דזשורי דוטי

שטאטישע פראגראמען און לעגאלע דאקומענטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

באקומען א סאמענס צו דינען אין דזשורי! וויאזוי פטר'ט מען זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

יאפס! דער אומגעוואנטשענער בריוועלע איז ליידער אנגעקומען! איך האב באקומען א סאמענס צו דינען אין דזשורי אין 2 וואכן ארום, וויאזוי גיבט מען זיך אן עצה? איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין א קאורט הויז, כ'האב נישט קיין אנונג וויאזוי ס'גייט צו אזא פראצעדור און ווי לאנג ס'נעמט, ועל כולם קען איך נישט קיין ענגליש, און מען סטראשעט אויפן בריוועלע אז אויב קומט נישט דאן זעצט מען איין אין חד גדיא אריין, בנוסף צו א קנס פון $1000, איז אלזא וואס טוט מען דא?
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

געוענדליך איז דא אויפן בריוו א טעלעפאון נאמבער, איך שוין אמאל געקאלט און געדינט אלס איינעמס טאטע, און געזאגט אז מיין זין, פארוועם איר האט געשיקט די בריוו, קען נשיט קיין ענגליש. און זיי האבן געזאגט אז ער דארף נשיט קומען.
יכול
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2008 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכול »

וואס האסטו מורא צו גיין? איך בין שוין אמאל געזיצען אויף א קעיס אלץ זשורי און עס איז גראדע זייער אינטערעסאנט.

אמאל קען מען גאר העלפען א איד אויך, און עס איז א קידוש השם אז אידן שטעלען זיך צו צו חוקת המדינה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך בין גראדע יא איינמאל אראפ, און נאך עטליכע שעה זעהנדיג אז עס איז נישט אינטערסאנט האב איך זיי געפרעגט אויב עס גייט זיין קאורט פרייטאג, זיי האבן געזאגט אז יא, האב איך געזאגט אז פרייטאג קען איך נישט זיין דא אלץ איד, האבן זיי מיר געלאזט גיין און אריינגעשיקט א פערציג דאלערדיגן טשעקל.
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

3x0 האט געשריבן:געוענדליך איז דא אויפן בריוו א טעלעפאון נאמבער, איך שוין אמאל געקאלט און געדינט אלס איינעמס טאטע, און געזאגט אז מיין זין, פארוועם איר האט געשיקט די בריוו, קען נשיט קיין ענגליש. און זיי האבן געזאגט אז ער דארף נשיט קומען.

יישר כוחכם! וועל מיר פרובירן צו טון כהוראת טריאוי, ויעזור השי"ת שאצליח במעשי ידי אמן ואמן.
יכול האט געשריבן:וואס האסטו מורא צו גיין? איך בין שוין אמאל געזיצען אויף א קעיס אלץ זשורי און עס איז גראדע זייער אינטערעסאנט.

אמאל קען מען גאר העלפען א איד אויך, און עס איז א קידוש השם אז אידן שטעלען זיך צו צו חוקת המדינה.

איך האב מורא ווייל איך הייב נישט אן צו יכול'ן ענגליש, און בכלל איך האב נישט די צייט און געדולד דערצו...
יאנאש האט געשריבן:איך בין גראדע יא איינמאל אראפ, און נאך עטליכע שעה זעהנדיג אז עס איז נישט אינטערסאנט האב איך זיי געפרעגט אויב עס גייט זיין קאורט פרייטאג, זיי האבן געזאגט אז יא, האב איך געזאגט אז פרייטאג קען איך נישט זיין דא אלץ איד, האבן זיי מיר געלאזט גיין און אריינגעשיקט א פערציג דאלערדיגן טשעקל.

איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז נאר איין מאל, און וואס טוט זיך מיט די איבריגע? קען מען סתם אזוי זיך נישט וואוסענדיג מאכן?
געדענק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענק »

אז די זאגסט אז די האסט באקומען אזא בריוו דאן האסטו עס טאקע באקומען,
ספעשעלי אויב נעמסטו אן 3X0'ס עצה פון קאלען.

ווער זאגט דיר אז די האסט עס טאקע באקומען?
אפשר איז עס פארלוירען געווארען אין די מעיל?
ודי

(ס'איז נישט מיין אייגענע אויסטרעף, נאר ביי רוב היימישע אידען קומט עס ניטאמאל אן, ס'ווערט אלס פארלוירען)
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

ידעתי בני ידעתי! דאס וואלט איך געטון ווען ס'איז נישט דא "די היימישע קרעטשמע" און איך האב נישט מיט וועם זיך שואל עצה זיין, אבער איצט שזכינו להיימישע קרעטשמע וויל איך הערן וואס אידן האבן צו זאגן איבער דעם! צו קען מען זיך טאקע אומוואוסענדיג מאכן? און אויב ס'קומט אן א צווייטע מאל און א דריטע מאל, קען מען אלס נוצן די אויסרייד? ס'איז דאך נישט מסתבר אז ווען מ'שיקט דריי מאל זאל נישט אנקומען אפילו פעם אחת? צו איז בעסער זיך יא וואוסענדיג צו מאכן און טון ווי טריאויס עצה? צו האט איינער א אנדערע עצה? די סטראשע פון תפיסה און קנס מיינט עפעס?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

נאכדעם וואס דו גייסט איינמאל ביסטו פטור פאר עטליסט פיר יאר.

מיין ווייב איז שוין כמה פעמים גערופן געווארן און קיינמאל נישט געגאנען, עס קען גארנישט געשעהן ווייל זיי דארפן אויפווייזן אז דו האסט באקומען דעם שטיקל פאסט וואס עס איז נישט מעגליך נאר אויב זיי שיקן עס מיט די רעגיסטרירטע פאסט וואס פאדערט פון דיר אן אונטערשריפט.

(אחרי שובו זעה איך אז געדענק שרייבט די זעלבע זאך, נו זאל זיין שני כתובין)
געדענק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענק »

כ'האב אמאל געהערט ווי א איד פרעגט אן עסקן וועגן אזא ענין, גיט אים די עסקן א פרעג מיט אזא ביטול...
כ'ווייס נישט פון וואס די רעדסט... איך וואס איך דריי מיך ביי די רעגורונג ווייסט אז ס'איז נישטא קיין שום רעקארד אז די האסט באקומען אזא בריוו... און די "פשוטער ארבעטער" קומסט מיר זאגען אז די האסט עס יא באקומען???....

ווען יענער האט נישט געכאפט וואס דער עסקן האט אים געזאגט און ווייטער געמוטשעט, "כ'האב דאך עס יא באקומען......."

האט אים די עסקן געענטפערט, "אז די האסט עס באקומען מוזטו דיך וויסענדיג מאכען, אבער דאנק גט ווילאנג די פאסט מאן דעליווערט עס נישט צו דיר....."
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

געדענק האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט ווי א איד פרעגט אן עסקן וועגן אזא ענין, גיט אים די עסקן א פרעג מיט אזא ביטול...
כ'ווייס נישט פון וואס די רעדסט... איך וואס איך דריי מיך ביי די רעגורונג ווייסט אז ס'איז נישטא קיין שום רעקארד אז די האסט באקומען אזא בריוו... און די "פשוטער ארבעטער" קומסט מיר זאגען אז די האסט עס יא באקומען???....

ווען יענער האט נישט געכאפט וואס דער עסקן האט אים געזאגט און ווייטער געמוטשעט, "כ'האב דאך עס יא באקומען......."

האט אים די עסקן געענטפערט, "אז די האסט עס באקומען מוזטו דיך וויסענדיג מאכען, אבער דאנק גט ווילאנג די פאסט מאן דעליווערט עס נישט צו דיר....."


ס'איז גוט פאר א ווערטל אבער ביי די רעגירונג איז נישטא אזא זאך ביי זיי גייט אהן די חזקה וואס חז"ל זאגן אז שליח עושה שליחותו,
קענסט מיך?, שיק מיר אן אישית וועל איך דיר פארבינדן מיט א מומחה אין דעם ענין ער וועט דיר זיין בייהילפיג בעז"ה אהן קיין דיסעפוינטמענט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

בן בוזי האט געשריבן:
געדענק האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט ווי א איד פרעגט אן עסקן וועגן אזא ענין, גיט אים די עסקן א פרעג מיט אזא ביטול...
כ'ווייס נישט פון וואס די רעדסט... איך וואס איך דריי מיך ביי די רעגורונג ווייסט אז ס'איז נישטא קיין שום רעקארד אז די האסט באקומען אזא בריוו... און די "פשוטער ארבעטער" קומסט מיר זאגען אז די האסט עס יא באקומען???....

ווען יענער האט נישט געכאפט וואס דער עסקן האט אים געזאגט און ווייטער געמוטשעט, "כ'האב דאך עס יא באקומען......."

האט אים די עסקן געענטפערט, "אז די האסט עס באקומען מוזטו דיך וויסענדיג מאכען, אבער דאנק גט ווילאנג די פאסט מאן דעליווערט עס נישט צו דיר....."


ס'איז גוט פאר א ווערטל אבער ביי די רעגירונג איז נישטא אזא זאך ביי זיי גייט אהן די חזקה וואס חז"ל זאגן אז שליח עושה שליחותו,
קענסט מיך?, שיק מיר אן אישית וועל איך דיר פארבינדן מיט א מומחה אין דעם ענין ער וועט דיר זיין בייהילפיג בעז"ה אהן קיין דיסעפוינטמענט.

ריזיגע ריזיגע ריזיגע יישר כוח, הרב בן בוזי שליט"א.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב צוזאמגעשטעלט דעם פרישן אשכול איבער דזשורי-דוטי מיט אן אלטן עקזיסטירנדן וואס האט זיך געפונען אין די קעלערן פון היימישע קרעטשמע פארום, ליינט און האט הנאה.
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

הארציגן יישר כח הרב קרעמער!
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

יכול האט געשריבן:וואס האסטו מורא צו גיין? איך בין שוין אמאל געזיצען אויף א קעיס אלץ זשורי און עס איז גראדע זייער אינטערעסאנט.

אמאל קען מען גאר העלפען א איד אויך, און עס איז א קידוש השם אז אידן שטעלען זיך צו צו חוקת המדינה.


גם אני בנערותי עשיתי כן. אין די יונגע יארן האב איך אמאל מיטגעהאלטן א זייער אינטרעסאנטע קעיס פאר כמעט א גאנצע וואך. מיין באלעבאס איז געווען וואויל און האט מיר באצאלט פאר די טעג, און אויך די יוסטיץ דעפארטמענט האט מיר געשיקט אפאר ברעקעלעך אין די פאסט. אבער די קעיס אליינס איז געווען גאר גאר אינטרעסאנט. למעשה האבן זיי געסעטלד דאנערשטאג נאכמיטאג און דארט האט זיך עס געענדיגט.

דרך אגב, אין די ערשטע טאג האב איך געשיקט א צעטעלע צום שופט (א פרייע איד) אז פרייטאג מוז איך אהיים גיין פרי און ער האט פארשפראכן צו ענדיגן די קעיס פרייטאג גענוג פרי אז איך זאל קענען אהיים קומען באצייטנס.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

עמעצער קען פליז אראפלייגן וויאזוי ס'גייט צו די פראצעדור? וואס טוט מען די ערשטע זאך ווען מ'קומט אן דארט, וויאזוי גייט צו דער געשעפט?
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

קענסט מיך? האט געשריבן:עמעצער קען פליז אראפלייגן וויאזוי ס'גייט צו די פראצעדור? וואס טוט מען די ערשטע זאך ווען מ'קומט אן דארט, וויאזוי גייט צו דער געשעפט?



איך בין געווען אין דאונטאון מאנהעטן.

קודם ווען מען קומט אן גייט מען אדורך סעקיורעטי און מען דארף איבערלאזן די סעלפאון ביי זיי. דערנאך גייט מען אריין אין א ריזיגע זאל (געווענטליך איז עס אין א מאנטאג) פול מיט הונדערטער דזשורי דוטי'ערס. דערנאך קומט איינער אריין און איז מסביר די פראצעדור פון די דשורי. דערנאך קומען אריין איין קארט קלערק נאכן אנדערע און זיי רופן ארויס די נעמען פון א רענדאם גרופע פון מענטשן. די וויכטיגער די קעיס איז, די מער מענטשן זיי וועלן ארויף רופן ווייל זיי ווייסן אז אין א וויכטיגע קעיס וועלן מער מענטשן גע'פסל'ט ווערן. ביי מיין קעיס האט מען גערופן בערך דרייסיג מענטשן. און מען איז ארויף צו די זיבעטע שטאק וואס דארט איז געווען די קארט ציממער און די ריכטער פון די קעיס ווי איך בין געווען גערופן. דערנאך האט מען ארויס גערופן בערך זעכצן פון אונזער גרופע און געהייסן זיצען אין די דזשורי באקס. די ריכטער האט יעדעם אויסגעפרעגט אפאר שאלות שיקענדיג דערביי ארויס אפאר מענטשן. דערנאך האבן די לויערס פון ביידע זייטן געפרעגט א יעדעם כל מיני קשיות און זיי האבן פארשיקט נאך אפאר אזוי ביז עס איז געבליבן ניין. דערנאך האט די ריכטער און ביידע לויערס מסביר געווען בקיצור ווער די תובע און ווער די נתבע איז און בערך פארציילט וואס די מעשה איז. און זיי האבן געפרעגט אויב איינער פילט אז ער וועט נשיט קענען אורטיילן אן קיין נגיעות. היות די תובע ביי דער קעיס איז געווען א פאליציי אפיציר און איינע פון די דזשורי'ס פאטער איז געווען איינס איז ער אויך געגאנגן, אזוי איז געבליבן (דאכצעך) ניין אין די דזשורי באקס. זיבן זענען די דזשורי, און צוויי זענען עקסטרע חברה אויב עפעס געשעהט און איינע ווערט קראנג אדער גע'פסל'ט אין מיטן פון די קעיס. די וואס זענען נישט געווען א חלק פון די דזשורי גייען צוריק אראפ צו די גרויסע זאל און ווארטן פאר נאך א קעיס, אזוי קען מען דארט זוצן ביז סוף וואך, אדער ביז די קארט זעהט איין אז זיי וועלן שוין נישט דארפן מער דזשורי חברה דער וואך. איך האב מיך גראדע געפריידט אז איך האב באלד באקומען א קעיס און אז איך האב נישט געדרפט זיצן א גאנצע וואך און משוגע ווערן פאר ליידיג גיין.



וואס נאך ווילסטו וויסן?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
שניאור אייזיקאוויטש
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 8:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שניאור אייזיקאוויטש »

א קרוב מיינער וועלכער האט לעצטענס באקומען א סאמענס צו דינען אין דזשורי, האט אנגערופן די יו דזשעי או אין וומ"ס צו זיי קענען עפעס העלפן ער זאל נישט דארפן גיין, האבן זיי געענטפערט, אז איינמאל מ'באקומט א סאמענס מוז מען גיין! און כדי נישט צו באקומען א סאמענס זאל מען בשום אין אופן נישט צוריק שיקן די בריוועלע וואס זיי בעטן אויסצופילן, אפילו ס'קומט אן איין מאל צוויי מאל און דריי מאל, ס'מיינט נישט גארנישט און מ'קען זיך אויסלאכן, אבער טאמער שיקט מען עס יא צוריק וועט ווארשיינליך אנקומען א סאמענס און דאן איז צרות אויב מ'גייט נישט. עד כאן דברי היו דזשעי או.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך בין נאך נישט געזיצן אלס א דזשורי אין געריכט, אבער איך האב שוין אויפגעטרעטן אויפן עדות שטול פאר א דזשורי אויף גאר אן ערנסטע קעיס, עס איז געווען גאר אן אינטערעסאנטע איבערלעבעניש, איך האב פארברענגט א 2 טאג אין קארט, און געווען אויף א קרייץ פארהער פונעם דעפענס לאיער, דער עיקר איך האב ערפילט מיין פליכט און אראפגענומען א פארברעכער פון די גאסן אויף א צירקע 25 יאר.

דאס אז עס איז געווען אין אלול איז מיר געווען א שטיקל ערוואכונג אז נאך אביסעלע דארף מען זיך שטעלן לדין פארן זוכר כל הנשכחות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

א יישר כח פארשלאפן פארן אוועקלייגן דעם פארברעכער ווי ער באלאנגט, און לאמיר האפן אז ווען ער וועט ארויסקומען וועט ער נישט געדענקן ווער עס האט אים אהין אריינגעלייגט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ער קען נישט געדענקן ווער עס האט אים אהין אריינגעלייגט, וועגן גילוי :shock:
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

דזשורי דוטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איז איינער דא אמאל שוין געוועהן זיין א דזשורי?
ווי זוי קען מען זיך ארויס דרייען?
אפשר לוינט זיך יא צו גיין?
אויב איינער האט עפעס עקספיריענס ביטע מיט-טיילן,
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

דא רעדט מען דערפון. (יענער אשכול האט גענוי ס'זעלבע קעפל)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ש'כח צום זאך, ניט באמערקט,
מ'קען מעקען :)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צוזאמגעשטעלט
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

עצה טובה פאר איינער וואס וויל דורך ליינען די דריי בלעטער, ביטע ליינען פון אינטען ארויף, ס'הערשט א געפערליכע צומישעניש.
שרייב תגובה

צוריק צו “דינא דמלכותא”