וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

לכ׳ ר׳ יוסף משרייבער יצ״ו,

די מימרא וואס איר זאגט בשם ס״ר ז״ל, באס איך געהערט ממש אויף פארקערט,
היה אצל אסיפה בו דנו בענין לתת השגחה על פראדוקטן שונים לצורך פסח, ורב אחד חשוב ז״ל, שצדד לבל יתנו השגחה אפילו ל׳גע׳כשר׳טע טשיקענס (בימים ההם נהגו הרבה להכשיר העופות בבית לצורך הפסח, וגם כיום ישנם כאלו), ברם כשדנו על יין אמר הרב הנ״ל: ״ר׳ יונה הערצאג איז דאך אן ערליכער איד״... וצידד שעל יין אכן יתנו השגחה.

על זה נענה הס״ר בערך כך: ״אך וועל אייך זאגן דעם חילוק צווישן וויין און פלייש״... אצל בשר ושאר מאכלים, תהיה זאת דאגת הרבנית... ואצל יין, ״וועט איר זעך דארפן ארויפשארצן די ארבל... דאן איז שוין ר׳ יונה הערצאג אן ערליכער איד״...
ע״כ הסיפור, ולאו מר בר רב אשי חתום עלה, והבוחר יבחר...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

יא דאס שטימט מער. זיך אנגעהויבן דא
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

די מעשה האט שוין א קראק פאט געברענגט ערגעץ אויף אונזער וועלטל, במחכ"ת זעה איך נישט פארוואס דאס זאל מיינען פונקט פארקערט פון מיין מעשה, עס איז 2 עקסטערע נקודות ודו"ק.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

יוסף שרייבער האט געשריבן:די מעשה האט שוין א קראק פאט געברענגט ערגעץ אויף אונזער וועלטל, במחכ"ת זעה איך נישט פארוואס דאס זאל מיינען פונקט פארקערט פון מיין מעשה, עס איז 2 עקסטערע נקודות ודו"ק.

אין הכי טאקע... מיר האט דאס אבער געקלונגן ווי דער זעלבער מימרא נאר עטוואס (בלשון המעטה) פארדרייט...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

דאס האט ער געענפערט פאר יענעם רב ווי מען זאגט זייט נישט קיין פרומער אויף אייער רעבעצין'ס חשבון אבער אויף דעם קובע צו זיין צו ער האט געטרינקען ר' יונה'ס וויין? לדעתי נישט

באלד וועט שוין קומען איינער און זאגען אז סאטמארער רב האט געהאלטן אז ר' יונה איז נישט קיין ערליכער איד משום די מעשה, בקיצור מען דארף וויסען ווי דער חמור שטייט איין...
לעצט פארראכטן דורך יוסף שרייבער אום מיטוואך אפריל 04, 2012 9:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מסכים
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מיר ליגט אין זכרון -כ'ברויך איבערפרעגן מיין טאטע'ן זז"ג פונקטליך- אז רביה"ק מ'סאטמאר האט אמאל ביי א טיש געזופט פון ר' יונה הערצאג'ס וויין, כלומר להסיר דיבה מעליו.
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

יאך טרינק היימישע מאסט
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
שרייבטאראפ
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייבטאראפ »

א גאנץ יאהר קידוש
Baron Herzog Jeunesse Cabernet Sauvignon

פסח די ריזערוו איז נישט מבושל
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מאסט איז נישט קיין וויין.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ע״פ הלכה הייסט ער ״יין״; בלייבט נאר איבער מברר צו זיין אויב וויין איז דער אפטייטש פון יין...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ער הייסט יין מגיתו, וואס לויט רוב פוסקים דארף מען האבן פסח וויין ממש.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

די גאנצע זאך פון וויין איז משום "מצוה מן המובחר", וויבאלד עס איז חשוב, דעריבער טאמער איינער קען נישט פארנעמען וויין, איז דאס נישט שייך, און ס'איז אפי' מסתבר אז ביי אזא אופן זאל גרעיפ דזשאוס זיין "מצוה מן המובחר" (בגמרא, "סוחט אדם אשכול של ענבים ומקדש עליו" , טאקע ביי שבת אבער וה"ה לארבע כוסות).

(כ"ז שמעתי משיעור של הג"ר בנציון שטראססער שליט"א דיין נייטרא ב"פ)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

סאכדעס האט געשריבן:ער הייסט יין מגיתו, וואס לויט רוב פוסקים דארף מען האבן פסח וויין ממש.

לכתחילה או מדינא?
מראי מקום?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הרב ביקסאד, מיין טאטע מאכט טאקע מאסט, אבער קידוש טרינקט ער וויין, און טאקע די מאטאק סאפט וויין וואס דער עולם האט גערעדט דא.

אני הקטן מאך קידוש יעדע וואך אויף א פלעשל קארבינעי, אמאל פלעגעס זיין נעפע אדער עלעקזענדער פון הערצאג, אבער ס'איז מבושל, און אויב מאכצעך (סאל זיך נישט מאכן) אז איך לאז איבער אויף נאך שבת איזעס שנעל געווארן אויס פריש...

אצינד האבעך געמופט צו "גבעות", א גאר גוטע וויין! איך טרינק דאס שוין פאר ארום א יאר, (אפשר מער) און גאנץ לעצטענס מישעך ארום, יעדע וואך א צווייטס, אמאל גבעות, פסעגאט, און נאך א וויין, א נייע זייער א גוטע נישט מבושל מיטן ביד"ץ הכשר.

אויף פסח האבעך נאכנישט דעסיידעד וואס כ'גיי טרינקן, ווארשיינליך העלעך גיין מיט איינע פון די דריי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

סאכדעס האט געשריבן:ער הייסט יין מגיתו, וואס לויט רוב פוסקים דארף מען האבן פסח וויין ממש.


אמת
אבער די שאלה איז פאר די מחמירים וואס איז חשבער
זהירות מחשש חמץ אדער הידור ביין לד' כוסות
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

msp האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:ער הייסט יין מגיתו, וואס לויט רוב פוסקים דארף מען האבן פסח וויין ממש.


אמת
אבער די שאלה איז פאר די מחמירים וואס איז חשבער
זהירות מחשש חמץ אדער הידור ביין לד' כוסות

האב איך אויך געהאט חשק צו מאכן מאסט היי יאר, למעשה דארף מען טאקע אריין קלערן וואס איז בעסער, זיסע וויין פון די קאמפאניס, אדער היימישע מאסט, (טריקענע וויין איז נישט קיין אפשען), האפענטליך עמער פרעגן א רב און לאזן וויסן די עולם דא, אויב איינער האט א ידיעה אין די נושא זאל ביטע אריינקומען
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

לויפער - בלאש מאסקאט איז די בעסטע וויין פארן סדר, פאר די נישט וויין טרינקער.
ס'איז רויטע וויין, מורא'דיג לייכט צו טרינקען און מורא'דיג לייכט אויפן מאגן, אביסעלע זיסלעך אן צוקער, ס'איז געפילטערט אסאך מאל וואס דאס נעמט אוועק די כח פון די אלקעהאל צו ווירקען אויפן מוח, נאך פיר כוסות שפירט מען נישט גארנישט נישט אויפן קאפ און נישט אויפן מאגן.

אסאך אידן האבן מיך שוין געבענטשט פארן אנטראגן די וויין, זאגענדיג אז כאב קיינמאל נישט געקענט מאכן קידוש אויף וויין ביז איך האב זיי אנגעטראגן די וויין, און זיי זענען זיך מחיה.

קויפט קודם איין פלאש פארן קומענדיגן שבת, פרובירט עס אויס, און מיטן אייבערשטענס הילף וועט איר קענען רואיגערהייט טרינקען פיר כוסות וויין צום סדר אן קיין שווערע נאכפאלגן.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

די וויין איז א יחיד במינה עס איז לייכט און געשמאק און האט אלע מעלות,
עס קאסט א נישטיגע $57 ביי מיין משמש,
פארזוכט עס און ווערט נישט אנטוישט.

יין חבל יהודה - מצפה.png
יין חבל יהודה - מצפה.png (43.84 KiB) געזען 956 מאל
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

סגל האט געשריבן:
msp האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:ער הייסט יין מגיתו, וואס לויט רוב פוסקים דארף מען האבן פסח וויין ממש.


אמת
אבער די שאלה איז פאר די מחמירים וואס איז חשבער
זהירות מחשש חמץ אדער הידור ביין לד' כוסות

האב איך אויך געהאט חשק צו מאכן מאסט היי יאר, למעשה דארף מען טאקע אריין קלערן וואס איז בעסער, זיסע וויין פון די קאמפאניס, אדער היימישע מאסט, (טריקענע וויין איז נישט קיין אפשען), האפענטליך עמער פרעגן א רב און לאזן וויסן די עולם דא, אויב איינער האט א ידיעה אין די נושא זאל ביטע אריינקומען

דער רב טענה'ט אז ענדערשע קויפן וויין, אפילו זיסע, ווי נוצן היימישע מאסט, אבער דוקא נישט מבושל.
שויתי ה' לנגדי תמיד
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

סגל האט געשריבן:
msp האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:ער הייסט יין מגיתו, וואס לויט רוב פוסקים דארף מען האבן פסח וויין ממש.


אמת
אבער די שאלה איז פאר די מחמירים וואס איז חשבער
זהירות מחשש חמץ אדער הידור ביין לד' כוסות

האב איך אויך געהאט חשק צו מאכן מאסט היי יאר, למעשה דארף מען טאקע אריין קלערן וואס איז בעסער, זיסע וויין פון די קאמפאניס, אדער היימישע מאסט, (טריקענע וויין איז נישט קיין אפשען), האפענטליך עמער פרעגן א רב און לאזן וויסן די עולם דא, אויב איינער האט א ידיעה אין די נושא זאל ביטע אריינקומען

וויין איז זיכער חשובער ווי מאסט - יין מגיתו, אבער ס'איז כדאי מקפיד צו זיין אז די זיסע וויין זאל זיין נאטורליך זיס, נישט קיין "קריעם" וויינען, וואס די קאמפאני לייגט אריין צוקער. ווייל דעמאלטס גייט עס מעגליך אריין בגדר "יין קונדיטין" וואס איז ווייניגער חשוב ווי יין שאין בו תערובת.

נאטורליך זיס איז דא פארשידענע מינים, אדער שפעט געצייטיגטע - לעיט הארוועסט, אדער וויין וואס מ'שטעלט אפ פרי די פראצעדור פון טוישן די נאטורליכע צוקער אויף אלקאהל.

פרעגט זיך נאך ביי אייער וויין סוחר.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
טאוסטעד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2020 12:08 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאוסטעד »

דזשעב 012 האט געשריבן:די גאנצע זאך פון וויין איז משום "מצוה מן המובחר", וויבאלד עס איז חשוב, דעריבער טאמער איינער קען נישט פארנעמען וויין, איז דאס נישט שייך, און ס'איז אפי' מסתבר אז ביי אזא אופן זאל גרעיפ דזשאוס זיין "מצוה מן המובחר" (בגמרא, "סוחט אדם אשכול של ענבים ומקדש עליו" , טאקע ביי שבת אבער וה"ה לארבע כוסות).

(כ"ז שמעתי משיעור של הג"ר בנציון שטראססער שליט"א דיין נייטרא ב"פ)

זייער אינטערעסאנט

ער קריגט זיך מיט א אפענע מחבר?

די מחבר זאגט ביי ארבע כוסות זאל מען טרינקען וויין אאע"פ ששונאו
טאוסטעד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2020 12:08 am

Re: וועלכע וויין פאר ארבע כוסות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאוסטעד »

נאך מער יעצט זעע איך די מחבר זאגט די לשון "צריך לדחקו"

ווי אזוי קען מען זאגן אז אויב איינער פארנעמט נישט קיין וויין זאל ער ניצן גרעיפ דשוס?
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

טאוסטעד האט געשריבן:
דזשעב 012 האט געשריבן:די גאנצע זאך פון וויין איז משום "מצוה מן המובחר", וויבאלד עס איז חשוב, דעריבער טאמער איינער קען נישט פארנעמען וויין, איז דאס נישט שייך, און ס'איז אפי' מסתבר אז ביי אזא אופן זאל גרעיפ דזשאוס זיין "מצוה מן המובחר" (בגמרא, "סוחט אדם אשכול של ענבים ומקדש עליו" , טאקע ביי שבת אבער וה"ה לארבע כוסות).

(כ"ז שמעתי משיעור של הג"ר בנציון שטראססער שליט"א דיין נייטרא ב"פ)

זייער אינטערעסאנט

ער קריגט זיך מיט א אפענע מחבר?

די מחבר זאגט ביי ארבע כוסות זאל מען טרינקען וויין אאע"פ ששונאו

דער מחבר מיינט נישט לאפוקי יין מגיתו, נאר בכלל אז דער מענטש אליינס זאל טרינקן עפעס א "וויין", אפילו חמר מדינה, עי' בפוסקים ובמ"ב. משא"כ בקידוש של שבת ויו"ט קען מען יוצא זיין פון א צווייטן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
טאוסטעד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2020 12:08 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאוסטעד »

נא_שכל האט געשריבן:
טאוסטעד האט געשריבן:
דזשעב 012 האט געשריבן:די גאנצע זאך פון וויין איז משום "מצוה מן המובחר", וויבאלד עס איז חשוב, דעריבער טאמער איינער קען נישט פארנעמען וויין, איז דאס נישט שייך, און ס'איז אפי' מסתבר אז ביי אזא אופן זאל גרעיפ דזשאוס זיין "מצוה מן המובחר" (בגמרא, "סוחט אדם אשכול של ענבים ומקדש עליו" , טאקע ביי שבת אבער וה"ה לארבע כוסות).

(כ"ז שמעתי משיעור של הג"ר בנציון שטראססער שליט"א דיין נייטרא ב"פ)

זייער אינטערעסאנט

ער קריגט זיך מיט א אפענע מחבר?

די מחבר זאגט ביי ארבע כוסות זאל מען טרינקען וויין אאע"פ ששונאו

דער מחבר מיינט נישט לאפוקי יין מגיתו, נאר בכלל אז דער מענטש אליינס זאל טרינקן עפעס א "וויין", אפילו חמר מדינה, עי' בפוסקים ובמ"ב. משא"כ בקידוש של שבת ויו"ט קען מען יוצא זיין פון א צווייטן.

וועלכע פוסקים לערנען אזוי אין די מחבר? פון משנה ברירה קוקט יא אויס ווי ער פארשטייט אז די מחבר רעדט פון וויין

אזוי זעע איך אויך אין אוצר הלכות און אין נאך ספרים

איך זעע נאר א היתר אויב מוועט זיך ממש נישט גוט פילן און אריינפאלן אין בעט פון די וויין אבער אז נישט איז זיכער א הידור מצוה אדער גאר א חויב צו ניצן דווקא וויין

אדרבה וועלכע פוסקים לערנען אנדערש? סאיז מיר נוגע למעשה אלס א שטארקע נישט וויין ליבהאבער (מילד גערעדט)
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”