וויטאמינען און מעדעצינען פון איין לאנד צום צווייטן

אינפארמאציע און הילף איבער טרעוול

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שמן זית
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

וויטאמינען און מעדעצינען פון איין לאנד צום צווייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

איינער שיקט מיט מיר 3 פעקלעך ווייטאמינען פון ניו יארק קיין ארץ ישראל,

in order to be on the safe side

וויל איך מיר פראטעקטאן אז ס'איז נישט פון די אומלעגאלע ווארע, איז דא א נומער אריינצוקאלן אדער א פלאץ זיך צו מעלדן אז איך טראג מיט ווייטאמינען אז אין קעיס מקכאפט מיר זאלן זיי זעהן אז כ'האב שוין געזאגט פאראויס
???
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

וויטאמינען איז מעגליך אויך נישט לעגאל אריבערצופירן די גרעניצן, געוואנדן אין וואסערע סארט און וויפיהל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

איז דא א נומער ווי קאיך קען איינגעבן אז איך ברענג מיט די זאכן אדער א פלאץ איינצוגעבן אז עס זאל ווערן רעפארטעד?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מענין לענין באותו ענין, קריעם'ס וואס זענען נישט אפראווד ביי די FDA מעג מען אריינברענגן פאר די אייגענע באנוץ?

ברויך מען איינמעלדן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

אויב איז עס א קאנטראלד סובסטענס ווי למשל א פעין קיללער אדער וואליום איז עס זיכער נישט ליגעל, אויב די נעמסט עס מיט דארפסטו האבן א פרעסקריבשען אויף דיין נאמען, אנדערע מעדיצין גלייב איך נישט אז עס איז פראבלעם אין אזא קליינע מאס, א מענטש פאר זיך מעג מיטנעמען וואס ער דארף, בפרט אויב איז עס אווער די קאונטער איז זיכער נישט קיין פראבלעם אבער אריינרופן וואלט איך זיכער נישט געראטן, דאס וועט זיי נאר אנצינדן א רויטע ליכטל, דאס מיינט אויטאמאטיש א זיכערע 3 שעה מער אויף יעדע זייט גרעניץ, מיט די מעגליכקייט צו פארבלייבן אויף די שווארצע ליסט פאר אפאר יאר.

ווייטעמינען און מעדיצין איז זייער א געוואגטע זאך אנצונעמען צוליב די ענליכקייטן צו די ריכטיגע דראגס, וואס איך טוה אבער אין אזא צייט איז, איך בעט דעם איד מיר צו געבן דאס געלט און איך אליינס קויף זיי איין, אויב איז דא תירוצים פארוואס די קענסט נישט און נאר ער קען, איז דאס שוין א סימן אז עפעס טויג נישט, איך האב שוין עטליכע מאל אליינס געקויפט אומגעזאגט און אוועקגעווארפן די אריגינעלע צוליב כבוד משפחה א. ד. ג. , מיין כלל איז אז לויער'ס קאסטן מער און עגמת נפש קען מען בכלל נישט באצאלן.

מי יודע, ווילאנג א זאך איז נישט פארבאטן דורך די פ.ד.א. מעג מען עס אריינברענגען, אבער נישט צום פארקויפן.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
און וואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און וואס נישט »

DotCom האט געשריבן:אויב איז עס א קאנטראלד סובסטענס ווי למשל א פעין קיללער אדער וואליום איז עס זיכער נישט ליגעל, אויב די נעמסט עס מיט דארפסטו האבן א פרעסקריבשען אויף דיין נאמען, אנדערע מעדיצין גלייב איך נישט אז עס איז פראבלעם אין אזא קליינע מאס, א מענטש פאר זיך מעג מיטנעמען וואס ער דארף, בפרט אויב איז עס אווער די קאונטער איז זיכער נישט קיין פראבלעם אבער אריינרופן וואלט איך זיכער נישט געראטן, דאס וועט זיי נאר אנצינדן א רויטע ליכטל, דאס מיינט אויטאמאטיש א זיכערע 3 שעה מער אויף יעדע זייט גרעניץ, מיט די מעגליכקייט צו פארבלייבן אויף די שווארצע ליסט פאר אפאר יאר.

ווייטעמינען און מעדיצין איז זייער א געוואגטע זאך אנצונעמען צוליב די ענליכקייטן צו די ריכטיגע דראגס, וואס איך טוה אבער אין אזא צייט איז, איך בעט דעם איד מיר צו געבן דאס געלט און איך אליינס קויף זיי איין, אויב איז דא תירוצים פארוואס די קענסט נישט און נאר ער קען, איז דאס שוין א סימן אז עפעס טויג נישט, איך האב שוין עטליכע מאל אליינס געקויפט אומגעזאגט און אוועקגעווארפן די אריגינעלע צוליב כבוד משפחה א. ד. ג. , מיין כלל איז אז לויער'ס קאסטן מער און עגמת נפש קען מען בכלל נישט באצאלן.

מי יודע, ווילאנג א זאך איז נישט פארבאטן דורך די פ.ד.א. מעג מען עס אריינברענגען, אבער נישט צום פארקויפן.

פונקט אזוי, און די קענסט אים אפילו זאגען אפען און פנים אריין אז די האסט מורא, יעדער פארשטייט היינט אז מענטשען האבען מורא, און אזוי דאט קאם זאגט גיי די אליינץ עס קויפן, אבער דאס יא מען דארף זיך זייער שטארק אכטונג געבען, (איך דארף דיר נאך האבן דא און קרעטשמע.)
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

צו יעדער פארשטייט ווייס איך שוין נישט, איך האב זיך שוין באגעגענט מיט אלע מינע צודרייטע מענטשן, אפילו אזעלכע וואס האבן מיר שוין אפגעזאגט צוליב מורא, אבער ווען איך האב זיי עס געזאגט האבן זיי אויף מיר געפנט צוויי ריזיגע אויגן, די טראסט מיר נישט?.... אבער מיין כלל הנ"ל איז אייביג מכריע.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דאט קאם, נישט קלאר פארשטאנען

איך רעד פון א געוויסע קריעם וואס די FDA האט פארבאטן צו פארקויפן דא אין אמעריקא (פאר זייערע צודרייטע סיבות) מעג איך ווען איך געפין מין אין א צווייטע לאנד עס קויפן פאר מיין באנוץ און עס אריינברענגן? (כ'מיין, פון ווי דארף איך בכלל ויסן אז עס איז פארבאטן)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

אזוי ווי איך ווייס נישט וואס דער קריעם איז שווער צו ענטפערן, אבער אין רוב פעלער 'פארבאט' נישט די FDA, נאר זיי עפראוון עס נישט אויף צום פארקויפן, אבער זיי קענען נישט איינטיילן דעם מענטש וואס צו יא אדער נישט נוצן פאר זיך אליינס (חוץ קאנטראלד סובסטענס), שטייצעך אבער עס מיז מאכן סענס, אז מען קומט אריין אין לאנד מיט 20 שטיק פון א קריעם וואס עקספייערט אין 2 יאר מאכט דאס נישט קיין סענס און ווייזט אז מען דאס פלאנט דאס יא צו פארקויפן....

און 'נישט וויסן' איז קיינמאל נישט קיין תירוץ, מיין רבי פלעגט צו זאגן 'האסטע געברויכט צו לערנען העסטע ווען געקענט'...
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

עס שמעקט נישט גוט.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

שמן זית, יענער באצאלט דיר צו טראגן די מעדעצינען?

אויב נישט, לאז אים לויפן און זאג אים אין פרצוף אריין אז דו האלטסט עס נישט ביין נעמען

אויב יא, איז עס סוספישעס... פארוואס קען ער דיר נישט געבן אפאר טאלער זאל זיך עס יענער קויפן דארט?

שטיי ווייט! און זיכער זאלסטו קיינמאל נישט זיין א חכם און רופן אז דו גייסט אריבער טראגן ווייטאמינס, ווי דאטקאם האט שוין ערווענט עס וועט נאר ערגער מאכן. הזהרו הזהרו הזהרו.

אויב יענער מוטשעט דיר און דו קענסט איםן נישט אפזאגן, קוק וואסערע פלעשלעך וויטאמינען ער גיבט דיר און ווארף עס אין גארבידש, גיי אין העלט פאאד סטאר און קויף די זעלבע מין וויטאמין און טראג עס יענעם. ס'איז ווערד די פאר טאלער. און זאג אים נאכדעם מיט א תמימות (ווען ער וועט דיר רופן פרעגן היתכן האסט נישט געברענגט די ריכטיגע (דראגס) וויטאמינען) אז האסט עס פארגעסן ביים ארויס פארן און האסטעך דערמאנט אויפן וועג האסטו אים געטון א טובה און געקויפט די זעלבע פלעשל....
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

ס'שמעקט נישט גוט?! ס'סארכעט!!!
זאג, מ'קען נישט באקומען קיינע וויטאמינען אין א"י?
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מיינט דאס ק.נ.א. גייט האבן א לייוו רעפארטער אין די יאפאנעזער טורמעס?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

סתם א וויטאמין איז גארנישט, דו מעגסט און ביסט בארעכטיגט צו נעמען וויטאמינען וויפל דו ווילסט.

אבער עס מוז מאכן סענס כנ"ל, נישט טראגן צו פול פונעם זעלבן מין און זיכער מאכן סיז נישט עפעס אנדערש ח"ו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

די גאנצע שיקעריי פארשטיי איך נישט, שיק מיט UPS פארוואס באמיטשען פרעמדע אין זייערע קישקעס צו פארדרייען..
לעצט פארראכטן דורך גבריאל אום זונטאג פעברואר 12, 2012 1:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

לייוו, אפשר. רעפארטער, שוין נישט.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

דאס איז וואס איך שריי, נעם עס נישט! אויב דו ווילסט נישט בלייבן שמאכטן, וויטאמינען איז די "ערגסטע" זאך און די ערשטע זאך מורא צו האבן, און זיכער אזוי אויב ער רודפ'ט דיר עס צו נעמען. אריינרופן וועט גארנישט בעסער מאכן.
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

יא יא נאכדעם וועט ער זאגן.. איך האב דיר דאך געזאגט אז עס איז ווייטעמין'ס.. די האסטעך אליין פארשטאנען... באשילדיג נישט מיר..
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

גבריאל האט געשריבן:די גאנצע שיקעריי פארשטיי איך נישט, שיק מיט UPS פארוואס באמיטשען פרעמדע אין זייערע קישקעס צו פארדרייען..


דאס געוואלט פרעגן. פארוואס זאל מען נישט צאלן פאר אזא איד די פאר טאלער וואס קאסט א יו פי עס פעקל. איז דאס נישט ביליגער ווי לויער געלט?
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

ד' עולם וויסט נישט אז יו פי עס טראגט פעקלעך קיין אויסלאנד
און די וואס ויסען יא קענען נישט איבער געבן זייערע סחורה פאר יו פי עס ודי
ביי ביי.
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

גבריאל האט געשריבן:די גאנצע שיקעריי פארשטיי איך נישט, שיק מיט UPS פארוואס באמיטשען פרעמדע אין זייערע קישקעס צו פארדרייען..


ס'איז א משוגעת פון די מענטשהייט, אזאך וואס מען קען האבן בחנם וויל מען נישט צאלן, אפילו אז עס גייט אויפ'ן חשבון פון א צווייטן, אסאך מאל זעה איך מענטשן ספענדן אין וואלמארט שווערע הונדערטער אויף שטותים אבער זיי וועלן זיכן א היטש אהיים צופארן און נישט צאלן די פאר דאלער פאר א קאר סערוויס.

נאך א זאך, ביי יו. פי. עס. שטייט מען ענדערש אויס צו ווערן נאכגעקוקט, און אסאך מער פראבלעמען קענען ארויסקומען, למשל איך האב אמאל געשיקט א קעמרא אויף אויסלאנד, 2 חדשים שפעטער איז אנגעקומען די לאקאלע סעילס טעקס ביל וואס איז געווען באלד מער פון די קעמרע אליינס, ווייל זיי האבן עס אפגעשאצט אויף אסאך מער, אז מען האט אסאך איבעריג צייט קען מען זיך טאקע גיין טענה'ן מיט זיי, אבער עס לוינט פשוט נישט, יו קענט פייט סיטי האל.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

היכי דמי סעילס טעקס פון UPS ???
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

בעט פון יענעם א קאפי פון זיין דרייווערס לייסענס און א צעטיל אונטער געשריבן אז ער איז דער משלח און זאג אים אז די גייסט עס ווייזן פאר די קאסטומס ווען זיי פרעגן אויב האסט מיטגענימען עפעס פון א צווייטען

שמערי דערמאנסט מיך פון א מעשה איינער האט מיטגעשיקט מיט א חבר קאפי זאגנדיג אז די היזיגע איז בעסער די חבר האט עס גענימען און געפענט און געפינען אנדערע ווערדפילע סחורה ער האט עס געהאלטן פאר זיך און געקויפט א צווייטע באטל און יענץ געטראגן און ווען יענער האט אים פארגעהאלטן פארוואס ער האט נישט גענימען די זעלבע באטל האט ער אים געזאגט אז זיין ווייב האט עס בטעות און ער האט געקויפט א פרישע באטל
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

סגוט צו סטראשענען אבער נישט צו נוצן, קיינמאל זאל מען נישט זאגן פאר א באאמטען אז מען האט מיט זיך פרעמדע פעקלעך, דאס מיינט מיסען דעם פלייט אין אנדערע ווערטער.

די מעשה איז א גיט'ס, ס'דא אן ענליכע מעשה אין חז"ל מיט האניג.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4478
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

שוועמל האט געשריבן:היכי דמי סעילס טעקס פון UPS ???


ער מיינט מסתם די קאסטומס/גרעניץ טעקס, וואס UPS האט אויסגעלייגט, אבער אז מ'זאגט זיי אז ס'איז א מתנה פאר איינעם קאסט עס נישט.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
שרייב תגובה

צוריק צו “טרעוול און וואקאציע”