חומרי ומנהגי פסח ומקוריהם וטעמיהם

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מעמוד 4,
והוא פלאי האט געשריבן:מפי הרב מבאבוב ז"ל שמעתי, כי הסיבה פ"וו מען מישט זיך נישט, האט זיך גענומען, ווייל פסח איז אלס אסור במשהו, ובספק ספיקא, וכו'
איז פארצייטענס, אויב האט זיך געמאכט אן ערענסטע שאלה אין א קאך, למשל א ווייצעל אין די שמאלץ, איז לויטן סדר החיים פארצייטנס, וואלט א האלבע שטאט נישט געטארט עסען, ווייל ראובן וואלט געבארגט ביי שמעון א לעפעל, איז א שאלה, צו דער לעפעל איז געקומען אין בארירונג מיט די שמאלץ, צו מיט א מאכל וואס איז געקאכט דערמיט וכו', לוי וואלט געבארגט ביי ראובן א טעפעל, וואס אולי האט מען מיט דעם טעפעל געקאכט עפעס און געמישט מיט דעם לעפעל, וכן הלאה, און א האלבע שטאט וואלט פאר'חמץ'ט געווארן.
מיט דעם האט ער פארענטפערט פ"וו וויין האט מען זיך געמישט
און מיט דעם האט ער מסביר געווען (שמעתי שר' יענקלי ז"ל הקשה שאינו מבין זה המנהג כי אדרבא כאן יש החילוק היותר גדול בין המנהגים, אבל שמע מינה מדהקשה, כי כן הי' מנהג העולם), פ"וו מצה האט דער וועלט זיך געמישט, ווייל במדינתינו איז עס נישט געקומען און בארירונג מיט קיין אנדערע מאכלים

שמעתי ממו"ר [מאראמאראש-קארפאטן], אז מיט וויין, מצות און אייער האט מען זעך געמישט.
על יין לא שמעתי הסבר, אבל על מצות וביצים כן.
מצות, האט די גאנצע שטעטל געבאקן אין די זעלבע בעקעריי,
אייער, יעדע אידישע שטוב האט געהאט א באזונדערע טעפל צו קאכן אייער, מפני חשש שימצא טיפת דם.
אז איינער האט געהאט יאהר-צייט פסח האט מען געגעבען אין קלויז [שטיבל - בימ"ד] פאר תיקון (וויין און) אייער.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דאכט זיך אז דער מנהג אין מאראקא פון מיימונה נאך פסח
איז ווייל א גאנץ פסח האט מען זיך נישט באגלייבט איינער דעם אנדערען
איז נאך פסח געט מען ווייטער נאמנות איינער דעם צווייטען
און אלע קומען צוזאם צו מאכען מיימונה מלשון נאמנות
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אדער מלשון אמונה, חג האמונה.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ריכטיג
אבער פסח אליין איז דאך חג האמונה...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

אין שינאווא איז געווען די מנהג אז מען האט די מצות באהאלטן און עס געגעסן ארויס פונעם מצה טאש, ממש וואס מ'האט פסח נישט געזעהן קיין מצה, אבער ביי די אייער מיט קארטאפל האט מען ארויסגענומען די מצות און אריינגעלייגט אין טעלער.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

נו זיכער
איי מיט צוויבעל אהן א מצה?????
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ביקסאד האט געשריבן:מעמוד 4,
והוא פלאי האט געשריבן:מפי הרב מבאבוב ז"ל שמעתי, כי הסיבה פ"וו מען מישט זיך נישט, האט זיך גענומען, ווייל פסח איז אלס אסור במשהו, ובספק ספיקא, וכו'
איז פארצייטענס, אויב האט זיך געמאכט אן ערענסטע שאלה אין א קאך, למשל א ווייצעל אין די שמאלץ, איז לויטן סדר החיים פארצייטנס, וואלט א האלבע שטאט נישט געטארט עסען, ווייל ראובן וואלט געבארגט ביי שמעון א לעפעל, איז א שאלה, צו דער לעפעל איז געקומען אין בארירונג מיט די שמאלץ, צו מיט א מאכל וואס איז געקאכט דערמיט וכו', לוי וואלט געבארגט ביי ראובן א טעפעל, וואס אולי האט מען מיט דעם טעפעל געקאכט עפעס און געמישט מיט דעם לעפעל, וכן הלאה, און א האלבע שטאט וואלט פאר'חמץ'ט געווארן.
מיט דעם האט ער פארענטפערט פ"וו וויין האט מען זיך געמישט
און מיט דעם האט ער מסביר געווען (שמעתי שר' יענקלי ז"ל הקשה שאינו מבין זה המנהג כי אדרבא כאן יש החילוק היותר גדול בין המנהגים, אבל שמע מינה מדהקשה, כי כן הי' מנהג העולם), פ"וו מצה האט דער וועלט זיך געמישט, ווייל במדינתינו איז עס נישט געקומען און בארירונג מיט קיין אנדערע מאכלים

שמעתי ממו"ר [מאראמאראש-קארפאטן], אז מיט וויין, מצות און אייער האט מען זעך געמישט.
על יין לא שמעתי הסבר, אבל על מצות וביצים כן.
מצות, האט די גאנצע שטעטל געבאקן אין די זעלבע בעקעריי,
אייער, יעדע אידישע שטוב האט געהאט א באזונדערע טעפל צו קאכן אייער, מפני חשש שימצא טיפת דם.
אז איינער האט געהאט יאהר-צייט פסח האט מען געגעבען אין קלויז [שטיבל - בימ"ד] פאר תיקון (וויין און) אייער.

ולהנ"ל ניחא אלע דריי זאכן
מצות, איז נישט געקומען אין בארירונג מיט אנדערע עסען
וכן יין,
וכן אייער האט געהאט א באזונדער טאפ, ממילא איז נישט געווען דער חשש וכו'
והטעם שהי' באזונדער טעפל על ביצים לא הי' מפני חשש שימצא דם, כי חשש זה שייך בכל השנה, רק אולי דבוק עפעס מבחוץ, איי ווי אזוי עסט מען די אייער אליין,
וכנראה שהי' כעין מה שכתבתי אודות מישן, כי לפעמים אחר בישול האט מען באמערקט עפעס צוגעקלעפט
ואולי י"ל, כעין שיש אלו שיש להם סכין צו שיילען וסכין צו שניידען, איי בשעת מען שיילט רירט דער מעסער אן דעם מאכל גופא,
ואני כשלעצמי יישבתי, אז עס האט זיך גענומען פון דברים חריפים, והבן,
אבער גענטפערט האט מען מיר, אז מען זאל קאפ האלטן אז עס איז א פראבלעם, והבן, וכן א אייער טאפ
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אייוועלט ארכיוו האט געשריבן:
אין שינאווא איז געווען די מנהג אז מען האט די מצות באהאלטן און עס געגעסן ארויס פונעם מצה טאש, ממש וואס מ'האט פסח נישט געזעהן קיין מצה, אבער ביי די אייער מיט קארטאפל האט מען ארויסגענומען די מצות און אריינגעלייגט אין טעלער.
אין בעלז האט מען געהאלטן די מצה אינטערן טיש-טוך.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אין סיגוט אויך, דהיינו צווישן צוויי טישטוכער,
ווייל פארצייטענס האט מען נישט גענוצט קיין מצה טאשען
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך געדענקט נישט אויפן מינוט ווי איך האב דאס געזען אפשר אין ויגד משה, אז די סיבה פון צודעקן די מצה איז א ענין ע"פ קבלה. (איך מיין די מדובר איז צו עס זאל זיין אויפגעדעקט בשעת'ן זאגן די הגדה, איך געדענק נישט זיכער).
אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערטשע »

האט מען שוין דיסקוסירט דא איבער דאס וואס אסאך פירן זיך נישט אויסצורעדן ביים סדר? אויב יא, אנטשולדיגט. אויב אבער נישט וואלט געווען א שיינע זאך צו הערן א טעם דערוועגן, וויאזוי מ'קען יוצא זיין דעם 'והגדת לבנך' ווען מ'שאקלט בלויז מיט די הענט נו נא, און די קליינע קינדער פארשטייען נישט קיין ווארט.
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נישט אויסרעדן צו פארציילן אויף אידיש? וואס עפעס הרי אף הראשונים נהגו לתרגם בלשון המדוברת.

ענינים של מה בכך רעדט מען נישט מפני כמה סיבות, ברכת מצה שיחול על האפיקומן, ברכת הלל בביהמ"ד על החצי הראשון והשני ובכלל יש מצוה בכל רגע לספר ביציאת מצרים ואין לבטלו בדיבור דברים אחרים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערטשע »

[quote="farshlufen"]נישט אויסרעדן צו פארציילן אויף אידיש? וואס עפעס הרי אף הראשונים נהגו לתרגם בלשון המדוברת.

דיין קושיא איז א שטארקע, אבער אזוי פירט מען זיך אין כמה מקומות, אז מ'רעדט נישט אויס קיין ווארט אין אידיש, ועל זה באתי צו הערן א טעם דערויף
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

וועגן א עצה אויף והגדת לבנך, בעצם איז נישט די חיוב דווקא בשעת'ן זאגן די הגדה, ממילא דער וואס פירט זיך אזוי קען זיך איינפירן אז פארן סדר זאל ער נעמען די קינדער, און איבערגיין מיט זיי די סדר ההגדה אין אידיש, און פארציילן לפי ערכם, אז זיי זאלן פארשטיין און משיג זיין די ענין פון יציאת מצרים.

פארשלאפן, זע די ערוך השלחן (סימן תעג סעי' כ) ועיקר הנוסחא היא הא לחמא כמ"ש ויאמר בלשון שמבינים הנשים והקטנים או יפרש להם העניין וכן עשו הגדולים ועכשיו שנתרבו הדפוסים ונדפס ההגדה בלשון לעז וכל הנשים והתינוקות שלנו קוראין מעצמן לא נהגו לבאר להן כי הן יודעות בעצמן לקרות ולהבין עניין יציאת מצרים, ע"כ. פון דעם זעט גראדע אויס אז דאס מתרגם זיין די הגדה איז געווען א בדיעבד, ווייל די נשים און קינדער האבן נישט געהאט א הגדה, אבער יעצט אז זיי האבן יא איז טאקע בעסער נישט מפסיק צו זיין (צו אלץ די אפיקומן צו וואס).
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב למעלה, גראדע טענה'ט דער בוטשאש'ער רב אז נשים זענען נישט מחויב בכלל צו זאגן די הגדה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

בערטשע האט געשריבן:האט מען שוין דיסקוסירט דא איבער דאס וואס אסאך פירן זיך נישט אויסצורעדן ביים סדר? אויב יא, אנטשולדיגט. אויב אבער נישט וואלט געווען א שיינע זאך צו הערן א טעם דערוועגן, וויאזוי מ'קען יוצא זיין דעם 'והגדת לבנך' ווען מ'שאקלט בלויז מיט די הענט נו נא, און די קליינע קינדער פארשטייען נישט קיין ווארט.


רוזין-סאדיגורא יוכיח

הרב אלישיב איז שטארק מקפיד צו זאגען דער גאנצע הגדה אין 72 מינוט, עד לברכה שלפני 'בורא פרי הגפן' ביים כוס פון פאר בענטשען, דאס איז כדי נישט צו דארפען מאכען א 'הגפן', ווייל דאס איז דער 'שיעור העיכול'.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

להעיר אויב מיינסטו דעם אשל אברהם וואס איז מצוין אויפן גליון השו"ע איז עס נישט די בוטשאטשער רב, ס'איז ר' אברהם אופנהיים זצ"ל.
ער ברענגט אזוי פון תשובות בית דוד, אבער באמת ממש כמעט אלע אחרונים האלטן אנדערש (זע דא אין ברכי יוסף אות טו http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 97&hilite= ווי ער פרעגט אויף אים), און אין די חינוך שטייט קלאר אז עס איז נוהג בזכרים ונקבות (די ברכי יוסף ברענגט דאס אויך).
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ישלהוסיף האט געשריבן:
בערטשע האט געשריבן:האט מען שוין דיסקוסירט דא איבער דאס וואס אסאך פירן זיך נישט אויסצורעדן ביים סדר? אויב יא, אנטשולדיגט. אויב אבער נישט וואלט געווען א שיינע זאך צו הערן א טעם דערוועגן, וויאזוי מ'קען יוצא זיין דעם 'והגדת לבנך' ווען מ'שאקלט בלויז מיט די הענט נו נא, און די קליינע קינדער פארשטייען נישט קיין ווארט.

רוזין-סאדיגורא יוכיח

לא הבנתי, וואס איז רוזין-סאדיגורא יוכיח?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

למעלה, האסט רעכט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערטשע »

למעלה משבעים האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
בערטשע האט געשריבן:האט מען שוין דיסקוסירט דא איבער דאס וואס אסאך פירן זיך נישט אויסצורעדן ביים סדר? אויב יא, אנטשולדיגט. אויב אבער נישט וואלט געווען א שיינע זאך צו הערן א טעם דערוועגן, וויאזוי מ'קען יוצא זיין דעם 'והגדת לבנך' ווען מ'שאקלט בלויז מיט די הענט נו נא, און די קליינע קינדער פארשטייען נישט קיין ווארט.

רוזין-סאדיגורא יוכיח

לא הבנתי, וואס איז רוזין-סאדיגורא יוכיח?

זיי רעדן יא אדער נישט?
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

ביי מיין פאטער זז"ג רעדט מען נישט קיין ווארט פון אנהייב די הגדה ביזען סוף.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

וואס איז די ענין נישט צו נוצען אויל אום פסח?
איז א חילוק וועלכע אויל?

(איך קען עטליכע אידן וואס ווילן דוקא נישט ניצען קיין שום אויל אום פסח, אפילו נישט היימישע. אלץ וואס?)
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

viewtopic.php?p=547937#p547937 תחילת האשכול.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

מען קען נוצען העזעל-נאט אויל, עס איז זייער גוט, אביסעל טייער.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

הרב למלעה, איך האב נאכגעקוקט וואס דו שרייבטס אויבן.
קומט אויס אז אויל איז אזויווי אנדערע זאכן וואס איז אמאל געווען א חשש אין היינט נישט.
פיין, איך פארשטיי.
נו אויב מ'נוצט יא אויל, וואס איז די חילוק פון וועלכע אויל מ'נוצט? שמן זית? שמן אגוזים וכדומה?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”