פרייזן פאר מצות

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

לאמיר רעדן בימיו פונם רבי'ן און נאכדעם....
ר' יודל זצ"ל איז געווען ממונה אויף די בעקערי און אויף די קעמפס, ער האט זיי ביידע געפירט אויף א שפארזאמען אויפן עד להפליא, אויף א פארנעם געוויקלט מיט געפיל צדקה וחסד, זיך רעכענען מיט ווער ס'האט נישט, עס איז דברים ידועים ומפורסמים לכל.....

אט די צוויי האבן גענויגט צו א פארקערטע דירעקציע, זינט אנדערע האבן עס איבערגענומען למחצה ולשליש ולרביע... וד"ל...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך ווייזער »

און אז דער אתרוג סוחר וועט דיר געבן א צוגעמאכט שאכטל און זאגן: כזה ראה וקדש. באצאל וויפיל איך הייס. און פוץ אפ, ווייל ס'שטייט קלאר אין דברי יואל פ' פקודי.

וועסטו אויך זיין צופרידן און באצאלן און נעמען וואס דער סוחר גיט דיר, אדער דו וועסט זאגן: גנב איינער, מי התיר לך!

אביונה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:21 pm
לאמיר רעדן בימיו פונם רבי'ן און נאכדעם....
ר' יודל זצ"ל איז געווען ממונה אויף די בעקערי און אויף די קעמפס, ער האט זיי ביידע געפירט אויף א שפארזאמען אויפן עד להפליא, אויף א פארנעם געוויקלט מיט געפיל צדקה וחסד, זיך רעכענען מיט ווער ס'האט נישט, עס איז דברים ידועים ומפורסמים לכל.....

אט די צוויי האבן גענויגט צו א פארקערטע דירעקציע, זינט אנדערע האבן עס איבערגענומען למחצה ולשליש ולרביע... וד"ל...
ציפעדיג.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

אביונה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:21 pm
לאמיר רעדן בימיו פונם רבי'ן און נאכדעם....
ר' יודל זצ"ל איז געווען ממונה אויף די בעקערי און אויף די קעמפס, ער האט זיי ביידע געפירט אויף א שפארזאמען אויפן עד להפליא, אויף א פארנעם געוויקלט מיט געפיל צדקה וחסד, זיך רעכענען מיט ווער ס'האט נישט, עס איז דברים ידועים ומפורסמים לכל.....

אט די צוויי האבן גענויגט צו א פארקערטע דירעקציע, זינט אנדערע האבן עס איבערגענומען למחצה ולשליש ולרביע... וד"ל...
יתכן אז דו ביסט 101% גערעכט!
איך האב דא גארנישט בארעכטיגט, און גארנישט אראפגעריסן, איך האב נישט קיין בלאסע מושג די קאסט פון זייער ארבעט אגאנץ יאר, ולא ע''ז אנו דנין

מיין פוינט איז געווען סתם התבוננת פאר מיר אליין און פאר דיר אויב די ווילסט, 'בכלל נישט געווען צו פארטיידיגען אדער בארכטיגען עפעס'
אורח הכבוד האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:56 pm
קלארשטעלונג: איך וויל נישט איצט בכלל נישט נעמען קיין שטעלונג איבער די מצה פרייזען לכאן או לכאן!

מעין הפתיחה: איך וויל נישט איצט בכלל נישט נעמען קיין שטעלונג איבער די מצה פרייזען לכאן או לכאן!
נאר בלויז התבוננות יעדער פאר זיך פריוואט פון ווי ס'קומט זיינע מחשבות.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

אורח הכבוד האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:56 pm
קלארשטעלונג: איך וויל נישט איצט בכלל נישט נעמען קיין שטעלונג איבער די מצה פרייזען לכאן או לכאן!

איך וויל נאר ארויסברענגען א געוויסע 'נקודה למחשבה' אויף געוויסע מענטשען (יתכן קיינער דא איז ב''ה נישט אזוי, איז דאך זיכער גוט) וואס אייביג נאר ביי דברים שבקדושה (ד' מינים, מצות, שכ''ל וכ''ו) זענען זיי פארנומען אז מ'ריפט אונז אפ, מ'פאקט געלט און טאש, מזיצט ביים שיסל וכ''ו וכ''ו ווידער ביי דבריים גשמיים זעהט מען עס נישט אזוי.

ס'דא תורה פון רבין זי''ע פאריגע וואך און דברי יואל פרשת פקודי אז מ'זעהט ביי בנין המשכן שטייט אויסגערעכענט פינקטלעך וויפיל גאלד זילבער קופער וכ''ו ס'איז געגאנגען ווי, רש''י הק' זאגט אז משה רבינו האט געדארפט אפגעבען א חשבון פאר די אידען ווי אלעס איז געגאנגען ווייל אידען האבן אים חושד געווען.., פרעגט די רבי א פלא ביים עגל ווען אלע פרויען פון כלל ישראל האבן געברענגט אלע זייערע תכשיטים און ס''ה איז ארויסגעקומען א קליין קעלבעל, פארוואס זעהט מען נישט דארט אז אידען זאלן האבען געבעטען א חשבון פון אהרן הכהן ווי איז די איבריגע גאלד?!
נאר דארט ביים עגל האט די שטן און די ערב רב געלוינט די געשעפט איז יעדער געווען רואיג און נישט געברויכט קיין דו''ח, משא''כ ביים בנין המשכן דארט האט די שטן און די ערב רב אנגעדרייט אז עפעס שטומט נישט דא.. און אזוי זאגט די רבי זעהט מען ביי 'יעדע דבר שבקדושה'.....

מעין הפתיחה: איך וויל נישט איצט בכלל נישט נעמען קיין שטעלונג איבער די מצה פרייזען לכאן או לכאן!
נאר בלויז התבוננות יעדער פאר זיך פריוואט פון ווי ס'קומט זיינע מחשבות.
איינס פון די גרויסע חומרות ביים רבי׳ן איז געווען זיכער צו מאכן אז מען העלפט ארויס דעם ציבור. ווי אביונה שרייבט:
אביונה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:21 pm
לאמיר רעדן בימיו פונם רבי'ן און נאכדעם....
ר' יודל זצ"ל איז געווען ממונה אויף די בעקערי און אויף די קעמפס, ער האט זיי ביידע געפירט אויף א שפארזאמען אויפן עד להפליא, אויף א פארנעם געוויקלט מיט געפיל צדקה וחסד, זיך רעכענען מיט ווער ס'האט נישט, עס איז דברים ידועים ומפורסמים לכל.....

אט די צוויי האבן גענויגט צו א פארקערטע דירעקציע, זינט אנדערע האבן עס איבערגענומען למחצה ולשליש ולרביע... וד"ל...
די חומרה האט מען סאםהאו ארויסגעלאזט. יא, דאס איז א חלק פון דעם רבי׳נס חומרה׳ס. איך געדענק נישט אין ערגעץ קיין חומרה פון רבין זיכער צו מאכן אז דער עולם צאלט טייער פאר דברים שבקדושה.
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4510
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

ווייזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:25 pm
און אז דער אתרוג סוחר וועט דיר געבן א צוגעמאכט שאכטל און זאגן: כזה ראה וקדש. באצאל וויפיל איך הייס. און פוץ אפ, ווייל ס'שטייט קלאר אין דברי יואל פ' פקודי.

וועסטו אויך זיין צופרידן און באצאלן און נעמען וואס דער סוחר גיט דיר, אדער דו וועסט זאגן: גנב איינער, מי התיר לך!
אהא, הייסט ווייל ער האט אפשעןס למעלה איז א מעלה, אויף אראפ האט ער נישט קיין אפשעןס, אונטער 250 קענסטו גארנישט באקומען. קענסט שוין יעצט שרייען גנב, און אפשר איז ער טאקע נישט מענטשליך
ווערט אבער נישט אויס דבר שבקדושה.

אגב די בעקערי גיבט דיך אויך אזעלכע אפציעס אויף ארויף ווי אתרוג סוחרים..... אייק, ספעלט וכו בעט מען מער
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
באזעסען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 05, 2020 10:32 am
לאקאציע: דא

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסען »

ווייזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:26 pm
אביונה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:21 pm
לאמיר רעדן בימיו פונם רבי'ן און נאכדעם....
ר' יודל זצ"ל איז געווען ממונה אויף די בעקערי און אויף די קעמפס, ער האט זיי ביידע געפירט אויף א שפארזאמען אויפן עד להפליא, אויף א פארנעם געוויקלט מיט געפיל צדקה וחסד, זיך רעכענען מיט ווער ס'האט נישט, עס איז דברים ידועים ומפורסמים לכל.....

אט די צוויי האבן גענויגט צו א פארקערטע דירעקציע, זינט אנדערע האבן עס איבערגענומען למחצה ולשליש ולרביע... וד"ל...
ציפעדיג.
וויפיל מאל א יאר פלעגט מען בימיו פון רבין פארן אויף מקומות הקדושים? און פארן וויקאציע ווי אימער בימיו פון רבין?

נאר די בעקעריי מיט די קעמפס דארפן בלייבן אקוראט די זעלבע?

סטאפ מיט די נאנסענס..
די איבריגע 'ע' אין מיין ניק איז א פראסטע טעות..
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

באזעסען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:29 pm
ווייזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:26 pm
אביונה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:21 pm
לאמיר רעדן בימיו פונם רבי'ן און נאכדעם....
ר' יודל זצ"ל איז געווען ממונה אויף די בעקערי און אויף די קעמפס, ער האט זיי ביידע געפירט אויף א שפארזאמען אויפן עד להפליא, אויף א פארנעם געוויקלט מיט געפיל צדקה וחסד, זיך רעכענען מיט ווער ס'האט נישט, עס איז דברים ידועים ומפורסמים לכל.....

אט די צוויי האבן גענויגט צו א פארקערטע דירעקציע, זינט אנדערע האבן עס איבערגענומען למחצה ולשליש ולרביע... וד"ל...
ציפעדיג.
וויפיל מאל א יאר פלעגט מען בימיו פון רבין פארן אויף מקומות הקדושים? און פארן וויקאציע ווי אימער בימיו פון רבין?

נאר די בעקעריי מיט די קעמפס דארפן בלייבן אקוראט די זעלבע?

סטאפ מיט די נאנסענס..
סאו, ביזטו מודה צו מיר...
זאגסט סי'ז היינט אנדערע צייטן ווי ביים רבי'ן...
נו לאז טאקע דעם רבי'ן ארויס מיט זיין הייליגע קהילה אינאיינעם..., לעש אויס די לייטס און לייג ביטע צוריק דעם דברי יואל אין שאנק, און גיימיר אין מצה ביזנעס ....
לעצט פארראכטן דורך אביונה אום דינסטאג מארטש 21, 2023 1:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

באזעסען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:29 pm
ווייזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:26 pm
אביונה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:21 pm
לאמיר רעדן בימיו פונם רבי'ן און נאכדעם....
ר' יודל זצ"ל איז געווען ממונה אויף די בעקערי און אויף די קעמפס, ער האט זיי ביידע געפירט אויף א שפארזאמען אויפן עד להפליא, אויף א פארנעם געוויקלט מיט געפיל צדקה וחסד, זיך רעכענען מיט ווער ס'האט נישט, עס איז דברים ידועים ומפורסמים לכל.....

אט די צוויי האבן גענויגט צו א פארקערטע דירעקציע, זינט אנדערע האבן עס איבערגענומען למחצה ולשליש ולרביע... וד"ל...
ציפעדיג.
וויפיל מאל א יאר פלעגט מען בימיו פון רבין פארן אויף מקומות הקדושים? און פארן וויקאציע ווי אימער בימיו פון רבין?

נאר די בעקעריי מיט די קעמפס דארפן בלייבן אקוראט די זעלבע?

סטאפ מיט די נאנסענס..
בכלל נישט נוגע.

די איינציגסטע זאך וואס דער רבי האט געעפנט פאר ביזנעס איז דער בוטשער, מצות און מקוה טהרה איז געווען א סערוויס אז אונזערע אידן זאלן האבן די דברים שבקדושה מיט אונזערע הידורים
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

באזעסען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:29 pm
ווייזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:26 pm
אביונה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:21 pm
לאמיר רעדן בימיו פונם רבי'ן און נאכדעם....
ר' יודל זצ"ל איז געווען ממונה אויף די בעקערי און אויף די קעמפס, ער האט זיי ביידע געפירט אויף א שפארזאמען אויפן עד להפליא, אויף א פארנעם געוויקלט מיט געפיל צדקה וחסד, זיך רעכענען מיט ווער ס'האט נישט, עס איז דברים ידועים ומפורסמים לכל.....

אט די צוויי האבן גענויגט צו א פארקערטע דירעקציע, זינט אנדערע האבן עס איבערגענומען למחצה ולשליש ולרביע... וד"ל...
ציפעדיג.
וויפיל מאל א יאר פלעגט מען בימיו פון רבין פארן אויף מקומות הקדושים? און פארן וויקאציע ווי אימער בימיו פון רבין?

נאר די בעקעריי מיט די קעמפס דארפן בלייבן אקוראט די זעלבע?

סטאפ מיט די נאנסענס..
ווי כאילו כ״א אדר איז נישטא קיין מנין אין וומ״ס אדער אינמיטן ווינטער ערגעץ אנדערש ווי פלארידע. די נאנסענס אז יעדער שווענדעד געלט פאר לוקסוס איז געטריבן עד לשמים. לאז שוין אפ. יא, א גרויסער עולם טוט דאס, אבער ניין רוב עולם פארט נישט. והא ראי׳ מען קען טרעפן מנין אין וומ״ס כ״א אדר אדער ג׳ אייר. אבער יעדער קויפט מצות
לעצט פארראכטן דורך אחד הרבנים אום דינסטאג מארטש 21, 2023 2:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

אורח הכבוד האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:27 pm
אביונה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:21 pm
לאמיר רעדן בימיו פונם רבי'ן און נאכדעם....
ר' יודל זצ"ל איז געווען ממונה אויף די בעקערי און אויף די קעמפס, ער האט זיי ביידע געפירט אויף א שפארזאמען אויפן עד להפליא, אויף א פארנעם געוויקלט מיט געפיל צדקה וחסד, זיך רעכענען מיט ווער ס'האט נישט, עס איז דברים ידועים ומפורסמים לכל.....

אט די צוויי האבן גענויגט צו א פארקערטע דירעקציע, זינט אנדערע האבן עס איבערגענומען למחצה ולשליש ולרביע... וד"ל...
יתכן אז דו ביסט 101% גערעכט!
איך האב דא גארנישט בארעכטיגט, און גארנישט אראפגעריסן, איך האב נישט קיין בלאסע מושג די קאסט פון זייער ארבעט אגאנץ יאר, ולא ע''ז אנו דנין

מיין פוינט איז געווען סתם התבוננת פאר מיר אליין און פאר דיר אויב די ווילסט, 'בכלל נישט געווען צו פארטיידיגען אדער בארכטיגען עפעס'
אורח הכבוד האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:56 pm
קלארשטעלונג: איך וויל נישט איצט בכלל נישט נעמען קיין שטעלונג איבער די מצה פרייזען לכאן או לכאן!

מעין הפתיחה: איך וויל נישט איצט בכלל נישט נעמען קיין שטעלונג איבער די מצה פרייזען לכאן או לכאן!
נאר בלויז התבוננות יעדער פאר זיך פריוואט פון ווי ס'קומט זיינע מחשבות.
אין אנדערע ווערטער, מ'גיימיר גיין רינגס און אראונד בכדי נישט צו רופן דאס קינד ביים נאמען און ח''ו אראפרייסן די פארטיי.

גראדע מיט די שטיקל דברי יואל ביזטו גערעכט, יעדער זאל זיך מתבונן זיין פאר זיך, דא איז מען דן אויף די ווירטשאפט אויב דאס איז גערעכט.
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

אביונה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:21 pm
לאמיר רעדן בימיו פונם רבי'ן און נאכדעם....
ר' יודל זצ"ל איז געווען ממונה אויף די בעקערי און אויף די קעמפס, ער האט זיי ביידע געפירט אויף א שפארזאמען אויפן עד להפליא, אויף א פארנעם געוויקלט מיט געפיל צדקה וחסד, זיך רעכענען מיט ווער ס'האט נישט, עס איז דברים ידועים ומפורסמים לכל.....

אט די צוויי האבן גענויגט צו א פארקערטע דירעקציע, זינט אנדערע האבן עס איבערגענומען למחצה ולשליש ולרביע... וד"ל...
ס'האט גענומען די זעלבע דירעקציע אויף די אנדערע וועג, די פראטעקציע גייט ווייטער אן, נאר פאר אנדערע מענטשן.
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

בימיו פון ר' יודל ז"ל האט מען געשמועסט אז ער האט אפאר גבירים וואס בארגן אים דאס געלט צו באצאלן די ארבייטערס אגאנץ ווינטער ווען עס איז נישט אריינגעקומען קיין געלט פון פארקויפן אינטערעסט פריי

אזוי האט ער געקענט אנגיין מיט די נידעריגע פרייזן

איך ווייס נישט וויאזוי עס איז היינט
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

חסד השם האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:13 pm
אביונה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:58 pm
אורח הכבוד האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:56 pm
קלארשטעלונג: איך וויל נישט איצט בכלל נישט נעמען קיין שטעלונג איבער די מצה פרייזען לכאן או לכאן!

איך וויל נאר ארויסברענגען א געוויסע 'נקודה למחשבה' אויף געוויסע מענטשען (יתכן קיינער דא איז ב''ה נישט אזוי, איז דאך זיכער גוט) וואס אייביג נאר ביי דברים שבקדושה (ד' מינים, מצות, שכ''ל וכ''ו) זענען זיי פארנומען אז מ'ריפט אונז אפ, מ'פאקט געלט און טאש, מזיצט ביים שיסל וכ''ו וכ''ו ווידער ביי דבריים גשמיים זעהט מען עס נישט אזוי.

ס'דא תורה פון רבין זי''ע פאריגע וואך און דברי יואל פרשת פקודי אז מ'זעהט ביי בנין המשכן שטייט אויסגערעכענט פינקטלעך וויפיל גאלד זילבער קופער וכ''ו ס'איז געגאנגען ווי, רש''י הק' זאגט אז משה רבינו האט געדארפט אפגעבען א חשבון פאר די אידען ווי אלעס איז געגאנגען ווייל אידען האבן אים חושד געווען.., פרעגט די רבי א פלא ביים עגל ווען אלע פרויען פון כלל ישראל האבן געברענגט אלע זייערע תכשיטים און ס''ה איז ארויסגעקומען א קליין קעלבעל, פארוואס זעהט מען נישט דארט אז אידען זאלן האבען געבעטען א חשבון פון אהרן הכהן ווי איז די איבריגע גאלד?!
נאר דארט ביים עגל האט די שטן און די ערב רב געלוינט די געשעפט איז יעדער געווען רואיג און נישט געברויכט קיין דו''ח, משא''כ ביים בנין המשכן דארט האט די שטן און די ערב רב אנגעדרייט אז עפעס שטומט נישט דא.. און אזוי זאגט די רבי זעהט מען ביי 'יעדע דבר שבקדושה'.....

מעין הפתיחה: איך וויל נישט איצט בכלל נישט נעמען קיין שטעלונג איבער די מצה פרייזען לכאן או לכאן!
נאר בלויז התבוננות יעדער פאר זיך פריוואט פון ווי ס'קומט זיינע מחשבות.
דאס זאגט מען דאך
עס איז שוין בכלל נישט קיין דבר שבקדושה...
עס איז א ביזנעס...
אפילו מען פאקט נישט קיין ניקל אין טאש...
עס איז א ביזנעס ככל הביזנעסער, אמאל פארדינט מען און אמאל דערלייגט מען, און באצאלן באצאלט דער קאסטומער...
לאז ביטע ארויס די ווארט 'דבר שבקדושה', און דעם דברי יואל לאז אין שאנק...
עס איז דא קרויס הוט סטאר, דזשי ענד דזשי קלאדינג, און מצה בעקערי.... איינער פארקויפט הוטן צום דאווענען, איינער פארקויפט רעקלעך און חאלאטן צו לערנען, און דער לעצטער פארקויפט מצות פאר פסח און פאר אייערצוויבל וקניידלעך...
ביסט גערעכט מיט דיין פוינט אוועראל אז סאיז א ביזנעס.
אבער נישט דאס מאכט עס אויס דבר שבקדושה, די סוחר וואס פארקויפט אתרוגים איז דען נישט דא פאר ביזנעס? ועפ"כ איז עס א דבר שבקדושה, נישט אז דאס איז א היתר ח"ו צו הייבן פרייזן, נאר אז אורחס נקודה איז א אמתע.

סאיז פשוט אז דבר שבקדושה ווערט נישט געמאסטן לויטן פארקויפערס מטרה, נאר לויט די חפץ
נא טאקע, און טאקע דערפאר ווייל איך קויף דארט צוליב די סיבה טאר מען נישט רייטן אויף מיר מיט דעם און דאס מאכן פאר א ביזנעס.
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4510
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

בלייב געזונט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:49 pm

דאכצעך קיינער דינגט זיך נישט דערמיט.
נאר סאיז בכלל נישט תלוי הא בהא, די מטרת הפארקויפער איז בכלל נישט נוגע צו סאיז א דבר שבקדושה אדער נישט.
עניוועי....
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4334
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

אורח הכבוד האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:56 pm
קלארשטעלונג: איך וויל נישט איצט בכלל נישט נעמען קיין שטעלונג איבער די מצה פרייזען לכאן או לכאן!

איך וויל נאר ארויסברענגען א געוויסע 'נקודה למחשבה' אויף געוויסע מענטשען (יתכן קיינער דא איז ב''ה נישט אזוי, איז דאך זיכער גוט) וואס אייביג נאר ביי דברים שבקדושה (ד' מינים, מצות, שכ''ל וכ''ו) זענען זיי פארנומען אז מ'ריפט אונז אפ, מ'פאקט געלט און טאש, מזיצט ביים שיסל וכ''ו וכ''ו ווידער ביי דבריים גשמיים זעהט מען עס נישט אזוי.

מעין הפתיחה: איך וויל נישט איצט בכלל נישט נעמען קיין שטעלונג איבער די מצה פרייזען לכאן או לכאן!
נאר בלויז התבוננות יעדער פאר זיך פריוואט פון ווי ס'קומט זיינע מחשבות.
איך זיך נאך די אשכול ווי די עולם רעדט זיך אפ אויף די טייערע סת"ם פרייזן, טייערע שכ"ל (עכט א באזונדערע שמועס, אבער די עצם פרייז האט קיינער נישט קיין פראבלעם) און אנדערע דברים שבקדושה

פון די אנדערע זייט איז דא צענדליגע אשכולות איבער טייערע גראסערי פרייזן און אלע אנדערע דברים גשמיום, ווי די זעלבע מיטעלע פארדינער קענען נישט דעקן.

אבער אז די הקילה האט דעם שטיקל דברי יואל זענען זיי דאך בארעכטיגט ארויפצוגיין וויפול זיי ווילן, ניין? $400 א זיץ שבועות וכו' וכו'..
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
אוועטאר
שפעטער נישט יעצט
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:15 am

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער נישט יעצט »

למעשה וויפל קאסט די יאר א א באקס מצות??

כ'ווער משוגע ווען מ'זאגט פונט און מ'דארף אליינס אויסרעכענען א באקס
פארשטאנען איז גוט און אויב נישט איז אויך גוט
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

היסטאריקער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:38 pm
בימיו פון ר' יודל ז"ל האט מען געשמועסט אז ער האט אפאר גבירים וואס בארגן אים דאס געלט צו באצאלן די ארבייטערס אגאנץ ווינטער ווען עס איז נישט אריינגעקומען קיין געלט פון פארקויפן אינטערעסט פריי

אזוי האט ער געקענט אנגיין מיט די נידעריגע פרייזן

איך ווייס נישט וויאזוי עס איז היינט
ווי כאילו סאטמאר מאנגעלט זיך אין עשירים היינט...
מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

אורח הכבוד האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:56 pm
קלארשטעלונג: איך וויל נישט איצט בכלל נישט נעמען קיין שטעלונג איבער די מצה פרייזען לכאן או לכאן!

איך וויל נאר ארויסברענגען א געוויסע 'נקודה למחשבה' אויף געוויסע מענטשען (יתכן קיינער דא איז ב''ה נישט אזוי, איז דאך זיכער גוט) וואס אייביג נאר ביי דברים שבקדושה (ד' מינים, מצות, שכ''ל וכ''ו) זענען זיי פארנומען אז מ'ריפט אונז אפ, מ'פאקט געלט און טאש, מזיצט ביים שיסל וכ''ו וכ''ו ווידער ביי דבריים גשמיים זעהט מען עס נישט אזוי.

ס'דא תורה פון רבין זי''ע פאריגע וואך און דברי יואל פרשת פקודי אז מ'זעהט ביי בנין המשכן שטייט אויסגערעכענט פינקטלעך וויפיל גאלד זילבער קופער וכ''ו ס'איז געגאנגען ווי, רש''י הק' זאגט אז משה רבינו האט געדארפט אפגעבען א חשבון פאר די אידען ווי אלעס איז געגאנגען ווייל אידען האבן אים חושד געווען.., פרעגט די רבי א פלא ביים עגל ווען אלע פרויען פון כלל ישראל האבן געברענגט אלע זייערע תכשיטים און ס''ה איז ארויסגעקומען א קליין קעלבעל, פארוואס זעהט מען נישט דארט אז אידען זאלן האבען געבעטען א חשבון פון אהרן הכהן ווי איז די איבריגע גאלד?!
נאר דארט ביים עגל האט די שטן און די ערב רב געלוינט די געשעפט איז יעדער געווען רואיג און נישט געברויכט קיין דו''ח, משא''כ ביים בנין המשכן דארט האט די שטן און די ערב רב אנגעדרייט אז עפעס שטומט נישט דא.. און אזוי זאגט די רבי זעהט מען ביי 'יעדע דבר שבקדושה'.....

מעין הפתיחה: איך וויל נישט איצט בכלל נישט נעמען קיין שטעלונג איבער די מצה פרייזען לכאן או לכאן!
נאר בלויז התבוננות יעדער פאר זיך פריוואט פון ווי ס'קומט זיינע מחשבות.
ווילסט זאגן אז די מצות איז זייער היילוג, איך הער...
דארף מיר זען פארוואס די עולם שרייט ביי טייערע שטריימליך און הוטן.
וועגן שטעגן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועגן שטעגן »

היסטאריקער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:38 pm
בימיו פון ר' יודל ז"ל האט מען געשמועסט אז ער האט אפאר גבירים וואס בארגן אים דאס געלט צו באצאלן די ארבייטערס אגאנץ ווינטער ווען עס איז נישט אריינגעקומען קיין געלט פון פארקויפן אינטערעסט פריי

אזוי האט ער געקענט אנגיין מיט די נידעריגע פרייזן

איך ווייס נישט וויאזוי עס איז היינט
איך ווייס פאר א פאקט אז סאטמאר מהר"א ראטליזש האט נישט לאנג צוריק אויך אויסגעבארגט אומזיסט געלט פון חשובע בני הקהילה פארן ווינטער צו באצאלן די ארבעטער , ממש יעצט ווייס איך נישט, די פארקויפן ווינטער אין מקוואות און געשעפטן איז אויך צו אנקאסירן קעש צו קענען אנגיין
וועגן שטעגן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועגן שטעגן »

פאריאר דענק מיר ווי מען האט געשריגן אז סאיז נישט דא קיין מצות, אבער אלע גראסערייען זענען די פאליצעס געווען פול מיט מצות ביז נאך פסח שני ...קען זיין וועגן סאיז געווען א איבער יאר, אבער פארוואס געשעפטן קומט פאר די אייגענע מעמבערס איז א פארברעך , פארשטייט זיך אז זיי טיען עס צו איינקאסירן קעש , אבער נאך אלס איז עס נישט קיין יושר פון די גרויסע קהילות
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

שפעטער נישט יעצט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:22 pm
למעשה וויפל קאסט די יאר א א באקס מצות??

כ'ווער משוגע ווען מ'זאגט פונט און מ'דארף אליינס אויסרעכענען א באקס
יעדע באקס איז 2 פונט, כהאף אזויפיל קענסטו נאך רעכענען.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

אויך פלעגט מען אין יענע יארן שמועסן אז די דיעל פון קהל מיט ר' יודל ז"ל איז געווען אז אגאנץ יאר ארבעט ער אומפהענגיק פון קהל, ער זארגט פאר אלע הוצאות און באקומט אלע הכנסות
חוץ ער"פ געלט גייט פאר קהל

והא ראי' אז די ער"פ מצות עד היום קויפט מען ביים שמש אין ביהמ"ד און נישט אין בעקעריי

דרך אגב יעצט ארויסגעקומען א צעטל םון קהל מהר"י, אז בהסכמת כ"ק אדמו"ר שליט"א וועלן די ערב מצות קאסטן 95/110 צוליב אינפלאציע

ב"ה געצאלט 70 ביי סאטמאר מהר"א
וועגן שטעגן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועגן שטעגן »

האב מיר א רוף געטאן
משה אברהם ווייס ווי אלע יארן
9174687557
באשטעלט 25 פונט פון 4 ערליי בעקערייען, און געווארן דעליווערט נעכטען ב"ה
ער האט נאך
בראדוועי
ראטליזש
קרית יואל
סאטמאר בני ברק
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: פרייזן פאר מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בלייב געזונט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 11:52 am
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 10:03 am
ווער עס האט די שטארקייט זיך צו באגיין אן לוקסוס אפילו סרייצט געפערליך, און קויפט שבועות טאקע נאר איין טשיז קעיק פאר 15 דאלאר און איין קראנץ בלומען פאר 25 דאלאר, און קויפט נישט קיין 75 דאלאר שטרימפעלעך פאר די קיוט בעיבי, דער קאמפלעינט נישט אויף פסח מצה, ווייל זיין דיסציפלין פון א גאנץ יאר העלפט אים אויך פסח זיך אן עצה צו געבן באיזה אופן. ודוק.
אפגעפעינט א גאנצע געמיינדע אידן, ווייל דו האסט נישט קיין תירוץ וואס פארענטפערט די הימלשרייענדע קשיא? שעם דיך!

איך האב געשניטן מיין גראסערי ארדער, איך קויף נישט קיין שום רעדי עסן פאר די לעצטע האלבע יאר, שבועות ספענד איך פאר איין קראנץ בלומען ערב שבועות נאכמיטאג ווען די פרייז איז ביי האלב, פלייש פאר יום טוב פרוביר איך צו שפארן וויפיל מען קען, איך קויף נישט קיין טייערע וויינען, סאוערדאו אדער מיעט בארדס, קליידער פאר די קינדער קויפט מען די פאריעריגע פאר האלב די פרייז.

איך, דורכשניטליכע פארדינער, וואס אינפלאציע האט די מערסטע אפעקטירט, רייס שטיקער פון מיין לעבן ביז היינט, איך קויף נישט גארנישט קיין שום מותרות, מיינע אויגן פאלן ארויס ווען איך שפאציר אדורך די פלייש איילס אין בינגאו, איך קויף נאר 'במקולין שלנו', און ביי מצות האב איך נישט קיין צווייטע פלאץ ווי צו גיין, איך מוז בהכרח קויפן פאר וויפיל די פרייז איז!

און נאך איין זאך, איך צאל פול קאסט שכר לימוד.

און איך קען נאך אסאך אזאלכע.

פארב אונז נישט אפ מיט דיין נארישע סטיגמע ווייל דו ווילסט פארענטפערן עפעס וואס האט נישט קיין תירוץ. בוש לך!

איך עגרי שטארק מיט דיין פוינט! לעיבלן מענטשן וואס ארבייטן שווער פאר פרנסה, ער טרייט נישט צו דארפן צוקומען לידי מתנת בשר ודם, אלס א גערעגטער וכד' איז נאנסענס, נישט פעיר און דארף פארדאמט ווערן!

בנוגע די פרייזן פון מצות, איך ווייס נישט קיין סאך איבער בראדוועי, איך ווייס אויך נישט פונקטליך וואס טוצעך אויף ראטלידזש - לאוקעסט, אבער אין קאנצעפט ווייסעך אביסל...

ראטלידזש פארקויפט א יאר 100,000 - 120,000 פונט מצות, די עוורידזש פרייז איז לאמער זאגן 35 דאללער א פונט... דאס קומט אויס צו בערך 4 מיליאון דאללער סעילס א יאר!

לויט מיין אינפארמאציע האט געדויערט א שיינע פאר יאר ביז זיי האבן זיך געקאווערט, סאט געקאסט אסאך געלט אויפצוסעטן אנפאנג... און די לעצטע פאר יאר ברענגט עס אריין פאר די קהילה אפאר דאללער, כ'ווייס נישט קראנט, ערגעץ האבעך געהערט 100,000, ערגעץ אנדערש האבעך געהערט 250...

לאמער גייט מיט די העכערע נאמבער פאר א מינוט, 250 טויזענט פון 4 מיליאון איז 6 1/4 פראצענט... דו ווייסט ווי קליין די מארדזשין איז? זיי בעטן יעצט 36 דאללער א פונט, אויב בעטן זיי 34 ברעיקן זיי בערך איווען, עניטינג גאוז ראנג, דערלייגט מען געלט...

נאכאמאל, צו זיין קלאר, אלע נאמבערס זענען בערך און נישט דעטאלירט... סיז בלויז צו דעמאנסטרעיטן א קאנצעפט, ס'איז נישטא עכט קיין מורא'דיגע פראפיט מארדזשין...

יעצט וועלן מאנכע פרעגן, וואס איז מיט בראדוועי? זיי האבן שוין אן אויסגעצאלטע פלאץ וכד'...

איך ווייס נישט די ענטפער, אבער סיז שטארק מעגליך אז ביי בראדוועי איז נישט אנדערש! איה"נ זיי האבן אפשר נישט די זעלבע עקספענס, קען בראדוועי האבן אנדערע עקספענסעס וואס א נייע בילדינג האט נישט... און איין זאך וואס איך ווייס גראדע יא, ראטלידזש - לאוקעסט פראדוסט סאאאך מער מצות, פערפארשן, ראטלידזש בעקעריי האט מיט 2 אויווענעס פראדוסד בערך האלב פון וואס בראדוועי פראדוסט מיט סאך מער אויווענעס... ריגארדלעסס וואס די ריעזאן איז, מיינט דאס אז פאר סאם ריעזאן איז די קאסט צו פראדוסן א מצה טייערער ביי בראדוועי...

סאו בעת איך ווייס נישט עכט די מציאות ביי בראדוועי, זעה איך גרינג אז די בעקעריי מאכט נישט קיין מורא'דיגע מארדזשין, און נידערן פרייזן מיט 2-3 דאללער קען מיינען א עקטשול לאסס...

סאו טו סאמערייז, איך קוק שטארק ארויף אויף אידן וואס ארבייטן שווער פאר פרנסה און די הויעכע פרייזן טוט זיי וויי, זיי צו לעבלן מיט סיי וועלעכע לעבל איז א פארברעך!

איך בין אבער נישט זיכער אז די פרייזן פון רעגולער מצות איז מורא'דיג איבערגעטריבן...

וואס איז די עצה פאר אן ארבייטער וואס סיז עם שווער צו צאלן די פרייז?

שפעטער אי"ה...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”