מיינע געפילן; שבועות #2, מיט א שמייכל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

מיינע געפילן; שבועות #2, מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

והדת נתנה בשושן – טייטש דער הייליגער חיד"א - אז די תורה הקדושה (דת), ווערט געגעבן צוזאמען מיטן מנהג פון בלומען (שושן).

צו ס'מיינט צו זאגן אז ווער ס'האט העכערערע און גרעסערע רויזן באקומט א גרעסערע חלק אין די תורה? ווייסעך שוין נישט.

כלפי מה הדברים אמורים, כ'מיין אז אין א פורום פון קרעטשמע פיט נישט אריין אזויפיל לצנות, און שפיי, אויפן חשבון פון די נאסים-טזעדכלאניוס, וואס שיינע רויטע און פינקע פלאווער'ס איז זיי נישט גענוג, ס'מוז זיין הויעך אז דאס פלעסטיק זעקל זאל אויף קיין שום אופן נישט קענען צודעקן ס'גאנצע חאזעריי, און גלייבט'ס מיר אז די חברה לייגן אריין פערפיום אינעם בעסקעט, ווייל אנדערש האט קיין שום פשט נישט פארוואס פון אזויפיל בלומען קומט ארויס אזא שמעק וואס ענדלט גארנישט צו קיין געוואוקס פונעם אייבערשטען.

מיר פערזענדליך, איך רעד פון די מענער שול, איז אזא יום טוב, און אנדערע מועדים לששון, אסאך מאל אזא צומישעניש, אז איך קען אסאך מאל נישט קומען צו מיר, ס'הייסט אזוי, איך זעה מיין שכן שטעלט זיך דאווענען יום טוב ביינאכט, דעם שבת'דיגן שמונה עשרה, איך טראכט צו מיר, נו נו, נאך המלך הקדוש וועט ער זיך אליינס כאפן, אבער וואס ווען ווי, ער דאווענט אריין טיף טיף, ער זאגט שוין ויכלו השמים, איך נעם מיך היסן, ער זאל זיך פון זיינע געדאנקן אויפכאפן, מאכט ער אויף דאס לעדל זיינע פון אינטערן סידור, נעמט ארויס א טישא און דערלאנגט עס מיר..

דעם יום טוב שבועות, לאמיר אפירנעמען דעם אקדמות, כנהוג ביי אונזערע לענדער אינדערהיים, זאגט דער בעל תפלה די ערשטע צוויי פזמונים, און דער ציבור דאס אנדערע צוויי, מה תעשה ומה תפעל אויב דיין שכן איז געבוירן א מינוט שפעט, און ער זינגט הויעך מיט דעם אקדמות, אבער ער זינגט יעדעס מאל מיט אן אנדערע סדר ווי דיר, ער זינגט איין פזמון פונעם ש"צ און איינס פונעם ציבור, די נערווען קענען דאך פלאצן.. און ער חזנות'ט נאך אין גרויסן..

ס'איז כדאי צו דערמאנען דעם מנהג וואס איז שטארק אויפגעכאפט געווארן ובפרט צווישן די בחורי חמד, און יונגעלייט, דאס נישט רעדן שבועות ביינאכט, פון ברכו ביי קבלת יום טוב, ביז נאך כתר דעם אנדערן צופרי, לית מאן דפליג אז דאס איז זייער א וואוילע זאך, דער טעם דערפון שטייט און א תיקוני זהר, וואס איך – קרעטשמע שרייבער – האב דערצו אן השגה פונקט ווי איך פארשטיי די סיבה צו די דריי קנעפלעך אויף די ארבעל פון מיין בעקיטשע.., נו נא, נא נו דאס איז וואס איר קענט הערן יעדע פאר מינוט.

אזוי צו אזוי, זאלן אלע אידן טון וויאזוי זיי פארשטייען, אבער ווען עס הייבט אן מיט שלום-בית זאכן, בעט איך אייך לאטס מיך ארויס, ס'גייט די מעשה שוין אזוי ווייט, אז ווען מיין שוואגער דארף עפעס ביי די סעודה, ציפצעט ער מיר, איך זאל ציפצענען מיין ווייב זאל איבערגעבן פאר איר שוועסטער אז זי זאל אים ברענגן פונעם שאפינג בעג דעם זמירות דברי יואל..

דער "תיקון ליל שבועות" בכלל, פאדערט א גרויסע תיקון, טייטש אזוי, ס'איז דא וואס מאכן זיך דעם חשבון אויב שוין אויפזיין א גאנצע נאכט דארף מען דאס זעהן אהערצושטעלן, די חברה זענען שוין דעם לעצטן שבת נאכמיטאג געשלאפן 6-7 שעה, די צוויי טעג יום טוב נאכמיטאג וועט מען עס נאך משלים זיין מיט רבית, מ'שלאפט און מ'שלאפט, און היי יאר איז דאך 24 נאך יו"ט אויך שבת, מ'איז אזוי ביזי צו שלאפן אז מ'פארגעסט ווען מ'דארף שוין סטאפן נקמה צו נעמען.. אז מיר מאכן א ערנסטן סך הכל וויפיל אזייגער וואלטן מיר זיך געלייגט ווען שלאפן אנעם "תיקון ליל שבועות"? ס'איז דאך פארט יום טוב, פאר איינצע האלב צווייע, זיכער נישט, און דער זמן פונעם עלות איז 4:20, לאמיר אריינרעכענען די 20 מינוט ביזן זמן וואס מ'קען שוין ליינען קרי"ש של שחרית, דאס קומט אויס פונקטליכערהייט 4:44, סך הכל איז מען אויף לענגער ווי געווענדליך 3, דריי א האלב שעה, צודעם דארף מען מאכן אזעלכע געוואלדעס?

אנטשולדיגט פארן אריינמישן אזא ערנסטע קשיא אין דעם אשכול, אבער ווען מ'הערט די לאכערייען און פלוידערייען וואס גייען פאר, העפטיג, אינעם חצר בית המדרש, וואס אן אמת געזאגט, זיי זענען אזעלכע עמי הארצים אז זיי ווייסן אפי' נישט ווען מ'מעג זיך שוין גיין לייגן.. עס ווערט דארט אויסגעשמועסט וויפיל טיקעטס דער 18 יעריגער האט שוין באקומען, וויפיל עקסידענטס ער האט שיעור געמאכט, און וויאזוי ער האט געטרייעט צו דרייווען א גע'גנב'עטן טרעילער וכו' וכו' סארא עקל.

ווען איך גרייט מיך צו ענדיגן דעם אשכול, וויל איך בארואיגן דעם עולם, איך ווייס מ'איז פארווייטאגט, ס'ציפט דאס הארץ צוזענדיג ווי היי יאר וועט נישט זיין העכערן ליבליכן טשיס קעיק, די גע'אסר'טע שיינע רויטע סטראבעריס, מיר שטיין אין קאנטאקט מיט אלע ווערים, מיר האפן בקרוב צו ענדיגן דעם קאשמאר בכי טוב.

און ביזדערווייל, האטס מיר א פרייליכן יום טוב
לעצט פארראכטן דורך יגרסהדותא אום מאנטאג מאי 21, 2007 12:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אוי יגר, יגר, יגר.
וואזאלעכדער זאגן?
ביזט זיס.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יגר'ל, יישר כח.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

יישר כוח
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שיין שיין.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח?

שיין?

וואס איז דאס מיט אייך?

איך זיץ שוין עטליכע מינוט נאכאנאנד אויפן בענקל, און קען נישט צו-זיך קומען פון די דורכגעטריבענע געשמאקע רייד פון אונזער ראש-הקהל יגר'ל זאל געזונט זיין.

א הערצליכן יישר כח, מיר שעצן אייער ארבעט, כח און מח, לטובת אנ"ש הקרעטשמע.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

יגר'ל,

עס יוזשועל (איט שולד בי עי קטמפלעמענט ביי נאע).

אין פרינציפ עגרי איך נישט מיט אלע דיינע פונקטן, אבער הו קעירס.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אוי יגר יגר במה אברכך, אשכולותיך מתוקים תגובותיך נאים, אלא יהי רצון שכל אשכולות שנוטעים כאן יהיו כמותך.

הערליך.

ס'האט מיר אקארשט איינער געזאגט, נאך איידער איך האב אפילו געוואוסט פון דעם ארטיקל, אז ער בלייבט טאקע נישט אויף א גאנצע נאכט, ווייל ער ווייסט אז ווען ער איז אויף פלוידערט ער אפ די גאנצע נאכט.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

יו לאך איך...
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אזאנס געלאכט! אבער דעם טעם פון די דריי קנעפ אויף די בעקיטשע ארבל ווייס מיר נאכאלץ נישט...
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

צ צ צ נא נא אהא ;l;p-
נו נו, יגר.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

קרעמער האט געשריבן:יישר כח?

שיין?

וואס איז דאס מיט אייך?

איך זיץ שוין עטליכע מינוט נאכאנאנד אויפן בענקל, און קען נישט צו-זיך קומען פון די דורכגעטריבענע געשמאקע רייד פון אונזער ראש-הקהל יגר'ל זאל געזונט זיין.

א הערצליכן יישר כח, מיר שעצן אייער ארבעט, כח און מח, לטובת אנ"ש הקרעטשמע.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

ארויפגעברענגט לכבוד יום טוב
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

גוטע צייטן געוועזן
יא - וואו נעמט מען די צייט...
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

קהלס נאר האט געשריבן:גוטע צייטן געוועזן...
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

derech eretz האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2013 12:55 pm
ארויפגעברענגט לכבוד יום טוב
שכח
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

יעדער האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 10:47 pm
derech eretz האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2013 12:55 pm
ארויפגעברענגט לכבוד יום טוב
שכח
פאר דיר
אוועטאר
אינבי
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2023 5:34 pm

Re: מיינע געפילן; שבועות #2, מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינבי »

דיין שריפט איז באגאסן מיט מעטאל
די קשיא פון דריי קנעפלעך האט זיך שוין גע5'טעלט
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”