רבי אברהם 'ן עזרא - אבן עזרא, א' אדר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

רבי אברהם 'ן עזרא - אבן עזרא, א' אדר

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך מארטש 22, 2017 3:11 pm

קיין אשכול דערווייל נאך נישט דא, אבער איידער מ'וועט נעמען די מיה און שרייבן איבערן הייליגן אבן עזרא זי"ע, וועט מען קודם אנהויבן מיט דעם 'תגלית' בנוגע דאס געפונען א קבר אין אור-אלטע ביה"ח אין צפת, וואס מ'וויל זאגן אז שם מקום קבורתו.

קיין קלארקייט דערין איז לכאו' נאך נישט דא, אבער אזוי גיבן איבער פארשידענע נייעס קוועלער:
תגלית יהודית מדהימה בצפת: נחשף קברו של ר' אבן עזרא, מחכמי ספרד החשובים בהיסטוריה היהודית שמקום קבורתו לא היה ידוע

אין ויקיפדיה - בנוגע מקום קבורתו - ליינט זיך אזוי :
יש מסורת שאבן עזרא הגיע גם לארץ ישראל בנדודיו. אך מסורה זו חסרה מקורות.

בשנת ד'תתקי"ח (1158) שהה אבן עזרא בלונדון שבאנגליה, אך מעט מאד ידוע על שהות זו. בשנת ד'תתקכ"א (1161) חזר אבן עזרא לנרבונה שבצרפת, ומאז קשה לשחזר את קורותיו.

ראב"ע נפטר בא' באדר א' ד'תתקכ"ד (27 בינואר 1164) או בד' תתקכ"ז (23 בינואר 1167), בשנת 75 לחייו. מקום פטירתו אינו ידוע. הייתה סברה כי הוא נפטר בקלהורה שבספרד, אך סברה זו הופרכה. יש הטוענים כי הוא נפטר ברומא, על פי השיר לדור דורים, שבו כתב בפירוש כי שהה ברומי בשנתו האחרונה. בסוף השיר מופיעה רק השנה בה נפטר, וייתכן כי שם המקום בו נפטר לא נכתב מכיוון שהוא מוזכר בשיר.

יש הטוענים שנפטר בארץ ישראל, על פי דברי צפנת פענח לעיל ועל פי טקסט שכתב ממנו עולה כי שהה בארץ ישראל: "ראיתי ספרים שבדקום חכמי טבריה ונשבעו חמישה עשר מזקניהם ששולש פעמים הסתכלו כל מילה וכל נקודה...". כמו כן אבן עזרא כתב בשיר אחר "...השואל לצאת אל אדמתך". לדעת נפתלי בן מנחם, "אדמתך" היא ארץ ישראל, וסביר כי הצליח להגיע לשם.

לפי דעה אחרת נפטר באנגליה, על פי דברי בן דורו רבי משה בן חסדאי שכתב: "...מבני אינגלאנט ששם מת בניהם". נראה שרבי משה קיבל את המידע מאותם אנשים שנתנו לו את כתביו של אבן עזרא והם אף פגשו אותו.

המקור הכתוב המקורב ביותר למותו שנמצא בידינו נמצא בכתב יד בספריה הלאומית בווינה ושם הוסף בסוף פירושו לשמות:
"וביום שני בר"ח אדר ראשון שנת ד' תתקכ"ז (או תתכ"ג) נפטר אבן עזרא והוא בן ע"ה וכתב סימן לעצמו בשנת פטירתו כתיבת ידו: ואברהם בן חמש ושבעים שנה בצאתו מחרון אף העולם".
נראה שכותב טקסט זה אכן הכיר את אבן עזרא, אך לא ידוע באיזה מקום נכתב.

ישנה מסורת כי אבן עזרא קבור ביישוב כאבול שבגליל ושם אף נמצא ציון קבר, אך אין כל עדות לכך שהוא קבור שם.

במרץ 2017 נמצא קבר בבית העלמין העתיק של צפת ועליו מצבה בה נכתב "הציון של הישיש, החכם הרופא אברהם אבן עזרא".
צוגעלייגטע
IMG_20170322_192931.jpg
לחיים ולברכה!

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך מארטש 22, 2017 3:17 pm

אט איז עטליכע קורצע שטריכן איבער דער הייליגער אבן עזרא:

זיין פאטער

אין די זעלבע תקופה וואס דער ר"י הלוי האט געפירט א דערהויבענעם לעבן אין טאלעדא און שפעטער אין לוסיינע, איז געווען אין גראנאדע ר' משה אבן עזרא, וואס איז געבוירן געווארן צו רייכע עלטערן. זיין מזל איז אבער געווען היבש פארנעפלט, ווען ער איז פארוואנדלט געווארן אין א בלוטיגער ארעמאן, און איז געווען געצווינגען צו וואנדערן.

דאס ביסל וואס ער האט יא געהאט צום לעבן איז געקומען מיט'ן פארקויפן בלית ברירה זיינע הייליגע פיוטים, וואס א טייל פון זיי זענען היינט געדרוקט אין ספרד'ישע מחזורים. ער האט ארויסגעגעבן א ספר מיט'ן נאמען "תרשיש", וואס אנטהאלט פיוטים, אין צאל פון די גימטריא 'תרשיש', דאס איז טויזענט-צוויי-הונדערט-מיט-צען פיוטים.

ר' משה איז אבער נישט געווען אזוי באקאנט ווי ר' אברהם אבן עזרא. ר' אברהם איז געבוירן געווארן בשנת ד"א תתנ"ב אינעם קריסטליכער שפאניע, און געוואוינט אינעם אראבישן שפאניע א שטיק צייט, ביז ווען דאס אויסגעשארפטער אכזריות'דיגער שווערד פון די אלמוחאדין האט זיך דערנענטערט צו זיין ריכטונג, און ער איז געווען געצווינגען צו פארלאזן דאס פלאץ אין איילעניש.

דער אבן עזרא

דער אבן עזרא האט ארומגעוואנדערט א וועלט. אויף אים האט דער פסוק געזאגט 'לא לחכמים לחם', זיין לעבנ'ס ביאגראפיע איז גאר א רייכע און שטורעמישע, פול מיט ליידן און מיטמאכענישן פון א גדול בישראל. גולה אחר גולה איז דער וועלט-באלייכטער געגאנגען געקליידעט אפגעריסן און אפגעשליסן, וואס האט געפירט צו בזיונות און חרפות, ווען דער ספר תורה איז שרוי בצער.

ער איז געווען אין מצרים, מעגליך ארץ ישראל און בבל אויך (עס זענען פארהאנען היסטאריקער מיט האלב-פארנעפלטע באווייזן איבער דעם, אבער מיר וועלן דאס נישט בארירן, נאכדעם וואס אונזער מאמר איז נישט געאייגנט צו אנאליזירן היסטאריע-דעטאלן) פון דארט איז דער אבן עזרא פארוואגלט געווארן קיין איטאליע, וואו ער איז געווען ארום צען יאר, און דאס לאנד האט זוכה געווען צו דינען אלס גאסטגעבער.

פון איטאליע איז דער אבן עזרא אנגעקומען קיין פראווינצע, אין דרום-פראנקרייך, שפעטער אריבער געשפרייזט צו צפון-פראנקרייך וואו ער האט זיך באקענט מיט'ן מאור הגדול, ר' יעקב ב"ר מאיר תם, באקאנט אלס איינער פון די גרעסטע בעלי התוספות, רבינו תם. אבער דערמיט האט זיך עס נאכנישט געשלאסן.

נאכ'ן באזוכן אין לאנדאן און פארברענגען אין תורה מיט די חכמי אנגליה, איז ער צוריק דעם גאנצן וועג, פראנקרייך, איטאליע, א.א.וו. ביז ווען ער איז אנגעקומען קיין שפאניע, וואו ער איז נפטר געווארן בשיבה טובה אין א קליין שעטעלע אויפ'ן גרעניץ פון ארגאן, אין יאר ד"א תתקכ"ז.

א רעוואלוציע אינעם 'דקדוק' פעלד


זיין אויסערגעווענליכער ידענות איז געווען עפעס א זעלטנהייט. דורך זיינע ווערק זענען די חכמי איטאליע און פראנקרייך קלארער געווארן די ספרי דקדוק, און פארשידענע פירושים אויף נ"ך וואס זענען געשריבן געווארן אויפ'ן אראבישן שפראך, און די אויבנדערמאנטע האבן דאס נישט פארשטאנען.

דער אבן עזרא זעלבסט האט איבערגעזעצט א טייל פון די ספרים וואס איז געשריבן געווארן דורכן בעל מדקדק 'חיודש'. לכבוד דעם ארבעט זענען די איטאליענער און פראנצויזישע חכמים געוואויר געווארן א נייער מהלך און שיטה, אז דער שורש פון יעדעס ווארט אין לשה"ק איז באזירט אויף דריי אותיות, וואס האט אנגעמאכט א מהפיכה אינעם עולם התורה.

אבער אין זיין אייגענעם פירוש אויף נ"ך, האט דער אבן עזרא אויסגעפלאסטערט א פרישער דרך הלימוד. אן צו פוגע זיין אין די כבוד פון די פריערדיגע מפרשים, פרובירט ער צו טרעפן דעם פשט אין פסוק דורך דקדוק, און אזוי טייטשט ער די ווערטער. (עס איז לכאורה שווער פאר די חשוב'ע ליינער צו פארשטיין די חילוקים אין דקדוק, נאכדעם וואס ארטאדאקסישע אידן האבן דאס נישט געלערנט, ווייל דקדוק איז געווען א מאסקע וואס די פארשאלטענע משכילים ימ"ש האבן גענוצט צו אויסשפרייטן פאסטקעס פאר נאאיווע אידן. אבער מ'דארף וויסן אז אמאל איז דאס געווען פון די גרעסטע סוגיות.)

פון צווייטן זייט, ווען עס איז געקומען צו די אזוי-גערופענע 'חיבורים' וואס קראים האבן געשריבן, . (קראים איז געווען א פראקציע פון פריקות'דיגע אידן וואס האבן רח"ל געלייקנט אין תורה שבע"פ און אין יעדן דבר שבקדושה) שוינט זיי דער אבן עזרא נישט אפ, נאר שניידט אריין אין זיי מיט זיין שארפן פעדער, ווי מ'טרעפט פון מאל צו מאל. ביז היינט זענען די טייטשן פונעם אבן עזרא זייער קלאר און מער פשוט'ער לגבי אנדערע פירושים, וואס אלו ואלו דברי אלוקים חיים.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך מארטש 22, 2017 3:28 pm

נאך א בילד פונעם נארוואס אנדעקטע מציבה אינעם אלטן ביה"ח אין צפת:

IMG-20170322-WA0050.jpg

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » מיטוואך מארטש 22, 2017 3:33 pm

שכח נחמן נתן פאר די אינטערעסאנטע התגלות,

די אותיות אויף די אנדעקטע מציבה קוקן נישט אויס צו זיין צו זיין היבש לויט די היינטיגע סטייל?

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » מיטוואך מארטש 22, 2017 3:39 pm

זעה איך דא אז מה דאבעי' לי' לרב נחמן נתן איז פשיטא לי' לרב שמעלקא אז דער אבן עזרא איז גאר נפטר געווארן אין א קליין שעטעלע אויפ'ן גרעניץ פון ארגאן, אין יאר ד"א תתקכ"ז. דארף מען וויסן דעם מקור צו דעם.

ר' שמעלקא, וואס איז די אנהייב פון דיין ארטיקעל איבער דעם ר"י הלוי? (איז ער געווען דער שווער פונם אבן עזרא?) ס'שטייט ערגעץ אז ער איז ארומגעגאנגען אפגעריסן און אפגעשליסן? (ס'איז באוויסט אז ער איז געווען א גרויסער ארימאן, ס'איז דא פארשידענע ווערטלעך איבער דעם מיוחס להאבן עזרא, אבער דאס אפגעריסן און אפגעשליסן האט א מקור?)

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » מיטוואך מארטש 22, 2017 3:41 pm

צ''ל ן'

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך מארטש 22, 2017 3:42 pm

א גרויסן יישר כח פאר ר' שמעלקא זאפטיגער (נישט די אריגינעלע שמעלקא..), פארן נעמען די מיה און שרייבן שטריכן לדמותו פונעם הייליגן אבן עזרא. זייער גוט אראפגעלייגט.

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:שכח נחמן נתן פאר די אינטערעסאנטע התגלות,

די אותיות אויף די אנדעקטע מציבה קוקן נישט אויס צו זיין צו זיין היבש לויט די היינטיגע סטייל?


אני כשלעצמי בין איך אודאי היבש סקעפטיש בנוגע דעם געפונס, ווי כ'האב געשריבן אין אנהויב, אז מ'וויל זאגן אז דאס איז מקום קבורתו.
לחיים ולברכה!

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מארטש 22, 2017 3:55 pm

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:שכח נחמן נתן פאר די אינטערעסאנטע התגלות,

די אותיות אויף די אנדעקטע מציבה קוקן נישט אויס צו זיין צו זיין היבש לויט די היינטיגע סטייל?

די אותיות איז אפשר גאר די גרעסטע באווייז אז ס'איז פון דעמאלטס, ס'קוקט אויס ווי די צורת האותיות וואס מ'פלעגט אמאל שרייבן ספרי תורה, אזוי ווי פילע ספרים פון די קאירא גניזה, בדומה צו די קורן פונט וואס איז נאכגעמאכט די אלטע ספרי תורה
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » מיטוואך מארטש 22, 2017 3:58 pm

באטראכטענדיג יעצט דעם בילד, די 'צ' ציון קוקט אויס אביסל ווי ס'האלט זיך די שפוץ אין די לופט, עפעס א ווארט אדער אותיות פעלן לכאורה ביי דעם אפגעבראכענעם שטיקל שטיין (אפשר איז די ערשטע ווארט הציון?)

וואס איך קען יא ארויסלייענען איז

ציון הלז
של הישיש
החכם הרופא
המובהק בר אברהם
ן עזרא נ"ע

די אותיות קוקן שוין אויס צו זיין אביסל פריש איבערגעפעינט אדער אפגעפארבט שווארץ, עכ"פ די ערשטע פאר שורות,

קודם כל, וואס מיינט דאס המובהק 'בר' ??

איז 'הישיש' א ווארט וואס מ'פלעגט נוצן אין יענע תקופה אויף מציבות פון עלטערע יודן?

איז נישט אינטערעסאנט אז די די ערשטע 2 שורות זענען אזעלכע שיינע קלארע אותיות און די נאמען (די וויכטיגסטע לכאורה) איז אסאך קלענער און ווייניגער שארף?

פלעגט מען שוין דעמאלסט שרייבן ביי א ר"ת צוויי גענזען שטרעכלעך ווי ס'איז ביי 'נ"ע'?

אדרבא יבואו היודעים והחוקרים און עס אביסל אויסקלארן.

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך מארטש 22, 2017 4:00 pm

אין ספר רבי אברהם בן עזרא געפינט זיך לאנגע חקירות אין דעם נושא.
Definition of perfect: as good as it is possible to be

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מארטש 22, 2017 4:06 pm

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:וואס איך קען יא ארויסלייענען איז

ציון הלז
של הישיש
החכם הרופא
המובהק בר אברהם
ן עזרא נ"ע


קודם כל, וואס מיינט דאס המובהק 'בר' ??

איז 'הישיש' א ווארט וואס מ'פלעגט נוצן אין יענע תקופה אויף מציבות פון עלטערע יודן?

איז נישט אינטערעסאנט אז די די ערשטע 2 שורות זענען אזעלכע שיינע קלארע אותיות און די נאמען (די וויכטיגסטע לכאורה) איז אסאך קלענער און ווייניגער שארף?

פלעגט מען שוין דעמאלסט שרייבן ביי א ר"ת צוויי גענזען שטרעכלעך ווי ס'איז ביי 'נ"ע'?

אדרבא יבואו היודעים והחוקרים און עס אביסל אויסקלארן.


ס'נישט "בר" נאר "כר" וואס מאכט "כבוד רבי" אזוי ווי ס'געווען די מנהג צו שרייבן דעמאלטס אזוי.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך מארטש 22, 2017 4:25 pm

נחמן נתן האט געשריבן:המקור הכתוב המקורב ביותר למותו שנמצא בידינו נמצא בכתב יד בספריה הלאומית בווינה ושם הוסף בסוף פירושו לשמות:
"וביום שני בר"ח אדר ראשון שנת ד' תתקכ"ז (או תתכ"ג) נפטר אבן עזרא והוא בן ע"ה וכתב סימן לעצמו בשנת פטירתו כתיבת ידו: ואברהם בן חמש ושבעים שנה בצאתו מחרון אף העולם".

שנת ד' תתכ"ג איז געווען פשוטה.
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך מארטש 22, 2017 4:39 pm

אין תשו' מהרלב"ח איז פארהאן עטליכע אברהם ן' עזרא'ס, אין סי' צ"ג ווערט דערמאנט החכם המעולה כה"ר אברהם ן' עזרא הרופא. און דאס איז אין שנת ה'רצ"ז אין צפת.

דער געפונענער מצבה איז לכאורה פון יענעם אברהם ן' עזרא.
Definition of perfect: as good as it is possible to be

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך מארטש 22, 2017 4:49 pm

משנכנס אדר מרבין בשמחה..
לחיים ולברכה!

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך מארטש 22, 2017 4:59 pm

בתוך הדברים
צוגעלייגטע
123.png
123.png (32.52 KiB) געזעהן 3252 מאל
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מיטוואך מארטש 22, 2017 4:59 pm

כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך מארטש 22, 2017 5:03 pm

נחמן נתן האט געשריבן:משנכנס אדר מרבין בשמחה..

נחמן נתן איז דא צו וועם צו רעדן??
Definition of perfect: as good as it is possible to be

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך מארטש 22, 2017 6:18 pm

אין ארץ ישראל האט מען ליב (כדרכם) צו מאכן 'חשיפות' 'תגליות' וכדו', דעריבער וועלן זיי נישט אננעמען קודם עפעס אנדערש, נאר ביז ווילאנג אלע וועלן רעדן פון דעם תגלית, און ס'וועט ווערן אויסגעדראשן, דאן איז צום האפן אז מ'וועט אראפקריכן פונעם בוים, און זאגן: 'מענטשן ווילן עס אוועקמאכן, דעריבער זאגן זיי אז ס'איז א צווייטער'...
לחיים ולברכה!

מירונער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 1:10 am

תגובהדורך מירונער » מיטוואך מארטש 22, 2017 6:46 pm

לויט מיין השערה איז עס מסתמא נישט פונעם באקאנטן ראשון דער אבן עזרא, ווייל מ'געפינט נישט דארט קיין שום מציבה פון יענע תקופה. בעיקר זענען דא דארט קברים פון תקופת תנאים וואס זענען נתגלה געווארן דורכן אריה"ק ז"ל אדער קברים אנגעפאנגען אומגעפער פון דורו של האר"י און שפעטער.
אסאך קברים וואס מ'ווייזט יא אן אז דאס זענען פון די תקופת הראשונים זענען כמעט זיכער נישט קראנט, כדוגמת דעם קבר פון רבינו בחיי, (און דאס זעלבע די דערנעבנדיגע מערה פון חנה ושבעה בני') וואס קוקט נישט אויס קיין זיכערע זאך. עס איז טאקע מער מסתבר אז ס'איז פון א שפעטערדיגער חכם, גאר מעגליך ווי מ'האט דא אויפגעברענגט דער אברהם ן' עזרא הרופא וואס האט געלעבט ממש אין יענע תקופה, אביסל פאר'ן אר"י הק'

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך מארטש 22, 2017 7:02 pm

זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מארטש 22, 2017 8:01 pm

פערפעקט האט געשריבן:אין תשו' מהרלב"ח איז פארהאן עטליכע אברהם ן' עזרא'ס, אין סי' צ"ג ווערט דערמאנט החכם המעולה כה"ר אברהם ן' עזרא הרופא. און דאס איז אין שנת ה'רצ"ז אין צפת.

דער געפונענער מצבה איז לכאורה פון יענעם אברהם ן' עזרא.

א שיינער געפונס.

מסתבר אז ס'איז דער רופא.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך מארטש 22, 2017 8:28 pm

שו"ת רדב"ז חלק ד' סי' נ"ו (אלף קכח):

20170323_022926_532x800.jpg

איז דאס דער זעלבער מענטש?

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך מארטש 22, 2017 9:53 pm

נחמן נתן האט געשריבן:ישנה מסורת כי אבן עזרא קבור ביישוב כאבול שבגליל ושם אף נמצא ציון קבר, אך אין כל עדות לכך שהוא קבור שם.

ס'איז יא דא עדות, און מער ווי איין מקור:

וז''ל חיבת ירושלים מאמר גולת תחתיות אות י''ד: כתב בסדר הדורות בשם גלילות א''י, רבי אברהם בן עזרא ור' שלמה בן גבירול רבו של רש''י קבורים בעיר כבול ע''כ, וכ''כ שבחי ירושלים. בספר קורא הדורות מביא בשם ספר יוחסין שבכתב ויש אומרים כי נפטר ר' אברהם בן עזרא שנת תתקכ''ח (הערת הבחור הזעצער: דאס איז גענוי טויזנט יאר פון חורבן בית שני) והוא קבור בא''י, וי''א שנת תתקנ''ד ר''ח אדר יום ב' בן ע''ה שנה אחד עשר שנה קודם פטירת הרמב''ם ז''ל, ושמעתי מפי זקנים שהראב''ע אמר בשעת פטירתו 'ואברהם בן ע''ה שנה בצאתו מחרון אף של עולם' עכ''ל.
ווייטער שרייבט ער: אשירה לה' כי גמל עלי וזיכני ה' יתברך להיות בכפר הנז' בהיותי סובב הולך על כל קברי הצדיקים הנז' והתפללתי שם תפלת מנחה לעת ערב על קברי הצדיקים הנ"ל הראב"ע והר' שלמה בן גבירול ז"ל.


אני הקטן האב געהאט די זכיה צו זיין אין כאבול, אן אראביש דערפל נישט ווייט פון חיפה. דארט איז דא אויף איין פלאץ די ציונים פון: דער אבן עזרא, ר'שלמה אבן גבירול, וי''א אף ר' יהודה הלוי. ס'איז געווען היבש נאכגעלאזט, און איין מציבה איז געווען צושמעטערט.

זכותו יגן עלינו.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך מארטש 22, 2017 10:07 pm

די שאלה איז, אויב איז עס א געפינס אן קיין מקור, וויפיל קען מען אויף דעם בויען? אפשר האט עס איינער געשריבן אלס שפיצל?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך מארטש 22, 2017 10:36 pm

פאר מיר איז מסתבר אז עס איז א שפעטעריגער, ווייל דאכט זיך, אז אמאל פלעגט מען נישט נוצן דעם אויסדריק נ"ע, דאס איז לויט מיין אפשאצונג א שפעטעריגער זאץ אויף א נפטר, און אודאי נישט אז עס זאל שוין האבן אויך א ראשי תיבות, כנלענ"ד, אדרבה, ווער עס ווייסט אנדערש זאל לאזן וויסן
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט