מה רבו מעשיך ה'

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

א יישר אלע באדאנקער!

----

למעלה משבעים האט געשריבן:WOW איט איז.
[זיכסט טעותים...? "פלאץ און דער וועלט" קומט אין...].

קומט אין? איך ווייס אז עפעס קלאפט נישט דארט, אבער איך כאפ נישט דאס פורטל...

אוודאי זוך איך טעותים! וועגן דעם בינעך דא... אדרבה איר האט נאך?
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הפלא'דיג!!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

בסייעתא דשמיא
פּאָלער בער'ס שפייז







נעמענדיג אין באטראכט אז דער פאלער בער איז די גרעסטער לאנד פארציקער אויפן פלאנעט, וואלט דאך ווען געווען נישט מער ווי נארמאל אז די פאלער בער זאל וואוינען צווישן די מערסטע באוואוינטע פלאץ פון הערשן/זיברעס/באפעלאס/וכו' כדי זיין 1,500 פונטיגער קערפער מיט זיין פיר אינטשעס פעטנס זאל זיך האבן פון ווי צו ערנערן.. אבער פאקט בלייבט פאקט אז די פאלער בער געפינט זיך נאר אינעם ארקטיק צירקל, (אויבן ביים שפיץ וועלטל), דארט ווי ביליאנען אינספרירנדע פארטעמטי'דיגע שניי ברעקעלעך טאנצן אויפן באקאנטן מאדנעם תנועה'לע, א פלאץ ווי חוץ די קאליר ווייס זעהט מען נישט דארט קיין שום זאך אויסער די דריי שווארצע פינטליך פונעם פאלער בער...

מיר ווייסן אז בערן קענען עסן אלעס פון האניג ביז א זעקל מיסט, און גערעכט טאקע א א פאלער בער עסט אויך אלעס וואס קומט אים אונטער, א שטייגער ווי אייער/בעריס/קלענערע פיש/און אפילו גראז.. אבער דאס איז ווייט צו זעטיגן אזא איינער וואס עסט 150 פונט פלייש אדער מער פאר א פשוטער פרישטאג... נו? וואס טאקע?

די תירוץ איז איין ווארט-- סיעל'ס !




וואלרוס-ים פערד, די גרעסטע סארט סיעל.. (א ים פערדל איז עטוואס קלענער... טענקס @גרשון)



עלעפאנט סיעל..




ארקטיק איז היים פאר מיליאנען סיעל'ס פון אלע סארטן, און אלע זענען אויפן מעניו פונעם פאלער בער.. סיעל'ס זענען רייך פון פעטנס און זענען גענוג גרויס צו קענען זעטיגען א פאלער בער פאר א וואך...



א סיעל איז בכלל נישט קיין פיש, און איז פאקטיש געווען אין נח'ס תיבה, א סיעל קען אדורך לעבן זיינע אלע יארן אויף דער טריקעניש, (אנדערש איז אבער די וואַלפיש'ן און די דעלפינ'ס וואס קענען נישט לעבן מער ווי עטליכע שעה אינדרויסן פון וואסער..) נאר וואס דען? א סיעל איז ממש אויסגעשטעלט צו לעבן און וואוינען אין די וואסער, זיינע הענט איז ווי פעדל'ס פון א שיף דאס מאכט אים שווימען אן קיין שום איבריגע כוחות, אויף א ספיד צווישן 6 און 18 מייל פער שעה, דאקעגן אויף די ערד איז ער ממש א פוילער שטריק, ווי אויך איז זיין שפייז נאר אין וואסער; הלא הוא קליינע פישלעך.. (אין א לאקאלע זו קען מען זעהן וויפיל פיש ער האקט א טאג...)

אבער היות ער איז נישט קיין פיש, דארף ער כסדר ארויפקומען כאפן דאס אטעם, נארמאל האלט ער זיין אטעם בערך 4 מינוט, (ואין הכלל כולו יצא..) דערנאך שטעקט ער ארויס זיין קאפ מיט א שנעלע אטעם ארויס פון די נאז און כאפט א פרישע אטעם און-- דא קומט אריין די פאלער בער!

עס איז דא עטליכע אופנים ווי אזוי ער פאנגט סיעל'ס לאמיר עס אביסל צוטיילן..



ניין ער זאגט נישט יעצט זיין פסוק פון פרק שירה, (ישאו מדבר ועריו חצרים וכו') ער שמעקט יעצט!
זיין הויפט מיטל איז זיין שמעק! זיין שמעק איז אזוי שארף ווי 7 טרענירטע שמעק הונט! ער קען שמעקן ווי פונקליך אונטער די וואסער א סיעל שווימט, און אויף די ערד קען ער שמעקן מיילן ווייט, אזוי אויך אדורך שמעקן די דיקע אייז...

בילד
הממ.. עפעס געשמאק שמעקט דא אונטער די אייז..


בילד
דאס איז עס! א 'בעבי סיעל' נו כאטש א סנעק..


זיין בעסטע וועג צו פאנגען, וואס קוקט גראדע נישט אויס אזוי געלונגען, אבער דאך האט ער די מערסטע שאנסן איז מיטן מאכן א לאך אין די אייז פשוט אז דער סיעל זאל האבן ווי צו אטעמען (ממש שכח..) ער לאדנט איין די סיעל צו קומען צו זיין לאך ווי ער שטייט, די פאלער בער האט גענוג צייט, און ווארט מיט געדולד, און אסאך געדולד... (לאמיר נישט פארגעסן ווינטער ווערט די גאנצע ארקטיק צירקל איין שטיק אייז! די סיעל'ס דארפן כסדר טרעפן א לאך צו אטעמען, אז נישט וועלן זיי דארפן שווער ארבעטן צו אדורך האקן די אייז בלויז צו כאפן דאס אטעם..)

בילד
מאכנדיג דעם לאך אינעם דיקן אייז..




דארט אונטערן וואסער קען מען זעהן א לאך פון שטרעקעס ווייט ווייל די ליכטיקייט שיינט אריין, און אזוי דערנענטערט זיך דער סיעל נישט וויסענדיג אין וועלכע פאסקע ער פאלט אריין, די פאלער בער שמעקט זיין קרבן און נאך פאר די סיעל האט אפילו א שאנס צו כאפן דאס אטעם טאנצט די פאלער בער אריין אינעם לאך מיט זיינע שטארקע הענט כאפט ער אן די קרבן און פלינקערהייט בייסט ער אריין מיט זיינע 42 שארפע ציין מיט א קראפט פון 1,200 psi, און ביז פופצן סעקונדעס(!) איז די מאלצייט פולקאם צוגעגרייט...




נאך א באקאנטע וועג איז דא, ווען א סיעל קומט שוין יא ארויף פונעם לאך אויף די שניי זיך אפצורוען, איז דאס נאך א גוטער געלעגנהייט פארן פאלער בער, ער וועט דאן ניצן 'סטעלט' שטילערהייט זיך צושארן נישט ארויסלאזנדיג קיין שארך, געווענטליך וועט די סיעל זיך אראפלייגן פאר קורצע דרימלען, די פאלער בער וועט דאן שנעל לויפן, און די סקונדע וואס די סיעל הייבט אויף זיין קאפ וועט די פאלער בער ווערן ווי געפרוירן אויפן ארט, וחוזר חלילה, ביז ער וועט אנקומען עטליכע דרייסיג פיס נאנט און דאן געבן א שפרינג אויפן סיעל, און די סעודה איז גרייט...

ער דארף אבער גאר אכטונג געבן ווען ער טאנצט ארויס צו סוף, איין נישט ריכטיגע באוועגונג; והסיעל איננו...



(מ'קען באמערקן די שטענדיגע פחד פון זיי, א גאנצע צייט קוקן זיי ארום צו עס איז נישט דא קיין פארציקער..
פארשער ווייזן טאקע אן די חילוק פון א סיעל פון ארקטיק וואס ציטערט א גאנצע טאג, ביז א סיעל פון אנטארקטיקע וואס איז וואס שווימט אזוי געמיטליך און קען רואיג כאפן א דרימל יעדען טאג..
https://drive.google.com/file/d/1TMu9W6 ... WA6N3/view
https://drive.google.com/file/d/1ZUrXvA ... sp=sharing)

נאך איין באקאנטע וועג איז דא, ווען עס איז סוף ווינטער און די וואסערן צולאזן זיך, שווימען דאן ארום גרויסע שטיקער אייז, ווען א סיעל איז דאן אויף א שטיקל אייז וועט די פאלער בער שווימען אין וואסער און שטילערהייט ארויפטאנצן אויפן קרבן, אבער ער האט שוואכע שאנסן דערצו בלויז 5% פאר א סוקסעס...


#סוקסעס
https://drive.google.com/file/d/14H0nRE ... v4qB7/view
#דורכפאל
https://drive.google.com/file/d/1Dzu78t ... Ie3-_/view


עס איז דא נאך א זאך וואס גייט גוט פאר פאלער בערן, דאס איז די 'בעלוגע וואַלפיש' זיי זענען ריזיג! 16 פיס לאנג און קען וועגן איבער צוויי טאן! פארן פאלער בער וועט דאס זיין א גרויסע געווינס, אבער עס איז נישט אזוי גרינג ווייל בעלוגעס האבן ספעציעלע דריזן אין זייער קאפ (echolocation) וואס שיקט צוריק כוואליעס פון סיי וועלכע באוועגונג אינעם גאנצע ארום.. אין אנדערע ווערטער; ער ווייסט פונקליך ווי די פאלער בער שטייט דארט העכער די אייז, און וועט שטיין ווייט פון איהם...


דאך וועט עס נישט צופיל העלפן ווייל די בעלוגע אטעמט נישט דורכן מויל נאז אזוי ווי דער סיעל, נאר זיי אטעמען דורך א ספעציעלע לאך אויפן רוקן..




וואס דאס מיינט אז זיי קענען נישט אטעמען דורך א קליין לעכל אין די אייז, זיי דארפן האבן א גרויסע לאך און בפרט אז זיי לעבן אין גרופעס..



ממיילא ווען זיי געפינען א גרויסע לאך וועלן זיי נישט אזוי שנעל אוועקגיין...



ווען א פאלער בער קומט אן אהין וועלן זיי בלייבן אונטער די וואסער.. אבער נישט צו לאנג, זיי קענען האלטן זייער אטעם פאר צוואנציג מינוט דערנאך דארפן זיי צוריק ארויפקומען, אבער היות די פאלער בער שטייט דארט וועלן זיי כאפן בלויז א קורצע אטעם, און דאס מאכט זיי זייער שוואך, און אויף דעם ווארט די פאלער בער! ער וועט דאן ארויפטאנצן אויפן בעלוגע און אריינבייסן אויפן רוקן די שטערקסטע וואס ער קען...


ער וועט דאן ווארטן ביז ער שטארבט, און דאן ארויסשלעפן פון וואסער און מאכן זיין סעודת שלמה בשעתו...





זומער ווערט לענגער






רוב פארשער ווען זיי רעדן פון קלימאטן טויש לגבי דעם פאלער בער, וועלן זיי לייגן דעם שרעקעדיגע בילד און שרייבן אונטער דעם מיט גרויסע רויטע בוכשטאבן 'געבאקוק! דאס איז דאס לעצטע ביסל שטיקל אייז! אויב דאס צולאזט זיך איז די פאלער בער א פארטיגער...'
(עס איז טאקע אמת אז די אייז פונעם ארקטיק צולאזט זיך גאר שטארק אין די לעצטע צענדליגע יארן, און די טרעטאריעס ווערן קלענער און די פאלער בער שפאצירט ארויס אביסל פונעם ארקטיק און די גריזלי בערן טרעפן זיך אפט מיט די פאלער בערן און עס וואקסט ארויס די 'פיזלי בער'.. אבער דאס איז נישט אזא פראבלעם ווייל עס איז דא ב''ה גענוג 'ערד' אינזלען אין די ארקטיק.. און ווייט פון דארפן זאגן אז לכבוד דעם וועט אין יאר 2050' די פאלער בער'ס פאפולאציע טראסקענען צו בלויז א דריטל..)

אבער די ריכטיגע פארשער זענען פארנומען מיט עפעס אנדערש..
ווי מיר ווייסן אז ווינטער ווערן אלע וואסערן איין שטיק אייז, און דאן לעבט אויף די פאלער בער האבנדיג צוטריט צו אלע סיעלס, אבער זומער נאך וואס אלע וואסערן ווערן צוריק אן אפענע ים, דאן שווימען אוועק די סיעלס טיף אינעם ים, דארט ווי די פאלער בער וועט נישט אנקומען, כאטש וואס די פאלער בער איז א מאכטפולן שווימער האבנדיג ברייטע פיס און זיינע פינגער זענען באהאפטן (אזוי ווי קאטשקעס) דאך וועט ער נישט אריינגיין אזויפיל מייל אינעם טיפן ים...

אבער די פאלער בער פלעגט זיך אן עצה געבן אדורך צו שטיפן די קורצע זומער, נאך אלעם האט ער איבריגע פעטנס על כל צרה שלא תבוא.. וואס איז אבער געשעהן אין די לעצטיגע צענדליגע יארן איז, אז די וואסערן ווערן אויפגעלאזט פיל פריער און ווערן סאך שפעטער צוריק איין שטיק אייז, וואס דאס מאכט אן א לאנגע הונגעריגע זומער, מ'זעהט זיי ארומגיין גאנצע טעג און וואכן אן אריינעמען עפעס נארמאל אין מויל, דאס איז שוין יא עפעס וואס זיי מוטשענען זיך עכט...

אבער די 'ומשביע לכל חי רצון' פארלאזט נישט אפילו די פאלער בער!
די פאלער בערן האבן מיט די צייט פארשטאנען זייער מצב און אנגעהויבן צו טוען כל טצדקי שבעולם צו איבערלעבן די לאנגע זומער..

געוויסע פאלער בערן האבן זיך אויסגעלערנט צו פאנגן בעלוגעס אינעם אפענעם ים, נאכגייענדיג גרויסע גרופעס קען דאך נישט אייביג יעדער אנטלויפן, ער וועט דאן כאפן א קראנקע אדער איינער וואס האט נישט באצייטנס אוועק געשווימען..



געוויסע פאלער בערן האבן זיך אויסגעלערנט צו נאכגיין די 'וואלרוס' סיעל וואס קומט יא אסאך אויף די יבשה במשך זומער..




אבער זייענדיג אין גרויסע גרופעס, (אפטמאל אין די שווערע טויזענטער'ס! באטראכט די בילד..) און נאך דערצו ווען יעדער שטעלט זיך אויס אין א רינג מיט זייערע טאסקס (די לאנגע ציינער) פון איבער דריי פיס ארויסגעשטעקט איז ביטער שווער צו באקומען א מאלצייט, די פאלער בער וועט פראבירן מאכן כאאס און דאן פארכאפן א בעבי וואלרוס.. (א פאלער בער קען נאר פאנגן אן ערוואקסענע וואלרוס ווען ער איז איינער אליין, און אויפן יבשה, נאך אלעם איז ער די גרעסטער סיעל...)
#דורכפאל
https://drive.google.com/file/d/1RrXm47 ... bV0XX/view
#סוקסעס
https://drive.google.com/file/d/1CO08ma ... sp=sharing

נאך א עסן וואס די פאלער בערן האבן אנגעהויבן צו גיין פאר איז אייער פון פייגלעך און פון קאטשעס... זיי עסן צענדליגע שטיק א טאג..

https://drive.google.com/file/d/1duobkV ... zrIVZ/view

צום שלוס: צו פארשטיין וואס מיינט 'ומשביע לכל חי רצון'.. אין יאר 2017' סוף זומער האט מען אויפגעכאפט הונדערטער פאלער בערן (בלי גוזמא!) אויף איין פלאץ געניסנדיג פון סעודת לויתן א טויטע 'באָווהעאַד וואלפיש' 120,000 פונט! און דאנק זייער שמעק זענען אלע פאלער בערן פונעם אומגעגנט צאמגעקומען, יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס די פאלער בער האט אזא שארפע שמעק? און יא! דאס איז ריכטיגע מה רבו מעשיך ה'!!

sep_2017[1].png
sep_2017[1].png (659.82 KiB) געזען 3540 מאל

sep._2017[1].png
sep._2017[1].png (459.8 KiB) געזען 3540 מאל



עס ווערט געזיכט עסקנים צו ארומגיין פאר פדיון שבוים פאר ר' בערל ווייס, מען וועט אויסטיילן בחינם דעם דרייווער'לאזע טעסלא מען בעהט שטארק דעם עולם זאל זיך נישט אפזאגן פון דאס נעמען, ולמצוה גדולה יחשב.. פאר מער אין אישי....
לעצט פארראכטן דורך יש הנאה אום מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:42 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

ג-ע-וו-א-ל-ד-י-ג!!!!
א ריזן יישר כח!!
א מייסטער ארבעט אראפגעלייגט!!!
א יך וואלט עס גערעיט אויף 7 שטערנדליך
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

עמעזינג ארבעט!!דא גייט אריין אסאך צייט, און מיר עפרישיעיטן עס זייער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

נאופס
נישטא די פאסיגע ווערטער צו באדאנקן פאר אזא געלונגענע צוזאמגעשטעלטע באשרייבונג..
#דאס איזא זעלטענע שלימות און עס איז גאר רייך, אינטערסאנט, אינפארמאטיוו באשריבן..
#דאנקע א מילליאן (ויש גורסים א ביליאן... וקלו וקלו דברי אלוקים חיים..)
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

ענדע צדיק! האט געשריבן:עמעזינג ארבעט!!דא גייט אריין אסאך צייט, און מיר עפרישיעיטן עס זייער.

יאפס.. ווען נישט 'צייט' וואלט איך באשריבן די גאנצע לעבן פון א פאלער בער.. (איך וואלט קיינמאל פארטיג געווארן.. :roll: )
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

wow wow wow הערליך
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

WOW WOW WOW

א מעכטיגע מאסיווע ארבייט !!!

זייער זייער הנאה געהאט !!!
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

צהלתו בפניו האט געשריבן:ג-ע-וו-א-ל-ד-י-ג!!!!
א ריזן יישר כח!!
א מייסטער ארבעט אראפגעלייגט!!!
א יך וואלט עס גערעיט אויף 7 שטערנדליך



יאפ "יש הנאה" אין פולסטן זין פון ווארט
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21037
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

זייער הנאה געהאט פון די באשרייבונג און אויסשטעל נאכדערצו דעי זשיף בילדער מאכט פארשטיין נאך קלארער
יישר כוח און מיר ווארטן אויף נאך
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

נארמי האט געשריבן:זייער הנאה געהאט פון די באשרייבונג און אויסשטעל נאכדערצו דעי זשיף בילדער מאכט פארשטיין נאך קלארער
יישר כוח און מיר ווארטן אויף נאך
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

הערליך!!

א גרויסן ייש"כ
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אמתדיג הנאה געהאט. דאס זעהן מאכט עס אזויפיל מער אינטערעסאנט
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

א מייסטערהאפטיגע געוואלדיגע ארבעט!!! א ריזיגע ישר כח!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

צהלתו בפניו האט געשריבן:ג-ע-וו-א-ל-ד-י-ג!!!!
א ריזן יישר כח!!
א מייסטער ארבעט אראפגעלייגט!!!
א יך וואלט עס גערעיט אויף 7 שטערנדליך

אין מילים ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

הר גריזים האט געשריבן:א מייסטערהאפטיגע געוואלדיגע ארבעט!!! א ריזיגע ישר כח!
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

געלעגער האט געשריבן:אמתדיג הנאה געהאט. דאס זעהן מאכט עס אזויפיל מער אינטערעסאנט
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

אנטשולדיגט אז די דזשיפ'ס האבן נישט געארבעט די לעצטע שעה..

יעצט איז עס שוין מסודר, אויב האט איר פארפאסט די דזשיפ'ס הייבט אן פון אלף....
אטעטשמענטס
34.png
34.png (31.86 KiB) געזען 2619 מאל
ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ohrchodosh »

הערליך!!

א גרויסן ייש"כ
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הפלא ופלא!!
א ריייזיגן יישר כח!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4197
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

הערליך.
בוקמארקעד. (דאס מיינט אז מיר ווארטן פאר נאך)
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

א יישר פאר אלע באדאנקער!
ספעציעל פאר די וואס שרייבן נישט אפט, און האבן זיך אנגעשטרענגט זיך צו באדאנקן..
----
זייטס וויסן איך האב געציילט די אותיות פון יעדע באזינדערע תגובה! מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס א ש'כח קען אויפטון! :grin:

---
[spoil]
צהלתו בפניו האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
tesla האט געשריבן:
שמואל שמעלקא האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
נישט ווי יעדעם האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:
ohrchodosh האט געשריבן:
און שוין! האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:
פאקטען האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:
[/spoil]
לעצט פארראכטן דורך יש הנאה אום זונטאג אקטאבער 31, 2021 12:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

יש הנאה האט געשריבן:.
איין קליינע הערה, צום סוף ביי די באוהעד וועהל שרייבסטו 60,000 ''טאן'' דאס איז לכאורה א טעות, עס איז 60000 'פונט''(זעכציג טויזנט טאן קומט אויס הונדערט צוואנציג מיליאן פונט....)
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: מה רבו מעשיך ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

מאסיווע ארבעט!

אויסטערליש הנאה געהאט!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”