געוויסע מאכלים דארף מען ארבייטן באזונדער אויף די באדי/סטרוקטער, און באזונדער אויף די טעיסט/ספייס. - גאלע איז און די קאטאגאריע.
----
די גאלע באדי קענסטו מאכן מיט א גרעסערע קוואנטעטי, די טעיסט וועסטו מאכן יעדע וואך באזונדער ביז די גלייכסט דעם ענדגילטיגען טעם.
-----
גרייט צו א 8 קווארטיגער קראק-פאט
גייט צו אייער לאקאלער בוטשער, נעם 4 פעקלעך "טשיקן ברעסט" ביינער, עס קאסט בערך 2 דאלער א פונט. (א פעקל איז ארום צוויי פונט).
גייט צו אייער לאקאלער בוטשער, נעם איין פעקל "טשיקן פיסלעך", עס קאסט בערך 10 דאלער א פונט. (א פעקל איז ארום איין פונט). אדער צוויי פונט "ביעף קני באנס" עס קאסט בערך 10 דאלער א פונט.
לייג אריין די ביינער אין די פיסלעך און אזענע נעט בעגס, קניפ עס צו, שטופ עס אריין און קראק-פאט, די קראק-פאט וועט זיין פול ביז אויבן. דערנאך פול אן די קראק-פאט מיט וואסער און איין לעפעל זאלץ.
שטעל עס קאכן אויף היי פאר זעקס שעה. דערנאך נידער עס אראפ אויף לאו פאר נאך אכצען שעה. טאטעל קאקונג טיים, פיר און צוואנציג שעה.
----------
נאך 24 שעה נעמט מען ארויס אלע זעקלעך, עס גיי אין מיסט אריין. מען שטעלט מען די קראק-פאט אויף רום טעמפעראטור, ביז מען קען שוין רואיג אנכאפן די טאפ און זיך נישט אפבריען.
דאן לייג עס אריין אין פרידזש, פאר ארום זעקס שעה, ביז איר זעהט א דיקע ווייסע שיכט פון פעטענס וואס דעקט איבער די גאלע, מען שיילט עס אראפ מיט א לעפעל, עס גייט און גארבידזש אדער אינעם טשולענט.
-
צוטייל די גאלע און 8 אונס קאנטעינערס, איר וועט ווארשיינליך קריגען 10 קאנטעינערס.
-
האלט און פרידזש וויפיל די דארפסט פאר די וואך שבת, דאס איבריגע גייט און פריזער.
---------
פרייטיג אינדערפרי נעמט מען דעם קליינעם קאנטיענר, גיס עס איבער און א קליין טעפל, שטעל עס קאכן פאר אפאר מינוט, ווארף אריין צוריבענע פרישע קנאבל, שווארצע פעפער, רויטע פעפער, לויט אייער געשמאק.
לייג עס צוריק אינעם 8 אונס קאנטעינער, לאז עס אויסלופטערן, אריין און פדידזש. שבת ביי די סעודה קלאפט מען עס אריין און א טעלער, צושנייד עס אויף אכט פיצא סלייסעס, מען נעמט עס מיט א הארט שטיקעל רינדעל - לכבוד שבת קודש-
-------
נ.ב. די פיינעל טעיסט/ספייס קענט איר אדזאשסטען יעדען פרייטיג לויט אייער געשמאק.