שיעורים בהבנת תורת הנפש

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

זיי זענען מער ווייניגער אויף די זעלבע שניט, אבער ק"ט איז פארט בעסער מפני כמה טעמים.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

הרב שרגא פליישמאן שליט''א.

לעצטנס רודערט זיך וועגן גאר שטארקע יסודות'דיגע שיעורים וואס ער געבט אויף ובחרת בחיים טעל. ליין.
אינגעלייט זאגן אז ס'האט געטוישט זייער לעבן.

ס'מער איבער יסודות פון אידישקייט און עבודת ה' בדרך הנכון. אטאמאטיש היילט מען זיך דעם נפש הנחבל.

איך בין נייגעריג צו הערן מער, מי זה האיש?

וואס איך האב געהערט:
ער וואוינט אין מאנסי.
ער איז מקושר צום סלונים'ער רבין. (איינער ווייסט צו מ'רעדט פון די שווארצע אדער די ווייסע?)
ער האט אויך פארפאסט א ספר. 'לימודים לדעת' דאכט זיך.
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

ער איז/אדער געווען א מגיד שיעור אין שער אפרים ישיבה אין מאנסי
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נשמה האט שוין גערעדט פין עם אין אן אנדערע אשכול
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

נשמה נשמה? נשמה וואו ביזטו אוי נשמה? אפשר קען מען דא צוצייכענען וואו ער רעדט פון עם?
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

איך קען פערזענדליך ר' שרגא
גאר א קליגע איד!
צעקה בקול דממה דקה
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:נשמה נשמה? נשמה וואו ביזטו אוי נשמה? אפשר קען מען דא צוצייכענען וואו ער רעדט פון עם?


/forum/viewtopic.php?f=25&t=38725
אוועטאר
אזוי האלטסטע?
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 26, 2020 8:32 am

Re: שיעורים בהבנת תורת הנפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי האלטסטע? »

וואס זאגט דער עולם אויף HYPNOTHERAPY? איז עס עפעקטיוו?
רוהאיגקייט איז דער שליסל צו הצלחה!!!
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:הרב שרגא פליישמאן שליט''א.

לעצטנס רודערט זיך וועגן גאר שטארקע יסודות'דיגע שיעורים וואס ער געבט אויף ובחרת בחיים טעל. ליין.
אינגעלייט זאגן אז ס'האט געטוישט זייער לעבן.

ס'מער איבער יסודות פון אידישקייט און עבודת ה' בדרך הנכון. אטאמאטיש היילט מען זיך דעם נפש הנחבל.

איך בין נייגעריג צו הערן מער, מי זה האיש?

וואס איך האב געהערט:
ער וואוינט אין מאנסי.
ער איז מקושר צום סלונים'ער רבין. (איינער ווייסט צו מ'רעדט פון די שווארצע אדער די ווייסע?)
ער האט אויך פארפאסט א ספר. 'לימודים לדעת' דאכט זיך.

איינער מיט די נאמבער פין די האטליין?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30714
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

Jobless האט געשריבן:
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:הרב שרגא פליישמאן שליט''א.

לעצטנס רודערט זיך וועגן גאר שטארקע יסודות'דיגע שיעורים וואס ער געבט אויף ובחרת בחיים טעל. ליין.
אינגעלייט זאגן אז ס'האט געטוישט זייער לעבן.

ס'מער איבער יסודות פון אידישקייט און עבודת ה' בדרך הנכון. אטאמאטיש היילט מען זיך דעם נפש הנחבל.

איך בין נייגעריג צו הערן מער, מי זה האיש?

וואס איך האב געהערט:
ער וואוינט אין מאנסי.
ער איז מקושר צום סלונים'ער רבין. (איינער ווייסט צו מ'רעדט פון די שווארצע אדער די ווייסע?)
ער האט אויך פארפאסט א ספר. 'לימודים לדעת' דאכט זיך.

איינער מיט די נאמבער פין די האטליין?

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7#p2607207
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: שיעורים בהבנת תורת הנפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

א גליון דעם שבת האט געברענגט א הימלישע שטיקל חובת הלבבות שער הפרישות, וועגן פשוט אויסנוצן די צייט פאר שכל'דיגע זאכן - תורה, פרנסה, האוומווערק, לעגאוס (מיט די קינדער...), פלעגן דעם גוף און אירע געברויכן - און נישט ווערן דיסטרעקטעד פון שטותים, נייעס, טוויטער, וכו'. נורא נוראות. אז מ'קען מקיים זיין דעם שטיקל חובת הלבבות קענען אסאך פראבלעמען פונעם דור געהיילט ווערן.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
פירסט ריספאנדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 06, 2022 11:20 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פירסט ריספאנדער »

געלעגער האט געשריבן:מיר ווארטן און ליינען מיט גרויס אינטערעס
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

Re: שיעורים בהבנת תורת הנפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

טשעבינער האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 8:12 pm

ב; כ'שפיר א שטארקע חיוב קעגן צו זאגן די שורות וואס איר האט געשריבן אז; היינט זענען נישטא מער די עצה פון גיין צו א צדיק\רבי וואס זאל העלפן און צייגן וואס מ'דארף טוהן.
איר זאלט אזעלכע ווערטער קיינמאל נישט שרייבן, ווייל דאס איז כפירה אין נצחיות היהדות, אין אסאך מאמרי חז''ל ווי למשל; עמד ושתלן בכל דור ודור וכו' וכו'.
און הגם ס'דא אויסדרוקן און פיוטים ענליך, מיינט עס נישט פשוט, אז מיר האבן נישט קיין פאסיגע מנהיגים היינט. ווייל די חסרון איז אין אונז נישט אינעם משפיע. און אויב איינער איז מחולק מיט די שורות, קען ער מיר שרייבן.
משום והייתם נקיים וועל איך מסביר זיין און ביטע נעמט נישט ארויס מיינע ווערטער פון קאנטעקסט. איך האב מעתיק געווען דברי הפיאסצנה זי"ע וואס שרייבט אין זיין ספר הכשרת אברכים, אז זיך אויסארבעטן די נפש האבן אידן אמאל געהאט מער גרינגערעהייט ביי זייערע רבי'ס, ווי ער שרייבט, אז בלויז פון זיך דרייען לעבן דעם צדיק, דאס אליין האט שוין אויסגעאיידעלט דעם מענטש עי"ש דבריו המאירים, אבער היינט האבן מיר מער נישט דעם בענעפיט, און אויב איינער וויל ארבעטן אויף זיך דארף ער דיירעקט אליינס ארבעטן אויף זיך דורך פארשטיין דעם תוך תוכיות פונעם נפש, ס'איז מער נישטא קיין שטארט-קאטס. צדיקים זענען ווייטער דא אין יעדן דור, מ'קען זיי ווייטער פרעגן עצה ותושיה, אבער דער חלק אין הבנת הנפש, דאס איז נתמעט געווארן. עד כאן ותו לא.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ט"ו - וואס איז עכט ענערזשי הילינג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

ס'איז שוין אפאר יאר זייט אים האב געשריבן מיין לעצטע ארטיקל איבער די טעמע פון תורת הנפש. איך האב אראפגעלייגט אן אויסגעטראטענעם מהלך וויאזוי מען קען לעזן גאר טיפע נפשיות'דיגע פראבלעמען, און עס ריכטיג היילן. ווען איך האב געשריבן די ארטיקלען האב איך אריינגעווארפן ווערטער, אז מען וועט אויך דיסקאסירן וויאזוי 'ענערזשי הילינג' ארבעט, און צו עס פארט צוזאמען מיט די קאהירענס טערעפי מהלך וואס איך האב מיטגעטיילט מיטן עולם. למעשה בין איך דעמאלטס נישט אנגעקומען דערצו מחמת א מאנגעל אין צייט. במשך די יארן האבן מיר שוין עטליכע ניקים גע'אישי'ד אז נא, מתבונן, ווען גייסטו ערקלערן וויאזוי ענערזשי הילינג ארבעט. איז אצינד האב איך ענדליך מקדיש געווען צייט פאר דעם צוועק, און איך האף אז אין די נעקסטע פאר וואכן וועט די נושא אויסגעקלארט ווערן ביים עולם, בפרט ביי די וואס האבן מיטגעהאלטן די פאריגע שיעורים.

באמת האב איך געוואלט מאכן אן עקסטערע אשכול פאר דעם נושא, אבער וויבאלד עס פארט אסאך צוזאמען מיט די נושאים וואס איך האב געשריבן ביז אהער, וועל איך עס יא לאזן אין איין פלאץ למען ירוץ הקורא בו.

וזה החלי בס"ד.
* * *
שיעור ט"ו - וואס איז עכט ענערזשי הילינג?

"איך דארף פיצא!"

אלעס האט זיך אנגעהויבן יענעם דינסטאג נאכמיטאג ווען דער קליינער יענקי איז אהיימגעקומען פון חדר. "מאמי איך וויל זייער שטארק האבן פיצא היינט פאר נאכטמאל," האט זיך דער ענערגישער קליינע 7 יעריגער יענקי ספאנטאניש אנגערופן צו מאמי. יענקי איז געווען זיכער אז זיין מאמע וועט אים דאס גערן נאכגעבן, זי האט דאך אים אזוי שטארק ליב. איי, מילכיגס האט מען געווענליך מיטוואך אזוי ווי אין מערסטענס יודישע שטובער, אבער פאר דעם קליינעם יענקי, מיט זיין זעקס יעריגע שכל, איז דאס נישט צופיל אנגעגאנגען, וואס איז שוין די גרויסע תורה אויסצומישן די יוצרות? וועט מען דינסטאג האבן מיליכיגס, וואס קען שוין פאסירן?

אבער יענקיס מאמע, מרס. שפילמאן, האט געהאט אנדערע פלענער פאר דעם דינסטאג. אינעם אויוון האט זיך שוין געבאקן א פיינעם נארהאפטיגן פליישיגן מאלצייט וואס דארף זיין גרייט ביז אומגעפאר א שעה, און דאס וועט האפענטליך זעטיגן אירע דריי קינדערלעך, אריינגערעכענט אונזער יענקי. זי איז אנגעגאנגען מיט איר רעגלמעסיגע רוטין, אז דינסטאג האט מען פליישיגס, און מארגן, מיטווך, וועט זיין מילכיגס. אויב וויל יענקי פיצא מארגן פאר נאכטמאל, קען זי דאס אויך ערלעדיגן.

אבער דא שטייט מרס. שפילמאן אין א פארגעלעגענהייט, זאל זי זיך אנהייבן טענה'ן מיט יענקי און ערקלערן איר תכשיט'ל אז דינסטאג האט מען פליישיגס? יענקי איז א פיפיגער ענערגיש קינד וואס איינמאל ער מאכט עפעס אפ, נעמט ער נישט אן קיין 'ניין' אזוי גרינג פאר אן ענטפער. זיין טאטע און מאמע ווייסן שוין אז אויב זאגן זיי אפ עפעס פאר יענקי, דעמאלטס גייט 'פייער פון די באלאטעס' – עס ווערט א וואלקעינאו. איז זאל זי זיך יעצט אריינלאזן אין א פייט מיט יענקי, אדער אים נאכגעבן און פארטיג, און אויסלאזן די גאנצע וואלקעינאו?

"וואס טו איך? יענקי וויל פיצא?"

זי גייט צו צום פריזער און געט א בליק אריין צו זען, אפשר פארט האט זי א פארפרוירענע פיצא ערגעץ וואו באהאלטן וואס זאל זעטיגן איר יענקי'ס געדערים. אבער צו איר פארדרוס, האט זי גארנישט געטראפן. "יויש! איך האב נישט קיין כוח פאר נאך א טענטראם יעצט פון יענקי, וואס טו איך דא?" טראכט זי צו זיך נערוועזערהייט. ווען זי וואוינט ווען אין ברוקלין, וואו יעדע גאס האט א גראסערי, וואלט זי זיך שנעל אריבערגעכאפט צום גראסערי, איינגעקויפט א פעקל פיצא, און זיך אזוי איינגעשפארט אומזיסטע שטויסערייען און טענטעמטרייען. אבער אזוי ווי זי וואוינט אין מאנסי, ווי עס גייט זיך נישט אזוי גרינג צום גראסערי, איז דער פלאן גלייך אראפ פון טיש, און מיט א צאפעלדיג הארץ, נישט האבענדיג קיין ברירה, זאגט זי שטילערהייט פאר איר יענקעלע – וואס שטייט דארט זיכערהייט אז היינט גייט מען האבן פיצא – אז "היינט ק-ק-ק-ע-ן מ-ע-ן נ-י-ש-ט האבן פיצא פאר נאכטמאל..."

יענקי האט דאס נישט ערווארטעט צו הערן. ער ערווארט, אז וואס ער בעט, פאלגט מען, אן קיין מעשיות. יענקי'ס פנים איז רויט געווארן פון רעגעניש, און שרייט צוריק צו זיין מאמע, "איך מוזזזזזזז היינט האבן פיצא פאר נאכטמאל!!!" די מאמע ווערט פארלוירן וויבאלד זי זעט שוין אין איר פאנטאזיע וויאזוי דער נאכט גייט זיך ענדיגן, דעריבער האט זי קודם פראבירט מיט 'גוטנס' צו ערקלערן איר יענקי אז עס איז ממש נישט מעגליך צו האבן פיצא היינט נאכט, "אונז האבן נישט קיין פיצא אין פריזער," הייבט די מאמע אן צו ערקלערן, "ביז טאטי וועט אהיימקומען פון די ארבעט צו קענען גיין אין גראסערי פאר דיר, וועט שוין זיין זייער שפעט, און דו וועסט שוין מוזן גיין שלאפן, דו וועסט זיין זייער הונגעריג ביז דעמאלטס. מארגן וועל איך דיר אי"ה מאכן פיצא."

יענקי לאזט אבער נישט נאך אזוי שנעל, און אויפגערעגטערהייט שרייט ער צו זיין מאמע, "זאל טאטי יעצט גיין אין גראסערי מיך קויפן א פיצא, אויב נישט גיי איך אראפווארפן אלע בענקלעך!"

מרס. שפילמאן זעט שוין וואס דא גייט פאסירן און זי פאנגט אן פאניקן. "יענקי איז נאך אזוי יונג, און שוין האט ער אזא אגרעסיווע נאטור, וואס וועט זיין ווען ער וועט זיין 12-13? וויאזוי גייט ער חתונה האבן? וועט ער נאך זיין אן ערליכע בחור ווען ער וועט אריינגיין אין שידוכים?" לויפן די מחשבות דורך שנעל אין איר מוח. זי פארלירט איר גלייכגעוויכט, און זי ברעכט אונטער. זי לויפט שנעל צו צום טעלעפאן, און לויפט אין איר צוממער, בשעת זי הערט אונעם הונטערגרינג ווי בענקלעך קראכן אראפ צו דער ערד אין דער צייט וואס יענקי שרייט קולות, "איך מוז האבן פיצא! איך מוז האבן פיצא! געב מיך שוין פיצא!"

"נחמן דו מוזט שוין אהיימקומען, ס'איז צרות, יענקי וויל פיצא"

זי דרוקט שנעל דעם נוממער פון איר מאן, און בעט זיך צו אים מיט רחמנות, "נחמן איך בעט דיך קום שנעל אהיים, ס'איז צרות, יענקי איז ווידער אריין אין א טענטראם און פאנגט אן איבערצודרייען די הויז, איך קען שוין נישט, קום שוין אהיים און נעם קער פון אים."

נחמן הערט אויס, און פראבירט איר מסביר צו זיין, אז ס'איז אים נישט מעגליך אהיימצוקומען יעצט, וויבאלד ער איז זייער פארנומען, אבער ער וועט זיך אנשטרענגען אהיימצוקומען אביסל פריער פון געווענליך. מרס. שפילמאן לאזט נישט נאך, און יעצט גייט זי אריין אין 'טענטראם מאוד' מיט איר מאן, און נעמט זיך שרייען אויף אים, "אויב ווילסטו נאך אהיימקומען היינט צו א גאנצע הויז, זאלסטו שוין אהיימקומען און קער נעמען, איך געב מיך נישט קיין עצה מיט אים!"

נחמן האט זיך דערשראקן פון זיין ווייבס געשרייען, און האט איר פארלוירענערהייט געזאגט אז ער קומט שוין אהיים. עפעס א קול האט אים געזאגט, אז ס'מוז זיין אז אויב זיין ווייב איז אזוי פארלוירן, מוז זיין אז די מצב איז גאר ערענסט. ער הייבט זיך פון זיין בענקל, טוט אן זיין רעקל, לויפט ארויס פון אפיס, זעצט זיך אריין אין קאר, און רייסט אהיים. א גאנצע וועג אהיים, האט זיך נחמן געגעסן דאס געזונט אויף וואס ס'גייט פאר אינדערהיים, ער האט זיך גערעגט אויף זיין יענקעלע פארוואס ער פירט זיך אויף וויאזוי ער פירט זיך אויף, אבער זיך נאך מער גערעגט אויף זיין ווייב פארוואס זי איז אזא שוואכעטשקע וואס קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט אים. "פארוואס קען זי אים נישט געבן אפאר פעטש, און פארטיג?" האט זיך נחמן געפרעגט אין גרויס רעגעניש. ער האט ענדגילטיג באשלאסן אז גענוג איז גענוג, איך גיי לערנען דעם קליינעם יענקי א געזונטן לעקציע, אז מער זאל ער זיך נישט דערווייגן אזוי צו פארפירן, און דאס גייט זיין די לעצטע מאל וואס מאמי רופט מיך אהיים פון די ארבעט וועגן ער פירט זיך נישט אויף גוט. ווען נחמן איז אריינגעפארן אין זיין דרייוו-וועי, איז שוין זיין רעגעניש געווען אויפן העכסטן טעמפו.

פראסק! "הער שוין אויף צו פארפירן פאר פיצא!"

ער שפאנט אריין אינדערהיים, זעצט אויף דעם טיר, און נעמט זיך שרייען אויף זיין יענקי, "דו קענסט אויפהערן פארפירן?!" און דערלאנגט אים א קלינקענדיגן פראסק, אז זיינע פינגער האבן איבערגעלאזט פינגער אפדרוקן אויף יענקעלעס בעקעלעך. יענקי איז געכאפט געווארן אין שאק. ער האט זיך נישט געראכטן אז זיין טאטע גייט אהיימקומען אינמיטן העלן טאג און אים אזוי גוט צופיקסן. ער איז געבליבן שטיין אזוי דערשראקן, נישט וויסענדיג אויב ער זאל זיך לאזן וויינען אדער נישט. נאך א מינוט האט זיך יענקי אריענטירט, און ווי א 13 יעריגער האט ער מיט גרויס חוצפה צוריק אנגעהויבן שרייען אויף זיין טאטע, "זאלסט מיך נישט שלאגן, מאמי מוז מיך מאכן א פיצא!" און ער פאנגט אן צו לויפן צום דיינונג רום איבערצודרייען די בענקלעך וואס ליגן דארט. דער טאטע איז אינגאנצן ארויס פון די כלים, אזא קליינע מחוצפ'ל, וואו איז געהערט געווארן אזא חוצפה? נאכדערצו אזא קליין קינד? וואו איז אזאנס געהערט געווארן?! ער לויפט צו צום קינד, און נאך פאר ער האט געקענט איבערדרייען נאך א בענקעל, האט ער אים דערלאנגט נאך א קלינגענדיגע פראסק וואס האט אפגעהילכט אינעם גאנצן ארום. דא האט זיך שוין יענקי אונטערגעגעבן. זיין קליינע קערפער, און יונגע מוח'ל, האבן שוין נישט געקענט דערטראגן דעם שווערן געוויכט פון די קלעפ, און האט אונטערגעבראכן. טרערן האבן אנגעהויבן רינען פון זיינע אויגן, און פארוויינטערהייט געלאפן צו זיין שלאף צוממער און פארהאקט די טיר אונטער זיך.

נחמן מיט זיין ווייב זענען שטילערהייט צוגעגאנגען זיך אונטערהערן אונטער די טיר וואס יענקי טוט דארט. יענקי האט געשריגן מיט יאמערליכע קולות פון די אנדערע זייט טיר, "איך דארף א פיצא, טאטי און מאמי זענען שלעכט..." און זיי פאנגען אן צו הערן ווי ער פאנגט אן ווארפן זאכן. נחמן איז געווארן אומגעדילדיג, ער האט שוין געוואלט צוריק גיין צו די ארבעט. ער האט וויכטיגערס צו טון ווי זיין פארנומען מיט נארישע טענטרעמס פון זיין קליינעם. אבער זיין ווייב האט אים פאר קיין געלט נישט געלאזט צוריק גיין צו די ארבעט, ביז ער מאכט זיכער אז יענקי איז שטיל און הערט אויף צו פארפירן. זי האט נישט קיין כוח צו האנדלען די סארט פראבלעמען.

נישט האבן קיין אנדערע אויסוועג, האט נחמן געעפענט די טיר, צוגעגאנגען צו יענקי און אויפגעהויבן די האנט, ווי צו שיקן א סטראשע צו יענקי, אז אויב הערסטו נישט אויף צו שרייען דערלאנג איך דיר נאך א פראסק. יענקי האט זיך דערשראקן, און זיך געשטיקט די טרערן, און פראבירט מיט אלע כוחות זיך צו האלטן שטיל. נחמן האט אויסגעפירט, "אויב הער איך נאך פון דיר נאך איין ווארט וועגן פיצא, כאפסטו נאך א פאטש!" און איז ארויסגעגאנגען און פארהאקט די טיר אונטער זיך. פאר די נעקסטע פאר מינוט, איז נחמן אריינגעגאנגען אין צוממער נאך צוויי מאל, ווי צו ווייזן פאר יענקי, טאטי איז נאך דא, און דו זאלסט דיך נישט דערווייגן צו הייבן דיין שטומע.

נאך אפאר מינוט האט די שטימונג אין שטוב נאכגעלאזט, און יענקי איז געבליבן ליגן אין זיין בעט א צושלאגענער, אבער זייער צומישט. ער האט ניטאמאל געוויסט וואס ער האט געוואלט, און דא האט אים זיין יונגע תמימות פארפירט צו אזא כאאטישן צושטאנד וואס ער האט נישט געקענט קאנטראלירן, און האט זיך אזוי טראגיש געענדיגט. ווען נחמן האט געזען אז ער איז שטיל, האט ער זיך שטילערהייט ארויסגעשארט פון שטוב און צוריק צו דער ארבעט.

יענקי האט שוין יענע נאכט קיין נאכטמאל נישט געגעסן, ער איז שוין געבליבן אין זיין צוממער ביז ער איז געגעאנגען שלאפן. ווען זיין מאמע האט אים געבעטן צו קומען עסן עפעס אז ער זאל נישט גיין שלאפן הונגעריגערהייט, האט ער בלויז געבלאזן און זיך ניטאמאל וויסענדיג געמאכט.

נחמן און זיין ווייב האבן זיך יענע נאכט געלייגט שלאפן מיט שרעקליכע שולד געפילן. זיי פארשטייען אויך אז זיי האבן באהאנדעלט די מצב פון רעגעניש און פארלוירענקייט, און האבן איבערגעלאזט א נישט גוטע איינדרוק אויף זייער שעפעלע.

צום שלוס פונעם טאג, איז יעדער – טאטע,מאמע און קינד – געבליבן אין כאאס, צושאסן, צוביילט, און באשולדיגט.

* * *

אן אנדערע וועג צו שליכטן די 'פיצא' קריזיס

לאמיר צוריקגיין צו א פונקט אין די מעשה, און זען וויאזוי דער זעלבע פאסירונג וואלט זיך געקענט אויסלאזן אינגאנצן אנדערש. אן אנדערע וועג וויאזוי יעדער זאל קענען גיין שלאפן רואיגערהייט, א וועג וויאזוי יעדער בלייבט גאנץ, וואך, און וויסענדיג אז מען האט פיין באהאנדעלט די מצב.

* * *

"איך פארשטיי אז דו ווילסט האבן פיצא, אבער מ'קען היינט נישט האבן קיין פיצא"

ווען די מאמע האט געזען אז דא גייט קומען א גרויסע 'טענטראם', האט זיך די מאמע אריענטירט, און ניטאמאל געגאנגען קוקן אין פריזער אויב עס איז דא פיצא, נאר רואיגערהייט, אבער מיט א פעסטקייט, ערקלערט זייער קלאר פאר יענקי, אז "היינט איז דינסטאג, און היינט עסט מען נישט מילכיגס, די פליישיגע עסן וועט באלד זיין גרייט, און אויב ווילסטו נישט עסן די פלייש וואס מאמי האט אנגעגרייט, קענסטו נעמען א שטיקל ברויט צו עסן".
יענקי האט נישט אויסגעהאלטן וואס זיין מאמע האט אים יעצט געזאגט, און ער האט זיך גענומען שרייען אויף גאר הויכע טענער אז זיין מאמע זאל זיך שטארק דערשרעקן פון אים, "מאמי, איז מוזזזזזז האבן פיצא היינט! איך מוזזז!!! אויב געסטו מיך נישט קיין פיצא גיי איך שטויסן יעדעם איינעם און אראפווארפן אלע בענקלעך אויף דער ערד!"

די מאמע האט זיך נישט פארלוירן. נאר רואיגערהייט ערקלערט פאר איר צדיק'ל, אז אויב ער גייט שטויסן אדער ווארפן זאכן, גייען זאכן ארום אים נישט זיין אזוי פארזיכערט, דעריבער וועט זי אים מוזן לייגן אין א זייטיגע צוממער ביז ער וועט זיין פארזיכערט. פארשטייט זיך אז יענקי האט זיך קעגן געשטעלט און געווארן מער אגרעסיוו. די מאמע האט זיך ווייטער נישט פארלוירן, נאר געוויסט אז זי האט דא צוטון מיט אן אומשולדיג קינד וואס האט נאך נישט קיין ערפארונג וויאזוי צו באהאנדלען זיינע געפילן. פארקערט, די פאקט אז ער שטעלט זיך אזוי 'אויף זיינע רעכטן' ווייזט אז ער האט שטארקע כוחות, אויב זאל ער עס נאר אויסנוצן צום גוטן, אבער זי דארף אים דא אויסלערנען וויאזוי צו קענען אקצעפטירן א 'ניין' אפילו עס איז נישט באקוועם, אויף א רואיגע וועג אז ער זאל עס קענען ארייננעמען אין זיך. דאס אז ער פארפירט אזוי, קומט בלויז פון קינדערישקייט און מען דארף אים געבן דעם געפיל אז מ'פארשטייט אים, אבער אין די זעלבע צייט האבן פעסטע באגרעניצונגען.

"ווילסט איך זאל בלייבן לעבן דיר?"

זי האט אים אנגעכאפט שטארק ביי זיין ארעם, און אים צוגעפירט צו זיין צוממער און אים געזאגט זייער פעסט און קלאר, אז איך פארשטיי זייער גוט אז דו ווילסט פיצא היינט, און ווייל מ'קען עס נישט האבן ביזטו זייער אויפגערעגט, אבער דא דארפסטו בלייבן ביז דו בארואיגסט דיך. איך קען אפילו בלייבן דא מיט דיר דיך העלפן זיך בארואיגן, אדער בלויז זיין לעבן דיר ווען דו ביזט אזוי אויפגערעגט, וואלסטו געוואלט אז איך זאל בלייבן דא?
"ניין! גיי אוועק פון דא, ביזט א שלעכטע מאמע, דו ווילסט מיך נישט געבן קיין פיצא!"

די מאמע איז שטאטערהייט אוועקגעגאנגען און געלאזט יענקי אליין אין צימער ער זאל קענען קומען צו זיך.
נאך אפאר מינוט האט די מאמע געהערט ווי די טיר פון יענקי'ס צימער עפענט זיך, און יענקי איז שטילערהייט ארויסגעקומען נאך מיט א אנגעבלאזענע רויטע פנים, אבער זיין מוט, איז שוין געווען היבש רואיגער. "ביזט הונגעריג יענקי? ווילסט שוין עסן?" האט די מאמע אים געפרעגט.

"ניין! איך וויל פיצא," האט יענקי צוריק געשריגן. "אקעי,"האט אים זיין מאמע געענטפערט, איך פארשטיי אז דו ווילסט פיצא, און דו ביזט זייער אויפגערעגט אז דו קענסט עס נישט האבן, אבער ווען דו ווילסט קומען עסן, קענסטו קומען עסן. און אזוי ווי איך האב דיר געזאגט, אויב האסטו נישט ליב די פלייש וואס איך האב היינט געקאכט, קענסטו נעמען ברויט צו עסן."

יענקי האט אוועקשפאצירט פון דארט אויפגערעגטערהייט, אבער אינטרעסאנט איז געווען, אז יעצט האט ער נישט אנגעהויבן פארפירן, ער האט גארנישט געווארפן, קיינעם נישט געשטויסן, ער איז אבער ווייטער געבליבן באבלאזן. זיין מאמע האט אים ווידער געלאזט וויסן, אז זי קען זיין מיט אים און אים העלפן נאך מער קומען צו זיך, אויף וואס יענקי האט אפגעזאגט, און ער האט זיך אוועקגעזעצט אליין אין דיינונג רום אויפן קאוטש.

נאך אפאר מינוט, האט יענקי ענדליך זיך געבראכן און געבעטן זיין מאמע זאל קומען לעבן אים. די מאמע האט העפליך אנגענומען זיין איינליידענונג, זי האט זיך געזעצט לעבן אים, און מיט א ליבליכן מינע געפרעגט, "יא יענקעלע, מיט וואס קען איך דיר העלפן?"

"מאמי איך וויל זייער שטארק פיצא היינט," האט יענקי נישט נאכגעלאזט. אבער עס איז געווען קענטיג, אז זיין גיסטע איז היבש רואיגער יעצט, און זיינע געפילן רוישן שוין נישט אזוי שטארק ווי א שעה צוריק. "איך פארשטיי דיר אזוי גוט, יענקי," האט אים זיין מאמע בארואיגט, "אבער פארט קען מען היינט נישט האבן פיצא."
"אקעי מאמי," האט יענקי צוריק געזאגט מיט אביסל אן אויפגערעגטע מינע, "קענסט שוין גיין."

נאך אפאר מינוט, האט זיך יענקי היבש בארואיגט, און איז פארשעמטערהייט געקומען צום טיש ווי יעדער איז געזעצן און שוין כמעט געענדיגט די פיינע נאכטמאל וואס די מאמע האט צוגעגערייט. "מאמי איך בין הונגעריג," האט זיך יענקי אנגערופן. "אוודאי יענקי, וואס ווילסטו פלייש אדער ברויט?"

"פלייש," האט יענקי געענטפערט.

"מיט גרויס פארגענוגען,יענקי, איך גרייט דיר אן א טעלער," האט אים זיין מאמע געזאגט.
ביינאכט, אומגעפאר 2-3 שעה שפעטער, ווען יענקי איז געגאנגען שלאפן, האט אים זיין מאמע געגעבן א ליבליכע קוש און אים געוואונטשן א ווארעמע גוטע נאכט. עס איז געווען קענטיג, אז יענקי האט שוין כמעט פארגעסן אז ער האט היינט געטענטרעמט פאר פיצא.

אלעס א דאנק די געדולד וואס די מאמע האט געהאט פאר יענקי.

ווען נחמן איז אהיימגעקומען יענע נאכט פון די ארבעט, האט אים זיין ווייב געקענט פארציילן אז הערליכע עפיזאד פון פון ווען די רוישיגע געפילן כוואליעס זענען ווילד געווארן, ביז דער שטורעם איז פאראיבער. יעדער איז געווען צופרידן, און זיך געלייגט רואיג שלאפן, וויסענדיג אז אפילו ווען יענקי טענטרעמט איז עס נאר א דורכגאנג, און עס וועט אים נאר מאכן שטערקער מיט די ריכטיגע צוגאנג.

--

ענערזשי הילינג – וואס איז דאס?

וואס איז די סוד אין די הצלחה פון די צווייטע אויסגאנג?

איר וועט נישט גלייבן, ענערזשי הילינג!

יא אזוי ווי איר הערט, ענערזשי הילינג. וואס הייסט? מ'האט דאך נישט געקייטעלט, מ'האט נישט גע'טעפט', מ'האט נישט 'געשיקט ענערזשי', מ'האט נישט 'געדריקט'? ריכטיג, מ'האט גארנישט געטון, מ'איז בלויז געבליבן שטארק און רואיג, און עס האט פאסירט 'ענערזשי הילינג'. איר הערט גוט. מ'האט עכט גארנישט געטון, און דער 'גארנישט טון', איז געווען ענערזשי הילינג.

אקעי מתבונן, דו ציסט אונז שוין, וואס גייט דא פאר, איז וואס איז ענערזשי הילינג?

אקעי לאמיך ענק נישט אנציען צופיל. ענק האבן זיך שוין בארואיגט? אקעי ווידער איז געשען ענערזשי הילינג.

אקעי מאך שוין נישט משוגע, קום שוין צום ווארט...

אלרייט. אין די קומענדיגע פאר קאפיטלען (איך ווייס נאך נישט ווי לאנג עס וועט דויערן), וועל איך בס"ד ערקלערן פארן עולם וואס איז דאס ענערזשי הילינג.

• איז דאס עפעס וואס מען דארף 'מאכן'? אפשר פאסירט דאס פון זיך אליין?
• וואס זענען די פארשידענע סארט ענערזשי הילינג מיטלען?
• וואס טוט עס עכט אויף?
• וואס איז פשט אין די אלע אינטרעסאנטע זאכן וואס די סארט מעטאדן הייסן טון?
• פעלט עס בכלל אויס אין מיין היילונג פאר נפשיות'דיגע פראבלעמען? ווען יא און ווען נישט?
• קען איך אליינס מאכן ענערזשי הילינג?
• וואס איז מיט די הלכה חלק?

המשך יבוא אי"ה.
לעצט פארראכטן דורך מתבונן אום מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שיעורים בהבנת תורת הנפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

מתבונן, ענדליך גייט מען שוין האבן צו ליינען.
זעצל גראצאוויטש
שר האלף
תגובות: 1481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 12:51 pm

Re: שיעורים בהבנת תורת הנפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעצל גראצאוויטש »

@מתבונן מאסיוו ארטיקל!! פיין באשריבן!
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: שיעורים בהבנת תורת הנפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

@מתבונן
Thanks
אין עוד מלבדו
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: שיעורים בהבנת תורת הנפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

@מתבונן קודם כל. שלום עליכם.

שטארקע שיעור, און שטארקע הנאה

די ווארט איז לכאורה, ווייל דאס קינד וויל א שטארקע טאטע מאמע, נישט. קיין פיצא.
ווען דו ווייזט אים אז דו ביסט שטארק, איז ער רואיג.
אוועטאר
עפרון
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 7:31 pm

Re: שיעורים בהבנת תורת הנפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפרון »

וואף!! מעכטיג!
א ריזיגע שכח @מתבונן
חיריק
פאר
פורים רב!!

פאר מער דרוקט פאונד...
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: שיעורים בהבנת תורת הנפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

הו הא,

על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמיטיב.

א גרויסן ישר כח @מתבונן

כ׳קען קוים ווארטן
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

Re: שיעורים בהבנת תורת הנפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

אן אייניקל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 11:24 pm
@מתבונן קודם כל. שלום עליכם.


די ווארט איז לכאורה, ווייל דאס קינד וויל א שטארקע טאטע מאמע, נישט. קיין פיצא.
ווען דו ווייזט אים אז דו ביסט שטארק, איז ער רואיג.
עליכם השלום פאר יעדעם, און א שכוח פאר די אלע באדאנקערס.

אמת דאס קינד וויל שטארקייט, די שאלה איז וואס דער שטארקייט גיט פארן קינד אונטער זיין באוואוסטזיין, און דאס האפן מיר אי"ה ערקלערן אין די ווייטערדיגע ארטיקלען.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: שיעורים בהבנת תורת הנפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

Wow גאר שטארק קיקן מיר ארויס אויפן המשך
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: שיעורים בהבנת תורת הנפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

פשש.. הרב מתבונן איז דא צוריק מיט די גאנצע קנאק!
יישר כח! !!
ביטע צואיילן די קומענדיגע חלקים!!
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ט"ז – וואס איז עכט ענערזשי הילינג – ח"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

דער פלוס פון ענערגיע

ביים פאריגן שיעור האבן מיר ארויסגעברענגט אן אינטרעסאנטן געדאנק. נעמליך, א מאמע האט געטון 'ענערזשי הילינג' מיט איר קינד אומוויסענדיג. א קינד האט געטענטראמד, ער 'מוזזז' האבן פיצא היינט פאר נאכטמאל, אבער די מאמע, אנשטאטס צו ווערן היסטעריש, איז זי געבליבן שטארק, אבער ליבלעך, מיט א רואיגע מינע אויפן פנים און מיטן קול, ווי אויך מיטגעגאנגען מיטן קינד און אים כסדר פארזיכערט אז זי איז דא מיט אים ווען ער דארף אים האבן. צוביסלעך האט זיך דאס קינד בארואיגט און פארגעסן פון די געשיכטע.

איך וויל ענק היינט אנטפלעקן נאך א סוד, נישט נאר וואס דער מאמע האט געטון ענערזשי הילינג, נאר זי האט גאר געטון remote ענערזשי הילינג. פאר די וואס טוען אין ענערזשי הילינג ווייסן אז צומאל קען מען שיקן און פילן ענערזשי 'רימאוטלי', דאס היינט דער היילער מוז נישט אנרירן, אדער אפילו זיין נאנט צו דעם מענטש וועמען מען וויל געבן ענערזשי, עס קען פאסירן אפילו פון דער ווייטענס. אלזא דער מאמע האט נישט אנגערירט איר קינד, און נאך אלס האט דאס אומגלויבליכע פאסירט.

איך גלייב אז די ליינער ווערן שוין אביסל אומגעדולדיג, קום שוין צום ווארט, וואס איז דאס ערנערזשי הילינג? וואו קומט דא אריין ענערזשי הילינג ביים דעם קינד וואס וויל פיצא? עס זעט נישט אויס ווי די מאמע האט זיך 'קאנעקטעד' צו עפעס הימלישע העכערע מיסטישע כוחות, און איך האב נישט פארציילט אז די מאמע האט געפאכעט מיט די הענט צו ברענגען פון ערגעץ ענערזשי. זי האט נישט געזאגט פארן קינד זיך צו זאגן 'פאזאטיווע מעסעדזשעס'. איז וואו אין דער וועלט קומט דא אריין ענערזשי הילינג?

איז הערטס מיך גוט אויס.

לאמיר קודם אביסל פארשטיין וואס איז דאס ענערזשי הילינג? פון וואס רעד מען דא? וואס איז דאס ענערזשי בכלל? וויאזוי קוקט דאס אויס? וואספארא סארט מעטאדן און מהלכים זענען דא אין דעם? וואס טוט מען דארט?

איז לאמיר ענטפערן על ראשון ראשון. פון וואסאפארא סארט מעטאד רעד מען דא?

איינע פון די מעטאדן – עמאושענעל פרידאם טעקניק, מען קלאפט און מען זעצט

עס זענען דא זייער אסאך מעטאדן וואס נוצן 'ענערזשי הילינג'. איך וועל אנכאפן איין סארט מעטאד, אביסל ערקלערן וואס מען טוט, און נאכדעם וועט מען אריינגיין אביסל טיפער און אריינבליקן מאחורי הפרגוד, וואס טוט זיך אונטער די קוליסן.

לאמיר נעמען א דוגמא פון EFT – Emotional freedom technique. וואס איז דאס עמאושענעל פרידאם טעקניק, אדער ווי מען רופט דאס מיט די בוכשטאבן, אי. עפ. טי.?

דער אי. עפ. טי. מהלך איז געבויעט אויף די שיטה פון 'מערידיענס' (meridians), דאס איז אזעלכע סארט 'וועגן פון ענערגיע אינעם קערפער' (מיר וועלן שפעטער צוריקקומען דערצו). ווי אויך זענען דא פלעצער ווי די מערידיענס קומען זיך צוזאמען און 'פארן דורך איינער דעם צווייטן'. דארט איז א פלאץ ווי די ענערזשי קען זיך פארהאנקענען. דעריבער איז די מהלך אזוי אין פינף שטאפלען:
א. מען דארף האבן פאר זיך די פונקטליכע פראבלעם. למשל, 'איך האב מורא פון אריינגיין אינעם עלעוועיטער' און מען לייגט זיך אריין אין דעם געפיל.
ב. מעסטן ווי שטארק איז דער פחד פון 0-10, 10 איז ממש אומבארשרייבליך, און 0 איז ממש גארנישט. דאס טוט העלפן אז מען זאל שפעטער קענען מעסטן אויב עס ארבעט.
ג. מען מאכט א זאץ וואס זאל זיך הערן עפעס אזוי, "אפילו איך האב מורא אריינצוגיין אינעם עלעוועיטער, וועל איך מיך נאך אלס אננעמען וויאזוי איך בין."
ד. מען נעמט זיך קלאפן מיט די פינגער אויף ניין פלעצער פון די מערידיענס, אויף די זייט פון די הענט, העכער די קאפ, אויף די אויגן ברעמען, זייט פון די אויגן, אונטער די אויגן, אונטער די נאז העכער די מויל, ביי די טשין, אנפאנג פון די 'קאללער ביין' (אנפאנג די אקסל), אונטערן ארעם. אזוי טוט מען לערך 3 ארונדעס קלאפעריי אין דער צייט וואס מ'זאגט דעם זאץ, אפילו איך האב מורא, וועל איך מיך נאך אלס אננעמען.
ה. מען מעסט איבער ביי וועלכע נומער עס האלט יעצט די שרעק פון אריינגיין אין די עלעוועיטער, און מען טוט איבער די איבונגען ביז עס גייט אראפ צו א נודריגע נומער, לכה"פ א 1 אדער 2, און שפעטער קען מען איבערטון ביז עס גייט אראפ צו זיראו.

און אזוי איז דא אן א שיעור מעטאדן וויאזוי צו באהאנדלען אומבאקוועם געפילן. במשך די שיעורים וועל איך ערקלערן עטליכע פון זיי.

וועט איר אוודאי פרעגן, וואס איז מיין מיינונג דערויף? פעלט עס אויס בכלל? העלפט עס טאקע? איינער קען מיר ערקלערן וואס דא גייט פאר? מ'מאכט סתם ליצנות מיט קלאפערייען?

כדי צו פארשטיין פון וואס מען רעד דא, וועל איך מאכן א שטיקל הקדמה ארום 'וואס איז דאס ענערגיע?'

לאמיר אריינגיין אינעם שיך פונעם 'פראפעסער' און לערנען צוזאמען א שטיקל 'סייענס לעקציע' אין ענערגיע.

ענערגיע – דער חיות פון יעדן באשטאנדטייל אין דער וועלט

ווען מען רעד פון דעם קאנצעפט פון 'ענערזשי', רעד פון א דער כוח פון 'לעבן' פון יעדע באשטאנדטייל אין דער וועלט. אפילו א דומם, ווי א שטיין וכדו', האט אויך ענערגיע, וואס אן דעם וואלט עס נישט געבליבן גאנץ. א צומח, א געוויקס, האט מער זעבארע חיות און לעבן, מען זעט דאך ווי עס וואקסט. וויאזוי וואקסט א ריזיגע בוים פון א פיצינקעל קערענדל? די ענערגיע אינעם קערענדל האט געמאכט דעם בוים וואקסן. ווי גרעסער און העכער דער בוים וואקסט, אלס מער ענערגיע קומט אריין אינעם בוים.

אבער דער ענערגיע איז דאך אמאל געווען זייער קאנצעטרירט נאר אינעם קערענדל, וויאזוי קומט דער ענערגיע אן צען יאר שפעטער ביזן שפוץ בוים וואס איז שוין היינט צענדליגער פיס הויך? דער ענטפער אויף דעם איז, אז אינעם בוים ווערט באשאפן געוויסע 'וועגן און שטעגן' ווי דער ענערגיע גייט אריבער ביז עס קומט אן אויבן ביזן שפוץ בוים. אפילו אין א קליין בלעטל קען מען זען ווי עס זענען דא גאנצעטע שטראזן וואס פארן אריבער דעם בלעטל, פונעם שורש פונעם בלעטל ביזן אנדערן עק בלעטעל, און ווי די וועגן צוטיילן זיך אין עטליכע קלענערע געסעלעך, פון אנפאנג זענען זיי מער דיקע וועגן, און צום סוף זענען זיי מער דינע וועגן. די וועגן און שטראזן ברענגען אריבער די ענערגיע פונעם בלעטל אזוי אז דער גאנצע בלעטל האט פרישע ענערגיע און פריש און גרין, אדער סייוועלכע אנדערע קאליר. פארשטייט זיך אז דער בלעטעל, איז באהאפטן צום בוים, וואס דורכדעם באקומט עס ענערגיע פונעם בוים.

ווען דער ענערגיע האקט זיך אפ

וואס וועט פאסירן אויב וועט איינער אראפרייסן דעם בלעטל פונעם בוים? אדער אפילו נישט אינגאנצן אראפרייסן, נאר האלבוועגס אריינשניידן אינעם שורש פונעם בלעטל און עס לאזן אזוי האלבוועגס הענגען אויפן בוים? דאן וועט דער גאנצער בלעטל אפשטארבן ביז עטליכע טעג? פארוואס? ער האט דאך נישט אפשגעשנוטן די 'וועגן' אינעם בלעטל זעלבסט, און עס הענגט נאך אפילו האלב וועגסט אויפן בוים? ריכטיג, אבער דער 'מקור החיות' האט זיך אפגעהאקט, און עס קען שוין נישט אנקומען אהין די פולע ענערגיע וואס עס ברויך האבן, און דעריבער איז נישט מעגליך אז עס זאל בלייבן לעבן. דאס זעלבע פאסירט אויב וועט מען אפהאקן א צווייג פונעם בוים, וויבאלד דער ענערגיע פונעם בוים האקט זיך אפ, האט עס נישט פון וואו צו נעמען חיות, און עס שטארבט אפ.
דאס איז וויאזוי ענערגיע קומט ארויס אין א צומח, א געוויקס. ביי א בעל חי גייט עס ארויפ א שטאפל. א חיה און א בהמה האבן אויך א לעבנס קראפט פון ענערגיע, אבער ביי זיי זעט זיך עס אן סאך קלארער, מיט דעם אז זיי קענען זיך באוועגן פרייוויליג, און טאנצן און שפרינגען, ביי א מענטש קומט עס נאך שטערקער ארויס, אז עס קען אפילו רעדן און האט א כוח פון 'בחירה' וואס קען אויסוועלן מיט שכל וואס ער וויל טון.

דער ענערגיע פונעם 'בעל חי' – די הארץ און מוח

פון וואו האט א בעל חי זיין ענערגיע קראפט? דאס ווערט ערמעגליכקט דורך פארשידענע סיסטעמען אינעם קערפער. פון די טאג וואס עס ווערט געבוירן, פאמפט דאס הארץ בלוט, און דאס פירט אן א צירקולאציע פון עטליכע ליטער פון בלוט ארום דעם קערפער, און דאס גיבט די 'הויפט חיות' אינעם קערפער וואס פון דעם צוטיילט זיך עס אויף פארשידענע אנדערע סיסטעמן, ווי די לונגען אד"ג. אבער מיט דעם אליין אז עס איז דא חיות אינעם קערפער, מיינט עס נאך נישט אז מען קען זיך פרייוויליג באוועגן. איינער וואס איז ל"ע פאראלאזירט און קען זיך נישט באוועגן, מיינט נישט אז זיין/איר הארץ פאמפט נישט. עס פאמפט, און עס לעבט, אבער דער קערפער קען זיך נישט אלס נישט באוועגן – דער עיקר מיט וואס דער בעל חי איז אנדערש פונעם געוויקס.

כדי דער בעל חי זאל זיך קענען פרייוויליג באוועגן, און מיר וועלן זיך באציען בעיקר צום מענטש, וויבאלד דאס גייט זיין אונזער הויפט טעמע, פעלט זיך אויס נאך א הויפט סיסטעם צו ברענגען די ענערגיע לידי מעשה – דאס איז דער נערוון סיסטעם און דער מוסקלען סיסטעם. דער נערוון סיסטעם פאנגט זיך אן אינעם מוח, און פון דארט פארצווייגט זיך עס ביז אונטן ביי די פיס פלאך. ווען דער מוח וויל אויספירן א פליכט מיטן קערפער, שיקט עס א סיגנאל פאר די נערוון סיסטעם, און דער נערוון סיסטעם פירט אויס דעם באפעל, צום באפעל. דער נערוון סיסטעם פירט אויס דעם באפעל, דורך ציען די מוסקלען זיך צו באוועגן וויאזוי דער מוח האט באפוילן.

דער מוח און דער נערוון סיסטעם טוען אפערירן דורך ענערגיע, אין די פארעם פון עלעקרטראנישע סיגנאלן. עס איז באקאנט אז אויב זאל מען קאנעקטן א 'באלב' צום מוח וועט זיך דער באלב אנצינדן פון די עלעקראנישע קראפט וואס פליסט כסדר אינעם מוח.

דער נערוון סיסטעם איז א פארצווייגטע סיסטעם פון וועגן און שטראזן וואס מאכן זיכער אז די באפעלן פונעם מוח קומען אן צו אלע וויכטיגע צילן אינעם קערפער. וואס פאסירט אויב ווערט ח"ו אפגעהאקט אדער געשעדיגט ערגעץ וואו אינעם נערוון סיסטעם? דעמאלטס האקט זיך אפ די פלוס פון די באפעלן צו יענעם גליד, וויבאלד דער 'וועג' אהין איז ליידער פארהאקט. אויב איז דער 'אפהאלט' צו די רעכטע פיס, דאן קען דער מענטש ח"ו ווערן געלעמט אויף די רעכטע פיס און וועט עס נישט קענען רירן. דער עצה דערצו איז, צו טרעפן א לעזונג וויאזוי צוריק צו עפענען דעם 'דורכגאנג' אינעם נערוון סיסטעם, כדי די עלעקראנישע באפעלן פונעם מוח זאלן צוריק קענען אנהייבן פליסן אהין.

לסיכום:
• ענערגיע איז דער באשטאנדטייל וואס גיט 'לעבן' פארן קערפער.
• עס זענען דא 'וועגן און שטעגן' וואס פירן די ענערגיע צו איר ענדגילטיגע ציל.
• אינעם קערפער איז דא די בלוט וואס גיט דער אלעגמיינע חיות, ווי אויך דער נערוון סיסטעם און די מוסקלען וואס פירן אריבער די באפעלן פונעם מוח צו יעדן גליד אינעם קערפער.
• אין א רעגלמעסיגער געזונטער מענטש, פליסן די אלע ענערגיעס געמיטלעך אומגעשטערט.
• אויב ווערן איינע פון די 'וועגן' געשעדיגט אדער אפגעהאקט, קען דאס ח"ו פארלאזירן יענעם גליד.

ווען דער ענערגיע פארקירעוועט זיך

ביז אהער האבן מיר ערקלערט וויאזוי ענערגיע, איבערהויפט עלעקראנישע ענערגיע, פליסט דורך דעם קערפער. אבער מען דארף פארשטיין אז דאס איז בלויז דער 'אלגעמיינע ענערגיע'. די פראגע וואס שטעלט זיך יעצט פאר איז, ארבעטן די ענערגיעס אויף די זעלבע סארט 'פארעם' ביי יעדעם איינעם? ארבעט עס אינעם מענטש זעלבסט דער זעלבער אין לויף פון זיין לעבן אדער טוישט זיך ערגעץ וואו? לאמיר ערקלערן וואס איך מיין. איר האט זיכער באמערקט אז נישט יעדער איינער גייט אויף די זעלבע סארט וועג. נישט יעדעם איינעמס רוקן שטייט אויף די זעלבע וועג ביי יעדעם איינעם. ביי איינעם איז עס אביסל מער איינגעבויגן, מיט א קליינער 'הויקער', איינער גייט רעגלמעסיג גראד, און דער דריטער גייט מיט גאר אן אויפגעהויבענעם רוקן מיט אן ארויסגעשטעקטער ברוסט-קאסטן אז יעדער האט דרך ארץ פאר אים. אלזא פארוואס שיקט דער מוח באפעלן פאר איינעם 'דו גיי מיט גראדן רוקן', און 'דו גייט מיט הויקער'? דאס וועט מען אי"ה ערקלערן אינעם קומענדיגן שיעור.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע: 7 בויבעריק דרייוו

Re: שיעורים בהבנת תורת הנפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

מוירעדיג גיט אראפגעלייגט !!!

איך קען קוים ווארטן פאר די קימענדיגע !
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”