פרייזן פון מגיה זיין / איבערארבעטן שרייב ארבעט

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

פרייזן פון מגיה זיין / איבערארבעטן שרייב ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

איך וויל וויסן ארום וויפיל דרייען זיך די פרייזן פון מגיה זיין און איבערארבעטן א ביכל.

איך טוה עס שוין יארן לאנג, איך בין שוין אויך אביסל ארויף מיט מיינע פרייזן, איך וויל וויסן צי איך מעג ארויפגיין מער.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

וויפיל בעטסטו יעצט / וויפיל ווילסטו בעטן (כ'דארף וויסן וואו איך שטיי אויף דער וועלט...)
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

עווערעזש איז דאכט זיך 35 פער פייל. עס איז דא ביליגער און עס איז דא טייערער.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

איסר האטלקי האט געשריבן:עווערעזש איז דאכט זיך 35 פער פייל. עס איז דא ביליגער און עס איז דא טייערער.

וואס מיינט עס פער פייל?

ביז היינט בין איך ביי מגיה זיין און איבערארבעטן געגאנגען פער שעה, שרייבן בין איך געגאנגען לויט קערעקטערס געוואנדן לויט דיטאלאנט וואס דער סארט שרייבן פאדערט, א פאם, פלעג, א לשון קודש בריוו, א המלצה, טייטשן פון אידיש אויף לשון קודש, פון לשון קודש צו אידיש, א.א.וו.
אם לא עכשיו אימתי
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

ארום 1200 קערעקטערס
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

איסר האטלקי האט געשריבן:ארום 1200 קערעקטערס

איך גלייב אז דו מיינסט 12000

וויל זיין גוט האט געשריבן:

ביזט א גוטער מגיה, מעגסט שוין ארויפגיין מיט די פרייז....
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

געווענליך גייט לויט די שעה. בערך 35 פער שעה

(אגב ווי איך ווייס איז 10000 קערעקטארס א פייל)
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

די וואס זיי טויגן צו שיפור הלשון (בפרט לשה"ק) לאזן זיך קאסטן אסאך אסאך מער פער שעה...

אויב איר שפירט מענטשן זענען צופרידן קענט איר רואיג ארויפגיין
יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

הכנעה האט געשריבן:די וואס זיי טויגן צו שיפור הלשון (בפרט לשה"ק) לאזן זיך קאסטן אסאך אסאך מער פער שעה...

שיפור הלשון אין לשון הקודש איז נישט ווי אידיש, עס איז געווענליך א שרייבן ארבעט נישט הגהה.
די פרייז דערפאר איז כמעט דאפלט, וויבאלד רוב ארבעט זענען ניטאמאל געהעריג געשריבן, נאר ראשי פרקים.
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

יאיר גאלד האט געשריבן:

סאיז א נקודה, אבער טאקע פארדעם דארף מען גאר גוט טויגן, און עס איז טאקע דא זייער ווייניג, און די וואס טוען עס נישט אזוי פערפעקט קען מען טרעפן מיין איך פאר די זעלבע פרייז ווי אידיש.
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

וויל זיין גוט האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:עווערעזש איז דאכט זיך 35 פער פייל. עס איז דא ביליגער און עס איז דא טייערער.

וואס מיינט עס פער פייל?

ביז היינט בין איך ביי מגיה זיין און איבערארבעטן געגאנגען פער שעה, שרייבן בין איך געגאנגען לויט קערעקטערס געוואנדן לויט דיטאלאנט וואס דער סארט שרייבן פאדערט, א פאם, פלעג, א לשון קודש בריוו, א המלצה, טייטשן פון אידיש אויף לשון קודש, פון לשון קודש צו אידיש, א.א.וו.

אויב דארפט איר אויפטייפן א פרישע זאך ווי איר זאגט דא דעמאלס איז די פרייז פער פייל (10,000 קערעקטארס-נישט 12) 35 די מינומום...(אויב ער טויג פארשטייט זיך) און די וואס טויגן גאר גוט בעטן סאך סאך מער...
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

הכנעה האט געשריבן:
יאיר גאלד האט געשריבן:
הכנעה האט געשריבן:די וואס זיי טויגן צו שיפור הלשון (בפרט לשה"ק) לאזן זיך קאסטן אסאך אסאך מער פער שעה...

אויב איר שפירט מענטשן זענען צופרידן קענט איר רואיג ארויפגיין

שיפור הלשון אין לשון הקודש איז נישט ווי אידיש, עס איז געווענליך א שרייבן ארבעט נישט הגהה.
די פרייז דערפאר איז כמעט דאפלט, וויבאלד רוב ארבעט זענען ניטאמאל געהעריג געשריבן, נאר ראשי פרקים.

סאיז א נקודה, אבער טאקע פארדעם דארף מען גאר גוט טויגן, און עס איז טאקע דא זייער ווייניג, און די וואס טוען עס נישט אזוי פערפעקט קען מען טרעפן מיין איך פאר די זעלבע פרייז ווי אידיש.

די פראבלעם איז אבער, אז רוב קאסטומערס ווייסן נישט וויאזוי צו אפשאצן א חילוק פון א פערפעקטע ארבעט ביז נישט, און פיל מאל וועלן זיי זיך וואונדערן אויף די פרייז.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

ווייס איך איינעם וואס זאגט פארן קאסטומער איך וועל דיר מאכן א בלאט, און איך האב איינעם פאר העלפט פרייז וואס וועט עס אויך מאכן, און דו קענסט וועלן וועלכע דו דארפסט...
יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

הכנעה האט געשריבן:ווייס איך איינעם וואס זאגט פארן קאסטומער איך וועל דיר מאכן א בלאט, און איך האב איינעם פאר העלפט פרייז וואס וועט עס אויך מאכן, און דו קענסט וועלן וועלכע דו דארפסט...

איינער האט מיר גערופן נישט לאנג צוריק פאר א שטיקל נוסח, א מזל טוב אויפצוהענגען פארן ראש הקהל אין בית מדרש. ער האט געוואלט גיין ביליג, אבער איך האב געוואוסט אז ער פארשטייט אביסל און איך קען קוועטשן פון אים...

איך האב אים געמאכט א צעטל אזאנס און אזעלכעס, יענער האט נישט געהאט אזעלכע גרויסע השגות אבער א מבין איז ער געווען, איך האב אים עס געוויזן און געפרעגט אויב עס געפעלט אים, ער האט שטייצעך געזאגט א גרויסע יא. איך האב אים געזאגט דאס איז ווערד 80 דאלער, אבער איך קען דיר מאכן א נייע וואס איז נאר וווערד 30... ער האט עס געכאפט מיט אלע זעקס און באצאלט דערפאר כסף מלא...
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

[quote="לכאורה"]וויפיל בעטסטו יעצט / וויפיל ווילסטו בעטן (כ'
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

יאיר גאלד האט געשריבן:
הכנעה האט געשריבן:ווייס איך איינעם וואס זאגט פארן קאסטומער איך וועל דיר מאכן א בלאט, און איך האב איינעם פאר העלפט פרייז וואס וועט עס אויך מאכן, און דו קענסט וועלן וועלכע דו דארפסט...

איינער האט מיר גערופן נישט לאנג צוריק פאר א שטיקל נוסח, א מזל טוב אויפצוהענגען פארן ראש הקהל אין בית מדרש. ער האט געוואלט גיין ביליג, אבער איך האב געוואוסט אז ער פארשטייט אביסל און איך קען קוועטשן פון אים...

איך האב אים געמאכט א צעטל אזאנס און אזעלכעס, יענער האט נישט געהאט אזעלכע גרויסע השגות אבער א מבין איז ער געווען, איך האב אים עס געוויזן און געפרעגט אויב עס געפעלט אים, ער האט שטייצעך געזאגט א גרויסע יא. איך האב אים געזאגט דאס איז ווערד 80 דאלער, אבער איך קען דיר מאכן א נייע וואס איז נאר וווערד 30... ער האט עס געכאפט מיט אלע זעקס און באצאלט דערפאר כסף מלא...

אויב איז עס טאקע "אזאנס און אזעלכעס", דאן איז 80 דאלער גאנץ ווייניג באצאלט.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

שרייב ארבעט איז פיל טייערער ווי דו רעכנסט

35 דאללער א שעה איז די ביליגסטע פרייז אויפן אמעריקאנעם מארקעט פאר איינעם וואס טויג

אויב דו שפירסט אז מען איז צופרידן מיט דיר, קענסטו רואיג ארויפגיין צו פערציג און אפילו מער.

לשה"ק קען מען באקומען אין ארץ ישראל פאר ביליג, אידיש איז שווערער צו באקומען גוטע שרייבער'ס.

דאס איז אלץ ווען מען רעדט פון הג"ה ושיפור הלשון.

א פרישע שרייב ארבעט, איז דער פרייז שוין עטליכע יאר צוריק געווען בערך 150 דאללער און ארויף פער פייל (אבער דאס איז נאר אויב דו טויגסט טאקע), למעשה איינער וואס טויג באמת, גיט אוועק אפאר שעה פער פייל. ממילא עס איז נישט זייער אסאך מער ווי 35 דאללער א שעה, און דער וואס טויג גאר גוט און מאכט עס פיל שנעלער, יענע רעכענען 65 אדער 75 דאללער א שעה.
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

אומאפיציעל האט געשריבן:לשה"ק קען מען באקומען אין ארץ ישראל פאר ביליג.

איך גלייב אז אויב מנוצט אר"י אידן צו שרייבן לשה"ק איז עס נישט די זעלבע סגנון ווי אידן אין חו"ל, מקען דערקענען אז סאיז מער מאדערניזט די שפראך. נישט אזוי?
יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

ווערעצקי האט געשריבן:
יאיר גאלד האט געשריבן:
הכנעה האט געשריבן:ווייס איך איינעם וואס זאגט פארן קאסטומער איך וועל דיר מאכן א בלאט, און איך האב איינעם פאר העלפט פרייז וואס וועט עס אויך מאכן, און דו קענסט וועלן וועלכע דו דארפסט...

איינער האט מיר גערופן נישט לאנג צוריק פאר א שטיקל נוסח, א מזל טוב אויפצוהענגען פארן ראש הקהל אין בית מדרש. ער האט געוואלט גיין ביליג, אבער איך האב געוואוסט אז ער פארשטייט אביסל און איך קען קוועטשן פון אים...

איך האב אים געמאכט א צעטל אזאנס און אזעלכעס, יענער האט נישט געהאט אזעלכע גרויסע השגות אבער א מבין איז ער געווען, איך האב אים עס געוויזן און געפרעגט אויב עס געפעלט אים, ער האט שטייצעך געזאגט א גרויסע יא. איך האב אים געזאגט דאס איז ווערד 80 דאלער, אבער איך קען דיר מאכן א נייע וואס איז נאר וווערד 30... ער האט עס געכאפט מיט אלע זעקס און באצאלט דערפאר כסף מלא...

אויב איז עס טאקע "אזאנס און אזעלכעס", דאן איז 80 דאלער גאנץ ווייניג באצאלט.

אמת, אבער עס האט מיך גענומען בלויז א שעה צו שרייבן, איך האב נישט געדארפט דערפאר מער.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

א דאנק פאר אלע מגיבים סיי אין דעם אשכול און סיי באישי, איך בין פיל קלארער געווארן וואו איך האלט אויף דער וועלט
אם לא עכשיו אימתי
יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

וויל זיין גוט האט געשריבן:א דאנק פאר אלע מגיבים סיי אין דעם אשכול און סיי באישי, איך בין פיל קלארער געווארן וואו איך האלט אויף דער וועלט

יעצט אבער ווייס איך שוין נישט וואו איך שטיי אויף דער וועלט. קומענדיגע מאל ווען איך וועל דיר בעטן א הגהה אויף מיינס א שרייבעריי, וועסטו מיר אויסטון די הויזן....
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

יאיר גאלד האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:א דאנק פאר אלע מגיבים סיי אין דעם אשכול און סיי באישי, איך בין פיל קלארער געווארן וואו איך האלט אויף דער וועלט

יעצט אבער ווייס איך שוין נישט וואו איך שטיי אויף דער וועלט. קומענדיגע מאל ווען איך וועל דיר בעטן א הגהה אויף מיינס א שרייבעריי, וועסטו מיר אויסטון די הויזן....

קודם לאמיר זעהן אז דו בעטסט מיר, נאכדעם ווייס איך נישט וויפיל דיין הויזן איז ווערד, און תכלית, פאר וועמען מיין ארבעט איז נישט ווערד, זאל נישט באצאלן, נאר נעמען א צווייטן.

איך ווייס פון א גרויסער מגיה, וואס פיל פון זיינע הגהות זענען זייער ריכטיג און וויכטיג, אבער אין רוב פעלער פארשטייען מענטשן נישט וואס דער פראבלעם איז, פאר וואס מען מוז עס מגיה זיין, און זיי רעגן זיך פאר וואס ער קוועטשט אויס זייער געלט.

לדוגמא, אם הניח על שולחן זו את אבנים, אסור לטלטל שולחנו עד שיורידם האבנים.

דארף ווערן געטוישט צו: אם הניח על שולחן זה (שולחן איז א זכר ווי עס ווערט געשריבן אין תורה וכו') אבנים (את קומט נאר אויב וויל מען שרייבן האבנים, ווען עס איז בהא הידיעה).

שולחנו קומט אויך ענדערש לכאורה את השולחן וויבאלד עס איז נישט קיין נפקא מינא צי עס איז זיינע אדער א צווייטנס, אבער דאס 'מוז' שוין נישט ווערן געטוישט, עד שיוריד און נישט עד שיורידם, אבער א פשוט'ער בעל הבית וועט אינגאנצן נישט פארשטיין וואס איז דא דער פראבלעם.
אם לא עכשיו אימתי
יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

איך ווואלט געשריבן אם הניח אבנים על השולחן, אסור לטלטלו עד שיוריד האבנים.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

הניח אבנים על שלחן אסור לטלטלו עד שיורידם
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”