מיין טאג בוך אין מירון

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מירונער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 1:10 am

מיין טאג בוך אין מירון

תגובהדורך מירונער » זונטאג אפריל 22, 2012 3:43 pm

מיין טאג בוך באתרא קדישא מירון תש"ע

א העכסט אינטערעסאנטע שילדערונג איבער מיינע פערזענליכע עראינערונגען און מעמוארן, איבער מיין ערשטע נסיעה קיין אתרא קדישא מירון ביום ל"ג בעומר תש"ע. איך קלער אז עס וועט זיין שטארק אינטערעסאנט פאר אונזערע ליינער אויף איי-וועלט מיטצולעבן א טאג אין מירון, וואס כ'האב מיר פארצייכנט תיכף נאך ל"ג בעומר זייענדיג אונטערן רישומא דקדושה פון אזעלכע גייסטרייכע איבערלעבענישן.
איך וויל אויפמערקזאם מאכן אז צווישן די שורות איז אויך דא געוויסע פערזענליכע און אומוויכטיגע פאקטן וואס זענען נישט אזוי אינטערעסאנט פאר אלע ליינער, אבער היות יעדער איינצלהייט איז ביי מיר געווען אן איבערלעבעניש פאר זיך וואס וועט מיר קיינמאל נישט ארויסגיין פון זכרון, אלזא וועל איך אלעס לאזן ארגינאל ככתיבתן, און מ'זאל מיר דן זיין לכף זכות. ליינט און האט הנאה!
צוגעלייגטע
מיין טאג בוך אין מירון.pdf
דאונלאוד דעם פייל
(123.3 KiB) דאונלאודעד 792 מאל
לעצט פאראכטן דורך מירונער אום מאנטאג אפריל 23, 2012 11:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אפריל 22, 2012 3:45 pm

יישר כח מירונער, נאכן ליינען א קליין חלק פון דיין טאגבוך אין א דערנעבנדיג אשכול, זעה איך דיין שרייבערישע טאלאנט און איך שארף מיר די אויגן צו ליינען דעם גאנצן טאגבוך.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג אפריל 22, 2012 5:17 pm

יישר כח מירונ'ר.
פון דאס ביסל וואס איך האב געליינט זעהט מיר עס אויס צו זיין העכסט אינטרעסאנט. עמיר אי"ה באלד פרינטן און ליינען.
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » זונטאג אפריל 22, 2012 5:37 pm

אין איין ווארט, געוואלדיג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
האסטו מיר דערמאנט זכרונות, כ'האב מיר געשפירט ממש דארט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג אפריל 22, 2012 5:53 pm

מירונ'ער!!!!!!!!!!!!

כ'האב טרערן אין מיינע אויגן!!!

פון וואו נעמסטו דיין כח??

איך בין שוין עטליכע מאל דארט געווען ל"ג בעומר, און איך האב זיך אצינד געשפירט דארט נאכאמאל, במלוא מובן המלה..!!! יעדעס ווארט איז דאך אזוי ריכטיג! (אחוץ זיך אריינשטופן אין די מערה האט איך קיינמאל נישט מצליח געווען, צוליב די סכנת נפשות)

די שטראם אידן, די זעלטענע אחדות פון גאנץ כלל ישראל ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, די חאלאקעס מיט די קינדערלאך מיט די קאפטענעס מיט די ירושלימ'ער חן, ווי אייינער שרייט "אראלע" און דער צווייטער "שימאלע", אוי דאס איז דאך אזוי צוקער זיס.. און די השפעות פון עסן און טרינקען, און איבער אלעם, די שמוץ פון אלע זייטן...... און שפעטער די תו"א הדלקה ווי איך האב מיך געהויבן אין דער לופטן שלא כדרכי, עפעס א אינערליכע כח האט מיר געמאכט טאנצן ביז מיינע פוס האבן געסטרייקט!!

די אטמאספערע אין מירון איז "נישט צום באשרייבן"..... ביז יעצט. יעצט האסטו געבראכן דעם רעקארד, און גוט באשריבן!! און עם כל זה, יותר ממה שכתוב כאן יש בו, עס איז א זיסע איבערלעבעניש, גענוי ווי דו שילדערסט, מען קען זיך פארשטעלן מעין ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט ביים עולה רגל זיין....

נאך אזא מירון, וויל מען גארנישט - נאר משיח זאל קומען היינט. מען שפירט עס קלאר - ס'איז נישט דא קיין בעסערס אדער זיסערס אויף דער וועלט ווי זיין א איד, און דינען השי"ת באחדות ובשמחה.

אוי רבש"ע!! מיר בעטן דיר, והראנו בבנינו ושמחתנו בתיקונו, והשב וכו'....
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » זונטאג אפריל 22, 2012 9:42 pm

וואו! אנבעליוועביל! כאב מורא דער אקטיקל גייט מיר היי יאר קאסטן א טויזנטער!

בכלל איז עפעס א געוואלדיגע השגחה פרטית אז עס קומט אהער אין די זעלבע צייט וואס גוגל סטריט וויו האט מיך אריין געבלאנדזשעט אין די חצירות פון בתי אונגארין און פלוצים האב איך מיר דערזען ארויף שפאצירן די בארג אין מירון... ביז כאמיך אויפגעוועקט פון די היים רוף ווי ביסטו? סישוין אזוי שפעט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

חקרן
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:58 pm

תגובהדורך חקרן » זונטאג אפריל 22, 2012 11:22 pm

אוי מיט דיין טאג בוך ברענגסטו מיר ארויף אזא השתקקות צו זיין די יאר דארטען אבער מיין הויך פונקט און מירון איז די ערשטע נאכט ביי חצות ביי די קארלינע הדלקה אויך און די מתחם פון תו''א אזא מין ארגינעלקייט די איידעלע לעבדיגע מוזיק ווי ס'טאנצט זיך מיט אז אש קודש די ריקודין ממש לעילא ולעילא
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אפריל 22, 2012 11:30 pm

יישר כח, געליינט און זייער הנאה געהאט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג אפריל 23, 2012 1:54 pm

הערליך!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 23, 2012 3:11 pm

א מייטערהאפטיגע באשרייבונג!!

הלוואי ווען איך האב דעם פעדער און איך וואלט דאן אראפגעשריבן מיין נסיעה'לע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אפריל 23, 2012 3:35 pm

יעצט געמאכט צייט און אדורכגעליינט דעם גאנצן טאגבוך, עס איז פול מיט התרגשות און עקסטאז, און עס איז פיין אראפגעשריבן געווארן. א דאנק אייך הרב מירונער.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג אפריל 23, 2012 9:20 pm

צייטליך האט געשריבן:א מייטערהאפטיגע באשרייבונג!!

הלוואי ווען איך האב דעם פעדער און איך וואלט דאן אראפגעשריבן מיין נסיעה'לע.

מיינע עטליכע נסיעות
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

מירונער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 1:10 am

אדאנק אייך אלע

תגובהדורך מירונער » דינסטאג אפריל 24, 2012 7:25 pm

אדאנק אייך טייערע קאלעגעס פאר'ן נעמען די מיה איבערצוליינען מיין טאג-בוך און פאר אייערע רירנדע און באגייסטערטע רעאקציעס, והאמת אגיד אז איך אליין יעדעס מאל וואס איך לייען איבער מיינע 'אייגענע' נאטיצן פון דעם געהויבענעם ל"ג בעומר טאג ווער איך נאכאמאל אדורכגענומען מיט א פרישן פלייץ פון רוחניות'דיגע געפילן, עס דערמאנט מיך דער אומבאשרייבליכע התעוררות און שמחה וואס הערשט דארט באתרא קדישא מירון צו וואס יעדער וואס איז אמאל דארט געווען גליסט און בענקט בלב ונפש.
אי"ה אין אנדערער געלעגנהייט וועל איך מעגליך פארעפענטליכן געקליבענע נאטיצן פון מיין נסיעה איבער די מקומות הקדושים בארץ הגליל, און פון מיינע אנדערע נסיעות אין ארץ ישראל.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:27 am

הערליך שיין, כ'בין מיטגעגאנגען מיט דיר דעם גאנצן וועג ארויף און אראפ, כ'האב מיך געטראפן מיטלעבן נאכאמאל דעם ל"ג בעומ"ר אין מירון...
שויתי השם לנגדי תמיד

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך אפריל 25, 2012 10:12 am

געוואלדיג מירונער!

עס האט מיר פריש אויפגעשטורעמט די געפילן אין בעפארברייטונג צו די היי יעריגע נסיעה בעזרר השם.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:02 pm

געוואלדיג געוואלדיג!!!

אלץ איינער וואס איז שוין דארט געווען האב איך ליינענדיג געפילט ממש ווי איך בין נאכאמאל דארט,
א גוטע הכנה פארן היי יעריגע נסיעה בעזר השם

יישר כח!

אוי! לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:40 pm

נעכטן האב איך אהיימגעברענגט די צעטלעך

מיין ווייב טראכט שוין פון נאכאמאל צו פארן
ייש"כ מירונער איך האב נישט געוואוסט עס וועט גיין אזוי גוט
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דינסטאג אפריל 16, 2013 1:19 pm

ארויף געברענגט לכ' ל''ג בעומער

cha cha
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 21, 2012 2:10 pm

תגובהדורך cha cha » דינסטאג אפריל 16, 2013 3:08 pm

הערליך!!
די ארטיקעל האט מיר געקאסט דרייצען מאות..מ'האמיר יעצט באשטעלט טיקעטס..

לעצטענס איז געדרוקט געווארן א שמועס אינעם קונטרס "נקיי הדעת שבירושלים"
וואס הרה"צ רבי אורי בלויא שליט"א א זון פון הרה"צ רבי עמרם בלוי זצ"ל פארציילט פחד'יגע
איינצלהייטן בשם זיין טאטען רבי עמרם וואס איז געווען בשעת מעשה ווען דער רבי ז"ל איז ארויף
געגאנגען צום ציון זייענדיג אין מירון דאס ערשטע מאל


מה זה??
אפשר טיילט איר מיט מער דעטאלן?

לאו דוקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:11 pm

תגובהדורך לאו דוקא » דאנארשטאג אפריל 18, 2013 3:30 pm

פאר א יאר -ליגט מיר אין קאפ- איז געווען דא ערגעץ אין אונזער וועלטל עטעטשט א געוואלדיגע תפלה צו זאגן ביים ציון רבי שמעון, אויב איינער ווייסט ווי אדער וואס דאס איז וואלט איך זייער דאנקבאר געווען

ישר כחכם

מירונער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 1:10 am

שבת קודש פרשת בחוקותי באתרא קדישא מירון - תשע"ד

תגובהדורך מירונער » זונטאג מאי 04, 2014 6:06 pm

לויט ווי מ'הערט ווען דער שבת קודש פ' בחוקותי, לפני הילולת התנא האלוקי רבי שמעון, אין אתרא קדישא מירון זיין א שבת צום געדענקען. צענדליגער טויזנטער אידן פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ רישן זיך צו וויילן דארט אויף שב"ק, אריינגערעכנט פילע אדמורי"ם ומשפיעים, מ'זאגט פאר אזאנס וואס מירון האט נאכנישט מיטגעלעבט אין איר היסטאריע.

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » זונטאג מאי 04, 2014 8:51 pm

מער ווי אלע יארן?

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » זונטאג מאי 04, 2014 8:53 pm

איך בין געווען תש"ע אין מירון, איך קען זאגען יותר ממה שקראתי יש כאן (עפעס אזוי גייט די מימרא... ניין?(
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

מירונער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 1:10 am

וואס רבי אורי בלוי פארציילט איבער'ן רבי'נס השתטחות אין מירון

תגובהדורך מירונער » דאנארשטאג מאי 08, 2014 11:34 pm

ס'האט עמיצער געבעטן איך זאל מעתיק זיין וואס רבי עמרם בלוי'ס קינדער פארציילן איבער דעם רבי'נס השתטחות אין מירון על ציון קדשו פון רבי שמעון, בשנת תרצ"ב, כ'האב אפירגעזוכט דעם קונטרס נקיי הדעת און כ'בין עס מעתיק ככתבו וכלשונו

רבי אורי שליט"א: אין יענע דערהויבענע וואך איז אויסגעקומען פאר מיין טאטן צו זעהן אסאך ענינים נפלאים פון רבי'ן זי"ע. איך וועל אייך דא פארציילן אייניגע עפיזאדן וועלכע מיין טאטע זצ"ל האט מיר פארציילט פון יענע געהויבענע וואך אין מירון.
מיין טאטע איז אנגעקומען קיין מירון אביסל פאר ווען דער רבי איז אנגעקומען מיט א פריוואטע קאר קיין מירון. ווען מען טאטע האט ארויפגעשפרייזט דעם בארג צום ציון הק', האט ער אינמיטן געזען ווי נישט קיין צווייטער ווי דער רבי'נס קאר שטעלט זיך אפ און דער רבי גייט ארויס פונעם קאר ווען פון רבי'נס פנים שפראצט ארויס פונקען פייער. דעם רבי'נס הייליגע פנים איז געווען אש להבה, עס איז געווען א פחד צו קוקן אויפ'ן רבי'נס צורה, עס האט אויסגעזען ווי ער געפונט זיך בכלל נישט אויף דעם עולם, ער האט געשוועבט אין די העכערע עולמות.
מיין טאטע האט פארשטאנען אז דער רבי האט זיך דערהעקט אפגעשטעלט אינמיטן בארג כדי ארויפצוגיין מיט די פוס ביז צום הייליגן ציון המצויינת. מיין טאטע האט געוואלט צוגיין צום רבי'ן געבן שלום, אבער דער רבי באמערקט נישט... מיין טאטע שטרעקט אויס די הענט און פרובירט צו מאכן א באמערקונג דער רבי זאל אים זען, אבער, דער רבי זעט נישט דער רבי שפירט גארנישט... דער רבי איז געווען אזוי פאר'מוח'ט און פארפלאמט אז ער האט גארנישט מרגיש געווען אז איינער שטייט נעבן אים. דער רבי האט מיט אזא התלהבות ארויפגעשפאנט דעם גאנצן בארג, ווען טרערן גיסן זיך פון זיינע הייליגע אויגן.
מיין טאטע האט ממשיך געווען צו באגלייטן דעם רבי'ן דעם גאנצן בארג, ווען ער נעמט נישט אראפ קיין אויג פון דעם רבי'ן, ער זעט ווי דעם רבי'נס געזיכט טוישט פארבן, ממש פחדים. עטליכע מאל האט דער רבי זיך אונטערגעמורמלט מיט א טיפע קרעכץ: "אוי, רבי שמעון" "אוי, רבי שמעון"... עס האט ארויסגעשריגן פון רבי'ן די געוואלדיגע כיסופין און געגועין וועלכע ער האט געהאט כל ימיו צו רבי שמעון. און דא גייט ער דאס ערשטע מאל פוקד זיין דעם ציון הק' פון רבי שמעון...
אבער, ווי נאר דער רבי איז אנגעקומען צום פתח המערה, - פארציילט מיין טאטע - האט אים א סקרוך דורכגענומען אין זיינע ביינער, זעענדיג ווי דער רבי האט זיך אינגאנצן אויסגעצויגן אויף דער ערד בפישוט ידים ורגליים ווען א פלייץ פון טרערן האבן געגאסן פון זיינע הייליגע אויגן... מיין טאטע פלעגט דאס פארציילן מיט א געוואלדיגע התרגשות, ווי ער האט נישט געקענט קומען צו זיך זעענדיג פאר זיך דעם ציטערדיגן בילד, הדרא דלא אפשר למיפרט בשפוותא. דער רבי איז ווי געקראכן ביז דעם הייליגן ציון הקדוש מיט אזא התרגשות, ס'איז נישט שייך צו שילדערן.
אזוי אויך די גאנצע צייט וואס דער רבי האט זיך משתטח געווען אויפ'ן הייליגן ציון בפישוט ידים ורגלים, איז געווען ממש פחדים, וואספארא בכיות דער רבי האט דארטן פארגאסן, מיין טאטע פלעגט רעדן פון דעם מיט א געוואלדיגע התרגשות.

מירונער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 1:10 am

א בילד פון אתרא קדישא מירון

תגובהדורך מירונער » פרייטאג אפריל 24, 2015 3:13 pm

אן אויג-פארכאפנד לופט-בילד פון דעם קבר התנא האלוקי רבי שמעון באתרא קדישא מירון, עטליכע טאג בעפאר די הילולא בשנת תשע"ד
מערקט די ריזיגע פארענטשעס (פון אונטן ארויף) פון תולדות אברהם יצחק, אביסל העכער איז דער בנין המערה רעכטס און דער שאטער פון די קארלבאך הכנסת אורחים, לינקס איז דער שטח תולדות אהרן, און העכער דעם איז דער ריזיגער אויסגעברייטערטער שטח פאר די באיאנער הדלקה לעת כניסת היום, און נאך.

https://copy.com/FF2QrMELVNb3dqcY


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט