זמירות #1 - ניגוני שלום עליכם

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

זמירות #1 - ניגוני שלום עליכם

תגובהדורך חסדי אבות » זונטאג דעצמבער 28, 2014 10:05 pm

עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פונעם עולם, וועלכע ניגונים מען קען זינגען אויף שלום עליכם. עס זענען פארן פיל ווארעמע און געשמאקע ניגונים, וואס ווערן געזינגען בחצרות קודש. עס וואלט ווערד געווען זיי צוזאמעננעמען אין איין אשכול און האבן דערפון א שיינע ליקוט, אינאיינעם מיט די לינקס וואו מען קען זיי הערן.

מסתמא זינגען רוב מענטשן דא די באקאנטע סאטמארע התעוררות'דיגע תנועה, אנדערע זינגען דער באקאנטער וועלטס ניגון (פון וואו שטאמט עס טאקע?). וואס נאך קען מען זינגען אויף שלום עליכם?

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג דעצמבער 28, 2014 10:14 pm

ס'איז דא א הערליכען ניגון פונעם הייליגען תפארת שלמה וואס כ'זינג כסדר. ס'איז דא אן אלטע טעיפ פון ראדאמסקע ניגונים כ'וועל עס אי"ה ארויף לייגען.
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » זונטאג דעצמבער 28, 2014 10:58 pm

דער סאטמארע שלום עליכם איז נתחבר געווארן דורך ר' בעריש ווישעווער ז"ל.

עס איז דא א גרויסער עולם וואס זינגט דער מוקאטשער שלום עליכם. דאס מיינסטו?
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 1:04 am

גראדע איז דא א סאטמארע ניגון אויף שלום עליכם, אין די וועלט זינגט מען עס אויף ברוך ה' יום יום, שבת אינדערפרי

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 1:07 am

יאך פערזענליך זינג פיר ערליי שלום עליכם'ס ווענט זיך אין די וועטער און אין די גוסטע
מונקאטש
קאסאן
קאשוי (סטראפקוב)
סאטמאר
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 8:46 am

פאפא שלו' עליכם
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 10:06 am

שאינו יודע האט געשריבן:פאפא שלו' עליכם

די פאפא מקור צו דעם ניגון איז, כמדומה, פון מרן הגה"ק הערוגת הבשם זצוק"ל.

די מקור פון ווי דער ערוגת הבשם האט עס גענומען, ווייס איך נישט.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

תגובהדורך דרייסטקייט » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 11:06 am

איינער זאל זיך ביטע מנדב זיין און ארויפגלייגען דוגמאות פון יעדע נוסח אויף קאפי אדער דראפבאקס. איך קען אפאר שלום עליכעמס, אבער איך ווייס דאך נישט וועלכע איז סאטמאר, פאפא, קאסען וכדו'?
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 11:32 am

ר' ירמי' דמן אויף עתיקא קדישא א' זינגט זייער א שיינע שלום עליכם נאכפאלגענדיג מיט א הערליכע נוסח אויף רבון כל העולמים
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 12:17 pm

הלשון האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:פאפא שלו' עליכם

די פאפא מקור צו דעם ניגון איז, כמדומה, פון מרן הגה"ק הערוגת הבשם זצוק"ל.

די מקור פון ווי דער ערוגת הבשם האט עס גענומען, ווייס איך נישט.


מיינע זיידעס, ביידע תלמידי הויגד יעקב, האבן עס געזונגען, ווייזט זיך אויס אז ער האט אריינגעלייגט אן עבודה דערין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 12:44 pm

דרייסטקייט האט געשריבן:איינער זאל זיך ביטע מנדב זיין און ארויפגלייגען דוגמאות פון יעדע נוסח אויף קאפי אדער דראפבאקס. איך קען אפאר שלום עליכעמס, אבער איך ווייס דאך נישט וועלכע איז סאטמאר, פאפא, קאסען וכדו'?

הנני מצטרף, עס האט נישט קיין פשט אויסשמועסן נוסחאות, און דער איבריגער עולם האט נישט קיין איינונג וואס מען רעדט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 12:53 pm

יאפין האט געשריבן:ס'איז דא א הערליכען ניגון פונעם הייליגען תפארת שלמה וואס כ'זינג כסדר. ס'איז דא אן אלטע טעיפ פון ראדאמסקע ניגונים כ'וועל עס אי"ה ארויף לייגען.


@יאפין, איר מיינט אפשר דעם ראדאמסק'ער שלום עליכם

שלום עליכם - ראדאמסק

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 12:54 pm

איך פארמאג "גראמען" אויף די פאפא שלום עליכם ניגון. אויב איינער קען מיר אנווייזן ווי אזוי עס ארויפצושטעלן, העלמיר עס בל"נ טוהן שפעטער נאכמיטאג
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

תפוח
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 4:14 pm

תגובהדורך תפוח » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 3:36 pm

יאפין האט געשריבן:ס'איז דא א הערליכען ניגון פונעם הייליגען תפארת שלמה וואס כ'זינג כסדר. ס'איז דא אן אלטע טעיפ פון ראדאמסקע ניגונים כ'וועל עס אי"ה ארויף לייגען.


א דאנק!

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 4:24 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ר' ירמי' דמן אויף עתיקא קדישא א' זינגט זייער א שיינע שלום עליכם נאכפאלגענדיג מיט א הערליכע נוסח אויף רבון כל העולמים


דאס איז א ראפשיצער נוסח

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 5:43 pm

אקעי, ווער עס ווייסט, איך האב זייער ליב קאלעקציעס.

כאטש איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזינגען (און כמעט נישט געהערט זינגען שבת) קיין אנדער ניגון אויסער דעם היימישן סאטמארן שלום עליכם, איז עס מיר אבער היבש אינטערסאנט געווען איצט געוואויר צו ווערן וויפיל ניגונים עס דרייען זיך ארום אויף די הייליגע ווערטער.

ביטע זיך באציען צו די נומערן:

1) אלטע ניגון פון די בתי ראנד קאלעקציע נומער 53
2) אלטע ניגון פון די בתי ראנד קאלעקציע נומער 54
3) אלטע ניגון פון די בתי ראנד קאלעקציע נומער 73
4) אלטע ניגון פון די בתי ראנד קאלעקציע נומער 86
5) אלטע ניגון פון די בתי ראנד קאלעקציע נומער 93
6) אלטע ניגון פון די בתי ראנד קאלעקציע נומער 100
7) אלטע ניגון פון די בתי ראנד קאלעקציע נומער 101
8) אלטע ניגון פון די בתי ראנד קאלעקציע נומער 193
9) ניגון ר' בעריש ווישעווער 1
10) ניגון ר' בעריש ווישעווער 2
11) ניגון סאטמאר המפורסם - געזונגען דורך אייזיק האניג / יאסי גרין
12) ניגון סאטמאר ברוך ה' יום יום תרצ"ד או תרצ"ז (פונעם טעיפ אנעים זמירות 3)
13) ניגון זוועהיל (פונעם טעיפ האר פניך)
14) ניגון ראדאמסק (פונעם טעיפ ניגוני ראדאמסק)
15) ניגון ראפשיטץ (פונעם טעיפ עתיקא קדישא 1)
16) ניגון ווארקע / אמשינוב
17) ניגון שומרי אמונים
18) ניגון בעלז 1 (פונעם טעיפ מזמור שיר ליום השבת)
19) ניגון בעלז 2 (פונעם טעיפ שבת טיש בעלז)
20) ניגון באבוב מזמירות ר' יעקב משה פריעדמאן - געזינגען דורך בנו אברהם פריעד ומשפ'
21) ניגון פונעם טעיפ למה ירדה נשמה פון מאנא ראזענבלום
22) ניגון פאפא (פונעם טעיפ שבת קלעסיקס)
23) ניגון געזינגען דורך חברת שירה (פונעם טעיפ שירה חדשה)
24) ניגון פונעם טעיפ קינדערגארטן לידער
25) ניגון אברהם פריעד
לעצט פאראכטן דורך אליקים געציל אום זונטאג ינואר 04, 2015 12:54 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 5:56 pm

פאר איך וועל מיך באציען צו די נומערן מוז איך באציען צו די קאלעקטאר אליקים
גרעיד דזשאב יישר כח באמת
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 5:57 pm

סביב העולם האט געשריבן:גרעיד דזשאב יישר כח באמת
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 6:01 pm

#22 פון שבת קלעסיקס, דאס איז די שלום עליכם וואס ווערט געזינגען אין פאפא. אבער זיי זינגען בלויז די אנהייב, און דאן גיבן זיי א שפרונג צו אשת חיל

נייגעריג וואס זיי שרייבן אלס די מקור פונעם ניגון.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 6:06 pm

א הערליכע קאלעקציע. כמעט נישטא וואס מוסיף צו זיין.

דאס איז די הערליכע פאפא שלום עליכם ניגון. - וועלט באקאנט

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 6:14 pm

דאכט זיך מיר אז #9 #10 די צוויי פון רבי בעריש ווישעווער
ארבעטען נישט
עכ"פ ביי מיר נישט
אויב מעגליך איבער לייגן
יישר כח
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 6:23 pm

הלשון האט געשריבן:#22 פון שבת קלעסיקס, דאס איז די שלום עליכם וואס ווערט געזינגען אין פאפא. אבער זיי זינגען בלויז די אנהייב, און דאן גיבן זיי א שפרונג צו אשת חיל

נייגעריג וואס זיי שרייבן אלס די מקור פונעם ניגון.


דער מקור פונעם ניגון איז פונעם ערוגת הבושם, אויב איך מאך נישט קיין טעות. אלע תלמידים פונעם ערוגת הבושם און פלעגן זינגען דעם ניגון.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11656
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 7:01 pm

יישר כח אליקים געציל

איך האב אויסגעהערט כמעט אלע, און נישט געפונען דעם ניגון וואס מיין משפחה זינגט...
אויך נישט די ניגון וואס מיין זיידע (פון מיין מאמע'ס זייט) זינגט, יענץ איז מעגליך א מונקאטשער ניגון
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 7:07 pm

אליקים געציל - א'תה ג'און, יישר כח!!!
אויף ריבון כל העולמים איז אויך דא עפעס שיינע זאכן? איך ווייס נאר פון ירמי' דמן'ס דזיקאוו-ראזוואדוב
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

יש דברים בגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 8:42 pm

תגובהדורך יש דברים בגו » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 7:14 pm

אליקים געציל אפשר מאכסטו א קאלעקציע פון סתם שיינע ניגוני שבת קודש וואס לאזט זיך זינגן ביים סעודה


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, אושר עד און 9 געסט