מקבל זיין פרי שבת - מעלות אדער חסרונות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

מקבל זיין פרי שבת - מעלות אדער חסרונות

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג יולי 03, 2017 10:12 am

Early שבת באוועגונג

זיך איך מיר אזוי פאריגע וואך זונטאג אין ס'מעדרעש שוין לאנג געווען נאך דמדומי חמה, זיפ איך מיר אזוי דעם הייסן קאווע, אההההא, נאך העכער אן אפענעם גמרא, איך לעק מיר אזוי בא'טעמ'ט אפ די אנגעבלעזלטע וואנצעס פון די בלעזלעך קאווע, ווייס עך מיין? יא. בציקער איך פארגלאץ מיר מיט גראבע צועפענטע אויגן איבערן גאנצן האריזאנט.

פון די רעכטע זייט מערק איך אן א מידל עידזש איד זיצט מיט א פעדער איבער א נאטיץ ביכעלע און פארצייכענט זיך זיינע בליצענדע געדאנקען וואס האט אים באטראסקעט אויפן געדאנקן משך'ן דעם לאנגן שבת העעל''ט. און שעת מעשה איז ער נאך מהנה ווער עס וויל נאר הערן אדער געדענקן.

יא יא איר זאלט נישט געפריווט ווערן, מ'קומט אין די יארן ווערט מען א מחדש חידושים אויך.

שוין לאמער שוין צוקומען צום ווארט. פון די לינקע זייט כאפ מיין אויער אויף א שמועס צווישן צוויי אזא געשאצטע 30 יעריגער, און איינער פארציילט פאר זיין חבר זיין סדר היום פון דעם פארלאפענעם שבת.

פארציילט ער אזוי: מנחה - קבלת שבת האב איך שוין געדאווענט אזוי פאר'ן זמן, למען האמת דענק איך נישט די פונקטליכע צייט, אזוי פיל יא געדענק איך אז ער האט געזאגט 10 אזייגער איז ער שוין געווען אחרי ככלות הכל, ווי מען זאגט רעדי טו גאו.

אלעס האט דאך א שיעור וויפיל מ'קען שלאפן, איז ער שחרית געגאנגען דאווענען ותיקין, און שטייצעך נאך א זאפטיגן קידוש האט מען זיך צוריק געלייגט וישן ויחלום שנית, בקיצור פון דא און ווייטער איז שוין נישט אזוי אינטערסאנט.

מיר איז עס שוין געווען גענוג צו עפענען אן שכול א פריש'ס, עפעס וואס כאב שוין לאנג געוואלט אויסשמועסן.

איך ריר בכלל נישט צו די חלק ההלכה, איך רעד פשוט די פראקטישקייט דערפון. כווייס נישט פארוואס, מיר האט עס עפעס קיינמאל נישט געצויגן, איך זעה נישט די גשמיות'דיגע הנאה דערפון, אפשר קען מיר איינער עס מסביר זיין בטוב טעם ודעת למדנו, וואס פארפאס איך, און וואס קען איך פארדינען דערפון עפעס גוט'ס.

נאך א זאך פארוואס זעה איך נישט קיין ערנסטע אידן, עס אויספאנבירן, און בכלל האב עך עס נישט געזעהן נישט ביים טאטן נישט ביים זיידן. אדרבה לאמעך הערן, לאזט אייך הערן אייער געשמאק עס זאל דינערן און בליצן.

האט'ס מיר און זייט'ס מיר, ווארט מיר צו הערן.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג יולי 03, 2017 10:18 am

ווען מען קומט אין די יאהרן, פארשטייט מען שוין דאס אויך.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5610
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יולי 03, 2017 10:31 am

איך גראדע פיר מיך נישט צו דאווענען פרי ערב שבת אבער איך קען פארשטיין אז אויב זעצט מען זיך צו די סעודה נאך צענע האסטו כמעט נישט די קינדער פון 10 יאר און אינגער זיי גייען שלאפען א חוץ טאמער דו מאכסט זיכער אז זיי לייגען זיך אראפ פאר א גוטע צוויי שעה אין מיטען טאג.

ותיקין מאן דכר שמי, פאר מיר וואלט עס געוועהן געהעריג חילול שבת ר״ל
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג יולי 03, 2017 10:35 am

מטעמים האט געשריבן: א חוץ טאמער דו מאכסט זיכער אז זיי לייגען זיך אראפ פאר א גוטע צוויי שעה אין מיטען טאג.


וכן נהגו
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » מאנטאג יולי 03, 2017 10:35 am

מטעמים האט געשריבן:ותיקין מאן דכר שמי, פאר מיר וואלט עס געוועהן געהעריג חילול שבת ר״ל

:lol: :lol: :lol:
איזי

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מאנטאג יולי 03, 2017 10:55 am

יאך פיר זיך יא צו מאכן פרי שבת, און דער סעודה ענדיגט זיך נישט צופיל פריער היות די קינדער (און דער טאטע) זענען נאך אויף און אין די כלים.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג יולי 03, 2017 11:14 am

בערל קראקאווער האט געשריבן:נאך א זאך פארוואס זעה איך נישט קיין ערנסטע אידן, עס אויספאנבירן, און בכלל האב עך עס נישט געזעהן נישט ביים טאטן נישט ביים זיידן.

בערל קראקאווער האט געשריבן:איך ריר בכלל נישט צו די חלק ההלכה,
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » מאנטאג יולי 03, 2017 11:46 am

איז דא דער פלאץ אויסצושמיסען די ערב שבת מלחמה מיט יענקעלע, יא צו נישט גיין שלאפן, מיט די אלע הבטחות( וועסט קריגן אסאך גרעיפ זשאס...)?

די איבער געמידעטע מלכי און יאסי וואס האבן זיך פונקט געזעצט איינער נעבן די אנדערע (כ'האב שוין געזאגט א מיליון מאל, מלכי זיצט דא, און .........!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!)?

א קינדער געבענטשטע פאמיליע פארשטייט זייער גוט פארוואס דאס צו טון.

דיסקלעימער: איך קען נישט די נושא לגבי הלכה און השקפה.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מאנטאג יולי 03, 2017 11:52 am

סעודות שבת קומט מיט גדולים לכבוד השבת, ומכלל הן.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג יולי 03, 2017 11:55 am

בראשית ברא האט געשריבן:סעודות שבת קומט מיט גדולים לכבוד השבת, ומכלל הן.

יאפ דאס איינע פון די מעלות פון די שפעטע זומער סעודות
די שטוב האט מיר שוין כמה פעמים געבעטן אז איך זאל זיכער מאכן
די קליינווארג שלאפן בשעת די זומער ביינאכט סעודות
איי איי,-וועלט

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » מאנטאג יולי 03, 2017 12:05 pm

בראשית ברא האט געשריבן:סעודות שבת קומט מיט גדולים לכבוד השבת, ומכלל הן.

הייסט מ'דארף אויך אויסשמיסען די מלחמות ביים שלאפן לייגן... (וואס זאל איך שרייבן אין די מצוה צעטל :evil: ? מארגן וועסטו באקומען צוויי סלייסעס חלה, אין א דאבל פארשען קאטשעניו 8.) !)?

לענ"ד, אנלעס ס'איז פארהאנען א קלארע הוראה פון די פריעדיגע, קען מען נישט זאגן וויאזוי ס'קומט, יעדע משפחה איז אנדערש.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

אור
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג יולי 03, 2017 12:06 pm

איך וואלט ווען געדאווענט נאך שפעטער אויב קען מען..
כזעה נישט ווי די אינגעלייטלך יאגן זיך אזוי
ווילסט גיין שלאפן, לייג דיך אראפ נאכמיטאג

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יולי 03, 2017 12:10 pm

דא אין קאנטרי קומט מיר טאקע אויס צו דאווענען מנחה ביים זמן קבלת שבת, און מען ענדיגט מעריב ארום 50 מינוט בעפאר זמן רבינו תם.

למעשה ווארט איך אויס מיט קידוש ביז זמן רבינו תם, און איך ליין קריאת שמע בעפאר קידוש.

די מעלה איז, אז די קינדער זענען מער אויף דער וואך ביי די סעודה, וויבאלד מען מאכט קידוש ארום א שעה פריער ווי אין שטאט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג יולי 03, 2017 5:10 pm

איך מעג פרעגן?
איר זעהט נישט קיין שום חילוק אין די ווארימקייט אינעם דאווענען ביי די סארט מנינים?
(איך מיין נישט גארנישט איך פרעג נאר)
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובהדורך רחש לבי » מאנטאג יולי 03, 2017 5:18 pm

לכאורה האט געשריבן:דא אין קאנטרי קומט מיר טאקע אויס צו דאווענען מנחה ביים זמן קבלת שבת, און מען ענדיגט מעריב ארום 50 מינוט בעפאר זמן רבינו תם.

למעשה ווארט איך אויס מיט קידוש ביז זמן רבינו תם, און איך ליין קריאת שמע בעפאר קידוש.

די מעלה איז, אז די קינדער זענען מער אויף דער וואך ביי די סעודה, וויבאלד מען מאכט קידוש ארום א שעה פריער ווי אין שטאט.


נישט מער ווי 35 מינוט דאס גאנצע דאווענען?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג יולי 03, 2017 5:20 pm

נערישער אינגרמאן האט געשריבן:איז דא דער פלאץ אויסצושמיסען די ערב שבת מלחמה מיט יענקעלע, יא צו נישט גיין שלאפן, מיט די אלע הבטחות( וועסט קריגן אסאך גרעיפ זשאס...)?

די איבער געמידעטע מלכי און יאסי וואס האבן זיך פונקט געזעצט איינער נעבן די אנדערע (כ'האב שוין געזאגט א מיליון מאל, מלכי זיצט דא, און .........!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!)?

א קינדער געבענטשטע פאמיליע פארשטייט זייער גוט פארוואס דאס צו טון.

דיסקלעימער: איך קען נישט די נושא לגבי הלכה און השקפה.

גראדע איך פארשטיי נישט פארוואס דאס פעלט אויס.

מען דארף נישט געבן קיין הבטחות, אז א קינד וויל באמת זיין ביים סעודה, און ווייסט אז אויב שלאפט מען נישט נאכמיטאג, איז נישטא פון וואס צו רעדן, לייגט מען זיך אראפ שיינערהייט.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג יולי 03, 2017 5:45 pm

לכאורה האט געשריבן:דא אין קאנטרי קומט מיר טאקע אויס צו דאווענען מנחה ביים זמן קבלת שבת, און מען ענדיגט מעריב ארום 50 מינוט בעפאר זמן רבינו תם.

למעשה ווארט איך אויס מיט קידוש ביז זמן רבינו תם, און איך ליין קריאת שמע בעפאר קידוש.

די מעלה איז, אז די קינדער זענען מער אויף דער וואך ביי די סעודה, וויבאלד מען מאכט קידוש ארום א שעה פריער ווי אין שטאט.

אויב האט איר מקבל שבת געוועהן דאן קענט איר לכתחילה מאכן קידוש באלד נאכן דאווענען אפילו ווען ס'איז נאך געהעריג "מבעוד יום".
קרי"ש ברויך מען איבער ליינען ביינאכט. (וה"ה ספיה"ע)

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מאנטאג יולי 03, 2017 5:47 pm

שוין כא'געמיינט מ'רעדט דא פון א נייע באוועגנונג ווי א שטייגער די וואדסטאק באוועגונג

דאווענען ע"ש פרי ווערט שוין געברענגט אין חז"ל, מיר דאווענען פרי יעדע זיממער אין דע קאנטרי ס'איז זייער אנגענעם צו האבן דאס גאנצע געזינדל אויף ביז נאך ברהמ"ז

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג יולי 03, 2017 6:13 pm

מיין אפיניען.... כהאב נאך נישט,,, איך דאווען גראדע פרי צוליב א זייטיגע סבה ואכמ''ל וד''ל ודו''ק ודפח''ח וכו' וגו'
אייו זאך פארשטיי איך נישט פארוואס ווען מדאווענט פרי, מוז מען דאווענען שנעלער, פארקערט סאיז פרי האסטו נאך מער צייט, דאס האב איך נאך נישט אויסגעפיגערט,
נאך א זאך וואס איך וויל פארשטיין,,,,
פארוואס ביי די טראדיציאנאלע סאטמארע אידען, איז דאווענען פרי ערגער ווי די שלש חמורות,(כמיין שלש שבועות)
איינער מיט מער ידיעות אין דעם נושא קען אריין קומען??

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5610
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יולי 03, 2017 6:15 pm

איך בין א סאטמארער און איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז מען זאל נישט דאווענען פרי.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » מאנטאג יולי 03, 2017 6:18 pm

מיין טאטע האט נאך געהאט אזא געזעמל קליינווארג ווי אלע דא, און אונז האמיר אויכנישט געהאלטן ביים שלאפן נאכמיטאג אזוי גרינג, און ער פלעגט פירן לענגער ווי עווריזש סעודות פלאס וואס ס׳האט נאך גענומען א היבש ביסל פון נאכ׳ן דאווענען ביז׳ן אנהייבן די סעודה, פארט איז אים נישט פייגעבאלן צו מאכן אירלי שאבעס, טערעסאנט.

ס׳איז גאנץ קלאר אז די איינפיר בכלליות דא ביי אונזער עולם קומט אדאנק די היינטיגע באקוועם מאכן אידישקייט. לו יהא ס׳זאל טאקע בעסער זיין פאר די קינדער, לאמיר זיך נישט פאפן אז נישט ממש פאר דעם טוט מען עס. וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען אויב די מעשה וואלט געווען פארקערט, מאכן שבת אפאר שעה שפעטער וואלט געווען בעסער פאר די קינדער, צו די אלע וואלטן זיך אויך צוגעכאפט דערצו, אמער, וואס טוט מען נישט פאר די קינדער.

און אויב שוין יא אלס די קינדער, קלער איך אז פאר חינוך פון די קינדער איז סאך א וויכטיגערע אויפטו זיי צו ווייזן אז מ׳נישט משנה פון אמאל. די לימוד עט אים לכאורה אסאאאך מער צוניץ קומען אין לעבן ווי דאס אז ער וועט יא זיין אויסגערוהט ביי די סעודה און ער וועט יא שיין נאכבאמבענען די תורה וואס די קאפי מיסטער האט ארייגעשטעלט אין דעי וואכעדיגע קונטרס, אויף די פעיזש צווישן די ניגון פון די וואך און די וועג צו העלפן נח אנקומען צו די תיבה.

יא, הלכה׳דיג מעג מען און ס׳שווער צו פינפויטן אז ס׳איז עפעס ראנג דערמיט, אבער ווי שיין איז אז מ׳קען זיך האלטן צו א מסורה אפילו אויף אזעלכע קלייניגקייטן.
לעצט פאראכטן דורך בּרזל אום דינסטאג יולי 04, 2017 6:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מאנטאג יולי 03, 2017 6:19 pm

סארקאזי האט געשריבן:נאך א זאך וואס איך וויל פארשטיין,,,,
פארוואס ביי די טראדיציאנאלע סאטמארע אידען, איז דאווענען פרי ערגער ווי די שלש חמורות,(כמיין שלש שבועות)
איינער מיט מער ידיעות אין דעם נושא קען אריין קומען??

ווייל דער סאטמארער רבי זי"ע האט זייער מקפיד געווען נישט צו דאווענען מעריב פאר 72 אפילו שבת, און זיכער נישט פאר די 60

צווייטענס איז עס אין כלל פון משנה זיין וואס איז זייער הארב ביי די טראדישענעל סאטמאר

קענסט מחולק זיין מיט זיי, און טו וואס אייך געפעלט, אבער דאס איז די סיבה פארוואס ס'איז הארב ביי זיי,

בד"וו ס'איז נישט הארבער ווי די שלש חמורות (שבועות), האסט זיכער געמיינט א גוזמא....
זוכט איר דוי?

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מאנטאג יולי 03, 2017 6:20 pm

ברזל

פיין געזאגט!
זוכט איר דוי?

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » מאנטאג יולי 03, 2017 6:21 pm

מטעמים האט געשריבן:איך בין א סאטמארער און איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז מען זאל נישט דאווענען פרי.

אינטערעסאט אז איך אלס סאטמארער האב קיינמאל נישט געהערט מ׳זאל יא דאוועען פרי...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יולי 03, 2017 6:24 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:דא אין קאנטרי קומט מיר טאקע אויס צו דאווענען מנחה ביים זמן קבלת שבת, און מען ענדיגט מעריב ארום 50 מינוט בעפאר זמן רבינו תם.

למעשה ווארט איך אויס מיט קידוש ביז זמן רבינו תם, און איך ליין קריאת שמע בעפאר קידוש.

די מעלה איז, אז די קינדער זענען מער אויף דער וואך ביי די סעודה, וויבאלד מען מאכט קידוש ארום א שעה פריער ווי אין שטאט.

אויב האט איר מקבל שבת געוועהן דאן קענט איר לכתחילה מאכן קידוש באלד נאכן דאווענען אפילו ווען ס'איז נאך געהעריג "מבעוד יום".
קרי"ש ברויך מען איבער ליינען ביינאכט. (וה"ה ספיה"ע)

וויבאלד איך האב נישט קיין שומר צו דערמאנען איבערליינען קריאת שמע, ווארט איך אויס מיט קידוש ביזן צאת.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעל דמיון, הויעך און 25 געסט