וואספארא סארט דער ריכטער-וואגשאהל איז, איז נישט אזוי אינטערעסאנט, אבער פאלגענד האט איר א היינטיגע באריכט אינעם 'אידישען וועלט' פון אן ערד-ציטערניש אין ניו-זילאנד, ליינט אין האט הנאה:
מאכטפולער ערד ציטערניש באטרעפט געגענט אין נו זילאנד, געמאסטן 7ץ2 אויפן ריכטער שטיל, דערווייל איז נישטא קיין באריכטען איבער טויטע אדער פארוואונדעטע, די ערד ציטערניש האט נישט פאראורזאכט קיין צונאמי אבער די רעגירונג האט עוועקואירט די איינוואוינער פון לעבן באטן צוליבן זארג אז עס וועט נאכקומען. (עי פי)
יעצט אויף מער אן ערנסטען נאטיץ, וועלכער ריכטער רעדט מען דא, איז עס השופט אשר יהיה בימים ההם, דור דור ושופטיו, אדער אן אמאליגער ריכטער פון ווען וועלט איז נאך געווען וועלט?
ניין, דאסמאל איז ריכטער א נאמען פון א פערזאן נישט קיין טיטל (קענסט אים נישט ער איז נישט פון די באקאנטע ריכטער משפחה), מר. טשארלס ריכטער האט מחדש געווען דעם וואגשאהל וואס גייט פון איינס ביז צעהן מעסטענדיג די קראפט פונעם ציטער מיט א געוויסע אינסטראמענט, דער מעסטינג-מעטאד איז געווארן זייער פאפולער אלוועלטליך זייענדיג א גרינגע אין פריינטליכע טערמין פאר נייעס אגענטורען און שרייבערס.
ליינט מער באריכות אין וויקיפידיה
ולקרעטשמע מה זו עושה? ווייל אין קרעמער'ס נאטיץ-ביכל (אין די געדאנקען סעריע) ווערט דערמאנט אויפן ווארט 'ערד-ציטערניש' א טעם אויפן אויסדריק, ווייל כל רואיה, ווער ס'זעהט צו דעם ספעקטאקל פונעם ציטער, יאמר, זאגט גלייך 'ציטער נישט, ציטער נישט!' (נאכדעם מאכט ער די ברכה שכוחו וגבורתו מלא עולם)
דאס זאגט דוד המלך ע"ה, "המביט לארץ ותרעד" איין שטרענגע בליק פונעם רבוש"ע אין ס'ווארפט זיך, מה רבו מעשיך ה'!