וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פראקטיש האט געשריבן:
ענדשוי האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
גראדע האב איך מיר איבערגעקלערט אז טשאלענדש איז נישט א שטרויכלונג, א שטרויכלונג איז אן אבסטעקל, טשאלענדש איז אלעמאל א פארמעסט, מען דארף זיך פארמעסטן צו איבערקומען דעם שטרויכלונג.
וועלקאם בעק!
עקזעקטלי, דו לעבסט נאך @פאליטישע?
viewtopic.php?p=4107122#p4107122
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

פראקטיש האט געשריבן:
ענדשוי האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
גראדע האב איך מיר איבערגעקלערט אז טשאלענדש איז נישט א שטרויכלונג, א שטרויכלונג איז אן אבסטעקל, טשאלענדש איז אלעמאל א פארמעסט, מען דארף זיך פארמעסטן צו איבערקומען דעם שטרויכלונג.
וועלקאם בעק!
עקזעקטלי, דו לעבסט נאך @פאליטישע?
העי, ברוך הבא פאלעקס, מיר האבן זיך געבענקט נאך דיר!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פראקטיש האט געשריבן:
גרשון, איז נישט 'אנאליטיקער' א לשון רבים אויף עטליכע 'אנאליזירערס'? (זיי מיר מוחל אויב האב איך נישט געלייגט דעם גאנז-פיס אויפן ריכטיגן ארט, כ'ווער אלץ צונישט צו ס'קומט נאכן פראגע צייכן אדער בעפאר?)
ניין. לשון-רבים איז געווענליך (אדער קיינמאל) נישט קיין אנדער ווארט ווי לשון-יחיד. אין לשון-רבים איז עס אנאליטיקערס (יידיש) אדער בלייבט עס אנאליטיקער (דייטשיש).

דער גאנץ פוס איז גוט געלייגט. אינטערעסאנט דו ווערסט צעמישט ביי א פראגע-צייכן. דער כלל איז זייער לאגיש און לכאורה גאנץ פשוט: אויב מ'צייכנט אן די גאנצע פראגע, קומט דער ציטאט-צייכן נאך דעם פראגע-צייכן, און אויב צייכנט מען נאר אן א ווארט אדער פראזע אינערהאלב דער פראגע (ווי אין דיין ביישפיל) קומט קודם דער ציטאט-צייכן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אקעי. און וואס מיינט 'פאליטיקער'? איז דאס די ריכטיגע אפטייטש אין אידיש פאר 'פאליטישן'?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יא. אבער היינט ניצט מען מער פאליטיקאנט. (אין דייטש זאגט מען פאליטיקער. איך בין נישט זיכער פון וואו פאליטיקאנט קומט.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גרשון האט געשריבן:

לכאורה פון ווען מ'פלעגט שרייבן 'פאליציאנט', ס'האט נישט קיין שום כלל אדער פשט.

היינט נוצט מען די מער מאדערנע 'אפיצירן'.
יחליצך
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

תגובה דורך יחליצך »

און וואס טוט זיך מיט מוזיקאנט, פאבריקאנט וכו'
אלעס אראפגעווישט במחי יד?
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פאליציאנט זע איך אין פויליש; מוזיקאנט און פאבריקאנט אין רוסיש.

ווייזט אויס ס'איז א סלאווישער סופיקס. מסתמא איז פאליטיקאנט אויך געווען אין איינער פון די שפראכן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יחליצך
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן:
פאליציאנט זע איך אין פויליש; מוזיקאנט און פאבריקאנט אין רוסיש.

ווייזט אויס ס'איז א סלאווישער סופיקס. מסתמא איז פאליטיקאנט אויך געווען אין איינער פון די שפראכן.
און דערפאר איז עס אסור לבוא בקהל? זיי דיך בעסער מסביר

יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

תגובה דורך יצחק אייזיק »

צהלתו בפניו האט געשריבן:
שיינע_בילד האט געשריבן:
How do you say challenge in Yiddish?
נסיון
;l;p-

נסיון איז מער ווייניגער די אמת'ע אפטייטש, נאר רוב מאל ווען מ'וויל שרייבן איבער א טשאלאנדזש וועט נסיון נישט אריינקומען גוט. טשאלאנדזש קען אמאל מיינען א פארמעסט, און אמאל א שווערע מינוט. דער פרעזידענט האט געהאט א שווערע טשאלאנדזש וויאזוי צו רעאגירן צו פוטין. דא קען נישט שרייבן נסיון און נישט פארמעסט, נאר אז דער פרעזידענט איז געווען אין א שווערע פארלעגנהייט....
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק

יצחק אייזיק האט געשריבן:

ביי אונז נוצט מען "נסיון" בלויז אין רוחניות'דיגן זין

יחליצך האט געשריבן:

ריכטיג, פארדעם קומט עס נישט אריין ווען מ'וויל רעדן פון א "טשאלאנדזש" חוץ אויב מרעדט פון א רוחניות'דיגע טשאלאנדזש.

אין העברעאיש נוצן מען נסיון אויף עקספיריענס.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
ותיק ניק מנרתק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 06, 2022 7:56 am

תגובה דורך ותיק ניק מנרתק »

ער האט ערפארונג אין דעם געביט.
He has experience in this area.
יש לו ?ניסיון? באזור זו. אויך אויף לשון הקודש?
וַתֵּק ניק מִנַּרְתֵּק, באפריי דיין ניק פון זיין האלטער.
נאר בעזרת השם יתברך.
(געבויט אויף ווערטער פון די סליחה "ישמעינו סלחתי")
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ותיק ניק מנרתק האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
יחליצך האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
צהלתו בפניו האט געשריבן:
נסיון
;l;p-

נסיון איז מער ווייניגער די אמת'ע אפטייטש, נאר רוב מאל ווען מ'וויל שרייבן איבער א טשאלאנדזש וועט נסיון נישט אריינקומען גוט. טשאלאנדזש קען אמאל מיינען א פארמעסט, און אמאל א שווערע מינוט. דער פרעזידענט האט געהאט א שווערע טשאלאנדזש וויאזוי צו רעאגירן צו פוטין. דא קען נישט שרייבן נסיון און נישט פארמעסט, נאר אז דער פרעזידענט איז געווען אין א שווערע פארלעגנהייט....
ביי אונז נוצט מען "נסיון" בלויז אין רוחניות'דיגן זין
ריכטיג, פארדעם קומט עס נישט אריין ווען מ'וויל רעדן פון א "טשאלאנדזש" חוץ אויב מרעדט פון א רוחניות'דיגע טשאלאנדזש.

אין העברעאיש נוצן מען נסיון אויף עקספיריענס.
ער האט ערפארונג אין דעם געביט.
He has experience in this area.
יש לו ?ניסיון? באזור זו. אויך אויף לשון הקודש?
אין חכם כבעל הנסיון.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יחליצך האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
פאליציאנט זע איך אין פויליש; מוזיקאנט און פאבריקאנט אין רוסיש.

ווייזט אויס ס'איז א סלאווישער סופיקס. מסתמא איז פאליטיקאנט אויך געווען אין איינער פון די שפראכן.
און דערפאר איז עס אסור לבוא בקהל? זיי דיך בעסער מסביר
מותר לבוא בקהל. איך האב סך הכל שפעקולירט אז ס'קומט פון איינער פון די סלאווישע שפראכן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יחליצך
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן:
Analyst איז אין אידיש (און דייטש) אַנאַליטיקער (ל"נ אנאליטיקערין).

אַנאַליסט איז ענגליש, און אַנאַליזירער איז סתם א טעות.
וואלטסט געקענט ברענגען עפעס א ראי'? בעסער נאך א ווארט מיט'ן זעלבן קלאנג.
אויבנאויף זעט עס אויס ווי פארמישט מיט פאליטיק, פאליטיזירן
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך קען נישט ברענגען קיין ראיה, חוץ זאגן אז אזוי זאגט מען עס אין דייטש, אזוי שטייט אין אלע אידישע ווערטערביכער, און אזוי האבן עס כמעט אלע אידישע שרייבערס אמאל געשריבן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

תגובה דורך Mezofzef »

אויף דייטש זאגט מען אויך פאליטיקער און מוזיקער.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
ותיק ניק מנרתק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 06, 2022 7:56 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק ניק מנרתק »

פראקטיש האט געשריבן:
ותיק ניק מנרתק האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
יחליצך האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
;l;p-

נסיון איז מער ווייניגער די אמת'ע אפטייטש, נאר רוב מאל ווען מ'וויל שרייבן איבער א טשאלאנדזש וועט נסיון נישט אריינקומען גוט. טשאלאנדזש קען אמאל מיינען א פארמעסט, און אמאל א שווערע מינוט. דער פרעזידענט האט געהאט א שווערע טשאלאנדזש וויאזוי צו רעאגירן צו פוטין. דא קען נישט שרייבן נסיון און נישט פארמעסט, נאר אז דער פרעזידענט איז געווען אין א שווערע פארלעגנהייט....
ביי אונז נוצט מען "נסיון" בלויז אין רוחניות'דיגן זין
ריכטיג, פארדעם קומט עס נישט אריין ווען מ'וויל רעדן פון א "טשאלאנדזש" חוץ אויב מרעדט פון א רוחניות'דיגע טשאלאנדזש.

אין העברעאיש נוצן מען נסיון אויף עקספיריענס.
ער האט ערפארונג אין דעם געביט.
He has experience in this area.
יש לו ?ניסיון? באזור זו. אויך אויף לשון הקודש?
אין חכם כבעל הנסיון.
;l;p- שיינע ראי'
וַתֵּק ניק מִנַּרְתֵּק, באפריי דיין ניק פון זיין האלטער.
נאר בעזרת השם יתברך.
(געבויט אויף ווערטער פון די סליחה "ישמעינו סלחתי")
אוועטאר
ותיק ניק מנרתק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 06, 2022 7:56 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק ניק מנרתק »

טעות
בנדיקט פעמים באהבה
וַתֵּק ניק מִנַּרְתֵּק, באפריי דיין ניק פון זיין האלטער.
נאר בעזרת השם יתברך.
(געבויט אויף ווערטער פון די סליחה "ישמעינו סלחתי")
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ותיק ניק מנרתק האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
ותיק ניק מנרתק האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
יחליצך האט געשריבן:
ביי אונז נוצט מען "נסיון" בלויז אין רוחניות'דיגן זין
ריכטיג, פארדעם קומט עס נישט אריין ווען מ'וויל רעדן פון א "טשאלאנדזש" חוץ אויב מרעדט פון א רוחניות'דיגע טשאלאנדזש.

אין העברעאיש נוצן מען נסיון אויף עקספיריענס.
ער האט ערפארונג אין דעם געביט.
He has experience in this area.
יש לו ?ניסיון? באזור זו. אויך אויף לשון הקודש?
אין חכם כבעל הנסיון.
;l;p- שיינע ראי'
קיין שום ראיה נישט. אין חכם כבעל נסיון איז א מאמר החכם וואס מיינט נסיונות נישט עקספיריענס. מעגליך אז עברית האט עס גענומען פון דעם מאמר.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
ותיק ניק מנרתק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 06, 2022 7:56 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק ניק מנרתק »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
ותיק ניק מנרתק האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
ותיק ניק מנרתק האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
ריכטיג, פארדעם קומט עס נישט אריין ווען מ'וויל רעדן פון א "טשאלאנדזש" חוץ אויב מרעדט פון א רוחניות'דיגע טשאלאנדזש.

אין העברעאיש נוצן מען נסיון אויף עקספיריענס.
ער האט ערפארונג אין דעם געביט.
He has experience in this area.
יש לו ?ניסיון? באזור זו. אויך אויף לשון הקודש?
אין חכם כבעל הנסיון.
;l;p- שיינע ראי'
קיין שום ראיה נישט. אין חכם כבעל נסיון איז א מאמר החכם וואס מיינט נסיונות נישט עקספיריענס. מעגליך אז עברית האט עס גענומען פון דעם מאמר.
אויב ווערט ער אנגערופען א חכם, מיינט דאך אז דער יעניגער איז נישט אדורכגעפאלן, נאר ער איז איבערגעקומען די נסיון, ריכטיג?
אויב אזוי טייטשט אז ער האט חכמה פון עקספיריענס.
וַתֵּק ניק מִנַּרְתֵּק, באפריי דיין ניק פון זיין האלטער.
נאר בעזרת השם יתברך.
(געבויט אויף ווערטער פון די סליחה "ישמעינו סלחתי")
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
ותיק ניק מנרתק האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
ותיק ניק מנרתק האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
ריכטיג, פארדעם קומט עס נישט אריין ווען מ'וויל רעדן פון א "טשאלאנדזש" חוץ אויב מרעדט פון א רוחניות'דיגע טשאלאנדזש.

אין העברעאיש נוצן מען נסיון אויף עקספיריענס.
ער האט ערפארונג אין דעם געביט.
He has experience in this area.
יש לו ?ניסיון? באזור זו. אויך אויף לשון הקודש?
אין חכם כבעל הנסיון.
;l;p- שיינע ראי'
קיין שום ראיה נישט. אין חכם כבעל נסיון איז א מאמר החכם וואס מיינט נסיונות נישט עקספיריענס. מעגליך אז עברית האט עס גענומען פון דעם מאמר.
דער מאמר אין חכם כבעל הניסיון קומט מתקופת הראשונים, האב מיר א ראי' אז עכ"פ בימי הראשונים האט מען שוין גענוצט נסיון צו טייטשן עקספיריענס.
פוצה פה ומצפצף
יחליצך
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן:
איך קען נישט ברענגען קיין ראיה, חוץ זאגן אז אזוי זאגט מען עס אין דייטש, אזוי שטייט אין אלע אידישע ווערטערביכער, און אזוי האבן עס כמעט אלע אידישע שרייבערס אמאל געשריבן.
צו מאכן א סך הכל פון די לעצטערע עטליכע דיאלאגן און מיספארשטענדענישן:
דו בעפארצוגסט דייטשמערישע דיאלעקטן מער ווי סלאווישע, ריכטיג? פארוואס?
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נישט ריכטיג. איך ווייס נישט פארוואס דו לייגסט מיר שוין עטליכע מאל אריין ווערטער אין מויל.

דו פרעגסט וועגן א "ראיה" אויף אנאליטיקער. וואספארא סארט ראיה ווילסטו הערן? איך פארצייל דיר אז דאס איז דאס ווארט אין אידיש אייביג געווען, בעת אנאליזירער איז א פשוט'ער גרייז. וואס האט דאס מיט סלאוויש איינגעשטויסן? די יידישסיטן, די גרעסטע שונאים פון דייטשמעריזמען, שרייבן אנאליטיקער. און געס וואט, אין פויליש און אין רוסיש זאגט מען אַנאַליטיק.

איך פארצייל דיר אז איך האב געקוקט 1. אין דייטש, 2. דריי באזונדערע יידישע ווערטערביכער, 3. יידיש בוך צענטער (אלטע אידישע ביכער). די רעזולטאטן פון אלע דריי איז אנאליטיקער. יעצט וואס ווילסטו הערן? ווי אזוי מ'שרייבט אויף אייוועלט? ס'גייט מיך נישט אן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”