חידות

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

צום קעפל:

מעגליך באקאנט: די באקאנטע משל פונעם פוקס מיטן וואלף ביים ברונעם, איז דארט געווען אז דער פוקס איז אריינגעטאנצן אין איין זייט אמפער, און ער איז אראפ גענידערט געווארן טיף אינעם ברונעם און געזאגט פארן וואלף אז ער עסט דארט קעז (דער לבנה האט דאן אפגעשפיגלט אינעם וואסער) דערנאך איז דער וואלף אריין אינעם צווייטן זייט אינעם אמפער און דער וואלף האט מער געוואויגן במילא האט ער אראפגעזינקן און דער פוקס פון דער צווייטער זייט איז אויטאמאטיש ארויף "וצדיק מצרה נחלץ וכו' שטעלט זיך אבער די קשיא וואס וואלט דער פוקס געטון אויב דער וואלף וואלט נישט אריין אינעם צווייטן זייט וויאזוי וואלט ער ארויס פונעם ברונעם?

זאג, וואס איז געווען זיין פלאן?
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

:smile:
איך רעד פון פיזישע מאכט, הייבן צענדליגע מאל די אייגענע געוויכט, בייסן מיט האר אויפשטעלנדע קראפט אד"ג
אוועטאר
שדכן גדול
שר האלפיים
תגובות: 2568
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע: אומאן

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

.
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

בן איש חי האט געשריבן:
צום קעפל:

מעגליך באקאנט: די באקאנטע משל פונעם פוקס מיטן וואלף ביים ברונעם, איז דארט געווען אז דער פוקס איז אריינגעטאנצן אין איין זייט אמפער, און ער איז אראפ גענידערט געווארן טיף אינעם ברונעם און געזאגט פארן וואלף אז ער עסט דארט קעז (דער לבנה האט דאן אפגעשפיגלט אינעם וואסער) דערנאך איז דער וואלף אריין אינעם צווייטן זייט אינעם אמפער און דער וואלף האט מער געוואויגן במילא האט ער אראפגעזינקן און דער פוקס פון דער צווייטער זייט איז אויטאמאטיש ארויף "וצדיק מצרה נחלץ וכו' שטעלט זיך אבער די קשיא וואס וואלט דער פוקס געטון אויב דער וואלף וואלט נישט אריין אינעם צווייטן זייט וויאזוי וואלט ער ארויס פונעם ברונעם?

זאג, וואס איז געווען זיין פלאן?
מן הסתם האט ער אנגעפילט די צווייטע מיט וואסער/שטיינער מער ווי זיין קערפערס וואג, און דאן אריינגעלייגט עטליכע שטיינער אין זיין עמער, אזוי אז ס'זאל אראפ וועגען, אבער ברגע ער וויל ארויף גיין שליידערט ער ארויס די שטיינער און האט די ערשטע עלעוועיטער רייד אין די וועלט!
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

צעטל קלעבער האט געשריבן:

;l;p- דאס איז א מהרש"א אין סנהדרין ל"ט ע"א

אגב וואס וואלט ער ווען געטון אז דער וואלף נעמט ארויס די שטיינער פון די צווייטע זייט?

זעט אויס אז אזוי קלוג איז שוין נישט דער וואלף...
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

צום קעפל:

א מענטש האט געהאט א געוועלב און ער פלעגט פארקויפן רייז, די וועג וויאזוי ער פלעגט עס פארקויפן איז אז ער פלעגט עס אפוועגן אויף א וואגשאל ווען אין איין זייט ליגט די רייז און אין די צווייטע זייט ליגט וואג-שטיינער וואס לויט דעם ווייסט ער וויפיל פונט צו פארקויפן.

ער האט פארמאגט בלויז פיר וואג-שטיינער און ער האט געקענט דערמיט אפמעסטן פון איינס ביז פערציג פונט.

זאג, וויאזוי איז דאס מעגליך?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך היסטאריש »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
בן איש חי האט געשריבן:
צום קעפל:

מעגליך באקאנט: די באקאנטע משל פונעם פוקס מיטן וואלף ביים ברונעם, איז דארט געווען אז דער פוקס איז אריינגעטאנצן אין איין זייט אמפער, און ער איז אראפ גענידערט געווארן טיף אינעם ברונעם און געזאגט פארן וואלף אז ער עסט דארט קעז (דער לבנה האט דאן אפגעשפיגלט אינעם וואסער) דערנאך איז דער וואלף אריין אינעם צווייטן זייט אינעם אמפער און דער וואלף האט מער געוואויגן במילא האט ער אראפגעזינקן און דער פוקס פון דער צווייטער זייט איז אויטאמאטיש ארויף "וצדיק מצרה נחלץ וכו' שטעלט זיך אבער די קשיא וואס וואלט דער פוקס געטון אויב דער וואלף וואלט נישט אריין אינעם צווייטן זייט וויאזוי וואלט ער ארויס פונעם ברונעם?

זאג, וואס איז געווען זיין פלאן?
מן הסתם האט ער אנגעפילט די צווייטע מיט וואסער/שטיינער מער ווי זיין קערפערס וואג, און דאן אריינגעלייגט עטליכע שטיינער אין זיין עמער, אזוי אז ס'זאל אראפ וועגען, אבער ברגע ער וויל ארויף גיין שליידערט ער ארויס די שטיינער און האט די ערשטע עלעוועיטער רייד אין די וועלט!
;l;p-
שוין געזען אמאל דעם חידה מיט'ן תירוץ, אבער יעצט האב איך נישט געקענט כאפן וויאזוי ער פילט אן דעם צווייטן עמער מיט שטיינער, ס'ליגט דאך יעצט אויבן ביים וואלף…

נ.ב. מנהלים, אפשר מאכן א סעטינג אז אלע תירוצים אין דעם אשכול גייען אויטאמאטיש אריין אין א ספוילער?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

היסטאריש האט געשריבן:

וויאזוי ווייסט מען וועלעכע תגובה איז א תירוץ, און וועלעכע תגובה איז א נייע חידה?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

בבקשה האט געשריבן:

כמובן בין איך געווען סארקאסטיש, שוין זייענדיג מיד פון בעטן יעדע מאל מ'זאל לייגן דעם תירוץ אין א ספוילער…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
south8
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 11:22 am

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך south8 »

בן איש חי האט געשריבן:
צום קעפל:

א מענטש האט געהאט א געוועלב און ער פלעגט פארקויפן רייז, די וועג וויאזוי ער פלעגט עס פארקויפן איז אז ער פלעגט עס אפוועגן אויף א וואגשאל ווען אין איין זייט ליגט די רייז און אין די צווייטע זייט ליגט וואג-שטיינער וואס לויט דעם ווייסט ער וויפיל פונט צו פארקויפן.

ער האט פארמאגט בלויז פיר וואג-שטיינער און ער האט געקענט דערמיט אפמעסטן פון איינס ביז פערציג פונט.

זאג, וויאזוי איז דאס מעגליך?
שוין געווען דא עטליכע יאר צוריק, אנהייב פון דעם אשכול.
◄ ווייז ספוילער
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

היסטאריש האט געשריבן:
;l;p-
שוין געזען אמאל דעם חידה מיט'ן תירוץ, אבער יעצט האב איך נישט געקענט כאפן וויאזוי ער פילט אן דעם צווייטן עמער מיט שטיינער, ס'ליגט דאך יעצט אויבן ביים וואלף…
פארן אריינגיין האט ער אריינגעלייגט אין ביידע עמערס די זעלבע וואג שטיינער
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

א נייניקל האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
;l;p-
שוין געזען אמאל דעם חידה מיט'ן תירוץ, אבער יעצט האב איך נישט געקענט כאפן וויאזוי ער פילט אן דעם צווייטן עמער מיט שטיינער, ס'ליגט דאך יעצט אויבן ביים וואלף…
פארן אריינגיין האט ער אריינגעלייגט אין ביידע עמערס די זעלבע וואג שטיינער
;l;p- ש'כח
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

א מענטש האט אמאל געקויפט א גרויסער פאס אנגעפילט מיט א סארט טייערע רייז, ער האט אנגעזאגט דאס צו באהאלטן אין קעלער און נישט צורירן. געווען איז אבער איינער פון קינדער וואס האט זייער געגליכנט די סארט רייז, און די מאמע זיינער פלעגט כסדר אראפנעמען א טעלער צוויי פארן קינד עד כדי כך אז האט שוין געפעלט א פיפטל פון די רייז פונעם פאס. ויהי היום דער מאן רופט זיך אן צו זיין ווייב, גיי ברענגט מיר ארויף דעם פאס פון רייז איך וויל שיקן פאר איינעם אביסל דערפון, ס'ווערט נישט גוט פארן פרוי מ'גייט דא אנטדעקן דעם אמת, רופט זיך אן דער קינד "מאמע, פאניק נישט איך האב דיר אן עצה" און ער זאגט דעם עצה, זאגט די מאמע אז עס וועט נישט טויגן, זאגט דער קינד א צווייטער עצה, והך קאווע, והצרה עבר.

זאג, וואס איז געווען די ערשטער עצה וואס האט נישט געטויגט און וואס איז געווען די צווייטער עצה?
אינוועסטיגעיטאר

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינוועסטיגעיטאר »

באהאלטענע אינהאלט
This board requires you to be registered and logged-in to view hidden content.
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

בן איש חי האט געשריבן:
א מענטש האט אמאל געקויפט א גרויסער פאס אנגעפילט מיט א סארט טייערע רייז, ער האט אנגעזאגט דאס צו באהאלטן אין קעלער און נישט צורירן. געווען איז אבער איינער פון קינדער וואס האט זייער געגליכנט די סארט רייז, און די מאמע זיינער פלעגט כסדר אראפנעמען א טעלער צוויי פארן קינד עד כדי כך אז האט שוין געפעלט א פיפטל פון די רייז פונעם פאס. ויהי היום דער מאן רופט זיך אן צו זיין ווייב, גיי ברענגט מיר ארויף דעם פאס פון רייז איך וויל שיקן פאר איינעם אביסל דערפון, ס'ווערט נישט גוט פארן פרוי מ'גייט דא אנטדעקן דעם אמת, רופט זיך אן דער קינד "מאמע, פאניק נישט איך האב דיר אן עצה" און ער זאגט דעם עצה, זאגט די מאמע אז עס וועט נישט טויגן, זאגט דער קינד א צווייטער עצה, והך קאווע, והצרה עבר.

זאג, וואס איז געווען די ערשטער עצה וואס האט נישט געטויגט און וואס איז געווען די צווייטער עצה?
◄ ווייז ספוילער
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

א נייניקל האט געשריבן:
◄ ווייז ספוילער
איך פארשטיי מיך נישט, די מאמע איז דאך די וואס ברענגט עס, וויאזוי איז דאס א לעזונג?

מען זעט א חילוק פון רויע ביז אפגעקאכטע רייז.

דער טאטע וויל נאר שיקן אביסל. ניין?
דיין צווייטע שורה איז א שאלה?! אדער מען זאגט עס בניחותא
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

אינוועסטיגעיטאר האט געשריבן:
באהאלטענע אינהאלט
This board requires you to be registered and logged-in to view hidden content.
;l;p- :wink:
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

א נייניקל האט געשריבן:
בן איש חי האט געשריבן:
א נייניקל האט געשריבן:
◄ ווייז ספוילער
איך פארשטיי מיך נישט, די מאמע איז דאך די וואס ברענגט עס, וויאזוי איז דאס א לעזונג?

מען זעט א חילוק פון רויע ביז אפגעקאכטע רייז.
דער טאטע וויל נאר שיקן אביסל. ניין?
דיין צווייטע שורה איז א שאלה?! אדער מען זאגט עס בניחותא
דער טאטע וויל טאקע שיקן אביסל אבער ער האט געזאגט אז ''גיי ברענג מיר ארויף דעם פאס'', אנדערש האב איך נישט געפרעגט א חידה

צווייטע שורה איז בניחותא. (דיין סעלפאון איז שוין אמאל געווען אין אפגעקאכטע רייז?...)
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בן איש חי האט געשריבן:
א מענטש האט אמאל געקויפט א גרויסער פאס אנגעפילט מיט א סארט טייערע רייז, ער האט אנגעזאגט דאס צו באהאלטן אין קעלער און נישט צורירן. געווען איז אבער איינער פון קינדער וואס האט זייער געגליכנט די סארט רייז, און די מאמע זיינער פלעגט כסדר אראפנעמען א טעלער צוויי פארן קינד עד כדי כך אז האט שוין געפעלט א פיפטל פון די רייז פונעם פאס. ויהי היום דער מאן רופט זיך אן צו זיין ווייב, גיי ברענגט מיר ארויף דעם פאס פון רייז איך וויל שיקן פאר איינעם אביסל דערפון, ס'ווערט נישט גוט פארן פרוי מ'גייט דא אנטדעקן דעם אמת, רופט זיך אן דער קינד "מאמע, פאניק נישט איך האב דיר אן עצה" און ער זאגט דעם עצה, זאגט די מאמע אז עס וועט נישט טויגן, זאגט דער קינד א צווייטער עצה, והך קאווע, והצרה עבר.

זאג, וואס איז געווען די ערשטער עצה וואס האט נישט געטויגט און וואס איז געווען די צווייטער עצה?
◄ ווייז ספוילער
מצה טאש
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:46 pm

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה טאש »

בן איש חי האט געשריבן:
א נייניקל האט געשריבן:
◄ ווייז ספוילער
איך פארשטיי מיך נישט, די מאמע איז דאך די וואס ברענגט עס, וויאזוי איז דאס א לעזונג?

מען זעט א חילוק פון רויע ביז אפגעקאכטע רייז.
נו, דאס איז דאך די ערשטע -- אומטויגליכע -- עצה...

מאדנע חידה, טרעף צו די נישט ריכטיגע ענטפער
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

מצה טאש האט געשריבן:

עס איז נישט אזוי מאדנע.

ווען איינער שטעלט זיך אפ און קאנצעטרירט זיך פאר אן עצה, וועט ארויפשווימען וואס בבקשה האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
ער קען אנפילן די פאס מיט שטיינער און עס אויפשאקלן כדי די שטיינער זאלן פאלן אונטען, און פון אויבן וועט עס זיין צוגעדעקט מיט רייז וועט מען נישט באמערקן אז עס פעלט.
איך וואלט נישט געזאגט שטיינער ווייל אויב האט עס געקענט אזוי שיין אראפנידערן צו די פלאך פונעם פאס דאן בשעת דער מאן וועט בייגן דעם פאס צו אראפנעמען דערפון וועט ער הערן שטיינער זיך ריקן.

אבער די מכוון איז ריכטיג (פאר די נישט גוטע עצה) דאס הייסט לייג עפעס אריין אינעם פאס פון אונטן, די בעסטע וואלט ווען געווען צו אריינלייגן ארגינעלע רייז אזוי בשעתן אראפנעמען וועט ער גארנישט באמערקן, אזוי אויך וועט עס וועגן די זעלבע פון פאר דעם.

די סיבה פארוואס דאס איז נישט קיין גוטע עצה: וויבאלד דער מאן ווייסט דאך פון גארנישט, ער האט יעצט געבעטן גיי ברענג מיר דעם פאס, אויב גייט יעצט די פרוי גיין קויפן פרישע רייז אדער זאמלען שטיינער אנצופילן א פיפטל פאס, גייט דער מאן כאפן אז עפעס גייט פאר, וואס פארזוימט מען זיך אזוי לאנג? נאך וואס דער מאמע האט געזאגט אז דאס וועט נישט ארבעטן, האט דער קינד אויסגעטראפן אן עצה אן קיין שום פארזוימעניש.

זאג, מאדנע?

ער קען אויפן וועג זיך אויס גליטשן, און אויסגיסן פון די רייז אויף א שמוצוגע פלאץ. פארן אויסגיסן וועט ער נישט ווערן באשטראפט, וויבאלד ער איז געווען אן אונס, פארן פעלן וועט ער אויך נישט באשטראפט ווערן, ווייל די טאטע וועט מיינען אז ספעלט ווייל סהאט זיך אויסגעגאסן
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

בבקשה האט געשריבן:
ער קען אויפן וועג זיך אויס גליטשן, און אויסגיסן פון די רייז אויף א שמוצוגע פלאץ. פארן אויסגיסן וועט ער נישט ווערן באשטראפט, וויבאלד ער איז געווען אן אונס, פארן פעלן וועט ער אויך נישט באשטראפט ווערן, ווייל די טאטע וועט מיינען אז ספעלט ווייל סהאט זיך אויסגעגאסן
;l;p-

דארפסט נישט חרוב מאכן די גאנצע רייז פאר דעם [עס איז פארט געווען א טייערע מאכל] זי קען צוברעכן דעם פאס אויפן וועג (ס'איז דאך געווען אינעם קעלער מען האט געדארפט ארויפגיין פילע טרעפ...) און זאגן ווי אזוי דו שרייבסט אז זי איז געווען אן אונס. סתם אויסגיסן אויף א ריינע פלאץ איז אויך נישט גוט ווייל דער מאן וועט הייסן עס צוריקלייגן אינעם פאס
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: חידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

צוויי אידן זענען געזיצן ביי א טיש זיך גרייטנדיג צו עסן, איינער האט געהאט צוויי חלות און דער אנדערער האט געהאט דריי חלות. איז געקומען א דריטער איד וואס האט נישט געהאט גארנישט צום עסן און ער האט זיך צוגעשארט צו די צוויי מענטשן און פארגעשלאגן א פלאן, ער לייגט ארויס אויפן טיש 15 דאלער, און מען גייט עסן אלע חלות אויפן טיש בשותפות. נאך די סעודה האט מען זיך אנגעפאנגען טענה'ן וויפיל דאלער יעדער דארף נעמען, און מען האט נישט געקענט צוקומען צו א פארגלייך, ביז מען איז געגאנגען צום רב און ער האט געפסקנט וויאזוי מען זאל זיך צוטיילן.

זאג, וואס האט דער רב געפסקנט?
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”