די ספר תורה פון הייליגען דברי חיים
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
די ספר תורה פון הייליגען דברי חיים
א ספר תורה פון הייליגן צאנזער רב בעל דברי חיים זצ"ל איז אריינגעגעבן געווארן דעם יו"ט שבועות אין קהילת סאטמאר וומס"ב (בנשיאות מהרי"י שליט"א).
די ספר איז איבערגעגאנגען צום הייליגן שינאווער רב בעל דברי יחזקאל זצ"ל, פון דארט צו זיין זון ר' משה'לע שינאווער, צו זיין איידעם ר' דוד'ל מסאקאלאב, צו זיין איידעם ר' אהרן ירוחם און האט זיך געפונען ביז היצט ביי זיינע קינדער אין מאנהעטן. צוליב זייער עלטער און אנדערע סיבות האבן זיי באשלאסן צו פארקויפן דעם זעלטענעם חפצו של צדיק און דייקא פאר איינע פון די אייניקלעך פון הייליגן רב זי"ע, ומאת ה' היתה זאת אז ס'יז אנגעקומען צו אדמו"ר מהרי"י שליט"א זייענדיג אן אור אייניקל פון ר' שלום אליעזר'ל ראצפערטער זי"ע.
מען האט אלס געוואוסט אז די ספר פון דברי חיים איז געשריבן געווארן דורך זיין פערזענליכע סופר החסיד ר' נפתלי וויינפעלד ז"ל און דאס איז אריבער צום שינאווער רב וואס האט דערין געליינט פאר לאנגע יארן און האט כידוע אריינגעלייגט אויסטערלישע עבודה ביי קריאת התורה. ביים אפקויף איז אבער צוגעקומען א נייער פרט וואס איז נישט געווען אזוי באקאנט אז דער ספר האט דער דברי חיים געקריגן פון זיין גרויסן שווער דער ברוך טעם זי"ע, לויט ווי די אייגענטימער גיבן איבער האבן זיי אזוי בקבלה פון זייערע עלטערן.
אט דער פאקט האט נאר מוסיף געווען צום חשיבות הספר אז מען רעדט דא פון נאך א דור ארויף, נאכדערצו אז דאס טוט ווארפן א ליכט אויף געוויסע פאקטן איבערן ספר ווי דאס אז די ערשטע פיר עמודים זענען געשריבן מיט אן אנדער שריפט פון די רעשטע און לאזט זיך ציען א מסקנא אז דער ברוך טעם האט גאר אנגעהויבן מיטן שרייבן דעם ספר. כך או כך רעדט מען דא פון א זעלטענעם אוצר וואס כפי עדותם של כמה האט דער הייליגער שינאווער רב זוכה געווען צו זעהן די קולות וברקים ביי קריאת עשרת הדברות פון זיין הייליגן טאטן און דאס איז פארגעקומען ביי אט דעם ספר, (מפי אדמו"ר מקלויזנבורג זצ"ל).
איז פארהאן בילדער פון דעם ספר?

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
פינטל. איך האב געזען דעם קונטרס יו"ט און דארט שרייבן זיי אויך דאס זעלבע, אז וויבאלד די ערשטע מיט די לעצטע ווערטער זענען פון אן אנדערע שריפט איז 'מסתבר' אז ס'איז פונעם צאנזער רב זעלבסט. איך פארשטיי נישט די ווערטער. איז די ספר נישט געגעבן געווארן במתנה פארן דברי חיים פון זיין שווער? און בכלל, אויב איז עס אנדערש מוז שוין זיין אז ער האט דאס געשריבן? קען מען נישט צוזאמשטעלן דעם שריפט מיט אנדערע שריפטן וואס איז זיכער פונעם דברי חיים און זעהן צן ס'שטומט?
- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13894
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
פינטעל האט געשריבן:אזוי אויך די ערשטע ווארט בראשית און די לעצטע ווערטער לעיני כל ישראל איז געשריבן געווארן מיט א אנדערע שריפט, וואס סאיז מסתבר אז סאיז געשריבן געווארן דורך דעם הייליגן צאנזע רב אליינס,
ביסט זיך סותר מיט אן אפענעם שוועמל
שוועמל האט געשריבן: ביים אפקויף איז אבער צוגעקומען א נייער פרט וואס איז נישט געווען אזוי באקאנט אז דער ספר האט דער דברי חיים געקריגן פון זיין גרויסן שווער דער ברוך טעם זי"ע, לויט ווי די אייגענטימער גיבן איבער האבן זיי אזוי בקבלה פון זייערע עלטערן.
א
- leiby
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3911
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
- לאקאציע: צווישן אידן
כ'האב א בילד אבער ס'איז פין יו"ט אין מ'זעהט דעם עולם ארום מיטן ספר.
אזא בילד רעדסטו?
אזא בילד רעדסטו?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
- leiby
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3911
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
- לאקאציע: צווישן אידן
יא,
ס'איז געווען דארט א ריפארטער וואס מ'האט פארטריבן, קוקט אויס ער האט נאך אריינגעכאפט.
ס'איז געווען דארט א ריפארטער וואס מ'האט פארטריבן, קוקט אויס ער האט נאך אריינגעכאפט.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
שוועמל האט געשריבן:עמיצער האט מיר צוגעשיקט א בילד פונעם ספר, מערק די אינטערעסאנטע קרוינדעלעך אויף די אויבערשטע עצי חיים.
וואס איז אזוי אינטערעסאנט פונעם קרוין? דאס קען מען נישט מאכן היינט?
ואגב, דא ליגט א בילד וואס איז שלא ברצון חכמים, און אויב אנדערע מאגאזינען וואס זענען אין א קלענערע ניווא ווי אונז האבן זיך צוגעשטעלט, איז נישט שיין אז אונזער פארום זאל זיך נישט צושטעלן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
סאדע_באטל האט געשריבן:אדער קומט דער ספר פון דער ברוך טעם, אדער האט דאס ר' נפתלי סופר געשריבן. האיך יתקיימו שניהם ?
א רגע, לויט ווי איך פארשטיי איז ר' נפתלי סופר, ר' נפתלי קלאגסברוין, דער זיידע פאר ר' א"ח קלאגסברוין, די משפחת קלאגסרוין פארציילט אז ר' נפתלי פאר זיין פטירה האט ער געבענטשט זיין אייניקל ר' א"ח און די פלא איז אז נאר ער האט באקומען א ברכה און נאר ער איז ניצול געווארן פון די מלחמה,
עכשיו נחשוב חשבונו של עולם, אויב האט ר' א"ח נאך באקומען א ברכה פון אים אלץ קינד, מוז זיין אז ער האט געלעבט אין די תר"פ יארן בערך, דאס מיינט אז בשנת תרל"ו איז ער געוועהן בערך 35 יאר, אויב איז טאקע אמת אז ר' נפתלי האט דאס געשריבן מוז זיין אז דאס איז שוין געוועהן באחרית ימיו פונעם צאנזער רב,
כן נראה,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
שוועמל האט געשריבן:א ספר תורה פון הייליגן צאנזער רב בעל דברי חיים זצ"ל איז אריינגעגעבן געווארן דעם יו"ט שבועות אין קהילת סאטמאר וומס"ב (בנשיאות מהרי"י שליט"א).
די ספר איז איבערגעגאנגען צום הייליגן שינאווער רב בעל דברי יחזקאל זצ"ל, פון דארט צו זיין זון ר' משה'לע שינאווער, צו זיין איידעם ר' דוד'ל מסאקאלאב, צו זיין איידעם ר' אהרן ירוחם און האט זיך געפונען ביז היצט ביי זיינע קינדער אין מאנהעטן. צוליב זייער עלטער און אנדערע סיבות האבן זיי באשלאסן צו פארקויפן דעם זעלטענעם חפצו של צדיק און דייקא פאר איינע פון די אייניקלעך פון הייליגן רב זי"ע, ומאת ה' היתה זאת אז ס'יז אנגעקומען צו אדמו"ר מהרי"י שליט"א זייענדיג אן אור אייניקל פון ר' שלום אליעזר'ל ראצפערטער זי"ע.
מען האט אלס געוואוסט אז די ספר פון דברי חיים איז געשריבן געווארן דורך זיין פערזענליכע סופר החסיד ר' נפתלי וויינפעלד ז"ל און דאס איז אריבער צום שינאווער רב וואס האט דערין געליינט פאר לאנגע יארן און האט כידוע אריינגעלייגט אויסטערלישע עבודה ביי קריאת התורה. ביים אפקויף איז אבער צוגעקומען א נייער פרט וואס איז נישט געווען אזוי באקאנט אז דער ספר האט דער דברי חיים געקריגן פון זיין גרויסן שווער דער ברוך טעם זי"ע, לויט ווי די אייגענטימער גיבן איבער האבן זיי אזוי בקבלה פון זייערע עלטערן.
אט דער פאקט האט נאר מוסיף געווען צום חשיבות הספר אז מען רעדט דא פון נאך א דור ארויף, נאכדערצו אז דאס טוט ווארפן א ליכט אויף געוויסע פאקטן איבערן ספר ווי דאס אז די ערשטע פיר עמודים זענען געשריבן מיט אן אנדער שריפט פון די רעשטע און לאזט זיך ציען א מסקנא אז דער ברוך טעם האט גאר אנגעהויבן מיטן שרייבן דעם ספר. כך או כך רעדט מען דא פון א זעלטענעם אוצר וואס כפי עדותם של כמה האט דער הייליגער שינאווער רב זוכה געווען צו זעהן די קולות וברקים ביי קריאת עשרת הדברות פון זיין הייליגן טאטן און דאס איז פארגעקומען ביי אט דעם ספר, (מפי אדמו"ר מקלויזנבורג זצ"ל).
איז פארהאן בילדער פון דעם ספר?
צ"ל 'זיין זון ר' דוד האלברשטאם מסאקאלוב מנו"כ פה בארה"ב
http://kevarim.com/rebbe-dovid-halberstam/
די אחים ירוחם זענען מאדערנע אידן פון די וועסט-סייד וואס האבן דעם ספר תורה בירושה פון ר' משה'לי שינאווער וועלכער האט כידוע געוואונט ומנו"כ בצאנז, בייגעלייגט איז א בילד ווי דער סאטמארער רבי (מהרי"י) שליט"א נעמט איבער דעם ספר תורה פון די ירוחם ברודער אין באגלייטונג פון זיין איש אמונים ומשב"ק בבית מרן רבינו בעל בר"מ ר' משה פריעדמאן באקאנט אלס 'משה גבאי' (פון YWN)
אינעם קובץ 'גנת ורדים' (שי"ל ע"י חסידי סאטמאר-מהרי"י לע"נ הרבנית חי' רוזא מאיער-ט"ב בתו של רביה"ק ז"ל) פון סיון איז דא א לענגערע אפהאנדלונג איבער די ספר תורה מיט מערערע פרטים איבער דעם השתלשלות דברים וכו', ווער עס קען קאפירען דעם מאמר/מאמרים אל ימנע טוב (ואולי כדאי לעשות אשכול נפרד 'דער ספר תורה פון הייליגען צאנזער רב' עבור מקחו של צדיק הכי חשובה).
- אטעטשמענטס
-
- tore.jpg (9.15 KiB) געזען 2848 מאל
שוועמעל, איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט די מעשה פון די "ברוך טעם" ס'שטימט נישט מיט רוב פאקטען ארום די ס"ת דאכט זיך מיר אז דאס איז בלויז שפעקעלאציעס וואס איז ארום געפארן אויפ'ן גאס בשעת'ן אפקויף
אזוי אויך דער שרייבער אין "גינת ורדים" וואס האט געמאכט א גיטען ליקוט איבער די ס"ת דערמאנט אויך גארנישט דערפון

כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
שאץ מאץ האט געשריבן:סאדע_באטל האט געשריבן:אדער קומט דער ספר פון דער ברוך טעם, אדער האט דאס ר' נפתלי סופר געשריבן. האיך יתקיימו שניהם ?
א רגע, לויט ווי איך פארשטיי איז ר' נפתלי סופר, ר' נפתלי קלאגסברוין, דער זיידע פאר ר' א"ח קלאגסברוין, די משפחת קלאגסרוין פארציילט אז ר' נפתלי פאר זיין פטירה האט ער געבענטשט זיין אייניקל ר' א"ח און די פלא איז אז נאר ער האט באקומען א ברכה און נאר ער איז ניצול געווארן פון די מלחמה,
עכשיו נחשוב חשבונו של עולם, אויב האט ר' א"ח נאך באקומען א ברכה פון אים אלץ קינד, מוז זיין אז ער האט געלעבט אין די תר"פ יארן בערך, דאס מיינט אז בשנת תרל"ו איז ער געוועהן בערך 35 יאר, אויב איז טאקע אמת אז ר' נפתלי האט דאס געשריבן מוז זיין אז דאס איז שוין געוועהן באחרית ימיו פונעם צאנזער רב,
כן נראה,
לידעתך אין דעם ספה״ק זרע קודש שנדפס ע״י משפחת קלאגסברוין איז פאראן א לע״נ פאר זייערע אבות מיט אלע דעטאלן אפשר קוקסטע נאך דארט (כהאב עס נישט ביי די האנט, חוץ אז ביזט טרוד אין דיין שמחה למז״ט)
יהיה כן האט געשריבן:שאץ מאץ האט געשריבן:סאדע_באטל האט געשריבן:אדער קומט דער ספר פון דער ברוך טעם, אדער האט דאס ר' נפתלי סופר געשריבן. האיך יתקיימו שניהם ?
א רגע, לויט ווי איך פארשטיי איז ר' נפתלי סופר, ר' נפתלי קלאגסברוין, דער זיידע פאר ר' א"ח קלאגסברוין, די משפחת קלאגסרוין פארציילט אז ר' נפתלי פאר זיין פטירה האט ער געבענטשט זיין אייניקל ר' א"ח און די פלא איז אז נאר ער האט באקומען א ברכה און נאר ער איז ניצול געווארן פון די מלחמה,
עכשיו נחשוב חשבונו של עולם, אויב האט ר' א"ח נאך באקומען א ברכה פון אים אלץ קינד, מוז זיין אז ער האט געלעבט אין די תר"פ יארן בערך, דאס מיינט אז בשנת תרל"ו איז ער געוועהן בערך 35 יאר, אויב איז טאקע אמת אז ר' נפתלי האט דאס געשריבן מוז זיין אז דאס איז שוין געוועהן באחרית ימיו פונעם צאנזער רב,
כן נראה,
לידעתך אין דעם ספה״ק זרע קודש שנדפס ע״י משפחת קלאגסברוין איז פאראן א לע״נ פאר זייערע אבות מיט אלע דעטאלן אפשר קוקסטע נאך דארט (כהאב עס נישט ביי די האנט, חוץ אז ביזט טרוד אין דיין שמחה למז״ט)
אויב ר' נפתלי וויינפעלד (נישט קלאגסברוין) האט דאס געשריבן, איז עס טאקע געווען אויף די עלטערע יארן פון צאנזער רב, אבער באמת שמעתי כי לפי דעת ר' דוד לייב גרינ''פ איז דאס נישט געשריבן געווארן דורך ר' נפתלי סופר. אויפ'ן ערשטן בליק האט דאס טאקע אויסגעקוקט ווי ס'איז זיינ'ס, אבער ווען ער האט גרעסער געמאכט די אותיות טענה'ט ער אז ס'איז נישט זיינס. אבער איך ווייס נישט צו די אנדערע מומחים זענען מודה צו אים
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
ים רויבער האט געשריבן:שוועמעל, איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט די מעשה פון די "ברוך טעם" ס'שטימט נישט מיט רוב פאקטען ארום די ס"ת דאכט זיך מיר אז דאס איז בלויז שפעקעלאציעס וואס איז ארום געפארן אויפ'ן גאס בשעת'ן אפקויף
אזוי אויך דער שרייבער אין "גינת ורדים" וואס האט געמאכט א גיטען ליקוט איבער די ס"ת דערמאנט אויך גארנישט דערפון
עס ווערט דערמאנט אינעם קונטרס "בספר חיים" שי"ל לרגל ההכנסת ספר תורה
שאלת חכם חצי נחמה