וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

איר טראכט אז די פאבריקן אדווערטייזן בחנם...?
עת לקרות | ועת לתגוב
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

נחמן נתן האט געשריבן:פאר אן געווענליכער סארט (עוורידש) מענטש האב איך געפונען דעם Matuk Rough Soft גאנץ א גוטער וויין פאר די כוסות. ס'איז רויט; ס'האט א נארמאלער פראצענט אלקאהאל וואס א דורך-שניטליכער מענטש קען דערהייבן; ס'איז נישט טרוקן, נאר נאטירלעך זיס אן קיין צוגעלייגטע צוקער. איך בין עס מציע פאר יעדער וואס פארשטייט נישט צופיל אין וויין און האט נאך נישט קיין אייגענע ווילן וואס יא און וואס נישט, און וויל דאך יוצא זיין ד' כוסות מיט אלע הידורים.

איך בין אינגאנצען מסכים
שוין עטליכע יאהרען וואס איך נעם די וויין און טרינק כל הכוס און האב שפעטער קיין מאגען פראבלעמען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ביקסאד האט געשריבן:רוב עולם דא נוצט טאקע וויין פון פאבריקן ?

נע, וואדע, האב מיר דען א ברירה איך יכול דאך נישט צו מאכן אליינס, ווידעראום די כמו היימישע געמאכט פאר ביזנעס איז שוין ענדערש צו נעמען פון הערצאגס היימישע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

יוסף שרייבער האט געשריבן:דאכט זיך מען פארציילט אז סאטמארער רב האט געזאגט (בערך אזא לשון) אז ער מישט זיך נישט אבער מיט ר' יונה (הערצאג) וואס אזא גרויס חלק כלל ישראל טרינקט זיינע וויינען מישט ער זיך יא.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געהערט אין סיפורים וואס שטימען נישט אשכול.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

פארשלאפן; געוואלדיג!...
לחיים ולברכה!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ביקסאד האט געשריבן:רוב עולם דא נוצט טאקע וויין פון פאבריקן ?

בעסער ווי עסיג'דיגע וויין פון די היימישע קעלערן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

farshlufen האט געשריבן:געהערט אין סיפורים וואס שטימען נישט אשכול.

איך האב דאס גראדע גענומען פון מילתא דבדיחותא אשכול :grin:
Latke
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Latke »

די קרים רעד פון KESSER איז זייער גוט. בכלל זענען די ZAKON וויינען זייער גוט ( איך בין נישט קיין מבין, אדרבה זאלן די מבינים זאגן) אגב זאגט מען אז קדם שטופט נישט די סחורה (אין דעם אויבן דערמאנטן שמועס אויף קול מבשר זאגט ער דארט " עס איז זייער גוט פאר בחורים...) האט איינער פרטים?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

farshlufen האט געשריבן:געהערט אין סיפורים וואס שטימען נישט אשכול.

למה?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כי לא שתה את יינם, אויסער פון כוס של אליהו, וואס דארט האט מען אריינגעגאסן כרמל אויך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

וואס כרמל מזרחי אין סאטמארער רב'ס כוס של אליהו??
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון "אלע" וויינען וואס זענען געוועזן אויפן טיש, וקצרתי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

קצרתי קשמרתי פאר שטים לשון איז מן-הסתם דא א אשכול מיוחד, במחילת כבודו זעה איך נישט וואס עס איז אזוי שווער צו ענטפערען נארמאל.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ר' יוסף, אביסל איין געהאלטענקייט פאר די אלט-געזעסענע, ביטע.
די דאזיגע סארט שפראך דער-מאנט מיר פון אונזער אלטן ר' יאסל.

א שאד אז די באראן הערצאג וויינען זענען מבושל.

קיינער דא טרינקט נישט פסח קיין אייגענע געקוועטשטע טרויבן-זאפט [מאסט] ?
אויסער וויכי'ס טאטע
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

יאך האב סוחט געווען צוויי קעסטלעך טרויבן פאר די ארבע כוסות.
איך טראכט נאך צו איך זאל מישן די כוסות מיט אביסל וויין.
עת לקרות | ועת לתגוב
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ביקסאד האט געשריבן:ר' יוסף, אביסל איין געהאלטענקייט פאר די אלט-געזעסענע, ביטע.
די דאזיגע סארט שפראך דער-מאנט מיר פון אונזער אלטן ר' יאסל.

א שאד אז די באראן הערצאג וויינען זענען מבושל.

קיינער דא טרינקט נישט פסח קיין אייגענע געקוועטשטע טרויבן-זאפט [מאסט] ?
אויסער וויכי'ס טאטע

איך האב דאס געשריבען האלטענטיג נאך א פאר שעה מצות באקען קען זיין אז די מידקייט האט מיר איבערגענומען, אויב איך האב באליידיקט רב ישנוני בעהט איך עם איבער.

איך האב שוין אמאל געשריבען אז איך בין נישט דער ר' יאסל פון אמאל, ער שיינט צו זיין א עלטערער איד און איך בין א יונגער שנאק, אין דעם געלעגענהייט וויל איך מגלה דעת זיין אז דער ניק שרייבער אינעם קאווע שטיבל איז נישט מיך ובזה יצאתי ידי חובתי.

יעצט פארוואס איך האב געשריבען שטים לשון, לאמיר אייך מסביר זיין. יענקל האט מיר געקוואט (פון א אנדערע אשכול בכלל) אז איך שרייב אז "מען פארציילט אז סאטמארער רב האט געזאגט (בערך אזא לשון) אז ער מישט זיך נישט אבער מיט ר' יונה (הערצאג) וואס אזא גרויס חלק כלל ישראל טרינקט זיינע וויינען מישט ער זיך יא." איך האב דאס געהערט יארען צוריק און איך פארשטיי נישט פארוואס עס איז עפעס אזוי נישט מתקבל על הדעת קומט רב ישנוני און זאגט אז "דאס געהערט אין סיפורים וואס שטימען נישט אשכול" פרעג איך עם פארוואס ענפערט ער מיר אז סאטמארער רב האט נישט גענוצט זיינע וויינען נאר פאר כוס של אליהו (נא אפשר אויף דעם האט ער עס געזאגט) ווי ער האט אויך גענוצט "כרמל וויין" , דאס איז פאר מיר א גרויסע חידוש אז סאטמאער רב זאל סיי ווען האבען גענוצט די פאן טרעגער פין ציונישטישע וויינען כרמל מזרחי, ענטפערט ער מיר וקצרתי.

קענסטו זעהן אז נאך די 4 תגובה אויסטוישען איז נאך אלץ זכר לדור הפלגה (קרעדיט: מאן-יימר) און איך ווייס נאך אלץ נישט וואס איז ראנג מיט די מעשה וואס כ'האב געשריבען און צו מען האט ביי זיין טיש גענוצט כרמל מזרחי וויין. איז דאך בעסער זיך נישט צו באניצען אזויפיל מיט שטום לשון און ענטפערען נארמאל.

סוכ"ס איז דא נישט דער "איין תגובה טאר נישט האבן שייכות מיט די אנדערע" אשכול .

סאו רב ביקסאד בין אין גענוג קלאר און גענוג בכבוד'יג?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יוסף שרייבער האט געשריבן:איך האב דאס געשריבען האלטענטיג נאך א פאר שעה מצות באקען קען זיין אז די מידקייט האט מיר איבערגענומען.

גם אני בחלומי.
יוסף שרייבער האט געשריבן:אויב איך האב באליידיקט רב ישנוני בעהט איך עם איבער.

יאך האב חלילה געהאט קיין פאראיבל, לא הארכתי מפני תקנות הקהילה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך פארשטיי זייער גוט די תרעומות פון ר' יוסל שרייבער, ותקותי אז ר' פארשלאפן וועט מרחיב הדיבור זיין כאטש צו ר' יוסל שרייבער אין אישית
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יענקל פאטאש האט געשריבן:א גאנץ יאר נוץ איך איינע פון די דריי ריסלינג ראזע, בלאש שאבלי, אדער מאטוק ראדש סאפט.
פאר ד' כוסות נוץ איך אויך די קאנקארד קאל.

איינער האט שוין פראבירט די מאטוק קאל?

שוין פראביערט ביידע, קאנקארד קאל איז לדעתי זייער נישט גיט אין טעם, מאטוק קאל איז אביסל בעסער, אבער אויך נישט "קאבערנעי נעפע", א שטיקל עצה איז עס צו מישען מיט גרעיפדזשוס, דאן איז עס גוט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:

אופס, דא קאנקורירסטו מיט מיר דירעקט. איך טרונק שוין אפאר יאר בלויז קאנקארד קל, און ב"ה איך גלייך זייער דעם טעם דערפון [אנדערע וויינען האבן ביי מיר קיין גוטן טעם, איך פארשטיי ליידער נישט דערצו].
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קרעמער האט געשריבן:

פראביר מאטוק קאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א. איך קען נישט פארנעמען קיין זיסע וויינען, עס דרייט מיר שרעקליך די בני מעיים.
ב. איך האב דאס שוין פרובירט. געווען איז דאס אין די זומער וואכן ווען מיין קאנטרי מקוה איד האט פארמאגט נאר מתוק קל און נישט קאנקארד, איך פרוביר נישט נאכאמאל בל"נ.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קרעמער האט געשריבן:א. איך קען נישט פארנעמען קיין זיסע וויינען, עס דרייט מיר שרעקליך די בני מעיים.
ב. איך האב דאס שוין פרובירט. געווען איז דאס אין די זומער וואכן ווען מיין קאנטרי מקוה איד האט פארמאגט נאר מתוק קל און נישט קאנקארד, איך פרוביר נישט נאכאמאל בל"נ.

דעמאלס איז א דבר אחר, ...כמיין אאא, אופס!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”