נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

חיים יצחק האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 12:23 am
פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 2:44 pm
פונקט זונטאג געפארקט צווישן א פאמפ אין א דרייוועי ( א אומלעגאלע, קאנפירמיד אויף די סיטי סייט) און כ'האב מיר א טראפקעלע אריינגעשטעקט כדאי צו זיין אפגעריקט פינעם פאמפ גענוג, די נעקסטע ציפרו איז מיין ווינדשיעלד געוועהן באגאסן מיט מיסט,

עס טוט מיר וויי ווי סעלפיש אידן קענן זיין, און מען רעדט דא פין א פופציגע יעריגע איד...
דער ווייסט נישט פין זיכן פארקינג , דער ווייסט נישט פין אלטערנעיט סייד, אבער אים שטערט אז עס איז אים א טראפקעלע שווער זיך ארויסצוזעהן פין זיין דרייוועי וואס ער האט אוועקגעגזלט פינעם ציבור,
מאנכע בעלי בתים וועלן טענהן אז זיי צאלן שווערע שטייערן דערפאר.. עס איז שקר! רוב דרייוועיס אין ב"פ זענן אומלעגאל! יעדער קען עס טשעקן..
גראדע אויב ער איז געפארקט אינעווייניג האט ער עס פונקט אזוי געכאפט ווי דיר .. מעגסט אים גיבן די ספעיס ארויס צו פארן..
ווען כ׳האב געפארקט דארט איז עס געווען ליידיג און ער האט געפיט דארט ווי א רבי,
סה"כ האט ער נישט געקענט אריינפארן אינעווייניג אויף 60 מפ"ש...
#א רחמנות..
אוועטאר
חיים יצחק
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

פרומע לבוש האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 12:27 am
חיים יצחק האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 12:23 am
פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 2:44 pm
פונקט זונטאג געפארקט צווישן א פאמפ אין א דרייוועי ( א אומלעגאלע, קאנפירמיד אויף די סיטי סייט) און כ'האב מיר א טראפקעלע אריינגעשטעקט כדאי צו זיין אפגעריקט פינעם פאמפ גענוג, די נעקסטע ציפרו איז מיין ווינדשיעלד געוועהן באגאסן מיט מיסט,

עס טוט מיר וויי ווי סעלפיש אידן קענן זיין, און מען רעדט דא פין א פופציגע יעריגע איד...
דער ווייסט נישט פין זיכן פארקינג , דער ווייסט נישט פין אלטערנעיט סייד, אבער אים שטערט אז עס איז אים א טראפקעלע שווער זיך ארויסצוזעהן פין זיין דרייוועי וואס ער האט אוועקגעגזלט פינעם ציבור,
מאנכע בעלי בתים וועלן טענהן אז זיי צאלן שווערע שטייערן דערפאר.. עס איז שקר! רוב דרייוועיס אין ב"פ זענן אומלעגאל! יעדער קען עס טשעקן..
גראדע אויב ער איז געפארקט אינעווייניג האט ער עס פונקט אזוי געכאפט ווי דיר .. מעגסט אים גיבן די ספעיס ארויס צו פארן..
ווען כ׳האב געפארקט דארט איז עס געווען ליידיג און ער האט געפיט דארט ווי א רבי,
סה"כ האט ער נישט געקענט אריינפארן אינעווייניג אויף 60 מפ"ש...
#א רחמנות..
איז א אנדערע מעשה. נישט גוט פארשטאנען.
אוועטאר
לשובע
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 11, 2023 6:43 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשובע »

פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 11:37 pm
אדם א מענטש האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 8:53 pm
סעקאנד אפינניען האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 5:22 pm
לשובע האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 2:59 pm
פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 2:44 pm
פונקט זונטאג געפארקט צווישן א פאמפ אין א דרייוועי ( א אומלעגאלע, קאנפירמיד אויף די סיטי סייט) און כ'האב מיר א טראפקעלע אריינגעשטעקט כדאי צו זיין אפגעריקט פינעם פאמפ גענוג, די נעקסטע ציפרו איז מיין ווינדשיעלד געוועהן באגאסן מיט מיסט,

עס טוט מיר וויי ווי סעלפיש אידן קענן זיין, און מען רעדט דא פין א פופציגע יעריגע איד...
דער ווייסט נישט פין זיכן פארקינג , דער ווייסט נישט פין אלטערנעיט סייד, אבער אים שטערט אז עס איז אים א טראפקעלע שווער זיך ארויסצוזעהן פין זיין דרייוועי וואס ער האט אוועקגעגזלט פינעם ציבור,
מאנכע בעלי בתים וועלן טענהן אז זיי צאלן שווערע שטייערן דערפאר.. עס איז שקר! רוב דרייוועיס אין ב"פ זענן אומלעגאל! יעדער קען עס טשעקן..
ווי טשעקט מען?
שוין געווען עטלכע מאל דא אויף די וועלט
נאדער עטליכע פון די צענליגע אשכולות וואס רעדען איבער די נושא

viewtopic.php?t=25200

viewtopic.php?t=61254&start=75

https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=54336

viewtopic.php?t=12243&start=25
און ווי טשעקט מען?
https://a810-bisweb.nyc.gov/bisweb/bispi00.jsp?show=1
נאכן לייגן די אדרעס ווי זעהט מען וועגן די דרייוועי?
אוועטאר
לשובע
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 11, 2023 6:43 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשובע »

attachment.jpeg
attachment.jpeg (115.26 KiB) געזען 1482 מאל
היינט געזעהן דא אויף א קאר
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1729
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

איך אין אזא פאל וואלט איך אריינגעקלאפט ביים טיר און....

זיך טיף אנטשולדיגט אז כוועל עס נישט טון נאכאמאל אפי' מיט א נומבער..
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

לשובע האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 10:58 am
attachment.jpeg
היינט געזעהן דא אויף א קאר
ממנו ילמודו!!! פעלט נישט אויס אנצושמירן די קאר מיט קעטשאפ, און קלעבן צעטליך וואס מ'קען נישט אראפנעמען.
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

ערד עפל האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 2:07 pm
לשובע האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 10:58 am
attachment.jpeg
היינט געזעהן דא אויף א קאר
ממנו ילמודו!!! פעלט נישט אויס אנצושמירן די קאר מיט קעטשאפ, און קלעבן צעטליך וואס מ'קען נישט אראפנעמען.
וואו, ס'איז נאך פארהאן מענטשן אין בארא פארק!!!
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע: אונטערן באנק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

אז מ'רעדט שוין דערוועגן, וויל איך אויך לאזן מיינע עטליכע פארדרוס'ליכע סענט איבער דעם נושא.

אויף מיין גאס איז דא א איד וואס האט א ''לעגאלע'' דרייוועי, און אט דאס איז זיין וועג וואס ער ניצט צו שעפן חיונה און חיות. ער ווארט מיט אויסנאמליכע שפאנונג יעדן טאג אז איינער זאל זיך דערבארעמען און בלאקין דעם דרייוועי זיינע. די רגע ס'דא א קאר וואס שטייט דארט, פליסט א ספיד דייעל 911 רוף מיט היסטעריע, כ'בין זיכער אז די נומער איז אריינגעלייגט אין די סיטעם פון די לאקאלע ניין וואן וואן אפערעיטער אז מ'זאל וויסן וואס מ'רעדט, וויבאלד אויף די אטעמען זיינע ווען ער טוט עס קען זיך דאכטן דאס ארגסטע ממש.. (לאכטס נישט ווייל ס'שוין מער ווי איין מאל אנגעקומען אמבולאנסן און פייער טראקס ווען איינער האט געבלאקט זיין דרייוועי).

אויב יענער איז פונקט אין געגענט העט ער אויף יעדע אופן בפני כל עם ועדה זיכער מאכן אז יענער זאל דאך ברויכן אפקומען מיט עטוואס שטראפונג. די שמחה וואס באהערשט אים נאך וואס א אידיש קאר ווערט געטויט צוליבן פארקיקן פארנט פון זיין שמייליגס, קען מען נישט זעהן אויף אים אפילו נאכן ארויסקומען פון ביהמ''ד מוצאי יו''כ....

וויל איך וויסן פאר וועלכעס סיבה אין די וועלט זאל ער נישט ווערן אנגערופן א ''מסור'' וואס אויף דעם ווערט שטרענג געברענגט פונעם רמב''ם אז ס'איז אפילו בזמנינו אלה דא א מצוה אים אומשעדליך צו מאכן אויף סיי וועלכעס אופן..?!

וע''ע שע''ו חו''מ סימן שפ''ח סעיף י'...
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
לעורר לב
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2021 7:04 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעורר לב »

לשובע האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 10:58 am
attachment.jpeg
היינט געזעהן דא אויף א קאר
מי כעמך ישראל!!

רבש"ע דו האסט נישט נאך אזא פאלק
קאלע פען
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 11:08 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלע פען »

איך וויל דא דן זיין לכף זכות פאר געוויסע אידן מיט די דרייוועי'ס וואס גייען ארויס פון די כלים ווען מ'בלאקט עס (מער די אידן אין די זעכציגער יארן)
זיי האבן אביסעל איבריג צייט, זיצען שעות ביים פענסטער אין ווארטן "מתי יבוא" ווען וועט שוין איינער בלאקן מיין דרייוועי.
זיי מיינען נישט דיר פרעזענליך, זיי ריקען נישט די קאר א גאנצע וואך, חוץ יעדע צווייטע מיטואך גייען זיי צום דאקטאר, דעיס איז זייער לעבן אין דעיס געט זיי די ענערזשי אנציגיין.
אדרבה, אז די קענסט אזא איד זיי דיר מרחם אין בלאק זיין דרייועי.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

בוטשער האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 2:11 pm
וואו, ס'איז נאך פארהאן מענטשן אין בארא פארק!!!
א ריזן חידוש דאס. אפשר מאכט מען א ישוב דארט?

פונקט לעצטס האט מיר איינער אנגעטראגן א שידוך פון בארא פארק, יעצט האב איך שוין א קלער יא אויסצוהערן וואס ער האט צו זאגן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
טשעק אריין
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 2:09 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעק אריין »

יצחק אייזיק האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 2:41 pm
פרעג דיך קודם נאך אויב יענער האט א דרייוועי

לויט ווי ס'שטייט דא דארף מען זיך נאכפרעגן וויאזוי ער פירט זיך אויף מיט די בלאקערס.
אויב האט ער נישט דארף מען פרעגן אויב ער בלאקט דרייוועיס יעדן טאג???!!!!!!
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

יצחק אייזיק האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 2:41 pm
בוטשער האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 2:11 pm
וואו, ס'איז נאך פארהאן מענטשן אין בארא פארק!!!
א ריזן חידוש דאס. אפשר מאכט מען א ישוב דארט?

פונקט לעצטס האט מיר איינער אנגעטראגן א שידוך פון בארא פארק, יעצט האב איך שוין א קלער יא אויסצוהערן וואס ער האט צו זאגן.
כ'קען נישט כאפן אויב דו האסט געכאפט וואס איך האב געמיינט צו זאגן אדער דו טרייבסט ליצנות...
איך האב געמיינט צו זאגן אז עס איז נאך דא 'מענטשליכע' מענטשן...
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

בוטשער האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 2:55 pm
כ'קען נישט כאפן אויב דו האסט געכאפט וואס איך האב געמיינט צו זאגן אדער דו טרייבסט ליצנות...
וואס איז די סתירה צווישן כאפן און טרייבן?...

אמת'דיג גערעדט, כ'האב געכאפט, נישט געמיינט צו טרייבן ליצנות, בלויז צו מאכן א ווערטל...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3374
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

טשעק אריין האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 2:51 pm
יצחק אייזיק האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 2:41 pm
פרעג דיך קודם נאך אויב יענער האט א דרייוועי

לויט ווי ס'שטייט דא דארף מען זיך נאכפרעגן וויאזוי ער פירט זיך אויף מיט די בלאקערס.
אויב האט ער נישט דארף מען פרעגן אויב ער בלאקט דרייוועיס יעדן טאג???!!!!!!
די עצה האט מלאך אמאל געזאגט ביי איינע פון זיינע שיעורים
אז ער קען א איד פאר ער טוט א שידוך בלאקט ער קודם יענעמס דרייוועי האלבוועגס און קוקט צי פון דערזייט זיין ריספאנד
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

אז מען רעדט שוין פון דרייוועי'ס, וועל איך מיטיילן א אינטרעסאנטע עפיזאד.
האב איך א שכן, א איטאליענער פענסיאנירטע גוי, הערסטו מיט אלע פארבן, א כעסן וואס די וועלט האט נאכנישט געזעהן. און דער טשאבער גאו האט נישט עכט וואס צו טוהן מיט זיין טאג, אדער בעסער געזאגט, האט 'עכט נישט' וואס צו טוהן.

האט אים די אייבערשטער געהאלפן אז ער האט א דרייוועי, און אסאך אידישע שכנים...

יעדן טאג זעצט ער זיך אינדרויסן כחום היום אזויווי אברהם אבינו וואס ווארט פאר געסט, ווארט ער אז איינער זאל פארקן ביי זיין דרייוועי. און דעמאלטס...
דעמאלטס הייבט זיך אן זיין טאג, ער זעהט אויס ווי א עיברעמס טאנק אין עקשאן. ער הייבט אן צו שרייען ווי א מאניאק, לויפט ארום ווי א וואנזיניגע, קלאפט אויף אלע טירן, בקיצור א אינטרעסאנטע ספעקטאקעל צו מיטהאלטן, אבער נישט פון די נאנט.

ויהי' היום,
ס'געוועהן קאכעדיג הייס אינדרויסן, אומגעפער פינעף און אכטציג דעגרי. און דער אייזל קומט ארויס פון זיין הייזקע און ער זעהט א אלטער קרייזלער בלאקירט זיין דרייוועי.
זיין פנים האט גלייך אויפגעלאכטן, אה ער האט שוין וויאזוי צו אנברענגען זיין לאנגווייליגע טאג!

האו איז בלאקינג מיי דרייוועי???
האט זיין הייזעריגע שטומע אפגעדינערט אין דעם גאנצן סטריט, זיין פנים רויט פארשוויצט און זיין באקן איז אים אויפגעבלאזן ווי קיינמאל ביפאר.
מיט דראענדע פויסטן לויפט ער פון טיר צו טיר כדרכו בקודש, און פרעגט אן ווער ס'איז דער חצוף המתחצף וואס האט זיך דערוואגט צו טוהן אזאנס, אבער אין קול ואין עונה...

גייט אריבער פופצן מינוט, אבער אלץ איז געבליבן אין די זעלבע סטאטוס קווא, חוץ פון זיין נערווען, וועלעכע האט אלמאוסט געקראכט, ( וואס ווען דאס פארסירט, איז א וואלקעינא א אנדערסטעיטמענט צו שילדערן זיין רעאקציע).

זיין שטום בענדער זענען שוין געווען אויסגעריבן און זיין שפייאכטס שוין פארטריקענט, אבער ער גיבט חלילה נישט אויף, נאר מיט די גרעסטע מאס ענערגיע לויפט ער ארום פון טיר צו טיר, פון קאר צו קאר , און פון מענטש צו מענטש.
איך האב באמת געשוינט דער מענטש וואס האט געפארקט דארטן, אויב דער מאנסטער טרעפט אים אן וועט ער שוין נישט האבן קיין צייט צו זאגן ווידוי.

נאך א האלבע שעה איז פארביי, און איך זעה ווי דער שגץ מאכט זיין וועג צו זיין בעק יארד. וואס קומט יעצט? טראכט איך צו מיר מיט אנגסט,
ער האט מיר נישט געלאזט לאנג ווארטן,
מיט שטייפע שריט קומט ער צו וואקן, און אין זיין הענט ליגט א גרויסע שרעקעדיגע אייזן, מיט געמאסטענע טריט גייט ער צו צום קאר. איך בין שוין געלאפן כאפן א טעלעפאון צו זיין גרייט צו ריפן שמירה 'דשאסט אין קעיס'. אבער דאן האט זיך דער גוי בארעכנט, און ער האט געמאכט א ריקצוג, שטייטעליך לייגט ער אראפ די אייזן אין א זייט.
אהה האב איך אפגעאטעמט. אבער נישט פאר צו לאנג, וויסנדיג וואס ער איז אומשטענד צו טוהן.

דאן זעהט אויס אז ער איז געווארן איבערגעהיצט, און ער איז אריין אין זיין שטאל צו כאפן א טרינק. און אזווי ער גייט אריין אין זיין הויז, קומט צוגיין א חסידיש אידל און מיט א רואיגקייט זיצט ער זיך אריין אין זיין קאר און היידע, געפארן. מיט אן צו וויסן בכלל אין וואס פאר אסכנה ער איז געווען.

צוויי מינוט שפעטער: דער גוי קומט ארויס. (דא קומט אריין די אויסדרוק אז די פעדער איז צו ארום צו באשרייבן, ווייל ס'איז טאקע צו ארום.)
מיום שנברא העולם איז נישט אראפגעקומען אזוי סאך כעס אין איין מינוט, גארענטירט. אויב האב איך געמיינט אז ביז יעצט איז ער געווען רויט האב איך מיר גראב טועה געווען, רויט ווי א בוריקע איז ער געווען! זיין גרומאסן אויפן פנים איז געווען בכוח צו הרג'נען א עלעפאנט. איך וויל נישט דא אויסרעכענען אלע זיינע קללות, אבער איינער וואס וויל וויסן וויאזוי צו שעלטן זאל נעמען ביי אים סמיכה. וליהודים היתה אורה ושמחה... א נקמה אינעם דייטש...

דאס איז פשט אין דער פסוק, הללו את ה' כל גוים. דוקא דער גוי זאל דאנקען, ווייל ער ווייסט וואס ער האט געפלאנט אויף דעם איד, דאגען דער איד האט ניאמאל א אנונג פון וואס דער בורא האט אים באהיטן...
לעצט פארראכטן דורך בוטשער אום מיטוואך מאי 24, 2023 4:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

:lol:
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

בוטשער האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 3:41 pm
אריין אין קרעטשמע...
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 8554
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

בוטשער האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 3:41 pm
אז מען רעדט שוין פון דרייוועי'ס, וועל איך מיטיילן א אינטרעסאנטע עפיזאד.
האב איך א שכן, א איטאליענער פענסיאנירטע גוי, הערסטו מיט אלע פארבן, א כעסן וואס די וועלט האט נאכנישט געזעהן. און דער טשאבער גאו האט נישט עכט וואס צו טוהן מיט זיין טאג, אדער בעסער געזאגט, האט 'עכט נישט' וואס צו טוהן.

האט אים די אייבערשטער געהאלפן אז ער האט א דרייוועי, און אסאך אידישע שכנים...

יעדן טאג זעצט ער זיך אינדרויסן כחום היום אזויווי אברהם אבינו וואס ווארט פאר געסט, ווארט ער אז איינער זאל פארקן ביי זיין דרייוועי. און דעמאלטס...
דעמאלטס הייבט זיך אן זיין טאג, ער זעהט אויס ווי א עיברעמס טאנק אין עקשאן. ער הייבט אן צו שרייען ווי א מאניאק, לויפט ארום ווי א וואנזיניגע, קלאפט אויף אלע טירן, בקיצור א אינטרעסאנטע ספעקטאקעל צו מיטהאלטן, אבער נישט פון די נאנט.

ויהי' היום,
ס'געוועהן קאכעדיג הייס אינדרויסן, אומגעפער פינעף און אכטציג דעגרי. און דער אייזל קומט ארויס פון זיין הייזקע און ער זעהט א אלטער קרייזלער בלאקירט זיין דרייוועי.
זיין פנים האט גלייך אויפגעלאכטן, אה ער האט שוין וויאזוי צו אנברענגען זיין לאנגווייליגע טאג!

האו איז בלאקינג מיי דרייוועי???
האט זיין הייזעריגע שטומע אפגעדינערט אין דעם גאנצן סטריט, זיין פנים רויט פארשוויצט און זיין באקן איז אים אויפגעבלאזן ווי קיינמאל ביפאר.
מיט דראענדע פויסטן לויפט ער פון טיר צו טיר כדרכו בקודש, און פרעגט אן ווער ס'איז דער חצוף המתחצף וואס האט זיך דערוואגט צו טוהן אזאנס, אבער אין קול ואין עונה...

גייט אריבער פופצן מינוט, אבער אלץ איז געבליבן אין די זעלבע סטאטוס קווא, חוץ פון זיין נערווען, וועלעכע האט אלמאוסט געקראכט, ( וואס ווען דאס פארסירט, איז א וואלקעינא א אנדערסטעיטמענט צו שילדערן זיין רואקציע).

זיין שטום בענדער זענען שוין געווען אויסגעריבן און זיין שפייאכטס שוין פארטריקענט, אבער ער גיבט חלילה נישט אויף, נאר מיט די גרעסטע מאס ענערגיע לויפט ער ארום פון טיר צו טיר, פון קאר צו קאר , און פון מענטש צו מענטש.
איך האב באמת געשוינט דער מענטש וואס האט געפארקט דארטן, אויב דער מאנסטער טרעפט אים אן וועט ער שוין נישט האבן קיין צייט צו זאגן ווידוי.

נאך א האלבע שעה איז פארביי, און איך זעה ווי דער שגץ מאכט זיין וועג צו זיין בעק יארד. וואס קומט יעצט? טראכט איך צו מיר מיט אנגסט,
ער האט מיר נישט געלאזט לאנג ווארטן,
מיט שטייפע שריט קומט ער צו וואקן, און אין זיין הענט ליגט א גרויסע שרעקעדיגע אייזן, מיט געמאסטענע טריט גייט ער צו צום קאר. איך בין שוין געלאפן כאפן א טעלעפאון צו זיין גרייט צו ריפן שמירה 'דשאסט אין קעיס'. אבער דאן האט זיך דער גוי בארעכנט, און ער האט געמאכט א ריקצוג, שטייטעליך לייגט ער אראפ די אייזן אין א זייט.
אהה האב איך אפגעאטעמט. אבער נישט פאר צו לאנג, וויסנדיג וואס ער איז אומשטענד צו טוהן.

דאן זעהט אויס אז ער איז געווארן איבערגעהיצט, און ער איז אריין אין זיין שטאל צו כאפן א טרינק. און אזווי ער גייט אריין אין זיין הויז, קומט צוגיין א חסידיש אידל און מיט א רואיגקייט זיצט ער זיך אריין אין זיין קאר און היידע, געפארן. מיט אן צו וויסן בכלל אין וואס פאר אסכנה ער איז געווען.

צוויי מינוט שפעטער: דער גוי קומט ארויס. (דא קומט אריין די אויסדרוק אז די פעדער איז צו ארום צו באשרייבן, ווייל ס'איז טאקע צו ארום.)
מיום שנברא העולם איז נישט אראפגעקומען אזוי סאך כעס אין איין מינוט, גארענטירט. אויב האב איך געמיינט אז ביז יעצט איז ער געווען רויט האב איך מיר גראב טועה געווען, רויט ווי א בוריקע איז ער געווען! זיין גרומאסן אויפן פנים איז געווען בכוח צו הרג'נען א עלעפאנט. איך וויל נישט דא אויסרעכענען אלע זיינע קללות, אבער איינער וואס וויל וויסן וויאזוי צו שעלטן זאל נעמען ביי אים סמיכה. וליהודים היתה אורה ושמחה... א נקמה אינעם דייטש...

דאס איז פשט אין דער פסוק, הללו את ה' כל גוים. דוקא דער גוי זאל דאנקען, ווייל ער ווייסט וואס ער האט געפלאנט אויף דעם איד, דאגען דער איד האט ניאמאל א אנונג פון וואס דער בורא האט אים באהיטן...
די האסט א מעכטיגע פעדער!! די דארפסט שרייבען מער אויף אינזער וועלטיל!!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 4:06 pm

א לייק האסטו פארגעסן צו געבן... :?: :?: :?:
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך האב געלייקט פאר די תוכן
און א תגובה פאר די שפראך
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
הצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:07 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלחה »

בוטשער האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 3:41 pm
אז מען רעדט שוין פון דרייוועי'ס, וועל איך מיטיילן א אינטרעסאנטע עפיזאד.
...
:lol: :lol: :lol:
אייזן!
הצלחה
אוועטאר
הצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:07 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלחה »

איך האב אמאל געהאט אן עקספיריענס אין בארא פארק

איך האב האב געפארקט ביי א דריי פאכיגע דרייוועי וואס איז נישט עטטעטשט צי א הויז עס איז האלב איינגעפאלן אין ווערט זיכער נישט באנוצט פאר א קאר אפשר סטארידזש
איך האב זוכה געווען צי סטיקערס אויף פיר ווינדאויס צישניטן מיט א זשילעט!
הצלחה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בוטשער האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 3:41 pm
דאס איז פשט אין דער פסוק, הללו את ה' כל גוים. דוקא דער גוי זאל דאנקען, ווייל ער ווייסט וואס ער האט געפלאנט אויף דעם איד, דאגען דער איד האט ניאמאל א אנונג פון וואס דער בורא האט אים באהיטן...
לעושה נפלאות גדולות לבדו
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 2:44 pm
פונקט זונטאג געפארקט צווישן א פאמפ אין א דרייוועי ( א אומלעגאלע, קאנפירמיד אויף די סיטי סייט) און כ'האב מיר א טראפקעלע אריינגעשטעקט כדאי צו זיין אפגעריקט פינעם פאמפ גענוג, די נעקסטע ציפרו איז מיין ווינדשיעלד געוועהן באגאסן מיט מיסט,

עס טוט מיר וויי ווי סעלפיש אידן קענן זיין, און מען רעדט דא פין א פופציגע יעריגע איד...
דער ווייסט נישט פין זיכן פארקינג , דער ווייסט נישט פין אלטערנעיט סייד, אבער אים שטערט אז עס איז אים א טראפקעלע שווער זיך ארויסצוזעהן פין זיין דרייוועי וואס ער האט אוועקגעגזלט פינעם ציבור,
מאנכע בעלי בתים וועלן טענהן אז זיי צאלן שווערע שטייערן דערפאר.. עס איז שקר! רוב דרייוועיס אין ב"פ זענן אומלעגאל! יעדער קען עס טשעקן..
ווי קען מען קאנפירמען אז ס'איז נישט לעגאל?

און אפילו טאמער יא, אפשר האט יענער לעצטענס עס געמאכט לעגאל און ס'נאכנישט אפדעיטעד אנליין?
וקול התור נשמע בארצנו
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”