"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:40 am

חוצפה אז זיי געבן נישט ארויס א עקסטערע ביילאגא פאר ראש השנה

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 9:28 am

fiena nieas האט געשריבן:חוצפה
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 10:24 am

ליבלעך האט געשריבן:
מאטכע האט געשריבן:ארויף מיט א $1 ?

יעדעס מאל וואס זיי מאכן אביסל דיקער בעטן זיי מיט א דאלאר מער


זיי מעגן בעטן וויפיל זיי ווילן, אבער די 'דיקער' פון וואס די רעדסט איז גאנצע 6 זייטן מער ווי געווענליך (72 זייטן א געהעריגע וואך, 80 זייטן די ראש השנה נומער)

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 7:22 pm

יאסעלע האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:חוצפה

וואס דען איז עס אז נישט חוצפה?

אברהם פערלמאן
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 5:12 pm
לאקאציע: עלי דרך

תגובהדורך אברהם פערלמאן » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 12:00 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:מסתמא די נעקסטע נומבער איז שוין אויף סוכות?

אין די פארגאנגענהייט האבן זיי צוגעשטעלט פיינע סחורה אין די מעין יו"ט אויסגאבע, מ'קוק מיר ארויס דערויף!


נארוואס פארענדיגט א לאנגער שטיקל פארן סוכות מאמענט. לענ"ד גייט עס אריין בגדר "פיינע סחורה". כ'האף דער ציבור וועט צושטימען.
אידישער שרייבער, מיינונגען אייגנס

עמקן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 4:01 pm

תגובהדורך עמקן » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 1:10 pm

למעשה איז נישט דא קיין מאמענט פאר ראש השנה?

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 3:53 pm

עמקן האט געשריבן:למעשה איז נישט דא קיין מאמענט פאר ראש השנה?

Nops

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2017 11:57 pm

עמקן האט געשריבן:למעשה איז נישט דא קיין מאמענט פאר ראש השנה?


שלשה אחים האט געשריבן:חזן לעממער! ערב די ימים נוראים ווען דאס ברעטל און חזנות איז אויפ'ן אויבן-אן, כאפן מיר א חזני'שן שמועס מיט דעם מייסטער חזן און בעל תפילה ר׳ יעקב לעממער וועלכער בארירט די נשמה סטרונעס אין די הייליגע טעג און האלט א חזנות קאריערע וואס באצויבערט מענטשן א גאנץ יאר

פארוואגלטע אידן: אידן אין אינדאנעזיע, "נייע אידן" אין אפריקע, אינקא שבט אין אמעריקע, "יהדות קוטשין" און "בני מנשה" אין אינדיע, צווישן אנדערע פארשטויסענע שבטים

בלוט בלבול אין ניו יארק: ווען "ניו יארק סטעיט טרופּערס" האבן פארדעכטיגט אז אידן דארפן קריסטליך בלוט פאר... יום כיפור!

נחמן קטופא: די מיסטעריעזע געשיכטע פון די אנגעבליכע נבואות פון דעם 12 יעריג יונגל, וועמענ'ס יארצייט עס געפאלט אום ראש השנה

א לעבעדיגע אינטערוויו: אייגנארטיגע באריכט פון דעם דראמאטישן ׳לעבעדיגן׳ אינטערוויו דורך בארימטן קול-מבשר אינטערוויוער הר״ר שלמה יצחק דרעזדנער מיט האברך ר׳ מרדכי בצלאל רייזמאן ביים רופא חולים דינער פאריגע וואך אין מאנסי

א גרוס פון האריקעין אירמא דורך איינעם וואס האט זיך אפגעפינען אין מיאמי דורכאויס דעם וויקענד

און נאך!

מאמענט׳ס ראש השנה נומער:
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:09 am

פארוואס איז מאמענט די סאמע איינציגע מאגאזין נישט ארויסצוקומען באזונדער אויף ראש השנה?

נישט קיין קריטיק חלילה, בלויז צו פארשטיין.
א מאגאזין איז לכאורה לייכטער אנצוגרייטן ווי א צייטונג, אויב אלע צייטונגען און מאגאזינען אויף אלע שפראכן זענען געווען צו באקומען באזונדער אויף שבת נצו"י און אויך אויף ר"ה, פארוואס האבן זיי נישט געקענט?
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
קברנה סובניון
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

תגובהדורך קברנה סובניון » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:20 am

זייער הנאה געהאט פון די מאמענט ראש השנה נומער
גייט אן מיט אייער פיינע ווערק צוצושטעלן ערליכע ליין מאטריאל פאר אידישרעדנדע אידן

שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2016 7:01 pm

תגובהדורך שטאטסמאן » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:24 am

איסר האטלקי האט געשריבן:פארוואס איז מאמענט די סאמע איינציגע מאגאזין נישט ארויסצוקומען באזונדער אויף ראש השנה?

נישט קיין קריטיק חלילה, בלויז צו פארשטיין.
א מאגאזין איז לכאורה לייכטער אנצוגרייטן ווי א צייטונג, אויב אלע צייטונגען און מאגאזינען אויף אלע שפראכן זענען געווען צו באקומען באזונדער אויף שבת נצו"י און אויך אויף ר"ה, פארוואס האבן זיי נישט געקענט?


ווייל ער האט נישט קיין קאמפעטישן.
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!

גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 6:02 pm

תגובהדורך גלות אמעריקא » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:36 am

שטאטסמאן האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:פארוואס איז מאמענט די סאמע איינציגע מאגאזין נישט ארויסצוקומען באזונדער אויף ראש השנה?

נישט קיין קריטיק חלילה, בלויז צו פארשטיין.
א מאגאזין איז לכאורה לייכטער אנצוגרייטן ווי א צייטונג, אויב אלע צייטונגען און מאגאזינען אויף אלע שפראכן זענען געווען צו באקומען באזונדער אויף שבת נצו"י און אויך אויף ר"ה, פארוואס האבן זיי נישט געקענט?


ווייל ער האט נישט קיין קאמפעטישן.


עוד יש לומר: ווייל ער מאכט נישט קיין געלט. והאחרון נראה עיקר...

טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

תגובהדורך טראכט איבער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:21 am

גלות אמעריקא האט געשריבן:
שטאטסמאן האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:פארוואס איז מאמענט די סאמע איינציגע מאגאזין נישט ארויסצוקומען באזונדער אויף ראש השנה?

נישט קיין קריטיק חלילה, בלויז צו פארשטיין.
א מאגאזין איז לכאורה לייכטער אנצוגרייטן ווי א צייטונג, אויב אלע צייטונגען און מאגאזינען אויף אלע שפראכן זענען געווען צו באקומען באזונדער אויף שבת נצו"י און אויך אויף ר"ה, פארוואס האבן זיי נישט געקענט?


ווייל ער האט נישט קיין קאמפעטישן.


עוד יש לומר: ווייל ער מאכט נישט קיין געלט. והאחרון נראה עיקר...

היינו טעמא פארוואס ער האט נישט קיין קאמפעטישען היינו טעמא ווייל מ'מאכט נישט קיין געלט
ווייל ארויסצוגעבן 'וואכענטליך' א אידישע אויסגאבע צוזאמען מיט די שרייבער .די גרעפיקער .די מגיהים .די דעלייווערי. און די פיק די עקסטער וואס ווערט נישט פארקויפט .
אדג קאסט אפ בערך 15,000 דאלער וועכענטליך [ביודעי ומכירי קאמינא ...]
אשר על כן איז דא וואכען וואס מ'פארדינט מער און וואכען וואס עס בלייבט א 'לאך'

און דאס איז דער סיבה וואס 'אלע' בלי שום יוצא מן הכלל אלע וועכעטליכע אויסגאבאבעס וואס זענען ארויסגעקומען ביז יעצט האבען זיך 'פארשלאסען' נאך 18 חדשים מקסימום
חוץ דער מאמענט וואס שטייט און גייט אן מיט מיט אן אנשלאסענקייט פאר קרוב צו 4 יאר
און הגם לפענ''ד וואלט די מאמענט געמעגט זיין מער תוכנ'דיג און מיט מער נפשיות'דיגע שילדערונגען אזוי די ענגלישע מאגעזינען
אבער דאך פאר אונז היימישע אינגעלייטלעך וואס זענען אויפגעוואקסען מיט א היימישע מאמע לשון ווי 'ראפאגאש'' גאלאש' און 'קאטשעניאוי פיש זאפש'
ליינט זיך אויף עפעס 'היימיש' אסאך געשמאקער'
במילא אפילו עס וואלט געמעגט זיין די מאמענט מער 'דיקער' בכמות ובאיכות
דאך איז דער דער איינציגער 'העלד' וואס איז דא און שטייט בויגזאם' מיט געדולד מיט עס וועט אריבער גיין אלע שווערע לעכער און קענען מיט דער צייט זיין א ריין אידישע 'אויסלופטורנג ארט' און די צייטעען וואס עס פעלט זיך אויס פאר 'אדם' אן אויסלויפטערונג
[איך מיין אז יעדער האט פון די 'סארט' צייטען איינער מער און איינער ווייניגער']

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:33 pm

טראכט איבער האט געשריבן:
און דאס איז דער סיבה וואס 'אלע' בלי שום יוצא מן הכלל אלע וועכעטליכע אויסגאבאבעס וואס זענען ארויסגעקומען ביז יעצט האבען זיך 'פארשלאסען' נאך 18 חדשים מקסימום
חוץ דער מאמענט וואס שטייט און גייט אן מיט מיט אן אנשלאסענקייט פאר קרוב צו 4 יאר

דער בליק (ווער געדענקט נאך?..) האט אנגעהאלטן ארום 5-6 יאר. איך מיין דער צייטשריפט אויך היפש לענגער ווי אנדערטהאלבן יאר.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:37 pm

דער בליק איז געווען חודש'ליך

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:39 pm

Naftule האט געשריבן:דער בליק איז געווען חודש'ליך

גערעכט גערעכט...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4155
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 1:59 pm

און דער בליק איז געווען פאר די סמארטפאון עפאכע. נישט קיין פארגלייך.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:01 pm

ווישוואש האט געשריבן:און דער בליק איז געווען פאר די סמארטפאון עפאכע. נישט קיין פארגלייך.

איך בין מסכים מיט דיר אז היינט איז אסאך שווערער, איך האב מיך פשוט געקריגט אויף זיין הנחה אז קיין איינער האט נישט אנגעהאלטן מער ווי 18 חדשים.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

דרך ישרה
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:35 pm

אנאליזן און קאמענטארן אויף הרב יואל אשר לאבינס באלעמער אפהאנדלונג און די מאמענט

תגובהדורך דרך ישרה » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:34 pm

נו וואס האלט איר אויפן ראש השנהדיגע באלעמער איז טאקע די סיבה פארוואס מגעט נישט אכט אויף עשה טוב ווייל מען איז צו פארנימען מיט גדרים וסייגים אזויווי די משל פונעם בן מלך?

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 11:43 am

דע וואך איז נישטא קיין מאמענט?
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...

טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

תגובהדורך טראכט איבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:22 pm

שמועסער האט געשריבן:דע וואך איז נישטא קיין מאמענט?


ווען האסטו דאס געוואלט לעזן
ביי די ערשטע פויזע אדער די צווייטטע ?

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:52 pm

דעמאלטס ווען כ'וועל ליינען דער איד און דער בלאט..

אגב, רוב וואכן ליין איך די מאמענט און די אנדערע צייטונגען דאנערשטאג נאכט, און מוצ"ש.
משום כבוד שבת.
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...

טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

תגובהדורך טראכט איבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 3:33 pm

שמועסער האט געשריבן:דעמאלטס ווען כ'וועל ליינען דער איד און דער בלאט..

אגב, רוב וואכן ליין איך די מאמענט און די אנדערע צייטונגען דאנערשטאג נאכט, און מוצ"ש.
משום כבוד שבת.

אינטערסאנט אזא כבוד פארן שבת
און נאך אלס קען מען ליינען צייטונגן
:| :?: :|

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 3:40 pm

טראכט איבער האט געשריבן:אינטערסאנט אזא כבוד פארן שבת
און נאך אלס קען מען ליינען צייטונגן
:| :?: :|

נישט קיין סתירה

ער איז בארעכטיגט צו ליינען.
און אז ער איז מכבד דעם שב"ק, דורכ'ן עס נישט ליינען אום שב"ק, אשרי לו ואשרי חלקו!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:45 pm

ווען קימט עס ארויס לכבוד סוכות?


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט