ר' [יוסף] משה ב"ר אהרן (אראנסאהן) מסאלאנט-ניו יארק

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' [יוסף] משה ב"ר אהרן (אראנסאהן) מסאלאנט-ניו יארק

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 12:47 pm

פה ושם איז שוין אויסגעקומען צו דערמאנטען א גאר א חשוב'ען רב וואס האט געווירקט אין ניו יארק אין די גאר פריע יארן, נעמליך איז די רעדע פון הגאון רבי משה ב"ר אהרן (אראנסאן/אראנזאן) יליד סאלאנט, קודם איז ער געווען רב ומ"ץ אין די שטאט מיר, פון דארט איז ער געווארן אב"ד בעיר זעלווא, און שפעטער אין ראצקי.

בעל מחבר ספרים חשובים:

פרדס החכמה
http://www.hebrewbooks.org/24963
פרדס הבינה
http://www.hebrewbooks.org/7202
מטעי משה
http://www.hebrewbooks.org/33316

איך ווייס נישט פוקנטליך וועלכע יאר ער איז געקומען קיין אמעריקא, אבער דאהי איז ער געווען א שטארקער כח בעניני דת ויהדות, ער איז געווען פארמישט אין די דעבאטעס ארום שחיטה ובדיקה און אנדערע זאכן.

אין זיין ספר מטעי משה הנ"ל איז דא אינטערעסאנטע תשובות בנוגע אידישקייט אין אמעריקא

אינעם ספר פרדס החכמה וואס געפונט זיך אויף ה"ב איז פארהאן דעם מחבר'ס אונטערשריפט, ביים סוף העכער די פרענומעראנטן:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=211

בייגעלייגט איז א שטיקל פון המגיד ניסן תרכ"ו איבער אן אייניקל פון הרב אראנסאן וואס זוכט זיך צו פארבינדן מיטן זיידע, עס איז מערקווידיג זיינע אדרעסן און משפחה מיטגלידער וואס זענען בשעתו מיטגעקומען מיטן רב קיין אמעריקא.

דער רב איז נפטר געווארן אין שיקאגא ביום כ"ה אלול בשנת תרל"ה ווען ער איז געווען אונטערוועגנס מיט א פלאן ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל.

עטוואס מער מראי מקומות און פרטים האבן מיר אמאל געשריבען ביי אמסל'ען:
http://kevarim.com/rabbi-moshe-aaronsohn/
צוגעלייגטע
getimage (1).png
getimage (3).png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 1:51 pm

פרטים וואס מ'ווערט געוואור פון זיין ספר מטעי משה, דער ספר איז שוין געדרוקט געווארן נאך זיין פטירה.

זיין פרוי האט געהייסן מרת ליבה "זכתה להיות לו לעזר רבנית צדקנית נ"ז שנים לשמשו בחייו לתמכו ולסעדו בתורה (מל' ההקדמה), זי איז שפעטער ארויף קיין ירושלים עיה"ק, און זי האט באצאלט צו דרוקען דעם ספר.
עס ווערן אויסגערעכנט זיינע דריי זון:
א. ר' אהרן בן ציון
ב. ר' שמואל יחיאל מיכל (נפטר כ"ד אייר תרל"ח) דער זון האט זיך געשריבען אויף ענגליש S. Ch. Bensson ער האט געוואונט אין מעדיסאן, אינדיאנא
ג. (?)

אין ניו יארק האט רבי יוסף משה משמש געווען ברבנות דק' עדת ישורון אויף אללען סטריט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 2:18 pm

מיללער האט געשריבן:
בייגעלייגט איז א שטיקל פון המגיד ניסן תרכ"ו איבער אן אייניקל פון הרב אראנסאן וואס זוכט זיך צו פארבינדן מיטן זיידע, עס איז מערקווידיג זיינע אדרעסן און משפחה מיטגלידער וואס זענען בשעתו מיטגעקומען מיטן רב קיין אמעריקא.


דער זעלבער מודעה איז שוין ערשינען מיט דריי יאר בעפאר אין הלבנון
צוגעלייגטע
getimage 12.png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 20, 2014 1:08 pm

מיללער האט געשריבן:פרטים וואס מ'ווערט געוואור פון זיין ספר מטעי משה, דער ספר איז שוין געדרוקט געווארן נאך זיין פטירה.

זיין פרוי האט געהייסן מרת ליבה "זכתה להיות לו לעזר רבנית צסקנית נ"ז שנים לשמשו בחייו לתמכו ולסעדו בתורה (מל' ההקדמה), זי איז שפעטער ארויף קיין ירושלים עיה"ק, און זי האט באצאלט צו דרוקען דעם ספר.
עס ווערן אויסגערעכנט זיינע דריי זון:
א. ר' אהרן בן ציון
ב. ר' שמואל יחיאל מיכל (נפטר כ"ד אייר תרל"ח) דער זון האט זיך געשריבען אויף ענגליש S. Ch. Bensson ער האט געוואונט אין מעדיסאן, אינדיאנא
ג. (?)

אין ניו יארק האט רבי יוסף משה משמש געווען ברבנות דק' עדת ישורון אויף אללען סטריט.


אין חלקת מחוקק להעתקת המצבות אשר על הר הזיתים - מחברת שביעית - געפונט זיך די פלאץ פון די מצבה פון הרבנית ליבא אשת בעהמח"ס פרדס הבינה
צוגעלייגטע
GetImage (3).png

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך מארטש 16, 2016 5:16 pm

מורשת חכמי אמעריקא; פונעם מזכיר'ס טישל.

אין די טעג טוען מיר העפטיג נאכזוכן נאכן קבר פונעם "איסט בראדווייער מגיד מישרים" און רב פון די "עדת ישורון עללען סטריט שוהל". ווי עס איז שוין ערווענט געווארן איז דער רב נפטר געווארן אין די שטאט שיקאגא, בשעת ער האט זיך דארטן געפונען אונטערוועגנס ארויף צו גיין אויף ארץ הקודש. מיר וועלן איבערגעבן עטליכע פרטים מיט וואס מיר זענען אין די לעצטע טעג באקאנט געווארן.

מיר ליינען אין די הקדמה צו זיין ספר 'מטעי משה' ווי פאלגענד: "ווען ער איז עלטער געווארן און נטו צללי ערב האט ער זיך אנגערופען צו זיין פרוי הרבנית ליבה: עד מתי נתגורר על אדמת נכר? קומה נסעה נלכה בהר ה' בצו"ר להסתפח בנחלת ה' ארץ ישראל הקדושה. מ'האט געפאקט פעק און געפארן ווארשיינליך נאך נוא יארק ווי מ'קען כאפן א שיף קיין ארה"ק דרך אייראפע. אבל דרך נסיעתו בא לעיר סיגאגע (שיקאגא) פון ווי ס'איז ווארשיינליך געפארן א צוג. החלה וישכב במקום ההוא כי בא שמשו ונתבקש בישיבה של מעלה ונצחו אראלים את המציקים ונשבה ארון הקודש ביום שבת קודש וי אבדה נפש שנת תרל"ה כ"ה אלול.

די מעשה איז זייער פאנטאסטיש אבער עס שטעלט זיך א הארבע פראגע. דהיינו, זינט ווען איז שיקאגא הונטערוועגנס פון נוא יארק קיין ארץ ישראל? מיר האבן דערויף געפונען זייער אן אינטערעסאנטער ענטפער.

אום אוגוסט 1875 איז פארצייכנט געווארן אין מדינת אינדיאנע, אין די מאריאן קאונטי ארכיוון א צוואה פון עמיצער 'משה אהרנסאן' ווי ער באפעלט לזרעו אחריו וועגן וויאזוי מ'זאל באהאנדלן זיין הייזקע, וויאזוי מ'זאל צוטיילן די חובות אא"וו. די נעמען וועלכע זענען אויסגערעכנט אין די צוואה זענען; זיין פרוי ליבא; די זוהן, מיכל, אהרן און דוד; די אייניקלעך אייזיק מאנדעלבוים און מענדל שטערן.

כמובן אז די נעמען שטומען אקוראט צו משפחת הגאון בעל ה'פרדס חכמה' ו'מטעי משה' לויט ווי נשיא המורשת האט שוין אויבן אויסגערעכנט. אבער וואס ס'געווען אינטערעסאנט איז אז די פאמיליע נאמען מיט וואס די אלע קינדער זענען אנגעגעבן, איז "בענסאן". אבער דאס איז בלויז געווען נאך א ראי' לדבר אז די רעדע איז טאקע וועגן איהם, ווייל אויך דאס האט הרב הנשיא שי' שוין ערווענט ומקורו איז ווידער אין מטעי משה אז זיין זוהן רבי שמואל יחיאל וועלכע איז געווען דער מעתיק לדפוס פונעם טאטנס כתבים האט געהייסן 'בענסאן' און געוואוינט אין אינדיאנא.

אויך האבן מיר געפונען אין די 1870 צענזוס פונעם גאון ווי צוזאמען מיט זיי אויף איסט בראדוויי האט געוואוינט רבי רפאל מאנדעלבוים מיט זיין פרוי שרה און זייער זוהן אייזיק. (די פרוי שרה איז ווארשיינליך שוין געשטארבן אום 1875 און רבי רפאל אום 1897 מיר האבן נאכנישט מברר געווען אויף זיכער, אבער אויב דאס זענען זיי ליגן זיי אין די בעיסייד סעמיטערי).

לפי כל הנ"ל קומט אויס אז צוליב די פלאקערדיגע מחלוקה צווישן הרב אהרנזאהן און הרב אברהם יוסף אש, האט זיך דער ערשטער אוועק געצויגן קיין אינדיאנא ווי עס האבן געוואוינט זיינע קינדער. לעת ערב האט ער זיך געזעגנט מיט זיי, אפגעשריבן צוואה און געפארן אין וועג צו נעמען א שיף ווארשיינליך פון נוא יארק פון ווי ער וועט אריבער פארן דעם אטלאנטיק קיין ארה"ק. הונטערוועגנס זייענדיג אין שיקאגא איז ער ל"ע נסתלק געווארן בשב"ק פרשת נצבים-וילך בשעת אידן אין שיקאגא האבן זיך געגרייט צו גיין יענעם אויפדערנאכט צו סליחות, אום כ"ה אלול תרל"ה.

אויך האט דער נשיא שי' שוין אויבן אהער געברענגט ווי עמיצער אן אייניקל מנחם יוסף שטערן איש קאוונא זוכט דעם אייניקל מיט ליכט. למעשה ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז דער אייניקל עווענטועל אנגעקומען אויף אמעריקא און זיך שפעטער באזעצט אין שיקאגא, געהייראט און געהאט משפחה. אין איינוועגס האט ער אויך אנגעשריבן אין די לאקאלע אידישע צירקולארן עטליכע מאמרים לטובת דעם זיידן'ס מערכה קעגן גיטין און אנדערע תקוני הדת. מיר לייגן דא צו א באריכט פון יום כפור שנת תרכ"ז אין די שטאט מעדיסאן אינדיאנא אין שאטן פון זיין פעטער רבי שמואל יחיאל וועמען ער באטיטלט אלס 'המאור הגדול'.

נאך א וויכטיגע פונקט בתולדותיו איז דאס יאהר ווען ער איז געקומען אהער, דאס האבן מיר געפונען אינעם קובץ בית ועד לחכמים, דארט שטייט אז ער איז געקומען אהער לכבוד חג הסוכות תרכ"ב. דאס איז א גרויסער חידוש ווארום דורכאויס תרכ"ב איז שוין אנגעגאנגען א העפטיגע מערכה און א בריוו אויסטויש צווישן בעל הפרדס חכמה מיט די אנדערע גדולים מעבר לים און אין ארה"ק. קיינע דאקומענטן איבער זיין אימיגראציע האבן מיר דערווייל נאכנישט געפונען, נאר דאס וואס ער שרייבט אין מטעי משה בנוגע גיטין "וזה חמש שנים אשר התעה אותי אלקים מארץ העברים לרדת אמעריקא כי נקרא נקראתי מכת אחת הנקראים בשם בית המדרש מרחוב עללען ואז התיעצתי עם חברי אלופי מורי הוראה בישראל גדולי מדינתינו שבארץ רוסיא ורובם יעצו אותי שאקבל עלי, אחר שרבים מאנשי המדינה אשר הולכים לאמעריקא, וכמה מוכרחים לשלוח גט לנשותיהם ולכן יוכלו לסמוך כי גט כשר הוא ונסדר עפ"י הד"ת, ולזאת קבלתי על הטלטול הקשה, אך לא לאדם הבין דרכו רק מה' מצעדי גבר כוננו". דאס האט ער לפי הנראה געשריבן בשנות תרכ"ד לערך לויט ווי ס'קומט אויס במקום אחר אז אין יענעם יאהר האט ער געפירט א גיטין מערכה. אבער לויט דעם אז ער איז געקומען אום תרכ"ב איז דאס ווארשיינליך געשריבן געווארן אום תרכ"ז לערך.
צוגעלייגטע
הכרמל, 10-26-1866.gif
הכרמל, 10-26-1866_2.gif
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך מארטש 16, 2016 5:22 pm

מציבת רבי רפאל לייב מאנדעלבוים אין בעיסייד.

מציבת רבי שמואל יחיאל בענסאן-אהרנסאן מעתיק כתבי אביו לדפוס. אין ספרינגדעיל סעמיטערי, מעדיסאן אינדיאנא.
צוגעלייגטע
IM001425.gif
99085930_135050039140 (1).jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג מארטש 17, 2016 4:45 pm

הערליך שיין דעם מזכיר'ס געפונסן און אלע זיינע הילפערס. נאך דערצו אזוי שיין געשריבן.

אשריכם אשריכם!
לחיים ולברכה!

אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

מובא בכמה ספרי שו"ת

תגובהדורך המחפש » פרייטאג מארטש 18, 2016 11:35 am

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=128

וע"ע כל המערכה בספר השוחט והשחיטה בספרות הרבנות עמוד 6 וכו'
צוגעלייגטע
רבי שלמה קלוגר זצ''ל.png
מכון לכל עניני ליקוטים ומראי מקומות hamchapes@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21746
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מארטש 18, 2016 12:06 pm

גוט מארגן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

שיף
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2013 4:27 pm

תגובהדורך שיף » מיטוואך פאברואר 01, 2017 4:36 pm

ערכו ב'שם הגדולים השלישי' [לסנדלר מראסיין]
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 07#p209407

שיף האט געשריבן:
פניני האט געשריבן: הרב מו"ה משה יוסף במוה"ר אהרן מספא מעיר סאלאנט הגאון הדרשן המפורסם שהיה רב ומו"צ דק"ק וויסטניץ ובק"ק מיר ובק"ק זעלווא ובק"ק ראצקי ולעת זקנתו עלה במדינת אמעריקא בעיר שיאגאגא ושם מנוחתו כבוד בשנת תרל"ה ביום ש"ק כ"ה אלול, חבר ספר 'פרדס הבינה' על דרושים ותשובות וספר 'פרדס החכמה' דרושים וספר 'מטעי משה' על דרושים ועל שו"ת ופירוש על שער השירים [עיין בחלק שני במערכת הספרים], ובניו היו א- הרה"ג יעקב אליהו אשר חידושי תורה נדפסו ממנו בספר מטעי משה שם בסוף ונקרא בשם חלקת יעקב ב- הרבני המופלג מו"ה אהרן בן ציון ג- הרבני המופלג מו"ה שמואל מיכל אשר נזכרים בספר מטעי משה שם בהקדמה.


http://forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=7&t=31572


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט