נאטיצן פון אחראי טישל

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

Re: נאטיצן פון אחראי טישל

תגובה דורך אחראי »

דער אשכול מיט לענגערע קליפס פון חיות וכדו' איז אוועקגעפירט געווארן, נאכדעם וואס מיר זענען געוואויר געווארן אז די קליפס ווערן נישט איבערגעקוקט בעפאר'ן ארויפשטעלן, שוין נאכ'ן בעטן דעם ארויפשטעלער דאס צו טון, כדי צו פארמיידן ראיות אסורות.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: נאטיצן פון אחראי טישל

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

באטיטלן שעלט טיטלן ווי ימ"ש וכדו' אויף א פובליק רעגירונג איינגעשטעלטער אויף א פובליק יודישע פארום איז נישט רעקאמענדירט, און ביטע עס נישט שרייבן נאכמאהל.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: נאטיצן פון אחראי טישל

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

ווי אויכעט ווען איינער טוט עפעס עפ"י הפסוק עם עקש תתפתל, דארף מען האבן דעת און עס נישט אויסשמועסן אויף א פובליק פארום.
אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

תגובה דורך אחראי »

אויב פארמעקט איר אייער'ס א תגובה וואס איז געשיקט געווארן בטעות איבערלאזנדיג א פינטל וכדו', ביטע דווח'עט נישט די תגובה. ס'איז גורם איבריגע ארבעט פאר די אחראים.

געווענליך וועט עס אן אחראי אליין באמערקן און פארמעקן, און אויב נישט איז אויך נישט עק וועלט.
אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

Re: נאטיצן פון אחראי טישל

תגובה דורך אחראי »

באריכטן איבער די כ"א כסלו חגיגות קען מען ממשיך זיין דא, ס'פעלט נישט אויס קיין פרישע אשכולות דערפאר.
אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

Re: נאטיצן פון אחראי טישל

תגובה דורך אחראי »

ווארענונג!

געשפרעכן איבער דעם אנגעבליכן סקאנדאל זענען נישט ערלויבט דא, ווילאנג ס'קומט נישט ארויס קיין באשטעטיגטע מודעה דערוועגן פון א רבנישע אויטאריטעט.

ווער עס איז עובר דערויף קען ריזיקירן מיט א באלדיגע חסימה.
אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

Re: נאטיצן פון אחראי טישל

תגובה דורך אחראי »

אל כבוד הרב המדווח.

ווילסט עפעס בעטן, אנמערקן, פארשלאגן, שיינערהייט ביטע.

א דאנק
פארשפארט

צוריק צו “אידישע וועלט”