ריכטער-וואגשאהל אויף ערד-ציטערניש שטארקייט

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ריכטער-וואגשאהל אויף ערד-ציטערניש שטארקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אז מ'ליינט אמאל א נייעס איבער אן ערד-ציטערניש באגעגנט מען זיך טיילמאל מיט'ן טערמין "ריכטער-וואגשאהל" וואס באצייכנט דעם שטארקייט פונעם ציטער.
וואספארא סארט דער ריכטער-וואגשאהל איז, איז נישט אזוי אינטערעסאנט, אבער פאלגענד האט איר א היינטיגע באריכט אינעם 'אידישען וועלט' פון אן ערד-ציטערניש אין ניו-זילאנד, ליינט אין האט הנאה:
מאכטפולער ערד ציטערניש באטרעפט געגענט אין נו זילאנד, געמאסטן 7ץ2 אויפן ריכטער שטיל, דערווייל איז נישטא קיין באריכטען איבער טויטע אדער פארוואונדעטע, די ערד ציטערניש האט נישט פאראורזאכט קיין צונאמי אבער די רעגירונג האט עוועקואירט די איינוואוינער פון לעבן באטן צוליבן זארג אז עס וועט נאכקומען. (עי פי)


יעצט אויף מער אן ערנסטען נאטיץ, וועלכער ריכטער רעדט מען דא, איז עס השופט אשר יהיה בימים ההם, דור דור ושופטיו, אדער אן אמאליגער ריכטער פון ווען וועלט איז נאך געווען וועלט?
ניין, דאסמאל איז ריכטער א נאמען פון א פערזאן נישט קיין טיטל (קענסט אים נישט ער איז נישט פון די באקאנטע ריכטער משפחה), מר. טשארלס ריכטער האט מחדש געווען דעם וואגשאהל וואס גייט פון איינס ביז צעהן מעסטענדיג די קראפט פונעם ציטער מיט א געוויסע אינסטראמענט, דער מעסטינג-מעטאד איז געווארן זייער פאפולער אלוועלטליך זייענדיג א גרינגע אין פריינטליכע טערמין פאר נייעס אגענטורען און שרייבערס.
ליינט מער באריכות אין וויקיפידיה

ולקרעטשמע מה זו עושה? ווייל אין קרעמער'ס נאטיץ-ביכל (אין די געדאנקען סעריע) ווערט דערמאנט אויפן ווארט 'ערד-ציטערניש' א טעם אויפן אויסדריק, ווייל כל רואיה, ווער ס'זעהט צו דעם ספעקטאקל פונעם ציטער, יאמר, זאגט גלייך 'ציטער נישט, ציטער נישט!' (נאכדעם מאכט ער די ברכה שכוחו וגבורתו מלא עולם)

דאס זאגט דוד המלך ע"ה, "המביט לארץ ותרעד" איין שטרענגע בליק פונעם רבוש"ע אין ס'ווארפט זיך, מה רבו מעשיך ה'!
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

מיללער,

ס'איז מיר א גרויס פרייד און כבוד אז ענדליך קאמאנטירט שוין איינער אויף מיין נייעס שרייבעריי, וואס זאל איך אייך זאגן, כ'בין נישט קיין שרייבער און נישט קיין זוהן פון קיין שרייבער, אבער מ'פראבירט אביסל, עניוועי, קאנסערניג יור טאפיק, איז אזוי:

מיר ליגט אין קאפ ריכטער שטוהל צו וואט עווער כ'האב געהאט געמאכט ריסורטזש שוין א לאנגע וויילע צוריק איבער די ווארט כ'האב תמיד געוויסט וואס ריכעטער מיינט, אבער כ'אה נישט געקענט זיך דערמאנען צו עס קומט מיט שטוהל צו וואג שאהל, פארדעם ווען כ'האב אלץ באריכטעט א נייעס איבער אן ערד ציטערניש, פלעג איך בלויז שרייבען "געמאסטן אויף 7.2" וכדומה, נעכטן האב איך גענומען דעם ריסק עס אזוי צו שרייבען, סאו כ'וואלט אפרישיעטעד אויב מ'קען מיר זאגן די ריכטיגער אויסדריק וואס צו נוצען.

טעינקס.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מ'שרייבט געווענליך ריכטער וואגשאהל אדער ריכטער מאס.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

טעינקס, מאש.

אגב כ'העט באשטאנען צו הערן אביסל קריטיק און באמערקונגען אויף מיין גאנצער נייעס באשרייבעכץ. ווי נישט ווי איז עס נאר גרינגער צו מאכן פארן עולם, סאו איף עניוואן העס סאמטין טו סעי, פליז דא.

טעינקס עגעין.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

RICHTER SCALE
אויף גריכיש
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיללער;

ווער האט דיר געגעבן רשות אריינצודרינגן אין מיינע געדאנקן?

כ'האב אבער למפרע לכתחלה הנאה געהאט פון דיין געדאנק.

והשתא דאתית להכי, און די זייגער שפילט מיט, העמיר זאגן אז עס איז יא ריכטיג צו נוצן דעם ריכטער שטוהל אויסדרוק, ווייל די גמרא זאגט אין מס' ברכות אז אן ערד ציטערניש ווערט פאראורזאכט דורכדעם וואס דער שופט כל הארץ (ריכטער) געט א קאפע מיט די פיס (כביכול) אויף די ערד וואס איז זיין פיסן-בענקל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מעסטער, אז מ'לעבט דערלעבט מען, אבי ס'קלעיבט!

היינט אינעם אידישען וועלט:

קליינע ערד ציטערניש נעבן לאס אנדזשעלעס ארום איינס אזייגער ביינאכט, געמאסטן 4.5 אויפן ריכטער וואגשאהל, לויט ווי די פאליציי גיבן איבער, איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן, נאר הונדערטער קאר אלארעמ'ס האבן זיך צוקלינגען, און בילדער זענען אראפ געפאלען פון די ווענט. (יו פי איי)


קען זיין אז אויב די ערד ציטערניש האט ב"ה קיינעם נישט געשעדיגט, איז עס נאר געקומען אז מעסטער זאל קענען מעסטערן זיין נארוואס בארייכערטען לעקסיקאן (מעסטי, כ'האף דו באליידיגסט דיך נישט, כ'מיין ח"ו נישט דיך פערזענליך). בבחינת תן למעסטר וימסטער עוד (קרעדיט, מאשקע ביי לאזונגען......)
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ריכטער-וואגשאהל אויף ערד-ציטערניש שטארקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

יש הנאה האט געשריבן:
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: ריכטער-וואגשאהל אויף ערד-ציטערניש שטארקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

"וואגשאל" אלס ווערטעליכער איבערטייטש פון scale איז א טעות כמובן, ווייל נישט דאס איז די כוונה דא.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”