רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זצ"ל - ו' ניסן תש"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זצ"ל - ו' ניסן תש"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

שפעטער איז די רבי נתקרב געווארן צו זיין רבו מובהק הרה"ק ר' צבי אלימלך שפירא בעל צבי לצדיק זי"ע, וואס האט אים ליב געהאט אהבת נפש ( אינטערסאנט אז ער איז אוועק א טאג נאך די הילוליא פון זיין רבין )
און זיך איינמאל אויסגעדריקט אויפן רבין אז דער בחור פרעגט מיך שאלות עמוק עמוק בעבודת השם וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת סימא ע"ה, בת הגה"ק רבי יצחק הכהן כ"ץ אב"ד ארץ ישראל שטיבל בבודאפעסט זצ"ל.

נאך די חתונה האט די רבי געוואוינט אין פעסט פאר א שטיק צייט, און ער האט פארציילט אז ער האט געדארפט גיין א שעה יעדן טאג ביז די מקו' און א שעה צוריק, און ער האט געזאגט "די פעסטער גאסן האבן מיך מער מטהר געווען ווי די מקו' אליינ'ס" ווייל ער האט געברויכט האבן שמירת עניים אויף די גאסן דארט, און ער האט איינמאל געזאגט פארן איידעם הרה"ק בעל דברי אמונה זי"ע, "מעולם לא נכשל בראיה אסורה אפילו בשוגג".

ער האט שוין יונגערהייט עוסק געווען צו מפרסם זיין דעם בורא עולם אין די וועלט.

דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף זיך אז די נשמה פון א איד קומט אראפ אויף די וועלט מיט איין תכלית,
צו מפרסם זיין דעם באשעפער'ס נאמען אויף די וועלט און מלחמה האלטן מיטן יצר הרע, און דער שטן האט דאס נישט געקענט אויסהאלטן האט ער געפויעלט אין הימל אז ער זאל זיין א חלש זיין גאנץ לעבן און נישט קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש.

די רבי איז טאקע זיין גאנץ לעבן געווען א חלש און דערפאר נישט געקענט ארויסגעבן זיין הייליגען ספר טהרת הקודש בחייו.
איינמאל איז ער אזוי שטארק קראנק געווארן אז די דאקטוירים האבן אויפגעגעבן אים צו קענען העלפן, און די רבי האט דאן געזאגט אז דער שטן פארלייגט זיך אז ער זאל נישט קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש.

אבער דאן האט ער געזאגט,
"א כפרה דעם גאנצן גוף פאר איין דרך אין עבודת השם",
ער האט גענומען אלע מעדעצינען און ארויס געווארפן און זיך מחזק געווען און אמונה אינעם בורא עולם, און ער איז טאקע געזונט געווארן.
זיין אמונה בשם איז געווען גאר גרויס, ער האט פון דעם אייביג גערעדט און אריינגעשיינט אין אידן די אמונה פשוטה אינעם גרויסן באשעפער.

איינמאל האט ער פארלוירען זיינע גלעזער און געהייסן דעם גבאי ער זאל דאס זיכן.

ווען דער גבאי איז צוריק געקומען האט ער געזעהן אז די רבי האט שוין די גלעזער, האט אים די רבי געזאגט מיט א פשטות, איך האב געזאגט פארן באשעפער,
די ווייסט דאך ווי די גלעזער ליגט און די קענסט דאס צוריק ברענגען פאר מיר, בעט איך דיר איך וויל דיך דינען און איך ברויך האבן די גלעזער צו קענען טון דיין רצון, העלף מיר איך זאל עס טרעפן, און גלייך נאך די תפלה האב איך געטראפן די גלעזער אויפן טיש.

ער האט קודם געוואוינט אין שטאט סאטמאר, און בשנת תרצ"ו איד ער אריבער צו די שטאט בערעגסאז, און דארט האבן די חסידי מונקאטש מייסד געווען א חברת דרכי תשובה,
און הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע, פלעגט קומען יעדעס יאר צום סיום הש"ס פון די חבירה.
הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע האט מוראדיג מקרב געווען דעם רבין און געשיקט זיינע חסידים זאלן גיין זיך מסתופף זיין ביי דעם צדיק.

ווען איינע פון די חסידים פון בערעגסאז פלעגן קומען קיין מונקאטש פלעגט זיך דער מנחת אלעזר נאכפרעגן וואס מאכט דער בעל שומרי אמונים, און נאך די ימים נוראים האט ער געוואלט וויסן ווי אזוי די הייליגע טעג זענען דורך ביים שומרי אמונים.
אויך ווען דער בעל שומרי אמונים איז איינמאל געקומען צו מנחת אלעזר זי"ע אויף שבת האט ער געגעבן פאר אים שישי, א זאך וואס ער האט פאר קיינעם אנדערש נישט געטון.
לעצט פארראכטן דורך מרגלא בפומיה אום דינסטאג מארטש 28, 2023 5:09 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זצ"ל - ו' ניסן תש"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

אויך פלעגט ער פארן צו אסאך צדיקי הדור און פון יעדן גענומען זייער דרך אין עבודת השם,
שבת פרה פלעגט ער פארן בצל קדשו פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מויזניץ זי"ע.

בשנת תרצ"ב איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און דארט האט ער אנגעהויבען צו בויען זיין חבורת קודש, און זקני ירושלים וואס האבן געזעהן זיין גדלות און תורת הנגלה והנסתר זענען זיך געקומען מדבק זיין אין אים,
מען האט אים געוואלט דארט אויפנעמען אלס א רבי, אבער ער האט געזאגט אז ער וויל ענדערש האבן א ישבה מיט תלמידים וואס ער זאל קענען אין זיי אריינלייגען תורה ועבודה.

ער האט טאקע געהאט גאר אסאך בחורים און אפילו עלטערע אידן וואס האבן זיך מדבק געווען אין אים און ער האט זיי געלערנט א דרך אין עבודת השם מיט אמונה פשוטה און התלהבות דקדושה.

אויך האט ער אסאך משפיע געווען מיט זיין עבודת התפלה וואס איז געווען מיט א אש דקדושה. און בפרט האט ער אסאך אריינגעארבעט איבער דאס ענטפערן אמן, און טאקע דערפאר האט ער א נאמען געגעבן פאר זיין חבורה " שומר אמונים " צוליב די פסוק " פתחו שערים ויבא גוי צדיק שומר אמונים - אל תיקרי שומר אמונים אלא שאומרים אמן "

אויך האט ער דארט אסאך גערעדט פון די ווינט וואס האט דאן געהערשט אין א"י פון די טומאת הציונות אז א ערליכע איד ברויך זיין אפגעשיידט פון זיי ווייל דאס איז קעגן די תורה.

הרה"ק האמרי חיים זי"ע,
האט פארציילט אז ער געדענקט איינמאל ווען די רבי איז געקומען באזוכען דעם טאטן דער אהבת ישראל זי"ע, און די טאטע האט געזעהן פונעם פענסטער אז די רבי קומט איז ער אים קעגן געלאפן און מקבל פנים געווען מיט א געוואלדיגע שמחה.

אויך פארציילט הרה"ק רבי מרדכי מוויזניץ מאנסי זי"ע,
אז ווען מען האט שבת קדוש גענדיגט דאווענען און דער עולם איז אריבער ווינטשן גוט שבת, האט די רבי אויסגערופען צום הרה"ק בעל שומרי אמונים זי"ע, הויעך אויפן קול ׳גוט שבת’ כדי ער זאל זיך נישט דארפן מטריח זיין צו קומען צו אים ווינטשן גוט שבת, וואס דאס פלעגט ער נישט טון פאר קיינעם.

בשנת תש"ד אינמיטן די צווייטע וועלט מלחמה זענען שוין די נאציס געווען ביי מצרים און מען האט זייער מורא געהאט אז זיי וועלן אנקומען קיין א"י, זענען דאן דריי צדיקים ארויס געגאנגען צום הר הזיתים צום קבר פונעם אור החיים הקדוש זי"ע צו איינרייסען פאר תושבי ארץ ישראל, און די זענען געווען די דריי צדיקים, הרה"ק ר' שלמ'קע מזוויהל זי"ע,
והרה"ק בעל שומרי אמונים זי"ע,
והרה"ק ר' ישראל מהוסיאטין זי"ע און מעורר רחמים געווען אויפן מצב.

ווען מען איז צוריק געקומען האט הרה"ק מהוסיאטין זי"ע, געזאגט ער איז מובטח אז דער רשע וועט נישט אנקומען קיין ארץ ישראל, ווען מען האט אים געפרעגט פון ווי ער איז אזוי מובטח האט ער געזאגט אז בשעת זיי האבן דארט מתפלל געווען האט ער געזעהן די שם ה-ו-י-ה לייכטען אויפן קבר פונעם אור החיים הקדוש זי"ע, און דאס איז א סימן אז מען האט אויסגעפויעלט א ישועה.

ער האט איבער געלאזט הייליגע ספרים.
ספר שומרי אמונים,
ספר טהרת הקודש,
ספר שלחן הטהור,
ספר נועם הלבבות,
אסיפת מכתבים,
תקנות והדרכות.

ער האט איבער געלאזט נאך זיך זיינע קינדער,
כ"ק מרן אדמו"ר רבי אברהם חיים ראטה זצ"ל, אדמו"ר משומרי אמונים,
חתנו, כ"ק אדמו"ר רבי אברהם יצחק הכהן קאהן זצ"ל, אדמו"ר מתולדות אהרן.

צווישן זיינע אייניקלעך ציילן זיך האדמורי"ם מתולדות אברהם יצחק, תולדות אהרן, נחלת אהרן, מבקשי אמונה, שומר אמונים אשדוד, קרית גת, ירושלים, בני ברק, לעלוב ב"פ רבי דוד'ל, דעעש בני ברק, נעשכיז אשדוד.

במשך דעם ווינטער האט דער רבי כמה פעמים געזאגט אז ער וויל אנהייבן א פרישע דרך אין עבודת השם וואס דאס וועט אים ברענגען נענטער צום הייליגען באשעפער, אבער ליידער האט די וועלט נישט זוכה געווען אז דער צדיק זאל נאך בלייבען אויפן עולם השפל און משפיע זיין פון זיין קדושה.

נסתלק לגנזי מרומים והחזיר נשמתו הטהורה ליוצרו
ביום ו' ניסן תש"ז.
ומנוחתו כבוד איז אויפן הר הזיתים אין ירושלים.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זצ"ל - ו' ניסן תש"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ער האט אויך געווייקט א שיין שטיקל צייט ביים פריעדיגע בעלזער רב זי"ע אין מונקאטש...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זצ"ל - ו' ניסן תש"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

שלחן הטהור להרה"ק רבי אהרן ראטה זצ"ל דפוס ראשון נדפס בעיר סאטמאר עם הסכמות גדולי הצדיקים - בעל חקל יצחק מספינקא - בעל דברי יואל מסאטמאר- בעל אהבת ישראל מוויזשניץ - רבי יוסף חיים זאנענפעלד - רבי מנחם נחום מרחמסטריווקא - בעל קרן לדוד מסאטמאר ועוד

s-l1600 (1)2.jpg
s-l1600 (1)2.jpg (181.56 KiB) געזען 474 מאל
s-l1600-.jpg
s-l1600-.jpg (217.6 KiB) געזען 474 מאל
s-l1600 (1).jpg
s-l1600 (1).jpg (185.76 KiB) געזען 474 מאל
.
לעצט פארראכטן דורך derech eretz אום דינסטאג מארטש 28, 2023 11:55 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זצ"ל - ו' ניסן תש"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

עוד
s-l1600.jpg
s-l1600.jpg (106.83 KiB) געזען 473 מאל
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זצ"ל - ו' ניסן תש"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

derech eretz האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 11:49 am
שלחן הטהור להרה"ק רבי אהרן ראטה זצ"ל דפוס ראשון נדפס בעיר סאטמאר עם הסכמות גדולי הצדיקים - בעל חקל יצחק מספינקא - בעל דברי יואל מסאטמאר- בעל אהבת ישראל מוויזשניץ - רבי יוסף חיים זאנענפעלד - רבי מנחם נחום מרחמסטריווקא - בעל קרן לדוד מסאטמאר ועוד

s-l1600 (1)2.jpgs-l1600-.jpgs-l1600 (1).jpg.
אינטערעסאנט צו זעהן ר' יוסף חיים זיך אונטערשרייבן 'חיים יוסף'

איך האב אמאל געהערט א עלטערן רב איהם רופן אזוי, כ'האב געמיינט עס איז א טעות

איינער האט מער אינפאו?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובה דורך גלאזער »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 12:04 pm

אמאל זענען 2 נעמען געווען interchangeable [אויסטוישבאר בלעז]
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זצ"ל - ו' ניסן תש"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

מומחה יוחס האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 8:44 am
ער האט אויך געווייקט א שיין שטיקל צייט ביים פריעדיגע בעלזער רב זי"ע אין מונקאטש...
רבו מובהק איז געווען די צבי לצדיק אבער געווען טאקע שטארק דבוק אין בעלזא, די מהרי"ד האט אים זייער מחשיב געווען, נאך אלץ בחור פלעגט ער פארן קיין בעלזא, ס'איז געווען אפילו א פלא אין בעלזא אז די רב איז אזוי מכבד דעם יונגן בחור ער האט זוכה געווען צו א שטארקע התקרבות אין בעלזא
ער פלעגט זאגן צו קוקן אינעם צורה פונעם מהרי"ד איז מסוגל אויף יראת שמים, און אז אין בעלזא איז א בחינה פון יראה און אין בלאזוב איז א בחינה פון אהבה
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זצ"ל - ו' ניסן תש"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

גלאזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 1:23 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 12:04 pm
derech eretz האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 11:49 am
שלחן הטהור להרה"ק רבי אהרן ראטה זצ"ל דפוס ראשון נדפס בעיר סאטמאר עם הסכמות גדולי הצדיקים - בעל חקל יצחק מספינקא - בעל דברי יואל מסאטמאר- בעל אהבת ישראל מוויזשניץ - רבי יוסף חיים זאנענפעלד - רבי מנחם נחום מרחמסטריווקא - בעל קרן לדוד מסאטמאר ועוד

s-l1600 (1)2.jpgs-l1600-.jpgs-l1600 (1).jpg.
אינטערעסאנט צו זעהן ר' יוסף חיים זיך אונטערשרייבן 'חיים יוסף'

איך האב אמאל געהערט א עלטערן רב איהם רופן אזוי, כ'האב געמיינט עס איז א טעות

איינער האט מער אינפאו?
אמאל זענען 2 נעמען געווען interchangeable [אויסטוישבאר בלעז]

אינטערעסאנט, ברויך א מקור
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זצ"ל - ו' ניסן תש"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 2:37 pm
גלאזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 1:23 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 12:04 pm
derech eretz האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 11:49 am
שלחן הטהור להרה"ק רבי אהרן ראטה זצ"ל דפוס ראשון נדפס בעיר סאטמאר עם הסכמות גדולי הצדיקים - בעל חקל יצחק מספינקא - בעל דברי יואל מסאטמאר- בעל אהבת ישראל מוויזשניץ - רבי יוסף חיים זאנענפעלד - רבי מנחם נחום מרחמסטריווקא - בעל קרן לדוד מסאטמאר ועוד

s-l1600 (1)2.jpgs-l1600-.jpgs-l1600 (1).jpg.
אינטערעסאנט צו זעהן ר' יוסף חיים זיך אונטערשרייבן 'חיים יוסף'

איך האב אמאל געהערט א עלטערן רב איהם רופן אזוי, כ'האב געמיינט עס איז א טעות

איינער האט מער אינפאו?
אמאל זענען 2 נעמען געווען interchangeable [אויסטוישבאר בלעז]

אינטערעסאנט, ברויך א מקור
א מציאות דארף נישט קיין מקור..
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זצ"ל - ו' ניסן תש"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זצ"ל - ו' ניסן תש"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

ווי קען מען ליינען די תקנות והנהגות און די צוואה?
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re: רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זצ"ל - ו' ניסן תש"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

מרגלא בפומיה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 4:45 am
שפעטער איז די רבי נתקרב געווארן צו זיין רבו מובהק הרה"ק ר' צבי אלימלך שפירא בעל צבי לצדיק זי"ע, וואס האט אים ליב געהאט אהבת נפש ( אינטערסאנט אז ער איז אוועק א טאג נאך די הילוליא פון זיין רבין )
און זיך איינמאל אויסגעדריקט אויפן רבין אז דער בחור פרעגט מיך שאלות עמוק עמוק בעבודת השם וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת סימא ע"ה, בת הגה"ק רבי יצחק הכהן כ"ץ אב"ד ארץ ישראל שטיבל בבודאפעסט זצ"ל.

נאך די חתונה האט די רבי געוואוינט אין פעסט פאר א שטיק צייט, און ער האט פארציילט אז ער האט געדארפט גיין א שעה יעדן טאג ביז די מקו' און א שעה צוריק, און ער האט געזאגט "די פעסטער גאסן האבן מיך מער מטהר געווען ווי די מקו' אליינ'ס" ווייל ער האט געברויכט האבן שמירת עניים אויף די גאסן דארט, און ער האט איינמאל געזאגט פארן איידעם הרה"ק בעל דברי אמונה זי"ע, "מעולם לא נכשל בראיה אסורה אפילו בשוגג".

ער האט שוין יונגערהייט עוסק געווען צו מפרסם זיין דעם בורא עולם אין די וועלט.

דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף זיך אז די נשמה פון א איד קומט אראפ אויף די וועלט מיט איין תכלית,
צו מפרסם זיין דעם באשעפער'ס נאמען אויף די וועלט און מלחמה האלטן מיטן יצר הרע, און דער שטן האט דאס נישט געקענט אויסהאלטן האט ער געפויעלט אין הימל אז ער זאל זיין א חלש זיין גאנץ לעבן און נישט קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש.

די רבי איז טאקע זיין גאנץ לעבן געווען א חלש און דערפאר נישט געקענט ארויסגעבן זיין הייליגען ספר טהרת הקודש בחייו.
איינמאל איז ער אזוי שטארק קראנק געווארן אז די דאקטוירים האבן אויפגעגעבן אים צו קענען העלפן, און די רבי האט דאן געזאגט אז דער שטן פארלייגט זיך אז ער זאל נישט קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש.

אבער דאן האט ער געזאגט,
"א כפרה דעם גאנצן גוף פאר איין דרך אין עבודת השם",
ער האט גענומען אלע מעדעצינען און ארויס געווארפן און זיך מחזק געווען און אמונה אינעם בורא עולם, און ער איז טאקע געזונט געווארן.
זיין אמונה בשם איז געווען גאר גרויס, ער האט פון דעם אייביג גערעדט און אריינגעשיינט אין אידן די אמונה פשוטה אינעם גרויסן באשעפער.

איינמאל האט ער פארלוירען זיינע גלעזער און געהייסן דעם גבאי ער זאל דאס זיכן.

ווען דער גבאי איז צוריק געקומען האט ער געזעהן אז די רבי האט שוין די גלעזער, האט אים די רבי געזאגט מיט א פשטות, איך האב געזאגט פארן באשעפער,
די ווייסט דאך ווי די גלעזער ליגט און די קענסט דאס צוריק ברענגען פאר מיר, בעט איך דיר איך וויל דיך דינען און איך ברויך האבן די גלעזער צו קענען טון דיין רצון, העלף מיר איך זאל עס טרעפן, און גלייך נאך די תפלה האב איך געטראפן די גלעזער אויפן טיש.

ער האט קודם געוואוינט אין שטאט סאטמאר, און בשנת תרצ"ו איד ער אריבער צו די שטאט בערעגסאז, און דארט האבן די חסידי מונקאטש מייסד געווען א חברת דרכי תשובה,
און הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע, פלעגט קומען יעדעס יאר צום סיום הש"ס פון די חבירה.
הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע האט מוראדיג מקרב געווען דעם רבין און געשיקט זיינע חסידים זאלן גיין זיך מסתופף זיין ביי דעם צדיק.

ווען איינע פון די חסידים פון בערעגסאז פלעגן קומען קיין מונקאטש פלעגט זיך דער מנחת אלעזר נאכפרעגן וואס מאכט דער בעל שומרי אמונים, און נאך די ימים נוראים האט ער געוואלט וויסן ווי אזוי די הייליגע טעג זענען דורך ביים שומרי אמונים.
אויך ווען דער בעל שומרי אמונים איז איינמאל געקומען צו מנחת אלעזר זי"ע אויף שבת האט ער געגעבן פאר אים שישי, א זאך וואס ער האט פאר קיינעם אנדערש נישט געטון.
איינער מיט מער פרטים אויפף רבי'נס שווער ?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זצ"ל - ו' ניסן תש"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ספר הרבי הקדוש
מי יודע פרטים על המוציא לאור ספר זה דוד רוזן
אטעטשמענטס
592.jpg
592.jpg (68.96 KiB) געזען 60 מאל
591.jpg
591.jpg (117.85 KiB) געזען 60 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זצ"ל - ו' ניסן תש"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

איינער ווייסט צו זאגן קלאר וועלכע יאר ער׳ט חתונה געהאט?
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”