מפעל שידוכים - זייט אייך משתתף

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8785
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

פרעג בעסער נישט האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:שלום שלו' רופט אן זיין שכן, אז עס האט זיך געמאכט במקרה אז ער האט אויסגעפונען פון א מיידל אין ענגלאנד וואס עס קען זיין אינטערסאנט.

דאס איז סך הכל דיין תשובה. די פארגעסט אבער אז א מענטש ווען עס קומט צו זיין טייערסטע פארמעגן איז נישטא קיין מקרה אן קיין מעשה דערצו. יענער גייט אים פרעגן וואס הייסט במקרה? און פון ווי? קיין תשובה גייט יענער נישט באקומען, בלייבט עס דא.
העכסנס וועט יענער הערן אז עס איז געווען א ליסט ערגעצוואו. איך זע נישט דיין גאנצע קושיא, ווען איינער טראגט אן א שידוך פרעגט מען איהם פ"וו דו ווייסט אז איך האב א בחור/מיידל? איז דאס א סוד?

אבער איך זע די גייסט ווייטער [הגם ס'איז מיר א מורא'דיגע חידוש היתכן די גייסט דערמיט ווייטער ווען די הנהלה האט קלאר ארויסגעוויזן א ווידערווילן דערצו, נאר דיר דערווייל נישט למעשה צוריק געהאלטן דערפון].
די הנהלה האט מיר בפירוש נישט וועטאאירט. זיי האבן אלע רעכטן, אדם אוסר את שלו, עס איז זייער סייט, און איך בין דא נישט מער ווי א גאסט. אבער איך פארשטיי נישט פ"וו עס זאל זיי אנגיין. אדרבה, עס וועט פארמערן די טרעפיק אויף דעם סייט, און אויב וועט עס געטוהן ווערן מיט ישוב הדעת און הצלחה, וועלן זיי דאך זיין שותפים צו א היסטארישע אויפטוה.
בקיצור, קרוב לריוח ורחוק מהפסד.

לאמיר זען, ווייטער די פלאן, און ווי אזוי ס'איז בכלל מעגליך אנאנים צו אויספירן שידוכים... [די חלום פונעם יאר הונדערט].
איך ווייס נישט צו די האסט געלייענט אלעס וואס איך האב געשריבן, אבער די שידוכים גייען להדיא נישט ווערן געפירט אנאנים. דא גייט זיין א מענטש מיט א נאמען וועלכער גייט אנרופן און שדכנ'ען. נאר דא ברבים דארף ער נישט ארויסשרייבן זיין נאמען. אויב דו האסט א גוטע שידוך אין קאפ, גייסטו דאס מציע זיין פאר דעם אימעיל וואס וועט דיר געגעבן ווערן, און ווען יענער וועט האלטן אז עס מאכט סענס גייט ער דאס אנטראגן. וועלכע חלק איז דא נישט רעאליסטיש.
און מיר האבן שוין ב"ה פותר חלום געווען און ארויסגעגעבן עטליכע ספרים אנאנים לשם ולתפארת. דארט זענען אויך געווען פעסעמיסטישע ניין-זאגערס.
סא, אויב דו גלייבסט אין וואס דו טוסט, קענסטו אויפטוהן א ים.
רבותי, לאמיר ווייניגער שפעקולירן, לאמיר בעסער אנהייבן אנצוטראגן שידוכים!

מער ווייניגער האבן די אלע קעיסעס זיראו אינפארמאציע צו גיין ווייטער. בעיסיקלי איז דאס די באגאבא סטייל שידוכים, כ'וועל דיר געבן א משל.

נעם קעיס 4 און קענסט עס איבער שרייבן אויף כמעט יעדע צווייטע קרית יואל'ער בחור פון 19. און קענסט שרייבן אויף כמעט יעדע מיידל די יארן די זעלבע סארט זאכן, הויך, נארמאל באזעסן, וואוינט אין ק"י, מהר"א בעל בתיש, גייט צניעות'דיג, גיין צוגעדעקט, טוט וואס אלע מיידלעך די יארן טוען [סקול צו וואטעווער].
קעיס 4 איז געוען א טעות, כאמור למעלה.
די אינפארמאציע איז דען א משהו ווערט צאמצושטעלן א שידוך??????
ניין אבער גענוג אויף אנצוהייבן אנצוקניפן א קשר מיט דעם אנטראגער.
ס'קוקט שטארק אויס אז געוויסע זאכן פארמאכן די אויגן בבחינת שוחד.
למשל?
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8785
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

איך וויין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

כ'האב באקומען א פ"ה פון א בחור וואס בעט זיך אז מ'זאל עפעס טוהן פאר איהם. ער האט נישט מורא ג'האט זיך צו אידענטיפיצירן צו מיר - א ראיה צו די דרגה פון דעספערעשון און אומבאהאלפנקייט!
ער דאנקט מיך אזוי פאר אינזין האבן די הנחשלים והנשארים. און האפט אז עפעס וועט זיך מאכן דא אויך פאר איהם.
רבותי,
לא עת לחשות, עס זענען דא צענדליגע און מסתם הונדערטע בחורים און מיידלעך וואס קיינער גיבט זיך נישט אפ פאר זיי. עס גיסן זיך טייכן פון יידישע טרערן, וויאזוי קענען מיר זיצן גלייכגילטיג און נישט צו העלפן?
איך פלאן בע"ה ארויפצולייגן די אינפארמאציע פון דעם בחור הנ"ל (בהשמטת פערזענליכע אינפארמאציע) און איך האף אז דער עולם וועט זיך נעמען אין גרויסן צו די ארבעט.
ויה"ר שבחודש זה שמרבין בו בשמחה, וועלן מיר הערן פון אסאך שמחות בתוככי אחבנ"י
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

ביז דערווייל זענען נאר דא בחורים/גרושים.

זענען טאקע נישטא קיין מיידלעך וואס דארפן הילף?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8785
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

צוויי קעיסעס פון מיידלעך וואס זענען אריינגעקומען, האב איך נישט ארויפגשטעלט, מחמת טעמים שונים.
איך מיין אז היות מסתם 100% פון די ניקים זענען מענער, קענען זיי נישט אזוי ווייט די עזרת נשים. אבער יעדער קען דאך עפעס הערן פון דעם און פון יענעם, פון זיין ווייב/מאמע/שוועסטער, רבותי, ווער ווייס פון מיידלעך וואס זוכן שידוכים זאל ביטע מיר אריינשיקן!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
פרעג בעסער נישט
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 03, 2009 10:51 pm
לאקאציע: זעסט אפשר נישט גיט????!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעג בעסער נישט »

בון נון דאס איז איינע פון מיינע שאלות וואס איך וויל פרעגן נאכן האבן א נארמאלע ענטפער אויף מיין ערשטע... דערווייל איז נישט געקומען קיין נארמאלע תשובה, נאר ענדערש א בת היענה סטייל.

יידישע קהילות האט געשריבן:העכסנס וועט יענער הערן אז עס איז געווען א ליסט ערגעצוואו. איך זע נישט דיין גאנצע קושיא, ווען איינער טראגט אן א שידוך פרעגט מען איהם פ"וו דו ווייסט אז איך האב א בחור/מיידל? איז דאס א סוד?

איינער וואס וואוינט אין קרית יואל און טראגט אן א מיידל פון לאנדאן, איז די ערשטע שאלה אט דאס, פון וואנט ווייסטו צו זאגן איבער דעם מיידל? יעצט גיי ענטפער אינטערנעט.... פראביר עס אויס ביטע, און קום צוריק מיט רעזולטאטן...

די קושיות וואס מען פרעגט איז פארשידענע איינע פון די איז, וועם קען איך אנפרעגן דערוועגן, דא, וועט יעדע אזא סארט שידוך בלייבן סטאק, ווייל דער אנטראגער קען באמת נישט די מיידל, נאר די מנהל המפעל האט מחליט געווען אז עס שטימט, ממילא דער אנטראגער האט זיראו אינפארמאציע ווייטער צו געבן [אנדערש ווי יעדע שידוך וואס דער שדכן איז דער וואס קאלעקט די אינפארמאציע פאר ער טראגט אן, וועט דאך דא די מנהל המפעל זיין דער יעניגער, אבער דער עצם שדכן ווייזט א גרויסע 0]. חוץ אויב גייסט נאך ווייטער מיט דיין פלאן אז אין אישי כל הרוצה ליטול את השם יבוא ויטול, וואס אויף דעם האסטו געברענגט פון איינעם פון די הנהלה אז עס שמעקט זיי נישט.

יידישע קהילות האט געשריבן:די הנהלה האט מיר בפירוש נישט וועטאאירט. זיי האבן אלע רעכטן, אדם אוסר את שלו, עס איז זייער סייט, און איך בין דא נישט מער ווי א גאסט. אבער איך פארשטיי נישט פ"וו עס זאל זיי אנגיין. אדרבה, עס וועט פארמערן די טרעפיק אויף דעם סייט, און אויב וועט עס געטוהן ווערן מיט ישוב הדעת און הצלחה, וועלן זיי דאך זיין שותפים צו א היסטארישע אויפטוה.
בקיצור, קרוב לריוח ורחוק מהפסד.

ריכטיג זיי האבן דיר עס נישט גע'אסר'ט, אבער לויט ווי די האסט נאכגעברענגט האבן זיי דיר קלאר מסביר געווען וואס די פראבלעם איז, און כנראה צוליב דעם האסטו מחליט געווען אז נאר דער מנהל המפעל וועט וויסן נעמען [עכ"פ אזוי האב איך עפעס פארשטאנען], און אויב האסטו נישט געטוישט, האט יענער דיר קלאר געזאגט וואס זייער פראבלעם דערמיט איז, און קוקט דערווייל נישט אויס זאלסט האבן אן עצה דערצו, און אויב האסטו נישט קיין עצה, דאן זע איך נישט מיט וועלכע רעכט די גייסט ווייטער.

יידישע קהילות האט געשריבן:און מיר האבן שוין ב"ה פותר חלום געווען און ארויסגעגעבן עטליכע ספרים אנאנים לשם ולתפארת. דארט זענען אויך געווען פעסעמיסטישע ניין-זאגערס.
סא, אויב דו גלייבסט אין וואס דו טוסט, קענסטו אויפטוהן א ים.

וואס האט הימל צו ערד, יא ספרים קען איך זען אז מען זאל ערגעץ אנקומען, משא"כ שידוכים, כ'בין זייער נייגעריג צו האסט שוין אמאל מיטגעהאלטן ווי אזוי שידוכים גייען צו [כ'רעד נישט דיין אייגענע, א רגע ביזט שוין א אינגערמאן?].

יידישע קהילות האט געשריבן:ניין אבער גענוג אויף אנצוהייבן אנצוקניפן א קשר מיט דעם אנטראגער.

כ'זע די פארשטייסט נישט, די אלע אינפארמאציע וואס דארט שטייט, קענסטו אויף כמעט יעדע קעיס אויסרעכענען כאטש פינף אזעלכע בחורים, לאמיר דיר יעצט פרעגן, וואס איז די חילוק צווישן די פינף בחורים??? נאר זייער ערשטע און לעצטע נאמען? כ'מיין די סארט אינפארמאציע וואס מען שרייבט דארט איז זילטש ווערט, ווילסט טאקע אז די אלע וואס האבן שוועסטער'ס ווארטן זאלן זיך אנרופן אויף יעדע קעיס עקסטער? ביזט גרייט אז 10 ניקים זאלן זיך אנרופן אויף יעדע קעיס, לאמיר הערן אינפארמאציע אפשר איז עס אינטרעסאנט? [כ'רעד שוין נישט אז אויב דאס געשענט איז דאס די פראבלעם וואס די הנהלה האט מורא, חוץ דעם וואס אין אזא פאל ווערט עס א סוד פאר גאנץ בראד, וואס מיט דיין זון וואלסטו נישט געוואלט זאל זיך דאס אפשפילן].

אויב פארשטייסטו נאך אלץ נישט, לאמיר דיר געבן א משל [א פאלשע כדי זאלסט כאפן וואס כ'מיין], א מיידל 19-20 יאר אלט, הויך, קלוג באטעמט און בא'חן'ט. געשמאק און זייער סאשובל, וואוינט אין דזשערסי סיטי [די נייע תושבים], גרייט צו גיין שפיצל אדער פראנט אדער שייטעל, ארבעט אין א סקול, געהאט עלטערע געשוויסטער, משפחה איז דא פראבלעמען.

יעצט זאג מיר, פון די גאנצע ליסט, ווער שטימט נישט צו די דעסקריפשן? אויב האסטו מער ווי 5 דאן מיינט דאס אז דיין אינפארמאציע איז ווערט פונקט ווי וואלסט געשריבן אזוי: "קעיס 26, בחור 22 יאר". וחסל, די אלע איבריגע גיבט קיין משהו נישט צו. אפי' די חסרונות, מעדעצינשע פראבלעמען קען זיין א גאר אסאך סארטן, ווילאנג ס'שטייט נישט ספעציפיש, איז עס ווערט זילטש, דאס איז חוץ דעם וואס קיינער גייט נישט לכתחילה זיכן דאס, משפחה האט פראבלעמען, ווידער די זעלבע זאך, ס'איז פארהאן א ים מיט פראבלעמען גיי ווייס פון וועלכע סארט דאס רעדט זיך, שטייט מען אוועק. ובפרט אז מען ווייסט נישט ווער וואס ווי ווען, און קיינער האט נישט ליב צו זאגן ניין... ממילא גייט ער ענדערש זיכן נארמאלע שדכנים, ווי איידער דארפן קאנטאקטן דא איינעם און דערנאך זאגן, אה יענע, נע נישט פאר מיר.

יידישע קהילות האט געשריבן:למשל?

אייגענע נגיעות וכדו'...

[בד"וו, שוין דא א סייט ווי מען קען זיך איינשרייבן מיט אלע אינפארמאציע, און זיי פירן אויס שידוכים, ס'קאסט נאר אביסל געלט, כ'געדענק נישט די נאמען, כ'מיין 'די שידוך' אדער עפעס אזוי, דאס איז חוץ דעם וואס כמדומה איינער האט דא אמאל געלינקט צו א סייט פאר שדכנים וואס טוט בערך דאס].
נעקסטיים פרעג נישט............................
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8785
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

וועמענס הארץ צופלאצט נישט נאכן לייענען אזא אימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך ברענג דא דעם אימעיל מיט קליינע השמטות פון פערזענליכע אינפארמאציע.
איך לייען. איך וויין. :-e;/ :cry: איך ווייס אבער אז איך מוז עפעס טוהן. אויב זאל איך מצליח זיין אז איין שידוך וועט צושטאנד קומען דורך מיין השתדלות דא - האצעך אלעס ג'לוינט.

איך בין לעצטענס געווארן אכט-און-צוואנציג ליידער ליידער בין איך נאך א בחור,
יעצט איז אזוי כמעט מיין גאנצע כתה, דא אין וויליאמסבורג, איז חתונה געהאט אין האבען שוין גרוסי קינדער אין איך בין נעבעך נאך אליין אין זיי האבען נישט קיין צייט אדער טראכטען נישט פין מיך, עס כאפט א שרעק איך בין שוין דרייסעג איך וויל נאך זוכה זיין צו חתונה האבן אין אויפ שטעלען'א אידישע שטוב אין זיין אזוי ווי מיין גאנצע כתה, אויב די גייסט צוריק... , אויב איר קענט העלפען ראטוועט איר א מענטש וואס זעט נישט די ענד פון די טאנעל ישר כח

לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום פרייטאג פעברואר 12, 2016 8:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8785
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

א גיטן כבוד הרב, איך וואונדער מיך פארוואס איך זעה נישט מיינע פאר נעמען וואס כ'האב אויסגעפילט
מיטן קאנטאקט ...
ווי אויך האב איך זיך איינגעשריבן צו באקומען אויף email, אבער כ'האב נישט באקומען
אויב טו איך עפעס נישט כהוגן ביטע לאז מיך וויסן


די עסקנים האבן מייעץ געווען נישט צו לייגן קיין מיידלעך אונטער 20 - 21.
19 יעריגע מיידלעך ווי דו האסט געשריבן קען מען טרעפן לאלפים, איז דאס זייער נישט ספעציעל.
חוץ אויב ח"ו עס איז דא עפעס א ספעציעלע סיבה, פון א גזונט-צושטאנד וכדומה, דאן קען מען ליסטן אפילו יינגער פון 20.
דער אימעיל איז נאכנישט ארויסגעקומען.
א דאנק!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

שכרך גדול מאוד מאוד! נישטא קיין ווערטער!

יידישע קהילות האט געשריבן:הערליכע ליקוט אויף מעלה פון שדכנות, צוזאמגענומען דורך ידידינו המחפש המלקט.
דא

דער אשכול געפונט זיך נישט
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

לוי יצחק האט געשריבן:שכרך גדול מאוד מאוד! נישטא קיין ווערטער!

יידישע קהילות האט געשריבן:הערליכע ליקוט אויף מעלה פון שדכנות, צוזאמגענומען דורך ידידינו המחפש המלקט.
דא

דער אשכול געפונט זיך נישט


ער מיינט דא
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=29449&hilit=%D7%A9%D7%93%D7%9B%D7%A0%D7%95%D7%AA
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

שידוכים פראגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

איך וואלט דא געוולט מציע פארן ציבור החשוב א גוטע חלום וואס איז מיר איינגעפאלן אפשר וועלן די טיכטיגע עסקנים דא מאכן דערפון א מציאות
מען זאל צוזאמנעמען א ליסטע פון אלע מצפים לישועה דהיינו בחורים \ מיידלעך גרושים וכו' מיט בעסיק אינפארמאציע און מאכן דערפון א דאטאבעיס און אויס שטעלן מיט א פראגרעם פארשידענע פיטשערס וואס מען זאל קענען פילטערן למשל קהילה פלונית מיט לבוש פלוני ופלוני און AGE פון כך וכך ביז כך וכך וכו' יא פראבלעם נישט פראבלעם און אזוי ווייטער
בערך ווי להבדיל אסאך סייטס האבן פארשידענע פילטערס
אגב מקען מאכן דערפון אויך א ביזנעס דהיינו אז ווער עס וועט וועלן זיך אויפסיינען דערויף זיין נאמען זאל דארפן צאלן א מינימאלן אפצאל און וועלכע שדכן עס וויל באקומען די פראגראם זאל דארפן באצאלן וכדו'
נו הרב יידישע קהילות וואס זאגסטו דערצו ??????????????????????????????????????????

דער עולם ווערט געבעטן זיך אנצורופן מיינונגען !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

צום פוינט האט געשריבן:איך וואלט דא געוולט מציע פארן ציבור החשוב א גוטע חלום וואס איז מיר איינגעפאלן אפשר וועלן די טיכטיגע עסקנים דא מאכן דערפון א מציאות
מען זאל צוזאמנעמען א ליסטע פון אלע מצפים לישועה דהיינו בחורים \ מיידלעך גרושים וכו' מיט בעסיק אינפארמאציע און מאכן דערפון א דאטאבעיס און אויס שטעלן מיט א פראגרעם פארשידענע פיטשערס וואס מען זאל קענען פילטערן למשל קהילה פלונית מיט לבוש פלוני ופלוני און AGE פון כך וכך ביז כך וכך וכו' יא פראבלעם נישט פראבלעם און אזוי ווייטער
בערך ווי להבדיל אסאך סייטס האבן פארשידענע פילטערס
אגב מקען מאכן דערפון אויך א ביזנעס דהיינו אז ווער עס וועט וועלן זיך אויפסיינען דערויף זיין נאמען זאל דארפן צאלן א מינימאלן אפצאל און וועלכע שדכן עס וויל באקומען די פראגראם זאל דארפן באצאלן וכדו'
נו הרב יידישע קהילות וואס זאגסטו דערצו ??????????????????????????????????????????

דער עולם ווערט געבעטן זיך אנצורופן מיינונגען !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!



איך מיין אז די שידוכים אפיס "בענבי הגפן" וואס איז געווען בערך 10-15 יאהר צוריק אין וומ"ס אויף ראדני סט. האט געהאט א שטיקל דאטע בעיס.
היינט איז דא פריוואטע שדכנים וואס האבן זייער אייגענע ליסט פון 2-3 סקולס
אבער ס'קוקט אויס אז קיינער האט נישט קיין ריכטיגע ליסטע אזא כל-בו פון אלע סקולס און פון אלע מקומות.

איך אליין פראביר צו עסק'נען פאר 2-3 שווערערע קעיסעס, צו טרעפן שידוכים פאר זיי, זעה איך ווען איך הייב נאר אויף די טרייבל צו מאכן עטליכע פאון קאלס, הער איך אלץ עפעס א פרישע נאמען וואס איך האב קיינמאל נישט געהערט.

דאס מיינט אז ס'פארהאן זאכן, נאר מ'האט ליידער נישט די ידיעה דערפון.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1741
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

צום פוינט האט געשריבן:איך וואלט דא געוולט מציע פארן ציבור החשוב א גוטע חלום וואס איז מיר איינגעפאלן אפשר וועלן די טיכטיגע עסקנים דא מאכן דערפון א מציאות
מען זאל צוזאמנעמען א ליסטע פון אלע מצפים לישועה דהיינו בחורים \ מיידלעך גרושים וכו' מיט בעסיק אינפארמאציע און מאכן דערפון א דאטאבעיס און אויס שטעלן מיט א פראגרעם פארשידענע פיטשערס וואס מען זאל קענען פילטערן למשל קהילה פלונית מיט לבוש פלוני ופלוני און AGE פון כך וכך ביז כך וכך וכו' יא פראבלעם נישט פראבלעם און אזוי ווייטער
בערך ווי להבדיל אסאך סייטס האבן פארשידענע פילטערס
אגב מקען מאכן דערפון אויך א ביזנעס דהיינו אז ווער עס וועט וועלן זיך אויפסיינען דערויף זיין נאמען זאל דארפן צאלן א מינימאלן אפצאל און וועלכע שדכן עס וויל באקומען די פראגראם זאל דארפן באצאלן וכדו'
נו הרב יידישע קהילות וואס זאגסטו דערצו ??????????????????????????????????????????

דער עולם ווערט געבעטן זיך אנצורופן מיינונגען !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

Sounds good
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

מען זעט לעצטנס מער און מער ארגאניזאציעס - און דוקא קאמפעטענע און פארלעסליכע - אויף די ברענענדיגע שידוכים קריזיס.
מען זעהט למשל אז אזא איד א נגיד ווי ר' ע. ב., א זון פון דעם באקאנטן חרדישן חסידישן ביליאנער ר' ג.ב. האט געעפנט אן ארגאניזאציע לשדך, וואס טוט אויף אין דעם געביט.
און אז אונטער אזא ארגאניזאציע שטייט אזא ביליאנער, איז דא שטערקערע פאטענציאלן פאר הצלחה.
גאר לעצטנס איז אין קרית יואל געעפנט געווארן די בקרוב ארגאניזאציע, וואס טוט אויך אין דעם געביט, אנגעפירט דורך חשובע עסקנים. אין היינטיגן די צייטונג, ווערט געזעהן א שיין בילד אין די הויפטקוורטירן פון בקרוב, ביי א מסיבת לחיים בראשות הרה''ג ר' שמעון זאב מייזליש שליט''א מישמח משה.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8785
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: מפעל שידוכים - זייט אייך משתתף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ווער עס קען זאל מיר ביטע שיקן - אין אישי - א נאמען פון א מיידל/גרושה עלטער: 30-35. פאר א תמימות'דיגער גרוש.
איך בין נישט זיכער אז איך וועל קענען קארעספאנדירן צוליב גילוי. אבער געדענקט, איר קענט האבן די זכות פון העלפן צוויי יידישע קינדער.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: מפעל שידוכים - זייט אייך משתתף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”