אונזער תשוקה – אונזער האפענונג

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

אונזער תשוקה – אונזער האפענונג

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך יולי 17, 2013 4:11 pm

בעזהשי"ת

ערשינען אין מי מנוחות #3

בביאת המשיח אני מאמין!!!

"ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער 'דער האט מקרב געווען די גאולה'".

אט די הייליגע ווערטער האט מען אונז אין די ביינער אריינגעבאקן, דאס האט מען אונז געלערנט פון קינדווייז אן.

"מיר זאלן זוכה זיין צו התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן."

מיר האבן אלץ געהערט דערציילן אז ווען דער הייליגער רבי ז"ל (מרן רביה"ק מהרי"ט מסאטמאר זי"ע) האט געזאגט די ווערטער, איז עס געזאגט געווארן מיט אן אש קודש, ווי א קינד וואס בענקט זיך צום טאטן, מיט א ברען און השתוקקות צו די גאולה שלימה!

עס ווערט דערציילט אז הרה"ק רבי דוד פון קרשאנוב זי"ע, א זוהן פון הייליגן דברי חיים זי"ע, האט אמאל געזאגט: ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן אויף די אינגעלייט, דיין ווייב איז געגאנגען אנגעטוען ווי די שיקסע, און דיין ווייב ווי יענע שיקסע רח"ל, ס'וועט זיין גרויסע בזיונות!

האט מיר אמאל געזאגט א חבר, זייער א נאנטער הארץ פריינט מיט וועם מיר פלעגן אסאך פארברענגן:
איך האב מורא פון ביאת המשיח, כ'ציטער וואס מיט מיר וועט זיין!

נישט צום גלייבן, א אינגערמאן וואס דאווענט דריי מאל א טאג, א אינגערמאן וואס בעט זיכער מיט כוונה ולירושלים עירך ברחמים תשוב, און באמת האט ער גאר מורא פון ביאת משיח, ער איז מודה אז זיין תפלה איז וואקעלדיג, ער ווייסט אליין נישט. א פחד נורא.

און פון וואס האט ער מורא?

ווייל מ'וועט זעהן זיינע עבירות רח"ל, מ'וועט זעהן אז ער איז גאר געווען דער מעכב, וועגן אים איז ער נישט געקומען ביז יעצט, און ס'וועט זיין בפניו פון זיינע קרובים און גוטע פריינט, און ער וועט ווערן זייער פערשעמט, טא וואס פעלט עס אים אויס!

מיינט נישט אז ער האט מורא און ער וויל ח"ו נישט דערלעבן ביאת משיח גאר בקרוב, ער איז גאר מתפלל, ער בעט ביים רבש"ע אז ער זאל "יא" האבן א תשוקה דערצו, אז ער זאל יא גלוסטן אויף די גאולה, און ס'זאל זיך אים שוין יא בענקן צום ביהמ"ק. דער פראבלעם איז נאר, באשעפער, וויאזוי. וואס קען מען טוען צו באקומען א תשוקה צו די גאולה שלימה?

***

איך וועל צום ערשט איבערגעבן דאס ווארט פאר מיין אלטע אימעיל קאנטע, דארט האב איך געפונען א בליץ פאסט וואס כ'האב געשיקט פאר דעם חבר, אפשר וועלן די ליינער הנאה האבן דערפון:
מיין טייערער חבר נר"ו,

אין אנהייב שפיר איך אז איך דארף ארויסברענגן אז דאס וואס דו ביזט אזוי משתוקק צו האבן א תשוקה, דאס אליין איז שוין זייער א גרויסע זאך, ס'איז זייער חשוב אזא סארט השתוקקות, ס'איז א בחינה ווי דער הייליגער רבי אהרן פון קארלין זי"ע אין זיין הימלישער פיוט י-ה אכסוף זאגט פייערדיגע ווערטער "פתח להם נועם ורצון לפתוח שערי רצונך", מיר בעטן דעם בורא הילף צו קענען בעטן, מ'איז משתוקק משתוקק צו זיין.

ועכשיו באתי דיר צו ענטפערן וועגן דיין פארכט און מורא איבער דעם גרויסן טאג אויף וואס כלל ישראל קוקט שוין אזוי לאנג ארויס.

דיין פחד איז נישט אינגאנצן אומזיסט, ווייל דו ווייסט נישט וואס איז דער אמת'ער באדייט פון ביאת הגואל. באגרייפסט נישט וואס עס ערווארט אונז, אויף וואס מיר גרייטן זיך, און צו וואס מיר גייען גאר בקרוב גיין אקעגן.

די אלע מאמרים זענען טאקע הייליג און טייער, עס וועט זיין א חרפה און בושה פאר די וואס האבן מעכב געווען גאולתינו ופדות נפשינו. נאר וואס מיינסטו, די בושה וועט זיין פאר אייביג? נאך אביסל בושה וועלן מיר אלע זוכה זיין צו אן אמת'ע תשובה, מיר וועלן ווערן ריין און זויבער, כשמלה חדשה, און זיין די גליקלכסטע אויף די וועלט.

נישט געפערליך די פאר מינוט בושה פאר נצח נצחים!

זאת ועוד אחרת, זאגסט מיר אלץ אז דו האסט מורא אז מ'וועט נדחה ווערן ח"ו, ווייל דו פלעגסט הערן ווי מען זאגט מיט א קרעכץ "מיר זאלן חלילה נישט נדחה ווערן". וואס מיינסטו, אז משיח וועט אונז איבערלאזן? חס ושלום!

נעם זיך אין באטראכט: רוב מענטשן אויף די וועלט זענען גוים; א קליין חלק זענען אידן; נאך א קלענערע חלק זענען ארטאדאקסישע אידן; נאך א קלענערע חלק זענען פרומע אידן שומרי תורה ומצות כדבעי; און דו מיין פריינט ביזט א גאר חסידישער אינגערמאן מיט א ווארעם הארץ להשם ולתורתו הק', ביזט אלץ משתוקק אויף העכער'ס, דיר וועט מען איבערלאזן? חס ושלום אזוי צו קלערן!

כי לא ידח ממנו נדח, יעדער איד וועט ארויפגיין קיין ירושלים עיה"ק און זיך טרעפן מיט די אבות הקדושים. אמת, מיר וועלן זיך טאקע אנהייב שעמען מיט אונזער התנהגות, אבער זיי וועלן אונז ערקלערן אז דאס וואס מיר האבן געלעבט אין אזא שווער דור, און נאך אלעם זענען מיר איבערגעקומען אלעס און זיך געהאלטן ביים דרך ה', זיי וועלן אונז געבן צו ערקלערן דאס חשיבות דערפון, ווי שיין אונזערע נסיונות זענען יעצט נאכן זיי בייקומען.

אז ימלא שחוק פינו ולשונינו רנה, מיר וועלן צום סוף קענען מיטלאכן און זיך מיטפרייען מיט אונזערע אבות הקדושים פאר וועמענס וועגן מיר זענען געווען גרייט צו גיין אין פייער.

און אויב ווילסט וויסן, האסטו "יא" אויף וואס משתוקק צו זיין, ס'קומט דאך עפעס וואס חז"ל הקדושים זאגן "עין לא ראתה אלקים זולתך", אפי' א נביא האט נאכנישט געזעהן דער תענוג ונחת וואס ערווארט אונז בביאת המשיח גאר בקרוב.

ערווארט דעם גאסט בקרוב, אט אט קומט ער צו גיין, אמן.

כ"ד ידידך הנאמן,

(ע"כ פון מיין אימעיל.)

***

הלכתא למשיחא האט מען טאקע נישט געלערנט ביי אונז, מען האט נאר שטענדיג געחזר'ט דעם אט אט, ער קומט שוין, נאך אביסל פיין און באלד ווערט מען אויסגעלייזט, בקרוב בקרוב במהרה.

אידן זענען געווען אין די לאגערן, מיט וואס האט מען זיך מחזק געווען? ער וועט נאך באלד קומען, אלעס וועט נתגלה ווערן, נאך אביסל. אזוי האט מען געברענט פארן אייבערשטן.

טייערע אידן, כדי זיך אביסל נענטער צו ברענגן צו ביאת המשיח, כדי צו האבן אביסל מער א תשוקה, וועל איך אייך ברענגן אן עובדא וואס ווען איך האב עס געהערט האט עס אין מיר אנגעצינדן א רייץ, אן אינערליכע ווילן צו דערלעבן גאר בקרוב ביאת הגואל.

וגופא דעובדא הכי הוה.
(איך דערצייל די מעשה לויט ווי איך האב עס געהערט, קען זיין ס'איז דא אן אנדערע גירסא, אבער דער תכלית דערפון איז די זעלביגע)

אין די צייטן פון הצה"ק רבי בנימין זאב מזבאריז זי"ע, א זוהן פון הייליגן רבי ר' מיכל'ע פון זלאטשוב זי"ע, איז געווען א איד וואס איז ל"ע געווען א מסור, א איד וואס איז ליידער געווען אן אבן נגף פאר זיינע ברידער מיט בייזע מסירות און מלשינות, און איבער אלעם האט ער אויסגעטיילט אסאך צרות פאר צדיקים פון זיין דור.

האבן זיך צוזאמגענומען אפאר פון די צדיקי הדור, און מחליט געווען אז מ'קען שוין מער נישט אויסהאלטן, און זיי האבן געוואלט דעם איד פארשעלטן ל"ע אז ער זאל גיין פון די וועלט. זיי האבן פארארבעט מעשים ביז מ'האט פון הימל מגלה געווען אז פאר מען שעלט א איד דארף מען האבן די הסכמה פונעם צדיק הדור, וואס דאס איז געווען דער הייליגער רבי ר' וועלוועלע פון זבאריז זי"ע.

די צדיקים זענען געפארן אויף שבת קודש צום צדיק אין זבאריז מיטן ציהל צו נעמען רשות צו פארשעלטן דעם פארדארבענעם מסור.

דער צדיק האט אויסגעהערט די בקשה פון די צדיקים און ער האט זיי געהייסן ווארטן ביז איבער שב"ק ווען ער וועט זיי קענען געבן תשובה.

פרייטאג צונאכטס האט דער הייליגער צדיק געזאגט ווי פאלגענד:

דוד המע"ה זאגט אין תהלים כל סביביו יובילו שי למורא, אז די אומה"ע וועלן ברענגן א מתנה פארן מלך המשיח. דארף מען פארשטיין וואס דער מתנה וועט זיין.
דערציילט דער צדיק:

א איד וועט שטיין אין געשעפט און אויספאלגן זיינע קונדן. אינמיטן וועט זיך הערן א רעש פון די גאס, עפעס טוט זיך אינדרויסן. דער געשעפטסמאן וועט בעטן פון איינע פון די ווארטנדע קונדן: גיי זיי מוחל ארויס און קוק זיך אום וואס ס'גייט פאר דארט?

דער איד וועט ארויסגיין, ער וועט זעהן אז ס'טוט זיך, מ'לויפט אין אלע גאסן, וועט ער אפשטעלן א איד און פרעגן: זאגט נאר, וואס גייט דא פאר? וואו לויפט יעדער?

וואס? איר האט נישט געהערט? אליהו הנביא איז געקומען מבשר זיין די בשורה אויף וואס מיר ווארטן שוין אזויפיל יאר! הנה זה עומד אחר כותלינו, משיח צדקינו קומט שוין, און אלע אידן לויפן אין די בתי מדרשים אריינצוכאפן תשובה צו טוען, מ'דארף דאך קענען ארויפגיין קיין ירושלים מיט משיח'ן אינאיינעם!

דער שליח וועט פארגעסן פונעם געשעפט, פון די סחורה, און לויפן אין ביהמ"ד אריין, ארויסנעמען א תהלים, ובשירי דוד עבדיך אנהייבן תשובה טאן מיט א תשובה שלימה.

צוריק אין געשעפט וועט מען ווארטן צו הערן וואס אינדרויסן גייט פאר, אבער דער שליח וועט נישט צוריק קומען. דער געשעפטסמאן וועט פארלירן זיין געדולד און ארויסשיקן א צווייטן, אפשר איז יענער פארהאנקערט געווארן אינעם גרויסן הו-הא און האט פארגעסן צוריק צוקומען.

דער צווייטער וועט ארויסגיין, און ענדיגן אין ביהמ"ד, און אזוי גייט דער דריטער און דער פערטער ביז דאס געשעפט וועט ווערן אינגאנצן ליידיג. דער סוחר וועט זעהן אז עפעס ערנסט האט פאסירט, וועט ער אויך ארויסלויפן, און וואו וועט ער אנקומען? אין ביהמ"ד!

אלע אידן וועלן שוין זיין אין די בתי מדרשים, מ'וועט תשובה טאן, וויינען און בעטן מחילה פון די שכינה הק', און פלוצלינג וועט זיך אראפלאזן א וואלקן, ס'וועט אויפהייבן צען אידן און אנהייבן פארן.

די אידן וועלן אנהייבן וויינען און בעטן: פארוואס לאזט איר אונז איבער דא אין גלות, מיר ווילן אויך גיין צום מלך המשיח.

וועט מען די אידן ענטפערן: נאר די וואס האבן שוין אמת'דיג תשובה געטאן קענען קומען, איר דארפט נאך בעסער דאווענען!

די בכיות, די התעוררות און די געשרייען וועלן גיין עד לב השמים. דערנאך וועט קומען נאכאמאל א וואלקן, און דעמאלטס וועט שוין א גרעסערער ציבור מיטגיין. אזוי וועט קומען וואלקן נאך וואלקן ביז "אלע" אידן וועלן ארויפגיין קיין ירושלים שלום געבן פאר משיח צדקינו.

***

אינעם פוסטן גלות וועלן זיצן די שרי אומות העולם, זיי וועלן הערן די נייעס פון די אידישע וועלט און ס'וועט זיי פינסטער ווערן פאר די אויגן. משיח איז דא און ער וועט זיך נוקם זיין אויף אלע רשעות'ן פון אלע יארן קעגן אידישן פאלק.

זיי וועלן שנעל צוזאמנעמען אלע גרויסע קנאקערס, אלע שרים און אלע הערן, און אנהייבן דן זיין וואס מ'קען טאן צו ראטעווען דעם מצב.

איינער וועט פארשלאגן: 'לאמיר שיקן עפעס א מתנה פאר משיח, מיר וועלן אנפולן וועגענער מיט אלע אונזערע גאלד און זילבער, אפשר מיט דעם וועט ער נתפייס ווערן צו אונז'.

וועט מען אנהייבן צו לאכן..., 'משיח דארף דען אונזער גאלד, ער דארף דען אונזער זילבער, ער האט דאך אלעס, ער געוועלטיגט איבער די גאנצע וועלט'!

א צווייטער וועט פארשלאגן: 'אפשר זוכן מיר אויף א איד וואס איז געבליבן דא אין גלות און מיר וועלן אים נעמען און שיקן אלס מתנה פאר משיח'?

אה, צו דעם וועט מען זיך צוכאפן, א איד האט א חשיבות.

זאגט דער צדיק: די גוים וועלן זיך דרייען אויף די גאסן און זוכן א איד, אבער וועלכער איד וועט דען איבערבלייבן אין גלות? ווער וועט דען נישט תשובה טאן מיט א תשובה שלימה? נאר דער מסור ומושחת וועט זיך אויך דאן נישט ברעכן, ער וועט נישט תשובה טוען אויך ביים הערן דעם שופר של משיח.

די גוים וועלן אנכאפן דעם מסור, אים בינדן הענט און פיס, באצירן מיט גאלד און זילבער און אלע טייערע שטיינער, און אים פירן מיט א גאלדענע קארעטע קיין ירושלים צום מלך המשיח.

דארט אין ירושלים וועט משיח צדקינו זיצן מיט אלע צדיקים, און אינמיטן וועט מען אריינקומען מעלדן אז די אומה"ע האבן געשיקט א מתנה פארן מלך המשיח. יעדער וועט זיך נעמען לאכן: משיח דארף זייער מתנה?

וועט מען ענטפערן, ניין, דאס איז נישט קיין פשוט'ע מתנה, דאס איז א איד וואס איז געבליבן אין גלות!

'א איד'! - וועלן אלע ענטפערן - 'א איד האט שוין איינמאל א חשיבות, דאס איז טאקע א חשוב'ע מתנה'! און משיח צדקינו וועט מקבל זיין די מתנה, נאנט ברענגן צו זיך דעם איד און אים מחזיר בתשובה זיין.

פירט אויס דער צדיק: משיח'ס מתנה וויל איך נישט שעלטן!

***

טייערע לעכטיגע אידישע ברידער:

מיר זענען - געלויבט השי"ת - נישט קיין מוסרים, מיר זענען נישט קיין מושחתים, מיר זינדיגן נישט להכעיס, מיר פאלן נאר ליידער צומאל אדורך צוליב אונזערע שווערע נסיונות, מרוב היצר הבוער בקרבנו תמיד, מיר ווילן אבער נישט קיין שלעכטס.

מיר אלע ווילן תשובה טאן. מיר קענען קוים ווארטן אויף דעם באלייכטונג פון השי"ת וואס וועט אונז רופן צו אים, אויף דעם אור העליון וואס וועט אויף אונז שיינען און מעורר זיין צו תשובה שלימה. השיבנו ה' אליך ונשובה.

מיר ווארטן צו הערן דעם קול דודי דופק; מיר ווארטן זיך צו דערנענטערן צו השי"ת ביי די ערשטע געלעגנהייט; מיר ווארטן צו באקומען אן התעוררות וואס וועט אויפשטאפן אונזערע הערצער וואס זענען פארשטאפט פון צרות, פון נסיונות און פון אלע פגעי הזמן. מיר ווארטן אויף העכערס, מיר זענען גארנישט צופרידן דא אין גלות.

וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען? מיר ווייסן נישט גענוי. אבער דאס ווייסן מיר אויף זיכער אז מיר וועלן אלע זיין נאנט צו קוב"ה, נהנה זיין מזיו השכינה, ס'וועט זיין א יום שכולו טוב, יום שכולו ארוך, יום שצדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם!

ווי האט דער הייליגער רבי געוויינט: מ'זאל מיר עס זוכה זיין צו דערלעבן!

וואספארא זכיה וועלן מיר האבן, דורו של משיח, דער דור וואס וועט זוכה זיין צו דעם גרויסן אור, צום אור אין סוף.

וואספארא זכיה האבן מיר, אז בנו בחר השם צו האבן די נסיונות, די שוועריקייטן וואס אונזערע הייליגע חכמים האבן אויף זיי געזאגט ייתי ולא איחמיניה, און מיר זענען זוכה זיך צו דערהאלטן, מיר קלאמערן זיך נאך צום רבוש"ע, מיר זענען דא צו בלייבן געטריי דעם אויבערשטן און אויספאלגן זיין תורה הק'.

אחכה לו בכל יום שיבוא, יעדן טאג ווארטן מיר אויף אים. מיר קוקן ארויס אויף אים, ווען וועט ער שוין קומען? ווען וועט עס שוין זיין?

מען האט אונז צוגעזאגט אז ער וועט קומען, און אונזער טאטע האט אונז נאך קיינמאל נישט אויסגעשפילט און ער וועט אונז קיינמאל נישט אויסשפילן. מיר האבן שוין ים'ן פון בלוט און טרערן פאר זיין ליבן נאמען פארגאסן, און ער טוט דאס נישט פארגעסן. אט אט וועט ער אונז ענדגילטיג אויסלייזן, הן גאלתי אתכם אחרית כראשית, איי ווי גוט וועט דאן זיין, מיר וועלן זוכה זיין עין בעין יראו בשוב השם ציון.

הרחמן הוא יחזיר לנו עבודת ביהמ"ק למקומה. אך, וואספארא כבוד עס וועט זיין, מיר קענען זיך אפילו נישט פארשטעלן וואס דאס הייסט בכבודו של עולם. כל אחד ואחד מישראל וועט האבן אזא מין חשיבות אז מיר קענען עס ניטאמאל איבערזאגן.

כעת יאמר ליעקב ולישראל מה פעל קל, וואספארא השגה איז דאס? מיר וועלן זיין העכער פון אלעם, העכער פון די מלאכים ושרפים.

פון הייליגן ר' צדוק פון לובלין זי"ע שטייט אז "יעדער יעדער איד" וועט האבן זיין תיקון, ס'וועט זיין לתקן עולם במלכות ש-ד-י אן קיין אויסנאם, און יעדער מיינט טאקע יעדער, יעדער יעדער יעדער.

חברים יקרים,

הנה זה בא, אט אט קומט ער צו גיין, לאמיר זיך שוין אנהייבן צו גרייטן, לאמיר אנווארעמען אונזערע הערצער צו תשובה באצייטנס, א תשובה אמיתית פאר השי"ת'ס וועגן.

מיט אונזערע נידריגע גופים, מיט אונזערע צובראכענע הערצער און געפאלענע נשמות וועלן מיר טאנצן קעגן משיח צדקינו. תשורי מראש אמנה, מיר וועלן זינגען איבער אונזער אמונה שלימה ופשוטה, מיט דעם וועלן מיר שטאלצירן איבער אלעם!

יא ער וועט קומען!

יא מיר וועלן זיין א חלק דערפון!

נאר טאטע זיסער: ווען וועט דאס שוין זיין?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך יולי 17, 2013 4:20 pm

גנב דו! רויבער! ווי נאר דער מי מנוחות קומט ארויס, גנב'סטו ארויס ארטיקלען????

זייער שיין!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יולי 17, 2013 4:23 pm

אויסערגעווענדליך הארציג!

ישר כח.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך יולי 17, 2013 4:27 pm

געוואלדיג! שטארקע חיזוק רייד.

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מיטוואך יולי 17, 2013 4:32 pm

הערליך! מתוק מדבש!

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך יולי 17, 2013 4:33 pm

מורא'דיגע דיבורים! געוואלדיגע דברי חיזוק!!

יישר כח ר' שמעלקא!

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך יולי 17, 2013 5:14 pm

אגלי טלי תחי'...
הערליך!
יישר כח!

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מיטוואך יולי 17, 2013 5:17 pm

האסט מיך איבערגענומען, "הערליך" (נד"נ)

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » דאנארשטאג יולי 18, 2013 10:24 am

כמעין המתגבר, דער מהר"ש.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש יולי 20, 2013 10:54 pm

איבערגעליינט שטאטערהייט. שמעלקע דו האסט מיך פיין אויפגעשאקלט. דו האסט א חוש וואס וויניג האבן, צונעמען איינעמ'ס געפילן און זיך שפילן דערמיט כאילו ס'איז אן אייגן חפץ...

נאכאמאל יישר כח פארן ארטיקל

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג יולי 22, 2013 1:09 pm

הערליך הערליך, האסט צונומען און דערהויבן מיינע געפילן, איי איי דער קידוש פרייטאג צונאכטס האט געהאט אן אנדער פנים.

יישר כח שמעלקא, דיינע חיזוק שמועסן זענען געוואלדיג, שרייב ווי מער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שמוליקעל און 20 געסט