עצות און געדאנקען פאר די וואס מופן צו א גרעסערע דירה

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

עצות און געדאנקען פאר די וואס מופן צו א גרעסערע דירה

תגובהדורך פנחס בן חיים » מאנטאג יוני 20, 2016 3:57 pm

זענעדיג ווי די פארום בליעט און וואקסט, מענטשן קומען אהער פאר אינפערמאציע איבער מופן און איבער קויפן דירות, און זענעדיג &הערליך בילדער אין דעם אשכול viewtopic.php?p=1243598#p1243598
האב איך געטראכט אז דבר בעיתו מה טוב אויסצושמיעסן גיטע געדאנקן וואס מען קען אריינלייגען אין די דירה בשעת מען האלט נאך ביים בויען די דירה.

יעדער זאל צוגעבן זיין ערפארנוג, און אזוי וועלן אנדערע הנאה האבן.

------
דאס האב איך געשריבען פאר איינעם באישי, אין שטעל עס אין יעצט אין פובליק

עס קומט מיר יעצט אויף אין געדאנק עטליכע קליינעקייטן וואס קאסט נישט קיין סאך, און עס איז א ״מוז״ פאר א נייע גרויסע דירה.

1) א עקסטערע זאון פאר די מעסטער בעדרום צענטראל עירקאנדישען, ע״פ רוב מען דארף מען דארט א העכערע קלימאט ווי ביי די קינדער שטיבער,
אדער קען מען צולייגען דארט א ספליט יוניט, די בעסטע איז אז מען מאכט דארט גענצליך עקסטערע קליינע צענטראל סיסטעם, דאס איז די בעסטע ווייל עס איז די ביליגסטע לעקטער די לאנג ראן, עס קאסט נישט קעין סאך, עס פעלט נישט אויס אנצוצינדען די ריזיגע יוניט אפצוקילען נאר איין שטוב..

2) א הייס און קאלט וואסער פלאמבינג אין פארטש פאר די פולס פאר די קליינע קינדער, און מען ניצט עס אויך פאר די סינק סוכה, מען קען מאכן א אפלויף רער פאר די סוכה און מען עס קען אריינגיין אין די גאדע״ר פון די בנין, אדער צו די געהעריגע אפלויף פון די דירה.

3) א עקזאסט אין קיטישען ארויסצוציען די הייסע לופט, עס איז דרינגינד וויכטיג, עס ציעט ארויס די היץ פון קאכען אין באקען און עס העלפט אז די עירקאנדישען זאל קענענן אפקילען, און פארשטייט זיך אויך א געהעריגע עקזאסט אין די פסח קיטישען - נישט קיין טוילעט פען.

4) נייט׳ס לייטס אין האל.

5) אלע שבת זייגערס פון די גאנצע הויז זאלן האבן איין סטעשין אין איין ווינקעל פון די דירה, למשל אין לאנדרי. און אין די שטיבער (למשל דיינוג רום) זאל זיין נאר די רעגלוער אן און אףך סוויטשעס..

6) אנגרייטען ווייערס פאר א בילד אין ספיקער סיסטעם אויפן דאך (מען קען לייגען די סיסטעם שפטער כשירחיב)..

7) א אינערקאם איז שוין היינט סטאנדערט ביי א אפ און דאון, אבער א איי (מאניטער) ביי די גאס טיר איז גאר נוצבאר.. בפרט ביי א אפ אוו דאון, אז מען זאל קענענן פון לאנדרי זען אויב די ארדער איז שוין אנגעקימען, ווער עס שטייט ביים טיר, און אויב עמזאן האט שוין געשיקט די פעקעל.

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מאנטאג יוני 20, 2016 4:08 pm

דערנאך איז די אפשען פון א צענטראלע וועקיום פאר די גאנצע דירה,
עס איז טאקע זייער באקוועם אבער דאס קאסט שוין אפאר דאלער,

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » מאנטאג יוני 20, 2016 4:11 pm

אויך א לייט אין אין די קלאזעט
אפי עס איז נישט א וואלק אין קלאזעט

סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:50 am

תגובהדורך סעמס » מאנטאג יוני 20, 2016 4:20 pm

א עקסטערע טוילעט אין די געסט רום איז ווערט אלע געלטער

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יוני 20, 2016 4:24 pm

ביי מיר האט מען געלייגט א סטריפ פון led אין אלע קלאזעטס און כ'ניץ עס פאר נייט לייטס אין די בעדרומס. מ'קען קאנטראלירן פונקטליך ווי ליכטיג מ'וויל ס'זאל זיין (אפילו שבת) דורך עפענען אדער פארמאכן די קלאזעט טיר. די עלעקטרישן האט מיר געזאגט אז ס'קאסט 1-2 צענט פער נאכט

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מאנטאג יוני 20, 2016 4:24 pm

סעמס האט געשריבן:א עקסטערע טוילעט אין די געסט רום איז ווערט אלע געלטער


נאופס, דאס איז גוט נאר פאר מעגא גרויסע הייזערון דריי האלב טויזענט סקווער פוס און העכער,

אבער נישט פאר די סייז דירה ווי אין לעיקוואד אדער בלומי, זיי דארפן יעדע סקווער פוס פאר מער נוצבארא זאכען. נאך א סעט וואשער און דרייער איז וויכטיגער.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יוני 20, 2016 4:30 pm

די טוילעט ביי די געסט רום קען מען לייגן לעבן די געסט רום און אויסשטעלן אז געווענדליך זאל יעדער דאס קענען ניצן (אריינגאנג זאל נישט זיין דורך די רום נאר לעבן די רום) אבער ווען עס קומט געסט זאל מען עס קענען אפטיילן מיט א טיר

סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:50 am

תגובהדורך סעמס » מאנטאג יוני 20, 2016 4:34 pm

אין לעיקוואד גיבן זיי די אפשן אז מען קען עס לייגן אנשטאט איינע פון די קלאזעטס פאר פינף טויזענט דאלאר, אינקלודינג אלעס, טוילעט, וואנע, סינק, טיילס, וכו׳

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מאנטאג יוני 20, 2016 4:44 pm

די פלאג אין פארטש וואס מען גייט ניצען סוכות פאר לעקטער זאל זיין אנגעהקט צו א רעגולער סוויטש מען זאל קענענן ארויפלייגען א שבת זייגער.

אויב האט מען איבריגע צוויי הינדערט טאלער, דאן ציעט א 220 וואלט פלאג אין פארטש פאר א היטער פאר סוכות

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מאנטאג יוני 20, 2016 4:55 pm

א סינק אין דיינוג רום,

זיכער מאכען אז די לעקטער אין דיינוג רום העכער די קאוטש איז א עקסטערע סוויטש..

לייטס (אויף די וואנט) מיט א דימער העכער די בעטען אין מעסטער בעדרום, און ביי די בעטען פון די גרעסערע קינדער.

די אינטערקאם אין מעסטער בעדרום זאל זיין נעבן די פרוי׳ס בעט.

זייער זייער וויכטיג אויסצורעכענן אז די דאקס פון די צענטראל ערקאנדישען אין קאך זאל נישט זיין קעגן די פייערס פון די געז רעינטש, עס זאל נישט בלאזען אויף די פייער און שטערן פון קאכען.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מאנטאג יוני 20, 2016 5:29 pm

א אינדאור סוכה איז אויך זייער א געשמאקע זאך

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » מאנטאג יוני 20, 2016 6:05 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:די אינטערקאם אין מעסטער בעדרום זאל זיין נעבן די פרוי׳ס בעט.

זייער וויכטיג א סוויטש פאר די אינטערקאם צי קענען כאפען א דרימעל
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מאנטאג יוני 20, 2016 6:10 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:דערנאך איז די אפשען פון א צענטראלע וועקיום פאר די גאנצע דירה,
עס איז טאקע זייער באקוועם אבער דאס קאסט שוין אפאר דאלער,



ביי אונז אין קרית יואל איז דא א גוי וואס ציהט דיר די פייפס און דריי דאקטס פאר בלויז 200 דאלאר, די וועקיום מאשין קען מען שפעטער צולייגן פאר נאך בערך 1000 דאלאר

abr
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 8:25 pm

תגובהדורך abr » מאנטאג יוני 20, 2016 6:57 pm

נישט ספענדען פאר די אלע אויבן דערמאנטע זאכען נאר אויב מען האט דאס געלט און מען דארף נישט בארגען.
מען קען קודם האבן די הרחבת הדעת פין א נייע גרויסע דירה אין שפעטער צולייגען באקוועמליכקייטען און לאקסעס
כל אחד כפי אשר תשיג ידו.

אדער נאר לייגען אזעלעכע זאכען וואס שפעטער צוצילייגען וועט עס קאסטען זייער אסעך געלט.
לעצט פאראכטן דורך abr אום מאנטאג יוני 20, 2016 7:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג יוני 20, 2016 6:59 pm

בעל דעת האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:די אינטערקאם אין מעסטער בעדרום זאל זיין נעבן די פרוי׳ס בעט.

זייער וויכטיג א סוויטש פאר די אינטערקאם צי קענען כאפען א דרימעל


יעדע אינטערקאם קימט אויטעמאטיק א באטען צו זיין סיילענד..

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » מאנטאג יוני 20, 2016 9:06 pm

מחותן האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:די אינטערקאם אין מעסטער בעדרום זאל זיין נעבן די פרוי׳ס בעט.

זייער וויכטיג א סוויטש פאר די אינטערקאם צי קענען כאפען א דרימעל


יעדע אינטערקאם קימט אויטעמאטיק א באטען צו זיין סיילענד..

גיט די זאגסט מיר מיר האט ער געבעטען אן עקסטערע פיפציגיר פאר דיעם
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך יוני 22, 2016 9:16 am

בעל דעת האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:די אינטערקאם אין מעסטער בעדרום זאל זיין נעבן די פרוי׳ס בעט.

זייער וויכטיג א סוויטש פאר די אינטערקאם צי קענען כאפען א דרימעל


יעדע אינטערקאם קימט אויטעמאטיק א באטען צו זיין סיילענד..

גיט די זאגסט מיר מיר האט ער געבעטען אן עקסטערע פיפציגיר פאר דיעם


גם אני שלמתי. ווייל עס קומט נישט יעדע.

יישר כח פנחס. טאקע וויכטיגע זאכן. נומער 3 אן עקזאסט קען מען צוליייגן נאכדעם?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3657
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך יוני 22, 2016 10:01 am

פנחס בן חיים האט געשריבן:.

זייער זייער וויכטיג אויסצורעכענן אז די דאקס פון די צענטראל ערקאנדישען אין קאך זאל נישט זיין קעגן די פייערס פון די געז רעינטש, עס זאל נישט בלאזען אויף די פייער און שטערן פון קאכען.


זעלבע זאך אין דיינונג רום סזאל נישט בלאזן אויך די ליכט שבת

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך יוני 22, 2016 10:04 am

מחותן האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:די אינטערקאם אין מעסטער בעדרום זאל זיין נעבן די פרוי׳ס בעט.

זייער וויכטיג א סוויטש פאר די אינטערקאם צי קענען כאפען א דרימעל


יעדע אינטערקאם קימט אויטעמאטיק א באטען צו זיין סיילענד..

ס'באשטייט אויך אנע סיילענד קנעפל.
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך יוני 22, 2016 10:31 am

פריילאך האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:די אינטערקאם אין מעסטער בעדרום זאל זיין נעבן די פרוי׳ס בעט.

זייער וויכטיג א סוויטש פאר די אינטערקאם צי קענען כאפען א דרימעל


יעדע אינטערקאם קימט אויטעמאטיק א באטען צו זיין סיילענד..

גיט די זאגסט מיר מיר האט ער געבעטען אן עקסטערע פיפציגיר פאר דיעם


גם אני שלמתי. ווייל עס קומט נישט יעדע.

יישר כח פנחס. טאקע וויכטיגע זאכן. נומער 3 אן עקזאסט קען מען צוליייגן נאכדעם?


דאס קימט מיט א עפענוג פאר די הייסע ליפט וואס מען לייגט געווענליך אויף דאך, נאכען בויען אזי שוין שווערער. דארף מען עס לייגען אויף די וואנט אינדרויסען, חוץ אויב מען וואינט א טאפ פלאר און מען האט א אפאנע בוידעם.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט