אלופי אדום האט געשריבן:האט איינער עני עקספיריענס, מיטן דינגען א הויז/הייזקעלע און די געגענט פון די חב"ד שוהל?
על פי רוב זענען די פריוואטע הייזער געאוינט ביי גוים וואס געבען עס ארויס ווען זיי זענען נישט דארט.
ווי אנדערע האבן שוין געשריבען איז airbnb אדער vrbo א גיטע פלאץ צי סירטשען.
פרייזען זענען נישט ביליג אין אינוועטארי איז בדרך כלל לאו.
די לאקאלע ביליגע האטעלן קענען צימאל אויך זיין פאר האומלעס וכדומה, ס'איז וויכטיג צי גוט ריסוירטשען ביפאר'ן בוקען.
ס'איז וויכטיג צי טשעקען ווי ווייט מאיז פין א שול אויב מ'איז דארט אויף שבת, די דיסטענס קען זיין גאנץ ווייט אפילו ס'זעט אויס נאנט אויפן מאפע.
חב"ד איז אפען א גאנץ יאר, אין די ווינטער חדשים איז דא נאך מנינים א שטייגער ווי כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א, שווימער ועוד.
מ'קען קויפען געוויסע כשר'ע פראדוקטען אין די לאקאלע Traders Joe's אדער Albertsons אבער נישט קיין פול ליין.
מ'קען אויך באשטעלען עסען פאר שבת ביי די חב"ד שליח.
די לאקאלע חב"ד וועבסייט איז פיל מיט אינפארמאטיווע אינפארמעישאן אין האט אויך א טשעט אפשען פאר ספעציפישע פראגען.
https://www.chabadps.com