וואל סטריט: ביזנעס און פינאנציעלע נייעס (אייוועלט מאני)

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: Credit Suisse די מארקעט שאקלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ווי איך פארשטיי איז עס די צווייט גרעסטע באנק אין שווייץ, עס פלאגט זיך מיט פראבלעמען. אבער זיי זאגן אז זיי וועלן עס איבערקומען מיטן אהערשטעלן א נייע מהלך ביי אקטאבער 27.

די שאלה איז צי די פראבלעמען זענען דווקא א תוצאה פון די איצטיגע עקאנאמישע מצב. מיין אויבנאויף בליק האט נישט אזוי געזאגט. אבער עפעס האב איך פארשטאנען אז די בענק אוו ענגלאנד האט דאס אויך גענומען אין חשבון ביים טוישן פון QT צו QE, דאס הייסט געטוישט די גאנצע סטראטעגיע פון איינצוימען די עקאנאמיע צו גאר אריינגיסן געלט אין די עקאנאמיע.

אויב ס'לייגט זיך יא צוזאם, שרייען די שווארץ קוקער אז ס'וועט האבן די זעלבע עפעקט ווי דער צוזאמלייג פון לעהמאן בראדערס דא אין אמעריקא. אבער די וואס בארואיגן טענה'ן אז קודם כל איז עס דאך נישט אמעריקא. און נאכדעם, אויב זענען די פראבלעמען בעיקר מיט די קאמפאני זעלבסט, און נישט ממש צוליב די עקאנאמישע מצב, וועט עס בכלל נישט האבן אזא עפעקט. אנדערש ווי לעהמאן בראדערס וואס איז געווען צוליב די אלגעמיינע מצב מיט די סובפריים מארטגעדזשעס.
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: וואל סטריט: ביזנעס און פינאנציעלע נייעס (אייוועלט מאני)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

וואס גייט פאר מיט Credit Suisse ??? האלט בם קראכן....
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”