דער ריכטיגער אפטייטש פון "פקידה" און אונטערשייד פון "זכירה"

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:51 pm

דער ריכטיגער אפטייטש פון "פקידה" און אונטערשייד פון "זכירה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארהוילן »

קען איינער פארטייטשן אויף אידיש דאס ווארט "פקידה" מיטן מיין פון געדענקן.
למשל וויאזוי טייטשט מען זכרנו ד"א בו לטובה ופקדנו בו לברכה, אדער וישמע ויפקד ויזכר
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דערמאנען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

msp האט געשריבן:דערמאנען

געניג אויף וה' פקד? געדענקען און ...
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארהוילן האט געשריבן:קען איינער פארטייטשן אויף אידיש דאס ווארט "פקידה" מיטן מיין פון געדענקן.
למשל וויאזוי טייטשט מען זכרנו ד"א בו לטובה ופקדנו בו לברכה, אדער וישמע ויפקד ויזכר

איך בין בכלל נישט זיכער אז עס איז פארהאן א 'ריכטיגע' אידישע אפטייטש דערפון, ווארום דער באדייט איז אז אויסער געדענקען, זאל דער אייבערשטער עפעס טאן למעשה דערוועגן (ויש לעיין בספרי ביאורי שמות הנרדפים לחילוק מילת זכרון ופקדון, אבל כן הוא מונח בזכרוני מל' וה' פקד את שרה, הרב עקרות נפקדו עמה, ויש לעיין אם הוא גופה ענין של פקדון בידך אפקיד רוחי, ואם כן מה יהי' עם המושג של ציוו ופקידה ויפקד המלך פקידים, וצ"ע בכל זה)

איך וואלט געשריבען "אינזינען האבן" אויף ויפקד, עס איז א שטאפל טיפער ווי געדענקען.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

רב מיללער, תניא דמסייע לך,
רמב"ן ריש במדבר:
"ענין "פקידה" זכרון והשגחה על דבר, כלשון וה' פקד את שרה כאשר אמר, והוא פתרונו בכל מקום, לא ימלט מהן איש על דעתי, וגם "פקדון" מפני ששמירתו והשגחתו עליו".
און א אידיש אפטייטש אויף דעם איז נענטסע בערך ווי איר האט פארגעשלאגן.

שוין לאנג געטראכט אז וואלט געווען א דבר טוב זיך צונעמען צו די לשון קודש בשורשם, און דאס איז איינע פון די ביישפילן.
וכידוע, אין לשהו"ק איז נישט דא צוויי טיישן אויף איין זאך, און איין טייטש אויף צוויי זאכן.
ס'איז דא ממש פלאות אין דעם.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בעאבאכטער האט געשריבן:רב מיללער, תניא דמסייע לך,
רמב"ן ריש במדבר:
"ענין "פקידה" זכרון והשגחה על דבר, כלשון וה' פקד את שרה כאשר אמר, והוא פתרונו בכל מקום, לא ימלט מהן איש על דעתי, וגם "פקדון" מפני ששמירתו והשגחתו עליו".
און א אידיש אפטייטש אויף דעם איז נענטסע בערך ווי איר האט פארגעשלאגן.
.

יישר כחך!

און וואס בלייבט מיט ויפקד המלך פקידים?
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

משגחים, אויפזעהערס.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בעאבאכטער האט געשריבן:משגחים, אויפזעהערס.

פיין, שטימט אלעס
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

ויפקד = ממנה זיין (א פקיד)
פקידים = אויפזעהערס

די העברעסאיסטן האבן א נאמען געגעבן דעם סעקרעטאר "פקיד"
פארוואס? א קושיא...
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

אויב כ'מעג זיך אריין מישן צווישן לייבן.

כ'האב אלץ געהאט דעם פילינג אז 'זכרון' איז אויף א אפטע פריקווענט זאך, למשל, 'ווען דו גייסט ארויס געדענק צו נעמען דעם דיפאזיט', וכדו.

'פקידה' צייגט מער אויף א אויסגעבענקטע זאך וואס מ'ווארט אויף א לאנגע צייט, ס'איז באהאלטן פון מיר, ס'ווערט געהאלטן ביי יענעם, יענער האט דעם כח, אבער מ'האפט אז יענער האט אים כסדר אינזין, פליז קיפ מי אין מיינד.

דא זאגט די תורה אז דער רבוש"ע האט 'אלץ' געדענקט אברהם און שרה, (כאטש ס'איז געווען סמוי מן העין) נאר ווייל ס'איז יעצט מומחש געווארן, דערפאר שטייט הערשט יעצט 'וד' פקד את שרה' און דאס איז וואס דער רמב"ן זאגט. אנהאלטן א געדענקעניש און א וואכזאמקייט (כאטש בעיני בשר קוקט דאס אויס אום-אנוועזענד).

בלייבט נאר איבער צו דערגיין די טייטש און דער שורש. מיר וואלטן געזאגט אז דאס א לשון פון 'אינער-האלטן' (פקדון-האלטן) דער רבוש"ע האט אינערליך (קאנסטענטלי-שטענדיג) געהאלטן כביכול במחשבתו דעם זארג פון אברהם ושרה, און יעצט איז דאס מומחש געווארן. (להבדיל אא"ה ביי בשר ודם העט מען ווען געזאגט אז 'הוברר הדבר למפרע')

זכרנו בו לטובה, געדענק און גיב אונז כסדר פעקלעך-טובות, ופקדינו-האלט אונז כביכול שטענדיג אין דיין געדאנק (כביכול פון דערווייטענס-מלמעלה) לברכה.

דאס לכאורה פארקערט ווי ידידינו 'בעאבאכטער' והגאון ובקי מורינו ר' מילער וואס זאגט אז פקדון א א לשון אויף א רעאקציע אויף להבא, נאר ס'איז שטענדיג, ס'האלט שטענדיק אן, און ווען ס'ווערט מומחש די שטענדיקייט פארציילט די תורה אז ס'איז געשען.
כן נראה בעיני הבשר.
לעצט פארראכטן דורך וואסערפאל אום מיטוואך אקטאבער 30, 2013 9:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

זכרנו בזכרון טוב לפניך ופקדנו בדבר ישועה ורחמים
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

'בדבר' ישועה וכו. 'משמי שמי קדם'
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

זכרון איז לפניך, פקידה איז בדבר ישועה ורחמים.

וואס מיינט וה' פקד את שרה 'כאשר אמר'?
ופקדתי עליכם את ה...?
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

קעי, כ'האב יעצט געמוזט אביסל נאכלערנען, ס'קוקט אויס דערווייל ווי ס'פארהאן עטליכע משמעות.

וד' פקד קוקט אויס פון תרגום אויפן פלאץ, און פון לקט בהיר פר' בחקותי אז דאס א לשון פון טיפערע געדענקעניש, כ'האב זיך דערמאנט, ס'איז געלעגן אין מעמארי, ס'האט זיך יעצט ערוועקט, דערמאן זיך.

והפקדתי עליכם, מיינט באפעלן, אזוי זאגט רש"י, פון תרגום איז משמע אז ס'איז א לשון צערענען 'ואסער'.

(לקט בהיר זאגט אויפן פלאץ אויף רש"י 'ואינו מלשון פקדון')

פקדון מיינט באהאלטן.

ויפקד המלך, זאגט תרגום 'וימני', לכאורה א לשון פון התמנות, קען זיין ס'איז ווי באפעלן.

פון רמב"ן אין פרשת וירא קוקט אויס וזה לשונו 'אינו אלא לשון זכירה והשגחה' constant rememberanc and observation עטוואס ווי מיר האבן פריערט געוואלט זאגן, אז דער רבוש"ע האט כסדר געדענקט, נאר היצט זעען מיר דאס (אנדערש, וואס איז פשט וד' פקד לויטן רמב"ן)

תמצית, וד' פקד: לויטן תרגום, ודכיר-דערמאנען.
לקט בהיר אליבא דרש'י, זכרון והתעוררת, ווארשיינליך מיינען ביידע די זעלבע, א טיפערע מין געדענקעניש, א ערוועקעניש.
לויטן רמב"ן, אן אייביגע געדענקעניש פארן רבוש"ע וואס ווערט נתברר פון צייט צו צייט לעיני בשר ודם.
ווי ס'קוקט אויס האט עס גארנישט מיט 'האלטן'-פקדון.

ופקדינו בדבר ישועה ורחמים, וועק דאס אויף דיין געדענקעניש לויט רש"י ותרגום.

ס'איז ביי דיר ברענג דאס צו אונז אין די ווירקליכקייט לויטן רמב"ן, לויטן רמב"ן שטומט לכאורה זעער גוט ס'לשון 'משמי שמי קדם'.
לעצט פארראכטן דורך וואסערפאל אום מיטוואך אקטאבער 30, 2013 11:32 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
על מי מנוחות ינהלנו
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

פקודי המשכן, מיינט מנויי המשכן.די זעלבע שייכות פון "פקד" מיט "מני" זעט מען אויך ביי "וימני" אויף ויפקד המלך.
מה שייכות, מנין לתפקיד.?
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:פקודי המשכן, מיינט מנויי המשכן.די זעלבע שייכות פון "פקד" מיט "מני" זעט מען אויך ביי "וימני" אויף ויפקד המלך.
מה שייכות, מנין לתפקיד.?

מנין איז אז 'נעמט מען אין אכט' יעדן.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

בעאבאכטער האט געשריבן:
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:פקודי המשכן, מיינט מנויי המשכן.די זעלבע שייכות פון "פקד" מיט "מני" זעט מען אויך ביי "וימני" אויף ויפקד המלך.
מה שייכות, מנין לתפקיד.?

מנין איז אז 'נעמט מען אין אכט' יעדן.


דאן איז פקדון אויך נעמען אין אכט דעם חפץ.
פקודת המלך, דער מלך באפעלט, ער נעמט אין אכט ס'זאל געטון ווערן.
און אזוי ווייטער.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

כן הוא ברמב"ן המובא לעיל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וואסערפאל האט געשריבן:אויב כ'מעג זיך אריין מישן צווישן לייבן.

כ'האב אלץ געהאט דעם פילינג אז 'זכרון' איז אויף א אפטע פריקווענט זאך, למשל, 'ווען דו גייסט ארויס געדענק צו נעמען דעם דיפאזיט', וכדו.

'פקידה' צייגט מער אויף א אויסגעבענקטע זאך וואס מ'ווארט אויף א לאנגע צייט, ס'איז באהאלטן פון מיר, ס'ווערט געהאלטן ביי יענעם, יענער האט דעם כח, אבער מ'האפט אז יענער האט אים כסדר אינזין, פליז קיפ מי אין מיינד.

דא זאגט די תורה אז דער רבוש"ע האט 'אלץ' געדענקט אברהם און שרה, (כאטש ס'איז געווען סמוי מן העין) נאר ווייל ס'איז יעצט מומחש געווארן, דערפאר שטייט הערשט יעצט 'וד' פקד את שרה' און דאס איז וואס דער רמב"ן זאגט. אנהאלטן א געדענקעניש און א וואכזאמקייט (כאטש בעיני בשר קוקט דאס אויס אום-אנוועזענד).

בלייבט נאר איבער צו דערגיין די טייטש און דער שורש. מיר וואלטן געזאגט אז דאס א לשון פון 'אינער-האלטן' (פקדון-האלטן) דער רבוש"ע האט אינערליך (קאנסטענטלי-שטענדיג) געהאלטן כביכול במחשבתו דעם זארג פון אברהם ושרה, און יעצט איז דאס מומחש געווארן. (להבדיל אא"ה ביי בשר ודם העט מען ווען געזאגט אז 'הוברר הדבר למפרע')

זכרנו בו לטובה, געדענק און גיב אונז כסדר פעקלעך-טובות, ופקדינו-האלט אונז כביכול שטענדיג אין דיין געדאנק (כביכול פון דערווייטענס-מלמעלה) לברכה.

דאס לכאורה פארקערט ווי ידידינו 'בעאבאכטער' והגאון ובקי מורינו ר' מילער וואס זאגט אז פקדון א א לשון אויף א רעאקציע אויף להבא, נאר ס'איז שטענדיג, ס'האלט שטענדיק אן, און ווען ס'ווערט מומחש די שטענדיקייט פארציילט די תורה אז ס'איז געשען.
כן נראה בעיני הבשר.


נישטא קיין לייבן, איר מעגט, איר קענט און איר זאלט זיך אריינמישען, ס'אויסגעבלאזענע מעשיות, יעדער איז בארעכטיגט נושא ונותן צו זיין (נידער מיט די קאמפלעקסן פלעגט וויכי שרייען אמאל)

צו זאגן זאכן פון "פיליניג" און "עיני הבשר" דאס קען יעדער שמויגער, אבער ביי לשה"ק ברויך מען קענען ברענגען טייטש מן המקור, מ'האמיר דא געהאט א רמב"ן און אזוי איז מיר געליגן און זכרון, אז דאס ווארט פקידה ברענגט ארויס דער למעשה פון זכירה, ד.ה. אז דער קעניג "געדענקט" ווער עס האט געזינדיגט קעגן אים איז נאכנישט אזוי געפערליך, אבער ווען ער נעמט עס צום נעקסטען שטאפל פון פקידה, דעמאלס איז דא דער "וביום פקדי פקדתי, ופקדתי בשבט פשעם ובנגעים עוונם, פוקד עוות אבות" וכהנה, ולהיפך מדה טובה מרובה.

דאס מיינט נישט אויסצושליסן אז מ'קען נישט נוצן זכירה אויף אזא פאל, וכמו שמצינו בתפלה כמ"פ, וזוכר חסדי אבות, און טאקע ביי יעלה ויבא, נאר דער פונקט איז אזוי ווי ביי אלע שמות הנרדפים, אז כאטש אלע ווערטער זענען זייער ענדליך, זענען פארהאן ווערטער וועלכע ברענגען ארויס טיפער א געוויסע דגוד, ותן לחכם.

-
איבער די אנדערע טייטשען פון דעם זעלבן שורש, איז קלאר משמע פון רד"ק אין ספר השרשים, אז כולם בני אב אחד הם, זעה דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=300
פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2012 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט... »

זכירה איז ווי א Posted Note בשעת פקידה איז ווי א Reminder...
לעצט פארראכטן דורך פארוואס נישט... אום דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 2:51 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

מיללער האט געשריבן:און אזוי איז מיר געליגן און זכרון,

און אזוי איז מיר געליגן אין זכרון, צ"ל.
לעצט פארראכטן דורך קעניגזאן אום דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 1:05 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

וואס?...
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

א ספעלינג קארעקשען. קוק נאכאמאל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

קעניגזאן האט געשריבן: א ספעלינג קארעקשען. קוק נאכאמאל.

איך האב נישט געמיינט אייך, איך האב געמיינט אויף:
פארוואס נישט... האט געשריבן:זכירה איז ווי א Posted Note
וואסערפאל האט געשריבן:פליז קיפ מי אין מיינד.

בשעת פקידה
איז ווי א Reminder...
פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2012 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט... »

פארראכטן....
פארוואס נישט... האט געשריבן:זכירה איז ווי א Posted Note בשעת פקידה איז ווי א Reminder...
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”