סאטמאר ראדני אמאל און היינט

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, שיין.

פון די שוויץ האסטו פארגעסן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:מיללער, שיין.

פון די שוויץ האסטו פארגעסן.


לייען איבער:
די שטיבלעך אונטן, חדר ג' איז געווען א שטיבל צום דאווענען אבער אויך אן עקסטענשאן צו די מקוה אין ביזי זמנים, די מקוה זעלבסט מיט ר' משה אפרימ'ען, די ריזיגע קעמליך און נעגל שניידערס אנגעבינדן אויף שעלפס וואס הענגען פון די ווענט מיט טשעינס, לעכעריגע האנטוכער וואס נעמען צוויי דערפון איז געווען פון די הארבסטע ראדני עבירות, דער שוויץ און די קולות פרייטאג נאכמיטאג, ר' מרדכי פאלאטשעק מיטן שטעקן "טובל'ען און ארויס", די עלטערע אידן ערנערן זיך אין בור, אוי די שווארץ/ווייסע ביהכ"ס דארט נעבן די שויערן מיט סטעינלעס ווענטליך און שוויציגע פלאשערס....
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אהא, חטאתי וכו'

וועט איר דאך געוויס זאגן רבוש"ע פאר קר"ש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מיללער האט געשריבן:איי ראדני, ראדני, דארטן ווי איך האב מיינע קינדערישע יארן פארבראכט, זענט איר אמאל געווען אין ראדני?

אריינקומענדיג אין ביהמ"ד מצד דרום איז געשטאנען א האלצערנע שאנק דארט זענען געליגן די שבת'דיגע סידורים פאר די אידן מיט זיצן אויף די העלפט בית המדרדש, די גאר אלטע ברוינע לענגלעכיגע מיט א שטארקן סטעיפל און א דינע צוריסענע פאפירענעם דעקל (שפעטער האט מען דאס נאר אפירגענומען אין א יומא דפגרא), נאכהער זענען געווען די נייערע מער סקווער-סידורים אלע קאלירן; ברוינע בעיקר, בלויע און רויטע אויך, און אויך די ווייסע מיט די אכזריות'דיגע סטעיפל וואס האט פארמאכט דעם סידור מיט א ווילדקייט, נאר א דיקער שווארצער חומש מקראות גדולות נדבת רבי מאיר ישראל ורבי נפתלי "שנדבו מאה זאץ חומשים" דאס האט אראפגעהאלטן דעם סידור.

דער פאליש וואנט איז נישט געווען ריקעוודיג נאר הערמאטיש פארבויעט, אידן האבן געהאט מקום קבוע'ס ביים דאווענען אפי' שטיי-פלעצער, עס געדענקט זיך ווי היינט די צוויי בחורים זקנים וואס האבן געהאט זייער מקום קבוע אויף די שטיגן הארט ביים אריינקומען אויף דרום זייט.

בית שני איז נאך געווען א הויף מיט א שטיבל (שוין דערמאנט) אינעם קליינעם הייפל איז מען ארויס צו יזכור און געקוקט וואס דאס מנין אין אמשינוב האלט, אויך זענען צוויי פארענטשעס געווען דארט סטאנציאנירט. ווען קיין באווארפן איז נישט געווען האבן די אינגלעך דארט פארבראכט ביים ליינען.

בית קויפמאן קומה ראשון ושני, א באזונדערן חן, די פילע נשמה'ליך וואס האבן דארט געהאט זייער אכסניא, אברהמ'לע שטיינמעץ, איי האט ער געפירט דארט זיין מלוכה, די ביהכ"ס נאך נענטער צום טיר אויף די אנדערע זייט פון שפעטער, א קליינעם סינק אוטער די שטיגן, די שטיגן זעלבסט אויף ארויף מיט די שטיבל אויבן, א מין אנטיק, דארט אויבן האט ר' יעקב נחמי' ואחיו ר' וואלף געהאט זייער שיעור מיט שאר בשרם ר' וואלף ב"ר שיע הערש, ועוד ועוד.

א באנק איז געלאפן אן א רוקן אויף גאנצן לענג פונעם דרום און צפון וואנט, אויף די וואנט זענען געווען סטיקערס פאר די אידן וואס האבן געדינגען די זיצן פאר די הייליגע טעג, איבערן יאר האבן די אינגלעך דארט געשפילט "בענדל - איבערנעמען" און אויפגעגעסן די קאצקע ציקערליך און ראזשינקעס (נישט קיין גאנץ פעקל - א פאר שטיקלעך געמישט מיט פארוועלקטע פאפקארן און צודריקטע פרעצל) פון די באווארפן פעקליך, באווארפן חזקות נאר קינדער ממשפחת ... האבן געהאט זייערע פלעצער אויפן באנק, די איבריגע זענען געשטאנען אויף די שטיגן און געלאפן פון איין זייט צום אנדערן ווען די פרויען האבן געווארפן מצד השני "אינגעלע, גיב מיר א פעקעלע" שרייט יאנקל משה מיטן באסאווע שטימע, און ר' מרדכי לייבלער שפאצירט ארום דאס ס'מעדרעש מיט פארגלייזטע אויגן און א נישט-ניכטערן שמייכל.

דער פאליש מנין שבת ביים ליינען, הרב פישער ע"ה דער גבאי (שפעטער אויך פאנדרעיזער פאר חברה תהלים) דארט אין פאליש ביים ליינען האט געהערשט א געדרענג, נישט ווייניגער ווי אונטן ביי "רבי יעקל, א קעיקל" האלטנדיג די האנט צו קענען באקומען א פאר בראוני ברעקעליך פון ר' יעקל'ען.

די כהנא שטיבלעך אויבן, א סוגיא פאר זיך, די שיעורים דארט פון רבי שמואל זאנוויל, דער איד הרב וועזעל וואס טיילט פיינע טייע מיט עכטע לימאנע אריינגעדרוקט, אויך א ביהכ"ס מיט אלטע סינקס דארט אויבן מאחורי השטיבלעך, און א פריזשידער ביים אנקומען אויבן פאר די פינקע פנחס מיילעך ספאנדש קעיקס, היו ימים.

די שטיבלעך אונטן, חדר ג' איז געווען א שטיבל צום דאווענען אבער אויך אן עקסטענשאן צו די מקוה אין ביזי זמנים, די מקוה זעלבסט מיט ר' משה אפרימ'ען, די ריזיגע קעמליך און נעגל שניידערס אנגעבינדן אויף שעלפס וואס הענגען פון די ווענט מיט טשעינס, לעכעריגע האנטוכער וואס נעמען צוויי דערפון איז געווען פון די הארבסטע ראדני עבירות, דער שוויץ און די קולות פרייטאג נאכמיטאג, ר' מרדכי פאלאטשעק מיטן שטעקן "טובל'ען און ארויס", די עלטערע אידן ערנערן זיך אין בור, אוי די שווארץ/ווייסע ביהכ"ס דארט נעבן די שויערן מיט סטעינלעס ווענטליך און שוויציגע פלאשערס....

הויכע אלטע נעפ-מענשאן בענק אונטערן באלעמער דארט האט ר' יעקב משה געטיילט שמאלץ-הערינג ביי של"ס, קינדער האבן נאר באקומען צוויבל און אויך נישט מער ווי צוויי רעפטליך דוקא אויף א שלש סעודות בילקעלע, וואס איז געווען א קליין רינדעכיג טיייגעלע האלב געבאקן און רבי יחזקאל דער שמש ואחריו הי"ד יבלחט"א רבי שלמה טיילן אויס קאצקע געפילטע פישלעך, וואס יעדע קאצקעלע פאר זיך איז געווען קליין ווי טל ומטר אין א קליין סידורל ניטאמאל א פאר-ברכה האט מען געקענט מאכן דערויף.

די לעכעריגע פארקעי געאייגנט צו פארלירן קאגעליך, די פלאר וואס מען "אוילט" פאר פסח און פנחס מיילעך שטעלט ארויס שרייעדיגע ווארענעונגען דערוועגן, "אכטונג! די פלאר איז געאוילט!" איי איז דאס געווען אן הכנה צו פסח, גענוי ווי די צומאכערס ביי די עקן פון די בענק אלס הכנה צו די ימים נוראים.

ראדני, ראדני, ווען דיינע ווענט קענען דערציילן וואס דו האסט שוין אלס געזעהן, אנגעזאפט מיט זכרונות, נאסטאלאגיע! מי יתננו ירחי קדם

(הרבה נשאר בהקולמוס ועוד חזון)

איי מיללער מיללער, אזא נאסטאלגיע
על אף וואס איך האב נישט געוואוינט אין וויליאמסבורג פון די שפעטערע קינדער'ישע יארן, זענען אבער געבליבן די אלע זכרונות פון די שיינע שבתים און ימים טובים ווען מען האט ביים רבין פארבראכט, די הערמעטיש פארמאכטע געיט ארויפצוגיין צו די קידושים וואס מען האט נאר געעפענט נאכן דאווענען, די קאווע אונטן וואס איז געווען א חכמה כמזיגת כוס צו קענען צולייגן מילך און עס נאך קענען טרינקען, מיר ליגט אין זכרון פארנעפלט אז פרייטאג צונאכטס ערגעץ ביי לכו נרננה פלעגט דער שמש (צו א צווייטער) יעדע וואך אראפציען די גרויסע לאנגע ווינדאו שעיד אויף מזרח וואנט, נאך איינער געדענקט עס? איך האב עס געזען כמ"פ נישט נאר איין מאל, בין איך נייגעריג צו דאס איז געווען עפעס א מנהג? כ'מיין מ'האט עס נישט אראפגעצויגן די זון זאל נישט אריינשיינען, אבער אזוי האב איך געזען מ'פלעגט טון
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

הא הא הא! אוי 'מילער' די ברענגסט מיר אויף הערליכע זכרונות, (ביי "הבחורים הזקנים", פלצתי!!), מיט פיל געמישטע געפילן, למשל ווען איך האב נישט געכאפט א פעקעל און מיין שכן אינגעל וואס האבען געהאט די מקומות קבועים האבן געהאט 10 אוי איז דאס געווען נישט בא'טעמ'ט :cry:, ווידעראום ווען איך האב באקומען א שטיקל געפילטע פון ר' יחזקאל שמש אין די שבתים ווען דער ברך משה איז נישט געווען אין ביהמ"ד איז מיין שמחה געווען גרויס :grin: .
און די "קידוש'ים" פון די עלטערע אידן פאר'ן ליינען ביי זייערע פלעצער, אביסל שליוואויץ מיט קאקיס, "אינגעלע דארפסט איינס? נו ווען די האסט אויפטשיין אזו פרי ווי אונז העסטו באקומען עטליכע...".
אדער דער געפאקטער בית מדרש פארן דאווענען, און די געדרענג ביי די קאווע און בית קויפמאן, און דערנאך די קולות פון הכאות באצבע צרדה ביים ליין אונטען ביי די ביה"כ שטיבלך. און איך רעד שוין נישט פון די קאווע פסח פון פנחס מיילך.
אוי און ווער געדענקט נאך די תקנות פונעם ברך משה צו זאגען הודו הגדול און שירה פסוק ביי פסוק אלע וואכען.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

מיללער, מיינע זכרונות הייבט זיך אן שפעטער, זעהט אויס איר זענט אביסל עלטער פון מיר, אבער עכ''ז זענען דא געוויסע זאכן וואס האבן מיר געגעגבן א בענקעדיגע קיצל.
וואס מיינט איר אבער צו זאגן מיט חדר ג' אז עס האט געדינט ווי א עקסטענשאן צו די מקוה אין פארנומענע צייטן?
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

פאליש טירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

הער מיללער זיסע זכרונות!

פון די צעטליך וואס איז געווען אין די גלאז פון די דריי פאליש טירן האסטו פארגעסן?


לויט וויפיל איך געדענק איז איינס געווען אז בחורים טארן נישט דרייווען, די אנדערע איז געווען הר'..., און די דריטע געדענק איך נישט.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בוידעם האט געשריבן:מיללער, מיינע זכרונות הייבט זיך אן שפעטער, זעהט אויס איר זענט אביסל עלטער פון מיר, אבער עכ''ז זענען דא געוויסע זאכן וואס האבן מיר געגעגבן א בענקעדיגע קיצל.
וואס מיינט איר אבער צו זאגן מיט חדר ג' אז עס האט געדינט ווי א עקסטענשאן צו די מקוה אין פארנומענע צייטן?


מען האט געלייגט בענק אין די האלוועי אויף צפון זייט פון די מקוה ביז אינמיטען חדר ג', און מען האט זיך דארט אויסגעטוהן.
ווי אויך פלעגט מען אויפמאכן (מעגליך היינט נאך אויך) א שטיבל אויף דרום מיט נאך א בור טבילה.

און אז מען רעדט שוין פון די מקוה, דערמאן איך זיך, וויאזוי יום הקדוש ביינאכט איז די מקוה (נישט די בור) געווען פיל, מען האט געדארפט כאפן א פלאץ אויף די בענק זיך אויסצולייגן דארט. היינט מייך איך גייט יעדער אהיים שלאפן און די מקוה איז פארשפארט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

יציב פתגם האט געשריבן:די אויסזעהן פון ביהמ"ד הגדול פון שנת תשכ"ט ביז תש"נ

איינער ווייסט פארוואס עס האט בכלל אויסגעפעלט צו איבערדעקן די אמאליגע פארנט ציגל מיט די היינטיגע ווייסע אומ'בא'טעמ'טע אויסשטעל?
אטעטשמענטס
4.jpg
לעצט פארראכטן דורך יציב פתגם אום מאנטאג פעברואר 09, 2015 6:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יציב פתגם האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:די אויסזעהן פון ביהמ"ד הגדול פון שנת תשכ"ט ביז תש"נ

איינער ווייסט פארוואס עס האט בכלל אויסגעפעלט צו איבערדעקן די אמאליגע פארנט ציגל מיט די היינטיגע ווייסע אומ'בא'טעמ'טע אויסשטעל?

ווייל דעמאלטס איז 'מארבעל' געווען זייער הייס, און מען האט געוואלט אביסל אויפרישן דעם ביהמ"ד האט מען דאס אזוי איבערגעצויגען. כנלענ"ד
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מיללער בתפארתו, ווי אין די אלטע גוטע טעג
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אז מען רעדט פון זכרונות
ווי אזוי האט דער רבי זי"ע געקענט ניצען די מקוה אין קנאפ מענשאן?
ציווישען צעלימער מקוה און סאטמער בה"מ איז אין די ביזי סיזען'ס
א געדעכטער טרעפיק
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

נא_שכל האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:די אויסזעהן פון ביהמ"ד הגדול פון שנת תשכ"ט ביז תש"נ

איינער ווייסט פארוואס עס האט בכלל אויסגעפעלט צו איבערדעקן די אמאליגע פארנט ציגל מיט די היינטיגע ווייסע אומ'בא'טעמ'טע אויסשטעל?

ווייל דעמאלטס איז 'מארבעל' געווען זייער הייס, און מען האט געוואלט אביסל אויפרישן דעם ביהמ"ד האט מען דאס אזוי איבערגעצויגען. כנלענ"ד

אדער ווייל שרייבער האט געזעהן צלמים דארט כידוע...
.
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:די אויסזעהן פון ביהמ"ד הגדול פון שנת תשכ"ט ביז תש"נ

איינער ווייסט פארוואס עס האט בכלל אויסגעפעלט צו איבערדעקן די אמאליגע פארנט ציגל מיט די היינטיגע ווייסע אומ'בא'טעמ'טע אויסשטעל?

ווייל דעמאלטס איז 'מארבעל' געווען זייער הייס, און מען האט געוואלט אביסל אויפרישן דעם ביהמ"ד האט מען דאס אזוי איבערגעצויגען. כנלענ"ד

אדער ווייל שרייבער האט געזעהן צלמים דארט כידוע...

אז מ'קוקט גוט אויפן זיגעל טרעפט מען טאקע צוויי צלמים...
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מיללער האט געשריבן:גענוי ווי די צומאכערס ביי די עקן פון די בענק אלס הכנה צו די ימים נוראים
אטעטשמענטס
174.jpg
174.jpg (53.46 KiB) געזען 2974 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

אין די אלטע בית קויפמאן
אטעטשמענטס
200.jpg
200.jpg (127.45 KiB) געזען 2970 מאל
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

איי! איי! זיסע זכרונות!

ווער געדענקט דאס פארקויפן עליות אינדערוואכן, אונטען דורך ר' וויינגארטן און אויבן דורך ר' גליק. ג-ט זאל באהיטן אויב וויינגארטן זאל פארקויפן אויבן און גליק אונטן..

ר' ישעי' קארנבלי איז נישט נאר געווען דער הענדימען נאר אויך דער לאלי מענטש טיילענדיג לאלי'ס יעדער שבת ויו"ט פאר אלע קינדער.

דער קליינער הילצערנעם באנק ביי דעם פאדערשטער ברכת כהנים דורכגאנג ווי שלמה שמש'ס פלעגט זיצן שב"ק צווישן איין שושקע און דער צווייטע.

די טירן (עמערדשענסי עקזיט'ס) וואס נאר טייל זיצן אין די ערשטע רייע פון ברכת כהנים האבן פארמאגט.

דאס ארויסגיין ליינען אין שמש שטיבל אדער אונטן, און דאס ארויסגיין דאווענען מוסף ביי דעם מנין פון ר' תלי גראס אין בית כ"ץ, מיינע ציינער טוען נאך יעצט וויי פון דעם מוסף..
אנפין נהירין
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנפין נהירין »

עס בענקט נאך דעי צייטען אויפגעצויגען אלע קינדערשע יארן אין בעדפארד גארדענס סא עס איז זייער אינטערסאנט אין אימשאנעל, ווער געדענקט דעי יוד וואס פלעגט פארקויפן ספרים אין פאליש אויף די ערשטע טיש גלייך ווי מען קומט אריין, אייביג האט ער געהאט עפעס א גראם צו זאגען, ער האט געהאט א רויטע ווען מיין איך
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

אנפין נהירין האט געשריבן:עס בענקט נאך דעי צייטען אויפגעצויגען אלע קינדערשע יארן אין בעדפארד גארדענס סא עס איז זייער אינטערסאנט אין אימשאנעל, ווער געדענקט דעי יוד וואס פלעגט פארקויפן ספרים אין פאליש אויף די ערשטע טיש גלייך ווי מען קומט אריין, אייביג האט ער געהאט עפעס א גראם צו זאגען, ער האט געהאט א רויטע ווען מיין איך

ר' ... סאקס ע"ה
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

הלשון האט געשריבן:
אנפין נהירין האט געשריבן:עס בענקט נאך דעי צייטען אויפגעצויגען אלע קינדערשע יארן אין בעדפארד גארדענס סא עס איז זייער אינטערסאנט אין אימשאנעל, ווער געדענקט דעי יוד וואס פלעגט פארקויפן ספרים אין פאליש אויף די ערשטע טיש גלייך ווי מען קומט אריין, אייביג האט ער געהאט עפעס א גראם צו זאגען, ער האט געהאט א רויטע ווען מיין איך

ר' ... סאקס ע"ה


ר' יאסל סאקס ע"ה.

זיינע פייערדיגע ברכות קלינגען נאך יעצט אין די אויערן, ער פלעגט צווישן אנדערע כסדר פארקויפן א גורל אויף פארשידענע ווערטפולע זאכן און אריינשרייבן די נעמען פון די וואס האבן געקויפט אין אן אפגעדינטער נאוט בוק.

געדענק איך איינמאל האט ער אויסגעראפעלט א מנורה, און געפרעגט איינעם אויב ער וויל נישט קויפן דעם גורל, האט אים יענער געזאגט אז ער ברויך נישט קיין מנורה ווייל ער האט שוין איינס, זאגט ר' יאסל מיט א באהאלטענע שמייכל 'נו! אפשר וועט איר דאך נישט געווינען'...
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

אז מען רעדט שוין פון פאליש, ווי קען מען פארגעסן די טעגליכע שיעור פונעם דיין אין פאליש וואס צענדליגער עלטערע אידן האבן מיטגעהאלטן.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

און האלטן נאך אלץ מיט לאורך ימים ושנים טובים
רצונינו לעשות רצוניך.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מיללער, האסט מיך אריינגעברענגט דערינען...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פאליש מיט ר׳ איצעלע זארגער, לענעראוויטש, מאיר כהנא (פלאמער), תלי גראס.

די פינקע געווייקטע ספאנדזש קעיק ביי די קידושים דארט אויבן (שוין דערמאנט ווי די אינגלעך האבן זיך געשטופט ביים געיט, און ווי נאר מען האט געעפענט האט גראוויטי געצויגן אויף ארויף און ביז עטליכע מינוט איז קיין דזשינדער קעיל נישט געווען בנמצא פאר א רפואה)

מ׳געדנק מיר ר׳ חעזקל משמש׳ן שרייען ״ס׳עט פליען העטן״... און ס׳געפלויגן.. מ׳געדענק מיר דעם קליינעם ב׳חנ׳טן זקן מר לעבי מיט׳ן מכופל׳דיגן טשין, אויסשרייענדיג שבת ביי די מנחה מנינים אונטן: ״עמעס תורעסייני האקעדוישע והאטויראא״.

די פארשידענע נמוכי רוחא וואס האבן קונה שביתה אין בעיסמענט דארט, נישט ממש פאר אומזיסט, זיי האבן כמובן אונטערגעהאלטן די יוצאין ונכנסין...

די פורניטשור אידן ווי רעבעליע בערקאוויטש, וכדומה וואס האבן געגעסן געפילטע פיש מיט בילקעס ביי יעדע סעודת מצוה ויומה דפגרא...

שבת פארן דאוווענען פלעג דאס בית-מדרש זיין פיל שפרייזענדע תהילים׳זאגענדע אידן, ווען ביי טישן זיצן חבורות עלטערע אידן ווי לערנען אינאינעם מיט א ברען און א קאך, פארטיקולערלי זעה איך פאר די אויגן ר׳ משה האנדלער׳ן ע״ה זיך טענה׳נדיג מיט זיינע חברים איבער א שטיקל וואטעווער.

מ׳האט שוין דערמאנט דא די פלי-מארקעט וואס פלעג זיצן ביים מעריב פון ביהמ״ד צו, אנגעהויבן פון די סיידוואק דורכלויפנדיג די האלוועי אין פאליש ביזן ערשטן טיש אין בעסמעדרעש זעלבסט. אזעלעכע אידן ווי ר׳ שמואל שפיצער יחי׳ ויבל״ח ר הלל גאלדשטיין מטאבאקא, ר׳ יוסל סאקס (פארקויפט ספרים אינא באקס...) מיט זיינע גורלות ועוד ועוד. און צו די גאס צו איגעווען פארשידענע פעדלער וואס האבן פארקויפט מקאלינג קארד ועד שרוך נעל, און אינדערצווישן איבערגעניצטע כפרות כמיין דאבל עי בעטעריס...

איי ווי סבענק צו פינחס מיילעכס געוואלדעס אין נאכמכר צו זיינע גוייים.... גיי רעד צו די יונגווארג.

שוין גענוג פאר יעצט...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

רעדענדיג פון ר' משה הענדלער, האסטו מיר אויפגעברענגט די זכרונות פון עקיבא הענדלער וואס האט כמעט גע'אונט די שפעטע חצות מנינים.
טאג איין טאג אויס איז פארגעקומען טענה'רייען און קולות צי מ'מעג נאך יא דאווענען צי מ'מעג נישט, אזוי איז געווען ביי שחרית ביי מנחה ביז 90 און מעריב 2 אזייגער פארטאגס.

די באווארפן געשריי "אחד יחיד", און די פעקלעך מיט די לענגלעכיגע קוצקע-צוקער און פאפקארן צעשמירט מיט ראזינקעס, איי מיר קינדער האבן זיך באלעקט דערמיט.

די מייזלעך אין די קעסטלעך אויף די בענק.

די לאנגיעריגע שיעור פון ר' שמואל בראך זז"ג אין בית קויפמאן. האלט נאך אן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”