרינג (מילד גערעד) און אויף דעם מקום האט דער רב האט אריינגעלייגט א חינוך הבנים והבנות אן קיין שום שיניום און אפּנייגונג כקיצו של יוד כפי מה שקיבל, אפי׳ דער רוח המקום איז געווען אנדערש מקצה אל הקצה.

דער סענדרא דעטרויטער רב איז געווען א מהות רוחני פון א העכערע געשטאלט, א חסיד המתחסד עם קונו, א ירא שמים מרבים א מענטש מיט א געוואלדיגן השתוקקת צום בוכ״ע א מהות מלא רגש ומלא רחמים רך הלבב לזולתו.

א שקדן בתורה יום ולילה א מתמיד עצום וואס האט געטראסקעט און געפּילעוועט אין די תורה הקדושה מיט א התמדה עצומה, מסיים געווען ש״ס מיט זיינע ״דיטרויטער״ חברתות פעמים רבות, שפתותיו הק׳ האבן שטענדיג געמורמעלט פרקים משניות אפי׳ נישט זיצענדיג ביי די גרויסע גמרא ביים סטענדער בחצר ביתו עלי דשא.

זיין חסידות ופרישות מהבלי עולם הזה איז נישט געווען מיט א ביטערקייט אדער דורך לאזן וויסן יעדן איינעם דערפון, נאר מיטן זעלבן חן ושמחה וואס ער האט געהאט צו א דבר מצוה מיט דעם זעלבן חשק און שמייכל האט ער ממאס געווען הבלים....

אויסער זיין התנהגות בקדושה עילאה, און זיין עבודת הק׳ איז ער געווען א געוואלדיגער בעל כשרון און גאר א גערוטענער מהות א איש חכם ופּיקח, ער האט געהאט א געוואלדיגע כח השפעה וכח המושך ווי יעדער ארום אים איז צוגעצויגן געווארן מיט זיין מאגנאטישן כח פון אהבת הבריות, א שמחה וחן איז אייביג געווען שורה על פניו מיט א ווארימע ליבליכען ענוות חן שמייכל צו יעדן איד.

דאס צוגאנג צו קיום המצות איז געווען מיטן גרעסטן מאס שמחה, חשק, און אויסערגעווענדליכע התלהבות מיט אזא ברען אז דער גאנצער מציאות ארום אים איז מיטגעשלעפט געווארן מיט זיין פלאם ווי א לעקטערזירונג... אזוי האט ער אריינלייגט און אריינגעפלאנצן בכל הסובבים א געוואלדיגע ליבשאפט צו א דבר מצוה אדער סיי וועלכע דבר יהדות.

ווער רעד נאך פון די מצות החביבות אצל כל יהודי ווי א מצות באקן, קלויבן אן אתרוג, מצות סוכה, און בכלל א יו״ט במחיצתו איז געווען א עולם הבא ממש שפירענדיג און טאפּענדיג אין די לופט די שכינה וואס האט דאן געריהט אין זיין געגענווארג עס האט אטאמאטיש געהויבן דעם מוט צו טון דעם רצון ה׳ מיט א שמחה אין חיות.

א דאווענען ביים עמוד איז געווען מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש כבן המתחנן לפני אביו, יעדעס ווארט מיט א טעם העליון וואס האט זיך צעגאסן אין אלע איברים הפנמיים וואס האט מעורר געווען לב השומעים, דאס תהילים זאגן יעדן טאג פאר מנחה איז אויך געווען מיט א געוואלדיגע השתפכות ווי מען האט געקענט הערן די בקשות אין אידיש לפני בוכ״ע.

די סיפורי מעשיות פון די הייליגע צדיקים בעש״ט הק׳ ותלמידיו וואס פלעגן ארויסקומען פון זיין מויל איז געווען מיט א בּרען א קאך אין די עובדות והנהגות פון די צדיקי אמת.

אזוי מיט די צייט ווי די ״דעטרויטער אידן״ האבן צוגעזען אזא מהות של צדיק א שפל ברך א פשטן האט זיך ארומגרופּירט א ציבור ״אמאליגע קאלטע אידן״ און האבן זיך אויך אונטער געגארטעלט זיך צו פירן בחמימת צו אידישקייט, און זענען צוגעקלעבּט געווארן צו אים באותת אהבה און אים צוגעשטאנען לידיו מיט יעדע זאך.

דער דעטרויטער רב איז געווען מפורסם מיט זיינע ברכות שעשתה רושם, כמה וכמה עובדות וסיפורים ווערן פארציילט ווי אידן דארט אין דיטרויט זענען געהאלפן געווארן דורך זיינע תפילות און ברכות. מרן מסאטמאר האט אים אמאל געזאגט אז ער גיבט אים א כח לברך את ישראל, ובמיוחד לזיוויגם, וואס דארט האט מען טאקע געזעהן גאר וואונדערליכע זאכן, און יודן וואס גייען נאך אלץ מתפלל זיין במקום מנוחתו איבער זיוויגם פארציילן גוטע מעשיות...

א שיינער דור רבנים ומרביצי תורה איז דא אלס אן עדות לקורות חייו הק׳ שהקים שם באחד הערים הזרים באמעריקא.

נסתלק ביום ד׳ אב שנת תשמ״ז - ונטמן בחלקת הרבנים בקרית יואל.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

הרב מסענדרא דעטרויט אין די יונגערע יארן בעת א תנאים.

רעכטס הרב מנייטרא רבי שלום משה הלוי אונגאר זצ״ל

אינגאנצן אונטערוואלעכטס איז הגה״צ בעל תורת אל״ף משאפראן זצ״ל
אטעטשמענטס
IMG_2465.JPG
IMG_2465.JPG (296.35 KiB) געזען 6452 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הערליך הרב רבניש

מיר האבן געהאט אמאל א בילד פונעם סענדראער רב מיט זיין ברודער דער העלמעצער רב מיט די קליינע קינדער און ביבער-הוטלעך, איר קענט עס אהערשטעלן?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מיללער האט געשריבן:הערליך הרב רבניש

מיר האבן געהאט אמאל א בילד פונעם סענדראער רב מיט זיין ברודער דער העלמעצער רב מיט די קליינע קינדער און ביבער-הוטלעך, איר קענט עס אהערשטעלן?

מען גיימיר אים אפירזוכן.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מעקרט דעם הויז בחור׳ל מיט וואס הרב מנייטרא באגעניגענט זיך.....
וואס א חן אמאל איז געווען..!
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מכתה המלצה וואס מרן מסאטמאר זי״ע שרייבט איבער אים שיקענדיג קיין דעטרויט בשנת תשי״ח - לאחד מנכבדי העיר.
אטעטשמענטס
RenderedContent-1B6C8126-A45A-4BEB-BC47-10413F1EBF7C.JPG
RenderedContent-1B6C8126-A45A-4BEB-BC47-10413F1EBF7C.JPG (135.11 KiB) געזען 6437 מאל
לעצט פארראכטן דורך רבניש אום פרייטאג יולי 28, 2017 11:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מיללער האט געשריבן:הערליך הרב רבניש

מיר האבן געהאט אמאל א בילד פונעם סענדראער רב מיט זיין ברודער דער העלמעצער רב מיט די קליינע קינדער און ביבער-הוטלעך, איר קענט עס אהערשטעלן?


די צוויי ברודער פון די שטאטן, דער עלטערער הגה"צ בעל "טהרת יו"ט" מהעלמעץ און דער יונגערער הגה"צ בעל "שיח יצחק" מסענדרא דעטרויט ז"ל
ביי איינע פון די העלמעצער קינדער'ס חתונה אין קליוולאנד אוהאו

די צוויי קינדער מיט די היטלעך זענען די קינדער פונעם דעטרויטער הרה"ג רבי שמואל אהרן דייטש שליט"א - אב"ד קהל חרדים דעטרויט, חתן הגה"צ רבי יוסף משה מייזליש מווייטצען ז"ל.

דער צווייטער איז הרה"ג רבי שמחה מאיר דייטש שליט"א - רב דקהל "שיח יצחק" דעטרויט _ סאפערן נוי יארק - חתן הגה"צ רבי נתן יוסף מייזעלס ז"ל.

מזעהט אויך דעם נאנאשער רב הגה"צ רבי צבי אביגדור פעקעטע, מיט זיין איידעם הגאון רבי הירשל זשארקאווסקי ז"ל
אטעטשמענטס
סענדרא דעטרויט - העלמעץ.jpg
סענדרא דעטרויט - העלמעץ.jpg (197.33 KiB) געזען 6422 מאל
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

קומט יעצט ארויס 2 ספרים תורות ותולדות פונעם מחבר.
זיס ווי האניג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס ווי האניג »

ווער זענען זיינע קינדער?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

זיס ווי האניג האט געשריבן:ווער זענען זיינע קינדער?


בניו: הרה״ג רבי שמואל אהרן דייטש שליט״א - אב״ד סענדרא ורב דקהל חרדים דעטרויט.חתן ר׳ יוסף משה מייזליש מווייטצען.
הרה״ג ר׳ שמחה מאיר דייטש שליט״א - רב ביהמ״ד שיח יצחק דעטרויט סאפערן נ.י. - חתן הגרנ״י מייזעלס.
הרה״ג ר׳ שלום יוסף דייטש שליט״א מלפנים ר״י שיח יצחק, חתן רבי בערצי לייפער מנאדבורנא ב״פ.
הרה״ג ר׳ יעקב חיים דייטש שליט״א, חתן ר׳ משה גראס משארמאש.

חתניו: הגה״צ רי״מ טענענבוים שליט״א, אב״ד טארנא - קרית יואל.
הח׳ ר׳ אלי׳ גליק שליט״א, קרית יואל.
הר׳ מאיר זאב פריעדמאן שליט״א, קרית יואל.
ברסלבהארץ
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 2:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברסלבהארץ »

איין טעות ביטע פאררעכטן : ר מאיר בוקסבוםס טאטע איז געווען ר שמחה אין זיין טאטע איז געווען ר אברהם
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

ברסלבהארץ האט געשריבן:איין טעות ביטע פאררעכטן : ר מאיר בוקסבוםס טאטע איז געווען ר שמחה אין זיין טאטע איז געווען ר אברהם

יא גערעכט.

הרה״ג ר׳ מאיר הלוי בוקסבוים ז״ל איז געווען דער שו״ב בק״ק זאדניא (במחוז חוסט, בגלילות דאלאה).

זיין טאטע ר׳ שמחה ווי האט געוואוינט ווייסטו?
ברסלבהארץ
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 2:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברסלבהארץ »

געווען דער שוחט אין סטראביטשאווע לעבן מונקאטש
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

ברסלבהארץ האט געשריבן:געווען דער שוחט אין סטראביטשאווע לעבן מונקאטש

וועלכעס יאר איז ער אוועק, און ווי ליגט ער ?
ברסלבהארץ
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 2:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברסלבהארץ »

נולד בשנת תרל"ה 1875 בצאנז ונפטר ע" י הנאציס באושוויץ הי"ד
ברסלבהארץ
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 2:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברסלבהארץ »

ר שמחה היה חתן ר משה ביינהארן מווערעצקי, שימש בתור שו" ב בבאגאד, גענעניע, וסטראביטשי והמנח"א קירבו מאוד וכשנסע למונקאטש היה לו חזקה לזמר ולרקוד ברכי נפשי בשלוש סעודות, והיה חניאק וחסידישער יוד ות"ח גדול
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

דער עלטער זיידע אירע (הרבנית סימא פערל אשת הרב מסענדרא) מצד האם רבי משה בער לאנדא מווערעצקי איז אויך געווען אן איידעם ביי א ביינהארן פון ווערעצקי, הרה״ג רבי צבי ביינהארן.

גלויב איך אז דאס איז די זעלבע ביינהארן משפחה, איז זיך די ביינהארן משפחה מתייחס צו עפעס רבנים פון פריער?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

רבניש האט געשריבן:ונטמן בחלקת הרבנים בקרית יואל.

ברסלבהארץ
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 2:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברסלבהארץ »

ר מאיר ביינהארן איז געווען ווערעצקיער רב אין אינז זעמיר אייניקלעך פין 4 פון זיינע קינדער, זיין זין איז ר צבי אין ר צביס איידם איז ר משה בער לאנדא . אין דער ר מאיר האט געהאט אאנדערן זין ר משה וואס איז דער שווער פון ר שמחה בוקסבום . אין ר מאיר האט גיהאט נאך אזון אברהם יודא אין זיין טאכטער יענטא איז די מאמע פין מרים ר שמחה בוקסבומס ווייב. אין ר מאירס אנדערע זין ר משה איז דער טאטע פון מרים, ר משה האט גענימן זיין ברידער אברהם יודאס טאכטער. אין נאך א זון ר יושע איז אויך א זיידע פין זיידן ר יצחק צביס זייט,....
מיין קאפ ספינט שוין . ועוד חזון למועד
ליי
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליי »

בימי הזעם אין די שרעקליכע יארן וואס האט באטראפן דעם כלל ישראל איז ער פארוואלגערט געווארן אין דעם פרעסטיגן טויטליכן סיביר ווי ער האט דארט אונטער די שווערסטע אומשטענדן געדינט דעם אויבערשטען במסירת נפש, און מיט געוואלדיגע ניסים ונפלאות זיך געהאלטן ביים לעבן, מיט כשרות, שמירת שבת, א געוואלדיגע יד ה׳ האט אים דארט באגלייט, ווי ער פלעגט עס פארציילן להשריש אמונה בה

ער איז געווען אין אוקראינע נישט אין סיביר
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

ליי האט געשריבן:ער איז געווען אין אוקראינע נישט אין סיביר


פון ווי נעמסטו דאס?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

פון א דערנעבנדיגן אשכול, פון רעכטס: דער דעטרויטער רב, קאשוי רב, העלמעצער רב, החתן, רבי משה אהרן מחוסט, האדמו״ר מפיטסבורג, ועוד נאדבורנא אדמורים. זצ״ל
אטעטשמענטס
IMG_2533.JPG
IMG_2533.JPG (143.4 KiB) געזען 5983 מאל
ברסלבהארץ
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 2:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברסלבהארץ »

רבניש האט געשריבן:
ליי האט געשריבן:ער איז געווען אין אוקראינע נישט אין סיביר


פון ווי נעמסטו דאס?


גיהערט פין עם אליין אזוי ווי רבניש האט גישריבן אז ער איז געווען אין סיביר ביי די וועלט קריג
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

שיינע זאכן דא.
איך האב געזען פונקט זייער א שיינע בריוו פון אים
ברסלבהארץ
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 2:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברסלבהארץ »

"(רבי שמואל אהרן איז געווען מבני עליה ובעל השגה, ער איז געווען קפאליפעצירט צו דינען במשרת רבנות, אבער מתוך זיין מהות הענוה זייענדיג א מכניע מיט א געוואלדיגע התבטלות פאר צדיקים האט ער עס אפּגעווארפן!)"

צ"ל זייענדיג א נכנע... א מכניע איז א narcissist
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”