קושיות והערות על שיעורי היום - מסכת יבמות

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

מיללער האט געשריבן:בדף ס' ע"ב ברענגט די גמרא שיטת רבי שמעון בן יוחאי אז א גיורת פחותה מבת ג' שנים ויום אחד מותרת לכהן, און שפעטער בסוף העמוד זאגט די גמרא "תניא וכן היה רבן שמעון בן יוחי אומר קברי עכו"ם אינם מטמאין וכו'" לכאורה פארוואס ברענגט דא די גמרא אראפ די מימר איבער קברי עכו"ם אינם מטמאין, עס האט דאך נישט קיין שייכות אהער, און סתם ווייל דאס איז נאך איין מאמר פון רשב"י, ש"ס איז פיל מיט מאמרי רבן שמעון און פונקט די מימרא ברענגט די גמרא?

האב איך געזען אז הגר"י ענגיל זצ"ל בגליונותיו איז מציין צו א הערליכע ווארט פונעם בנין אריאל בפר' מטות - קומענדיגע וואך - עי' בפנים ותמצא נחת:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 06&hilite=

וע"ע בישמח משה פרשת מטות דרוש נפלא בקישור הענינים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בדף סא. ארשב"י אתם קרוין אדם ואין עכו"ם וכו' די גמ' איז ליידער געווען אין די היסטאריע א געצייג פאר די רשעי עמינו רח"ל צו נוצן לפני העמים והשרים ואכמ"ל

איז אינטערעסאנט צו זעהן ווי דער מהר"צ חיות אויפן פלאץ מאכט אזא סארט 'דיסקלעימער' מסביר צו זיין פארוואס,דאס איז נישט קיין זלזול אין די גוים, עיי"ש במתק לשונו.
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

שיטת ר אלעזר דף ס״ג, כל אדם שאין לו קרקע אינו נקרא אדם..

אתמה, ווער עס האט נישט קיין שטיקעל קרקע איז קיין מענטש נישט?!
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

פנחס בן חיים האט געשריבן:שיטת ר אלעזר דף ס״ג, גל אדם שאין לו קרקע אינו נקרע אדם..

אתמה, ווער עס האט נישט קיין שטיקעל קרקע איז קיין מענטש נישט?!

מען רעדט פון עטליעסט א געדונגענע דירה,
און יאפ א האומלעס איז נישט בגדר אדם
אז יענער קען קענסטו אויך
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

פרוביר אויך האט געשריבן:

ניין מ'רעדט טאקע פון פארמאגען אייגענע קרקע, אמאל איז א מענטש אן קרקע נישט געווען נחשב, דוכט זיך אז אין געוויסע דרום שטאטן פלעגט אנפאנג נאר א לאנד באזיצער קענען וועלען.
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

אין א אנדערע אשכול האט מען שוין ארום גערעדט וועגען די הגהות אין מהדורת עוז והדר וואס פעלט נישט אויס. אויף דף סג. איז דוקא דא א פאטענציעל הגהה וואס וואלט שטארק צוניץ געקומען אבער ווערט נישט דערמאנט,

די גמ' זאגט וא"ד ר' אלעזר רמי כתיב כנגדו וקרינן כניגדו זכה כנגדו לא זכה מנגדתו, פרש"י מנגדתו מדלא כתיב יוד, לשון נגדא דמלקות.

און איך ווינדער מיך זייט ווען איז די קרי כניגדו, גיב איך א קוק אין א שפה ברורה זאגט ער מיט א גראדקייט כך קראו חכמים תיבה זו בתורה, נו איז פארוואס אונז נישט? קוק איך אין מתיבתא ברענגט ער שוין א יעב"ץ מיט אן אנדערע פשט.

די בעסטע ענטפער איז אין ארטסקרויל, אין אלע דפוסים וכ"י איז נישט דא קיין יוד בכלל, די מדפיסי ווילנא האבן געלייגט א יוד פאר א סגול, און פשט איז פשוט אונז ליינען מיר כנגדו מיט א סגול וואלט לפי דיקדוק די כתיב געדארפט זיין כניגדו שטייט אן א יוד מלשון מנגדו.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב הבוחר,

איך האב מיך געמוטשעט דא טאקע,אבער רש"י רעדט דאך אויך פון א יו"ד, ניין?
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

הבוחר בטוב האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:שיטת ר אלעזר דף ס״ג, גל אדם שאין לו קרקע אינו נקרע אדם..

אתמה, ווער עס האט נישט קיין שטיקעל קרקע איז קיין מענטש נישט?!

מען רעדט פון עטליעסט א געדונגענע דירה,
און יאפ א האומלעס איז נישט בגדר אדם

ניין מ'רעדט טאקע פון פארמאגען אייגענע קרקע, אמאל איז א מענטש אן קרקע נישט געווען נחשב, דוכט זיך אז אין געוויסע דרום שטאטן פלעגט אנפאנג נאר א לאנד באזיצער קענען וועלען.

די תורה איז א נצחיות, שװער צו זאגען אז הײנט גײט עס שױן נישט אן,
ממילא האב איך געקלערט עס מדמה צו זײן צו א פרוזבול
װאס עס פעלט זיך אױס קרקע
און א שכירות איז אױך גוט
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

היינט ביים חזר'ן איז מיר שווער געווארען, עס שטייט דאך אז מען איז נישט מתפלל זיין אויף קיין ניסים.
א"כ אברהם ושרה עקר ועקרה היו, ושרה היתה אילונות, וכ"כ יצחק ורבקה, זעט מען דאך אז זיי האבן יא מתפלל געווען אויף ניסים?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פנחס בן חיים האט געשריבן:שיטת ר אלעזר דף ס״ג, כל אדם שאין לו קרקע אינו נקרא אדם..

אתמה, ווער עס האט נישט קיין שטיקעל קרקע איז קיין מענטש נישט?!

דברי אגדות חז"ל הקדושים לערנט מען נישט בפשטות, און אוודאי זענען דאס נישט לפי אונזערע מושגים ואכמ"ל.

אבער אז איר זענט מעיר, עס איז דא א גר"א בספרו יד אליהו עמ"ס ברכות דף ו: עפ"י סוד וזל"ק "ענין קביעות מקום לתפלה, כי יש לאדם ב' נשים האשה והבית שהוא מקום, כי האדם והאשה הם דכורא ועיקר הנוקבא הוא המקום וכן הארץ וע"כ נקראת אדמה שהיא נקבא על משקל חכמה מן חכם" עכ"ל.

צייכנט רבי יוסף ענגיל איין בספרו בית האוצר כלל י"ד, אז דא אין די גמרא זעהט מען א מקור לדברי הגר"א פון די צוויי מאמרים פון ר' אלעזר אז די שלימות פונעם שם 'אדם' באקומט דער מענטש נאכדעם וואס ער האט סיי אן אשה און סיי א קרקע, עיי"ש.

על כל פנים, דברי חכמינו ז"ל ובפרט בדברי אגדה עמוקין וטמירין הן וטובא גניז בגויהו, ומראה מקום אני לך.
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

שכוח מיילער,

היינט ביים חזר'ן האב איך אויפגעפאסט א פלא'דיגע רש"י, אז וויבאלד נשים זענענן מצווה אויף פרו ורבו א"כ זענענן נישט זיי די וואס באקימען די עונש פון נישט האבן קינדער משום דלא איכפת לה, וויבאלד זי איז נישט באפוילען דערויף..

א פלא פון א גמרא.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, אין די גמ' סד: ברענגט די גמרא איבער א שמועס וואס רב יוסף בריה דרבא האט געהאט מיט זיין פאטער איבער א שאלה וואס ער האט געפרעגט פון רבי יוסף. מיט צוויי בלאט שפעטער בדף סו: ברענגט די גמ' אן איינמאליגע מימרא פון נאנאי דער זון פון רב יוסף בריה דרבא הנ"ל.

אגב, ביי אונז איז די גירסא 'נאנאי', דער רא"ש איז גורס 'נאינאה' און דער קרבן נתנאל זאגט אז ריכטיג איז 'ננאי' ווייל לויט א גמרא אין סוטה מב: מיינט 'נאנאי' א כלב לויט תוס' בשם הערוך, אבער דער קרבן נתנאל לייגט צו אז לויט רש"י דארט מיינט עס א טאטע, וממילא קען מען יא גורס זיין 'נאנאי'.
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

פנחס בן חיים האט געשריבן:שכוח מיילער,

היינט ביים חזר'ן האב איך אויפגעפאסט א פלא'דיגע רש"י, אז וויבאלד נשים זענענן מצווה אויף פרו ורבו א"כ זענענן נישט זיי די וואס באקימען די עונש פון נישט האבן קינדער משום דלא איכפת לה, וויבאלד זי איז נישט באפוילען דערויף..

א פלא פון א גמרא.

האב אויך נישט פארשטאנען די גמרא. ס'איז משמע אז מ'איז מעניש א מענטש מיט'ן אים נישט לאזן מקיים זיין א מצוה.
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

לגבי זכה נעשית לו עזר, לא זכה כנגדו.
סתם אינטערעסאנט אנצומערקן אז כנגדו אינעם צווייטן פשט איז אויף זכה משא"כ אינעם ערשטן פשט איז עס געטייטשט פונקט פארקערט אויף לא זכה.
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

לפיכך חלה הוא או שחלתה היא או שניהם חבושים בבית האסורים אין עולין לו מן המנין.
הערה בעלמא וואס כ'האב נישט געזעהן רעדן דערפון, איז טאקע נצרך שיהיו שניהם חבושין או לאו דוקא? מ"ש מחלה הוא או חלתה היא?
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

Surface האט געשריבן:לפיכך חלה הוא או שחלתה היא או שניהם חבושים בבית האסורים אין עולין לו מן המנין.
הערה בעלמא וואס כ'האב נישט געזעהן רעדן דערפון, איז טאקע נצרך שיהיו שניהם חבושין או לאו דוקא? מ"ש מחלה הוא או חלתה היא?

בפשטות, שניהם חבושין, איינער פון די צוויי
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

מיללער האט געשריבן:א גוטן,

איך האב אלעמאל געוואוסט אז בלה"ק איז הוא מיט א ו' א לשון זכר און היא מיט א י' א לשון נקיבה, און איך האב נישט מדייק געווען אין חומש אז דאס איז נישט דער כלל.

א פלא אז מע"כ האט קיינמאל נישט באמערקט דעם חיריק אינעם פסוק, ושמרו בני ישראל את השבת לעשות את השבת לדורותם ברית עולם: ביני ובין בני ישראל אות "הוא" לעולם.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

אינעם היינטיגען בלאט, ס"ז.
ר"ש בן יוחי אומר זכרים יאכלו כולן נקבות לא יאכלו שמא ימצא עובר זכר. איז רש"י מסביר אז ביי זכרים יאכלו, ווייל מחצה זכרים און מחצה נקיבות, און די מיעוט וואס איז מפיל שטעלט מען צו, קומט אויס אז עס איז א מיעוט זכרים ולא חיישינן למיעוטא און דערפאר מעג מען עסן.
ולא זכיתי להבין, פארוואס אויב עס איז כולן נקיבות טוישט זיך די מציאות און מען טאר נישט עסן ווייל שמא ימצא עובר זכר. פארוואס הייסט עס נישט קיין חיישינן למיעוטא אז עס איז א זכר?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סאדע_באטל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:א גוטן,

איך האב אלעמאל געוואוסט אז בלה"ק איז הוא מיט א ו' א לשון זכר און היא מיט א י' א לשון נקיבה, און איך האב נישט מדייק געווען אין חומש אז דאס איז נישט דער כלל.

א פלא אז מע"כ האט קיינמאל נישט באמערקט דעם חיריק אינעם פסוק, ושמרו בני ישראל את השבת לעשות את השבת לדורותם ברית עולם: ביני ובין בני ישראל אות "הוא" לעולם.

אין די אונגארישע הברה זאגט מען א חירק/שורק/מלואפים מיט'ן זעלבן EE/I קנייטש, טא פון וואנעט זאל איך באמערקן דעם חיריק?

בכל אופן, בעסער שפעטער ווי קיינמאל
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

סאדע_באטל האט געשריבן:אינעם היינטיגען בלאט, ס"ז.
ר"ש בן יוחי אומר זכרים יאכלו כולן נקבות לא יאכלו שמא ימצא עובר זכר. איז רש"י מסביר אז ביי זכרים יאכלו, ווייל מחצה זכרים און מחצה נקיבות, און די מיעוט וואס איז מפיל שטעלט מען צו, קומט אויס אז עס איז א מיעוט זכרים ולא חיישינן למיעוטא און דערפאר מעג מען עסן.
ולא זכיתי להבין, פארוואס אויב עס איז כולן נקיבות טוישט זיך די מציאות און מען טאר נישט עסן ווייל שמא ימצא עובר זכר. פארוואס הייסט עס נישט קיין חיישינן למיעוטא אז עס איז א זכר?

ווען ס'איז כולן נקיבות טאר מען נישט עסן ממנ"פ איז די עובר א נקיבה יש לה חלק בשאר נקיבות, איז עס א זכר באלאנגט דאך די גאנצע צו עם, דאס וואס עס שטייט אין די גמ' חדא ועוד קאמר וואס ס'איז משמע אז דאס אליינס וואס שמא ימצא זכר אסר'ט איז לאו דוקא, עיין ערוך לנר.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
Surface האט געשריבן:לפיכך חלה הוא או שחלתה היא או שניהם חבושים בבית האסורים אין עולין לו מן המנין.
הערה בעלמא וואס כ'האב נישט געזעהן רעדן דערפון, איז טאקע נצרך שיהיו שניהם חבושין או לאו דוקא? מ"ש מחלה הוא או חלתה היא?

בפשטות, שניהם חבושין, איינער פון די צוויי

ואע"פ שאין ראיה לדברי זכר לדברי, מיט אפאר בלאט שפעטער בדף סו: מכרו שניהם לפרנסה זאגט רש"י: או זה או זה.
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

סח: אטו לויה וישראלית לאו לכהונה מרבינן להו דאי לתרומה בנות מיכל תרומה נינהו אלמא לא משכחת לה דקאכלה בשביל בנה וכו', לכאורה יעצט ווען איך ווייס נאך נישט קיין מקור דאסורי לינשא לכהן, קען דאך די גמ' זאגן פשוט, אז נאכדעם וואס נבעלה לפסול לה האט זי חתונה געהאט לכהן, קומט די פסוק זאגן אז זי עסט נישט תרומה.
לאטצי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2010 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאטצי »

מתיבתא ברענגט צו אז די ערוך לנר פרעגט עס און ענטפערט.
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

יישר כח.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סח: ברש"י ד"ה אי הכי ברענגט רש"י מקורות אז עכו"ם לא תפסי קידושין, אינטערעסאנט אז אויבן בדף מה. ברענגט רש"י נאך א מקור פון לא תתחתן וואס דא ברענגט עס נישט רש"י, און דארט ברענגט נישט רש"י די מקור פון אשת רעהו פרט לאשת עכו"ם, און בדף כב: ברש"י ד"ה שאין אישות ברענגט רש"י נאר איינס פון די אלע פסוקים.

בסך הכל האלט מען ביי דריי מקורות שאין קידושין תופסין בעכום:
א. לא תתחתן בז' אומות /בשאר אומות ואח"כ תבא אליה ובעלתה אבל מעיקרא לא (קידושין סח:)
ב. והיא בעולת בעל - בעולת בעל אית להו מילי אחרינא לא וילפי' הויות מהדדי (שאלתות דרב אחאי פ' וישלח סי' כ"ה)
ג. אשת רעהו פרט לאשת עכו"ם (סנהדרין נב:)
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”